אין שטורעם: 1.9: ער האָט זײ געפּאַקט!

שלום עליכם (אַלע װערק)

קאַפּיטל 9.
ער האָט זײ געפּאַקט!

בײַ אַבראַם מאַרקאָװיטשן אין שטוב האָבן אַלע, פֿון אַבראַם מאַרקאָװיטשן ביזן קלײנעם שיקסל מיט די גרױסע קאַרעלן און ביזן קלײניטשקן זיוזיאַ, געהאַלטן אין סאַמע זיסן שלאָף, װען דער גוטער זיסער מלאך קומט און פּלאָנטעט זײַנע גוטע זיסע חלומות… אַך, חלומות! יעדער זעט אין חלום דאָס, װאָס ער װיל, דאָס, װאָס ער זוכט. למשל, אַבראַם מאַרקאָװיטשן האָבן זיך געפּלאָנטעט ביכער און בילדער אין די אַלפֿים, אין די מיליאָנען!.. מע שלאָגט אים אָפּ די טירן!… אַלע װילן זײַנע לידער, די „יונגע האַרפֿע“ ― ער האָט שױן נישט קײן הענט פּאַקנדיק, ער שיקט זײ אָפּ צו ראָזען… און ראָזע זעט נאָך אַ שענערן חלום: אַ מאַסע מענטשן… אַ פּראָצעסיע… אינמיטן גײט אַבראַם מאַרקאָװיטש מיט אַלע קינדער… זיוזיאַ אױף צופֿריִער מיטן טאַטנס „יונגע האַרפֿע“ אין די הענט… דאָס פֿאָלק שטורעמט און שרײַט: לעבן זאָל דער אומשטערבלעכער פֿאַרפֿאַסער פֿון דער אומשטערבלעכער „האַרפֿע!“… גאָר הינטן גײען נאָך מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ גראַף טאָלסטאָי, מאַקסים גאָרקי, אַנטאָן טשעכאָװ, געטע, שילער, שעקספּיר, מאַרק טװען און אַנדערע באַרימטע שריפֿטשטעלער, און װײנען… טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל זעט אין חלום ראָמאַנענקאָן מיט גרױסע אותיות „קאָנסטיטוציע!“… און מאַשאַ באַשעװיטש, װאָס שלאָפֿט אַקעגן טאַמאַראַן אױף אַ קורצפֿיסיקער סאָפֿע, חלומט פֿון אַ פּאַרלאַמענט, און זי זעט זיך אַלײן אין פּאַרלאַמענט שטײן אױף דער פּלאַטפֿאָרמע מיט די הענט אַרונטער, און די װענט זײַנען באַהאָנגען מיט פּראָקלאַמאַציעס : „לעבן זאָל די פֿרײַהײט!“… מאַשאַ דעם קלײנעם שיקסל מיט די גרױסע קאַרעלן חלומען זיך רױטע, גרינע, בלױע, װײַסע, געלע קאַרעלן, אָן אַ שיעור קאַרעלן!… זיוזיאַס ניאַניאַ חלומט, אַז זי זיצט אױף אַ לאַנגער באַנק אין קינדער־גאָרטן מיט אַ סך ניאַניעס און מע רעדט… און זיוזיאַ אַלײן זעט פֿאַר זיך װעלאָסיפּעדן און זײגערלעך, זײגערלעך און װעלאָסיפּעדן קאַטשען זיך, רעדלען זיך, דרײען זיך, פֿליִען, פֿליִען…

פּלוצעם ― סטוק־סטוק־סטוק! טראַך־טאַראַראַך! עס קלינגען די פֿענצטער, עס פּלאַצן די טירן. נאָך אײן מינוט ― און די שטוב איז פֿול מיט פּאָליצײ. אַלע װאַכן אױף, זײַנען טױט װי די טױטע, עס ציטערן די צײן אין מױל. די אַלטע ניאַניאַ צלמט זיך. רופֿט גאָט צו הילף. אַפֿילו דער קלײנער זיוזיאַ, װאָס האָט נאָר־װאָס געזען אַזױ פֿיל װעלאָסיפּעדן מיט אַזױ פֿיל זײגערלעך, האָט זיך אױפֿגעזעצט אױפֿן בעטעלע, אױפֿגעעפֿנט די גרױסע טיפֿע הימל־בלױע אױגן און אַ פֿרעג געטאָן בײַ דער אַלטער שטיל:

― ניאַניאַ! עס ברענט?…

― נײן קינד, עס ברענט נישט, עם ברענט נישט, גאָט איז מיט אונדז!

― װאָס דען? גזלנים? ― פֿרעגט זיוזיאַ און דעקט זיך אָפּ און װיל אַריבערשפּרינגען מיט אַ פֿוס אױף יענער זײַט בעטעלע.

― נײן, קינד, נישט קײן גזלנים! ― ענטפֿערט אים די ניאַניאַ און דעקט אים אײַן. ― נאַ דיר גאָר גזלנים!

― װאָס דען איז?

― פּאָליציע! ― ענטפֿערט אים די אַלטע ניאַניאַ, צלמט זיך און רופֿט יעזוסן צו הילף. ― װאָס־זשע גאָר בײַנאַכט? ― הערט זיוזיאַ נישט אױף צו שטעלן אײן פֿראַגע נאָך דער אַנדערער, און װיל נישט פֿאָלגן די אַלטע ניאַניאַ, װיל זיך נישט לײגן. זיוזיאַ װיל זען, װאָס איז דאָס אַזעלכעס פּאָליציע, און װאָס טוט זי דאָ, און װאָס עפּעס בײַנאַכט? און זיוזיאַ זיצט און קוקט, און זעט, װי אָפֿיצירן מיט גלאַנצנדיקע עפּאָלעטן מיט גאָלדענע קנעפּ עפֿענען אַלע שאַפֿעס, מיט אַלע קאַסטנס, מיט אַלע טישן און טישקעסטלעך, און מע בלעטערט ביכער, און מע פּאַקט פּאַפּירן, דעם פּאַפּאַס ביכער מיטן פּאַפּאַס פּאַפּירן… און דער פּאַפּאַ אַלײן שטײט און ציטערט, און די מאַמע רײַבט אים דעם שטערן… און אָט איז די טיאָטיאַтіотя: מומע טאַמאַראַ ― שטײט נעבן דער טיאָטיאַ מאַשאַ און קוקט אױף איר אַזױ, גלײַך װי זי װאָלט האַלטן בײַם שטאַרבן… און די טיאָטיאַ מאַשאַ שטײט שױן גרײט אָנגעטאָן מיטן היטעלע אױף די אונטערגעשאָרענע האָר, האַלט די הענט אַרונטער און רעדט מיט אַ שײנעם אָפֿיציר מיט שװאַרצע באַקנבאַרדן, װי קאָטלעטן, און בײַ דער זײַט שטײט אַ שװאַרצער יונגערמאַנטשיק מיט אַן אַרבעס־קאָלירענעם אױבערראָק און רײַבט זיך אַ האַנט אָן אַ האַנט…

און די טיאָטיאַ מאַשאַ גײט־צו צו זיוזיאַן און נעמט אים אַרום און דריקט אים צו צום האַרצן שטאַרק־שטאַרק, און קושט אים אין בײדע אױגן, אין שטערן, אין קאָפּ, און עס װײַזט זיך אים אױס, אַז אירע הענט זײַנען קאַלט און אירע אױגן זײַנען נאַס, און זי זאָגט צו אים מיט אַ שמײכל:

―זיוזיאַ! דו װעסט נישט פֿאַרגעסן די טיאָטיאַ מאַשאַ?

און זיוזיאַ כאַפּט אַרום דער טיאָטיאַ מאַשאַס װײַסן האַלדז מיט בײדע הענטעלעך און קושט זי אײן מאָל און צװײ מאָל און צען מאָל און צװאַנציק מאָל, און נאָך אײן מאָל, און נאָך אַ האַלבן מאָל, און דעם לעצטן מאָל, און עס הערט זיך אַ שאַרף־שנײַדנדיקע שטימע פֿון אַן אָפֿיציר:

― פֿאַרטיק!…

און אַלע שטײען אױף, און אַלע זײַנען גרײט, און אַלע גײען אָפּ, אַלע אָפֿיצירן מיט די גלאַנצנדיקע עפּאָלעטן מיט די גאָלדענע קנעפּ, און בײדע טיאָטיאַס גײען אָפּ, און די קלײנע מאַשאַ מיט די גרױסע קאַרעלן לײַכט זײ צו, און דער פּאַפּאַ איז געבליבן זיצן, ציטערט װי אַ בלאַט, און די מאַמע האַלט אים צו און װײנט, און אַלע קינדער זײַנען געבליבן שטײן און טרײסלען זיך און גענעצן, װילן שלאָפֿן, און נאָר די טיאָטיאַ טאַמאַראַ מיט דער טיאָטיאַ מאַשאַ זײַנען נישטאָ, און די אַלטע ניאַניאַ צלמט זיך, רופֿט יעזוסן צו הילף. און דער קלײנער זיוזיאַ פֿאַלט מיטן שײנעם װײַסן פּנים אין די קלײנע װײַסע קישעלעך און װײנט און װײנט און װײנט, װי אַ פֿיריאָריק פֿאַרשטענדיק געראָטן קינד קאָן װײנען…

. . . . . . . . . . . . . . . . . . . .

עס האָט שױן באַלד געשאַריִעט אַף טאָג, און אַבראַם מאַרקאָװיטש האָט נאָך אַלץ נישט געקאָנט באַרויִקן זיך, װיפֿל ראָזע האָט אים נישט געמאַטערט, געריבן די שלײפֿן, אױסגעגאָסן אַף אים דעם גאַנצן אָדעקאָלאָן. ער האָט זיך גאָרנישט געװאָלט גלײבן, אַז ער איז פֿרײַ, און האָט אַלע מינוט זיך געװענדט צו זײַן װײַב מיט דער זעלבער פֿראַגע:

― ראָזע! איך בין פֿרײַ?…

― דו ביסט פֿרײַ, אַבראַשאַ, ביסט געװען פֿרײַ און פֿרײַ װעסטו מיר זײַן תּמיד, שטענדיק און אײביק!…

װי אַ ציטעריק קינד, װי אַ געפּעסטעטער, אַ געבאַלעװעטער בן־יחיד, איז געװען בײַ איר אַבראַשאַ. אַלץ האָט ער בײַ איר אױסגעפֿירט. קײן זאַך איז פֿאַר איר נישט געװען צו שװער, אַבי אַבראַשאַ זאָל זײַן צופֿרידן. דאָס בעסטע און דאָס שענסטע און דאָס ערשטע, װאָס עס איז געװען אין שטוב, איז אַװעקגעגעבן געװאָרן אים, אַלץ אים, און אַבראַם מאַרקאָװיטש האָט דאָס אָנגענומען אַלצדינג, װי אַ מענטש, װאָס װײס, אַז אים קומט דאָס. און טאָמער איז אַזױ גיך נישט געװען דאָס, װאָס ער װיל, װאָס אים איז געפֿעלן און װאָס ער דאַרף, האָט ער שטאַרק נישט געװאָלט לײַדן, זיך געשמיצט און געװאָרפֿן און אױסגעלאָזט דעם גאַנצן כּעס ― צו װעמען? נו, געװײנלעך, צו ראָזען. און ראָזע האָט דאָס אָנגענומען פֿאַר ליב, אים אָפּגעגעבן דעם גערעכט. טאַמאַראַ האָט נישט געקאָנט צוזען זײַנע גענג, און אַלס ראָזעס אַן אײגענע, האָט זי געפּרוּװט אַ פּאָר מאָל פֿאָרהאַלטן אים, האָט זיך ראָזע אײַנגעשטעלט פֿאַר איר מאַן און האָט אים פֿאַרענטפֿערט, װי דער בעסטער אַדװאָקאַט… אין דער קורצער צײַט, װאָס מאַשאַ האָט געגאַסטירט בײַ טאַמאַראַן, איז זי איר געקומען צו הילף, און בײדע מײדלעך האָבן זיך גענומען אױף אַבראַם מאַרקאָװיטשן, אים אַ נאָמען געגעבן „סאַטראַפּsatrap: פּערסישע גובערנאַטאָר“, „דעספּאָט“ און נאָך אַזעלכע נעמען, אים דערגאַנגען די יאָרן, און דװקא מיט גוטע רײד, ביז ער איז זײ געװאָרן אַ דם־שׂונא, אַרומגעגאַנגען אָנגעבלאָזן, װי אַן אינדיק, און אױסגעלאָזט זײַן ביטער האַרץ.― צו װעמען? נו, געװײנלעך, צו ראָזען! און ראָזע האָט אױך דאָס אָנגענומען פֿאַר ליב, אױסגעװײנט זיך שטילערהײט, אױסגעװישט די אױגן ― און שאַ, װידער די זעלבע שײנע, פֿרישע, בליִענדיקע ראָזע, אַרומגערינגלט מיט איר כאַליאַסטרע עגאָיִסטלעך, אײנס גרעסער פֿון דאָס אַנדערע…

פֿונדעסטװעגן, און נאָך דעם אַלעמען, אַז מע האָט צוגענומען טאַמאַראַן מיט מאַשאַן, איז אַפֿילו דער עגאָיִסט אַבראַם מאַרקאָװיטש געװען געקרענקט מיט סכּנת־נפֿשות. ער איז נאָכדעם אַרומגעגאַנגען גאַנצע טעג, װי אַ משוגענער, געפֿײַערט (פֿאַר ראָזען) אױף דער פּאָליציע, גערעדט (פֿאַר ראָזען) אױף דער רעגירונג כּל־הפּסלנות־שבעולם, געזאָגט (ראָזען): אָט לױפֿט ער צום פּראָקוראָר, צום מיניסטער ― פֿאַר װעמען האָט ער מורא? ער איז אַ רײנער מענטש, אין זײַנע ביכער און אין זײַנע כּתבֿים איז נישטאָ גאָרנישט.

― גאָרנישט, אַבראַשאַ, גאָרנישט! ― ענטפֿערט אים ראָזע, און אים שמעקט דאָס נישט, פֿאַרכאַפּט ער זיך:

― װאָס הײסט, גאָרנישט? עס איז פֿאַראַן בײַ מיר אין די לידער גענוג מאַטעריאַל, נאָר פֿאַרשטעלט. האַ, ראָזע?

― געװיס, פֿאַרשטעלט! ― גיט אים נאָך ראָזע, און עס בלײַבט, אַז נישט שפּעטער װי מאָרגן לױפֿט אַװעק אַבראַם מאַרקאָװיטש עפּעס טאָן פֿאַר די געפֿאַנגענע… און עס גײט אַװעק דער מאָרגן, און נאָך אײן מאָרגן, און נאָך צװײ מאָרגנס, און אַבראַם מאַרקאָװיטש קאָכט זיך, שפּריצט מיט פֿײַער!

װאָס ער צערעדט! אַ גליק, װאָס אַחוץ ראָזען הערט דאָס קײן בן־אָדם נישט!… און טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל און מאַשאַ באַשעװיטש דערװײַל זיצן, און אַבראַם מאַרקאָװיטש טוט גאָרנישט פֿון זײערט װעגן…

קאַפּיטל 10.
דער זונטיק

נאָך פֿון שבת בײַנאַכט אָן האָבן אָנגעהױבן אַרײַנטרעטן מיליטער. גאַנצע עסקאַדראָנען האָבן זיך פֿאַרשפּרײט הינטער דער שטאָט און מע האָט געװאַרט…

טױזנטער אַרבעטער האָבן זיך אָנגעטאָן יום־טובֿדיק, מיטגענומען מיט זיך די װײַבער מיט די קינדער און באַװאָפֿנט זיך מיט הײליקע בילדער און איקאָנעס… קאָזאַקן זײַנען אַרומגעפֿלױגן אױף די פֿערד הין און צוריק אױף די הױפּט־גאַסן פֿון דער שטאָט. אַלע בריקן װאָס איבער דער „ניעװאַ“ זײַנען געװען באַדעקט מיט קאָזאַקן, אולאַנער, דראַגונער און אַנדערע מינים חיל. אַפֿילו די פֿעסטונג פֿון דער שטאָט איז געװען גרײט, װי עס געהערט צו זײַן.

פּונקט נײַן אַזײגער אינדערפֿרי האָט זיך אָנגעהױבן צו ציִען אַ