אין שטורעם: 1.4: יאַשקאַ װאָראָנאַ

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

                                                קאַפּיטל ד.

                                           יאַשקאַ   װאָראָנאַ

אין די פּאַפּירן שטײט ער פֿאַרשריבן „יאַקאָװ װלאַדימיראָװיטש װאָראָנין, צװײ און דרײַסיק יאָר אַלט“. דער אמתער נאָמען זײַנער איז: „יאַנקל װאָרענער“, פֿון אַ קלײן שטעטל אין גראָדנער גובערניע. זײַן ביאָגראַפֿיע איז אינטערעסאַנט, און מיר גיבן זי איבער אַזױ קורץ, װי װײַט ס'איז נאָר מעגלעך.

... דער פֿאָטער אַ מלמד... די מוטער אַ בעקערן... ביז פֿינף יאָר געליטן הונגער... פֿון פֿינף יאָר געהאָלפֿן ברענגען די קינדער עסן אין חדר אַרײַן, פֿאַרדינט אַ גראָשן, געקױפֿט באַ דער מוטער אַ בײגל אַף אָנבײַסן... פּורים געטראָגן שלח־מנות... זומער געגאַנגען באָרװעס ביז דרײַצן יאָר... נאָך דער בר־מצוה נישט געװאָלט דאַװענען... געשלאָגן פֿונעם פֿאָטער, צעבראָכן אַ האַנט... אַנטלאָפֿן קײן גראָדנאָ... געשלאָפֿן אינדרױסן... געלערנט פֿון אַ משוגענעם רוסיש און מאַטעמאַטיק... געגנבֿעט אַ גמרא אין שול, פֿאַרזעצט פֿאַר אַ האַלבן ברױט... אַנטלאָפֿן קײן מיר אין דער ישיבֿה ... זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פֿרומען, געדאַװנט פֿון פֿרי ביז נאַכט... געגעסן טעג... געגנבֿעט שטיקלעך בולקע פֿונעם טיש... שבת געכאַפּט מיט אַ פּאַפּיראָס אין בית־הכּסא... געשלאָגן... אַנטלאָפֿן קײן ביאַליסטאָק... געװאָרן אַ לערער... גענומען אַ גילדן אַ װאָך פֿאַר צװײ שעה אין טאָג... געהונגערט... געװאָרן אַ חתן פֿאַר אַ מײדל, טױב װי די װאַנט... גענומען פֿינף און פֿופֿציק רובל נדן... געקױפֿט אַ פּאָר שטיװל (דאָס ערשטע נײַע פּאָר שטיװל!)... אַנטלאָפֿן קײן װילנאָ... אָפּגעגעבן עקזאַמען אַף זעקס קלאַסן... זיך באַקאַנט מיט בונדיסטן... געשריבן דראַמעס אין זשאַרגאָן... געטראָגן פֿאַרקױפֿן צו אַ פֿאַרלעגער... פֿאָרגעלײגט אַ פּרײַז אַף דער װאָג: צװײ גילדן אַ פֿונט... די דראַמעס צעריסן, אָנגעשריבן אַ סאַטירע אַפֿן פֿאַרלעגער... באַװיזן פֿאַר די חבֿרים... אַלע געװען אַנטציקט ... אַװעקגעשיקט אין אַ ייִדיש בלאַט... פֿאַרפֿאַלן װי אין װאַסער... זיך פֿאַרליבט אין אַ מײדל... מיאוס אַנטזאָגט... זיך געװאָלט טרינקען אין װילײקאַ... באַקומען אַ ידיעה, אַז דער פֿאָטער איז טױט, די מוטער הונגערט... זיך געגעבן דאָס װאָרט אױסשטודירן אַדװאָקאַט... אַרײַן אין אַפּטײק... אָפּגעװען צװײ יאָר... געשיקט דער מוטער געלט, אַ רובל אַ װאָך... אַף יום־טובֿ צװײ רובל... דער אַפּטײקער זיך געטשעפּעט, אַז ער טײלט אָרעמע מײדלעך פּאַרפֿומען אומזיסט... אַ אינטריגע פֿונעם אַפּטײקערס פֿרױ... אַנטלאָפֿן קײן פּעטערבורג... געװאָלט שטודירן מעדיצין... שטאַרק געהונגערט... געװאָלט דערשלאָגן זיך צום באַראָן גינזבורג... אױסגעשטאַנען שעהנלאַנג אַפֿן פֿראָסט... געצױגן די אױפֿמערקזאַמקײט פֿון דער פּאָליצײ... אַרעסטירט... געװאָלט אַרױסשיקן מיטן עטאַפּ קײן גראָדנאָ... זיך געשמדט... פֿאַרלאָרן די האָפֿענונג אַפֿן באַראָן גינזבורג... דער מוטער קײן געלט נישט געקאָנט מער שיקן... אַלײן אױך געהונגערט... זיך געשטעלט אין אַרסענאַל פֿאַר אַן אַרבעטער... געהערט לעקציעס אין אוניװערזיטעט... זיך געריבן אַף אַלע פֿאַרזאַמלונגען... זיך געקענט מיט אַלע סטודענטן און אַרבעטער... די שמד פֿאַרבאָרגן... געװען פֿאַרמישט אין אַ סקאַנדאַל מיט דינאַמיט... שיִער נישט באַקאַנט זיך מיט סיביר... געגאַנגען אַף קאָמפּראָמיס... אױסגעגעבן אַ פּאָר חבֿרים, גיך באַפֿרײַט געװאָרן... געװאָלט הענגען זיך... באַקומען אַן אײַנלאַדונג, פֿאָרגעלײגט אַ שטעלע אַלס שפּיאָן... מיט פֿרײד דערזען דעם ערשטן הונדערטער... זיך פֿאַרליבט אין אַ גױע אַ װעשערן... חתונה געהאַט... האָט צװײ קינדער... דינט געטרײַ... נאַטשאַלסטװע העכסט צופֿרידן... געקױפֿט אַן אײגן הײַזל... גײט אַלעמאָל העכער... באַ אײניקע אַרבעטער פֿאַרדאַכטעט... באַקומט אַ גרוס פֿונעם מלאך־המות... היט זיך די בײנער... געהאַט די ערע אַ פּאָר מאָל צו ראַפּאָרטירן פּערזענלעך פֿאַר אַ הױכן נאַטשאַלניק... באַקומען אַ קאָמאַנדיראָװקע קײן װאַרשאָ... אױסגעפֿילט זײַן מיסיאָן אַפֿן בעסטן אַרט... באַקומען אַ שײנע מתּנה מיט אַ שטענדיקן פּאָסטן אין פּעטערבורג... װאָלט געקאָנט זײַן פֿולשטענדיק צופֿרידן, װען די אַרבעטער זאָלן נישט שרעקן מיטן טױט...

עד כּאַן ביאָגראַפֿיע פֿון יאַשקאַ װאָראָנאַ.

                                               * * *

יאַשקאַ װאָראָנאַ האָט געמוזט מודה זײַן, אַז אַזאַ שװער שטיקל אַרבעט, װי די דאָזיקע פֿאַרבאָרגענע „מאַשאַ“ האָט אים פֿאַרגעבן, האָט ער נאָך נישט געהאַט קײנמאָל און אַז ער װעט זי האָבן צו געדענקען װײַל ער װעט לעבן! אַ חשד האָט ער געהאַט אַף אַ מײדל מיט קורצע האָר, װאָס איז געגאַנגען אײנמאָל פֿון אַ פֿאַרזאַמלונג מיט אַ גאַנצער כאַליאַסטרע, שױן שפּעט אין דער נאַכט איז דאָס געװעזן, זיך אָפּגעשטעלט אַלע װײַלע און דיסקוטירט (ס'איז געװען אין יענע גליקלעכע טעג, װען דרײַ מענטשן האָבן נאָך געקאָנט אין גאַס רײדן פֿראַנק און פֿרײַ). אָפּגעזעגנט זיך מיט דער כאַליאַסטרע, האָט דאָס דאָזיקע מײדל גענומען אַ דראָזשקע און געהײסן זיך פֿירן אַף אײנע פֿון די פֿינצטערע געסלעך פֿון דער גרױסער שטאָט פּעטערבורג. זעלבסטפֿאַרשטענדלעך, אַז יאַשאַ האָט באַלד אױך גענומען אַ דראָזשקע און האָט זיך אױך געהײסן פֿירן אַף דער זעלבער גאַס, און אַז דאָס מײדל האָט זיך אָפּגעשטעלט, צעצאָלט זיך, אַראָפּגעקראָכן, אָנגעקלונגען און אַרײַנגעגאַנגען אין הױף אַרײַן, האָט אונדזער אַגענט אָפּגעװאַרט אַ װײַלע, אָנגעקלונגען צום דװאָרניק, אַרײַנגעגאַנגען אין הױף אַרײַן, באַװיזן דעם דװאָרניק זײַן אַגענט־צײכן און געהײסן זיך װײַזן די ביכער װוּ עס װערן אַרײַנגעשריבן אַלע די, װאָס װוֿינען אין הױף. יאַשקאַ האָט דורכגעבלעטערט אַלע ביכער עטלעכע מאָל הין און צוריק און אָפּגעשטעלט זיך אַפֿן נאָמען מרי ם ג יטלבאַשעװיט ש... װוֿינט באַ אַ אָרשער מעשטשאַנין משה מאַלקין...

― אַ??? מאַלקין?... אַ קענטלעכער נאָמען... באַ אים װעל איך שױן עפּעס אױסגעפֿינען...

                                          קאַפּיטל ה.

                                    די קלײנע קאָמונע

מאַלקין איז געװען באַקאַנט דער פּאָליצײ שױן פֿון לאַנג ― דורך זײן כלאַפּאָטשען װעגן פּראַװאָזשיטעלסטװאָ און דורך זײַנע אָפֿטע פּראָשעניעס מיט זײַן דולן אַ קאָפּ. עס האָט נישט געהאָלפֿן קײן זאַך, קײן אַרעסטירן, קײן אַרױסשיקן מיטן עטאַפּ ― מאַלקין האָט זיך אײַנגע־