אין שטורעם: 1.5: די קלײנע קאָמונע

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

יאַשקאַ װאָראָנאַ האָט געמוזט מודה זײַן, אַז אַזאַ שװער שטיקל אַרבעט, װי די דאָזיקע פֿאַרבאָרגענע „מאַשאַ“ האָט אים פֿאַרגעבן, האָט ער נאָך נישט געהאַט קײנמאָל און אַז ער װעט זי האָבן צו געדענקען װײַל ער װעט לעבן! אַ חשד האָט ער געהאַט אַף אַ מײדל מיט קורצע האָר, װאָס איז געגאַנגען אײנמאָל פֿון אַ פֿאַרזאַמלונג מיט אַ גאַנצער כאַליאַסטרע, שױן שפּעט אין דער נאַכט איז דאָס געװעזן, זיך אָפּגעשטעלט אַלע װײַלע און דיסקוטירט (ס'איז געװען אין יענע גליקלעכע טעג, װען דרײַ מענטשן האָבן נאָך געקאָנט אין גאַס רײדן פֿראַנק און פֿרײַ). אָפּגעזעגנט זיך מיט דער כאַליאַסטרע, האָט דאָס דאָזיקע מײדל גענומען אַ דראָזשקע און געהײסן זיך פֿירן אַף אײנע פֿון די פֿינצטערע געסלעך פֿון דער גרױסער שטאָט פּעטערבורג. זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז יאַשאַ האָט באַלד אױך גענומען אַ דראָזשקע און האָט זיך אױך געהײסן פֿירן אַף דער זעלבער גאַס, און אַז דאָס מײדל האָט זיך אָפּגעשטעלט, צעצאָלט זיך, אַראָפּגעקראָכן, אָנגעקלונגען און אַרײַנגעגאַנגען אין הױף אַרײַן, האָט אונדזער אַגענט אָפּגעװאַרט אַ װײַלע, אָנגעקלונגען צום דװאָרניק, אַרײַנגעגאַנגען אין הױף אַרײַן, באַװיזן דעם דװאָרניק זײַן אַגענט־צײכן און געהײסן זיך װײַזן די ביכער װוּ עס װערן אַרײַנגעשריבן אַלע די, װאָס װוֿינען אין הױף. יאַשקאַ האָט דורכגעבלעטערט אַלע ביכער עטלעכע מאָל הין און צוריק און אָפּגעשטעלט זיך אַפֿן נאָמען מרי ם ג יטלבאַשעװיט ש... װוֿינט באַ אַ אָרשער מעשטשאַנין משה מאַלקין...

― אַ??? מאַלקין?... אַ קענטלעכער נאָמען... באַ אים װעל איך שױן עפּעס אױסגעפֿינען...

                                          קאַפּיטל ה.

                                    די קלײנע קאָמונע

מאַלקין איז געװען באַקאַנט דער פּאָליצײ שױן פֿון לאַנג ― דורך זײן כלאַפּאָטשען װעגן פּראַװאָזשיטעלסטװאָ און דורך זײַנע אָפֿטע פּראָשעניעס מיט זײַן דולן אַ קאָפּ. עס האָט נישט געהאָלפֿן קײן זאַך, קײן אַרעסטירן, קײן אַרױסשיקן מיטן עטאַפּ ― מאַלקין האָט זיך אײַנגעשפּאַרט אײנמאָל פֿאַר אַלעמאָל: אָרשע איז פֿאַר אים צו קלײן, ער װיל זײַן אַ פּעטערבורגער ― און ער האָט אױסגעפֿירט. ער האָט געבראַכט צו פֿירן פֿון אָרשע אַן „אַטעסטאַט“ פֿון אַ בעל־מלאָכה (אַ שוּװאַקסמאַ־כער) און האָט זיך באַזעצט אין פּעטערבורג.

צװײ כּחות האָבן געאַרבעט פֿאַר מאַלקינען, ער זאָל װערן אַ פּעטערבורגער תּושבֿ: אײן כּח האָט אים געטריבן פֿון אָרשע, װײַל אין אָרשע איז נישטאָ װאָס צו טאָן. דער אַנדערער כּח האָט אים געצױגן קײן פּעטערבורג, װײַל אין פּעטערבורג, האָט ער געהערט, װערן ייִדן רײַך, אומגעהײַער רײַך. פֿון דער מלחמה (דאָס איז געװען אין דער מלחמה־צײַט מיט יאַפּאַן). מאַלקין האָט אָבער אַביסל פֿאַרשפּעטיקט. איבער דעם כלאַפּאָטשען װעגן פּראַװאָזשיטעלסטװאָ און איבערן גײן מיטן עטאַפּ האָט ער דורכגעלאָזט די סאַמע בעסטע, די גאָלדענע צײַט, און איז אָנגעקומען קײן פּעטערבורג דעמאָלט, װען מע האָט שױן גאָר אָנגעהױבן שמועסן װעגן שלום ― און אונדזער שוּװאַקסמאַכער האָט זיך אומזיסט אױסגעבראַכט, און ער װאָלט געשטאָרבן פֿון הונגער, װען זײַן װײַב זאָל אים נישט קומען צו הילף מיט איר קאָנען גוט קאָכן פֿיש און באַקן חלה. ער האָט געעפֿנט אַ װאָלװעלע קיך מיט בעטלעך פֿאַר נישט קײן רײַכע לײַט און אױסגעהאָנגען אַ צעטל ― און עס האָט אים מצליח געװען: אין גאָר אַ קורצע צײַט איז מען געװוֿיער געװאָרן איש מפּי איש, אַז באַ מאַלקינען עסט מען געשמאַקע פֿיש מיט פֿרישע חלה אַלע טאָג, און נישט טײַער ― און מאַלקינס קװאַרטיר, װאָס איז געװען אונטערן סאַמע הימל, אַפֿן אײבערשטן עטאַזש, איז גיך געװאָרן באַזעצט דורך שטענדיקע קװאַרטיראַנטן, יונגע מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע פּראָפֿעסיעס, אָדער, בעסער געזאָגט, מענטשן אָן פּראָפֿעסיעס, דאָס, װאָס מע רופֿט אָן „אינטעליגענטע פּראָלעטאַריערס“, אַזעלכע מענטשן, װאָס װאָלטן אַ בעלן געװען עפּעס טאָן, אַרבעטן, האָרעװען, אַבי פֿאַרדינען זיך דאָס שטיקל ברױט. נישט צוליב געלט חלילה, נאָר אום צו דערהאַלטן די נשמה, בכדי מע זאָל קאָנען פֿאַרזעצן די גרױסע אַרבעט פֿון דער הײליקער אידעע, װעלכע האָט זײ אַלע צונױפֿגעקליבן דאָ, אונטערן סאַמע הימל, באַ מאַלקין דעם שוּװאַקסמאַכער...

ואלה שמות ― אָט זײַנען די נעמען פֿון די קװאַרטיראַנטן, װאָס באַ מאַלקינען אונטערן הימל.

          מ א י ר   פֿ ר י ד ע ל ― צװײ און צװאַנציק יאָר, אַ בונדיסט. גע־

לערנט אין דרײַ גימנאַזיעס, נישט געענדיקט אײנע אַפֿילו, איבער מאַ־

טעמאַטיק. װײַל מאַטעמאַטיק איז אַ בורזשואַזנע חכמה. צעקריגט מיט

די עלטערן. אַנטלאָפֿן קײן פּעטערבורג, זיך פֿאַרשריבן פֿאַר אַ זעצער אין

דרוק, אַרײַן אין אוניװערזיטעט. נידעריקע װוּקס, שװאַרץ, געשטופּלט,

אַ נידעריקע ראיה.

         ח ײ ם   ב ר ו י ד אַ ― פֿיר און דרײַסיק יאָר. געװען אַ מלמד. אַלײן

זיך אױסגעלערנט שפּראַך. פֿיל געלעזן. אַ געפֿערלעכער אַנטי־ציוניסט און

אַנטי־נאַציאָנאַליסט. לײענט שטילערהײט דעם „השלח“... פֿאַרשריבן

פֿאַר אַ שנײַדער. פֿון װאָס ער לעבט װײס נאָר גאָט און ער... אַ הױכער,

אַ דינער, רעדט הײזעריק, דאַכט זיך, אַ קאַנדידאַט אַף טשאַכאָטקע, און

אפֿשר נישט...

         מ י ש אַ  ב ע ר ע ז נ י אַ ק  (דער אמתער נאָמען זײַנער איז משה

פֿידלער) ― קרובֿ צו פֿערציק. אַן אַנטלאָפֿענער פֿון סיביר. געענדיקט

צװײ פֿאַקולטעטן. אַ זעלטענער גבור. אַז ער רעדט, הודעט ער. שטאַרק

געזוכט פֿון פּאָליצײ. לעבט פֿון דעם, װאָס ער זינגט אַלע זונטיק אין

„כאָר“. שװער צו דערקענען אין אים אַ ייִדן. גרױס, באַװאַקסן, זעט

אױס װי אַ דיאַק. אַ װילדער בעל כּעסן.

         נ י ס ל   אַ װ ר ו ט י ס ― אַ ייִנגל פֿון נײַנצן יאָר. נישט געלערנט

אין ערגעץ. זעלטענע פֿעיִקײטן. שרײַבט שירים אין די בעסטע רוסישע

צײַטונגען, חתמעט זיך „קאָליברי“. אַ פֿײַעריקער אַנאַרכיסט. פֿאַרשריבן

אַ פֿאַרבער. װײַס װי אַ מײדל, פּוכקע בעקלעך.

         ע ט ק ע   װ ײ ר אַ ך ― פֿיר און צװאַנציק יאָר. אַ ליטװיטשקע פֿון

באַברױסק. פֿאַרשריבן פּאַריקמאַכערן. געענדיקט גימנאַזיע. שטודירט אַף

דענטיסטן. לעבט פֿון קלעפּן קאָראָבקעס. שװאַרץ, נאָר חנעװדיק. אױגן

― פֿײַער.

         ח ו ה   װ אַ ל ― אײן און צװאַנציק יאָר. שטאַמט פֿון גרױסן יחוס:

דער פֿאָטער באַרימט זיך, אַז ער קומט אַרױס פֿונעם ייִדישן־פּױלישן קעניג

שאָול װאַל. אַװעקגעװאָרפֿן אַ חתן אַ גבֿיר. זיך אױסגעלערנט מאַסאַזש.

פֿאַרשריבן היטלמאַכערן. אַ מסוכּנע רעװאָלוציאָנערקע. נישט קײן שײנע.

         מ אַ ש אַ   ב אַ ש ע װ י ט ש ― קענען מיר.
         אַצינד װאָלט מען נאָך באַדאַרפֿט פֿאָרשטעלן אײַך מאַלקינס דרײַ

עלטערע בנים. „בנים“, נישט „זין“ ― איז די משמעות, אַז דאָס זײַנען דרײַ הױכע געזונטע קלאַפּערס, מיט הױכע רגלים, מיט געזונטע ידים, װאָס קאָנען גוט אַרבעטן און גוט אַכלען; זײ האָבן אַן אַפּעטיט, װאָס מיליאָנערן מעגן זײ מקנא זײַן. אַף זײ קוקנדיק, עסט זיך גאָר אַנדערש. אַ כּפּרה זיבעצן יום־טובֿדיקע סעודות מיט אַכצן חופּה־װעטשערעס, מיט הונדערט ראַוטן, דינערס און באַנקעטן פֿון פֿילפֿאַכע מיליאָנערן, פֿאַר אײן װעטשערע אינדערװאָכן באַם שוּװאַקסמאַכער דאָרטן אין דער הײך, אונטערן סאַמע הימל, באַ דעם אינטעליגענט־פּראָלעטאַרישן געזינדל, ― נישטאָ קײן צערעמאָניעס! נישטאָ קײן אױבן־אָן! מע זעצט זיך אַװעק און מע רעדט און מע עסט אַלע אינאײנעם, מײַנס און דײַנס און שותּפֿותדיק ― אַ מין קאָמונע...

מיט דער צײַט איז דאָ טאַקע געװאָרן אַ שטיקל קאָמונע ― אַ דאַנק דער נײַער קװאַרטיראַנטקע מאַשאַ באַשעװיטש. אַז מאַשאַ באַשעװיטש איז געקומען צום ערשטן מאָל באַשטעלן זיך דאָ קװאַרטיר און קעסט, האָט זי זיך פֿון דער ערשטער מינוט אָן געפֿילט, אַז זי איז אינדערהײם. באַקענט זיך מיט דער גאַנצער קאָמפּאַניע און מיט אַלע פּאַרשױנען באַם נאָמען, האָט מאַשאַ אַראָפּגעװאָרפֿן פֿון זיך דאָס היטעלע מיטן מענטעלע, פֿאַרקאַטשעט די אַרבל און אַװעקגעשטעלט זיך העלפֿן דער פֿרױ מאַלקין װאַשן דאָס געפֿעס. מאַלקין אַלײן האָט זיך אַפֿילו געפּרוּװט פּראָטעסטירן, האָט אים מאַשאַ אָפּגעשניטן:

― עס איז נישט אײַער עסק! קױם האָב איך צײַט, דאַרף איך אײַך העלפֿן; װעל איך קײן צײַט נישט האָבן, װעט איר מיר העלפֿן.. אָט, למשל, האָט זיך באַ מיר צעריסן אַ שוך, איר זעט? זײַט זיך מטריח, הער מאַלקין, נאַט אײַך מײַן שוך און טראָגט אים אַרײַן צום שוסטער, איך האָב געזען דאָ אין הױף באַ אײַך אַ שוסטער; באַדינגט זיך מיט אים, װאָס ער װעט װעלן פֿאַר דער רעפּעראַציע, און זײַט מוחל טאַקע אין אײן װעגס באַצאָלט אים דאָרטן, װאָרום איך בין הײַנט נישט באַ געלט...

שפּעטער מיט עטלעכע מינוט האָט מאַשאַ דערהערט קװיטשען אַ קינד פֿון הינטערן אױװן אַרױס, האָט זי זיך אָנגערופֿן צו דער פֿרױ מאַלקין:

― דאָס איז אײַערס? אַנו, װײַזט נאָר אַהער אײַער װײנענדיק באַשעפֿענישל, װעלן מיר זען, װאָס גײט דעם אָפּ?... ― און מאַשאַ האָט גענומען דאָס קינד צו זיך אַף די הענט, אים אַ נאָמען געגעבן „פּעמפּעק“, געדרײט און געטרײסלט און געטאַנצט מיט דעם, אַזױ לאַנג, ביז דאָס װײנענדיקע באַשעפֿענישל אָדער פּעמפּעק האָט אַרױסגעשטעלט אַ רױט צינגל מיט זעקס נאָרװאָס אױסגעשניטענע צײנדלעך און האָט זיך פֿאַרגאַנגען פֿון געלעכטער.

― װאָס זיצט איר, װי די כּלות, צונױפֿגעלײגט די הענט? ― האָט מאַשאַ צעשריגן אַף די צװײ קװאַרטיראַנטקעס, די מײדלעך, װאָס שטודירן אײנע אַף דענטיסטן, די צװײטע מאַסאַזש.

― װאָס זאָלן מיר טאָן? ― פֿרעגן די מײדלעך מיט אַ געלעכטער.

― װאָס זאָלט איר טאָן? ― ענטפֿערט זײ מאַשאַ. ― כאַפּט אַן אױטאָמאָביל און פֿאָרט זיך דורך אַביסל איבער „ניעװסקי“!... אָט ליגט אַ בעזעם, נעמט מען און מע פֿאַרקערט די שטוב.

עס פֿאַרשטײט זיך, אַז דעם ערשטן אַפֿדערנאַכט, צו דער ערשטער װעטשערע, האָבן זיך אַלע געװאָלט אױספֿײַנען פֿאַר מאַשאַ באַשעװיטש. איטלעכער מיט זײַן פֿרײַדענקען און מיט זײַן שײן רײדן, און מע האָט פֿאַרבונדן אַ דיסקוסיע איבער אַ פּרינציפּיעלע עקאָנאָמישע פֿראַגע, און עס האָבן זיך אַ גאָס געטאָן װערטער: „קאַרל מאַרקס... לאַסאַל... פּראָלעטאַריאַט... קױטסקי.. קלאַסנקאַמף“...

― שאַט, קינדערלעך! ― האָט אױסגעשריִען מאַשאַ באַשעװיטש און האָט זיך פֿאַרשטעלט די אױערן. ― װילט איר פֿירן אַ דעבאַטע נישט װי גענדז, נאָר װי מענטשן, דאַרפֿט איר דאָס מאַכן פּאַרלאַמענטאַריש, אױסװײלן אַ פּרעזידענט, זיך מעלדן צום װאָרט. הײַנטיקס מאָל בין איך אײַער פּרעזידענט... רעד בערעזניאַק, איר האָט דאָס װאָרט!...

און אָט אַזױ איז דאָס במילא געװאָרן באַ מאַלקינען אַ קלײנע קאָמונע, און איר פֿירערן איז געװען מאַשאַ באַשעװיטש.

                                           קאַפּיטל ו.
                       געשאָסן דעם פֿױגל און ניט געטראָפֿן

עס איז נאָך נישט געװען רעכט נאַכט, עס זײַנען נאָך נישט אַלע גאַסן געװען באַלײַכט, אַז די קלײנע קאָמונע, װאָס געפֿינט זיך הױך אונ־