אין שטורעם: 1.1: פּסח, פּסח און פּסח

שלום עליכם

פֿון www.cs.uky.edu/~raphael/yiddish/sholemAleykhem/contents.html

                                              קאַפּיטל א.

                                         פּסח, פּסח און פּסח

דרײַ פֿאַרשײדענע פּסחן האָט מען צוגעגרײט אינעם הױז נומער 13, װאָס אַף װאַסילטשיקאָװער גאַס.

דאָס הײסט, דער פּסח איז אײנער, די מצות, דער מרור, די הגדה ― אַלץ, אַלץ די זעלבע, נאָר די אַרט צוגרײטן, דאָס פֿאַרברײטן, דאָס ריכטן זיך איז נישט אומעטום גלײַך. װײַל די מענטשן, װאָס אינעם הױז נומער 13 אַף װאַסילטשיקאָװער גאַס, זײַנען פֿאַרשײדענע מענטשן מיט פֿאַרשײדענע כאַראַקטערן, מיט פֿאַרשײדענע מײנונגען.

דרײַ זײַנען זײ דאָ אינעם הױז נומער 13, װאָס אַף װאַסילטשיקאָ־װער גאַס, און יעדער פֿון די דרײַ מײנט, אַז נאָר זײַן גאָט איז אמת, אַז נאָר זײַן מײנונג און ריכטיק און אַז נאָר צוליב אים איז באַשאַפֿן געװאָרן אָט דאָס װעלטל.

אפֿשר מײנט איר, אַז די דרײַ זײַנען מענטשן פֿון פֿאַרשײדענע גלױבנס, פֿון פֿאַרשײדענע עלטערן און פֿון פֿאַרשײדענע לענדער?

חלילה! אַלע דרײַ גלײבן אין אײן גאָט, אַלע דרײַ קומען אַרױס פֿון אײן יחוס און אַלע דרײַ געהערן צו אײן לאַנד.

דאָס זײַנען דרײַ רוסישע ייִדן, װעלכע דער פֿאַרפֿאַסער פֿון דעם ראָמאַן האָט די ערע פֿאָרצושטעלן פֿאַר זײַנע לעזער: איציק ל ש אָסטעפּאַ ל, סאָלאָמאָן סאַפֿראָנאָװיטש און נ חמיה דערשוםטע ר.

איציקל! ― דער נאָמען אַלײן זאָגט אײַך שױן, אַז דאָס דאַרף זײַן אַ ייִד פֿון דער אַלטער װעלט, אַ ייִד, װאָס האַנדלט מיט װאַלד, מיט גוראַלניעס, מיט ברױט, מיט פּאָדראַדן; אָדער ער האָט אַ שאַרפֿע קראָם, אַ מאַנופֿאַקטור־געשעפֿט, אָדער אַ פֿאַבריק פֿון גלאָזװאַרג; אָדער ער שטעלט צו פּראָװיאַנט אין די טורמעס מיט די קאַזאַרמעס, טײלט זיך מיטן סמאָטריטעל און מיט די אינטענדאַנטן אַף דער האַלב און האָדע־