― זיוזיאַ! ניאַניאַ! נישטאָ קײנער! ― און באַלד נאָך דעם זאָגט זי װידער צו מאַשאַן: ― האָסטו עפּעס בריװ פֿון דער הײם? װאָס שרײַבט מען דיר?
― זײער אָפֿט! ― ענטפֿערט איר מאַשאַ און צעלאַכט זיך. ― שױן צו אָפֿט! כּמעט אַ טאָג איבער אַ טאָג האָב איך פֿון מײַן קאַפּעליע בריװלעך, פֿון די שװעסטערלעך, פֿון די ברידערלעך, פֿון דער מאַמען און פֿונעם טאַטן, און איבערהױפּט ― פֿונעם טאַטן! ער שרײַבט צו מיר אַלע צװײ טאָג, און איך אים מוז שרײַבן אַלע צװײ טאָג. און נישט גלאַט אַזױ בריװלעך, נאָר בריװ, גאַנצע מגילות, באַשרײַבונגען פֿון אַלצדינג, װאָס סע קומט פֿאָר, און מער, געװײנלעך, פֿון דער „רעװאָלוציע“. ער איז באַ מיר אַ רעװאָלוציאָנער, אַ געפֿערלעכער רעװאָלוציאָנער!...
אַזױ לאָזט אױס מאַשאַ און צעלאַכט זיך מיט איר גוטן אױפֿריכטיקן געלעכטער און באַװײַזט אירע געזונטע װײַסע שײנע צײן, װאָס קײן דענטיסט אין דער װעלט האָט נאָך נישט געהאַט די זכיה זיך צורירן צו זײ מיט זײַנע גלאַנצנדיקע שטאָלענע אינסטרומענטן. און װידער אַ מאָל איז איר טאַמאַראַ מקנא, סײַ אַף דעם, װאָס זי שרײַבט זיך איבער אַזױ אָפֿט מיט איר „קאַפּעליע“, סײַ אַף אירע װײַסע צײן...
― שױן דערלאַנגט דעם סאַמאָװאַר! ― זאָגט דאָס קלײנע באָרװעסע שיקסל מיט די גרױסע קאַרעלן, װאָס מע רופֿט זי אױך מאַשאַ.
קאַפּיטל ח.
מאַשאַ באַשעװיטש באַ טאַמאַראַ שאָטטעפּאַל
שױן לאַנג האָט זיך מאַשאַ נישט געפֿילט אַזױ גוט, װי באַם טיש פֿון טאַמאַראַ שאָסטעפּאַלס בעלי־בתּים. אַ גאַנץ געזינדל האָט זי דאָרט געטראָפֿן, אַ נעסט, אָדער אַ קװאָקע, מיט קלײנע הינדעלעך אַרומגערינגלט. אַפֿן טיש איז געשטאַנען ברױט אָנגעשניטן און קעז און פּוטער און אײַנגעמאַכטס. נאָענט צום סאַמאָװאַר איז געזעסן אַבראַם מאַרקאָ־װיטשעס װײַב, ראָזע, נאָך גאָר אַ פֿרישע און אַ שײנע פֿרױ, אַרומגערינגלט מיט אַ גאַנצער כאַליאַסטרע קינדער, אײנס קלענער פֿונעם אַנדערן. איטלעכס קינד איז זיך אַ װעלטל פֿאַר זיך. יעדער מיט זײַן קאַפּריז, מיט זײַן השׂגה, מיט זײַן מאָגנדל און מיט זײַן יצר־הרעלע. און די מוטער. די גליקלעכע קװאָקע, ראָזע, זיצט באַם סאַמאָװאַר און קוקט װאָס יערן פֿעלט, און מערקט װאָס יעדער װיל, און אַלץ װערט אין אײן מינוט באַשאַפֿן, און עס נעמט זי נישט קײן קאַפּריז; און צעשלאָגן זיך צװישן זיך אַ פּאָר קינדערלעך, צענעמט זי זײ; און צעװײנט זיך װער פֿון זײ, װערן אױסגעװישט די טרערן; און צעלאַכט זיך אַ קינד, לאַכט די מוטער מיט און קװעלט און װאַקס און לעבט מיט זײ צוזאַמען.
װעמען פֿון די אַלע האָט די מוטער מער ליב? עס װעט נישט זײַן קײן פּאַראַדאָקס, װען איך װעל זאָגן, אַז זי האָט יעדער קינד מער ליב פֿונעם אַנדערן, דען יעדער קינד האָט אין זיך עטװאָס אַזעלכעס, װאָס דאָס צװײטע האָט דאָס נישט. דאָך איז אין דער שטוב פֿאַראַן אַ צענטרום, אַ מיטלפּונקט, אַרום װעלכן אַלץ דרײט זיך, װי אַרום אַ זון, און װעלכעס אַלע האָבן ליב אָן אַ ברעג, און אַרום װעלכן און צוליב װעלכן אַלץ לעבט און געפֿינט אַ באַזונדערן אינטערעס צום לעבן. דאָס איז זיוזיאַ!
טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל האָט באַ זיך אַ גאַנצע קאָלעקציע פֿון פֿאָטאָגראַפֿישע בילדער פֿון דעם דאָזיקן קינד. אַבראַם מאַרקאָװיטש האָט אַלײן װיפֿל מאָל געװאָלט אַראָפּנעמען זיוזיאַן אַף פּאַפּיר (אַבראַם מאַרקאָװיטש איז אַ שטיקל קינסטלער), האָט זיך אָבער די גאַנצע פֿאַמיליע, אַ חוץ ראָזען, אַרײַנגעמישט, שטאַרק געפּראָטעסטירט קעגן דעם, נישט דערלאָזט, אַז דער פֿאָטער זאָל אַװעקנעמען באַם קינד דאָס, װאָס די מילדע נאַטור האָט דעם געשענקט. דעם פֿאָטער האָט דאָס געפֿרײט און געקרענקט; געפֿרײט, װאָס ער איז דער פֿאָטער פֿונעם קינד, און געקרענקט, װאָס מע גלײבט נישט אין זײַן קינסטלערישן טאַלאַנט. האָט ער זיך מײשבֿ געװען און האָט אים באַשריבן אין אַ ליד, אַ גרױס ליד. איז אָבער דאָס ליד אױסגעקומען נאָך ערגער פֿון דעם געמעל. דאָס ליד איז קײנעם נישט געפֿעלן, אױסער אײן ראָזע. נאָר פֿון ראָזען איז קײן ראיה נישט: איר איז אַלץ געפֿעלן; װאָס אַבראַם מאַרקאָװיטש זאָל נישט רײדן, אָדער שרײַבן, איז דאָס גוט, איז דאָס זיס, איז דאָס פּראַכטפֿול! קײנער גלײבט נישט אַזױ אין אַבראַם מאַרקאָװיטשעס טאַלאַנטן, װי זײַן װײַב ראָזע. ער אַלײן גלײבט נישט אַזױפֿיל אין זיך, װיפֿל ראָזע. באַ איר איז „אַבראַשאַ“ אַ זשעניע, װאָס קײנער פֿאַרשטײט אים נישט און קײנער שעצט אים נישט, װאָרעם אַז אַלע זאָלן אים פֿאַרשטײן און שעצן אַזױ װי זי, װאָלט ער נישט באַדאַרפֿט אָפּגעבן אַזױפֿיל גאָלדענע צײַט צו דער דרוקערײַ, װאָס גיט זײ קױם־קױם צום לעבן. די װעלט זאָל זײַן אַביסל מער מבֿין, ― אַזױ דענקט ראָזע ― װאָלט זיך שױן לאַנג געפֿונען אַ פֿאַרלעגער, װאָס װאָלט אַרױסגעגעבן אַלע זײַנע לידער, װאָס ער האָט װען געשריבן פֿון זינט ער איז פֿאַר איר אַ חתן געװאָרן. די װעלט זאָל זײַן אַביסעלע מער מבֿין, ― דענקט װײַטער ראָזע ― װאָלט זיך שױן לאַנג געפֿונען אַ בעלן, װאָס װאָלט אַװעקגעקױפֿט אָט די אַלע בילדער, װאָס ער מאָלט און מאָלט פֿון זינט זי קען אים. און ראָזע כאַפּט אַ קוק אַף די װענט, װאָס זײַנען פֿאַרהאָנגען מיט עטיודן און מיט בילדער, מערסטנטײל, נישט־געענדיקטע, און זי דערמאָנט זיך, אַז אַפֿן בױדעם ליגן נאָך דרײַ מאָל אַזױפֿיל, אױך נישט־געענדיקטע... און זי דערמאָנט זיך, װיפֿל לידער, פּאָעמען און נישט־געענדיקטע ראָמאַנען עס ליגן אין אַלע שאַפֿעס און אין אַלע טישקעסטלעך, און אַפֿילו אין די „קאָרזינעס” פֿון דעם גרעט ליגן גאַנצע פּעק מיט מאַנוסקריפּטן. גאָט זאָל היטן פֿון אױסרױמען, אַרױסװאַרפֿן אָדער פֿאַרברענען! װאָס איז? איר האָט מורא, אַז ראָזע איז נישט באַקאַנט מיט די אַלע אומשטערבלעכע װערק? צי איר מײנט, אַז ראָזע האָט נישט געלײענט אָט די אַלע פּאָעמען, מיט די באַלאַדן, מיט די סקיצן, מיט די דערצײלונגען און ראָמאַנען? דאָס הײסט, זי אַלײן האָט זײ נישט געלײענט; ער, דער מאַן, האָט זײ איר געלײענט, און נישט אײנמאָל ― אַ סך מאָל! ס'איז אַ סבֿרה, אַז ראָזע איז אין איר מאַנס װערק מער קלאָר, װי ער, דער פֿאַרפֿאַסער אַלײן. װיפֿל מאָל מאַכט זיך, אַז אַבראַם מאַרקאָװיטש פֿרעגט באַ ראָזען, װיִאַזױ הײסט באַ אים דער און דער העלד פֿון דעם און דעם ראָמאַן? אַיאָ, זילבער־שטײן? ― נײן, נשמה מײַנע! ― ענטפֿערט אים ראָזע. ― דו האָסט אַ טעות!“...
באַ אַבראַם מאַרקאָװיטשן איז ראָזעס אױטאָריטעט און ראָזעס קריטיק די בעסטע, די קליגסטע און די אױפֿריכטיקסטע. פֿאַר די אַלע אַנדערע קריטיקער טאָר מען קײן װערק נישט װײַזן. די בעסטע זאַך מאַכן זײ אײַך צונישט, געװײנלעך מחמת קנאה; זײ פֿאַרגינען נישט!... װי קאָן מען פֿאַרגלײַכן אַ פֿרעמדן צו אַן אײגן װײַב? למשל, װעט זיך אַ פֿרעמדער אַװעקזעצן טרײסטן אַ מענטשן, אים אױסרײדן דאָס האַרץ, ער זאָל זיך נישט זאָרגן, װאָס די װעלט אָנערקענט אים נישט?
― װאַרט צו, מײַן לעבן, עס װעט נאָך קומען אַ צײַט, װאָס די
װעלט װעט זיך אַרומקוקן אַף דיר אױך! ― אַזױ האָט אים ראָזע אױסגערעדט דאָס האַרץ. ― אָט האָבן זײ איצטער צו טאָן מיט טאָלסטאָי, מיט גאָרקי, עס קערט די װעלט! זאָלן נאָר אַרױס די ערשטע לידער דײַנע אַף דער װעלט ― װוּ האַלסטו מיט זײַ? ביסט נאָר נישט פֿאַרטיק? װיפֿל ביכלעך דרוקסטו? אינגאַנצן צװײ טױזנט? לעכערלעך! צװײ הונדערט טױזנט, צום װינציקסטן!
און בײדע זעצן זיך אַװעק, מאַכן אַ חשבון, װיפֿל קאָנען זײ פֿאַרדינען, װען זײ זאָלן, צום בײַשפּיל, אַרױסלאָזן אַף דער װעלט די „זעמט־לעכע לידער“ פֿון אַבראַם מאַרקאָװיטש? דער חשבון איז אױבנױף, װי אַף אַ טעלער: די באַפֿעלקערונג פֿונעם לאַנד איז הונדערט פֿערציק מיליאָן. װעלן מיר זאָגן, אַז נאָר אַ צענט־חלק קאָן לעזן ― אַלזאָ, האָבן מיר פֿערציק מיליאָן לעזער. װעלן מיר זאָגן, אַז נישט אַלע קאָנען קױפֿן ביכער, דאָס הײסט, אײנער װעט קױפֿן און צען װעלן לײענען, ― האָבן מיר, אַלזאָ, אַריבער אַ מיליאָן קױפֿערס? װיפֿל עס דאַרף קאָסטן אָפּדרוקן אַ ביכל ― דאָס װײס שױן אַבראַם מאַרקאָװיטש: ער האָט דאָך אַ דרוקערײַ... נאָר דאָס אַלײן איז בלאָטע. דער עיקר איז דאָך דער כּבֿוד, דער נאָמען!...
און דאָס גליקלעכע פּאָר טראָגט זיך אַװעק אַף די גרינגע פֿליגלען פֿון דער רײַכער פֿאַנטאַזיע אין עולם הדמיון, אין גן־עדן, װאָס זײ אַלײן האָבן אים אױסגעבױט... און דערװײַל האָט אַבראַם מאַרקאָװיטש גענומען דרוקן באַ זיך אין דער אײגענער טיפּאָגראַפֿיע די „ערשטע לידער“ זײַנע אין אַ ביכל מיטן נאָמען „די יונגע האַרפֿע“, געהאַט צו טאָן קודם מיטן צענזאָר, װאָס האָט אים געגעבן מאַטעריאַל צו רײדן און שרײַען אַף אָנדערטהאַלבן יאָר נאָכאַנאַנד, ביז גאָט האָט רחמנות געהאַט, דער צענזאָר האָט דאָס דורכגעלאָזט בשלום, און די „יונגע האַרפֿע“ איז אַרױס פֿון דרוק, גאַנץ שײן אילוסטרירט מיט אַ האַרפֿע און מיט אַ האַנט, װאָס שפּילט אַף דער האַרפֿע, ― נאָר אַז ס'איז נישטאָ קײן מזל, העלפֿט נישט קײן חכמה! טאָלסטאָי און גאָרקי און טשעכאָװ און די איבעריקע אַלע גײען אין די צענער הונדערטער טױזנטער, און די „יונגע האַרפֿע“ פֿון אַבראַם מאַרקאָװיטש ליגט אַף אַ בױדעם (פֿון 2.000 ליגן נישט גערירט 1.941!). נו, קאָן נישט צעזעצט װערן די גאַל? זאָל אַבראַם מאַרקאָװיטש נישט ברענען, נישט פֿײַערן? אַ גליק, װאָס ער האָט אַזאַ װײַב, װי ראָזע, און װאָס זײ האָבן אַזאַ קינד אַ צאַצקע, װי זיוזיאַ.
― װאָס זאָגט איר אַף אונדזער זיוזיאַן? ― רופֿט זיך אָן אַבראַם מאַרקאָװיטש צו זײער גאַסט, צו מאַשאַן.
דערזען דאָס ערשטע מאָל זיוזיאַן, האָט זי אים שיִער נישט אױפֿגעגעסן. נישט נאָר ער האָט זי גענומען מיט זײַן װײַס מאַרמאָל מלאָכיש פּנימל, לאַנגע זײַדן־קאָלירענע לאָקן, טיפֿע הימל־בלױע אױגן, אױסגעטאָקטע נעזל, קלײן מײַלעכל, אַנטיטשנע מאָרדעלע, קלאַסיש געשטאַלט און אױסערגעװײנלעכע גראַציע; ער האָט זי באַצױבערט מיט זײַן באַנעמען זיך, מיט זײַן האַלטן זיך, מיט זײַן רײדן און מיט זײַן שפּראַך. ער האָט איר פֿאַרגעבן אַזעלכע פֿראַגן און האָט איר געענטפֿערט אַזױ קלוג און שאַרף, אַז מאַשאַ איז אַרױס פֿון די כּלים. זי איז צום קינד צוגעזאָדן געװאָרן, און איר ליבשאַפֿט צום קינד איז נאָכדעם געװאַקסן פֿון שעה צו שעה, פֿון טאָג צו טאָג, ביז זי האָט זיך אײנמאָל מודה געװען פֿאַר טאַמאַראַן, אַז זי פֿילט זיך צום קינד צוגעבונדן מער װי צו אירע אײגענע שװעסטערלעך און ברידערלעך, און אַז זי קאָן זיך גאָרנישט פֿאָרשטעלן, אַז זי זאָל זיך װען קאָנען שײדן מיט דעם זיוזיאַן, װאָס האָט פֿאַרנומען באַ איר אין האַרצן גאָר אומגעריכט אַזאַ גרױסן פּלאַץ! װוּ זי האָט געהאַט ערגעץ אַ פֿרײַע מינוט, האָט זי דאָס אַװעקגעגעבן זיוזיאַן. מיט זיוזיאַן לערנען, מיט זיוזיאַן רײדן, מיט זיוזיאַן פֿאַרברענגען, מיט זיוזיאַן שפּילן זיך ― איז באַ איר געװען אײנס פֿון די גרעסטע פֿאַרגעניגנס. איז מאַשאַ געקומען אַהײם, איז דאָס ערשטע געװען זיוזיאַ! איז מאַשאַ אױפֿגעשטאַנען פֿון שלאָף ― איז זיוזיאַ! אינעם גרעסטן פּאָליטישן שמועס איז געװען זיוזיאַ! אַ תּענוג איז געװען באַ מאַשאַן אַװעקזעצן זיך דערצײלן זיוזיאַן מעשׂיות. אַף מעשׂיות דערצײלן איז מאַשאַ געװען אַ בריה, און מעשׂיות איז געװען באַ זיוזיאַן דאָס חיות, דאָס לעבן! און מאַשאַ האָט זיך אַװעקגעזעצט דערצײלן אים אײן מעשׂה נאָך דער אַנדערער, און זיוזיאַ האָט אױפֿגעעפֿנט זײַנע אױסגעטאָקטע ליפּעלעך, זײַנע הימל־בלױע אײגעלעך, און האָט געקוקט אַף מאַשאַן מיט גרױס פֿאַרשטאַנד, װי אַן אמתער בר־דעת, און װי אַן אמתער בר־דעת געשטעלט אָפֿטמאָל אַ פֿראַגע, און װי אַן אמתער בר־דעת געלאַכט דאָרט, װוּ מע דאַרף לאַכן, און געװײנט דאָרט, װוּ מע דאַרף װײנען.
קוקנדיק אַף דעם יונגן באַשעפֿעניש, אַף דעם געראָטן נפֿשל, װאָס איז פֿול מיט לעבן, האָט קײנער נישט געקאָנט זיך ריכטן, אַז דאָס װעט זײַן דער ערשטער קרבן אינעם אױסגוס פֿונעם גרױסן שטורעם...
* * *
אין דער קורצער צײַט, װאָס מאַשאַ האָט פֿאַרבראַכט מיט טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל אַלס גאַסט, האָט זי טאַמאַראַ ליב געקריגן, װי אַן אײגענע שװעסטער, און איז צוגעבונדן געװאָרן צו איר מיט לײַב און לעבן. מאַשאַ האָט נישט געדאַרפֿט װאַרטן ביז איר חבֿרטע װעט „אַנטפּלעקן“ פֿאַר איר איר נשמה, אױסגיסן איר האַרץ; זי איז געװען קלאָר אין טאַמאַראַס לעבן, מע קאָן זאָגן, אַף אױסװײניק. טאַמאַראַ איז געװען איבערראַשט, װען זי האָט דערפֿאַרן, אַז מאַשאַ װײס פֿון איר ראָמאַן מיטן יונגן ראָ־מאַנענקאָן... דאָס איז געװען אַפֿן אַנדערן טאָג נאָך מאַשאַס באַזעצן זיך באַ טאַמאַראַן. זי האָט דערזען באַ טאַמאַראַן אַפֿן טיש אַ פּאָרטרעטל אין אַ קלײן זילבערן רעמל.
― אַ! ― האָט אַ זאָג געטאָן מאַשאַ, נאָר אַ קוק געטאָן אַפֿן פּאָרטרעט. ― דאָס איז ער, ראָמאַנענקאָ. ער װעט הײַנט רײדן אין גרױסן מאַניעזש... שאַדע, װאָס איך קאָן דאָרט הײַנט נישט זײַן, איך בין פֿאַרנומען אין אַן אַנדער אָרט... ער װײס, אַז איך װעל נישט זײַן...
― דו האָסט זיך געזען מיט ראָמאַנענקאָן? ― האָט טאַמאַראַ אַ זאָג געטאָן, און סע האָט זיך נישט װילנדיק אַרױסגעריסן פֿון אירע װערטער אַ געפֿיל פֿון... אײַפֿערזוכט? נײן! צו הײליק איז באַ איר ראָמאַנענקאָ, צו גרױס איז באַ איר מאַשאַ!... װאָס דען איז דאָס געװען?... מאַשאַ האָט זי אָבער גיך אַרױסגעפֿירט פֿון פֿאַרלעגנהײט. זי האָט צו איר אַזױ געזאָגט:
― דאַרפֿסט זיך נישט װוּנדערן. איך קען ראָמאַנענקאָן פֿריִער פֿון דיר און בעסער פֿון דיר... אַז ער האָט דיך ליב ― איז אַ פֿאַקט... דו פֿאַרגעטערסט אים, און ער פֿאַרדינט דאָס... אָבער איך מוז דיר זאָגן אױפֿריכטיק ― דו װײסט, אַז אַנדערש קאָן איך נישט זאָגן: ― גליקלעך װעט איר קײנמאָל נישט זײַן, נישט דו, נישט ער... דו װילסט װיסן, פֿאַרװאָס? דו פֿאַרגעסט, אַז ער געפֿינט זיך אַף אַ „װוּלקאַן“, און דו ביסט באַשאַפֿן געװאָרן צו אַן אַנדער לעבן ...
דאָס איז געזאָגט געװאָרן אַזױ ערנסט און מיט אַזאַ װײכן צערטלעכן טאָן, אַז טאַמאַראַ שאָסטעפּאַל האָט זיך נישט געקאָנט געפֿינען באַלײדיקט. זי האָט רויִק געזאָגט:
― דו װילסט מיר זאָגן, אַז איך בין נישט קײן העלדן און בין נישט װערט, אַז...
― האָסט אַ טעות! נישט דאָס האָב איך דיר געװאָלט זאָגן! ― שלאָגט איר איבער מאַשאַ די רײד. ― איך האָב דיר נישט געװאָלט דערנידעריקן. אַדרבה, איך האָב ליב אַזעלכע װי דו; דו ביסט דאָס לעבן אַלײן, און צום לעבן ביסטו באַשאַפֿן. איך װאָלט אױך געװאָלט זײַן דאָס, װאָס דו ... איך װעל דאָס אָבער נישט זײַן קײנמאָל; שולדיק איז אין דעם די צײַט. אין אַ ביטערע צײַט לעבן מיר ... און די אומשטענדן האָבן זיך פֿאַר מיר צונױפֿגעלײגט אַזױ, אַז איך װײס נישט הײַנט, װוּ איך װעל מאָרגן זײַן ... דאָס זעלבע איז אױך מיט אים, מיט ראָמאַנענקאָן. הלואי איך זאָל האָבן אַ טעות, נאָר איך זע אים װײַט־װײַט פֿונדאַנען!...
― פֿאַר מיר איז נישטאָ קײן װײַט! ― זאָגט טאַמאַראַ מיט היץ. ― װוּ ער, דאָרט בין איך! נישטאָ די קראַפֿט אין דער װעלט, װעלכע זאָל מיך אָפּהאַלטן און קאָנען צעשײדן מיט דעם מענטשן, סײַדן דער טױט...
― יעדע אַנדערע אַף דײַן אָרט װאָלט אױך אַזױ געזאָגט. עס מאַכט דיך נאָר הױך אין מײַנע אױגן. ― זאָגט איר מאַשאַ. ― איך קאָן מיך אָבער נישט אײַנהאַלטן און מוז דיר זאָגן גאַנץ אָפֿן דאָס, װאָס איך מײן: איך באַדױער דיך, טאַמאַראַ, און נישט אַזױ דיך, װי דײַנע עלטערן.
― מײַנע עלטערן? (טאַמאַראַס אױגן צינדן זיך אָן מיט פֿײַער). לעבן מיר דען צוליב די עלטערן? פֿאַרװאָס באַדױערסטו נישט דײַנע עלטערן?
― פֿונװאַנען װײסטו, אַז נײן?...
באַ די װערטער קומט אָן אַבראַם מאַרקאָװיטש, און זײער שמועס װערט איבערגעריסן אינמיטן.
קאַפּיטל ט.
ער האָט זײ געפּאַקט!
באַ אַבראַם מאַרקאָװיטשן אין שטוב האָבן אַלע, פֿון אַבראַם מאַר־קאָװיטשן ביזן קלײנעם שיקסל מיט די גרױסע קאַרעלן און ביזן קלײניטשקן זיוזיאַ, געהאַלטן אין סאַמע זיסן שלאָף, װען דער גוטער זיסער מלאך קומט און פּלאָנטעט זײַנע גוטע זיסע חלומות... אַך, חלומות! יעדער זעט אין חלום דאָס, װאָס ער װיל, דאָס, װאָס ער זוכט. למשל, אַבראַם מאַרקאָװיטשן האָבן זיך געפּלאָנטעט ביכער און בילדער אין די אַלפֿים, אין די מיליאָנען!.. מע שלאָגט אים אָפּ די טירן!... אַלע װילן זײַנע לידער, די „יונגע האַרפֿע“ ― ער האָט שױן נישט קײן הענט פּאַקנדיק, ער שיקט זײ אָפּ צו ראָזען... און ראָזע זעט נאָך אַ שענערן חלום: אַ מאַסע מענטשן... אַ פּראָצעסיע... אינמיטן גײט אַבראַם מאַרקאָװיטש מיט אַלע קינדער... זיוזיאַ אַף צופֿריִער מיטן טאַטנס „יונגע האַרפֿע“ אין די הענט... דאָס פֿאָלק שטורעמט און שרײַט: לעבן זאָל דער אומשטערבלעכער פֿאַרפֿאַסער פֿון דער אומשטערבלעכער „האַרפֿע!“... גאָר הינטן גײען נאָך מיט אַראָפּגעלאָזטע קעפּ גראַף טאָלסטאָי, מאַקסים גאָרקי, אַנטאָן טשעכאָװ, געטע, שילער, שעקספּיר, מאַרק טװען און אַנדערע באַרימטע שריפֿטשטעלער, און װײנען... טאַ־מאַראַ שאָסטעפּאַל זעט אין חלום ראָמאַנענקאָן מיט גרױסע אותיות „ק אָנסטיטוצי ע!“... און מאַשאַ באַשעװיטש, װאָס שלאָפֿט אַקעגן טאַמאַראַן אַף אַ קורצפֿיסיקער סאָפֿע, חלומט פֿון אַ פּאַרלאַמענט, און זי זעט זיך אַלײן אין פּאַרלאַמענט שטײן אַף דער פּלאַטפֿאָרם מיט די הענט אַרונטער, און די װענט זײַנען באַהאָנגען מיט פּראָקלאַמאַציעס : „לעבן זאָל די פֿרײַהײט!“... מאַשאַ דעם קלײנעם שיקסל מיט די גרױסע קאַרעלן חלומען זיך רױטע, גרינע, בלױע, װײַסע, געלע קאַרעלן, אָן אַ שיעור קאַרעלן!... זיוזיאַס ניאַניאַ חלומט, אַז זי זיצט אַף אַ לאַנגער באַנק אין קינדער־גאָרטן מיט אַ סך ניאַניס און מע רעדט... און זיוזיאַ אַלײן זעט פֿאַר זיך װעלאָסיפּעדן און זײגערלעך, זײגערלעך און װעלאָסיפּעדן קאַטשען זיך, רעדלען זיך, דרײען זיך, פֿליִען, פֿליִען...