‫מײַן ייִנגעלע

מאָריס ראָזנפֿעלד

איך האָב אַ קלײנעם ייִנגעלע, 
אַ זונעלע גאָר פֿײַן! 
װען איך דערזע אים, דאַכט זיך מיר, 
די גאַנצע װעלט איז מײַן. 

נאָר זעלטן זעלטן זע איך אים, 
מײַן שײנעם, װען ער װאַכט, 
איך טרעף אים אימער שלאָפֿנדיק, 
איך זע אים נאָר בײַנאַכט. 

די אַרבעט טרײַבט מיך פֿרי אַרױס 
און לאָזט מיך שפּעט צוריק; 
אַ פֿרעמד איז מיר מײַן אײגן לײַב! 
אַ פֿרעמד מײַן קינדס אַ בליק! 

איך קום צעקלעמטערהײט אַהײם, 
אין פֿינצטערניש געהילט, 
מײַן בלײכער פֿרױ דערצײלט מיר באַלד, 
װי פֿײַן דאָס קינד זיך שפּילט; 

װי זיס עס רעדט, װי קלוג עס פֿרעגט: 
"אָ, מאַמע, גוטע מאַ, 
װען קומט און ברענגט אַ פּעני מיר 
מײַן גוטער, גוטער פּאַ?" 

איך הער עס צו און אײַל: עס מוז, 
יאָ, יאָ, עס מוז געשען! 
די פֿאָטערליבע פֿלאַקערט אױף: 
עס מוז מײַן קינד מיך זען!... 

איך שטײ בײַ זײַן געלעגערל 
און זע, און הער, און שאַ! 
אַ טרױם באַװעגט די ליפּעלעך: 
"אָ, װוּ איז, װוּ איז פּאַ?" 

איך קוש די בלױע אײגעלעך, 
זײ עפֿענען זיך ־ "אָ, קינד!" 
זײ זעען מיך, זײ זעען מיך 
און שליסן זיך געשװינד. 

"דאָ שטײט דײַן פּאַפּאַ, טײַערער, 
אַ פּענעלע דיך, נאַ!" 
אַ טרױם באַװעגט די ליפּעלעך: 
"אָ, װוּ איז, װוּ איז פּאַ?" 

איך בלײַב צעװײטיקט און צעקלעמט, 
פֿאַרביטערט און איך קלער: 
װען דו דערװאַקסט אַ מאָל, מײַן קינד, 
געפֿינסטו מיר נישט מער..."  ‬