חתונה האָבן? פֿון דעם קײן חצי דבור נישט אַפֿילו, זי דערמאָנט גאָרנישט און װיל נישט הערן!...
פֿון דער אַנדערער זײַט אָבער, פֿאָטערליבע זוכט אַ זכות אַף אַ קינד, װיל זײַן אַ מליץ־יושר, געפֿינט אַ טרײסט:
― נישטאָ נאָך אַ צװײטע טאַמאַראַ, װי מײַן טאַמאַראַ!... נישטאָ נאָך די אַנדערע אַזאַ געראָטענע, אַזאַ שײנע, אַזאַ קלוגע, אַזאַ טײַערע און אַזאַ געטרײַע טאָכטער, װי מײַן טאָכטער!
און דער דערמאָנט זיך, װי זי האָט זיך מיט אים געזעגנט און װאָס זי האָט אים געזאָגט, און עס װערט אים אַביסל גרינגער אַפֿן האַרצן, און ער טרײַבט אַװעק פֿון זיך אַלע טונקעלע מחשבֿות מיט אַלע איבעריקע רײד מיט די אַלע זײַטיקע פּאַרשױנען, װאָס פּלאָנטען זיך אים פֿאַר די פֿיס, און ער לאָזט אַרײַן צו זיך אַ האָפֿענונג, אַז זי קאָן אַנדערש װערן, אַז זי קאָן אױך דאָרטן זיך באַגעגענען מיט אַ מין פּאָליאַקאָװ, און עס קאָן זיך איבערדרײען די גאַנצע מאַשינעריע מיטן קאָפּ אַראָפּ, מיט די פֿיס אַרױף, אַז דער אײבערשטער זאָל נאָר װעלן געבן אַ קוק... „נישט געזאָרגט זיך! נאָר נישט געזאָרגט זיך! בטחון! גװאַלד, בטחון! האָפֿענונג! אמונה אין הקדוש־ברוך־הוא! ער, אַז ער װיל, קאָן ער!“...
קאַפּיטל ג.
מאַשאַ באַשעװיטש
ליפּאַ באַשעװיטש, אָדער דער ייִד פֿונעם האָלץ, איז אַ ייִד, װאָס שטעלט צו האָלץ אין אַלע הײַזער ― און פֿון דעם לעבט ער, דערציט קינדער, גיט זײ בילדונג.
„דערציט קינדער, גיט זײ בילדונג“... עס רעדט זיך נאָר אַזױ, װאָרעם װי איז דאָס אימשטאַנד אַזאַ, איר בעט איבער אײַער כּבֿוד, אַן עני ואבֿיון, װי ליפּאַ באַשעװיטש, צו געבן בילדונג זײַנע קינדער און דערציִען זײ, אַז דער קאָפּ איז אים גאָר פֿאַרטאָן אין אַנדערע זאַכן: ער זוכט ברױט אַ שטיקל פֿאַר זיך, פֿאַר זײַן װײַב און קינדער, ער זוכט און זוכט און קאָן עס נישט געפֿינען! אַף אַלע זײַטן װאַרפֿט זיך נעבעך דער אָרעמער באַשעװיטש, פֿון שטוב צו שטוב גײט ער אָנשלאָגן האָלץ, אַ גוטע מאָס, אַן אמתער קלאַפֿטער, דרײַ מיט אַ פֿערטל אַף דרײַ מיט אַ פֿערטל, צװײ און פֿופֿציק װערשאָק!... און אַף אױסצוצאָלן! איר הערט? אַף אױסצוצאָלן, סך הכּל אַ קערבל אַ װאָך!...
און נאָך די אַלע גליקן, אַז מען געפֿינט שױן און מע האָט זיך שױן אױסגעדונגען פֿאַרן פּרײַז, און מע האָט אים שױן צוגעשטעלט דאָס האָלץ, און מע האָט שױן אױסגעמאָסטן דעם קלאַפֿטער דרײַ מאָל אין דער ברײט, און ער האָט אַראָפּגעשיקט דעם אײדעם, ער זאָל אױך אָנקוקן און אױסמעסטן דאָס האָלץ (דער אײדעם איז אַ יונגערמאַן אַ בעל־חשבון, אַ מאַטעמאַטיקער, פֿאַרשטײט אַלגעברע), און דעם שכן האָט מען אױך אַ בעט געטאָן, ער זאָל כאַפּן אַ קוק אַפֿן קלאַפֿטער האָלץ, און מע האָט שױן, ברוך השם, דאָס האָלץ צעהאַקט אױך, און צונױפֿגעלײגט אױך, און מע הײצט שױן מיטן האָלץ אַ גאַנצע װאָך, ― קומט מען צו גײן נאָכן ערשטן קערבל, כאַפּט מען ערשט אַ פּעטשאַטעק פֿון דער בעל־הביתטע, פֿון דער מאַדאַם, אַז עס װערט פֿינצטער אין די אױגן:
― אַ שײנעם קלאַפֿטער האָלץ האָט איר מיר געגעבן! אַזאַ מזל אַף מײַנע שׂונאים! עס איז דען האָלץ? אײדער מע דערלעבט זען אַ שטיקל פֿײַער, קריכן אַרױס, שׂונאי ציון, די אױגן פֿון קאָפּ!...
― װאָס רעדט איר, מאַדאַמעניו, זאָלט איר מיר זײַן געזונט און שטאַרק! ־ טענהט נעבעך דער אָרעמער האָלץ־ייִד. ― ס'איז גאָלד, נישט קײן האָלץ! ס'איז אמתע באַרלינער האָלץ, נישט פּלאָטאַװע האָלץ, טרוקן האָלץ, װי פֿעפֿער, גאָלד, נישט קײן האָלץ!...
― אַ מאָדנער ייִד איר זײַט! ― מישט זיך אַרײַן דער מאַן. ― מע זאָגט אײַך, אַז דאָס האָלץ איז נאַס האָלץ, דאָס האָלץ װיל נישט ברענען, קומט איר צו גײן און זאָגט, אַז דאָס האָלץ איז טרוקן האָלץ!
― דאָס האָלץ מוז זײַן פֿון אַזאַ בױם אַ נאַסן, ― שטעלט אַרײַן אַ װאָרט אױך דער אײדעם, דער בעל־חשבון, דער מאַטעמאַטיקער, װאָס פֿאַרשטײט אַלגעברע.
די נסים, װאָס אַ ייִד שטײט אױס אין דער ענגער, פֿינצטערער, חושכדיקער, שמוציקער, אַזױ־גערופֿענער „טשערטאַ“, װוּהין דער גלות האָט ייִדן פֿאַרװאַרפֿן און צונױפֿגעפּאַקט אַלע אינאײנעם, זײַנען אַזױ גרױס און אַזױ װוּנדערלעך, אַז יעדער אײנציקער װאָלט געהאַט צו דערצײלן יציאת־מצרים, װיִאַזױ גאָט האָט מיט אים געפֿירט, ער האָט דורכגעלעבט אַ יאָר, און נאָך אַ יאָר, און נאָך אַ יאָר, און האָט אױפֿגעצױגן און חתונה געמאַכט אַ קינד, און נאָך אַ קינד, און נאָר אַ קינד, ― חדושים ונפֿלאָות!
ליפּאַ באַשעװיטש װאָלט געהאַט צו דערצײלן מער פֿון אַלעמען. אַכט קינדער האָט אים גאָט געגעבן, און אַלע אַכט געראָטענע, געצײכנטע קעפּ. אַלצדינג קאָנען זײ, אַלץ װײסן זײ, און פֿרעגט זײ, װען און װוּ האָבן זײ געלערנט? צי האָבן זײ אָנגעקוקט װען אַ חדר? (אַ חוץ דעם, װאָס ער אַלײן פֿלעגט מיט זײ באַנאַכט אַ מאָל אונטערקנעלן.) צי האָבן זײ געזען װען אַ לערער? (אַ חוץ דעם, װאָס אײנער האָט געלערנט מיטן אַנדערן.) און פֿונדעסטװעגן, אַז ס'איז באַשערט, זײַנען זײ אַלע אַרײַן אין גימנאַזיע, אַלע גוט געלערנט און אױסגעצײכנט זיך אַזױ, אַז דער לערער דער אַנטיסעמיט ראָמאַנענקאָ (דער פֿאָטער) האָט געפּועלט, מע זאָל זײ באַפֿרײַען פֿון געצאָלט און מע זאָל זײ נאָך אַרױסגעבן אַף קלײַ־דונג און אַף שטיװעלעך, מחמת ליפּאַס קינדער האָבן אַ טבֿע: ביז פֿופֿצן יאָר גײען זײ האַלב־נאַקעט און אינגאַנצן באָרװעס...
ליפּאַ באַשעװיטש זאָל זיך פֿאַרלאָזן אַף דער װעלט, ביז עמעצער װעט זיך אַ מאָל דערמאַנען זאָגן אַ גוט װאָרט איבער זײַנע קינדער, װאָלט ער באַדאַרפֿט לאַנג װאַרטן. און דאָ װאַקסט באַ אים אַזאַ מאַשאַ, װאָס „זינט גאָט האַנדלט מיט מאַשעס האָט ער נאָך אַזאַ מאַשע נישט געהאַט“...
― ערשטנס, איר טאָן, איר אַרבעטן, גאָלדענע הענט! הײַנט איר לערנען!... גאָלע פֿינפֿן!... איר האָט געזען איר אַטעסטאַט? נײן נאָך? איך האָב אײַך נאָך נישט געװיזן? אָט װעל איך אײַך װײַזן, װעט איר זען אַן אַטעסטאַט! און אַלײן, אַלײן פֿון זיך. אַז איך זאָג אײַך, ס'איז אַ מאַשע פֿון גאָט! שױן אײן מאָל אַ מאַשע!
אַזױ האָט געקלונגען ליפּאַ באַשעװיטש איבער אַלע שכנים און באַקאַנטע, פֿאַרשלאָגן אַלעמען דעם קאָפּ מיט זײַן מאַשאַ. און װער שמועסט, אַז מאַשאַ האָט געענדיקט גימנאַזיע און האָט געבראַכט אַהײם אַ גאָלדענע מעדאַל, איז דער אָרעמער פֿאָטער שיִער נישט אַראָפּ פֿונעם זינען און האָט שיִער נישט משוגע געמאַכט אַלע שכנים מיט אַלע באַקאַנטע און אומבאַקאַנטע. איטלעכן באַזונדער האָט ער אָפּגעשטעלט, געװיזן די מעדאַל און דערצײלט, װיִאַזױ זײַן מאַשאַ לערנט, װיִאַזױ זי האָט אױסגענומען באַם דירעקטאָר און באַ די לערער און װיִאַזױ זי טוט און אַרבעט אין שטוב, לערנט מיט די קלענערע קינדער, און װאָס פֿאַר אַ פּאַפּיר זי האָט אַװעקגעשיקט צום מיניסטער, װאָס זי, מאַשאַ, אַלײן האָט געשריבן... און נישט לאַנג געטראַכט, כאַפּט ער אַרױס אַ פּאַפּיר און לײענט אײַך בקול רם און מיט אַ קװעטש און מיט אַן אָפּזעץ:
„יעװאָ װיסאָקאָפּרעװאָסכאָדיטעלסטוװּ גאָספּאָדינו מיניסטרו נאַ־ראָדנאַהאָ פּראָסװעשטשעניאַ...”
פֿרײַ האָבן אָפּגעאָטעמט די שכנים און באַקאַנטע פֿון ליפּאַ באַ־שעװיטש, אַז זײַן טאָכטער מאַשאַ איז אַװעקגעפֿאָרן קײן פּעטערבורג. אַצינד, האָבן זײ גערעכנט, װעט זײ ליפּאַ לאָזן צורו מיט זײַן מאַשאַן. זײ האָבן אָבער געהאַט אַ מיאוסן טעות; זײ האָבן געמוזט באַקענען זיך מיט איר קאָרעספּאָנדענץ, מיט די בריװ, װאָס מאַשאַ שרײַבט צו אירע עלטערן פֿון פּעטערבורג. מערקװירדיקע בריװ! זי אַרבעט שװער און ביטער, נײט גרעט, אום צו פֿאַרדינען איר אױסקומעניש, און שטודירט אַף דאָקטער. הײַנט שרײַבט זי פֿון אַ נײַעם לעבן, װאָס װעט גיך אײַנטרעטן אין גאַנצן לאַנד, אַ לעבן פֿון פֿרײַהײט, פֿון גלײַכהײט ― קאָנסטיטוציע! אין יעדן בריװ רעדט זי פֿון קאָנסטיטוציע; עס הײבט זיך אָן באַ איר מיט קאָנסטיטוציע און עס לאָזט זיך אױס מיט קאָנסטיטוציע... עס איז דערגאַנגען אַזױ װײַט, אַז די שכנים האָבן אים אַ נאָמען געגעבן „קאָנסטיטוציע“, דאָס הײסט, אַנשטאָט ליפּאַ באַשעװיטש האָט מען אים אָנגעהױבן רופֿן „ליפּאַ קאָנסטיטוציע“...
חכמים האָבן זיך געװערטלט איבער ליפּאַ באַשעװיטשעס טאָכטער מיט איר קאָנסטיטוציע. און ליפּאַ באַשעװיטשעס טאָכטער האָט געאַרבעט מיט דער גאַל גאָרנישט אַף קאַטאָװעס איבער דער קאָנסטיטוציע און געגלױבט, אַז נישט הײַנט איז מאָרגן האָבן מיר זי, די שײנע, די רײנע, די געװינטשטע קאָנסטיטוציע! מע װעט זי אונדז געבן, האָט מאַשאַ באַשעװיטש געטענהט, אַ מבול פֿון בלוט װעט פֿאַרגאָסן װערן! דער מבול װעט פֿאַרטרינקען די זינדיקע ערד און אָפּשװענקען דעם גאַנצן שמוץ, און עס װעלן זיך אױסלײַטערן די הימלען, און עס װעט אַרױסשײַנען די זון, און עס װעט װערן ליכטיק אין דעם גאַנצן לאַנד! אַזױ האָט געפּרײדיקט מאַשאַ באַשעװיטש אַף יעדן טריט און שריט צװישן יונגװאַרג און צװישן אַרבעטער. און האָט באַקומען אַ נאָמען אין די געװיסע קרײַזן און איז געװאָרן באַליבט פֿונעם פּראָסטן פֿאָלק. „אונדזער מאַשאַ“ ― אַזױ האָט זי געהײסן אין די געװיסע קרײַזן, און אַ סך זײַנען געװען גרײט צו גײן מיט איר אין פֿײַער און אין װאַסער און אין עק װעלט...
קײן בריװטרעגער אין דער גרױסער שטאָט פּעטערבורג האָט נישט אַזױפֿיל אױסגעמאַרשירט אַ טאָג, װי אונדזער מאַשאַ באַשעװיטש. אױפֿגעשטאַנען אינדערפֿרי און אָנגעשריבן אַ פּאָר צענדליק בריװ צו פֿאַרשײדענע חבֿרים איבער פֿאַרשײדענע אָנגעלעגנהײטן, האָט זי זיך געלאָזט גײן פֿון עק שטאָט היפּשע עטלעכע מײַל אין אינסטיטוט, פֿון אינסטיטוט װידער אַ היפּשער מהלך אין דיעשאָװקע, װוּ מען קאָן קריגן צו יעדער צײַט דעם ביליקסטן מיטאָג, און פֿון דאָרטן װידער אַ מײַל צען צו דער פֿאַבריק אַף דער אַרבעט, און פֿון דאָרטן צו באַקאַנטע, פֿון די באַקאַנטע צוריק אַהײם אין עק װעלט אַרײַן, מערסטנטײל צופֿוס. װאָרעם אַף צו פֿאָרן אומעטום באַדאַרף מען האָבן רױטשילדס פֿאַרמעגן מיט קורחס עשירות... אַזױ האָט געזאָגט מאַשאַ באַשעװיטש און האָט געשפּרײַזט איבער פּעטערבורג, װי אַ גוט פֿערד, זיך נישט אָפּצושטעלן אַף קײן מינוט.
אין װאָס איז באַשטאַנען מאַשאַ באַשעװיטשעס אַרבעט ― האָט, אַ חוץ איר פּאַרטיע, אי דאָס די גאַנץ נאָענטע, קײנער נישט געװוּסט און נישט געדאַרפֿט װיסן ― קאָנספּיראַציע... נאָר פּאָליצײ האָט דוקא געװוּסט, געװוּסט אַלע אירע שטיקלעך אַרבעט, װאָס זי האָט אָפּגעטאָן, און געזוכט זי מיט ליכט און נישט געקאָנט געפֿינען. ― ― ― ――――――――――――――――――― ―
נאָר אײנער האָט זיך אונטערגענומען זי אױסזוכן. דאָס איז געװען אַ באַרימטער שפּיק מיטן נאָמען יאַשקאַװאָראָנ אַ.
קאַפּיטל ד.
יאַשקאַ װאָראָנאַ
אין די פּאַפּירן שטײט ער פֿאַרשריבן „יאַקאָװ װלאַדימיראָװיטש װאָראָנין, צװײ און דרײַסיק יאָר אַלט“. דער אמתער נאָמען זײַנער איז: „יאַנקל װאָרענער“, פֿון אַ קלײן שטעטל אין גראָדנער גובערניע. זײַן ביאָגראַפֿיע איז אינטערעסאַנט, און מיר גיבן זי איבער אַזױ קורץ, װי װײַט ס'איז נאָר מעגלעך.
... דער פֿאָטער אַ מלמד... די מוטער אַ בעקערן... ביז פֿינף יאָר געליטן הונגער... פֿון פֿינף יאָר געהאָלפֿן ברענגען די קינדער עסן אין חדר אַרײַן, פֿאַרדינט אַ גראָשן, געקױפֿט באַ דער מוטער אַ בײגל אַף אָנבײַסן... פּורים געטראָגן שלח־מנות... זומער געגאַנגען באָרװעס ביז דרײַצן יאָר... נאָך דער בר־מצוה נישט געװאָלט דאַװענען... געשלאָגן פֿונעם פֿאָטער, צעבראָכן אַ האַנט... אַנטלאָפֿן קײן גראָדנאָ... געשלאָפֿן אינדרױסן... געלערנט פֿון אַ משוגענעם רוסיש און מאַטעמאַטיק... געגנבֿעט אַ גמרא אין שול, פֿאַרזעצט פֿאַר אַ האַלבן ברױט... אַנטלאָפֿן קײן מיר אין דער ישיבֿה ... זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ פֿרומען, געדאַװנט פֿון פֿרי ביז נאַכט... געגעסן טעג... געגנבֿעט שטיקלעך בולקע פֿונעם טיש... שבת געכאַפּט מיט אַ פּאַפּיראָס אין בית־הכּסא... געשלאָגן... אַנטלאָפֿן קײן ביאַליסטאָק... געװאָרן אַ לערער... גענומען אַ גילדן אַ װאָך פֿאַר צװײ שעה אין טאָג... געהונגערט... געװאָרן אַ חתן פֿאַר אַ מײדל, טױב װי די װאַנט... גענומען פֿינף און פֿופֿציק רובל נדן... געקױפֿט אַ פּאָר שטיװל (דאָס ערשטע נײַע פּאָר שטיװל!)... אַנטלאָפֿן קײן װילנאָ... אָפּגעגעבן עקזאַמען אַף זעקס קלאַסן... זיך באַקאַנט מיט בונדיסטן... געשריבן דראַמעס אין זשאַרגאָן... געטראָגן פֿאַרקױפֿן צו אַ פֿאַרלעגער... פֿאָרגעלײגט אַ פּרײַז אַף דער װאָג: צװײ גילדן אַ פֿונט... די דראַמעס צעריסן, אָנגעשריבן אַ סאַטירע אַפֿן פֿאַרלעגער... באַװיזן פֿאַר די חבֿרים... אַלע געװען אַנטציקט ... אַװעקגעשיקט אין אַ ייִדיש בלאַט... פֿאַרפֿאַלן װי אין װאַסער... זיך פֿאַרליבט אין אַ מײדל... מיאוס אַנטזאָגט...