סיביר
אין כוטער

א
זונפֿאַרגאַנג אױף אײַזיק בלאָע װעגן.
זיסע דרעמלפֿאַרבן אין געמיט.
ס'לײַכט פֿון טאָל אַ שטיבעלע אַנטקעגן
מיט אַ שנײ פֿון זונפֿאַרגאַנג באַשיט.
װּוּנדערװּעלדער הױדען זיך אױף שױבן,
צוּיבער־שליטנס קלינגען אין אַ קרײַז.
אױפֿן פּיצל בױדעם װאָרקען טױבן,
װאָרקען אױס מײַן פּנים. אונטער אײַז,
דוּרכגעשטרײַפֿט מיט בליציקע קרישטאָלן
צאַפּלט דער אירטיש אין האַלבער װאָר.
אונטער אױסגעשװיגענע קופּאָלן
בליט אַ װעלט ——. אַ קינד פֿון זיבן יאָר.


ב
אינעם ליכטיק־טונקעלן, פֿאַךשנײטן
כוטער פֿון מײַן קינדהײט אין סיביר,
בליִען פֿךן די שאָטן־אַפּלען ▮— קװײטן,
קװעקזילבערנע קװיהטן אָן אַ שיעור.
אין די װּינקלען אָפּגעלאָשן מאַטע
בלאָזט אַרײַן לבֿנה איר געבלענד.
וּוײַס וּױ די לבֿנה איז דער טאַטע,
שטילקײט פֿונעם שנײ ——. אױף זײַנע חענט.
ער צעשנײַדט דאָס שװאַרצע ברױט מיט בלאַנקן
רחמימדיקן מעסער. ס'פּנים בלױט.
און מיט נײַ צעשניטענע געדאַנקען
טונק איך אינעם זאַלץ דעם טאַטנס ברױט.
                  






9
▮
.
מעסער. טאַטע. רױכיקע לוטשינע.
קינדהײט. קינד. אַ שאָטן נעמט אַראָפּ
ס'פֿידעלע פֿון װאַנט. און דין־דין־דינע
שנײענקלאַנגען פֿאַלן אױף מײַן קאָפּ.
שטיל. דאָס שפּילט דער טאַטע. און די קלאַנגען ־—.
אױסגראַװירט אין לופֿטן, וּױ אין פֿראָסט
זילבערלעך פֿון אָטעם בלאָ צעהאַנגען
איבער שנײ לבֿנהדיק באַגלאָזט.
דורך אַן אײַזיק אָנגעפּעלצטן שײַבל
שמעקט אַ װאָלף צום פֿלײש פֿון דער מוזיק.
שטיל. אין אונדזער טױבנשלאַק אַ טײַבל
פּיקט זיך פֿון אַן אײעלע, פּיק־פּיק.


פֿאָר טאָג
די סימנים־לאַפּעס, װאָס אַ חיה
האָט פֿאַרזײט װי רױזן אינעם שנײ,
װען די זון, אַן אומבאַקאַנטע, נײַע,
האָט דערלאַנגט איך שפּיזיקן געשרײ —־.
זענען קױם באַגילדט פֿון אױבן. אונטן
פֿינצטערט נאָך. די וּואָרצלען פֿונעם װאַלד
קריצן מיט די צײן אין טיפֿע גרונטן.
פֿונעם הונט, געשפּאַנט אין שליטן, פּראַלט
לעבעדיקער דאַמף. דער דאַמף באַגעגנט
שטײַגנדיק אַ קױמענרױך װאָס העלט
און אַ מענטשן־אָטעם פֿון דער געגנט — —
ביז אין לופֿט בלײַבט הענגען אַ געצעלט.
                 





10
דעךקענטעניש

א
▮זאָג, וּוּוּ ענדיקט זיך די װעלט, אָ, טאַטע ן 1▮
פֿילאָסאָפֿיש מאָן איך אַ באַשײד.
קומט אַן ענטפֿער: אָהינטער יענער כאַטע
אױפֿן באַרגשפּיץ, װוּ די זון פֿאַרגײט.
                                       ▮
אמת טאַקע ן אױב אַזוּי, ־—־ ניט קלערן,
אָניאָגן די שקיעה 1 און איך לױף
אױבן, דוּרך אַ זילבערנעץ פֿון טרערן,
װו די װעלט זיך ענדיקט, באַרג אַרױף.
בײַם סיבירער גאָט די אױגן מאָנען,
ס'זאָל ניט זײַן מײַן בענקעניש אומזיסט.
אַלע יאָרן ביז־מיר, יאָר־מיליאָנען,
צאַפּלען פֿון די שנײען: זײַ באַגריסט.



ב
הינטער מיר —־ אַ פּינטעלע אַ טאַטע.
ס'האַרץ, דער זון אַנטקעגן, אין גאַלאָפּ.
שױן, דערלאָפֿן אױבן צו דער כאַטע 1
נאָר די שפּאַנוּנג מאַניעט, לאָזט ניט אָפּ.
מײַנע ליפּן צוען זיך צום שײַטער,
װאָס באַשײַנט דעם װאָיענדיקן דנאָ.
טאַטינקע 1 עס ציט די װעלט זיך װײַטער,
און קײן סוף ־—. ניטאָ, ניטאָ, ניטאָ.
טאַטע הערט ניט. שטערן פֿאַלן גרינע.
טאַטע זעט ניט, אַז פֿון העלער הױט
װער איך פֿון אַ יונגל —. אַ לאַװינע,
װעמען ליכט און װוּנדער האָט געבױט.
                  





11
 װי אַ שליטן אין פֿאַרבענקטן קלינגען

אױפֿן שנײ דעם דימענטענעם, בלאָען
שרײַב איך מיטן װּינט וּױ מיט אַ פּען,
בלאָנדזשע אױף די גלימערדיקע דנאָען
פֿון זײַן קינדהײט. האָב נאָך ניט געזען
אַזאַ לױטערקײט, וּוּאָס קאָן באַצװינגען
אַלע עלנט־שאָטנס פֿון געדאַנק.
װי אַ שליטן אין פֿאַרבענקטן קלינגען
גלעקלט דאָ מײַן לעבן דין און לאַנג
דורכן אָוּונטסטעפּ, װאָס אין זײַן שפּיגל,
צוגעטוּליעט מיט דער נאָז אַראָפּ,
לױערט די לבֿנה, און צוּוּײ פֿליגל
שלאָגן אָפּ.


פֿײַערדיקער פּעלץ
פֿעלדער —— בלאַנקע, בלענדיקע מעטאַלן,
בײמער —־־ אָפּגעגאָסענע מיט פֿעלדז.
שנײען האָבן מער ניט וּװּ צו פֿאַלן,
ס'טראָגט די זוּן אַ פֿײַערדיקן פּעלץ.
מיט זײַן דימענט־פּענדזל אױף מײַן שאַרבן
מאָלט דער קינסטלער פֿראָסט װי אױף אַ שױב
זײַנע שנײ־לעגענדעס פֿול מיט פֿאַרבן,
▮שרײַבט זיך אונטער▮ מיט געפֿלי פֿון טױב.
זון פֿאַרגײט אין מיר. ניטאָ די זוּן מער.
בלױז מע זעט איר פֿײַערפּעלץ אַלײן
אױף אַ לאַנגער צוּוײַג. און איך.—־ אַ שטומער —־.
אָנטאָן װיל אים ערבֿ זײַן פֿאַרגײן.
                  





גג
אין אַ סיבירער װאַלד

א
יןנגע זוּן, וּואָס אײביקט נײַ געבאָרן,
קײַקלט זיך אין שנײ מיט מיר באַנאַנד.
זאָגט דער טאַטע: ▮קינד מײַנס, לאָמיר פֿאָרן
ברענגען האָלץ פֿון וּואַלד''. אוּן ס'וּוערט געשפּאַנט
אונדזער זילבער־לאָשיק אין אַ שליטן.
ס'בלאַנקט די האַק. אין פֿלאַמענשנײ דער טאָג
פֿוּן געשלײַפֿטע זונמעסערס צעשניטן.
פֿונקענשטױב ־— דער אָטעם 1 און אַ יאָג
איכער סטעפּ פֿון שלאָפֿנדיקע בערן
דורכן זונגעװעב. דער שנײ קלינגט צוּ.
אַלע נעכטן אָפּגעשיטע שטערן
ליגן איצט פֿאַרפֿראָרענע, אין רו.



ב
װּאַלד. אַ פֿרישע בליציקײט אױף צוּוײַגן
אָטעמט אױס דעם װאָלפֿישן געהײַל.
אָנגעגליטער עכאָ פֿונעם שװײַגן ——
שיסט אין מיר אַרײַן אַ הײסע פֿײַל.
יעדער שנײ איז אַ פֿאַרפֿראָרן גלעקל,
גיב אַ ריר אוּן ס'ענטפֿערט מיט אַ קלונג,
אוּן דער קלונג ——. אױף טױזנט אַ צעברעקל.
פּלוצעם וּוײַזט אַ פֿיקסל מיר די צוּנג
פֿרנעם שנײגעצעלט און שױן פֿאַרזונקען.
—▮ ''פֿיקסל, האָכ ניט מורא 1', ־— און מײַן באַק
װאַרעמט זיך בײַ הענגענדיקע פֿונקען,
כיז די זון פֿאַרגײט אין טאַטנס האַ▮..
                                      י
                  






13
ג
צדען מיר אַהײם צוּם שטילן כוטער ——
בלאָנדזשעט מײַן נשמה נאָך אין װאַלד.
און דער װאַלד אַ גוטער, אַ באַרוטער,
װאַרעמט זי אין בוזעם און באַשטראַלט.
נעמען שטערן מיט געזאַנג מיך קרײנען,
שטערן אױפֿגעבלאָזענע אין װינט 1
און לכּבֿוד שטערן װילט זיך װײנען...
ביז דער לעצטער בױם פֿון װּאַלד פֿאַרשװינדט,
און עס בלײַבן שטײן אין שנײ די שניטן.
דעמאָלט וּועקט מיך אױף דעם טאַטנס קול.
זע איך: די לבֿנה איז אין שליטן
מיטגעפֿאָרן צו מײַן הײם אין טאָל.


צום טאָטן
טאַטע, נאָכן שליטן מיט דײַן אָרון
נאָכגעלאָפֿן בין איך דיר, כּדי
אָנצױאָגן ערגעץ דײַן זכּרון
מיט אַ טױב אין בוזעם װײַס וּױ שנײ.
װען עס האָט אַ כוטער דיר אַ נײַעם
אױסגעהאַקט אַ האַרצקלאַפּיקער לאָם,
און פֿאַרשלוּנגען האָט דיך באַלד אַ תּהום,
װוּ דוּ פֿינקלסט אונטער אײַז עד־היום ־—.
האָב איך דאָרט אַרײַנפֿאַלן געװאָלט 1
נאָר מײַן טױב איז דעמאָלט גראָד פֿאַרפֿלױגן,
אָװנטזון באַקרײנט מיט װײַסן גאָלד,
און אַרױף צום לעבן מיך געצױגן...
                 





14
אירטיש
שטיל 1 פֿון װאַנען קװאַלט אַזאַ מין קלינגען ן
ס'וּױל אַנטלױפֿן דער אירטיש פֿון ברעג 1
זוכט אין קאַלטע, כװאַליעדיקע רינגען
אָפּגעפֿלײצטע פּנימער פֿון טעג.
עפֿנט ער די אױגן צו די שטערן
פֿון אַן אױסגעזעגטן ראָד: ▮װי לאַנג
וּךעט דער פֿרילינג מײַן געבעט ניט הערן,
װעט דעם אײַז ניט שנײַדן מײַן געזאַנג ןאָ
זשומעט נאַכט אין באָרד אַרײַן אַ סוד אים:
——־. אָס'װערט שױן אױסגעשמידט אַ זון 1▮ און גלײַך
פֿאַלט אַראָפּ אַ שטערנדל פֿון פֿאָדעם
און —— אַ קוש דעם װינטערדיקן טײַך.


שנײמענטש

א
שנײמענטש, דענקמאָל נאָך אַ קינדהײט, היטער
פֿון אַ קאַלטן אוצר 1 ניט אומזיסט
גלײבן גלײב איך: דו ביסט מײַן געביטער.
זײַ מיר, שנײמענטש, טױזנט מאָל באַגריסט ז
ביסט דער גאָט פֿון קינדער און פֿון װינט.,
                                        .
לעבן דיר מײַן חלום שטײט געקניט.
ס'קומען וּועלף אין גאַנצענע געזינטן
אוּן זײ רופֿן: שנײמענטש, היט, באַהיט 1
אײביק ביסטו שנײמענטש, ניט צעשמאָלצן
װערט דײַן פֿינקל־פּאַנצער פֿון קרישטאָל.
אָ, װי שײן דו טאַנצסט אױף דײַנע שטאָלצן
פֿאַר די שטערנמענטשעלעך אין טאָל 1
                  




15
ב
שנײמענטש, אוּמגעלומפּער, מיט אַ טעפּל
אױפֿן קאָפּ אַנשטאָט אַ קרױן 1 באַװײַז
נאָך אַ מאָל דײַן שמײכל פֿונעם נעפּל,
װאַרעם אָן מײַן עלנט מיט דײַן אײַז.
אױב מײַן בענקשאַפֿט איז צו דיר דערגאַנגען —
אין די זעלבע טריט־סימנים גײ,
װעסטו אין אַ שטיבעלע פֿון קלאַנגען
מיך געפֿינען הפֿילה טאָן צו שנײ.
ניט געפֿונען —— האָב ניט קײן פֿאַראיבל,
קענטיק, אַז מיר האָבן זיך געמײַדט.
ירשן מײַן געװּעזנקײט פֿון שטיבל
אוּן פֿאַרענדיק אָטעמען מײַן צײַט.


טיבירער פֿריליגג

א
ס'נעמען פּאַטשן פֿילקאָלירטע פֿליגל
איבער טײַגע־װילדערניש אין װינט.
ס'קװאַלט אוּן ריזלט װּי צעלאָזטער שפּיגל
מײַל נאָך מײַל און בײַ די ראַנדן גרינט.
נאַסע שנײען זינגען אַ געזעגנס,
פֿליגלען, שפּיגלען פֿול מיט פֿאַרב און קלאַנג.
מיטן יונגן לײבנברום פֿון רעגנס
פֿלאַקערט אױף דער קינדערשער פֿאַרלאַנג
אָנצױאָגן אַלע װילדע שטראָמען,
געבן זיך אַ פֿױגלדיקן טראָג
איבער מענטשן, װעלדער, פֿעלדזן, ההומען ־—.
צו דעם נײַעם, יום־טובֿדיקן טאָג 1
                         




16
ב
מיטן שימער פֿון די העלע גךינען
שלײַפֿט זיך דער אירטיש אָן װילד געשטײן.
װיל די כװאַליעס זײַנע קריק געפֿינען,
װײַלע קרועס האַלטן שױן אין גײן...
און אַנשטאָט צו קוקן שרעקיק־פֿינצטער
דורך זײַן אײנעם אױסגעזעגטן ראָד —
קוקט ער איצט מיט כװּאַליע מיט דעך מינדסטער
װי עס גײט די װעלט אַ קאַראַחאָד
רונד אַרום דער זון, װאָס אי מיט חעזה
װאַרפֿט זי שװּערדן, אי זי לעקט אַצינד
ס'פֿינקלענדיקע אײַזליכט פֿון בעריאָזע,
װי עס לעקט זײַן צוקערל אַ קינד.


קיךגיזן
שלום אײַך אין װײַטעניש, קירגיזן,
בײַם אירטיש, פֿון שײַטערן באַגילדט,
װוּ צעװישן טאַנצנדיקע שפּיזן
װיקלט איר אַ ניגון און פֿאַרשפּילט
אײַער אומעט, ביז איר פֿאַלט אין דרעמל.
יעדער זוּפּט װי בראַנפֿן זײַן געװײן.
און דער אַלטער הױקער פֿונעם קעטל
שמײכלט מיט די קנײטשן, קאָן פֿאַרשטײן
די מוזיק פֿון אײַער געלן פֿיבער.
װען מײַן לעבן צאַנקט װי אַ לאַמטער,
בײג איך מײַן געזאַנג צו אײַך אַריבער,
עפֿן זיבן אױעךן און ——־. הער.
                 





ץ1
מײַן הברל טשאַנגורי

א
לעבסטו נאָך, מײַן חבֿרל טשאַנגורי,
אָדער ביסט אַ שנײוקע געשטאַלטז
פֿון די װאָלקנס פֿלעמלט מיר דײַן צורח
מיט די אַפּלען אױסגעבאָרגט אין װאַלד.
קום זיך שפּילן װידער און געפֿינען
װאָס מיר האָבן קײן מאָל ניט געחאַט.
מיטן ערשטן אָטעם פֿון באַגינען
לאָמיר קושן יעדער גראָז און בלאַט.
לאָמיר זשליאָקען קליאַטשעמילך פֿון לאָגל
און אױף סאָװעס מאַכן אַ געיעג.
לאָמיר, ברודער, נאָכן לאַנגן װאָגל
אײַנשלאָפֿן װי דעמאָלט פּאַזע װעג.


ב
קום צו ךײַטן װידער אױף דײַן טױבן,
הױקערדיקן קעמל, און געשװינד
פֿאַרן פּיצל העמד אַ צי מיך אױבן, —־.
און אַװעקגעלאָזן זיך אין װינט,
צו באַגעגענען אין שטילע װינקלען
דעם געבורט פֿון שאָטנס ערבֿ נאַכט.
אַלע גראָזן צױבערן און פֿינקלען,
עס דערקענט אַלײן זיך ניט די פּראַכט.
פֿלעקן לעבנס טונקלען אין די װײַטן,
דער אירטיש, אַ װאָלקנדיקער, גליט.
ס'בלױט דער קעמל. און מיר בײדע ךײַטן
צו די בלאַנקע פֿעלדזן פֿון גראַניט.
                 





.1
ג
װען די בערג די שטאָציקע פֿאַרשװינדן —־
גיט אַ שװּוּם אַ פֿיאָלעטער װאַלד.
ס'נעמט אַ לאַנגע אָװנטהאַנט פֿאַרבינדן
אַלצדינג װאָס באַזונדער זיך באַהאַלט.
אױף אַ יאָדלע טאַנצט דאָס לעצטע פֿלעמל.
אױף די ליפּן טאַנצט דאָס לעצטע װאָרט.
אין אַ גראָזן־חלום קניט דער קעמל.
טונקעלער. און בלױז די שטילקײט קלאָרט.
פֿײַכטן װאָלקן שנײַדט אַדורך אַ בראָנע.
עפֿנט זײַנע סודות. נאַכט קומט אָן.
און מיר עסן בײדע די לבֿנה
װי אַן אױפֿגעשניטענעם קאַװאָן.


בײַם שײַטער

א
בלאָזט די נאַכט פֿונאַנד אין װאַלד אַ שײַטער,
װערן יונגע בײמער גראָ פֿון שרעק.
צװישן קנאַקנדיקע צװײַגן, קרײַטער,
פֿאַלן שאָטנס, װּוּ עס בליצן העק.
און קירגיזן ——. קינדער, פֿרױען, מענער ־—
שפּיגלען זיך אין זײער שאַרפֿן ראַנד.
ס'קנאַקן צוּוײַגן מיטן קרײ פֿון חענער.
און װּי פּערל פֿון געפּלאַצטן באַנד
פֿאַלט אַ טױ אױף שטײַגנדיקע פֿונקען,
פֿאַלט אַ טױ אױף בעטנדיקע הענט.
און אַ פֿױגל אין דער נאַכט פֿאַרזונקען ־—..
קומט צו פֿלוען, און זײַן פֿידל ברענט.
                 




19
         ב
         איצט דערלאַנגט אַ פֿלאַטער פֿול מיט גבֿוךח
         לעבן פֿלאַם אַ בראָנדזענע געשטאַלט.
         און אין טאַנץ מיט זילבערנער באַנדורע —
         אַ געדרײ צוזאַמען מיטן װאַלד.
         אַ געדרײ. אַ פּױק. אַ הײסער ניגון.
         ביז אין פֿונקען־ריטעם פֿון קאָנצעךט —
         נעמט די געגנט גלאָקיק זיך צעװיגן,
         פֿאַלן לעצטע שטעךן אין די בעךד.
         נעמען שיכּור צוטאַנצן קיךגיזן
         אין אַ קײט בײַם פֿלאַקערדיקן טיש.
         און מיט כװאַליעס, לױפֿנדיקע שפּיזן,
         קיצלט האָריזאָנטן דער אירטיש.
         

צפֿון־שטערן
         צפֿון־שטערן, שפּאַנסט מיט מיר אין אײנעם,
         כ'בין דײַן שנײמענטש אין אַ קלײד פֿון הױט.
         פֿאַר מײַן קעלט צעלױפֿן זיך די שכנים,
         בלױז בעריאָזעס בלײַבן לעבן פּלױט.
         צפֿון־שטערן, ביזן טױט געטרײַער,
         װיפֿל מילדקײט װעקסטו און דערמאָנסט 1
         אַלע זומער שנײט אױף מיר אַ פֿײַער,
         אַלע װינטער גלינסטו מיר און גלאָנסט.
         זאָל די ניט־פֿאַרגאַנגענע דערמאָנונג,
         צו דײַן כלאָען שמײכל זײַן געװענדט.
         זאָלן אָט די קלאַנגען, זאָל די מאָנונג,
פּ19     בלײַבן איבער מיר אַ מאָנומענט.
                           





.1
 ▮
ב אַנדער ב—אמנען
  ▮
,
        װּײַטער פֿון די דלד אַמות


װײַטער פֿון די דלד אַמות,
װו עס ברענט דער שפּור פֿון מײַנע טריט,
שפּרײטן זיך פֿונאַנדער פּאַנאָראַמעס
פֿון גראַניט.

פֿײַערדיקע פֿעלדזן. טיפֿע ההומען.
פֿון צעשמאָלצן גאָלד אַ ניגון פֿליסט:
־—־ ליבער, זאָל דײַן אומבאַקאַנטער נאָמען
זײַן באַגריסט.

נעם איך קלעטערן אַרױף. איך קלעטער
איבער פֿעלדזנשטיגן ביז איך גרײך
צו די בלאָע בראשיתדיקע געטער
אין דער הײך.

אין עקסטאַז פֿון מײַן באַריר זיך שמעלצן
די קאָלירן ——־ בלאָ און פֿיאָלעט —־.
און כ'קריץ אױס אױף אײנעם פֿון די פֿעלדזן
מײַן פּאָרטרעט.


אַז איך זע װי שפּאַנענדיק און מונטער
מיך באַװעלטיקט פֿון גראַניט מײַן בליק,
נידער איך פֿון פֿעלדז אױף דר'ערד אַרונטער
פֿול מיט גליק.

אין אַ װײַסן פֿלאַם די בערג זיך הילן.
זילבערלעכע עכאָס —־ מײַנע טריט.
כ'האָב אַרײַנגעבלאָזן הײַנט מײַן װילן
אין גראַניט...
                   



13
                      נאָקטורן
         

אַ קוּואַל, פֿונעם ערדישן האַרץ אַרױס —־
         רײַסט זיך מײַן לעבן צו ליכטיקײט.
         אין דער טיפֿעניש פֿון מײַן איך
         ברילט דער װײגעשרײ פֿון אַ לײב
         אַ פֿאַרװונדיקטן.
         
פֿאַרשרײַב איך מיט אײגענעם בלוט
         אױפֿן טאָװל פֿון דער נאַכט,
         אַז איך ליג אַן עלנטער אין אַ סקירדע הײ
         און איך זע: איבער מײַן קאָפּ
         גײט אױף װי אַ חאַרף
         די האַלבע לבֿנה
         און עמעצער שפּילט אױף איר
▮19     מיט קאַלטע פֿאַרבלוטיקטע פֿינגער.
                        


















.1
               באַשאַפֿונג


אָ, דאָרט, װוּ דער טאָג זײַנע פֿאַרבן
צינדט אָן איבער טאָלן און בערג,
איך שטײ מיט פֿאַרקאַשערטע אַרבל
און שאַף מיר מײַן זינגעװדיק װערק.

פֿון שטראַלכעלעך, קלאַנגען, סיגנאַלן,
פֿון זעונגען, זוניק געזען,
עס הײבט מיך אָן פּלוצלונג באַפֿאַלן
דער װונדער פֿון העלן געשען.

אין אָנהײב איז אַלץ אין טוּמאַנען,
אין אָנהײב איז גאָרנישט ניטאָ,
נאָר אָט.—. און איך װײס ניט פֿון װאַנען —־־
צעשטראַלט זיך דער חימל אין בלאָ;

און דורך די אַנטפּלעקטע געװעבן,
װוּ ס'פֿורעמט זיך אױס דער באַשאַף,
עס פֿלאַטערט אַרײַנעט דאָס לעבן
װױליונגעריש, ליכטיק און בראַװ.

עס טוען אַ פֿאָך זײַנע פֿליגל
אַזױ װי אַ גילדענע שער,
ביז אױך יעדער שלײער אוּן ריגל
פֿאַלט אָפּ און פֿאַרצױמט שױן ניט מער.

ביז אױך מײַן פֿאַרבענקטע אַלײנקײט
װאַכט אוּיף אין דער פֿרײדיקער מי
און כ'װאָרצל זיך אײַן אין דער שײנקײט
אַזױ וּױ אַ בױם אין געבלי.
                  



15
         װי פֿײַפֿעלעך טױוק־באַגלעטע
         צעהענגען זיך רגעס אין שײַן.
         דאָס האַרץ טוּט אַ שפּרונג ——. אַ ראַקעטע
         אין אָפֿענעם לעבן אַרײַן.
         

און װײַט, דורך דער נאַכטס האָריזאָנטן,
         דערזע איך: עס װאַקסט, עפּעס חעלט.
         אין מאָרגנרױט נעמען זיך אָנטאָן
         אַ װאַלד. אַ מדינה. אַ װעלט.
         
בריליאַנטענע שטילקײט. עס גאַפֿן
         די אױגן אין װײַטקײט געװענדט:
         האָב איך עס אַלײן איצט באַשאַפֿן, ־—
ט19     אַלײן, מיט די אײגענע הענט ן
                         


















16
                             אָט בין איו דאָו
         

אָט בין איך דאָך, אַן אױפֿגעבליטער אין מײַן גאַנצער גרײס,
         פֿאַרשטאָכן מיט געזאַנגען װי מיט פֿײַערדיקע בינען.
         איך האָב דערהערט דײַן רוף צו מיר פֿון ליכטיקן באַגינען
         און זיך צו דיר אַװעקגעלאָזט דורך נאַכט און שטױב און שװײס.
         עס האָבן שטעט און דערפֿער זיך פֿון מיר אַװעקגעריסן,
          אַ בליץ האָט דין אַ צונד געטאָן מײַן אַלטע, גראָע הײם.
         אַ רעגן האָט פֿאַרװישט די רױטע שפּורן.
          און כ'בין געבליבן פֿאַר דײַן נאָמען שטײן,
          װי פֿאַרן בלאָען שפּיגל פֿון געװיסן.
          די הענט מײַנע וּױ צװײַגן אָפּגעשוּנדענע
          קלאַפּן האַסטיק אין דײַן העלער טיר.
          די אױגן מײַנע, צאַפּלדיק־פֿאַרװוּנדערטע,
          צוען זיך װי זעגלען צװײ צו דיר.
          נאָר מיט אַ מאָל: די טיר איז אָפֿן.
          ביסט ניטאָ.
          ס'איז אַלץ אַנטלאָפֿן.
          ביסט ניטאָ.
          עס בלײַבט אַ ליד.
          אַ נאַרישער געװײן.
5פּ1     אַ ניט־פֿאַרשטײן.
                                     












17
              בלאָנדער באַגינען


עס הענגט איבערן טאָל דער מאָרגן־שטערן
װי אַ גילדן גלעקעלע און —־. װאַכט.
איבער װײַסע פֿינגערדיקע צװײַגן
פֿון בעריאָזקעס גײענדיקע בךענט
אין װײנענדיקע פֿײַערן די נאַכט.

קוק זיך אײַן אין דעם געבורט פֿון װעלטן 1

גראָזן פּלאַפּלען. װאָרצלען לאַכן. הימלען העלן.
בײמער זענען שטומע װיאָלאָנטשעלן.
און די טוּיזנט שטילקײטן באַזונדער
רײדן אױף דער בלאָנדער שפּראַך
פֿון זאַנגען.
די זאַנגען זענען נאָך מיט ערד פֿאַרדעקט,
נאָר עס שמעקט
פֿון זײ מיט בלאָנדן יום־טובֿ.
     שטיל. די טױען קושן זיך. עס פּאַטשן
     זילבערדיקע פֿליגל. בלעטער װײנען.
אַ פּאַסטעך זינגט אַ פֿױגלשע מעלאָדיע
דורכן טאָל
און זײַן ליד האָט אַלע זיבן חנען.

איך הײב זיך אױף פֿון שטעכלקע־געלעגער        פּ
און שפּרײַז אַװעק אַ באָרװעסער אױף דעמערדיקע שטעגן.
גראָזן טראַכטן װעגן מיר ־—
איך פֿלאַטער זײ אַנטקעגן.
שטילקײטן צערײדן זיך אַלץ העכער.
אַ װינטל הענגט זיך אױף מײַן האַלדז
                    





18
און װיל מײַן בענקשאַפֿט רױבן...


מיט מאָרגנטריט אַ װאַנדערער קומט אָן.
איך גיב אים אָפּ מײַן לעצטן שטיקל ברױט
און פֿון זײַן װאַנדער־טאָרבע נעם איך ־— גלױבן.
    
דער טאָל װערט אױפֿגעהילכט,
     ס'איז הױלער קלאַנג.
     דער מאָרגן־שטערן װאַכט.
    די פֿאַרבן רינען.
     
איך װאַש אַראָפּ אין סאַזשלקע
     פֿון זיך די בלאָע נאַכט
     און גרײט זיך צו דעם יום־טובֿ
     פֿון באַגינען.
                      

















19
                            הײמישע פֿעלדער
         

ס'אָטעמען הײמישע פֿעלדער מיט חאָניק פֿון יוגנט,
         װײַסע בעריאָזעס דערמאָנען אין פֿרוע מעת־לעתן.
         ליכטיקע פּשטות פֿון ערד 1 ס'איז מײַן גורל באַנוגנט.
         הילכיקער, שטאָלענער טרױער 1 איך װּעל דיך פֿאַרגעסן.
         
כ'װײם ניט צי אױפֿגאַנג בין איך, צי פֿאַרלױרענע שקיעה,
         אפֿשך ־— אַ װינטמיל, װאָס מאָלט אירע אײגענע שעהען.
         איצט, װען איך צװאָג מײַנע אױגן אין בלאָער װילוע,
מ19     הײבן זײ אָן אױף דאָס נײַ מיט דײַן ליכטיקײט בלאָען.
                                  























.3
                     אין טאָרבע פֿונעם װינט
          

אַ באָרװעסער װאַנדראָװניק אױף אַ שטײן
         אין אָוּונטגאָלד
          װאַרפֿט פֿון זיך אַראָפּ דעם שטױב פֿון װעלט.
         פֿון װאַלד אַרױס
         דערלאַנגט אַ פֿלי אַ פֿױגל
          און טוט אַ כאַפּ דאָס לעצטע שטיקל זון.
         
אַ װערבע פּאַזע טײַך איז אױך פֿאַראַן.
         

אַ װעג.
         אַ פֿעלד.
         אַ צאַפּלדיקע לאָנקע.
         געהײמע טריט
         פֿון הונגעךיקע װאָלקנס.
          װוּ זענען די הענט, װאָס שאַפֿן װוּנדער ן
         
אַ לעבעדיקע פֿידל איז אױך פֿאַראַן.
          
איז װאָס זשע בלײַבט צו טאָן אין אָט דער שעח,
          אָ, װעלט מײַנע אין טױזנט פֿאַרבן ן
          סײַדן
         צונױפֿקלײַבן אין טאָרבע פֿונעם װינט
         די רױטע שײנקײט
          און ברענגען זי אַהײם אױף אָװנטברױט.

מ19     אַן עלנט װי אַ באַרג איז אױך פֿאַראַן.
                               






31
         אַ פֿײַער־פֿרגל


װידעך,
וּױ אַ דימענט פֿון אַ ימיק־טיפֿן דנאָ,
בליצט אױף אין מיר
מײַן פֿינקלדיקע קינדחײט ——.
אָט די,
װאָס כ'האָב אױף װיאָרסטן פֿון סיביר
)מײַן הײם.—. שױן לאַנג ניטאָ(,
צעריסן און צעװינטיקט.
בלאַנקער שנײ.
אַ כוטער בײַם אירטיש.
געבלענד פֿון פֿעלדער.
און אין געדרײ
פֿון שנײ
און טײַגע־הימען
בלי איך,
גײ איך אױף
צום בלאָען הימל.
   
װי פֿײַערלעך פֿון װעלף
   אין װײַטן צאַנק,
   זע איך װּי עס צוען זיך די שפּורן
   פֿון מײַן העל־סיבירישן געזאַנג.


נאָר איבער מיך: —־.
אַ װעלט מיט טריט,
מיט ביקסן און גאַלאָפּן;
מיט גורלדיקער אױפֿטרײסלונג
פֿון קינדערשן געמיט,
              




31
         מיט זעונגען,
         וּוּאָס פֿלאַטערן צוקאָפּנס.
         
אַ לעגענדע, אָנגעטאָן אין זילבער,
         קלינגט אַרײַן פֿאַרענטפֿערונג אין אױער.
         ס'װערט זוניק־העל.
         עס עפֿנט זיך אַ טױער.
         אַ פֿײַער־פֿױגל קומט פֿון װײַטע שטעגן
         אוּן שיט מיך אָפּ מיט פֿיל־קאָלירטן שנײ
         פֿאַר מײַנעט װעגן...
         



־—. — —— —— ־— ——־ ־— — ־— —
         נאָר וּװ בין איך ן
         װּער האָט מיך דאָ פֿאַרטראָגן ן
         ס'איז ליטע ניט מײַן הײם,
         כאָטש אוּיף איר שװעל
         ליג איך וּױ אַ הונט אין רױע פּלאָגן;
         מיך רײצט די װעלט,
         װוּ כ'האָב צום ערשטן מאָל
         געפֿיבערט אין אַ װוּנדערלעכן טאָגן.
         



־—־ ־—. ־—־.—.—. —־. ־— —־ ־— ־—
         ס'וּוערט זוּניק־העל.
         אַ שעה פֿאַרגײט, און צװײ.
          מײַן בלוט װערט הײס
         פֿוּן זינגענדיקן שנײ.
             
װי פֿײַערלעך פֿון װעלף
             אין װײַטן צאַנק,
             זע איך װי עס ציִען זיך די שפּורן
־19        פֿון מײַן חעל־סיבירישן געזאַנג.
                          



33
                          דער פֿױגל און די האַגט


אין אַ שטילן זומערדיקן פֿאַרנאַכט, װען אין דער לופֿטן זענען געחאַנגען
קלײנע פֿילפֿאַרביקע פֿידעלעך און די ערד חאָט אַרױסגעאָטעמט איר
בלאָע אָװנט־בענקשאַפֿט, בין איך אײנזאַמיק געלעגן בײַ אַ טונקעלן ברעג
פֿון אַ טײַך אונטער אַ טױוקער ראַבינע און געטראַכט װעגן מײַן 
אָפּגעפֿלױגענער קינדהײט.
אַ שיפֿל האָט זיך געגליטשט איבערן װאַסערפֿלאַך און אַדורכגעקושט
די זײַדענע שטילקײט.
מיט אַ מאָל האָט אַ פֿױגל, װי אַ קאָלירט שטיקל זונפֿאַרגאַנג, 
אַרױפֿגעהיפּערט אױף מײַן אַקסל, און מיט אַ פֿיבערדיקן ציטעך, װאָס האָט
צוריקגעבראַכט דעם עכאָ פֿון פֿרײד, מיר אין דער שטיל אױף טרעלנשפּראַך
אײַנגערױמט דעם גװאַלדאָװנעם סוד, אַז ענדלעך נאָך דרײַ יאָר הפֿיסח
האָט ער איבערגעביסן די פֿאַרשאָלטענע קראַטקעלעך פֿון שטײַגל און נאָך
אַ לעבן פֿון פּײַן און געבונדנקײט זיך אַ צעפֿלאַטער געטאָן אין דער
גילדענער װעלט.
אַ פֿאַרװוּנדערטער, האָב איך אױסגעהערט די דערצײלונג פֿונעם שײנעם
פֿױגל און מיט שׂימחה אױסגערופֿן:
־— גוט אַזױ, געבענטשט זאָלסטו מיר זײַן, דו מײַן פֿרײַער פֿױגל 1
נאָר אַז איך האָב זיך אײַנגעקוקט און דערזען זײַנע פֿילפֿאַרביקע
פֿײַערדיקע פֿעדערן, װאָס האָבן געפֿינקלט צו מיר מיט דערחױבענער
שײנקײט, און די בריליאַנטענע אױגן זײַנע אין דער אָװנטיקער 
בלאָקײט, ־— האָט זיך פֿלינק און אומגעריכט אַ צי געטאָן פֿון גראָז אַרױס מײַן
האַנט און װי אַ לעמפּערט אַ שפּרונג געטאָן אױפֿן באַפֿרײַטן פֿױגל...
די פֿעדערלעך, װּאָס זענען געהאַנגען אין דער לופֿטן, האָבן זיך 
פֿונאַנדערגעװײנט...
און דער פֿױגל, וּוײַס װערנדיק װי שנײ פֿון דער שרעק, חאָט מיט אַ
מענטשלעך געשרײ אַ צעשפּרײט געטאָן זײַנע פֿאַרבלוטיקטע פֿליגל, זיך אַ
הײב געטאָן, אַװעקגעפֿלױגן צו דער אױפֿגײענדיקער לבֿנח, און 
אַראָפּגעפּליוכעט אַ שוּואַרצן געװײן איבער דעם זומערדיקן פֿאַרנאַכט.
אַ גאָלדן פֿעדערל איז בלױז הענגען געבליבן אױף מײַן ציטערדיקער חאַנט.
                                   



.3
                      ט▮


װידער ליגט די ערד אין פּײַערפֿאַרבן.
ס'איז פֿרוער האַרבסט. עס זינגט די פּען: ס'איז שײן!
די פֿײַער־שײנקײט שמעקט מיט רײַפֿע גאַרבן,
אין פֿײַער־שײנקײט װאַנדערט מײַן געבײן.

ס'איז פֿרוער האַרבסט. דאָס האַרץ פֿון ערד איז אָפֿן, —.־.
אַנטפּלעקט דעם רײץ פֿון אױפֿבלי און פֿאַרבלי.
עס פֿלאַטערן דורך מיר פֿאַרבענקטע סטראָפֿן,
װי פֿײגל אין אַ װוּנדערלעכן פֿלי.

װוּהין איז זײער פֿלאַטערניש, צו װעמען
בענקען זײ אין אָט אָ דער מינוט ן
ס'איז אומבאַװוסט. און שװער איז צו פֿאַרנעמען
זײער דינעם ניגון אין מײַן בלוט.

און איך ־—. װי אױף אַ בונטער פֿאַרב־פּאַלעטער,
איך בלאָנקע דאָ. מיר דאַכט, צום ערשטן מאָל;
אױפֿן קאָפּ ־— אַ קראַנץ פֿון דעמבנבלעטער
און אין האַרצנמױל ־—. אַ פֿײַפֿיאָל.


האָב איך װען געהאַט אַזאַ דערהײבונג,
האָב איך װען אַזױ פֿיל מוט געהאַט, —־
װי איצטער, װען מײַן יעדער נערװ איז גלײביק
און ס'פֿאַרװעלקט מײַן צװײפֿל װי אַ בלאַט ז

נײן, ס'איז ניט דער רײץ פֿון פֿאַר אַ יאָרן,
נײן, ס'איז ניט די בענקשאַפֿט פֿון געװען.
װי די ערד, מיט פֿרוכטן און מיט קאָרן,
איז איצט רײַף מײַן לעבן און מײַן פּען.
                        



35
               זתּיק לעבן


זוניק לעבן, װאָסערע װאָלקנם
האָבן דײַן פֿרײדיקן אױפֿשטךאַל געקךײצט ־—.
איצט, װען עס בלוען אױף דר'ערד פֿואָלקעם
און איבער בײמער דער אָװנט פֿלײצט ן

ביז צום געפּלאַץ דאָס געפֿיל אָנגעצױגן.
ליפּן פֿליסטערן אין געװאַרג.
װי אַ צעשניטענער רעגן־בױגן
װאַרפֿט זיך מײַן האָפֿענונג הינטער אַ באַרג.

נאָר ס'איז ניטאָ קײן באַהעלטעניש. זאָל עס
אַלצדינג נאָך מערער אַנטפּלעקט זײַן דערפֿאַר.
פֿרײַהײט און גלױבן —־. צװּײ העלסטע מזלות
װאַרפֿן מיט שטײנער מיר האָנאָראַר.

גוט נאָך, װאָס צאַרטע אָרעמס דערפֿרײען,
לײַכטן אין שײנקײט, און װײַט אױפֿן סטעפּ
זינגען ציגײַנער, און סאָלאָוּױיען
פֿלאַטערן איבער געבױגענע קעפּ.
                  













36                                             ▮
     אַרוּם די פֿײַערן


אַרום די פֿײַערן דײַנע, נאַכט,
שמידן מיר אונדזער װילן.

העל איז די נאַכט
און דער טאַנץ איז העל.
און לױטער די רגע ־—
אַ ליכטיקע װעל
פֿון אַ װײַסער לאַװינע.
סטעפּ. שטום.
עס עפֿנט זיך ברײטער
דער רונדער אַרום.


—־ װער זענט איר,
אָ, גײער פֿון נאַכט,
בײַ דעם אױפֿבלי
פֿון גילדענע פֿײַערן ן


־—. מיר זענען אַ האָרדע פּאָעטן
פֿון אַלערלײ שבֿטים און לענדער.
מיר טראָגן דעם רײץ פֿון פּלאַנעטן,
דעם פֿיבער פֿון ערד און לעגענדע.


און ס'האָט אונדז צוזאַמען
פֿאַרברידערט,
פֿאַרלידערט,
די ליבע,
דאָס לעבן, ־—
דער פֿלאַם פֿון די פֿלאַמען.
           





37
         —— זענט איר װיזיע צי װאָר ן
         
— מיר זענען דאָס רױטע געשפּענסט פֿון אַ דוך.
         עס צײַטיקט אַ בענקשאַפֿט, זי ברענט און באַגערט,
         װי אַ גײַזער פֿון אונטער דער בראָנדזענער ערד.
         און כװאַליעדיק־העל װי פֿון פֿײַער דער פֿלאַם
         גײט אױף אין דער נאַכט אונדזער מעכטיקער שטאַם...
         
־—. דער פֿאַרלאַנג.
         

—־. ברױט און געזאַנג.
         ברױט װי געזאַנג.
         פֿלאַטער פֿון זאַנג.
         נעזאַנג פֿון געדאַנק.
         געדאַנק פֿון געזאַנג.
            
מיר טאַנצן דעם טאַנץ פֿון גערעכטע.
            די װעלט איז אין אונדזער רשות.
            אַלע װערטער אין שׂינאה פֿאַרשװעכטע
            װּאַכן אױף אונטער ריטעם פֿון פֿוס.
            אַלע װערטער אין צײַט באַהאַלטן
            װי פֿײגל אין רעגן־געװײן,
            װערן לעבעדיקע געשטאַלטן
מ19        געשמידט פֿון בלוט און בײן.
                               








.3
                          אידעע
                     פֿאַר מיכאל אַטטור
        
ליכטיקע געשטאַלט אין נאַכטס געװיטער,
         צו מײַן שװעל פֿון ליבשאַפֿט קומסטו אָן.
         זעסט מיר אױס אַ רײַטער אַ געניטער
         אין אַ רינגען־פּאַנצער מיט אַ פֿאָן.
         און דו רעדסט: ▮פֿון קריגערישע װעגן
         כ'בין געקוּמען ברענגען דײַן פֿאַךלאַנג.
         און איך צױבער װערטער דיך אַנטקעגן,
         װאָס אַ מענטש האָט ניט געהערט שױן לאַנג...אָ
         
▮ליבער פֿרײַנד, אין בלענדיקער זאַװײע
         האָסטו שױן ניט אײן מאָל מיך באַהיט.
         זיך געצונדן װי די קאַסיאָפּעע
         אוּיפֿן הימלבלאָ פֿון מײַן געמיט.
         אַלע נאַכט איז טיר דײַן װעג אַן אַנדער...
         ס'בײַט זיך דײַן געדאַנק װי די נאַטור.
         אױפֿגעגאַנגען ביסטו אין מײַן װאַנדעך
         ליכטיק װי אַ געטלעכע פֿיגור.
         דעמאָלט, װען איך האָב אַלײן צעריסן
         װי אַ העמד מײַן נעכטן און מײַן חײַנט ——.
         האָסטו אין דער טרער פֿון מײַן געװיסן
         אין אַ װעלט אַ נײַער זיך צעשײַנטאָ.
         
▮יאָ, איך בין די װעלט, איר מאַכט און דעח.
         ס'האָט די אײביקײט מײַן בלוט געגליט.
         קוק מיך אָן. מײַן נאָמען איז א י ד עע,
6פּ1     פֿאַל און קוש דעם שטױב פֿון מײַנע טריט▮.
                            






39
                          ערד און אַקער
         

איך װיל דו זאָלסט מיך זען אין יעדער פֿאָרעם
         און שטענדיק ־—. ▮אין פֿאַרװאַנדלונג אױף דאָס נײַ,
         זאָלסט אױסשטרעקן צו מיר דײַן װײַסן אָרעם
         און פֿונעם מינדסטן שטױב מיך מאַכן פֿרײַ.
         
דײַן טראָט, װאָס איז פֿון מײַן דערװאַך דער בליפּונקט,
         אוּיף מײַן געבײן דעם װילדן טרעטן זאָל
         װי איבער װאָרצלען, זאָל מיט בלוט־פֿאַרקניפּונג
         אַרײַנפֿלײצן אין מיר דײַן לױטער קול.
         
דײַן קול, װאָס כ'האָב פֿאַרנומען זעלטן, זעלטן
         און ניט געקענט פֿאַרשטײן פֿון װאַנען, װוּ,
         איצט הער איך אים פֿון אַלע װײַטע װעלטן
         און װײס — די ליפּן פֿונעם קול ביסט דו.
          
מיט גורלדיקער אױפֿלעבונג —־ דײַן אַקער,
         צעגראָב מײַן גײַסט —— אַ פֿרילינגדיקע בײט,
         פֿאַרזײ אין מיר דעם שעפֿערישן פֿלאַקער,
פּ19     װאָס איך בין לאַנג שױן אױפֿצונעמען גרײט.
                               













0.
                       מאַרץ


הײַנט האָט זיך מײַן צימערל צעבליט מיט װײַסע קנאָםפּן.
אַ ליבשאַפֿט אַ בלאָאוּיגיקע האָט אָנגעקלאַפּט אין שױב.
פֿון די טיפֿסטע טיפֿענישן, אומבאַקאַנטע װּיאָרסטן
האָבן קװאַלן זילבערלעכע זיך געטאָן אַ הײב
און בלױז אַן אײנציק װאָרט אין מיר אַרײַנגעריזלט:
גלײב 1


דערנאָך האָט מיך אַ מאַרצװינט פֿאַרן טשוב
װי אַ פֿאָן
אַ ריס געטאָן
פֿון שטוב.

און מאָדנע קלאָר
האָב איך דערזען די גרױסקײט פֿון אַ גרעזל,
װאָס לוגט אַרױס פֿוּן שנײען װי אַ שװאַלב.
▮װי קלײן בין איך אַנטקעגן אים, געװאַלד 1▮
און ס'חאָט אין מײַנע װײנענדיקע האָר
אַרומגעשטיפֿט אַ שטראַלכל
װי אַ העזל.
                        













1.
                                    טאָנצלװ
          

איך בעט דיך, קינד, צום טאַנץ. דו גײסט. און מיט מײַן בלאָנדן קאָפּ
          פֿאַךנײנ איך זיו אין טיפֿן זשעסט ביז צו דער ערד אַךאָפּ.
          און אָט אַזױ װי כ'קוק דיך אָן טיט אױסטערלישן גלי:
          דײַן בײגעװדיקע זאַנגיקײט, דײַן אָרעם, דײַנע קני,
          די זינגעװדיקע ליניעס דורך דײַן חימלבלאָען קלײד
          און מעךער נאָך: די אױגן דײַנע —־ סאַמעטענע פֿךײד, ——.
          פֿאַרנעס איך װוּ איך בין. איך װער אַ פֿרילינגדיקער שטךאָם
          און זינג צו דיר אַרױס מײַן האַרץ דורך איטלעכן אַטאָם
          פֿון בלוט מײַנעם. דערנאָך, דערנאָך —־ און דאָס איז אַזױ עכט —־.
         פֿאַרפֿלעכטן זיך די הענט בײַ אונדז און בײדע
          זענען מיך אין אונדזער טאַנץ גערעכט.
          
און מיט אַ מאָל םיר גיבן זיך אַ שטורעמדיקן טראָג
          דורך גרױסע װעלדער טונקעלע.—. אַריבער נאַכט און טאָג,
          אַריבער צײַט. די װעלט באַהאַלט זיך אין אַ װינקל װוּ.
          איך װײס ניט װער איך בין. מיך דאַכט: בין אָװנטגאָלד, בין דו,
          צי גאָר אַ שװאַלב... עס פֿלוען נאָך געשרײען, טײַכן, שטעט
         און אַלץ ־— אין אונדזער טאַנץ, דורך פֿאַרבן ךױט און פֿיאָלעט
          און גךין. דו װײנסט. איך האָרך. דײַן אָנבליק פֿאַלט אױף מיר װי פֿלאַם.
          מיר דאַכט, דו ביסט אַ זעגלשיפֿל ערגעץ אױף אַ ים
          און איך ־— אַ װינט אַ זאַלציקער, מיט דיר אין אַ געפֿעכט.
          דו ךאַנגלסט זיך. איך פּאַטש מיט שױם. און בײדע
פּ19     זענען מיר אין אונדזער טאַנץ נערעכט.
                                       










1.
             האַרבסטיקע טענץ


א
גיב דײַן האַנט מיר, שװעסטער, כ'װעל דיך פֿירן
צו דעם האַרבסט. מיר װעלן פֿון זײַן קרוג
טרינקען פֿלאַמענדיקן פּונש, ביז מיר'ן
װערן צײַטיק, װי דער האַרבסט, און קלוג.

אױפֿן באַרג אַנטקעגן ליגט אַ פּאַסטעך.
ס'האָט אַ װינטװאָלף זײַנע פֿי פֿאַרצוקט.
זונגלי פֿרירט אױף זײַנע הענט פֿאַרבלאַסטע
און בײַ זײַנע פֿיס אַ בױם זיך בוקט.

אױפֿן פֿעלד —־ אַ העלער סנאָפּ, געאָרעמט
מיט אַ סנאָפּיכע, שפּאַצירט פֿאַרבײ ——.
                                   —
חתן פֿירט זײַן כּלה, װוּ עס פֿאָרעמט
װאָלקן זײ אַ נאַכטלעגער געטרײַ.

נאָר אַ װינטמיל מאָלט שױן זײער שקיעח,
מאָלט לעגענדעס, מאָלט דעם װינט אַלײן
און באַמאָלט מיט חלום־פֿאַרב דײַן װוע,
ביז דו נעמסט אין שפּעטער זון פֿאַרגײן.

װאַלגערשטײנער ציטערן װּי האַרפֿן,
װאַלגערװערטער שיכּורן באַהאַרצט.
לאָמיר אונדזער זאָרג אין פֿעלד פֿאַרװאַרפֿן,
לאָמיר אױסטאַנצן די טענץ פֿון חאַרבסט!
                    








3.
                            4


ב
שפּיל פּאָעט, געשטאַלטיק דײַנע טענער,
מיט דער בונטסטער פֿרײד מײַן האַרץ באַגורט —
יעדע שײנקײט זאָל איצט װערן שענער,
אָפּנעקילטער אַש — אַ נײַ געבורט.


אין דײַן ריטעם שטראָטט מײַן הענוג װידער —.
ערשטער תּענוג פֿון אַן אַקט. עס ברענט
גײַסט און קערפּער. דורך די נערװן, גלידער
װערט דער הימען פֿון דער װעלט דערקענט.

װאָלקנס פֿלאַטערן דורך מיר. טאַבונעס
קלאַנגונגען און הערונגען. איך שפּיך:
מײַנע יונגע חושים זענען םטרונעס,
איבער װעלכע ס'פֿיבערט דײַן באַריר.

בין איך דאָ 9 אָט מורמל איך מײַן נאָמען.
מײַנע זילבן זענען העל און דין.
און צו אַלע ערדישע אַטאָמען
שרײַ איך אױס, אַ נלײביקער: א י ך ב י ן 1

שפּיל, פּאָעט, און זאָל דײַן גלאָריע פּאַסטן
ביזן לעצטן אַשיקן צעפֿאַל,
ב'זאָל מיט הענט —־ מיט פֿלאַטערדיקע מאַסטן,
דורכשװימען דורך סאַמע האַרץ פֿון אַל.
                   









..
ג
אױף אַ טאָפּאָלס אױפֿגעװאַכטע בלעטעך
שלאָפֿט אַ רעגן, לױטער װי געזאַנג.
אונטער אים אין זונשײַן פֿיאָלעטער —
שטימען צװּײ, װי שפּיל פֿון װינט־און־זאַנג:

־—־ זעסט דאָס פֿעלד ז אין פֿײַערדיקער פֿײַכטקײט
שמײכלט קעגן מעסער קלאַנג און פֿאַרב.
איבער אונדז ——. אַ טראָפּנדיקע לײַכטקײט,
כאָטש דער האַרבסט איז, װי זײַן נאָמען, האַרב.

יעדער קערן, קױם פֿאַרזײט מיט ליבע,
מײַדט דעם טױט. און מיט פֿאַרליבטן רײץ
עפֿנט זיך אַ רױז פֿון שװאַרצער גליבע
ערד. און ערד איז קאָרן, האָבער, װײץ.

אױך אין דיר װאָלט איך געװאָלט דערקענען
יענעם װונדער... ——. שטילער זײַ, ניט ךײד.
זע, װי אַלע בײמערשפּיצן בךענען.
מאַך אַ ברכה און פֿאַךזװ די פּךײה

מער קײן ענטפֿער ניט, קײן שטים, קײן פֿרעגן.
בײדנס קעפּ געבױגן. איבער זײ
כאַפּט זיך אױף דער שלאָפֿנדיקעך רעגן,
פֿאַלט אַרונטער אױף די קינדער צװי▮
                    









45
               ד
               מיט נעךױש און אימפּעט קומען חאַסטיק
               קאַװאַלקאַדעס בײמער אױפֿן שליאַך,
               פֿלעכטן מיך אין בײמערשער פֿאַנטאַסטיק,
               אין צעצװײַגטער זעונג פֿון האַלבװאַך.
               
כ'װער אַלײן אַ טײל פֿון זײער פּלאָנטער,
               יאָג מיט זײ צוזאַמען אין גאַלאָפּ
               צו די שטערן, און מיט ןײ אַ נאָנטער
               שנײַד איך האָריזאָנטן מיטן קאָפּ.
               
איבער פֿעלדעך שטראַלנקינדער דךעמלען.
               )װעמעס האַנט האָט זײ אַהער געבראַכט ן(;
               דורך די שאָטנס האָרביקע געזעמלען
               רײַט איך מיט די רײַטערס דורך דער נאַכט.
               
טײַכן. דערפֿער. כ'פֿלאַטער זײ אַריבער.
               װאָס איך פֿלאַטער איבער, װערט שױן מ ײַ ן.
               פֿון אַ ייִנגל װאַקס איך אױס אַ גיבור
               מיט אַ נײַעם ציל, אַ נײַעם זײַן.
              
מיט אַ מאָל ——.. אַן אױסטערלישע ךגע:
         ,    װילדער װאַקל. שױדער און געשטױס.
               איבער מיר ——. די דימענטענע װעגאַ,
               לעבן מיר.— מײַן לעבן, פֿרעמד און גרױם.
                                 








6.
















.
ה
לײַדנשאַפֿטלעך, נאַקעט קומט דער שטוךעם,
קושט אַרױס פֿאַרסמטע רו פֿון טיר.
מאָכיק לױפֿט אַנטקעגן די נאַטור אים,
עלעהײ אַ װאַלדיקער סאַטיר.

אַלץ נעמט מיט דערשטורעם. ס'װערט פֿאַרשלונגען
בױם און חיה אונטער זײַנע טריט,
אױך מײַן ליד, װּאָס כ'האָב נאָך ניט דערזונגען,
אױך מײַן יוגנט־ריח נעמט ער מיט.

אַלץ נעמט מיט דער שטוּרעם: בײמער, שטיבער,
שעפּסן, סאַזשלקעס, בוטשאַנען, חינט...
בלױז מײַן תּפֿילה, דאַכט מיר, לאָזט ער איבער
צװישן דערנער, ־—־ ס'קלעקט אים ניט קײן װינט.

פֿאַל איך אױף די קני און בעט אים:.—־ ברודער,
לאָז מיך דאָ ניט איבער. נעם מיך מיט
װּוּאַהין דו נעמסט מײַן יוגנט; װוּ דעך
אױסגעבענקטער צפֿוּן־שטערן ציט.


נעמט דער שטורעם מיך מיט רעגנס בינדן,
װאַרפֿט מיך אױף דער ערד.—.. אַראָפּ, אַרױף.
זע איך װי מײַן יוגנט נעמט פֿאַרשװינדן
און שטאָט איר —־ אַ װאָלקן הײבט זיך אױףי
                      








ץ.
                              צינײַנערשער האָרבסט
           

אױף גילדענע פּאָדקעװעס טראָגט זיך דער אָסיען און קלאַפּט.
           אַ װינט מיט פֿאַרבלוטיקטע פֿינגער די געגנט באַטאַפּט
           און זינגט איבער פֿעלדער אַ שיכּורע אַלטע באַלאַדע.
           
אַ מחנה ציגײַנער זיך טוליעט װי שעפּסן אַ סטאַדע
           בײַם זונפֿאַרגאַנג־שײַטעך, װאָס אָטעמט מיט פֿונקען אַרױם.
           עס כליפּעט אַ חאַרץ אינעם טרױער־געװעלב און גײט אױם...
           
אַן אַלטער ציגײַנער מיט זילבערנעם רינגל אין אױער
           אַנטבלױזט ־— מיטן מעסער פֿון גאַרטל זײַן גרײַזגראָען טרױעך
           און ס'גיבן זיך זײַנע שװאַרצאַפּלען מיט בלוט אַ פֿאַרלאָף:
           
—— העי, ברידערלעך מײַנע, איך זע װי עס קומט שױן דער סוף
           צו אונדזער ציגײַנערשן שטאַם. און מיר װערן פֿאַרזונקען
           אין תּהום און פֿאַרלאָשן צו גלײַך מיט די שײַטערשע פֿונקען.
           
צעזעצט די באַנדורעס 1 צעשלײַדעךט פֿאַר װינטן די טענץ 1
           און אױספֿלעכטן לאָמיר פֿון דערנער געצונדענע ־— קרענץ
           אױף אונדזערע קעפּ, ביז פֿאַרשיטן, פֿאַרלעשן דער שנײ װעט.
           
װײַל דעמאָלט ניט זײַן װעט שױן מער קײן ציגײַנערשער שבֿט
           און בלױז דער צעװאָיעטער סטעפּ און די בײמער אין טאָל,
           זײ װעלן אין זײערע טרױמען דערזען אונדז אַ טאָל.
           
אױף גילדענע פּאָדקעװעס טראָגט זיך דער אָסיען און קלאַפּט.
           אַ װינט מיט פֿאַרבלוטיקטע פֿינגער די געגנט באַטאַפּט
           און זינגט איבעך פֿעלדער אַ שיכּורע אַלטע באַלאַדע.

אַפּ1      אַ מחנה ציגײַנער זיך טוליעט װי שעפּסן אַ סטאַדש
                                      



..
                                                                                














▮
                        אָ סקירדע הײ
          

מיט זילבערלעכער סקירדע הײ צוקאָפּנס,
          איך דרימל אױף אַ לאָנקע. נײן, איך װאַך.
          אַזױ פֿיל שטערן אױבן ־—־ װיפֿל טראָפּנס
          געבענטשטער טױ אױף דר'ערד. אַ װײַסער שליאַך
          גײט אױף אין מײַנע גליוּוערדיקע אױגן,
          און אָט די סקירדע הײ, אַוּװּ איך ליג,
          דערמאָנט מיר אין מײַן גורל, איז מיר אײגן
          און װיגט מיך אײַן פּאַװאָליע אין איר װיג.
          
גערוך פֿון בלוט װי בלוענדיקער חאָניק.
          עס שלאָגט מיט הײסער לוסט דער רױער פּלײן.
          די סקירדע הײ ליגט טױוק און לבֿנהיק,
          און איך ־—. מיר דאַכט, איך ליג לעם זיך אַלײן
          און אָטעם אײַן אין פֿרישן הײ דעם ריח
          פֿון גרינער צײַט. איך שפּיר דורך זיך דעם גאַנג
          פֿון בלום און קאָסע. כ'ליג אױף אַ מזבח
          פֿון פֿאַרבן, ריחות. יעדער שאָרך און קלאַנג
         װערט מאָדנע נאָענט, שטראָמט דוּרך מײַנע גלידער;
          דאָס מינדסטע בלימל, גרעזל טוט מיר װײ...
          איך ליג אין הײ ־— אַ װאַנדערער אַ מידער,
▮,7     ביז װאַנען כ'װער אַלײן אַ סקירדע הײ.
                             












49
                 האָרבטטיקע פֿײגל


קום, לאָמיר אַװעקגײן. באַגאַרטלטע העקער
מאַרשירן צוּם קוּפּערנעם װאַלד.
דער וּואַלד איז געהײם. אין זײַן טאָליקן פֿאַלד
פֿאַרגײט די לבֿנה. און בײמערשע גלעקער
צעװיגן זיך פּלוצעם:
קלינג־קלינג און קלינג־קלינג,
פֿאַר װאָס האָבן װאָרצלען די פֿיס אונדז געבוּנדן ן
די העקער פֿאַרטונקלען. אין גאָלד אָנגעצונדן,
דערװּאַכן פֿאַרפֿרױרענע צוּוײַגן: קלינג־קלינג,
פֿאַר װאָס זענען אוּנדזערע פֿינגער צעבראָכן ן
די העקער מיט קאַלטע פֿאַרזשאַוּוערטע חעק
צעשפּאַלטן די לופֿט און עס פֿלוען אַװעק
דוּרך װּאַלד און דוּרך װינט, מיט פֿאַרבענקטע געפֿאָכן,
די פֿײגל,
די האַרבסטיקע פֿײגל.

קוּם, לאָמיר אַוּועקגײן. מיט אונדז גײט צוזאַמען
דער קאָרן, די זון און דער שליאַך.
אוּיך ס'ליד פֿונעם פּאַסטעך און אױך אונדזער דאַך,
װאָס האָט אונדז באַהיט מיטן אױג פֿון דער מאַמען.
די ליפּן װיברירן:
קלינג־קלינג און קלינג־קלינג,
דער גורל װעט נאָכגײן אַ הײמיש געטרײַער
דורך וּואָלקנס, דורך טײַכן, דורך שטורעם און פֿײַער
אין צוקונפֿט אַרײַן. לאָמיר ליבטיק און גרינג,
װי פֿעדערלעך, איבער די צײַטן זיך טראָגן
און זען װי געשװּינד איבער אוּנדזערע קעפּ
דוּרך לױטערן מילכװעג פֿון הימלישן סטעפּ
עס יאָגן זיך, יאָגן אין בלאָע פֿאַרטאָגן
די פֿײגל,
די האַרבסטיקע פֿײגל.
                         

50
                  צו מײַן געבוּירן־טאָג


דער פּאַסטעך פּאַשעט אַלץ נאָך די בהמות פֿאַרן פּאַן.
ז ײַ נ ס איז בלױז דאָס ציטערדיקע פֿײַפֿל
און דער דינער עלנט, וּואָס גײט נאָך אױף יעדן שפּאַן.
אױך דו ־—..
איך זאָג אַז קײנער זאָל ניט הערן ——
טרײַבםט אַרױם
דײַן סטאַדע טעג אין סטעפּ פֿון הױלע װעלף
און שפּילסט פֿאַר זײ דײַן ביסל בענקשאַפֿט אױס
אוּנטערן געװײן פֿון קאַלטע שטערן, ——־

אױך דו, װאָס אין דײַן טיפֿעניש גײט אוף
די ערשטע ליכטיקײט פֿון דײַן באַרוף.


ניט קײן פּאַװע איז דײַן דור, מײַן ברודער,
נאָר זונפֿאַרגאַנג אױף שטורעמס האָריזאָנט.
קוק זיך אײַן, די וּואָלקנס רונד אַרום —־
דאָס זענען די אילוזיעס,
פֿול מיט גרוּיל,
װאָס שאַרן זיך װי זעלנער אױפֿן פֿראָנט.

מיט פֿאַרב פֿון דײַנע טרױמען
מאָלסטו וּועלטן,
און דאָס איז װּױל.
ס'איז גוט װאָס דו גײסט אָנגעטאָן אין קלאַנגען,
װען דײַן גוף איז װי אַ פֿלאָקן הױל.

נאָר פֿײגעלעך אין בוּזעם פּיקן ס'האַרץ.
איז ניט כּדאַי צו כאָװען זײ באַזונדער.
בעסער זאָלן זײ זיך פֿרײַ צעפֿלוען
דאָרט װוּ װײַסע קאַרשנבײמער בלוען,
                           


51
ביז דאָם גאָלד פֿון הימלאױג פֿאַרשײַנט.
זאָלן שכנים אױך הנאה האָבן פֿונעם װוּנדעך
און האַװקען אױף דײַן יעדן טראָט, מײַן פֿרײַנד.

לערן זיך בײַ בײמער העלן מוט.
בײג זיך ניט פֿאַר יעדן ליליפּוט.

זאָל אױפֿגײן איבער דיר די קרױן פֿון לעבן
װי פֿאַרביקײט פֿון רעגן־בױגן־שײַן.
צערײַס די נאַכט,
װאָס פֿלעכט פֿאַר דיר אַ תּליה־שטריק פֿון שטערן,
אָ, ברודער מײַן.
און אַלץ װעט מאָרגן פֿײַערקלאָר דיר װערן:
דײַן װילן.— אַ געניטער בומעראַנג
װעט ברענגען דיר אַ װאַךעמען דעם פֿאַנג
פֿון דײַנע שענסטע
מעכטיקסטע
באַגערן.
                    
















52
          ברורערשאָפֿט


שװער איז אוּנדז לעבן אין טורמישע
בלוטיק־באַשטערנטע שטעט.
ברידער באַפֿליגלטע, שטורמישע,
קומט נאָר אַהער צו און זעט:

װײַט ליגט אַן ערד אַ באַקאָרנטע
אונטער אַ זון־טאַמבורין,
רופֿט אונדז, חבֿרים פֿאַרצאָרנטע,
װי אַ געליבטע —־. אַחין.

זעען מיר: פֿעלדער שױן צײַטיקע
שמײכלען מיט זאַפֿטיקער פֿרוכט.
שװעסטערדיק רופֿן זײ: —־ װײַטיקע,
נעמט אוּנדז, איר האָט דאָך געזוכט —־ —־.

װען אין אַ קײט אַ באַלאַדישער
האָט אײַער אמת געטאַנצט,
האָט אײַער טרױם נע־ונדישער
דאָ זײַנע קערנער פֿאַרפֿלאַנצט.

ביזקל פֿון טונקעלער טיפֿעניש
האָבן געטאָן מיר אַ היפּ.
נעמט אונדז מיט סערפּן־געשליפֿעניש,
נעמט אונדז מיט גאַריקער ליפּ. ־—.

פֿלעכטן זיך אָרעמס אין ברודערשאַפֿט:
▮יאָ, טאַקע אײביק געזוכט...',
און די געפֿונענע ברודערשאַפֿט
שמעקט מיט געזאַנג אוּן מיט פֿרוכט.
               



53
         װײַט ־—. אונדזער הײם די אַמאָרפֿישע,
         צאַנקט װי אַ קראַנקער טײַפֿון.
         אונדזערע לײַבער די דאָרפֿישע
אמ     טאַנצן אין העמדלעך פֿון זון.
                        





























.5
         מײַן אױטגעבעגקטער שבֿט
               פֿאַר א. לעיעלעס

מײַן אױסגעבענקטער שבֿט דער גערעכטער
האָט הײַנט פֿאַרבײַ מײַן הױז אַדורכגעשפּרײַזט.

פֿאָרױס ־—. האָט אין אַ װּײַסן פֿערד און װאָגן
די פֿרײַהײט זיך געטראָגן
יונג און דרײסט.
ס'האָט יעדער אין זײַן האַרץ מיט זיך געבראַכט
אַ פֿינקלדיקן שליסעלע אַ גאָלדנס
צוּ אַלע טרוּימערײַען פֿון דער נאַכט.
און אין פֿױסט ——. לבֿנהדיקער שפּיז
)געקאָװעט אין אַן אומגעזעענער קוזניע(
מיט אַ דעװּיז:
      
▮אױב פֿאַרראַטן האָט אַ װעלט, איז װאָס ז
      אָפֿן איז פֿאַר אונדז דער מאָרגנשלאָס 1▮


איך האָב דערהערט דעם מאַרש
אוּן בין האַלב־נאַקעט
פֿון חלום־נעץ אין גאַס אַרױסגעשפּרונגען.
מײַן שבֿט וּוּי אַ קוּפּערדיקע קײט
האָט אין דער ברײט
פֿון שטאָט אַדוּרכגעקלוּנגען:
      
▮אױב פֿאַרראַטן האָט אַ װעלט, איז װאָס ז
      אָפֿן איז פֿאַר אונדז דער מאָרגנשלאָס 1▮


נאָר אָט אַזױ װי כ'בין געשטאַנען דאָרט,
געהאָרכט, באַטאַפּט די לעבעדיקע װיזיע,
                    




55
בין איך געבליבן צוגעשמידט צום אָרט
און ניט קײן טראָט.


די שטאָט
איז מער שױן ניט געװען. קײן סימן
פֿון אַ גאַס, אַ דאַך, בלױז סטעפּעס,
אַװוּ דער װינט זײַן רױטן צאָרן הימענט.

און אױפֿן חאָריזאָנט
אױף בערג פֿון שטיקער דימענט
מײַן אױסגעבענקטער שבֿט דאָרט מיט עפּעס
חילות ריזיק־ריזלענדיקע שטרײַט:
      
▮אױב פֿאַרראַטן חאָט אַ װעלט, איז װאָס ז
      אָפֿן איז פֿאַר אונדז דער מאָרגנשלאָס 1אָ

איך בין געפֿאַלן שטומערחײט אױף דר'ערד
און כ'האָב דערזען:
מײַן הױז איז אױך ניטאָ.
די ברידער זענען װּײַט ——־ ניט צום פֿאַרשטײן,
גײען אָפּ מיט בלוט, װי אָװנט־װאָלקנס
אַהינטער בערג,
אוּן ס'בלאָזט פֿון זײ אױף מיר אַ פֿלאַם אַ װּײַטער, —־.
אױף מיר, וּואָס איך בין טױזנט מאָל אַלײן.


די קופּערדיקע נאַכט.—.
אַ װילדער רײַטער
פֿליט איבער מיר מיט אַ לבֿנה־מאַסקע
                    




56
         און פֿאַלט אין שלאַכט
         אױף אײנזאַמקײט פֿון סטעפּ.
         
און װי אַ לעצטער אינדיאַנער ערגעץ אין אַלאַסקע
         מיט אױסגעטאַטװרטער ברוסט
         אין פֿאַרביקע סימבאָלן,
         ליג איך בײַ די צאַנקענדיקע פֿײַערן פֿון נאַכט,
         אין מיטן גאַס,
         אין מיטן װעלט,
         אַלץ נאָך אײַנגעװיקלט אין אַן אױםטערלישן חלום,
         אױפֿגעשױדערט פֿון דעם װײַטן קריג,
         און מיט מײַן בלאָען מעסער איך פֿאַרשרײַב
         אױף הימללײַב מיט פֿײַער־אותיות: ז י ג 1
                
נאָר אָט האָט שױן די זעונג אױסגעטריפֿט
36מ           און מײַן שבֿט קומט ניט מער צוריק.
                                 
















57
               אין טורמע


אַ מענטש אַזאַ,
מיט אױגן פֿון אַ סאָװע,
װאַרגט זײַן דאָליע ביטער און פֿאַרקלעמט,
פֿאַר זײַנע אױגן צאַפּלט זיך אַ שטריק...
און װילדע יאָרן שפּרינגען אין די הענט.

ס'איז שטיל.
און, אַ געקרײציקטער, אין דרױסן הענגט
דער אָװנט.

הין און קריק,
צעפּאַטלט און צערױשט,
אַ בלוּטיק ייִנגל װאָיעט װי אַ װעלפֿל
און זײַנע ליפּן קרימען זיך אין שױם:
——. װער װעט העלפֿן ן

אַ באָסיאַק מיט רינגען צװײ אין אױער
פֿאַרציט אַ קראַנקן ניגון פֿון זײַן טרוּיער
און קנײַפּט זיך פֿון פֿאַרדראָס די רױטע באָרד.

אַ דאַרער פּױער כליפּעט פֿון אַ מאָרד.
אין װינקל ברומט אַ בראָנדזענער ציגײַנער.
און אין דער שטילער פּײַנלעכקײט, װאָס קלאָגט,
װי אַ װאַלד אין ערבֿ שטורעם־פֿאַרבן,
דערטראָגט זיך מיט אַ מאָל אַ טעמפּער עכאָ:
גאַלאָפּ פֿון פֿערד,
גערוּיש פֿון גאַסן,
שטאָט אין פֿלאַמען.

און אױף אַ נאַרע װאַלעגרט זיך
אַן אױסגעהױלטער שיכּור
און שיקט דאָס גאַנצע װעלטל אין דער מאַמען...
                   



.5
                   אָ בלײַענע האַנט


די בראָנדזענע ברוסט פֿון דער ערד אָטעמט יאָמערדיק אָפּ.
כ'בין װידער אין װאָגן פֿוּן שטאָט װי אַ פֿערד אײַנגעשפּאַנט
און ס'פֿאַלט אױף מײַן אַקסל דער שטאָטישער הימל אַראָפּ—־
אַ בלײַענע האַנט.

עס יאָגן פֿאַרבײַ מײַנע טעג װי אַ װאָלקן־טאַבוּן
און הענגען זיך אָן אױף די װערבעס פֿון הײמישן קאַנט,
נאָר דאָ זע איך שטענדיק אַנשטאָט אַ לבֿנה און זון
אַ בלײַענע האַנט.

אַפֿילו דורך טורמישער קראַטע און שטעכיקן צױם
זינגט אוּיכעט אַ פֿױגל אַרײַן אַ מאָל צום אַרעסטאַנט.
אױף מ י ר אָבער פֿאַלט װי אַ האַק אױף אַ צװיטיקן בױם
די בלײַענע האַנט.
                         




















59
         די טױעה פֿון געטאָ


א
עס האָט אַ לאַנגע פֿײַערדיקע האַנט
די טױערן פֿון געטאָ אױפֿגעריםן.

אַ בלינדער בעטלער שטײט דער טאָג
בײַם ראָג
פֿון אַלטער װאַנט,
מיט װײנענדיקע גראָשנס אין די פֿױסטן.

ער װּיל אַצינד אַ שטױס טאָן
און צעװאַקלען אַלטע טױערן
װי שמשון דער געפֿאַנגענער
די מירמלנע קאָלאָנעס
און פֿאַלן דאָ צוזאַמען מיט דער געטאָ 1

)אָ, טױערן.— צעיאָמערטע לבֿנות
מיט געדאַנקען־פֿינגער איצט באַגלעטע 1(


ס'איז מעסערדיקע װאָר.
פֿון גרינע דעכער
פֿלוען אָפּ די שטערן.—.
קינדער הײמלאָזע;
און הערן
װּי עס פֿיבערט שטומערהײט אַ דור.
אַ דור פֿון קעמפֿער, זינגער און פֿאַרברעכער.
                                    



י
ס'איז מעסערדיקע װאָר.
אין שטיקלעך שױבן
זעט אױס די זון אַ רױטער מוכאָמאָר.
אַן אָסיענבלאַט איז יעדער פּנים,
קײטן ־— יעדער קלאַנג,
                 


60
און די אומרו קלעטערט װי אַ שלאַנג
איבער
שטיבער
טױערן
און.—.
העכער 1



ב
אַ קאַטאַרינשטשיק וּוּי אַ פּורים־נאַר
גרימפּלט אױף זײַן קראַנקן אינסטרומענט.
אוּן אַ קאַסאָקער, געלער פּאָפּוגײַ
היפּט אוּיף זײַנע בײנערדיקע הענט.
דער יוּד איז אױך אַ זינגער
און ער קנעלט
אַזאַ געזאַנג װּאָס בליצט אַרײַן אין אױער:
▮— ▮זיבן ברידער האָט מען אױסגעקױלעט אין פּאָגראָם,
דער אַכטער איז געפֿאַלן בײַ אַ טױעראָ.
קינדערלעך באַטאַפּן
די פֿאַרשטױבטע קאַטאַרינקע,
אוּן ער, װּאָס דרײט דעם זמר,
און די קינדער ־—־ בלאָ אוּן נאַקעט,
צוזאַמען מיטן פּאָפּוּגײַ
און װּאַסער־טרעגער קלײנעם,
װאָס טראָגט זײַן הפֿילה אין געפּלאַצטן עמער,
פֿאַרקנױלן זיך אין אײנעם
אין אַן עיגול,
און אײנער פֿאַרן צװײטן איז אַ שפּיגל.
                    





61
ג
נאָר ס'טרעפֿט, אַז אַ װאַקל דערלאַנגט זיך די געטאָ,
און פֿענצטערלעך טאַנצן אַרױס פֿיאָלעטע.

דורך גילדענעם שטױב, װי אַ טײַכל צעקלונגען,
פֿאַרפֿלײצן די געסלעך בלאָאוּיגיקע יונגען.

די אַרבל פֿאַרקאַשערט און פֿעסט די ידים:
־— מיר װילן דאָס פֿאָלק פֿון זײַן געטאָ באַפֿרײַען 1

דער עכאָ באַפֿאַלט װי אַ דונער די שטיבער,
די אַלטינקע טױערן קוּקן זיך איבער.

אַ בליץ און אַ בלענד. און עס הײבן זיך בליקן,
עס ציִען זיך קלאַנגען וּױ ליכטיקע בריקן...

די געסעלעך טוליען זיך גראָ און פֿאַרטײַעט
אוּן זעען דאָס בלוט פֿון דער ליבע און פֿרײַהײט.

אַ בליץ און אַ בלענד. ס'זענען יונגען ניטאָ שױן.
עס האָט זיך די גילדענע זעונג פֿאַרלאָשן...


ד
אָװנט. די געטאָ נעמט בלאָען.
עס פֿלאַטערן הײסע קאָלירן.
ס'אַנטפּלעקט זיך אין שולהױף דער גאָון
פֿון הינטער די קופּערנע טירן.
                        







61
          אַ מײדעלע זיצט אױפֿן גאַנעק
          און אָטעמט די אוּתיוה פֿון ביכל.
          דאָס טרױמט זי פֿון זעלטענעם תּענוג:
          אַ ברױט און אַ קלײד און אַ שיכל.
          
עס װערן די שאָטנס אַלץ גרעסער.
          די זוּן פֿליט אַװעק װי אַ פּאַװע.
          אַ יונג ציט אַרױסעט אַ מעסער
          אַזױ װי אַ שטראַל פֿון כאָליאַװע.
          
איצט װאָלט זיך געפּאַסט די לבֿנה.
          אָהױ, זי איז דאָ אין איר לױער.
יוני     נאָר ס'דאַכט: אַ צעשאָסענע פֿאָנע,
אמ     װאָס הײבט זיך פֿוּן הינטער אַ טױער...
                           




















63
                           ניט איו...


ניט איך, עס װעט אַן אַנדערער דאָ אױפֿגײן צװישן אײַך
און װעט אױף שטױב און אַש צעשטױסן אײַער קעניגרײַך.

מיט בראַוּון מוט, געלײַטערט אינעם פֿײַער פֿון געבאָט,
זײַן ליבע װעט ער שלײַדערן װי זון צו אײַער טראָט.

נאָך איר, כאָטש פֿון אַ לעבן אױסגעהונגערטע נאָך דעם,
װעט אױסלאַכן דאָס װאָרט, װאָס קומט באַפֿרײַען אײַך פֿון קלעם.

און מיט צעפֿאָכטע פֿױסטן, גאָלע האַס אוּן צײנגעקריץ,
װי מאַלפּעס אױף אַ בױם אַן אָנגעצונדענעם פֿון בליץ,

געשװינד װעט איר אַװעקלױפֿן װוּ נאָר אַ װעג איז פֿךײַ,
פֿאַרשילטנדיק אַן אײגן קינד און אײגן פֿאָלק דערבײַ.

נאָר יענער, װּאָס װעט אָנקומען מיט ליכטיקן דעװיז
צום אױסברענען דאָס שלעכטס פֿון אײַך װי פֿון אַ שלאַנג אַ ביס,

װעט פֿאַך די קודלעס האָר, מיט נאַכט און שטורעם דורכגעװעבט,
אײַך ברענגען אױף צוּריק און מוטיק אױסדונערן:.— לעבט 1
                             













.6
           מאָמע אוּן זון


איך קען זיך שױן מער ניט פֿאַרצאַמען
מיט גילדענעם פּלאַנקען פֿון טרײסט.
אומזיסט האָט אין װילנע אַ מאַמע
אַ מאָל מיט איר זון זיך געגרײסט.

עס פֿלוען אַװעק די סעקונדן
װי פֿונקען בײַ נאַכט פֿון אַ באַן.
װער װײס צי זײ האָבן געצונדן
מײַן צײַט, װאָס איז מער ניט פֿאַראַן.

װאָס איצט איז פֿאַראַן, איז בלױז צײנער
און שטעכיקער דראָט אוּנטער פֿיס.
פֿאַרהאָגלט מיט פֿלאַמיקע שטײנער
ליגט ערגעץ דער צאַרטער האַפֿיז.

איך װײס, אַז אין שײנקײט פֿאַרמאַכן
איך װאָלט מײַנע אוּיגן באַדאַרפֿט,
נאָר װען ס'הײבן דונערס אָן קראַכן,
פֿאַרטױבט איז דער קלאַנג פֿון אַ האַרף.


אָ, װי אַ ציגײַנעריש מעסער
כ'האַלט שטאָליק מײַן בענקשאַפֿט געגרײט
אוּנטערן מאַנטל, און כ'לעסטער
די זון, װאָס גײט אױף און פֿאַרגײט.
                








65
                            אַ בריװ


אַנדערש ניט: אַן אָקס פֿאַרװוּנדיקט פֿון טאָרעאַדאָר,
יאָגט די באַן דוךך װעלדער. כ'װאָלט איצט װעלן זײַן געװאָר

װאָס זשע מײנט עס, װען אַ מענטש געטראָגן װערט אַלץ װײַטער
אין דער פֿרעמד, און װער, מײַן גאָט, איז אין דער חײם פֿאַרבײַטער ז

מיט זײַן בלוט שרײַבט אױפֿן הימל דער לאָקאָמאָטיװ.
אַנדערש ניט: דאָס שרײַבט ער איצטער אַ געזעגן־בריװ

צו מײַן קינדחײט בײַם אירטיש, מײַן יוגנט בײַ װילוע,
און נאָך מער. אַ פֿײַכטער רױך פֿאַרחענגט מײַן פֿײַכטע װוע.

און נאָך מער. איך מוז אַצינד פֿאַרשטײן דעם גאַנצן בריװ,
װאָס אױף װעלדערקעפּ װי אַ געחײמער חיראָגליף.

כ'װעל שיפֿרירן אים, דערנאָך אין די װאַגאָנען־הײלן,
מײַנע פּראָסטע ברידער, די װאַנדראָװניקעס, דערצײלן.

אַנדערש ניט: איך פֿאָר אַװעק פֿון אַלץ װאָס איך געדענק.
ליפּן פֿליסטערן: ▮פֿאַרגעס 1אָ דאָס חאַרץ: ▮חאָב ליב און בענק 1▮

ס'יאָגן די לבֿנהדיקע רעדער שאַרפֿער, װילדער
און צעשנײַדן אַלע פֿאַרבן, טרױמגעשטאַלטן, בילדער.
                                                    
▮

אַנדערש ני.ט: פֿאַרשוּװנדן איז מײַן שטאָט פֿון אַלע שטעט.
איבעריקנס )צװישן זיך(, איך האָב ניט קײן בילעט.

קען דאָך זײַן, אַ האַנט װעט באַלד מיך כאַפּן פֿאַר די קלײדער
און ־— אַ װאָרף אין נאַכט אַרײַן, אין בלאָען טאָל, נאָך אײדער
                             



66
װען און װאָס. אָ, דעמאָלט װעל איך ליגן ביז באַגין
אױף דער ערד און זען װי ס'קומט אַ פֿלעמלדיקער קין

און פֿאַרברענט דעם בריװ, װאָס איך האָב אַלץ נאָך ניט פֿאַרשטאַנען.
װעל איך קײנעם ניט דערצײלן, בלאָנקען אין טומאַנען.
                               




























ץ6
                       ציפּריאַ נאָרװװ


א
װער ס'טראָגט אױף זיך די קרױן פֿון רום, און װער ——. די קרױן פֿון זינד,
אַ האַנט מעקט סײַ װי אױס די פֿרײד און דאָס איז די באַלױנונג.
נאָר דיך, פּאָעט, איך זע פֿון װּײַט אין נאַכטאַזיל אַצינד
און אױף דײַן קאָפּ ——־ אַ דערנערקראַנץ, דײַן גילדענע באַקרױנונג.

אַ דינער קלאַנג נאָך פֿיבערט אױף דײַן ליפּ. און לעבן דיר.—
אַ מחנה בעטלער הײמלאָזע, צעלײגטע אױפֿן שעניק
פֿון קאַלטע שאָטנס נאַכטיקע. דו טוסט זײ אַ באַריר,
און אַלע קנדען זײ פֿאַר דײַנע טרערן —— אונטערטעניק.

די טרערן צינדן זיך װי ליכט און װאַנדערן אַװעק
נאָך שפּורן שאַרפֿע, בלוטיקע, אױף שטורעמדיקע מײַלן.
אָט איז דײַן הײם. דײַן בלאָנדע קינדהײט. און אין װײַטן העק —־
דער קינדישער געדאַנק מיט זײַנע שלײַפֿנדיקע פֿײַלן.

אַ הױז. אַ גראָע מוטער מיט לבֿנחדיקע הענט.
די װאָלקנדיקע צײַט קומט אָן מיט האַסטיקע גאַלאָפּן.
נאָר יענע בענקשאַפֿט דײַנע, װאָס צו פֿרײַהײט איז געװענדט,
שטײט אײַנגעבױגן װּי אַ מלאך איבער דיר צוקאָפּן.

װאָס װײסן זײ, די בידנע לײַט, װאָס לױערן אַרום
מיט בלאָפֿערײַ און נאַרישקײט ־—י אין דײַנע דלד אַמות
פֿוּן אױסדערװײלטער שײנקײט ן װי אַ פֿײַערדיקע בלום,
פֿאַרשטעקט דו האָסט דײַן האַרץ אין לאַץ פֿון װײַטע פּאַנאָראַמעם.

אַפֿילו דער פּאָעט אין שענק, מיט ליפּן װי פֿון אַש,
פֿאַרשטײט דיך ניט: באַטאַפּט דײַן אױסגעגליטן װאָרט, װי אײנער
װאָס האָט קײן אױגן ניט ——.. אַ פֿרױ, און שפּילט זיך מיט דער פֿלאַש.
דו ברענגסט אַ װײַסע ליבשאַפֿט, און מען ענטפֿערט דיר מיט שטײנעה
                              



68
און דו האָסט ליב דײַן פֿאָלק, װאָס ליגט אין קנעכטשאַפֿט אײַנגעדרײט,
נאָר ניט ־—־ די קנעכט, װאָס בײגן זיך פֿאַר אַ סאַטראַפּ אין קניקסן.
                                                                       7
און כאָטש דײַן דור געװאָרן איז פֿאַר זיך אַלײן אַ קײט,
דאָך פֿלאַטערט ניט דײַן האָפֿענונג אױף שװערדן און אױף ביקסן.

אוּן דו האָסט ליב די פּױלישע, די טרױעריקע ערד.
אין יעדער קרוּמען כאַטקעלע דערזעסטו גרוּיסע שײנקײט.
דו װילסט עס זאָל דײַן גײַסט צו אַלע גראָזן זײַן געהערט
און בלײַבסט גאָר אַ דערוּוײַטערטער אין עלנטער אַלײנקײט.

נאָר נעענטער פֿוּן יעדן עלנט איז דאָס ליד, ס'געמעל,
װאָס נעמט אַרום מיט גראַניטאָװע אָרעמס צײַטן, רױמען,
פֿאַרװּאַנדלט קאַלטע פֿינצטערניש אין לױטערדיקן העל
און שמעטערט אַלע שטעכעװדיקע דורוהדיקע צױמען.

מיט שטאָלצן טראָט אוּן דימענטענעם, שאַרפֿן אָדלערבליק
מאַרשירסטו אין דער װעלט אַװעק. ביסט יוּנג און פֿוּל מיט האָפֿן.
עס בילט דיר נאָך דאָס פֿאָטערלאַנד מיט זידל, האַס און קריג,
נאָר אַלע האָריזאָנטן וּוּערן איצטער פֿאַר דיר אָפֿן.



ב
פֿלאָרענץ. דאָ פֿלאַטערן גאונים, ־— ס'פֿלאַטערט זײער גײַסט.
מיט װעמען וּוּילסטו זיך, אָ, שטאָלצער קיניגזוּן, פֿאַרמעסטן ן
—־־ מיט זיך אַלײן. דער גלױבן וּױ אַ וּוּאָלף פֿוּן שטײַג זיך רײַסט
אוּן גרײט איז ער צוּם וּךעלטשפּרונג צו דעם מעכטיקן און גרעסטן.

מיט דײַנע הענט די אײגענע פֿון בלוּט אוּן פֿלײש און בײן
פֿאַרוּוּילט זיך דיר צו קאָוּוּען די געשטאַלט פֿוּן אַ יאָרהונדערט
אוּן אוּיסקנעטן אַ שטאָט אַזאַ פֿון װּײַסן פֿעלדזנשטײן,
װּו ערדישקײט איז אָנגעטאָן אין אָרעאָל פֿוּן װוּגדער.
                              


69
ג
פֿאַרקראַטעט ליגט דײַן פֿאָטערלאַנד. עס פֿיבערט דער פּאָליאַק,
און גראָבע פֿױסטן חײבן זיך אַנטקעגן די מאָסקאַלעס.
דו זיצסט אין אַ פּאַריזער שענק פֿאַרדימיונט בײַם קאָניאַק
און שרײַבסט אוּיף שמאַלע בלעטעלעך בײַם ניגון פֿון צימבאַלעס.

דו שרײַבסט... און װי סקולפּטורן אױסגעהאַקטע פֿון גראַניט,
אַנטפּלעקן זיך געשטאַלטן, העלע גײַסטער.
אוּן דו, װי פֿאַוּסט מיט מעפֿיסטאָן, ראַנגלסט זיך מיט ליד
און װײסט ניט װער דער זיגער איז, דער מײַסטער.

פֿאַראַן אַזאַ צוזאַמענבונד פֿון קלאַנג און לױטער בילד,
װען ס'וּוערט אַ קריצנדיקע פּען ־— אַ פֿײַערדיקער פּענדזל
און מאָלט אױס אַן אידעע, װאָס אַריבער דורות גילט —־.־
אַפֿילו דאָ אין שענק. אָ, אײביק די־אָ קראַפ.ט געשען זאָל 1

אךן זאָל זיך אױסװעבן אין גאָלד אַ צױבערטרױם אַזאַ,
אַװו די װאָר איז קלאַנג, איז בילד, איז העלע עקזאַלטאַציע
און דו, דער מענטש, אַנטלאָפֿן פֿונעם שטױביקן הו־האַ,
זאָלסט פֿאַלן אױף די קני פֿאַר װאָרער הײליקײט פֿון פּראַצע.

און זאָל דאָס דיר אַנטקעגנקומען פֿול מיט גלי און רײץ,
װי ס'קומט אַ פֿרױ אין אָוּונטשײַן מיט בענקענדיקע אױגן.
אָ, ניט דאָס קערנדל איז װיכטיק, נאָר דערנאָך די װײץ 1
ניט אַלע מאָל איז גוט אַ רעגן, װי דער רעגן־בױגן 1

ס'דאַרף זײַן אַ ליכט, װאָס אַלע מענטשן זאָלן פֿילן, זען ——.
אַ ליבשאַפֿט, װאָס איז שײנקײט, און אַ שײנקײט, וּואָס איז ליבע.
בלױז דעמאָלט װּעט אַ ברודערשאַפֿט, װאָס קײן מאָל ניט געװען,
פֿאַרפֿלעכטן אַלע עלנטע אין ליכטיקער מסיבה.
                              



70
כ'האָב ליב מײַן פֿאָלק, װי יעדער ליבט, און װי אַ בין־צו־בלום
עס טראָגט זיך די נשמה ־— אינעם אײגן־זאַפֿט צו נערן.
נאָר ס'דאַרף דאָס האַרץ דערזען אין מענטש אַ ברודער אומעטום,
װי אין אַ װאַלד אַ פֿינצטערן, בײַ נאַכט —— דעם העלסטן שטערן.

דאָס ליד איז אױס. אַ פּונקט ־—־ אַ טראָפּן בלוט.
דער שענק איז פּוסט. דער קעלנער שלאָפֿט. פֿאַרלאָשענע פֿאָנאַרן.
דו שטעלסט זיך אױף אין בלאָען רױך, טוסט אָן דײַן ברײטן הוט
אוּן שפּרײַזסט אַװעק אין מאָרגן־דעמער איבער די בולװאַרן.

ס'איז שטיל. עס גאָלדיקט אַ באַגין דוּרך שטאָלענעם טוּמאַן.
פֿון ראָג אַרױס קוּמט אָן שאָפּען —־־ דײַן אײדעלער קאָלעגע.
ער טראָגט אין האַנט אַ זינגפֿױגל און וּױינט, דער שטאָלצער מאַן 1
איר קוקט זיך אָן. דער מאָרגן־שטערן צינדט זיך פֿון דער רגע.

צװײ סילועטן װאַנדערן בײַם ראַנד פֿון אַ מעת־לעה.
דורך מילכװעגן עס צײכנט זיך אַ בלאָלעכע מדינה.
ס'וּוערט טאָג. סלאָװאַצקי פֿלאַטערט־אױף אַנטקעגן, בלײך, נערװעז.
פֿאַרשלײערט אין אַ גילדענער, אַ לײַכטער פּעלערינע...


ד
אין טעמנעם קאַלטן בױדעם־שטיבל הױקערט זיך דײַן גוף.
דער בױם פֿון רום האָט אָפּגעשאָטן דיך מיט געלע בלעטער.
נאָר װי פֿון אײנעם אין אַן אָפּגרוּנט אַ געשרײ, אַ רוף,
צעהילכט אַ גרױס געזאַנג פֿון דיר, און זע: פֿון דײַן פּאַלעטער

גײט אױפֿעט בילד נאָך בילד מיט נײַעם אױסטערלישן רײ.ן, ־—
וּױ װײַטע אוּרחים קומען זײ אין בוּידעמדיקן חדר.
פֿאַרפּײַניקט איז דײַן האַרץ, װי בײַ דײַן ברודער אױפֿן קרײץ;
צעריסן איז דײַן רו, װּי אױף דײַן מידן לײַב די קלײדער.
                              


71
דו גלײבסט אין אױסדערװײלטן מענטש ־—־. מיט פּשטות פֿון אַ קינד,
װאָס קומען װעט אַ מאָל צו דיר אױף זיכער
און וּועט, װי אין אַ װונדערלעכן שטראַלן־לאַבירינט,
אַרײַנשלײַכן דורך צײַטנשטךיב אין האַרץ פֿוּן דײַנע ביכער.

זאָל מישן דער פֿיליסטער פֿון זײַן אָדע אַ געמיש
און טאַנצן װי אַ קלאָון אױף דער ערד־און־הימל־סצענע 1
דײַן בלוט וּועט אײביק פֿיבערן, װי אוּיפֿן ראַנד פֿון טיש
דײַן אָקערשט אָנגעשריבן ליד, דײַן: מזפּק0▮א פּא1קפּא0ע י


ה
הער אױס.— װאָלסט אפֿשר גאָר אַװעק צוריק צום פֿאָטערלאַנד,
אַװוּ די װײַסל פֿלאַטערט מיט איר זילבערלעכער לענטע.
עס ציט אַהין אַ בענקשאַפֿט װּי צום װײַטן הימלראַנד.
עס קלעטערט דאָרט דײַן שפּראַך אַזאַ פֿאַראײגנטע, דערקענטע.

דער הימל איז דאָרט פֿאַרביק, בײַט זיך אום װי דײַן געמיט;
און װי צעשמאָלצן גאָלד, גיט דאָרט אַ פֿלײץ אַ װּילדער אָסיען.
אָ, לאָז אַהינטער זיך די פֿרעמדקײט, בלוּיז די טרײסט נעם מיט, —־.
די טרײסט, װאָס האָט מיט זשמעניעס שטערן דײַנע נעכט פֿאַרגאָסן.

װאָס גרעסער, ברײטער ס'איז דער הימל ▮־־ קלענער שפּירסטו ז י ך,
כאָטש דײַנע זונען־פֿליגל האָבן רױם אוּיף גרוּיסן פֿלאַטער.
אָ, לאָז די ךוּעלט אַהינטער, בענטש דעם שטױב פֿון דײַנע שיך
אוּן קום קײן פּױלן אױסשפּילן דײַן עלנטע סאָנאַטע.

עס קען ניט זײַן קײן פֿרײַהײט, אוּיב דײַן פֿאָלק איז אין געפּענט.
און זאָג, צוּ וּואָס די װאָגלעניש אוּן דאָס געיאָג צו פֿרײַהײט,
אױב אָפּגעצאַמט עס איז דײַן פֿאָלק פֿון דיר מיט טױזנט װענט ז
עס האָט די דאָליע אָפּגענאַרט. די שײנקײט איז פֿאַרטײַעט.


. ▮שאָפּענס פֿאָרטעפּיאַן▮: אײנס פֿון נאָרװידס שענסטע לידער, געשריבן װי אַ
צײכן פֿון פֿרײַנדשאַפֿט צו זײַן הבר שאָפּען.
                              


71
נאָר האָפֿענונג איז אײביק גרין און שפּרינגט װי אַ ציקאַד
אַלץ װײַטער אין דער װּײַטעניש. לױף נאָך אַזוּי ביז מאָרגן.
און מאָרגן קומט איבער אַ נײַס דער זעלביקער פּאַראַד,
און דו ביסט װידער גלײביק, כאָטש דײַן גורל איז דערװאָרגן.

איז אפֿשר װאָלסטו פֿאָרט אַוּועק צוריק צום פֿאָטערלאַנד,
אַװוּ די װײַסל פֿלאַטערט מיט איר זילבערלעכער לענטע.
עס ציט אַהין אַ בענקשאַפֿט װי צוס װײַטן הימלראַנד.
עס קלעטערט דאָרט דײַן שפּראַך אַזאַ פֿאַראײגנטע, דערקענטע.


ו
אין װאַרשע. שטאָט פֿון אױפֿשטאַנד. בלוט־באַגאָסן.— אַלע מערק.
ביסט דאָ צוּריק. דער שפּיגל פֿון דײַן הױז האָט ניט דערקענט דיך.
װעסט ענדיקן אין װאַרשע לעצטע שורה פֿוּן דײַן װערק,
אַדורכקרײצן דעם צער פֿון אַלע לענדער.

און זע —— אָט איז די פֿרױ, װאָס דו האָסט ליב געהאַט, געדענקסט ז
זי גײט דיר נאָך, אַ שטוּמע, אױף די דערנערדיקע װעגן.
נאָר דיר איז וּוײַט איר נאָענטקײט, דו בלאָנקעסט אום אוּן בענקסט
נאָך ברודערשאַפֿט, װי ס'בענקט אַ סטעפּ, אַ טרוקענער, נאָך רעגן.

פֿאַרבלוטיקט ליגט דער אָסיען אױף דײַן פּנים אין געצאַנק.
דײַן פּאַטלע האָר, דײַן פֿליגלדיקע באָרד.— שױן גראָ געװאָרן.
אין גאָרטן ערגעץ פֿיבערסטו פֿאַראײנזאַמט אוּיף אַ באַנק
און יעדער נערװּ איז הוּנגעריק און פֿינצטער װּי אַ דאָרן.

אַ גילדענע קוקאַװקע טרױערט אױס: געװען, געװען...
ס'פֿאַלט צו די נאַכט, און איבעריק איז איצטער דיר דײַן שאָטן.
װאָלט כאָטש געשטאַנען דאָ דערבײַ דער אײדעלער שאָפּען,
װאָלט ער עס אַלץ אַרױפֿגעכאַפּט אוּיף נאָטן.
                               


3ץ
         ז
         אַ טעות, װעסט דײַן לעבן דאָ ניט ענדיקן, זשעני 1
         דיך דאַרפֿן בעטלערס, קאַליקעס, דו זאָלסט פֿאַר זײ אַנטפּלעקן
         די שײנקײט דײַנע, װי אַ פֿעלד מיט זאַנגען אין געבלי,
         און זײ זאָלן צו דיר די הענט װי בלאַנקע סערפּן שטרעקן.
         
דעם גליקלעכן װעט סײַ־װי־סײַ דײַן אָנגעצונדן בלוט
         ניט מאַכן זעעװדיק דעם װעג צו װעלטישער אידעע;
         בלױז דער, װעמעס נשמה אױפֿן גרונט פֿון לעבן ךוט,
         װעט דאָס דערזען, דערשפּירן דורך דער נאַכטיקער זאַװײע.
         
און קומען װעט ער צו דײַן שװעל מיט באָרװעסדיקן שפּאַן,
         פֿון אַלע הונגער־קײטן פֿרײַ, פֿאַר דיר אַנידעךפֿאַלן.
         װי װײַן װעט טרינקען דײַן געזאַנג אַיעדער אָרעמאַן
         און בלינדע װעלן שפּילן זיך מיט דײַנע װערטער.— שטראַלן.
         

ה
         די טרערן קומען אױף צוריק אין טונקעלן אַזיל.
         ס'איז יעדער טרער אַן אַנדערע געשטאַלט אוּן האָט אַ נאָמען.
         די בעטלער און די הײמלאָזע —— זײ קנדען אױפֿן דיל
         און זעען װי אַ ליכטיקײט גײט אױף פֿוּן דײַנע תהומען.
         
דער הימל אוּיסגעשטערנטער איז איצט דײַן מאַנוסקריפּט.
         דו לײענסט אים צום לעצטן מאָל. און אין דעם בלאָען עיגול
         עס לײַכטן דײַנע לידער. װערסט מיט אים און זײ ־— פֿאַרקניפּמ.
         אָ, נאָך אַ װײַל —־ דער אױסלײזער קומט אָן מיט װײַסע פֿליגל.
         
אַלץ שטומט. צעריסענער געזאַנג. באַפֿעל פֿון לעצטער פֿליכט.
         אַ ברענענדיקע, פֿאַלט אַוּועק די לעצטע טרױם־איקאָנע.
         אַ װינט פֿאַרלעשט די שטערן. ס'בלײַבט פֿאַרגליװערט דײַן געזיכט.
אַפּ1     פֿאַרסמט ליגט בײַ דײַן קאָפּ די קראַנקן־שװעסטער —— די לבֿנה.
                                       


.7
               בײַם פֿענצטער


דער עפּלבױם איז מער שױן ניט פֿאַראַנען.
עס האָט דער האַרבסט דורך נאַכט אים אױסגעריסן
צו מאַכן זיך אַ שײַטער אױפֿן סטעפּ
אין סעפּטעמבער־אָװנטן אין קאַלטע,
װען פֿאַרבן־סטרונעס אין דער לופֿטן שפּאַנען.
''שענער נאָך פֿון אױפֿלעב איז דאָס װיאַנען▮.
װיג זיך, װיג זיך, יונגעלע, בײַם פֿענצטער.

דער עפּלבױם איז מער שױן ניט פֿאַראַנען.
איך שװער: זײַן בלוט אױף מײַנע ליפּן ברענט.
וּוער עס װּיל, קען זען דעם אָרנאַמענט,
אײדער ער װעט אױסברענען, פֿאַרװיאַנען
אָן געשרײ, װי אין אַ כּוס מיט װײַן
אַ שמעטערלינג.
כ'האָב קײן מאָל ניט ביז הײַנט דאָס גליק פֿאַרשטאַנען
פֿון אַ געבורט אַזאַ, װאָס קומט דורך װיאַנען.
װיג זיך, װיג זיך, יוּנגעלע, בײַם פֿענצטער.

און אפֿשר איז דאָס גוּט, װאָס ניט פֿאַראַנען
איז דער עפּלכױם שױן מער. װײַל אָפֿן
געװאָרן איז די לופֿט און כ'זע פֿון דאַנען
אַ טײַך ־—. ——.
און איבער אים אַ שיף, אין סאַמע זונענהאַרץ דאָרט גלײַך.
נאָר אױפֿן האָריזאָנט, אַוּװּ עס פֿלאַטערן בוטשאַנען,
שטעקט װי אַ קינזשאַל
אַ וּואָלקן ——. מאָדנע װײַט פֿון דאַנען —.
און דערמאָנט אין פֿלאַמיקן אוּראַל,
װאָס כ'האָב געזען דורך יאָגנדיקע באַנען — —־

װיג זיך, װיג זיך, יונגעלע, בײַם פֿענצטער.
אַזאַ בילד װּעט קײן מאָל ניט פֿאַרװיאַנען.
                     

5ץ
                        מײַן שװעטטער


אומגעריכט, פֿון אָװנטשנײען, בלאָע זילבערלעכע סטעפּעס,
קומט אַנטקעגן מיר מײַן שװעסטער אױף אַן אױסגעטרױמטער בריק.
נײן, אַ זילבערנע לעגענדע צי אַ װוּנדערלעכער עפּאָם
אױסגעשפּונען האָט זיך איצטער פֿון אַ זעלטענער מוזיק.

אירע אױגן ־—. ניט קײן שטערן, נאָר צװײ גלוענדיקע בינען
אין געפֿלי צו האָניקבלומען; און צװײ קײטן — אירע צעפּ.
װוּ נאָר אירע פֿיס באַטרעטן, בלײַבט דער סליאַד פֿון אַ באַגינען,
װערט פֿאַרגאַנגען אַ לבֿנה אױפֿן אָװנטיקן סטעפּ.

—־ שװעסטער מײַנע, איך דערקען דיך 1 דו פֿאַרגאַנגענע, דו װײַטע,
דײַנע שקיעהדיקע ליפּן אין מײַן בױדעמל איך שפּיר.
אַזש אַהער צו אָנגעקומען, אַזאַ יום־טובֿדיק־באַפֿרײַטע,
פֿונעם כוטערל, פֿאַרזונקען אין אַ טײַגע פֿון סיביר.

אונדזער כוטערל ־—. ניטאָ שױן, ס'האָט אים אױפֿגעצוקט אַ שטורעם,
נאָך אַ גײַסט װערט ניט פֿאַרפֿאַלן, און מײַן שװעסטערס גײַסט ——־ געװיס.
אױסגעטאָן פֿון צײַט, איז אַנדערש איר געשטאַלט, איר בליק, איר פֿורעם,
נאָר דער שמײכל איז דער זעלבער. שנײוק לײַכטן אירע פֿיס.

־—. שװעסטער, שװעסטער, איך דערמאָן זיך: דו האָסט אױך געשריבן לידער
װען צום גוטן צפֿון־שטערן גײען אױף אַלץ העכער טרעפּ.
און בשעת אַ יאָמער־פֿױגל האָט מיט דיר געזונגען װידױ,
האָט אין זילבן זיך צעשאָטן דײַן געבײן איבערן סטעפּ.
                              






76
                מײַן טאַטע און איו


א
דו קומסט צו מיר המיד, װען גרױל איז מײַן שכן,
װּען איך בין אַלײן ניט אַלײן, נאָר אַ צװײטער.
פֿוּן קבֿר, מײַן טאַטע, דו קומסט אַ פֿאַרשנײטער, —־
פֿוּן פּלײנען סיבירער בײַ שײַן פֿון לבֿנה
באַהעלסטו מײַן טרױער מיט פֿלאַם פֿון בטחון.
                
זײַ װיסן,
                זײַ װּיסן ־—
                דײַן נאָמען איז איצטער
                מײַן אײגן געװיסן.

דײַן בליק איז אַ שײַטער אױף װעלפֿישע שנײען
און איך פֿוּן דער װײַטן דאָרט װאַרעם די פֿינגער.
װאָס עלטער אין יאָרן, אַלץ קינדישער, יונגער
פֿאַרנעם איך דײַן שװײַגן אין שײַן פֿוּן לבֿנה
און דײַנע מחשבֿות אין בלוט מײַנעם גײען.
                
זײַ װיסן,
                זײַ וּױסן ־—.
                דײַן נאָמען איז איצטער
                מײַן אײגן געװיסן.

דעם זון, װאָס איז באַלד שױן דײַן עלטער פֿאַרלאָפֿן,
געבױרסטו צוריק פֿון אַ בערגעלע פֿײַער
און ער װעט שױן בלײַבן ביז טױט אַ געטרײַער
דײַן אָטעם, װאָס קלעטערט צוּם שנײ פֿוּן לבֿנה, —־.
דײַן אָטעם אין װײַסן געפּאַנצערטן צפֿון.
                
זײַ װיסן,
                זײַ װיסן ——
                דײַן נאָמען איז איצטער
                זײַן אײגן געװיסן.
                        


ץ7
ב

איבער מיר ־— דער טאַטע שטײט געבױגן, —־
הױכער טאַטע מײַנער פֿון סיביר.
כ'פֿיל דעם אָנריר פֿון זײַן עלנבױגן,
כ'זע דעם שאָטן־אָפּשײַן אױף דער טיר:
גוף, באַדעקט מיט שנײ,
בלױז די אַפּלען צװײ
װאַרפֿן ליכטרינגען אױף מיר, אױף מיר.

—־. ליבסטער אורח, ליכטיקסטער, דערקענטסטער,
זשאַריק איז מײַן האַרץ פֿון זיסער פּײַן.
ס'קלאַפּט צו מיר דער עפּלבױם אין פֿענצטער,
װינטן בײגן, ברעכן אים באַלד אײַן.
און ער קלאַפּט אַלץ מער:
▮עפֿן, העלף, דערהער,
לאָז מיך אױף אַ װײַל צו דיר אַרײַן 1▮

נאָר איך שװײַג. מײַן האַרצקלאַפּ שטײַגט אים איבער.
ס'דאַכט זיך מיר: איך בין אַלײן דער בױם.
מײַנע װאָרצלען צוען זיך פֿון גריבער...
צװײַגן פֿאַלן אָפּ... איך אָטעם קױם.
ס'ברענט בלױז אײן פֿאַרלאַנג:
װערן פֿאַרב, געזאַנג
און פֿאַרפֿלאַטערן דורך צײַט און רױם.

נאַכט. די יאָרן פֿאָדערן באַלױנונג,
װאַרגן מײַן מחשבֿה און מײַן קעל.
ס'הױדעט זיך מײַן װײנענדיקע װױנונג,
װי זי װאָלט געװען אַ קאַרוסעל.
־— נאַ מײַן האַנט, כ'בין גריוט,
אײדער נאַכט פֿאַרגײט,
האַנט־אין־האַנט אַריבערגײן מײַן שװעל.
                      

8ץ
נאַכט. עס װײנט אַ שטורמישע סאָנאַטע —־
ליכטיקער עקסטאַז פֿון גליק און טױט.
.—. גוטער טאַטע, קום צו נענטער. טאַטע,
מעק מיר אָפּ די שאָטנס פֿון טײַן הױט.
צװישן דיר און קינד
האָט דער טױט אַצינד
זײַנע ערשטע צײכנס מיר פֿאַרטרױט.

כ'האָב געפּךװוט פֿון פֿרײד אַ טעמפּל בוּיען,
האָט אַ װאָלקן טרױער אים פֿאַרצערט.
כ'האָב געפּרוּװט דער װעלט מײַן װאָרט געטרױען,
האָט אַ האַס אַ האַסטיקער צעשטערט.
איצט בין איך אַלײן,
צװישן אַלע ——. אײן,
צװישן אײן און אַלע אױף דער ערד...



ג
איך זינג דיר אַ װיגליד, מײַן ייִנגל,
אַ פֿידעלע דאַװנט מיר צו.
כ'טו אָן אױף דײַן פֿינגער אַ ךינגל
פֿון קלוגער דערקענטעניש ——. רו.


געבױרן אין שנײװינט, אין װיכער,
געװאַקסן אין אומרו ביסט דו.
נאָך מיד איז דײַן װאַנדערטראָט זיכער
און בענקט נאָך דערלײזונג און רו.

כ'דערמאָן זיך: װי לאַנג איז געװען דאָם,
װען דו ביסט נאָך קױם געװען דו,
און שױן זענען ▮טעג װי לעגענדעס
פֿאַרגאַנגען אין קרײַזן פֿון רו.
                    

79
און שױן איז דײַן יוגנט פֿאַרשװונדן,
דו װײסט ניט װוּהין און אַװוּ.
דײַן מידע נשמה, אין װונדן.—־
זי גאַרט נאָך דער זאַלבונג פֿון רו.

דײַן װעג װערט אַלץ אימהדיק־ענגער,
אַ שאָטן פֿוּן לײַדן פֿאַלט צו.
דײַן האַרץ קען ניט װאַרטן שױן לענגער
און שטורעמט די ראַנדן פֿון רו.



ד
איך האָב דאָך געהאַט װען אַן אײגענעם הימל
מיט שטערן: אַן אַלף, אַ בית און אַ גימל.
כ'האָב גילדענע לידער אין הימל געלײענט
אין טיפֿע, אין הײליקע נעכט.

דער הימל ־— פֿאַרװאָלקנט, אין בלוט ־— זײַן געװיםן;
מײַן אַלף־בית האָבן גזלנים צעריסן,
און לאַנג שױן װי כ'האָב ניט קײן לידער געלײענט
אין טיפֿע, אין הײליקע נעכט.

איך האָב דאָך געהאַט װען אַ חבֿר אַ ליבן,
זײַן אָנדענק אַ מאָל אין דער לופֿטן פֿאַרשריבן,
און אױך ——. אַן אײן־אײנציקע אײדעלע שװעסטער
מיט שמײכלען װי פֿונקען אין שנײ.

דעם חבֿר האָט אײן מאָל אַ װאָלף אײַנגעשלונגען
אין סטעפּ, װען ער האָט זיך פֿאַרטרױמט און פֿאַרזונגען,
און אױסגעצאַנקט האָבן זיך שטיל בײַ מײַן שװעסטער
די שמײכלען װי פֿונקען אין שנײ.
                    


0.
איז װאָס מיר געבליבן ן ־—ניט פֿרײד, ניט קײן ךו מעך,
נאָר בלוּיז אַזאַ קנײטש אױף מײַן שטערן, אַ קרומער,
װי ס'װאָלט מײַן מחשבֿה אַ װעג דאָרט געשניטן
מיט שאַרפֿן, מיט שפּיציקן לאָם.

און כ'טראָג אים דעם קנײטש, װי אַ האַרבסטיקן דאָרן,
דורך װאָרן, װאָס זענען חלומות געװאָךן,
אץ כװאַליעװען ערגעץ מיט שנײַדיקן ךיטעם ־—.
אַ װילדער, אַ באַרגיקער שטראָם.


ה
ליכטיק־באַגערטער,
זילבערנעך סנה, —
דורך םײַנע װערטער
זע איך דיך, זע
שטענדיק אַ גךײטן.
ביסטו אַ פֿךעמדער ן
ביסטו סימבאָל ן
זוניקער טרױער ן
דױער ז
באַדױער ז
אָדער מײַן ליבשאַפֿט
פֿון אײביק ביז אײביק ז
זאָג מיר באַגלײביק
הױך, אױפֿן קול.

־—. כ'בין ניט קײן פֿרעמדער,
קוק זיך נאָר צו.
הער און פֿאַרנעם דיר
אַלץ װאָם איך טו.
זעסט ־—־ איך בין דו.
                   

81
         ו
         כ'װעל אַװעקשפּרײַזן פֿון דאַנען
         אין מײַן אױסגעבענקטן לאַנד,
         װוּ לאַװינע־קאַראַװאַנען
         שטראָמען דורך פֿון ךאַנד ביז ךאַנד.
         
מיר איז פֿינצטער דאָ, אײנטאָניק.
         יאָרן־לאַנג כ'חאָב ניט פֿאַךזוכט
         פֿונעם פֿראָסט —. זײַן בלאָען האָניק,
         פֿונעם שנײ — זײַן זיםע פֿרוכט.
         
ביז איך װעל זיך אױך פֿאַרװאַנדלען
         אין אַ שנײ־לאַװינע, װאָס
         אוםדערבאַרעמדיק װעט װאַנדלען
         אױסער צײַט און אױסער מאָס.
         

ציטעךן װעט אַ מדינח,
         פֿאַרבן װעט זיך נאַכט אױף טאָג,
         װען טײַן האַרץ װי אַ לאַװינע
7נע1     װעט זיך רױשיק טאָן אַ טךאָג.
                         














81
               געשרײ


מיט דער נאַקעטער ברוסט צו דער ערד,
מיטן פּנים אין גראָזן פֿאַרגראָבן, ־—.
אַזױ ליג איך און שרײַ, ביז עס װערט
מײַן ברײטברוסטיקער שרײַען דערהערט
פֿון בעריאָזעס, פֿון שטערן און ראָבן:
      
פֿאַרװאַנדל מיך אין לופֿט,
      פֿאַרװאַנדל מיך אין רױם
      און װילסטו —— אין אַ פֿױגל
      אױף דײַן שענסטן בױם.

איבער מיר טוט אַ פֿלײץ דער באַגין
מיט אַ האָרדע געצונדענע שטראָמען.
מײַן געשרײ, װי אַ בליץ אַזױ דין,
פֿאַלט אַראָפּ אױפֿן פֿעלדישן גרין,
װוּ עס יאָגט אַ געשטאַלט אָן אַ נאָמען:
      
באַפֿרײַ מיך פֿון מײַן גוף,
      װאָס איז צעבראָכן, מיד,
       און איך װעל דיך באַגלײטן
       טיט מײַן שענסטן ליד.

די געשטאַלט װערט אַ ךעגן פֿון פֿרײד,
נעמט טיר צװאָגן די ערדענע גלידער
און אַנטהילט פֿון איר װינטיקן קלײד,
און מיט װאַרעמע װאַלדיקע רײד,
 לײגט זי העל בײַ מײַן זײַט זיך אַנידער:
       
פֿון שרײַוקן געבעט
       זאָל װערן אַ געבאָט —־ —־. —־.
                  


83
         אָבער װען איך דעךזע, איך דעךשפּיך
         די פֿאַרװאָרונג פֿון טײַנע געבעטן,
         זײער װאַרעמען פֿינגער־באַריר
         אין מײַן גײַסט, אין טײַן לעבן, אין מ י ר, —־
         װאַרף איך װידער געשרײען־ךאַקעטן:
               

באַשאַף מיך אױף דאָס נײַ
                מיט אױגן, האַרץ און צײן,
               פֿאַרװאַנדל מיך צוךיק
ש19           פֿון אַ ל ץ אין מיר אַלײן.
                          























.8
                  אָ רכטער בײַ נאַכט


נאַכט. און עס אָטעמט אַ דיכטער די װעגן און שליאַכן.
רױטינקע פֿײַערלעך שװיםען פֿון באַרגיקן װאַלד.
אָנגעשפּיצט חאָרכט ער דעם לשון פֿון בײמער און זאַכן.
אָטעמט די גײַסטער־סימפֿאָניע, װאָס קומט און באַפֿאַלט
מיט רעגןשױגיקע קלאַנגען די געגנט. זײַן אױער
האָרכט דעם עקסטאַז פֿונעם קאָרן, װאָס װאַרט אױפֿן שניט,
די ניט־פֿאַרגאַנגענע פֿרײד און פֿאַרגאַנגענעם טרױער.
װעלט איז בײַ אים אױף דער ליפּ. עס באַװאַכט אים און היט
ס'אױג פֿון דער אײביקײט, חעל װי אַ שטערן אַ בלאָער.
אַל דאָס פֿאַרשטאָרבענע בליט
אין די גרױליקע װעלדער.

חײמען פֿאַרשװוּנדענע קומען אין חבֿרשאַפֿט גרײטער:
טונקעלע הײלן. אַ שײַטער. אַ שטיבל פֿון סכך.
יעדער זײַן הײם האָט אַ שטעגל, װאָס פֿירט צו אַ צװײטער,
און אַ פֿאַרבאָרגענע האַנט פֿירט פֿון שטעגל צום שליאַך,
אין אָנגעצונדענער שפּאַנונג פֿון ריטמישן שפּאַנען.
ערגעץ פֿאַרפֿלוען די װערטער נאָך ליכט און נאָך גליק.
אָט איז בײַם ברונעם דאָס מײדל מיט צװײ פֿולע קאַנען.
כרײטער צעקרײַזט זיך אין װאַסער איר פֿונקיקער בליק.
און איבער איר אין אַ זעגלונג אַ מחנה בוטשאַנען
שאָטנט אַװעק אױף צוריק
אין די אורערשטע װעלדער.

יעדער פֿאַרלױרענער טראָט, איבער שטױבן פֿאַרזיגלט,
קניט מיט געזאַנג בײַ דעם דיכטערס צעװונדיקטע פֿיס.
אין דער לבֿנה די צײַט װי אַ ליליע זיך שפּיגלט,
און דעך געהײם פֿון די װעגן אַנטפּלעקט װוּ ער איז.
גוט איז צו שפּירן דעם פֿױגל־געשאָרך אין די נעסטער,
אױך דעם געדאַנק פֿון אַ יאָדלע 1 און צו דער נאַטור
                          


85
         אױסשרײַען פּראָסט און אַלטמאָדיש: ▮טײַן טײַערע שװעסטעך,
         איך בין עס, איך, ביזן טױט אַרײַן דײַן טךובאַדוך▮.
         נאָך דעם אַ פֿאַל טאָן אױף דר'ערד אין פֿאַרליבטקײט אין גרעסטער.
         זען דעם אומזעוקן שנור
         צװישן זיך און די װּעלדער.
         
גךױס װי צװײ נעכט נעמען שפּרײטן זיך זײַנע שװאַרצאַפּלען.
         נאַכטיקע, בלאָע פֿואָלן דערזעען אים בלױז.
         ס'צײכנט װער אָן אױף אַ פּלײן די בריליאַנטענע שטאַפּלען
         פֿון זײַן באַװעלטיקטן װאַנדער. זײַן גוף ציט זיך אױס
         איבער דער װאַלדיקער ערד װי אַ שטורעם. די שכינח
         פֿלאַטערט אַרום איבער אים װי אַ שנײוקע טױב.
         לענגער פֿון שליאַך װערט זײַן חלום. די װילדע טשופּרינע
         װאָךצלט זיך אײַן אין די גראָזן, אין בלעטער, אין שטױב.
         ס'װערן די הענט זײַנע גךין װי די צװײַגן די גרינע.
         גיבן זיך פֿױגליש אַ הײב
         צו די בערדיקע װעלדער.
         
שעפּסענע שטילעניש. װײַסע באַהילעניש. מאָכיק
         שאַרן זיך שװײַגיקע שאָטנס אין ליבשאַפֿט און שרעק.
         אָבער דער שאָטן פֿון דיכטער, געזאַנגיק און קנאָכיק,
         װאַקסט זײ אַריבער און לײגט זיך ברײטהאַרציק אַװעק
         אױף די פֿאַרגליװערטע לײמיקע בעךג װי אַ טלית.
         אַלץ װערט פֿאַרװאַנדלט אין קאָסמישן בלוט. און עס קװעלט
         האַסטיק אַרײַן אין זײַן לײַב מיטן ריטעם פֿון כװאַליעס.
         דורך זײַנע אָדערן רױשט די צעשטעךנטע װעלט,
         ביז עם צעשיטן זיך, פֿינצטערן אױס די פּמליות.
         ליכט פֿון די װעגן צעהעלט
ש19     דורך די נאַכטיקע װעלדער.
                                    



86
         אין די בערג


צוּױי שטראַלן אױף די פֿיס,
אין הענט ־— געטרײַער װינט.
אַזױ דערלאַנג איך זיך אַ ריס
אין לאַבירינט
פֿון שנײ.
    

עס זענען זיס
    די ליפּן פֿונעם שנײ
    און פֿול מיט קושן.

פֿאָרױס ־—־
אַ מחנה מאָנסטערבערג אין זילבעךנע קופּאָלן, —
און בלאָ געשליפֿן
טיפֿן, טיפֿן
טאָלן.
די שטראַלן ליגן זיך אין שנײ
און טאַטװרן אױס אין זײ
לאַנגמײַליקע סימבאָלן...

די לופֿט פֿון הילכיקן מעטאַל
צעפּלאַצט פֿון מײַן געשניט.
איך יאָג —־.
אַ בלאַנקע פֿײַל דורך ערד און אַל.
עס פֿליט
מײַן שאָטן אױף צוריק צו אַל די העלקײט.
די אַלטע סקריפּעדיקע צײַט
              






ץ8
         שױן קען מיך ניט דעריאָגן.
         װוּ בין איך, װוּז אין װאָסער װײַטן
         איך װיל, דער שנײ זאָל מיר אַן ענטפֿער זאָגן 1
         
דער עכאָ טוט אַ קלונג פֿאַר מײַנע פֿיס:
         עם עפֿנט זיך אַ טאָל,
         אַ באַךג,
         אַ חיםל.
         
די יאָדלעװעלדער פֿאָכען מיט די שאָטנם
         און באַגלײטן
         טײַן װעג מיט זײעך פֿיאָלעטער שװײַגעניש.
         
איך װירבל צװישן פֿאַלעניש און שטײַגעניש
         דוךך הימל,
         באַרג
         און טאָל.
         און מיט אַ מאָל:
              

עס זענען זים
              די ליפּן פֿונעם שנײ
המ         און פֿול מיט קושן.
                         











.8
                 לאָמיר װעבן די לעגענדע


א
לאָמיר װעבן די לעגענדע פֿון אַ יונג באַרױשטן פֿרילינג.
פֿון אַ יונג באַרױשטן פֿרילינג אױף אַ בראשיתדיקער ערד,
װי צװײ סטרונעס, װאָם באַשאַפֿן בלױז אײן קלאַנג און אײן דערפֿילונג ——.
צאַפּלען מיר אין לופֿט געשפּאַנטע. און דער אײנער קלאַנג דעךחעךט
גאָר די מילדקײט, גאָר די װילדקײט
פֿון דער קינדישער צעשפּילטקײט,
אַלע זונען פֿריש פֿאַרגאָלדיקט אין די פֿרילינגדיקע קװאַלן.
ביז אַ כּישוף קומט אַנטקעגן מיט אורקנאָספּיקע סיגנאַלן,
אױפֿן זאָטל נעמט אונדז בײדן, און מיר טראָגן זיך צוזאַמען.
זיסע שנײַדנדיקע שרעק.
סוד פֿון שמײכל ערבֿ קאַלטן, גרױזיקן אַנטפּלעק.
ביז מיר קומען צו דעם אינדזל הינטער אַלע ימען.


ב
לאָמיר װעבן די לעגענדע פֿון אַ מילכוּועגנאַכט אין זומער.
פֿיאָלעטע נאַכט אין זומער. װען דאָס חלום־אױג דערזעט
אַ געװאַקס פֿון פֿײַכטע זאַנגען און אַ קומען פֿון אַ קומער,
װײַל דער טױט, געבױרן אָקערשט, נעמט באַרירן דעם פּלאַנעט.
דורך די צװײַגן נעם איך שטײַגן
אין אַ שטערנדיקן שװײַגן,
און איך טראָג דיך אױף די אָרעמס איבער זומפּן װי אַ קרבן
פֿאַר אַ געטין אין אַ טעמפּל, ביז עס װערט די נאַכט באַפֿאָרבן
מיט דער לאָקיקער כימערע פֿון אַן אױסגעטראַכטן אײביק.
זאַלבעצװײ צי זאַלבעאײן ־—
חושים זענען הײמלאָז, װי דער חושים־גאָט אַלײן.
טרײסטן זײ דעם אומטרײסט מיט אַן אײביק, מיט אַ גלײביק.
                           






89
          ג
          לאָמיך װעבן די לעגענדע פֿון אַ חאַךבסט אַ בלי־צעבליטן,
          פֿון אַ האַרבםט אַ בלי־צעבליטן לאָמיר װעבן אַ געװעב.
          טײַך ־—. אין גליװערדיקע פּערל, ערד ——־ אין חלפֿדיקע שניטן,
          רוף איך דיך אַרױס פֿון דמיון אין מײַן חלום װוּ איך לעב.
          און איך זע דיך האַרבסטיק. יעדער
          גליד געצונדן, װי אין סעדער
          לעצטע עפּל, װען דער גורל וּועגט אַריבער שױן דעם װילן.
          מיטן פֿרילינג, מיטן זומער פּרוּװ איך אײַנדעקן, פֿאַךחילן
          דײַן געװײן, װאָס איז געפֿאַלן אין מײַן אױגאַפּל װי אָלים.
          און איך רוף דיך פֿונעם דנאָ
          װוּ די װאָר אַ מענטש־פֿאַרשטעלטע איז שױן אױך ניטאָ, ניטאָ.—־.
          בלױז דער לאַכנדיקער שאַרבן פֿון אַ טױטן חלום —־ ־—. ־—
          


ד
          לאָמיר װעבן און דערװעבן די לעגענדע פֿון אַ װינטער.
          װינט־ און שנײ־לעגענדע ——־ װינטער. אונטער װאָיענדיקן שיכט
          פֿרירט אַן ערגעצדיקע יונגשאַפֿט. פֿרירט די זון, פֿאָרױס און הינטער
          שימערט, גלימערט די צװאה פֿון דעם ריטעמדיקן ליכט.
          און איך קני דאָ אין ירידח,
          זינג און שמײכל אין מײַן װידױ:
          װער האָט עס געהײם באַשװוּירן דו זאָלסט וּוערן מיר דער בךענפּונקט
          פֿון די אָפּגעשטראַלטע יאָרן ן אַז אין דיר זאָל איך דערזען פּונקט
          די געשטאַלט, װאָס פֿון מײַן װיגל טראָגט פֿאָרױס זיך װי אַ רײַטער ן
          נאָך ביז װאַנען איך און דו
          װעלן גאָר דעם לעבנס אוצרות װיליק אױסבײַטן אױף רו, —־.
37פּ     לאָטיר װעבן די לעגענדע, לאָמיר װעבן װײַטער, װײַטער.
                                        






90
   ▮
זן —א דילס
        ,
                     

























































































































































































▮
            ןזאַ'ל1ז.י▮ק'ם1
                  

'שׂ,4שׂ1


אַלץ איז װערדיק פֿאַר מײַן אױגס געװאָגל,
אַלץ איז חשובֿ, טײַער פֿאַר מײַן סטךאָף:
גראָזן, בײמער, ערד, אַ קװאַל, אַ לאָגל
און די װײַטע פֿאַרביקײט פֿון שלאָף.
    און אין אַלץ באַגעגן איך אַ שפּליטער
פֿון אין־סוף.

כ'זע מײַן לײַב אין װײַס פֿון דער בעריאָזע,
כ'פֿיל מײַן בלוט אין בליִונג פֿון אַ רױז,
און אױם דער נאַטורס מעטאַמאָךפֿאָזע
װעב איך פֿון דעךקענטעניש אַ הױז.
    און אין אַלץ אַנטפּלעקט זיך מײַן געביטער
טיף און גרױס.

פּראָסטע שטױבן רײדן פֿון פֿאַךגיבשאַפֿט,
שטילער טױ — פֿון לײַכטנדיקן גנאָד.
עפּל זאָגן אָן פֿון קלוגער ליבשאַפֿט
צו דעם װײַסן, אָפּגעשײדטן סאָד.
     און ס'איז יעדע רגע אָן אַ הימען —
מיר אַ שאָד.

אַלץ, װאָס װערט פֿון טיך דערפֿילט, איז טײַניק.
װוּ נאָר ס'גרײכט מײַן װאָרט, בין איך פֿאַראַן.
װי אַ קוּואַל אין מידבר שלאָגט דער הענוג
און ער לאָקט מײַן לעבנם קאַראַװאַן.
     און אין אַלץ, אין אַלץ איז דאָ דער םיטן
פֿון מײַן שפּאַן.
                    


93
  דורו זוניקע נעכט


נירלאַנדן־געפֿלעכט
אױף טױער און טיר.
דורך זוניקע נעכט
נײ איך צו דיר.

אַ קלאָרע לאַזוך
נעמט שפּרײען מיט שײַן.
עס ךעדט די נאַטור:
▮ביסט מײַן, איך בין דײַן▮.

איך פֿרעג בײַ אַ בױם.
                     .
װאָס איז דײַן באַגער ן
▮זיך צװײַגן אין רױם▮
אַן ענטפֿעך איך העך.
         


















.9
      ערדישע הימלען


אַ מחנה רונדע הימלען
הױערט אױף דער ערד,
װי לײַנענע געצעלטן
פֿון געהײמע ריזן.
אָ, װער האָט זײ פֿאַרבונדן
מיט דער פֿײַכטער ערד ן
קײן ענטפֿער איז ניטאָ.
ניטאָ.
ניטאָ.
װאָלט כאָטש די האַנט פֿון װוּנדער
איר שאָטן בלױז באַװיזן 1

דער ערשטער הימל פֿײַערט,
אָטעמט־אױס אַ װאַלד.
דער װאַלד איז ערשט געבױרן,
ס'פֿלײצן פֿון אים טרערן.
אַ בלאָער װאָלקן נידערט
אױף דער באַק פֿון װאַלד:
אַ קוש —־ און מער ניטאָ.
ניטאָ.
ניטאָ.
דער װאַלד נעמט גלוען, טונקלען,
װערט מחוץ פֿון װערן.

אַ טיר פֿון לופֿט באַװײַזט זיך:
צװײטער האָריזאָנט.
און אַ זיגזאַגיק טײַכל
צאַפּלט צװישן שטײנער.
אַ װערבע גלעט עס, האַלדזט עס
בײַ דעם האָריזאָנט ־— ־—
             


95
 קײן פֿײַנטשאַפֿט איז ניטאָ.
 ניטאָ.
 ניטאָ.
 ס'איז ליבשאַפֿט בלױז פֿאַראַנען,
 װײַטער קײנם און קײנער.
 
אַ שפּאַן אין דריטן הימל —
 בלאָנדיק זאַנגענפֿעלד.
 אַ יונגע דאָרפֿםפֿרױ דרימלט
 מיטן סערפּ דערנעבן.
 דער סערפּ קוקט שאַרף און צײניק
 צו דעם זאַנגענפֿעלד.
 קײן מורא איז ניטאָ.
 ניטאָ.
 ניטאָ.
 עס לעבן אַלע טױטן.
 אַלע טױטן לעבן.
 
אין פֿערטן הימל ־—־ אָװנט.
 אין דעם פֿינפֿטן.— נאַכט.
 אַ מילכװעג פֿירט אין זעקסטן
 צװישן װײַסע טױבן.
 אין לעצטן חימל פּלוצעם
. לעשט זיך אױס די נאַכט.
 און שױן. זי איז ניטאָ.
 ניטאָ.
 ניטאָ.
 די לעבעדיקםטע זעונג
 פֿאַלט פֿונאַנד אין שטױבן.
            



96
            די ראַנדן פֿון אַ טײַו


איך זע פֿון הױכן באַרג, װי ס'בלאַנקען
די ראַנדן פֿון אַ טײַך. ביז העט
בײַם האָריזאָנט פֿאַרטונקלען ןײ און צאַנקען
און לײַכטן זילבערגרין און פֿיאָלעט
אױף ס'נײַ ־— און טונקלען װידער. כ'קוק אַרונטער
אין טײַך, װאָס לעשט מײַן פּנימס צונטער
און לײַטערט מיר מײַן גוף, מאַכט קלאָר אים,
און זאָג צו מיזרח, מערבֿ, צפֿון, דרום:

—־ פֿאַרנעמט און זעט,
װי אונטן, צװישן בלעטערװאַרג און שטיבער,
איז אָנגעשריבן מיט אַ קאַלטער טײַכנשריפֿט מײַן נאָמען.

דערצײלט פֿון אים דער גאָרער װעלט דעריבער.
   אָמן.
                    

















ץ9
             ושלדיקס


אין טראָפּנס טױ צעפֿאַלט דער חומר
פֿון גראָז און בלום.
און װער עס װיל
קען זען דאָס אײדעלע געשפּיל
פֿון שװאַרץ און פֿײַער, פֿון בלאָ און זילבער.
רונד אַרום,
אױף דר'ערד צעלײגטע, שלאָפֿן בײמעך,
די שאָטנס װאַקסן אין דער הײך.
די לופֿט איז קיל אןן װײך
װי טרוקן װאַסער.
שװײַגיק, רװק
קושן זיך צונױף די שטילע שטעגן.
װוּ־ניט־װוּוק
פּינטלען גרינע גלימערלעך אַנטקעגן.
עס ציטערט־אױף אַ נעסט,
עס לײַכט אַ קװאַל.
דו זעסט,
װי װעלטן דךײען זיך אױף אַקסן
און װי אין טױען שפּיגלט זיך דער אַל.

אװב ט'װאָלט איצט װער געגעבן אַ געשרײ,
איז ושלטן אַלע הימלען זיד צעשאָטן
אין קאָסמישער בהלה.
ס'איז אָבער ש־ש־ש. און בלױז אַ טאָלאָװײ
װאַרפֿט גײַטטעריש אַ שאָטן נאָו אָ שאָטן.
און ותּדליק זײַנע שטערנרקע גאָטן
אָנטפּלעקט ער אי זײַן טאָלאָ
                        אי זײַן װײ.
                




.9
            פֿאַרלױרענע נעסט


זעסט
אױפֿן װעג די פֿאַרלױרענע נעסט ז


איר װױנער, איר װױנער אַנטרונען,
   און זי האָט דער װינט דאָ געבראַכט,
   און דו, װאָס דײַן הײם איז די נאַכט,
האָסט אַ װאַרעמע נעסט איצט געפֿונען.
                   


























99
     צװײ מימער


צװײ בײמער מיט שטאַמען
פֿאַרפֿלאָכטן צוזאַמען.

פֿאַרפֿלאָכטן, פֿאַרפּעכט
די בײמערשע גופֿן,
צוזאַמען,
צוזאַמען,
דורך טעג און דורך נעכט.


אַ האַרץ אין אַ האַרץ,
געשלעכט אין געשלעכט,
װי צװּײ גרינע פֿלאַמען
פֿאַרפֿלאָכטן
צוזאַמען
אין אײניקער אײנקײט.


די טױיִקע קרױנען —
אין הײליקער שײנקײט.
די צװײַגן ־—־ אין גליקלעכן תּענוג
צעשפּרודלט.

און ס'פֿירט צו די בײמער
אַ װעג, מיט אַ צושריפֿט
פֿון זונענשײַן, לאמור:


דער װעג
צו דער עךדישער ליבע.
         





100
                לאַנדשאַפֿט


דער הימל —— װי דער חלום פֿון אַ דולן,
ניטאָ אין אים די זון. זי בליט און קװעלט
מגולגל אין אַ הײסן, פֿולן
און װילדן רױזנבײמל אױפֿן פֿעלד.
דער װינט איז אַ מכשף. ער פֿאַרקנעפּלט
   דעם טאָג מיט נאַכט.
אַ װאָרצל צו אַ װאָרצל עפּעס פּרעפּלט.
   אַ װאָלקן לאַכט
   פֿון שלאָף. עס װינקט פֿון װאַלד אַ בליציק אײגל.
   װי פֿאַלנדיקע שטערן פֿלוען פֿײגל.
                   























101
      רעגגט פֿון פֿאָרבן און בלומען


א
רעגנס גײען,
שלאַנגענדיקע, זאַנגענדיקע ךעגנם ——
מחנות נאַסע װינטן גאַלאָפּירן אױף דער ערד
און קריצן אײַן
און בליצן אײַן
חלומות ניט קײן חװקע,
      געדאַנקען פֿריש צעװאַקסענע,
גרין־בלויִקע,
      צעשלאַקסענע,
דעךשראָקענע פֿון רױשנדיקער גבֿוךה
דער צעהימלטער.
און הינטער זײ ־־ אַן אָװנט אַ געבלימלטער.
און הינטער אים ־— אַ דערפֿעלע
פֿון דר'ערד אַרױסגעשװעמלט,
אַ װעג,
      אַ קאַרשן־גאָרטן
און
      אַ מענטש.
דאָס אַלצדינג האָבן רעגנס איצט באַפֿלעמלט.


ב
איך בין דאָס געבױר פֿון די װעלדער,
װאָס װילן זיך הימלען פֿון דר'ערד.
און דו ביסט דער זוניקער מעלדער,
אַז אַלץ װאָס איך טראַכט איז דערהערט.
פֿון װאַנען דײַן גײ און דײַן קומען,
איך װײס, פֿון מײַן לױטער גערײד,
אָ, פֿײַערדיק־פֿלײציקע פֿרײד,
אָ, רעגן פֿון פֿאַרבן און בלומען.
                  



101
איך ליג אונטער גראָזיקער פֿײַכטקײט,
פֿאַרװעבט אין געדאַנק פֿון דײַן שײַן.
דערפֿיל איך אױף מיר אַ באַטײַכטקײט,
װי מישונג פֿון חלום און װײַן.
דײַן שײנקײט באַװאָרטיקט מײַן גומען.
דײַן פֿײַער צינדט אָן מיך װי זײַד.
איך בעט דיך: באַלעב מיך און שנײַד
מיט שטראָמען, מיט פֿאַרבן און בלומען.

און דו, װי אַ שטערן־גוף לױטער,
פֿאַרנעמסטו די רײד פֿון מײַן גײַסט,
װאָס לױשפּערט צו דיר אַ פֿאַרטרױטער,
און אַל מײַנע בלוטן באַפֿרײַסט
פֿון זײער פֿאַרגליװערטן שטומען.
איך פֿיל ניט אַלײן, װי איך טו
צו דיר זיך אַ חײב פֿון מײַן רו,
דו, רעגן פֿון פֿאַרבן און בלומען.

פֿאַרהילםט מיך אין דײַן פּעלערינע
און לײַטערסט מײַן לײַב מיט דײַן גנאָד.
אָט פֿינקלען שױן װעלדער נאָלדגרינע
באַהאַנגען מיט ליכט און מיט סוד.
איך פֿיל: האָסט מײַן תּפֿילה פֿאַרנומען
און חאָסט זי אין זעונג פֿאַרגופֿט.
איצט װעלדער איך אױף אין דער לופֿט,
באַרעגנט מיט פֿאַרבן און בלומען.
                 






103
                אין אײנעם אַן ▮תמאָל


װי אַ קאַרשנבױמם בליט אױפֿן פֿאָן פֿון אַ יאָדל,
חאָט איר װײַסקײט געקװאַלט אױף מײַן גוף דעם שװאַרץ־ערדיקן,

און די זון האָט באַזאָטן מיט גלװקן יאָד
אַ בוךשטיניקן בלאַט, װאָס געזונגען האָט װערדיק.

משוגעת אָדער ליד איז באַשאַפֿן געװאָרן.—
פֿון דער װעלטס עךשטן חלום ־— אין רגעס אַזעטיקע.

און דאָס שװײַגן אַלײן איז געװען אונדזער װאָר,
װאָס האָט מער נאָך װי שלאָף אונדז געמאַכט דעמאָלט זעטיק.

װען דער קאָפּ פֿון מײַן שאָטן איר האַרץ איז באַפֿאַלן ——.
האָט איר האַנט אים אַ כאַפּ געטאָן צו־זיך אין ציטערן.

און עס גליט אין איר חלום פֿון יעניקן פֿאַל
מײַן געשאָטנטער קאָפּ, און אַלץ פּײַנלעכער ציט ער.
                         














.10
      עלעקטרישער אינהאַלט


שטערן שטורעמען און שטערנען
װי ס'עלעקטרישע געגאָס
אין גראַניטענע ציסטערנען, ־—
דורך דער פֿינצטער לײַכט אַ שלאָס.

ס'אָטעמט גאָלד פֿון שװאַרצע הײלן ־—
קײנער גיט עס ניט קײן קלײַב.
עמעץ זאַלבט מיט בלאָע אײלן
אַ געדאַנק, װאָס זוכט אַ לײַב.

ריר ניט אָן די גראָזן, בלעטער,
איטלעכס שטױבל איז אַ בליץ.
שװּים אַװעק אין שטילן עטער
צו אַ האַרץ אַ צװּײטס, אַ דריטס.

פֿײגל פֿלאַטערן. משונה
פֿאַלן זײ אין אָפּגרונט באַלד.
און די װײַסע געטין לונע
טאַנצט אַ נאַקעטע אין װאַלד.
               













105
              פֿײַער


נשםה פֿון ערדישן היםל
און הימלישער ערד1
דו, זעעװדיק־ךױטע געשטאַלט,
װאָם לעבן צו קענען
מוזסטו פֿאַרצוקן די גרינע קרבנות,
װאָס אַלײן חאָםט באַשאַפֿן
אין טאָל פֿון אַ מאָל.
און שלינגסטו נאָר אײַן זײער בלוטיקן דאָרשט —־
ביםטו אױם.
בלױז עטלעכע בליקן
פֿון דײַנע אומצאָליקע אױנן
פֿאַרבלײַבן אַ װײַל אין די אַשיקע הײםע נעבײנען.


אין דיך — די צעצונדענע פּראַכט
פֿון גילדענע פּלײנען.
אין דיך אַ פֿאַרשװוּנדענע םאַכט
מיט צװײַגיקע, טײַגיקע גרינען.
אין דיר אַ געבונדענע שװײַגיקע נאַכט
און דער ערשטער באַגינען.
               














106
           ליבשאַפֿט צו דער ערד


דו גײ מיט מיר ניט אין קײן םטעךדיש,
      כ'האָב ליב די ערד װי הימל, —— מערער 1
      און װאָם טער הימל, װערט מיר קלערער,
אַז איך בין ערד, אַז איך בין ערדיש.
                    



























107
             ערדיש


אַלץ איז ערדיש, אַלץ איז אײגן,
פֿרעמד איז בלױז דײַן אײגן לײַב,
װוּ דו זאָלסט דײַן קאָפּ ניט לײגן —
מאָנט אַ שטים: פֿאַרבלײַב, פֿאַרבלײַב.
דײַנע זענען די ניגונים,
װאָם באַזוניקן די פֿעלדער,
   און די ריחות פֿון געשניט.
דײַנער איז דער קװאַל, דער ברונעם,
און ס'איז יעדער שטעג אַ שװעל דיר,
װוּ עס קלאַנגען פֿולע זאַנגען,
און עס מאָנען װילדע מאָנען,
װען עס טרעטן װי געבעטן
   דײַנע בענטשנדיקע טריט.


אױבן איז אַ װאַסער, אונטן —־
שװימט דורך גראָז אַ ליכטיק פֿערד.
לעבן באַרגװאַלד דעם באַזונטן
שלאָפֿן װּאָלקנס, און די ערד
רעדט אױף שװאַלבנשפּראַך צו אירע
גרינע קינדערלעך די גראָזן,
   װוּ דו הױערסט יונג און גרינג.
און אַ רואה־ואינו־נראה
נעמט מיט דימענטקײט באַבלאָזן
די געבלימלונג, די באַהימלונג,
אַלע שטראַלן, אַלע אַלן
און די שליאַכן, װאָס פֿאַרמאַכן
   זײער װאָגל אין אַ רינג.
              





.10
אָט.— אַ פֿלאַקסן־פֿלעק, בלאָ בליט ער
װי אַ הימל צװישן װײץ.
דורך אַ װאָלקן שפּאַנען שניטעך.
באַרגאַראָפּיק, מיט געפֿלײץ,
יאָגן שעפּסן אין אַ סטאַדע,
װי אַ שטראָם פֿון לײַכטן גינגאָלד,
   און פֿאַרלעשן זיך אין טאָל.
און אַ בײמער־קאַװאַלקאַדע
לױפֿט גאַלאָפּיק אוּן באַרינגלט
דעם זכּרון. צװישן קאָרן
װּאַקסט בשתיקח װײַסע גריקע
װי דער פֿײַכטער מילכװעג־לײַכטער,
   און אין אײנעם ־—.. בליט דײַן קול.


אױף די טײַכן שװימען שײַטערס ־—
רױטע הירשן פֿון דער נאַכט.
דורך די שלײפֿן יאָגן רײַטערם:
.— גיכער, גיך, גיב אַכט... גיב אַכט...
אַלע ליכטן בלאָלען, טונקלען,
אַלע איכן װערן דוען.
   ס'האַרץ איז פֿרעמדער װי דער פּלײן,
װו עס ציטערן ראַנונקלען
און די לעצטע אָטעמס רוען.
אַלע סטױגן קריגן אױגן,
די געפֿילן דרימלען, שטילן,
אױך דײַן גלי װערט גראָ פֿאַרגליװעךט: ־,,,,
   אַלץ איז אײן און דו ־—. אַלײד
               





109
          אין אָפּגרונט פֿון אַ זאָנג


האָט דיו װען געפֿאַנגען אַ זאַנג פֿון צװישן זאַנגען ן
מיט מיר איז עם געשען אין פֿעלד, װוּ כ'בין געגאַנגען.
   
אַ זאַנג פֿון מיטן פֿעלד
   איז מיר דעם װעג פֿאַרלאָפֿן —
   פֿאַרלאָפֿן און פֿאַרשטעלט
   דעם װעג צו אַלע סופֿן,
   און תּיכּף מיך געבונדן
   מיט בליצונג פֿון זײַן אײגל.
   מײַן װילן איז פֿאַרשװוּנדן
   אין שאָטן פֿון די פֿײגל,
   און דורך מײַן גוף האָט פּלוצעם
   געטאָן אַ פֿלי, אַ טאַנץ
   מײַן גײַםט און זיך פֿאַרתּענוגט
   אין קאָרענער םובסטאַנץ:
   איך חאָב אין איך דעראָטעמט
   די פֿאָרמען פֿון אַ הימל,
   צו װעלכן ס'חאָט גענאַרט טיך
   דער אָװנטדיקער װעג.

אַזױ האָט מיך נעפֿאַנגען אַ זאַנג פֿון צװישן זאַנגען
און אױפֿאַנטפּלעקט אַ װעלט פֿון כּולו פֿרײד און קלאַנגען
װוּחין איו װאָלט צו פֿום
קײן מאָל ניט דערגאַנגען.
                    








110
                                    בײַם נאַראָטש
            

אױף שװאַרצן װאַסער בלאַנקען װײַסע בײגעװדיקע זעגלען,
            און אונטער זײ די כװאַליעס װיגן־אױף אַ הימל שטערן.
            עס װאַקסט אַרױס די נאַכט פֿון װאַסערס קװאַלעדיקן קערן,
            פֿון װעלדער־זױמען פּינטלען רױטע פֿײַערלעך װי סגלען,
               
און איצטער קען מען הערן
                די שפּראַך פֿון ליכט און שאָטן.
            
די שפּיגלדיקע הימלען װערן פֿון געדאַנק באַטראָטן.
            די װײַםע זעגלען װאָגלען װי לונאַטיקער, באַרעגנט
            מיט כּישוף־ליכט, און קענען ניט געפֿינען זיך אין געגנט.
            די פֿינקלדיקע הײמען זענען אָפּגעשײדט, פֿאַרבאָטן:
                
פֿון שװאַרצער װײַט אַנטקעגנט
               דער האַר פֿון װײַסע שיפֿן.

נאַךאָטש
  ▮גב   ... כ'בין הײַנט אַ װײַסער זעגל אין דעם שװאַרץ פֿון מײַנע טיפֿן.
                                      















111
        אין אָ זומער־פֿרימאָרגן


א
אַ געװעב פֿון סאַפֿיריקן עטער
זענען מײַנע פֿרימאָרגיקע װעגן,
דאָך זײ האָבן דורך נאַכטיקײט שפּעטער
מיך געבראַכט צװישן בערג, װוּ אַ רעגן
פֿון פּלאַנעטישער שטילקײט באַהױערט
די דערשראָקענע װינטבלומען, קרײַטער
און די פֿריש־אױפֿגעשניטענע רױערד. ־—
נאָר די יונגזון מיט אירע געלײַטער
נעמט שױן הינטער די באַרגוּועלדער שפּךיצן
װי אַ גײזער פֿוּן פֿאַרבן, און אירע
אױפֿגעשטראַלטע געדאַנקען באַבליצן
אַ געװאַסער. אַ זילבערנע לירע
איז די לופֿט, און אַ טרילערשער ניגון
װערט אַרײַנגעהױכט איצט אין די סטרונעס
װאָס אַ װינט װי אַ האַנט נעמט צעװיגן.
און פֿון װײַטן די זאַנגענע דיונעס
נעמען אינדלען אין פֿײַכטלעכן אוגער,
ביז די אַלע פֿרימאָרגיקע בילדער
גײען־אױף אין דערקענטעניש קלוגער
   אין געװעב פֿון מײַן שילדער.
                 












111
ב
אָ, פֿון װאַנען די גרינע קרישטאָלן,
װאָס באַגלימערן בערג רונדאַךוםיק ן
און די גראָזיקע, ראָזיקע טאָלן,
װוּ עס פֿיבערן שטערנדלעך ז בלומיק
איז מײַן בלוט. װי ס'געדאַכט פֿון אַ גאָון
שטראָמען װינטלעך מיט װּאַרעמע בלאָזן.
אין דעם מידבר פֿון לופֿט בליִען בלאָען
װי אָאַזיסן קלאָרע. די גראָזן
זענען מוחל די טריט, װאָס באַטרעטן
זײער גרינע מחשבֿח. אַ קװעלכל
זינגט אַרױס אױף אַ פּלײן פֿיאָלעטן
מיט אַ לאַמיקן, גראַמיקן קולכל.
דורך די װעװריקדיק־נוסיקע װעלדער,
װאָס פֿאַרלירן אַצינד אַלע מאָסן,
שפּרײַזט די זון מיט די פֿלאַמיקע טרעלדער —־.
און דער דרײַבלאַט װערט רױטלעך באַגאָסן.
ס'האָט דער שפֿע־באַשעפֿער באַגורטלט
מײַן געפֿיל, און ער קלאַפּט אין מײַן דופֿק.
און דער פֿרװקער גײַסט מײַנער טורטלט
   פֿון זײַן שלאָף און װערט אױפֿיק.
                    












113
      ג
      דו, פֿאַךפּעכיקטער יאָדלבױם שלאַנקער,
      פֿון דעם זוניקן שטראָם אָפּגעזונדערט;
.
      דו, טורקוזיקער קװעלבךונעם בלאַנקעך,
      װאָס דײַן שפּיגלשאַפֿט זינגט און פֿאַרװוּנדעךט
      מײַן געדאַכט; איך, בריליאַנטיקע מאָנען
      מיט די האָריקע קלעפּיקע שטענגלעך,
      און אױך איר, ליבע טרילערם, װאָס טראָנען
      אין דער לופֿטן, און אַלץ װאָס פֿאַרגענגלעך
      און װאָס אײביק, —־ אײַך אַלעטען איצטער
       מײַנע ברכות 1 װײַל אַל מײַנע חושים
       װערן ערשטיק, מײַן גוף —־ אַ באַשיצטער
      מיט דער צײַטס אַלע צײַטנס לבֿושים,
       און אין אײַערע אײביקע בלוטן
       איז אױך מײַן בלוט פֿאַראַנען, און אונטער
       אײַער ליבלעכן בליק דעם באַרוטן
       בין איך ערדיש ־— אַ שטאַם אַ פֿאַרגרונטער.
       אױך מײַן לעבֿנס געהײמסטע באַשײדן
       קװאַלן־אױם פֿון דער טיפֿעניש אײַער.
       אונדז פֿאַרבינדן די זעלביקע פֿרײדן
          און דאָם זעלביקע פֿײַער.
                       











.11
ד
דו, באַגעגנטער מענטש אױף די שטעגן
לעבן פֿולע באַרײטלטע סעדער, ־—.
אונדזער פֿרײדיקער פֿרוער באַגעגן
איז ניט אַנדערש אַ נס, און דײַן יעדער
באָרװעס טראָטיקער קענט איז דערצײליק
פֿון דײַן גורלס אַ בלוטיקן ראַנגל ——
כאָטש די זון האָט געשאָנקען איר חלק
אױכעט דיר, װי דעם טױוקן זאַנגל,
ביסט מיר נאָענט. איך זאָג דיר גוטמאָרגן
און דעךלאַנג דיר די האַנט, װײַל עס אײניקט
דאָ אונדז בײדן דער פֿאַרביקער מאָרגן,
און די זון, אונדזער אורמאַמע, רײניקט
אַלע שאָטנס און שמעקט װי אַ גערטל
און מיט בלאָלעכע ריחות פֿון הײען,
און דעם װינטלס געציטערטער צערטל
איז אַ באַלזאַם פֿאַר אוּנדזערע װײען.
לאָמיר, שװײַגיקער ברודער, צוזאַמען
צום יסוד פֿון דער װעלט זיך דערגרונטן,
צום פֿאַרבאָרגענעם שטאַם פֿון די שטאַמען,
   צו דעם אױבן און אונטן.
                  












115
                    די ראַביגע


די ראַבינע לאַכט אינעם פֿעלדישן װינט,
די אָךעמס ־—. מיט זונװעבס באַשפּינט.
   
דער טאָלער, װאָם צינדט די פֿאַרציטערטע בלעטער,
   פֿאַרענדערט די גרינען אין ברעניקע געלן, ־—.
   און שפּאַכטלט די װעגן מיט בלוט פֿון פּאַלעטעך ־—
   ער חאָט זי באַחאַלדזיקט מיט פּורפּלנע קרעלן.
   
איז פֿינקלט זי איצטער אין זײ צו די פּלײנען
   די טרױעריק־פֿרײלעכע בענקערין 1 ס'פֿעלט
   איר בלױז אין די אײדעלע פֿינגער אַ לירע.
   דערפֿאַר אָבער זינגען די קרעלכעלעך אירע,
   דעךפֿאַר אָבער... נאָר מיט אַ מאָל נעמט זי װײנען,
   אַזױ װי אַ נאַכטפֿױגל װײַט אין דער װעלט:

דאָס האָט זי דערשפּירט, װי אַ טרוקענער בלאַט
באַרירט איר די חױט מיט דעם טױטס אַראָמאַט.
                      















116
          שטעה ותּרן גאַרמ


די גאַרבן גאַפֿן קאַלט װי ראָזע שװאַנען ־—.
זײ װילן איצט אַװעקשװיםען פֿון דאַנען
   און זײגן־אײַן די רײד
   און דעם באַשײד
   פֿון זיבן שטערן,
   װאָם הענגען אױפֿן הימלבױם
   און חערן.

און אָט: די זיבן שטערן פֿײַעךפֿײַלן
צום פֿעלד אַראָפּ.
אַראָפּ,
אַראָפּ —־
זײ װילן װערן גאַרבן דאָרט, זײ אײַלן.
   

דער נם געשעט. די גאַרבן שװיטען אָפּ,
   און זינגען אַ געזעגנס און פֿאַךגיבן
   די װאַנדער־שטערן פֿון דער װײַט,
   װאָס װעךן גאַרבן, אײַנגעװעבט אין צײַט,
   און ס'קנוען פֿאַךן װוּנדער פֿון פֿאַרבײַט —
   די זיבן.
                  











ץ11
              אַ צװײַגל קאַרשן


כ'האָב געבראַכט פֿאַר דיר אַ צװײַגל קאַרשן,
צײַטיק, צאַפּלדיק, װי מײַן געדאַכט.
הער, װּי ס'אָטעמט נאָך. פֿאַרנעם און ירשן
   זײַנע ליניעס, פֿאַרבן, צײכנס, ־— ביזל
זײער גלי פֿאַראַשיקט ניט די נאַכט.


קוק עס אָן 1 אין יעדער קאַרש באַזונדער
עקבער־אײַן דעם נײַגעריקן בליק,
און דערפֿיל, ס'גײט־אױף אַ קלײנע זון דיך
   פֿון דעך זאַפֿט וּואָס קרײַזט אין אַ געריזל,
אונטער הײַטל, פֿול מיט פּײַן און גליק, —־

פּײַן פֿון אױפֿשפּראָץ, בלועכץ און באַבלעטער,
װאָרצלדיקער שטראָם דורך טעג און נעכט;
פֿרײד פֿון זון אין פֿרילינגדיקן װעטער
   און דאָס גליק בײַם זען אַ פּרי הענגען,
אין געבליץ און שטורעמדיק געפֿעכט.

ס'איז פֿאַראַן אין דעם אי מוט, אי גלױבן,
זון־פֿאַרליבטקײט, אימפּעט און געיאָג,
גבֿורהשאַפֿט אַרױסצוטאַנצן אױבן,
   פֿון די טיפֿענישן, און זיך ברענגען
צו דער לופֿט, צום רעגן און צום טאָג.

קוק עס אָן ־—. און פֿיל, װי זױבער, זוניק
ס'בײגט זיך דאָס פֿאַרװײנטע צװײַגל. שפּיר
זײַן געציטער —־. דין, באַהאַרצט און סטרוניק,
   װײך און שטיל װי אָטעם אױסגעברענטער, —־.
און זײַן גלוסט אַרײַנצוגײן אין דיר.
                    



.11
איצטער איז שױן דײַ נ ס דאָס צװײַגל קאַרשן:
האָסט דערקענט דעם װונדער פֿון זײַן שטאַם.
האָםט דערקענט ־— אַצינד זײַן שײנקײט ירשן 1
  בײג צו אים די צײנער דײַנע נענטער
און פֿאַרזוך פֿון אײביקײט דעם טעם!
                      


























119
             אַן עפּל


ךײַם ניט אָפּ דעם פֿײַערבלאָנדן עפּל
פֿון זײַן בױם, —־.
װען עך גאָלדיקט װי די זון דורו נעפּל
אױף זײַן בױם,
און זײַן דינע הױט קען קױם
האַלטן ס'גליִיִקע נעטריף
אױם דער טיף.

זאָל ער װײַטער װיגן זיך אין לײַכטן
זונענװינט,
זאָל ער נאָך אַ מאָל אַ לײַכט טאָן
דורכן װינט,
אײדער פֿון זײַן לײַב צערינט
אין אַן ערדישן פֿאַרטךױ —־
ם'בליצל טױ.

זאָל ער פֿילן, װי דאָךט װײַטיק,
אױף אַ פּלײן,
װערט זײַן עפּלצײַט פֿאַרשאָטן.

זאָל ער פֿאַלן פֿול און צײַטיק
אײן אַלײן
אױף זײַן שאָטן.
               









.11
.
                                      פּ־,,,,ז
                      

נוט, װאָם קלײן און אָרעם
                     איז מײַן שטילע ערד; װאָם טיט אַן אָרעם
                     רינגל איך אַרום זי, צערטל
                      אירע קװאַלן־אָדערס, איטלעכס ערטל
                     פֿון איר שטח, װי באַחאַךצט, באַקלוגט
                     לוגט
                     אַ קלײנע זון פֿון יעדן שפּרינקל,
                      װינקט אַ ליבלעך אױג פֿון גרינעם װינקל;
                     װוּ די אַלטקײט הערט שױן אױף צו אַלטן.
                      
גוט, װאָס זי איז קלײן מײַן ערד: פֿאַרװאָר,
                      װאָלט זי גרעסער זײַן כאָטש אױף אַ חאָך ▮—
                      װוּ װאָלט איך איך אײביקײט באַחאַלטן ן
                                      



















11ג
               זכּרון פֿון אַ בליץ


א
עס האָט טיך געבױרן אַ בליציקער שטורעם,
הגם כ'בין דאָם שטיל־זײַן.

איך בעט בײַ םײַן דעמאָן: פֿאַרבײַט מיך, פֿאַרפֿורעם,
אין דעם, װאָם איך ו ױ ל זײַן.

פֿון צװײ אָנגעלאָדענע װאָלקנס מיט פֿײַער
אין ליבשאַפֿט צעבליטער 

דבין איך אַ געבױר אין פֿאַרװאַנדלעניש נײַער,
בין איך זײער דךיטער.

איו חאָב ניט קײן עלטער. כאָטש, קנאַפּע סעקונדן
אַנטפּלעק איך מײַן צײכן.

ב'בין יונגשאַפֿט. כ'בין אָנהײב. מײַן גײַםט איז פֿאַרבונדן
מיט היטלישע חײכן.
                    















111
ב
איך האָב געזען אַ שװאַרצן בױם אין פֿעלד,
אַן עלנטן'.—
האָב איך אױף זײַן געצװײַג
אַ װאָרף געטאָן אַ פֿײַערדיקן רינג:
—־ ▮ניט שךעק זיך, בױם,
דאָס איז פֿאַר דיר אַן אָנדענק.
                              ▮

דער בױם האָט זיך דערשראָקן, זיך פֿאַרפּורפּלט,
שטאָק אַלײן
גענומען לױפֿן, לױפֿן װי אַ ברענעדיקער הירש,
אױף באַרג, אין טאָל און דורך די פֿעלדער.
זײַן אָנגעצונד האָט אַלץ באַפֿלאַמט,
אי שעפּסנדיקע דערפֿער,
אי װאַסערן —־ די אױגן פֿון דער געגנט,
און אױך דעם גזלן אין געדיכטן װאַלד.
דערנאָך
)עס האָבן אַלע גלעקער זיך צעקלימפּערט(
האָט זיך דער בױם אין טײַך אַרײַנגעװאָרפֿן.
                  















115
ג
געקומען בין איך ניט געבעטן,
דיך, װעלט, צו פֿאַרשטײן —
אַ פֿױגל פֿון צװישן פּלאַנעטן,
געאײנציקט און אײן, —־.

כּדי מיט די קאָסםישע ליפּן
צו קושן דײַן שטױב
און אַל מײַן געדאַכט צו פֿאַרקניפּן
מיט דיר און דײַן גלױב.

געקומען בין איך אַזױ בלענדיק,
װײַל נאַכט האָט געהערשט.
קען זײַן, איך װעל קומען אױף שטענדיק
אַ יונגער, װי ערשט.


פֿאַר װאָס מאַכט מען צו טיר און טױער,
װען כ'גיב זיך אַ טראָג
מיט פֿרײד, צו פֿאַרטרײַבן דעם טרױער
פֿון יעדערן, זאָג ן

מע מײנט, אַז מײַן שאַרפֿע צעליכטונג
פֿאַרלענדט יעדנס בליק, ־—
כ'בין אָבער בלױז ריטעם, בלױז ריכטונג,
נשמה, מוזיק.

קען זײַן, אַז איך בין דיר אַ פֿרעמדער, —־
איך װײס, איך פֿאַרגיב.
נאָר װיסן זײַ, װעלט, און פֿאַרנעם דיך:
כ , ה אָ ב א י י ב י ק ד י ך ל י ב.
               



.11
              באַרגישע שטראָמען


ברידער, װי יאָגיקע באַרגישע שטראָמען
פֿלײצן אַװעק מײַנע לעצטע חלומוח,
רױשיקע, שױמיקע, שלעפּן מיך םיט
אין גאַלאָפּ.

פּרוּװ איך פֿאַרװאַרפֿן װי אַנקערס די אָרעטס.
צױמען די כװאַליעס מיט בראָנדזענעם אַקסל, ־—
פּאַטשט מיך אַ ריזיקע, כװאַליקע פֿױסט
באַרג אַראָפּ.


רוף איך די בײמער, װאָס כ'האָבֿ װען באַזונגען:
▮בײמער, כ'באַשװער אײַך, פֿאַרצױםט מײַנע שטראָמען 1▮
ברעכן זיך װאָרצלען און ס'טראָגט זיך אַ װאַלד
אין געאײַל.

רוף איך די װאָלקנס ־— די צײכנס פֿון גוךל,
און איבער װאָלקנס די אײביקע שטערן:
''װאָלקנס און שטערן, זײַט א י ר כאָטש מײַן שװעל
אױף אַ װּײַל▮.

װיקלען זיך װאָלקנס אױף װינטיקע כװאַליעם,
האָגלען די שטערן בײַ מיר אין די אױגן,
ביז איך דערהער אַזאַ מישפּט: אָקײן שװעל
איז ניטאָ▮.

▮אױב ס'איז ניטאָ, איז װעל א י ך זי באַשאַפֿן▮ —־.
ברום איך אַרױס מיט דער גאָרער נשמח.—.
אױסטרינקען װיל איך מײַן ערדישע צײַט
ביזן דנאָ.
                     



115
שטילקײט אָן ענטפֿער. קײן פֿונק ניט פֿון אױסלײז.
צװישן מיליאָנען ניט אײגענע לעבנס
טראָג איך זיך ערגעץ מיט אורערשטן גאַנג
און געפֿיל.

כ'װײס: כ'װעל אַ מאָל צו אײַך קומען. מײַן נאָמען
זינגען װעט הילכיק דער שטורעם. און צינדן
װעל איך פֿאַר אײַך דאָס פֿאַרלאָשענע ליכט
פֿון מײַן ציל.
                      























116
       טיריוס


בלאָע געפֿלעמלעניש
נאָנטװײַטע פּראַכטיקײט
איבער דער דרעמלעניש
פֿון דער שפּעטנאַכטיקײט
דער אױסגעלײַטערטער,
גאָלדיק טורקוזיקער 1
דו, אױפֿגעשײַטערטער
הימלישער מוזיקער ־—.
זע דאָ מײַן צאָרנגלי,
ם'װאָרט מײַנס טו אָננעמען,
אין דײַן זכּרון־גלי
טו טיו פֿאַר9נימען 1
        




















117
            אױף אַ באַרג
    
ס'איז אַ טאָד װעלכער שאַלט,
    װען יעדע מוזיק איז פֿאַרקלונגען...
                        יהואָש

דאָרטן, װוּ דאָס בלאָ פֿאַרשלינגט די גרינען,
יאָגט אַ וּואַסערפֿאַל, און אין זײַן שטראָם
טוט די זון איר לעצטן בליק פֿאַרשפּינען,
און זי פֿלײצט אין אײנעם מיטן שטראָם.

ס'בלאַנקט דער שטראָם אין טאָל, דורך פֿאַלדן, שפּאַלטן.
ס'ציטערט לײַכט די זונשײַן אױף זײַן דנאָ,
נאָר ער קען זײַן אוצר ניט באַהאַלטן
פֿאַר דער אומפֿאַרמײַדלעכקײט פֿון בלאָ.

אױפֿגעשטױס פֿון לופֿטיקע סטיכועס.
פֿײַער־עכאָס. און דאָס בלאָ געבערט
קװאַלן רו און קושט אַרױס דאָס חװת
   פֿון דער ערד.
  

איצטער איז מײַן שעה,
  פֿרײדער און געביטער 1
  כ'בין אַ קלאַנג, אַ ציטער
  אין דײַן טיפֿן בלאָ.
  אױף אַ װײכן סטױגל
  האָסטו מיך באַשאַפֿן,
  און אַ רױטער פֿױגל
  פּיקט, פּיקט, פּיקט
  בראשיתדיקע טראַפֿן
  אין מײַן שלײף און פֿלאַטעךט
  צו דעם שטערן סיריום.
                




.11
קאַראַװאַנען שאָטנם װי די קעמלען
קנוען בײַ אַ װאַסער מיט געפֿאָרכט
און פֿאַרבלײַבן שױן אין זיסן דרעמלען
אױף די װײכע קני. די טױוּנג שאָרכט

צװישן װײַסע בלעטער. בלאָע קינדער
מישן זיך צונױף מיט גראָז. אַ װינט
קומט פֿון הימל אָן װי אַ פֿאַרבינדער
פֿון געזאַנג און צײַט. די שטילקײט צינדט

פֿיאָלעטע הענגבריקן אױף טאָלן.
פֿונעם װאַלד ־— אַ שטים פֿון שטימונג רופֿט.
אַ געמיש פֿון חאָניקזאַפֿט און פּיאָלן
   איז די לופֿט.
   

גורל מײַנער, חיט
   מײַנע טריט פֿון װאַקל.—
   זײַ מיר אַן אָראַקל,
   איצט, װען אָװנט בליט
   אונטער די געדאַנקען
   און אין קרױן פֿון יאָדל,
   און בײַם הימלס פּלאַנקען
   בליצט, בליצט, בליצט
   די נשמח פֿון די
   שװאַרצלדיקע װעלדער.

אײביקײט ז װער װײס, צי זי איז אײביק,
װען דער זעלבער אָװנט װאָס אַצינד
װעט ניט קוּמען מער באַהאַרצט, דערהײביק
דורך די װעלדערס װאָרצלדיקן שרינט ן
                 


119
נאָר דער באַךג איז גלײביק. זײַן זכּךון
פֿאַרגעדענקט די דורות, װען ער איז
נאָך געװען אַ טאָל, און װי געװאָרן
איז ער שפּעטער ערשט אַ באַרג, אַ ךיז.

אַלצדינג איז פֿאַרװאַנדלעניש, באַנײַונג.
אַ סעקונד —־ און אַנדערש זעען אױס
די געבערג. די אַלטקײט װערט אױף ס'נײַ יונג.
   קלײן װערט גרױם.
   
כ'װיל דער שאָטן זײַן
   פֿון דײַן אַליק פֿײַער, —־־
   אָװנט, מײַן געטרײַער.
   װיג סיך, זינג מיך אײַן
   קעגן די מזלות,
   דאָ, װוּ כ'ליג פֿאַרבײמערט
   אונטער דײַנע פּאָלעס.
   גיב, גיב, גיב
   פֿאַר מײַן גוף אַ חײמאָרט —— ־—
                 













130
                  גרינער היכל


א
ערגעץ װױנט אַ מענטש פֿון װוּנדער, װעמען
דו ביסט טײַער, און דײַן מידער דמיון ראַסט און ךוט
אין זײַן װײכן בליק. ער טוט פֿאַרנעמען
יעדן טאָן, װאָס גלעקלט אין דײַן בלוט.
בײַ דער נאַכט איז ער אַ װײַםער חלום
און באַלײַבט דעם תּהום פֿון דײַן באַגער.
קענסט אים. האָסט באַגעגנט שױן אַ מאָל אים.—.
נאָר האָסט ניט געװוּםט, אַז דאָס איז ע ר.
   
אַז דו בענקסט נאָך גרינס, װער ברענגט דעם פֿרילינג 9
   אַז עם דאָרשט דײַן ליפּ, װער ברענגט דיר קאַלטס ן
   דאָס איז ער, װאָס קומט צו דיר אַ שטילינק
   און פֿאַרטרױט אַ סוד: אָאיך בין דײַן אַלץאָ.


דאָס איז ער, דײַן שירעמער דער װײַטער,
האָםט ניט אײן מאָל שױן זײַן האַנט געשפּיךט.
דײַנע פֿײַנד פֿאַרטיליקט ער, פֿאַרשנײַדט ער,
און די ליבשאַפֿט זײַנע װי אַ מירט
קילט דײַן שטערן. קענסט אים אױך איצונדער
זען פֿאַר זיך, ער בליט אין אַלדעם שײנס.
הײַנט, ביסט דו די װאָר, און ער דער װוּנדעך,
טאָרגן — װעט איר בײדע װערן אײנס.
                      










131
ב
בלױז די בײמער־װאָרצלען, די געדאַכטן
פֿון דער ערד, געפֿינען אונטער טונקל־טיפֿן שיכט
זײער קװאַלנשלאָס, דעם פֿעסט פֿאַרמאַכטן,
הינטער װעלכן ס'האַרט אַן אײביק ליכט.
בלױז די גרינע, װאָרצלדיקע פֿינגער
טאַפּן־אָן דאָס הױלע לײַב פֿון צײַט, ——.
שנײַדן־דורך די שטײנערשע באַצװינגער,
װערן ענדלעך אױסגעלײזט, באַפֿרײַט.
   
אָבער מענטשן ן אַך, זײ זענען לאָמע,
   זײ דערגרײכן ניט קײן װײַט, קײן טיף.
   בליט אַ טרױם ־—־ פֿאַרשנײַדט אים די מלחמה,
   פֿינקלט גאָלד ־— באַוּועכטערט עס אַ גריף.

בעט איך בײַ דעם װאַלדגעדאַנק דעריבער:
נעם פֿאַרענדער אױך מײַן איטלעכס גליד
אין אַ װאָרצל —— איך זאָל װי אַ גיבור
זיך דערגרונטן צו דעם קװאַל פֿון ליד
און מיט לױפֿיקס קילן מײַנע דאָרשטן,
און מיט װאַלדיקס פֿרײדן מײַן געלאַף.
ברענג מיך צו דעם קװאַל דעם ניט דערפֿאָרשטן,
װוּ עס טאָגט דער אָנחײב פֿון באַשאַף.
                   










131
ג
פֿול מיט הימל קװאַליקן די גריבער.
װידער הײבט איר קאָפּ די רױטע מאָנבלום, און די שװאַלב
פֿליט בײַם װאַסער, אוּן זי קוקט זיך איבער
מיטן רעגן־בױגן. גרינע זאַלב
האָט דאָס פּנים פֿוּן דער ערד באַשפּרינקלט, ־—.
שמײכלט עס אין זונשײַן װי אַ קינד.
אױך דאָס פֿעדערגראָז האָט זיך צעפֿינקלט
אין אַ קרױן פֿון רעגנטױ אַצינד.
   
אַלץ איז אָנגעשטעקט מיט אַ באַגרינטער
   זומערניש, און איבער שטעג און בײט
   שװעבט אַ זונװינט, און די שטױבן צינדט ער.
   דו בלױז, וּױ אַ דאָרן ליגסט פֿאַרדרײט

בײַ די פֿיס פֿון באַרג, און דײַנע אױגן
מידיקן פֿון שײנקײט. זע, װי נאָנט
ס'לױפֿט דעם רעגנס פֿײַערדיקער בױגן,
און אין װײַסן בערקנװעלדל טראָנט
דײַן פֿאַרהילכטע קינדשאַפֿט. פֿריש דערמונטערט
קומען דיר אַנטקעגן צײַט און אָרט.— ־—
װײַל די מאָנבלום האָט זיך הײס צעצונטערט,
און די שװאַלב איז איצט דײַן פֿײַליק װאָרט.
                       










135
ד
װאַלדאַנטפּלעק. די גרינע טירן אָפֿן.
פֿיר מיך, אײביק לעבן, צו דעם שפּיגל פֿון מײַן גײַםט,—.
כ'האָב אים נאָך ביז איצטער ניט געטראָפֿן.
ס'האָט די נאַכט מיט נישטיקײט באַקרײַזט
מײַן מאַרשרוט, און איך בין װי דער בושל,
װעמען עס האָט אָפּגעברענט די נעסט.
אָבער װי די שטילקײט אין אַ מושל
רױשט אין מיר די זון — דו הערסט, דו זעסט ן
   
אַלע מײַנע שאָטנס זוכן זײער
   ליכטיקן באַשאַפֿער, זײער האַר.
   און מײַן יעדער טראָט איז נאָר אַ גײער
   צו אַ װײַטער קלאָרקײט. און דערפֿאַר

צוען מיך די װעלדערס גרינע טירן,
כ'עפֿן זײ און שפּאַן טיר־אױס, טיר־אײַן.
מײַנע חושים ליליען זיך און שפּירן
דאָס געגלעט פֿון װעלדערישער שײַן.
ם'מינדסטע גרעזל װאַקסט מיך איבער, כ'חױער
אונטער זײַן געװינטלטן באַריר.
ס'איז מײַן גרינער טרױער —־ אַ פֿאַרטרױער:
זוכט אין איטלעכס בלועלע אַ טיר.
                   










.13
ה
חינטער גרינעם זונפֿאַרגײ דאָרט װאַרטםטו
אױף מײַן אָנקום, איבער פֿלאַנץ און בליט
ליגט די ליבשאַפֿט דײַנע אַ באַהאַךצטע
װי אַ שפּרײ. מיט ברענעדיקע טריט
גײ איך דורך די װאָלקנס דיך געפֿינען,
כ'װײס, ביסט דאָ, ביסט דאָוקער פֿון דאָ,
װי ס'איז דאָ די ערד אין פֿײַכטן גרינען
און װי איבער מיר.—. די שװאַרצע קראָ.
   

אָבער כ'װײס: כּדי צו זען דיך נאָענט,
   דאַרף איך דורכגײן דורך דער זונם פֿאַרגײ
   און דורך גאָר מײַן צײַט, װאָס ברענט, ש▮עונט, ־—
   דעמאָלט ערשט װעט קומען מײַן דערפֿרײ.

נאָר איך האָב מײַן בלוט פֿאַרטרױט, באַשװױרן
אָט אַזױ צו זאָגן: ביז איך װעל
ם'פּנים דײַנס ניט זען, װעט מײַן געבױךן
זײַן אַ גילגול, װײַט פֿון יעדער שװעל.
אָבער אױב ס'װעט שטאַרקן מיך דער גלױבן, —־.
כ'װעל די זון צעשטױסן װי אַ װאַנט,
װעלן װערן טױען מײַנע שטױבן
בײַ דעם ערשטן אָנריר פֿון דײַן האַנט.
                   










135
ן
טאָרגן, װען אין פֿלאַם פֿון רױטע גלוסטן
װעלן זיך די רױזן לעשן, װעסטו זיך, מײַן האַר,
אפֿשר אױך דערמאָנען, אַז אַנוםטן
האָט מײַן טךאָט, אין פֿרײדיקן געהאַר,
דיך באַגעגנט אױף אַ פֿעלד. ם'איז דאַמלסט
זאַנגענצײַט געװען, עס חאָט דאָס פֿעלד
נאָכגעקוקט דיר, װי דו קלײַבםט און זאַמלסט
זײַנע פּירות אױף אין דײַן געצעלט.
   
כ'האָב זיך ניט דערשראָקן, נאָר פֿון תּענוג,
   אַז ביסט דאָ, אַ פֿאַל געטאָן אין גךאָז,
   װי אַן עפּל גאָלדבאַהױכט און װײַניק,
   װעמען ס'טוט די צײַטיקײט אַ בלאָז.

כ'װײס ניט, ביז װי לאַנג מיך חאָט אַ דריםל
צוגעשמידט צו דר'ערד. װען כ'האָב אַנטװאַכט,
האָט מיר יעדער שטאַמל, איטלעכס שטימל
אױפֿאַנטפּלעקט, װי ס'איז פֿאַרפֿול די נאַכט
מיט דײַן פּנים, און אַ פּיצל בלימל
האָט מיר אױסגעלױשפּערט, װי דו חײסט.
מיט אַ מאָל געװאָרן ביסטו הימל,
איך —־ אַ בערגל נאַכט, פֿול רו און טרײםט.
                    










136
                               ־


אַ טראָט —— און ם'איז דער אַלטער װאַלד שױן יונגער
פֿון ניגון, װאָס כ'קוש אױס אין לופֿט. ס'פֿאַרגײען
די פֿלײשן מײַנע. אױף די גראָזן שטילן־אױס געשרײען
און װערן טױ. איך בין מײַן קינד. אַ פֿרײדגעפֿיל־באַצװינגעך
שטעכט־דורך מיט גרינע שטעכלקעס מײַן שאַרבן.

װער זאָגט עס, אײביק װעל איך לעבן ן גיכער־—אײביק שטאַךבן.
                              
























137
,פֿאַ'רנמיר'מל1נןיגך אָ'נן?גב1
                 


.פּ


װען מײַן קינדשאַפֿט גענוטען האָט שפּךאָצן
  בײַ דעם ראַנד פֿון פֿאַרכּישופֿטן װעג,
  חאָט אַ קלאַנג מיך געגעבן אַ פֿרעג:
װאָס איז, ייִנגל, דײַן פֿרויִקער רצון ן

עס חאָט דענצמאָל אין מיךמל און דימענט
   זיך מײַן ערשטער באַגינען געקלאָךט —־.
   און די זון איז געװעזן מײַן װאָךט,
װאָס האָט פֿאַרביק די װײַטן באַסימנט.

כ'חאָב געגאַפֿט אױף די בילדער און נםיק
   זיך פֿאַרברידערט מיט זײ: אָכ'װאָלט געװעלט,
   אַז דאָס דאָזיקע ליכט פֿון דער װעלט,
זאָל נעװעלטיקן אין־מיך םעת־לעתיק▮.

▮ם'װעט געשען▮ ־— און די זון רױט װי װיךםל
   איז אַרײַן אין מײַן בלוט און געדאַנק.
   כ'האָב געמוךטלט: אַ דאַנק דיר, אַ דאַנק —
און מײַן מורמל געװאָךן איז מירמל 1
                  










.13
         אַ קינד —— אַ פֿאָעט


לױב דעם קלײנעם זינגער, לױב
און דערמאָן אין פֿרײד פֿיל מאָל אים —
דעם, װאָם צײכנט דיך דײַן חלום
װי אַ פֿרעסטל אױף אַ שױב.
דעם, װאָס בלאָזט פֿונאַנד אין חײכן
פֿאַרב־נשמות און באַפֿעלט
לעצטן הימל צו דערגרײכן,
און עס רוט אױף אים די װעלט
װי אַ פֿױגל אױף די חערנער
פֿון אַ שלאָפֿנדיקער הינד: ־—.
ער איז אַ געאײביקט קינד,
אױסגעבריט פֿון הימלס קערנעך.

ער איז קינדשאַפֿט. און דערפֿאַר
רופֿט אים זײַן באַשאַפֿער: האַר.
און דערפֿאַר איז ער אױך ייִנגער
פֿאַר דער צײַט, און עס באַרירט
זײַנע שלײפֿן פֿרישער מיךט.
נאָר כּדי דעם קלײנעם זינגער
צו דערזען און צו דערהערן ־—.
דאַרף מען פֿינקלען װּי אַ שטערן.
             











139
          הינטער דער זון


הינטער דער זון װער קען גרײכן ן

... כ'האָב מיר באַגעגנט אַ מאָל
אין אַן אָװנט אַ פּורפּלדיק װײכן,
װען די לופֿט איז געצונדענע װאָל,
אַ יונגל, װאָס האָט פֿון אַ זײַטיקן הײפֿל
אַ קײַקל געגעבן אַ הילצערן רײפֿל
דורך געסל און גאַס, באַרג אַרױף,
װוּ די קױל פֿון דער זון איז געהאַנגען, —..
אַ קײַקל, אַ יאָג און אַ לױף
און פֿאַרגאַנגען
אין זוניקן רױטן געלײַטער,
צעשניקערט
דאָם האַרץ פֿון דער זון מיט זײַן רײף און פֿאַרשיכּוךט
געקײַקלט אים װײטער,
געקײַקלט אַלץ װײַטער.
               















1.0
            איװלשטיתער


אין קאַמין פֿון גלויִקע געדאַנקען
ליגן אוצרות אײדעלע געשטײנער, —־
פֿינקלען, העלן, בליצן רײן און רײנער
און, װי קלײנע ךעגןשױגנס, צאַנקען.
ס'ליגן דאָרט באַהאַלטן
טיםטישע געשטאַלטן:
בלוטיקע רובינען,
בליקן פֿון די שפּאַלטן;
סמאָליקע בורשטינען
פֿלאַקערן אין געל;
צװישן טורמאַלינען
אָטעמט אַ שפּינעל;
דער טורקוז.— העלבלאָ אין קלאָרער קאַלטקײט —־.
לײַכט מיט פֿרישער קינדשאַפֿט דורך דעם טונקל;
ךױט איז װי נקמח דער קאַרבונקל,
בלינדיק פֿײַער שפּריצט פֿון זײַן צעשטראַלטקײט;
אומשולד פֿון אָפּאַלן, מילכיק־װײַס װי בריםט;
אַ פֿאַרשפּילטע ליבשאַפֿט איז דער אַמעטיםט;
זוניקער עקסטאַז
הילכט פֿון אַ טאָפּאַז,
און דער שלאַנגיקער אַגאַט ——
איז פֿאַרראַט.
אָבער אומבאַזיגלעך איז דער חאַר, דער דימענט,
דורכזעיִק און זױבער,
מיט אַ װײַסן צױבער.
                







1.1
             פֿ▮ מתּנות


א
ס'איז בלוטיק־זיס די גאָב פֿון פֿרײַנדשאַפֿט
װאָס װינקט מיט כּישופֿדיקע רינגען.
                                   .
װאָס נעכטן שאַפֿט, און װאָס דער הײַנט שאַפֿט,
פֿאַראײניקט זי מיט שטילן זינגען.

ם'איז גרױס דער נס, װען ס'קענען בליקן
אַ טײַך, אַ װאָלקן צי אַ פֿעלד זען,
און װען עס זוכן טריט אַ תּיקון
אױף שטאָציקע, באַשנײטע פֿעלדזן.

און װוּ איז ערד ן —— ניטאָ, אַנטלאָפֿן.
און װוּ איז הימל ן ——. העכער, װײַטער.
און אױב ם'איז יאָ אַ הײם נאָך אָפֿן,
פֿאַרשטעלט דעם װעג צו איר ־— אַ שײַטער.



ב
און װען איך האָב דעךזען דײַן בריװל
פֿאַרפֿול מיט זונבלוט װי אַ מילגרױם —
איז אַלץ אין מיר געװאָרן נבֿהל,
און כ'האָב דערפֿילט: ס'װערט מײַן געפֿיל גרױם.

װאָס אומקלאָר, האָט זיך קלאָר צעריזלט
מיט װײַטע האָפֿונגען און בשׂוךוח, —
איך האָב מײַן גלױבן נײַ געקיזלט
און דיך געענטפֿערט די־אָ שורוח.
                                .

דו ביםט פֿאַר טיר װי באַרגלופֿט פֿריִע,
אַרױסגעאָטעמט פֿון די שטערן,
איך האָב פֿאַרחתמעט מיט מײַן װיִע
דײַן אױסזען, װי די בײט איר קערן.
                


1.1
ג
אין מירמל קנעטסטו אײַן דײַן אָטעם,
ביז דײַן סקולפּטור װערט פֿלײש און װילן,
און דו באַפֿעלסט בלױז אײן געבאָט אים:
ער זאָל דײַן בלאַנקן פֿײַער שטילן.

נאָר װאָס דײַן װעלט װערט גרעםער, קלערער, ——
אַלץ װערסטו אײנער, אײנאַלײנער.
אַ װײַסער ים־פֿעלדז איז דײַן לערער,
עס זידט דײַן בלוט אױף קאַלטע שטײנער.

צױם־אײַן די גבֿורה פֿון דײַן שאַפֿן,
װאָס טוט דײַן מירמל־ריטעם קנעטן,
זי זאָל אין הילכיקע געלאַפֿן
איר שטאָלצן קינסטלער ניט צעטךעטן.


ד
אין שטילן װאַלד פֿון גרינער ליךיק
גײט אױף דער בױם פֿון לעבן. יעדער
פֿאַרגאַנגענער געדאַנק װערט שפּיךיק
און ךײַסט פֿונאַנד געצױם און גדר.

דער גײ צו װעלטישער אידעע ־—.
איז דורך דעם גײערס בלוט און טרערן.
און די נאַטור איז אַ קמיע
װאָס היט דאָס לעבן פֿון ניט־װערן.

ניטאָ קײן פֿרעמדקײ.ט. אַלץ איז איכיש,
כּל־זמן די לעצטע װערטער חיפּן, —
און די נשמה יונג און סטיכיש
באַלעבט דעם טױט מיט איךע ליפּן.
                


1.3
                   גליװער


װי אַ פֿלאַמיקע לאַװע, װאָם גיט זיך אַ גאָס
מיט פֿלײציקער פֿעלדזיקײט איבער דעך געגנט,
און בײַ אַלץ װאָס איך יאָגיקער אימפּעט באַגעגנט
זי ענדערט די פֿאָרעם און מאָס, —־.
אַזױ װאָלט איך װעלן מײַן װײטיק באַשטךאָטען
און פֿאַנגען זײַן צײַט אין די איכיקע תּחומען.
                    

























..1
            געבתּדן


מיר, די געבונדענע שטראָמען,
האָבן ניט מער קײן װוּהין.
ס'דאַרט אין די פֿעלדער דער זאָמען,
ס'װאַרט אין די װעלדער דאָס גךין.
װער װעט אַצינד פֿאַרנשמהן
אין אײַערע נעכט דעם באַגין ן
             

























1.5
                     הימען צו פֿעלדזן


איך קלעטער צו אײַערע הײכן, אָ, מירמלנע פֿעלדזן,
פֿון סאַמע שוּואַרץ־ערדישער טיפֿעניש קום איך צו אײַך.
מיך שרעקט ניט דאָס רױכיקע מױל פֿוּנעם אָפּגרונט,
מיך שרעקט ניט דער בלאָער געצונדענער הימל,
   װאָס הױערט אין אײַערע אױגן,
און אױך ניט דער אָדלער, וּואָס קרײַזט איבער אײַערע קעפּ,
װּײַל כ'װײס, אַז מײַן גורל, אַ זוניקער פּאַנצער,
גײט מיר פֿאָרױס איבער פֿעלדזיקע װײַטן.

איך קלעטער צו אײַערע הײכן, אָ, מירמלנע פֿעלדזן,
און װאָלט איך געוּועזן אַ בלינדער, מיט נאַכט אין די אױגן, ——.
שװער איך אײַך, ברידער, איך װאָלט מײַנע טריט ניט פֿאַראַנקערט,
װײַל כ'טראָג מיט זיך שטענדיק די גלײַכװאָג פֿון פֿרײַשאַפֿט און ליבע,.
און אײנס װעגט ניט איבער דאָס צװײטע בײַ תּהומיקע ראַנדן.

כ'חאָב ליב אײַער גבֿורה, װאָם בליקט אין די חילכיקע ספֿערן;
כ'האָב ליב אײַער לופֿט, װאָס איז פֿראָסטיק און שטאַרק
   און טראָגט אין זיך אײַער נשמח.
שרעק האָב איך ליב ־—
שרעק פֿון מײַן קלעטער אױף אײַך;
שרעק פֿון דערזען זיך אַלײן אױג אױף אױג
   מיט דער שאַרפֿקײט פֿון אײַערע קאַנטן ,
                                          .
שרעק פֿון געראַנגל,
פֿון אײַנשטעל
און שטאָלצן דערגרײך, ־—.
װײַל העלדיש האָט איר װידערשפּעניקט דער ערדישער גראָקײט,
                               






1.6
װײַל מאַכטיק האָט איר דאָרט באַהערשט דעם באַהערשער ——. דעם טױט,
װײַל ס'ליד פֿון דער אײביקײט גײַסטערט אױף אײַערע שפּיצן.

נאָך אײדער איך האָב אײַך באַרירט מיט די ליפּן,
נאָך אײדער איך האָב אײַער אָטעם געשלונגען,
שױן האָב איך געחלומט פֿון אײַך. און בשעת אַרום מיר
האָט קלײנלעכקײט, קלײנקײט
   און מענטשישע רשעות געשטױביקט,
זענט איר מיט ליכטיק אין פֿינצטערן אױג אױםגעװאַקסן
און העכערדיקס עפּעס אַנטפּלעקט אין דעם װיסטן געפּלאָנטער.
אַצינד זענט איר פֿעלדזיקער אמת און שטאָלצער סימבאָל, —־
איך האָרך, װי עס קלאַפּט אײַער האַרץ אונטער מירמלנע הױטן.

װאָס איז מײַן ציל דאָ ז —־ איך שעם זיך צו זאָגן, גיגאַנטן:
דער זעלביקער ציל, װאָס אַ מאָל האָט געצײַטיקט אין אײַך,
נאָך אײדער איר האָט זיך געריסן פֿון ערדישע נידערס
און האָט מיט די קעפּ דורכגעעקבערט די װאָלקנס.

שנײַדט מיך ניט, מירמלנע געטער, מיט אײַערע בליקן.
ברענט מיך ניט, ליכטיקע מאָנסטערס, פֿאַר מײַנע פֿאַרלאַנגען.
שפּעט ניט פֿון מיר פֿאַר מײַן שטײנערנער תּפֿילח צו אײַך.
איך װיל בלױז װי א י ר מיט די הענט
  דורך די װאָלקנס אַ פּאַטש טאָן
און צװאָגן מײַן ערדישן קאָפּ אין דעם קאָסמישן פֿײַער.
                         








ץ.1
              די מירמלנע שטאָט
  

1אָ0פּ1 ▮ מ8ב▮ טפּ 3( פּזזטפּ פּזז פ80ט8ט ▮
                             .)87הטפֿ 0ס
      1מ0אט ט10 819 א8נ ,9נט3ס 1 9מפּ 0סהץ.
                            ...א2▮טטז3טט
      14▮ז0צ ב8▮ק7ס


א
... און אָט איז די שטאָט, װאָס דער שטידער פֿון חלום
חאָט אױסגעשמידט אין די געדאַכטן די הײסע:
אױס מירמל געגאָךנט דערהײבן זיך טורעמם
און צירקלען מיט ךױט די לאַזוריקע חײכן.
די שטײנער, פֿון ברידערשע אָרעמס געצערטלט,
באַאָטעםען ס'ליכט פֿון צעעפֿנטן חימל,
װאָס פֿאַלט װי אַ װאַסערפֿאַל זילבערדיק, זױבער,
און שװענקט מיט זײַן פֿײַער די בערגיקע געגנט.
אַ מירמלנע שטאָט. פֿון אַזאַ האָבן דורות
פּאָעטן געזונגען און קינסטלער געמאָלן.
אַזאַ האָט דאָס פֿאָלק װען דערזען אין אַ זעונג,
װען אונטער זײַן טראָט זענען לענדער געפֿלױגן
װי יאָגיקע װּאָלקנס, װאָס פֿירן מלחמח.
אַ מירמלנע שטאָט 1 װי אַ הימען פֿון גבֿורח
אַנטפּלעקט זי דער װעלט אירע מאַכטיקע אָרעמס.
אַ ברודערשאַפֿט־נימב, װי דער רינג פֿון סאַטורן,
באַלײַכט אירע דענקמעלער, טעמפּלען, מוזײען
און ריזן־סטאַטועס פֿון הײליקע העלדן,
װאָס האָבן דורך נאַכטיקן װאַלד אָנגעצײכנט
אַ װעג, צו דער הילכיקער, פֿעלדזיקער פֿעסטונג.
                    








..1
ב
בײַ נאַכט. איבער ציטערדיק־לוגיקע שאָטנס
שפּילט־אױף דער טורקוזיקער שטערן־אָרקעסטער.
סע שפּיגלט זיך אָפּ אין דער פֿעלדזיקער גלאַטקײט
זײַן בלאָע סימפֿאָניע. די קלאַנגיקע עכאָס ־—
קאָליבריס מיט פֿונקיקע, פֿרײדיקע אױגן —
פֿאַרטראָגן די שײנקײט אין װײַטיקע װעלדעך.
די שטאָט גליט אַרױס איר עקסטאַז. אַ באַרוּונג
באַרעגנט די נאַכטיקע ליכט־פּאַנאָראַמעס.
פּלאַנעטישע הענגבריקן קניפּן צוזאַמען
דאָס הימל־געװעלב מיט דערשטאָט. װער עם װיל איצט—.
קען זיכער צום זיבעטן הימל דערשפּאַנען.
ניטאָ קײן מחיצה פֿון מענטש און זײַן בענקשאַפֿט,
דער בליק שטעכט אַדורך די אַטאָמען פֿון אוטענד,
דער טראָט טרעט אַריבער די ספֿערישע צױמען,
דער װילן פֿאַרטיליקט דעם מאַכטיקן גוךל,
דאָם האַרץ נעמט זיך װאָרצלען צום אַליקן ברונעם
און זאַפּט אין זיך אײַן זײַנע שטראַליקע ריחות.
פּאַמעלעך פֿאַרפֿינקלט דער שטערן־אָרקעסטער.
                   














1.9
ג
דער טאָג לײַכט אַדורך דורך דאָס פֿעלדזיקע קונסטװערק
און פֿורעמט דעם ריטעם פֿון פֿרידלעכער אַרבעט.
מיט בראָנדזענע מוּסקלען אוּן זונבלוט צעשפּילטן
מאַרשירן די שאַפֿער פֿון מאַכטיקע װאָרן.
די לופֿט איז װי פֿאָספֿאָרנער שפּירעט געצונדן,
עס הילכט דער געדאַנק. און דער הימען פֿוּן אַרבעט
לײגט אױס נײַע װעגן, באַשאַפֿט נײַע הײמען
און בלאָזט פֿון זײ אָפּ די אומהײמלעכע נעפּלען ־—
די װעלט זאָל מיט געטלעכער קלאָרקײט אַ שײַן טאָן.
דער סקוּלפּטאָר בײַם פֿעלדזן־געהאַמער, דער מאָלער
בײַ זײַן רעגן־בױגן־פּאַלעטער, דער דיכטער —־
בײַם הימלישן װאַרשטאַט פֿון ערדישע װערטער —־.
אַזוּי װערט געשמידט די געבענטשטע האַרמאָניע
פֿון ברודערשאַפֿט, יעדער באַזוּנדער און אַלע
אין אײנעם, װי שטערן —— —־
                              אָ, ברידער, צי װילט איר
באַצװינגען דאָס לעבן, באַהערשן דעם הערשער,
װאָס האָט אײַך געבױרן אין שעה פֿון נצחוןז
—— דאָס לעבן איז ריטעם און פֿײַער, באַדאַרף מען
פֿון ריטעם און פֿײַער באַשאַפֿן זײַן פֿורעם.
                      












150
ד
דער אָותט ——. אַ היכל פֿון ליבע. דאָרט שפּרודלט
די פֿרײד פֿון געשלעכטער, אוּן יעטװּידע רגע
איז אָנגעגליט בלוּיז מיט דעם שטראָם פֿון פֿאַרליבטקײט,
איז אָנגעזאַפּט מיט אַ ניט־ערדישן הענוג.
ס'פֿאַראײניקט זיך אַלץ װאָס ניט מעגלעך: דאָס פֿײַער
פֿאַרפֿלעכט זיך מיט וּוּאַסער, די זון ־—־ מיט לבֿנה,
די ערד —— מיטן הימל, דער גײַסט ——.. מיטן חומר, —־
און אַלצדינג איז פּשוט און פֿרײַ, װי באַשאַפֿן
פֿון מענטשישע הענט, פֿון אַ מענטשישן שׂכל.
די טורעמס וּױברירן וּױ גלעקער, די לוּפֿט איז
מוזיק אָן אַ שפּילן. די אָװנטזון טוּנקלט
און לאָזט אױפֿן װעג אירע קינדער, די פֿאַרבן.
אַצינד קומען װאַנדערער אָן און זײ ברענגען
די פּראַכט פֿון דער וּועלט אין די קװּאַליקע אױגן.
די שטאָט איז אַ הפֿילה פֿאַר יענע, װאָס האָבן
זי אוּיסגעשמידט פֿול מיט געפֿעלדזיקטער גבֿורה.
די שטילקײט איז טיף און אומענדלעך װי הימל.
דער אָװנט פֿאַרװיקלט די שטאָט מיט אַן ערשטװּאַלד,
און דורך דער קרישטאָליקער לופֿט פֿלוען אָדלערס —־
און פּאָרן זיך אין דעם פֿאַרנאַכטיקן פֿײַער.


ה
און װידער צעשפּילט זיך דער שטערן־אָרקעסטער —־ ——.
                     









151
      אינהל פֿון שושרצן גראָגיט


ס'איז געװען אױפֿן אינדזל פֿון שװאַרצן גראַניט
   )דו געדענקסט אָדער ניטז(

װען דורך בליציקן שױם און געזאַלצענעם שלײם
  חאָט געפּערלט אַ הײם,

און אַ ךױבפֿױגל האָט אױף דער פֿעלדזיקעך בײט
   זײַנע פֿליגל פֿאַרזײט.
   

מיר חאָבן געשװיגן. נאָר חינטער
   די שאַרבנס פֿון בײדנס געשװײַג
   האָט יעדער געטראָגן אַ שטײַג
   מיט בךװקע װערטער.

דער שװאַרצער גראַניט חאָט געגליט,
די הײם האָט געפּערלט דורך שלײם,
דער רױבפֿױגל האָט מיט זײַן שנאָבל
צעפֿליקט די פֿאַרװײטיקטע װערטעך.
                 














151
פֿזן אָנ▮ד1ײב ▮צז אָ'נד1ײב
              


''פּע!.
   

דײַן װעג איז פֿון אָנהײב צו אָנחײב
   װײַל סוף איז מיט ספֿק באַשפּינט, ▮.
   איז העכער דײַן גלײביקע פֿאָן הײב
   און לעב װי אַן אָדלער אין װינט.
               

























153
    דאָט ליד פֿון אײביק ערשטן


אַ מאָדנע טראַכטונג: איך בין אָדם,
קײן מענטש האָט ניט געאָטעמט, אײדער
איך האָב מײַן ערשטן טראָט געשטעלט
אין מײַן באַשעפֿערס גרינע בגדים.
פֿון דענצמאָל װאָגל איך כּסדר
מיט אַלע װינטן פֿון דער װּעלט.
   
עס האָבן זיך געדאַרפֿט פֿאַרבינדן
   די ןון מיט דער לבֿנהס אײַז,
   כּדי מײַן לעבן זאָל זיך צינדן,
   װי אין דער פֿרי דעם הימלס קרײַז;
   כּדי איך זאָל אין יעדן שפּרײַז
   די גלוסטונג פֿון מײַן לײַב דערשפּירן,
   און ס'קלענסטע שטעגל זאָל מיך פֿירן
   צו אַלץ אַ שטײַגעדיקן שטיג,
   און יעדער טרױער זאָל מיר זײַן
   װי שטאַרקער, גלועדיקער װײַן,
   װאָס װאַרט שױן טױזנט יאָר אין קעלטער.
   מײַן זײַן איז קירצער פֿון אַ פֿליג
   און פֿונעם גראָען ערשטװאַלד ־— עלטער.

מײַן ניט־זײַן װאָלט די ערד באַדױערט.
                                    .
עס װאָלטן קרײַטער ניט געקרײַטערט,
עס װאָלטן טײַכן ניט געטײַכט.
דאָס װאָרט װּאָלט ניט אין בלוט געהױערט,
עס װאָלט זיך פֿון דעם מענטש דערװײַטערט,
װי אַ װינטל שטיל און לײַכט.
               





.15
                  אָדם זינגט


א
פֿון װאַנען איז מײַן קום, װוהין מײַן גײ 9
וּוּער בין איך אױפֿן פּנים פֿוּן די ערדן ן
פֿון אוּנטער מיר — אַן ערד מיט פּלוצער גלוסטיק פֿאַרן אױג
און דאָדערט, אין דער הײך, ־—. אַ פֿאָרכטיק פֿײַער.
און אױף די בײמער וּואָלקנט אַ געשטאַלט,
אַ פֿוּיגל פּיקט אַ קלאַנג,
עס אײַלט אַ וּוּאַסער.
נאָר װיל איך, מאַך איך צו דאָס פֿײַער, װאַסער,
פֿאַרשלוּנגען וּוערט פֿאַרשלונגען בױם און פֿױגל,
ניטאָ מער אָדם. פֿינצטער. שאַ.
נאָר אָט, איך טו אַ ביס מײַן לעפֿץ,
און װײ: ס'איז ניט קײן קרײַטעכץ פֿון די שטעגן,
ס'איז איך און אפֿשר דוּ,
אָ, האַר פֿוּן עדן.





















—                        —
ב
פֿאַרוּואָר, דוּ ביסט מײַן פֿאָטער,
נאָר פֿאַר װאָס,
גענענסטו ניט צוּ מיר אַלהי אין גאָרטן ז
אַלמאַי בין איך דײַן ערשטער שאַף,
װף איז מײַן אָנהײב־אײדער ז
װו איז דאָס גנאָד, פֿון װעגן װעלכן ס'האָבן דײַנע פֿינגער
געטאָן טון מײַנסטערן מײַן הױט און בײן ן
צי איז דײַן פּנים אײנערלײ מיט מײַנעם ז
צי איז מײַן לײַב אַ שפּראָץ פֿון דײַנע גלידער 9
און װער באַפֿעלט דער ערד אַזױ צו זאָגן:
''צעפֿרוכפּער זיך מיט קרײַטעכצער און פּירות ןאָ
װער צוקט־פֿאַרצוקט דעם הימלס אױג,
                     




155
װער לױשפּערט צװישן בלעטער,
װעך זינגט צו מיך
און װער פֿאַריאָגט
די אינדן פֿון די פֿיר געבענטשטע שטראָמען ן
זײַ באַרעמדיק און זאָג זײַן נאָמען.



ג
דו חאָםט געמאַכט מיך חלומען אַ חלום
װײך װי װאָל.
און װי אַ יאָדער אין אַ מילגרױם האָב איך דאָרט געזאַפֿטיקט,
און װי די זון אין װײַטער נאַכטנעסט האָב איך דאָרט געחױערט.
פֿאַרװאָר, איך האָב געדאַכט: איך בין אַ צװײטער, ——.
כ'בין דו, מײַן לײַב, ——. אַ פֿײַער־װאָלקן,
און מײַנע אױגן יאָגעדיקע אינדן,
װאָס טוען דאָרשטן מיט אַ גרױם געדאָרשט
נאָך עפּעס אַ געשטאַלט, װאָס רופֿט אַ רופֿונג
און איז אַ פֿרוכט
פֿון גלוסטיקײט
און ליבשאַפֿט.


ד
דו האָםט פֿון מײַנס אַ ךיפּ אַ פֿרױ באַשאַפֿן,
װי איך באַשאַפֿן בין פֿון דײַנער, —— נאַקעטיק אַלײנט.
דײַן ריח בליט אַרױס פֿון אירע פֿיס,
דײַן ליכט באַזאַלבט איר לײַב,
און אַל דײַן ליבשאַפֿט
קװאַלט קװאַלעדיק פֿון איךע אָרעמס.
איצונדער צערנסטו מיט גרימערײַ,
                   




156
און דײַנע בליצן שעכטן מײַנע בליקן.
דו שעלטסט דײַן װערק,
דו טרײַבסט אונדז פֿון דײַן גאָרטן
אין װיםטענײַ, װוּ ס'לױערן די װינטן.
מײַן װאָרט װערט מידיק. צװײוק בין איך עלנט.


ה
װוּהין איצונד מײַן גײ, צו װעלכע ענדן ן
און װאָסער אױער װעט מײַן װײ פֿאַרנעמען ז
דער װעג איז װיסט.
אַ פֿלאַמעדיקע שװערד
געװעלטיקט בײַ דעם גרינעם בױם פֿון לעבן.
                



















157
                     מענטש
   

▮אין אומוזאַ, דעם פֿאָרבונד פֿון הימל און ערה
   װעלן מיר שעכטן די צװײ געטער לאַמגאַ,
   פֿון זײער בלוט װעלן מיר באַשאַפֿן דעם מעגטש▮.
                           אַלט־בבלישער עפּאָס


און אױף ס'נײַ קומט דאָס זעלבע געפֿרעג:
װאָס איז מענטש, בלוּיז געדאַנק אָדער הומר ז
װּעלכן ברעג
צו דערקלעטערן האָפֿט ער ן
אוּן צי איז ער אַן אײביק באַשטראָפֿטער,
אַז דער גורל זאָל זײַן זײַן פֿאַרצױמער ן
   
עס פֿאַרמאַכן זיך בלאָ די פֿואָלן,
   גרינע פֿײַערלעך קלינגען אין טאָלן,
   אוּן דער ענטפֿער.— ער קומט ניט, ער קומט ניט.
   
ס'פֿלוען דאָרשטיקע שטערן צום ברונעם,
   און זײ טרינקען די זילבערקײט פֿון אים, ־—
   אוּן דער ענטפֿער —— ער קוּמט ניט, ער קומט ניט.
   
אַ פֿאַרכּישופֿטער, ראָזער פֿלאַמינגאָ
   פֿליט אַדורך מיט די פֿליגל די גרינגע —.
   און דער ענטפֿער —־ ער קומט ניט, ער קומט ניט.

מיט אַ מאָל ־—. און אַ שטים טוט אַ שאָרך,
װי אַ װינט צװישן בלעטער:
   

▮חאָרך־דערחאָרו:
   ס'איז דער מענטש אַ צעשטערער
                     





158
פֿוּן זײַן אױסלײזער און זײַן געבערער,
אוּן מיט בלוט איז פֿאַרשריבן זײַן קלעטער,
און זײַן האַרץ איז אַ ברעניקער דאָרן,
װײַל דער מענטש איז געבאָרן
אוּיס דעם בלוּט פֿון געקױלעטע געטער',.
                


























159
                 פֿון װעק אַ רױז


און ט'ךעדט דורך אַ װאָלקן דעך מאַכטיקעך מלאו
און קילט זײַנע לעפֿצן אָן פֿךאָםטיקער שװערד:
—־ געביטער 1 זאָג יאָ, און אָן מורא באַפֿאַל איך
די ערד,
   און שנײַדדפֿאַרשנײַדן װעל איך מיט מײַן טענעך
   די װײַבער און מענער.

די בערג װעל איך װידער פֿאַרװאַנדלען אין טאָלן,
די פּעכיקע װעלדער פֿאַרברענען װי שטרױ,
און אױך דײַנע טראָנען ־—. די פֿעלדזן ־— צעטאָלן,
פֿאַרלעשן דײַן טױ.
   זאָג י אָ ־—. לאָז מײַן שװערד ניט פֿאַרפֿרירן און שטומען,
   כ'בין מוכן ומזומן.

און ס'ענטפֿערט אַ שטים: דו מײַן שטאָלצער באַמוער,
   אױך א י ך װּיל פֿאַרלענדן דאָס ערדישע הױז,
   נאָר װאַרט, איך האָב נעכטן פֿאַרזײט דאָרט אַ רױז ־—.
זי מוז נאָך אַרױסבלוען פֿרוער.
                      














160
                     צײַטליד
                   נה פּרילוצקין

אַלמאַי האָסטו איבערגעענטפֿערט דײַן פֿאָלק
צו די מידברשע זעמדער ן
דײַן ערד װערט אונדז פֿרעמד, און דער הימל—— נאָך פֿרעםדער.

דער זונפֿאַרגײ אַשט; נאָר עך בליט
אױף צו מאָרגנס דאָך װידער.
מיר מאָרגענען ניט, און מיר פֿאַלן צום טאָל, אין דעך נידעך.


אַ טײַך אָן אַ הײם איז איצונד
אונדזער גרונדפֿעםט געװאָרן.
איז װערלעך דער זאָג, אַז מיר זענען פֿאַר דיר אױסדעךקאָרן9

אין רױך.— אונדזער תּפֿילח צו דיר,
און אין בלוט ־— דײַן פּרוכת.
װי שטרױ אין געפֿלאַם װערן אױפֿגעצוקט אונדזערע כּוחות.
                        

















161
               אַ קאָפּ


װעלכע שטאָלצע האַנט האָט פֿון נראַניט
אױסגעהאַקט דעם קאָפּ פֿון אָט דעם יוד
און אַרײַנגעצונדן אין זײַן פּנים
שאַרפֿע קאַבאַליסטישע סימנים
פֿון אַ װעלט־געשיכטלעכן מאַרשרוט,
אָנגעצײכנט מיט יחוחס בלוט
און באַפֿלאַמט מיט חאָפֿונג און טיט גלױבן9
   
פֿון זײַן שװאַךצן אָטעם פֿליִען טױבן
   און פֿון אונטעך שטײנערדיקער שיכט
   ךעגנבױגנט אַ נר־תּמיד־ליכט.

שװערן װאָלט איך: צװישן די טחשבֿות
װאָגלען נאָו אַרום בײַ אים די אָבֿוח,
און די אױגן זײַנע, גראָ און פֿײַכט,
טראָגן נאָך דעם אָפּגלאַנץ דעם געחײטען
פֿון די בבֿל־טײַכן ־—. זאַלציק טײַכט
אין זײַן בליק די לײד פֿון פֿרעמדע הײמען.

און זײַן װעלט־נשמח איז פֿאַךשמידט —־.
עלעהײ משיח —. צו גראַניט.
               











161
           דאָט פֿאַראישיקטע פּגים
         

▮יעדער מעטש האָט זײַן גן־עדן
         אױטגעמאָלן שיף זײַן פֿנים▮.
                   רב גהמן בראַצלאַװער

פֿאָטער, געבױרער,
ס'גאָרטנט נאָך אַלץ אױף מײַן פּנים דײַן קדושה,
אָבער דער צורר
קומט אין מײַן האַרבעריק נאָך דײַן ירושח.

קומט אַ פֿאַרשטעלטער,
װי נחש קדמוני מיט גיפֿט אױפֿן צינגל.
שאָרכיק באַפֿעלט ער:
גיב מיר דײַן פּנים צוריק, דו גן־עדנדיק יונגל 1


נעם איך מײַן פּנים
און איך באַחאַלט עס אין װאָרט, װי אַ דאָרן אין פֿלאַםען.
איצט בין איך אָן אים —
װעט מיך דער קומער נאָך קענען פֿאַרסמען ן
                      















165
           לאַגדשאַפֿט פֿון גנאָד


אַ ליגן, אַז דער מענטש איז שלעכט. אַ ראַיח ־—.
עס טוט אים װײ דאָס גראָז, װאָס ער באַטרעט.
שלעכט איז בלױז דער פֿינצטערעך פּאָעט,
װאָס װאַךפֿט דעם מענטש אַ גט אין פּנים: סיה.

װי קען אַ קללח זידן אױף די לעפֿצן,
װען ס'טראָגט דאָס אױג אַ לאַנדשאַפֿט פֿול מיט גנאָדן
ס'איז יעדער ניט געשטעלטער טךאָט
אַ שאָד
און ברענט װי ברועכץ און װי יאָד
די מאַרכיקע געהעפֿטסן.

צעשמאָלצענער בורשטין פֿאַרפֿלײצט די געגנט.
אַ בלײכער עפּלבױם זאַפּט אײַן דעם זאַפֿט
פֿון זונפֿאַרגײ און רירטלט זיך. עס גאַפֿט
אַ פֿעלד מיט קאָרנבלאָעלעך באַרעגנט.

און ערגעץ םוז אַ פּערלשלאָם איצט חאַרן
אױף אַ באַרג אַ גילדענעם, און ס'קריכט
צו אים אַן איך, װאָס הײכט און איכט,
און אָט־אָט־אָט באַרירט ער שױן דאָם ליכט,
װאָס טוט פֿון אַלע טױזנט שױבן שפּאַרן.

פֿאַרװאָר, עס איז אַ שאָה
ניט יעדן האָט באַגיטיקט דאָ די לאַנדשאַפֿט
מיט איר גנאָד.
                   






.16
          ▮די ▮צזזײכןענ הײב1
                       


א.


אַ רױטער טרומײט אין אַ קױליקן מױל
װי פֿונקיקער גלי צװישן עבענעם קױל,
שפּילט אױס און הילט אױס
פֿאַר דער נאַכט זײַן געדאַכט.
                           .
   

אָאָ, װײ מיר, אָ, װײ מיר, מײַן חײם איז פֿון לײם
   און איך בין פֿון פֿײַער, פֿון פֿײַער װאָס װערט ניט
   פֿאַךלאָשן און ברענט פֿאַרבאַהאַלטן, געחײם,
   און קײנער דערזעט מיך ניט, קײנער דערהערט ניט.
   

איך בין ניט, איך בין ניט, מײַן צײַט איז אַ שטעךן:
   מײַן װױן װּערט באַיאָרנט
   און איך װער ניט עלטער.
   
צי זאָל איך אַנטלױפֿן ן איך קען ניט נ י ט װערן.
   אַ ניגון מיך װאָרנט,
   איך קריג אים אַלץ חעלטעך.

טוךוטו, טורוטו, כ'בין טאָפּלט געפֿאַנגען.
אין רו טו פֿאַרטרױען זיך טרײַער, מײַן טרױער.
אָ, לעבן מײַנס, אײביק װי אַלץ, װאָס פֿאַרגאַנגען 1
אָ, פֿײַער מײַנס, גיב מיר די צײַט שטאָטן דױעך 1▮
                       







165
              עט קלאַפּן די שלײפּן
   

עס קלאַפּן די שלײפֿן ־—.
   גאַלאָפּ, גאַלאָפּ:
   צװײ רײַטער, צװײ ךײַטער,
   באַהאָרנט,
   באַשפּאָרנט,
   זײ יאָגן זיך, יאָגן
   דורך שאַרבן און קאָפּ.


אײן רײַטער איז װײַס און דער אַנדערעך — שװאַךץ,
און בײדע אין רינגען פֿון גבֿורח באַפּאַנצערט.

דער װײַסער איז פֿרײדיק, דער שװאַרצעך—־פֿאַךצאָרנט,
דער שװאַרצער ־— אַהינטער, דער װײַסער־—.פֿון פֿאָרנט.

שװאַרצװײַם און װײַסשװאַרץ איבערבײטעראון כװאַליעס;
װײַםשװאַרץ און שװאַרצװײַס װי די פֿאַךבן פֿון טלית.

דער װײַסער ־—. ער יאָגט מיט אַ זוניקער פֿאָנע,
דער שװאַרצעך ——. םכּנה, םכּנח, סכּנח.

דער װײַסער ־—. ער רײַט אין אַ ליכטיקער ךיכטונג,
דער שװאַרצער פֿאַרלעשט יעדן פֿונק, יעדע ליכטונג.
   
קליפּקלאַפּ און קליפּקלאַפּ
   נאָכן גוךלם באַפֿעל,
   צװײ רײַטער, װאָס רײַטן
   צו אײנציקער שװעל.
                      





166
און קומען צו אײנציקעך שװעל קען בלױז אײנער
)דער װײַסער, דער װײַסערן
דער שװאַרצער, דער שװאַרצער ן
עס בלינדן די אױגן, עס קנאַקן די בײנער(.
   
װי װינטיקע ךײפֿן
   פֿון שטורעם געקײַקלט —־.
   עם יאָגן די רײַטער
   דורך קלאַפּיקע שלײפֿן
   אַלץ װײַטעך און װײַטער.


און װער עם װעט קומען דעך ערשטער,
און װער עס װעט זײַן דער באַהערשטער, —־
ןועט װערן פֿאַרשריבן
טיט בלוט
איבער גראָזן און קרײַטער.
                 
















ץ16
             אתּטערבאָוװסטזײַן


אין מײַן מוח פֿלעמלט־אױף אַ מאָרגעדיקער נעכטן.
װײַטע װאָרן װערן װילדער װוּנדער,
װערן בילדער, קלאַנגען, גופֿן, זוניקער באַשאַף.
צײַט װערט לעבן. פֿינצטערניש נעמט פֿלעכטן
פּלױטן ליכט, װי מילכװעגן אין קאַלטן פֿירמאַמענט.
אָנחײב שפּרינגט צו אײביקײטן. חלום װערט געלאַף
און ער ברעכט אַדורך די װענט
פֿון פֿעלדזיקער אומגרײכעניש.
ךונד און ךונדער
שליסן זיך די פֿילונגען, די מאָנונגען.
ס'לעבן־אױף די אומבאַקאַנטע פֿאַרבן פֿון דערקאָנומען.
טיפֿעניש װערט הײכעניש,
נײַגער זוכט אין אַלץ אַ נאָמען,
צױבער צינדט אין אַלץ אַ ציל.
כ'װיל, איך װיל, מײַן װילן װיל
אױפֿפּראַלן די פֿרײד־אַטאָמען,
װי עס בלוען גאַנצע װעלטן
פֿון יונג־בראשיתדיקן יאָ,
פֿון שפּעט־בראשיתדיקן נײן.


נאָך דרײַ טרים —
              און כ'װעל פֿאַרשטײן,
װאָם פֿאַראַן און װאָס ניטאָ.
נאָך צװײ טרים ־—
              און כ'װעל באַךיךן
די געצעלטן
פֿון מײַן בענקשאַפֿט.
נאָך אײן טראָט —.
              און כ'װעל דעךשפּירן
ס'לײַב פֿון נאַקעטן געדאַנק.
                    


.16
               פֿאָרהתמעטע װיִעס


מיר שװימען. דער טײַך איז פֿאַרהױלן. מיר שװימען
  אַלץ װײַטער צו זיך, צו דעם איכיקן שורש.

דאָרט פֿאַלן צוריק די פֿאַרלאַנגען און שטיםען,
  עס בלײַבט בלױז דער תּענוג, דער אײביקער יורש.

בײַ נאַכט רײַסט ער אױף די פֿאַךסתמעטע װיִעם
  און בליציקט אַרײַן די סימבאָלן פֿון גלוסטן, ־—

און דאָרט בלוּען־אױף זײַנע זוניקע זריעות
   אַלץ העכער און טיפֿער צום פֿרעמד־אומבאַװוּםטן.


דערנאָך קריצט ער אײַן אינעם מוח זײַן סימן,
   װי בילדער־געשריפֿטס אױף אַן אוראַלטן חיכל,

און װידער: אַ פֿײַערל בלעטלט, םיר שװיםען ־—
   דאָס װאַסער פֿאַרלעשט ניט זײַן לאָקיקן שמײכל.
                      















169
         דער פֿונק פֿון לװ אץ לעבן


א
מײַן גוף איז אַן אָפּגעברענט הױז,
דורך זײַן טונקל
קױם צינגלט אַרום נאָך מײַן גײַסט װי אַ פֿונקל,
װאָם װיל ניט פֿאַרגליִען,
און װיל ער זיך אױפֿהײבן ־— קען ער ניט פֿלוען.

פּלוצעם טראָגט ךװק
אַ שטים זיך אַריבער
ניט איכיק ניט דװק —־.
אַ שטים װי פֿון גריבער:
   מײַן ליבער —— ——.



ב
דער פֿײַליקער ניגון
באַװעלטיקט דעם פֿונק,
װאָם נעמט זיך צעװיגן
   אין קנױליקע ךונדן
פֿון אונטער דעם קױליקן, פֿױליקן זונק.
   
דער קנױט פֿון מײַן װילן אױף ס'נײַ איז געצונדן,
   מײַן גוף װערט באַליכטיקט,
   װערט מאַכטיקער, גאַנצעך.
   און אָט גיט פֿון אײגענער פֿעל שױן אַ טאַנץ ער
   און יאָגט, װי אַ גיבור
   אין פּאַנצער,
   אַהין ——־
   װוּ ס'עכאָט דער ניגון באַהאַרציקט און דין:
   
מײַן ליבער.
                     



ק17
ג
די געגנט
באַגעגנט
מיט פֿאָרכט מײַנע טריט.
אַ טרילער אַנטקעגנט
און פֿאַלט אַ פֿאַרבריטער.
אַ קרעלבױם לױפֿט מיט
מיט באַבלוטיקטע ריטער.
אַ װאָלקן יאָגט אָן דוךך די שטױביקע װעגן
און לאַכט זיך פֿונאַנד מיט אַ רױזיקן ךעגן.
און מאָדנע:
די שטים װערט אַלץ װײַטער,
װאָס נענטער
איך לױף צו איר צו אַ דערקענטער,
  באַנײַטער.


ד
און צו מײַן נשמה
טו אױף איך די לעפֿצן:
  ־— באַשער מיר צו װיםן,
   װער איז עס דער יעניק,
   װאָס רופֿט מיך און װעמען
   איך בין אונטערטעניק,
   װי עפּעס אַ הימליש געװיסן ן
   צי איז עס די פֿרײד
  אָדער גאָר איר געשאָכטענער שאָטן ז
  צי איז עס די ערד אָדער הימל,
   װער װײס ז
   צי איז עס די צײַט,
                 




1ץ1
  װוּ מײַן ליד איז פֿאַרקנאָטן 9
  צי איז עס דאָס לעבן,
  װאָם קושט מיך מיט שװײם 9
  און אפֿשר און אפֿשר —. ——


װער װײס ן


ה
דער טאָג איז פֿאַרגאַנגען.
מײַן לױף איז געעקט.
דאָם מו.ל, װאָס האָט אױסגעהױכט יענעצװײ קלאַנגען,
איז אַלץ ניט אַנטפּלעקט
און האַלט מיך געפֿאַנגען.
  
איך שטײ בײַ אַ קװאַל װי אַ חירש אַ פֿאַךיאָגטעך,
   דער קאָפּ אָן אַ זילבעךנעם צװײַג אָנגעלענט.

נאָר אָט: פֿונעם װאַסער, װוּ ס'קוקן זיך איבעך
מחשבֿות, װאָס האָבן אױף ס'נײַ זיך דעךקענט,
דערזע איך מ ײַ ן מױל, און פֿון מױל טוט אַ פֿלי
די שטים, װאָם איר הילך האַקט מיר אונטער די קני: —.
  
טײַן ליבעך.
                  








171
         די צוריטע הײם


עס חאָט אַ מענטש פֿאַרבךענט זײַן חײם
און װי אַ שטראָם, דורו װינט און שלײם,
אין װײַטער װעלט געצױגן.
זײַן בלוט האָט מיטגענומען בלױז
אַ רױטע, ברענענדיקע רױז
מיט גרינעם טױ באַצױגן,
   און אין געדאַנק אין בלאָ און בלאַנק
די קינדשאַפֿט נאָכגעפֿלױגן.

דאָס גוטס און שלעכטס האָט ער פֿאַרזײט,
װי לופֿטל־שטױב אױף שטעג און בײט.
זײַן צײַט איז שטיל געשװוּמען
צוריק צום אָנהײב, דאָרט אַװוּ
די רו אַלײן האָט ניט קײן ךו,
און פֿון זײַן מידן גומען
   האָט אַ געבעט אַראָפּגערעדט
צו רונדיקע אַרומען:


▮נעמט צו פֿון מיר אַיעדע גאָב —־
איך דאַרף זי ניט, ־—. און שינדט אַךאָפּ
מײַן שאָלעכץ דעם ניט קלאָרן,
װאָס ךופֿט זיך מענטש. זאָל זײַן, איך בין
אַ קײַקלדיקער בלאַט, אַ בין
מיט האָניק אין זכּרון,
   נאָר נעמט פֿאַרבײַט די װעלט, די װײַט
אין ליבשאַפֿטדיקע װאָרן▮.
               






3ץ1
און װי דער טורטל פֿון זײַן װאָרט
איז קױם געװאָרן אים פֿאַרװאָרט
אין לעבעדיקע מאָסן ־—.
פֿאַרװאַנדלט האָט ער זיך אַלײן
אין ליפּן װי די שטערן רײן,
אָן בענקשאַפֿט, אָן פֿאַרדךאָסן.
  און װי טוזיק האָט ער צוךיק
אין בראשית זיך צעגאָסן.
             























174
           דאָס ליכט איז מײַנט


אײַער ליבשאַפֿט ליגט אױף םיך װי ךאָסט ——.
גוט נאָך, וּואָס מײַן פֿלײש איז ניט פֿון אײַזן.
אײַער װאָרט איז דערנערדיקער פֿראָסט,
נאָר מײַן פֿײַער װעט איר ניט פֿאַראײַזן.
   
איר זײַט מיר גלײַך צום יעניקן, װאָס האָט
   געפּרװוט אַ שטראַל פֿאַרשיטן שאָט נאָך שאָט;
   ער האָט גערידלט און געשאָטן שעהען,
  פֿאַרכאַפּט פֿון דעם שגעון ,
                         .
   
שפּעטער, שפּעטער,
   באַטראַכטנדיק פֿון װײַטן זײַן דערגרײך —־.
   בשעת אַ באַרג האָט שױן געטאָן אַ קלעטער, —
   דערזען האָט ער דאָס שטראַלכל אין דער הײך.

נאַרן, ס'איז דער הימל מײַן באַשילדעך —.
װעלן העלפֿן דען די קלעפּז
װעט איר סיך פֿאַךשיטן םיט געפּילדעך
דאָ אין סטעפּן
                   














175
                אײנמאָליקער


איך — אײנמאָליקער,
ערשטער און לעצטעך אױף ערדישן שטױב,
פֿײַער קרישטאָליקער,
װעלכעך פֿרעםט אױף זיך אַלײן װי אַ װאַרעמען רױב.

צװישן פֿאַרגאַנגעניש
און אַ משוגענעם עתיד, װאָם רופֿט װי אַ גלאָק,
הענג איך, אַ קאָסמישע װאָג,
אין אַ מאָדנער געפֿאַנגעניש.
                         .
אײן האַנט ־— אַראָפּגעטיפֿט צו דעם אַרכאַיִשן,
חיושן,
צװײטע ־—. אַרױפֿגעהײכט צו אַ ניט־ערדישן טאָג, —־.
בײדע פֿאַרלאָקן מיך, ליאַרעמען,
כ'װײס ניט צו װעמען זיך פֿרוער צו געבן אַ טראָג1
ס'װינטיקט מײַן בלוט און באַפֿעלט:
צו די שערבלעך פֿון װעלט,
און מײַן געדאַנק טוט אַ בלאַנק
צו דעם הימלישן טאָג 1

אָבער איך קען זיך אױף בלוט און געדאַנק ניט דערבאַרעמען.
                    











6'ע
                 װײַן


מיך האָט באַרירט אַ פֿאָכעדיקער פֿליגל:
.—. װאָם װיל דײַן װיל ן
▮פֿאַרװאַנדל מיך אין װײַן 1▮
ער האָט דערפֿילט מײַן װוּנטש. װי גאָלד אין טיגל
צעגײ איך שױן און פֿלײץ אַרײַן
אין שפּאַלט פֿון פֿעלדז װי אין אַ בעכער,
און עמעץ טרינקט מיו ביזן דעק
און שװעבט אַװעק
אַלץ העכער.
                 





















177
         אין אַ דיכטערשענק


א
אָ, צװינגט מיך ניט צו טרינקען טערער:
ס'איז ניט פֿאַר מיר, כ'בין ניט געװױנט.
מײַן פּלאָנטער װערט דערפֿון ניט קלעךער
און מײַן געמיט װערט ניט באַקרױנט
מיט לאָרבעך־בלעטער. שװערער, שװערער
פֿאַרזינקט מײַן קאָפּ. חבֿרים, זעט,
איך גײ מיט אײַך דאָ אין געװעט,
אַז כ'בין אַזױ שױן אױך באַטרונקען
פֿון טרױער, ליבע און געזאַנג.
עס לעשן זיך די לעצטע פֿונקען
פֿון מײַן באַװוסטזײַן. ס'טוט מיר באַנג,
פֿאַר װאָס איר לאַכט מיט כיטרע װונקען
און שפּאַרט צו מיר מיט שאַל און פּראַל
דעם רױטן, שױמיקן באָקאַל.



ב
נו, יאָ, איר זאָגט: פֿאַר אונדזער מוזע,
פֿאַר פֿרײַשאַפֿט, ברידערלעכקײט, מוט 1
נאָר װוּ איז אונדזער פֿרײַשאַפֿט־בלוזע,
און װו דער ברידערשער מאַרשרוט 9
ס'איז אונדזער מוזע אַ מזוזה,
װאָס גליוּוּערט אױף אַן אַלטער טיר
און היט פֿון טײַװל און סאַטיר
דעם אָפּגעזונדערט מידן טראַכטער,
װאָס זוכט אין זײַן געדאַנק דעם שם.
געפֿינט ער ניט —־. איז װײנט ער, לאַכט ער,
און טרײסט צו ביסלעך זיך מיט דעם.
זײַן צײַט ־—. אַ פּאַלאַץ אַ פֿאַרמאַכטער,
ער װיל אים אױפֿשליסן און קען
צו אים ניט צופּאַסן זײַן פּען.
                 


.17
ג
אָט איך אַלײן, אַלײן, קאָלעגעס,
אַזױ װי כ'רײד דאָ אָן אַ מאָס
און זע, װי ס'פּלאַצן מײַנע רגעס
װי שוּימען־בלעזלעך אין מײַן כּום, —.
זוך אױך דאָס גרױסע װאָרט און פֿרעג עס
דעם זין פֿון זײַן, און אומעטום
איז בלינדער, בײַסיקער סאַמום.
נאָר כ'בין אַ חלומלינג, אַ רױבער
פֿון צײַט. איך גלײב, אַז ס'איז כּדאַי
צו זײַן אַ גלײבער און אַ לױבער,
און בלױז דער טוּיט איז װערט אַ שפּײַ,
װײַל ער צעטרעט דעם צאַרטן צױבער
פֿון שמײכל, קוש, געזאַנג, מוזיק,
ברעכט־אײַן די וּױלדע רױז פֿון גליק.



ד
איר לאַכט שױן װידער ז קינצלער, דיכטער 1
)פּאַרדאָן, מײַן געטין, כ'מײן עס ז י י(.
מיר דאַכט, די פֿלאַש איז מער שױן ניכטער
פֿון מיר, און איך בין בלױז געשרײ.
פֿאַרלעשט די לאָמפּישע געזיכטער
און זעצט די גרינע שױבן אױס 1
און איך װּעל אין מײַן גאַנצער גרױס
צעפּלאַנכען זיך פֿוּן טיפֿן האַרצן,
װוּ ס'וּװינט אַ טרעלפֿױגל און טרעלט.
װאָס חידושט איר זיך און װאָס שטאַרצן
די אױגן ן זאָגט, װאָס אײַך געפֿעלט 1
איך װעל די אַרבל מיר פֿאַרשאַרצן
צום וּואָרטגעפֿעכט און טאַקע גלײַך
מײַן כּוּח אוּיספּרוּװן מיט אײַך.
                 


9ץ1
ה
איך לאַך אַלײן. כ'בין דול אַװדאי,
נאָר ס'איז מײַן לאַכן הײסער גיפֿט.
איך בין אַ פֿיטערער אָן סטאַדע,
בײַ װעמען בלױז דאָס בענקען טריפֿט
װי אַ ציגײַנערשע באַלאַדע,
װאָס פֿײַפֿלט ערגעץ אין דער פֿךעמה
און גאָר מײַן אײנזײַנקײט פֿאַרנעמט
ניט ער ניט דו און אפֿשר קײנער.
און מאָדנע, אָפֿט מאָל איז מיר זיס
די אײנזײַנקײט, װאָס ביז די בײנער
דערגרײכט איר 9מנדיקער ביס,
דעךגרײכן אירע שאַרפֿע צײנער.
װאָס מער עס ךאַנגלט זיך םײַן זין,
אַלץ מערער װײס איך, אַז איך ב י ן.



ו
און דעמאָלט —־. כ'בין זיך מודה, ברידעך ־—
איך טו אַ פֿאַל אױף דר'ערד און קני
מיט פֿאָרכט פֿאַר יעדן מענטש אַנידער,
אָט װי אַ זאַנג אין פֿולן בלי,
װאָס פֿילט דעם האַךבסט אין זײַנע גלידער.
עס דאַכט זיך מיר: איך טראָג די שולד
פֿון יעדנס פּײַן, איך בין פֿאַרפֿולט
מיט זינד, װאָס דו און ער און אַלע
באַגאַנגען זענט אַ מאָל און הײַנט.
דאָס האַרץ פֿון װעלט װערט מיר נתגלה,
און אַלץ װאָס טונקל —־. װערט באַשײַנט
דורך אַלע װײַטקײטן פֿאַטאַלע,
און איך —־. אַ לעבעדיקער קװאַל,
װאָס טוט אַ שפּרונג דורך אַלץ און אַל.
                


1.0
ז
עם טרעפֿט אַ מאָל: כ'װער שלעכט און ערגעך
צו זיך אַלײן: ־— פֿאַר װאָס, פֿאַר װאָס
ביסט דו דײַן אײגענער דערװערגער
אַנשטאָט צו זײַן דײַן באַלעבאָס ן 1
פֿאַרנעמסט די שפּראַך פֿון װעלדער, בערגער,
דו קניפּסט זיך אױף מיט גראָז און בלום,
נאָר דו אַלײן ביסט אומעטום
אַ פֿרעמדער. פֿילט די ערד דײַן ציטער
און פֿילט דאָס גרעזל ד ײַ ן געפֿיל ן —־..
און מענטש ן ביסט דו דען זײַן געביטעך ן
פֿאַרנעמט ער דײַן געראַנגל, ציל ן —־
דו ביסט אַ דאָן־קיכאָט, אַ ריטער
פֿון ראָמאַנטיזם. ברודער, װּײסט ——־.
ניטאָ קײן טרײסט, ניטאָ קײן טרײסט.



ה
אַזױנע ספֿקות װען ס'באַפֿאַלן,
װערט פֿינצטער אין געמיט און ענג,
די הײסע, פֿלײצנדיקע שטראַלן
פֿאַרװאַנדלען זיך אין בלאָע שלענג
אױף אַלע װעגן, און שאַקאַלן
צעהײַלן זיך פֿון טיפֿסטער טיף.
עס העלפֿט ניט ס'װאָרטיקע געשליף
און ניט דער שמײכל פֿון נאַראָנים.
נאָר דעמאָלט, פֿלאַמיק װי אַ סנה,
שלאָגט אָפּ אַ גלױבן אױפֿן פּנים ־—.
און זע, ער װערט אַלץ קלערער, זע,
איך קען זיך ניט באַגײן שוּין אָן אים:
ער איז די לופֿט, וּואָס כ'אָטעם אײַן,
ביז אַלץ און אַל װערט װידער מײַן.
                


1.1
ט
איר װוּנדערט זיך, איר מײנט, כ'בין שיכּור ן
װי קומט צו מיר אַזאַ מין זונג ן
נאָר זעט, עס גליט דער סאַמע עיקר
אין די געװעבן פֿון מײַן צונג.
איך רײַס פֿון לעבן מײַנעם שטיקער,
צעשלײַדער זײ אױף רעכטס און לינקס,
און טו מײַן גורלדיקן ספֿינקס
באַלאָרבערן מיט פֿײַנע גראַמען —־־
אַן ערן־בירגער פֿון אַ לאַנד,
װאָס פּרוּװן פּרוּוּו איך עס באַצאַמען
מיט קלאַנגען־פּלױטן נאָך אַנאַנד,
כּדי פֿאַרװאָרצלען און פֿאַרשטאַמען
מײַן נאָמען דאָרט אױף אַלע מאָל ——.
ביז צײַט פֿאַרלירט איר ציל און צאָל.




י
נאָר װאָס איז דאָס? װער קריכט עס דאָרטן
אין פֿענצטער ן װעמעס רױטער קאָפּ
מיט בלאָנדן בליק מיט אױפֿגעקלאָרטן,
װאָס מעקט די בלאָע שאָטנס אָפּן
חבֿרים, װאַרפֿט אַװעק די קאָרטן
און קלעטערט אױף די בענק אַרױף:
די זון גײט אױף, די זון גײט אױף,
גײט אױף, גײט אױף מיט װוּנדער נײַעם.
חבֿרים, גיסט די בעכערס אָן,
לחײם פֿאַר דער זון, לחײם 1
פֿאַר אונדזער זונען־פֿאָן ——
לחײם —־ ——
               




1.1
          ?ג'ץגזכואָ'זן





1
פֿון קאַלטן, שטרױענעם געלעגער
גײט אױף צו דײַן געהער מײַן רוף:
־— דו לופֿטיק שװעבעדיקער גוף,
דערפֿרײ דעם פֿײַערדיקן פֿרעגער.

כ'בין זונפֿאַרגײ. איך ברענג אַ קרבן
מײַן לײַב פֿאַר דײַן לבֿנהס מילך.
דערצײל, צי איז מײַן טוּונג בילך 1
צי האָט מײַן מאַרך דײַן ערד באַפֿאָרבן ן


2
איך גיב דיר אָפּ מײַן פֿײַנסטן פֿרילינג־פֿראָנדז,
מײַן חלק רו, מײַן האַרץ פֿון רױטן בראָנדז,
די זון, דעם זין, דאָס זײַן, די הײך, די נידער,
דעם טאָג, װאָם טאָגט, די נאַכט, װאָס נאַכטיגאַלט,
אױך מײַן געדאַנק, דעם פֿורעמער, און שמידער,
גיב איך דיר אָפּ, אָ, מאַכטיקע געשטאַלט.

נאָר לאָז מיר איבער בלױז —־־ איך בעט ניט פֿיל —
דאָס װינטיקע געפֿלעמל פֿון געפֿיל,
עס זאָל מיר װי דאָס פּנים פֿון באַשאַפֿער
כּסדר שװעבן איבער מײַן געבײן.

אַצינד נעם צו מײַן װאָרט און מײַן מעטאַפֿער,
און װוּ דו װעסט באַפֿעלן ־—־ װעל איך גײן.
                   




183
3
זײַ שטיל, עס איז נאַכט אױף אַן אמת.
דאָס נאַכטגעזאַנג לעבט, איך פֿאַרנעם עס.
ס'טוט עמעץ אױס גךאָזװעבס מיך װעבן
און מענטשט מיך. װער בין איך איצטן װעמעס ן

דו, לעבן מײַנס —־ אַלעמענם לעבן ——.
באַלײַכט מיך דורך װעלדער פֿון עבן 1
און זוכסטו דײַן פֿאַטום —־ ניט לעסטער,
ער װױנט ניט אין דיר, ניט דערנעבן.


װוּ שטוךעם צעחעננט זײַנע נעסטער ־—.
דאָרט לאַכט ער, דאָרט כּישופֿט ער, נסט ער.
                                     ▮


4
װי קען דאָס זײַן,
אַז אין אַ װאַלדנאַכט זאָלסטו צו מיר קוםען
מיט אױםזע פֿון אַ יונגן רעגן־בױגן,
װאָס אָטעמט־אױם אַ פֿרוען פֿרילינג איבער זומפּ און טײַכן 9
   
מײַן פֿרײַנד,
   איך צײל שױן מער ניט מײַנע יאָרן, —־.
   מײַן לעבן איז אַ גרױסע, בלאָע קינדשאַפֿט,
   מײַן קערפּער איז פֿיל קלענער פֿון מײַן װאָרט.

איך לערן זיך בײַ קװאַלן אָפֿנהאַרציקײט
און בײַ די נידעריקע װערבעס לערן איך זיו פּשטוח.
דערנאָך קלײַב איך צונױף די עךדן־װוּנדערס
און טײל פֿונאַנדער עס אומזיסט די מענטשן.
                    




..1
   מײַן פֿרײַנד,
   װאָס אין אַ װאַלדנאַכט ביסטו מיר דער רעגןדבױגן, —
   זײַ אױך אין מײַנע אָדערן אַ זוניקע םוזיק
   און שפּיל מיר אױס דאָס לעבן פֿון מײַן לעבן.


5
עס לײַכט ניט קײן ליכט: ס'איז מײַן גלױבן,
װאָס צינדט די באַפֿענצטערטע װענט.
מײַן אױג איז צום פֿילן געװענדט,
צום פֿילן דעם נאַכטיקן אױבן.

און הינטער די װענט זינגען גרילן
און פֿילן זיך צו צו מײַן פֿילן.

נײן, נײן, ניט קײן גרילן: ס'גענענט
דער פֿרעמדער פֿון הינטער די װענט.

פֿאַר יענעם פֿון הינטערן פֿענצטער
בין איך אַ לױטער דערקענטסטער,
ער טרײַבט מײַן געדאַנק און ער חיט.
און איך, װאָס איך הער זײַנע טריט
און װאַנדל אין פֿײַער אין גרױסן, —־.
איך קען ניט דערזען זײַן געשטאַלט.

און דאָס איז דער סוד, װאָס איז טױזנט יאָר אַלט:
כּדי צו דערזען, דאַרף מען זײַן אין אַ דךױסן.
                    






1.5
6
דאָס אָפּגעלעבטע שטיקט בשתּיקח
און גיט זיך נאַכטיק אַ פֿאַךגנבֿע
אין בלוט בײַ מיר, װוּ ס'בליט אַ לעבשאַפֿט,
װי אױסגעהאָפֿטן אױף אַ קאַנװע.

עס קוקט מיך אָן מיט גרינע אַפּלען
און מאָנט דעם שׂכר פֿאַך אַלע טוען:
־— װוּ איז די האַנטפֿול ערד, װאָם זאָל מיך
פֿון אַל דער לײַדעניש באַרוען ן

אַזױ, מסתּמא, מאָנט בײַם פֿרילינג
אַ יונג אַרױסגעפֿליקטער פּרימל
און אױך אַ שטערן, טיף געפֿאַלן,
װאָס װיל צוריק אַרײַן אין הימל.


7
געפֿאַנגען, געפֿאַנגען
בין איך אין דעם הימלס געשליפֿענע קלאַנגען.
ניטאָ קײן אַנטרינונג פֿון זײַנע פֿאַרצאַמען,
װאָם פֿלאַמען, —־.
װי פֿאַר אַ פֿליג אין אַ גלאָז
אַן איבערגעקערטער.
און הינטער דער גלאָז ־—.. בלוען װערטער,
בליט גראָז
)לאָז מיך צעברעכן די װּענטלעך, אָ, לאָז 1(,
און אױבן —
אַ מחנה אָפּאַליקע טױבן,
זײ קענען זיך אױך ניט אַרױסרײַםן פֿונעם
געפּלאָנטער ניגונים
און בלײַבן געפֿאַנגען
אין מיט פֿון אַ ראָד.

אַ שאָד.
                

1.6
8
מײַנע אין אײנעם פֿאַרװאַקסענע ברעמען
זענען קאָליברישע פֿליגל, װאָם טראָגן
אַװעק מײַנע אוּיגן דורך גרינע פֿאַרטאָגן ־—
צו װּעמען, צו װעמען ז — איך װײס שױן צו װעמען:

דאָרט, װוּ די צײַט איז פֿאַרמאַכט װי אַ ליליע,
דאָרט, װוּ עס רוען אַטאָם אױף אַטאָם
די לעבנס, און דאָרט, װוּ די זון איז אַ שטראָם,
װאָס פֿלײצט דורך דער װעלט און צערײַסט איר אידיליע,—
דאָרט ברענגען זײ איצט מײַנע אױגן און לאָזן
זײ איבער אין עפּעס אַ װױנונג פֿון גראָזן,
כּדי מע זאָל זען מײַן געבליק און דערשפּירן
זײַן הײך אוּן זײַן ההום.

און איך, ערגעץ וּוײַט פֿון מײַן אױג און געהאָרך,
גײ אױם װי אַ הױך פֿון אַ גלאָק און פֿאַרשאָרך
בײַ פֿרעמדע פֿאַרחתמעטע טירן.


5
זײַ אַלײן דער וּועג, װאָס זוכט אַ װעג,
וּוײַל דוּ ביסט דײַן אײנציקער פֿאַרמעג.

שטראָם אַדורך די הײכן און די טיפֿן ——.
ערגעץ װּערט פֿאַר דיר אַ טראָן געשליפֿן.

קום און הערש, דו ליכטיקער, דו מאַכטיקער,
װײַל די ערד װערט נאַקעטער, װערט נאַכטיקער.
                    





187
זײַ דאָם מױל, װאָם רעדט דורך בלום און פֿרוכט,
װײַל אַ חאַרץ האָט זײער װאָרט געזוכט.

אָטעם־אױס דײַן שײנקײט פֿון אַ שפּערל,
קוק אַרױס פֿון קאַלטע, װײַסע פּערל.

לײַטער דעם זכּרון פֿון פֿאַרגאַנגיקײט
מיט דײַן זײַניקײט און מיט דײַן זאַנגיקײט.

זײַ דאָס אױג פֿון װעלטגעזע ——. די זון,
העלף דעם לעבן מיט אין זײַן אַנטרון.


װי די זון ־—. קײן שאָטן זע ניט, זײַ נאָר
אײביק אַ באַשײנער, אַ באַשײַנער.


נײג דײַן אױער צו דער שטומער בעטעניש
און גײ־אױף מיט פֿאַרביקער גערעטעניש.


מ1.
װעב אַרױס אײן טאָן אױס אַלע טענער
   פֿוּן קאָנצערט
און זאָג: ס'איז יענער, יענער
   מיר באַשערט.

היט אים װי דײַן אױגאַפּל, װאָס צינדט
  מיט זון די ערד.
היט אים, װי אַ ליכט אין שװּאַרצן װינט
און װי אַ סוד,
ביז דער טאָן װעט װערן דײַן געבאָט.
                  



..1
11
כ'האָב געזען אַ בלינדן פֿידלער שפּילן
אָנגעשפּאַרט אָן בײַשטידל פֿון טױעך
און אַלײן געבױגן װי דער טױער,
און זײַן שפּילן איז געװען אַ פֿילן
און אַ שילדער
פֿון אַ װעלט מיט פֿײַערן און בילדער.
פּלוּצעם האָט אַ קום געטאָן פֿאַרבײַ די קרוטע װענט
אַ האָפּסלדיקע פֿור מיט גרױס געפּילדער
און פֿאַרטױבט דעם הפֿילהדיקן קענט
פֿון דער פֿידלס פֿײַערן און בילדער.
   וּױ אַ מחנה טױבן
   זענען זײ אַנטלאָפֿן אױבן;
   אונטן, אױף די שטײנער,
   איז געבליבן שטױב פֿון שװערן װאָגן
   און די טענער ניט געקענט דעריאָגן.


ב1
נעמט דער מאָלער זײַן פּאַלעטעך —
   ציטערן די פֿאַרבן.
                    .

בלאָ פֿאַרקוקט זיו אױפֿן חימל,
גרין צעקושט זיך מיטן יונגװאַלד,
פֿיאָלעט באַשפּריצט די בערגלעך,
ךױט פֿאַראײניקט זיך מיט בלוט,
און די אַנדעךע, אױך זײ,
שטראַלן־אױס דין־דינע װאָרצלען
און פֿאַרפֿלעכטן זיך מיט זײער
װײַטער, ערשטיקער נשמח.
                




1.9
נעמט דער מאָלער בלאָ און זומעך —
װאַקסט אַרױס אַ הימלונג.
נעמט דער מאָלער גרין און לעבן.—
טרילט אַ פֿײַכטער יונגוּואַלד,
נעמט דער מאָלער רױט און ליבע —־
שװעבט פֿאַרבײַ אַ יונגפֿרױ.

און אַ מידער פֿון דער אַרבעט,
   לײגט ער זיך אין שאָטן רוען.


13
דו ביסט אַלײן דײַן גורל, מײַנסטער,
דו ביסט דײַן פֿאָלק און דײַן באַזינגער,
פֿון ליבשאַפֿט, זוניקער און פֿײַנסטער,
באַשאַפֿסטו װעלטן מיט די פֿינגער.


14
די קנאָספּן־ריחות האָבן זיך דערמאָנט
אָן דיר ־—־ אָן מיר אױך —־ און מיט פּענדזלען דינע
געטונקט אין פֿרילינגס טריפֿנדיקער שכינה —־.
דיך אױסגעמאָלט אױף גרינעם האָריזאָנט.
   
ביםט נאָנט. אין דײַנע אױגן שלאָפֿט מײַן אָטעם.
   איך זע דײַן בילד אין אַלע זײַנע פּרטים.
   

און דײַנע װערטער זענען טריט, װאָס טרעטן
   אױף מיר, אין מיר, דורך צװײַגל פּיאָלעטן.

איך פֿיל: געבױרסט מיך יעדע װײַל און רײַסט
מײַן צײַט אַראָפּ און טוסט מיר אױך באַשפּרײען
                 


190
מיט הײלנדיקן באַלזאַם מײַנע װײען,
און שטרעק איך אױס אַ האַנט —— באַריר איך גײַסט.


15
װער צינדט מײַן בלוט ן דײַן אָטעם צינדט מײַן בלוט,
   דו װעסט פֿאַרלענדן
דעם שד, װאָס לױערט װעלפֿיש אומבאַרוט,
   דו װעסט פֿאַרבלענדן
דעם שװאַרצן וּואַלד, וּוּוּ כ'ציטער װי אַ רוט,
   און איך װעל װענדן
מײַן מױל צוּ דיר און, מאַכטיק פֿון דײַן מוט,
   אין אײן מינוט
דערגרײכן אַלע אָנהײבן און ענדן.


16
געפּײַניקטער, װער װעט דײַן װײטיק װעגן?
און װער װעט זען דאָס פּנים פֿון דײַן פֿרײד ן
דו װעסט זיך לאָזן איבער פֿרײַע װעגן
און אין דער זון אַרײַנבלאָזן די רײד:
 אַן אָדערקנױל בין איך אױף אַש געלעגן,
 מײַן האַרץ ־—. אַ נעסט פֿאַר גרילנדיקע זעגן,
 איז איצט די פֿרײד
 פֿון גאָר מײַן פּײַן און מאַטער אַ באַשײד.
                                                   















▮
 דן
 און אַלץ, װאָס דו פֿאַרמאָגםט, װעט װען צערינען
 װי טרילן פֿון אַ פֿױגל אין באַגינען.
 און װאָס װעט בלײַבן ז ־—־ בלײַבן װעט
    אַ פּונקט.
                      


191
אַ פּונקט, אַװוּ דײַן װאָרטיקער מאַגנעט
װעט צוצוען צו זיך די זאַכן, בילדער
פֿון דײַן צונױפֿגעלעב און דײַן געשילדער,
און ס'װעט זיך אױך פֿאַרװעבן דײַן נעבאָט —־
    אין פּונקט.

און װי די זון, וּואָס לאַכט אין טרער פֿון גאָט,
װעט גאָר די װעלט אין דיר זיך קומען טובֿלען
און דו װעסט דעמאָלט דעם נצחון יובֿלען,
װאָס גאָר די מענטשהײט חאָט זיך טיף געטונקט
   אין דיר,
   דעם ניט באַמערקטן
   פּונקט.


3▮
װי אַ רעגן, װאָס פֿאַלט אױף אַ פֿעלד אין געפּלוצעם,
אַז ניטאָ קײן באַהאַלט און קײן הײם איז אַהוץ אים,
איז אין מיט פֿון די װעגן
מיך די ליבע באַפֿאַלן מיט װילדן באַגעגן
און די אַנדערע זײַט פֿון מײַן בענקשאַפֿט באַשטראַלט.

——. פֿאַר װאָס װי אַ רעגן ן

מע װײס ניט, פֿון װאַנען ער קומט אױף די װעגן,
מע זעט בלױז דאָס אָרט, װוּ ער פֿאַלט.


19
דו װעסט מיך ניט זען, װען כ'װעל װערן
אַ רױטער װאַזאָן אױף מײַן פֿענצטער:
                    



191
פֿון קרישלדיק־טרוקענע זאַמדן
אַרױספֿײַכטן װעל איך מײַן בליטונג.

כ'װעל פֿרעסן די זון אױף די שױבן,
דערנאָך זיך פֿאַרמאַכן אין אָװנט.


דו װעסט מיך ניט זען, װי עס זעט ניט
זײַן הײך דער געפֿאַלענער שאָטן.


20
און ליבסטו, מײַן ליבער, — זינג
צו דער זי, װאָס מאַכט זיסיק דײַן ביטער:
אין בליק פֿון איר גילדענעם רינג
איז געפֿאַנגען דײַן האַרץ, דײַן געביטער.


איר װאָרט איר אײנציקס: מאַן,
איז אַ רױטער דערשראָקענער גאָרטן.
אָן איר, — װוּהין איז דײַן שפּאַן
און װוּ װעסטו אָרטן 9


21
געיאָגט זיך װי אַ פֿײַערדיקע אינד
און אױסגעטאַטװרט די ערד מיט נעמען.
אַצינד
פֿאַרנעמען
מײַנע חושים בלױז
אַ שטילן איך, װאָס חאָט װי אַ באַגלײטער
אַרײַנגעפֿירט מיך אין דײַן האַרציק חױז
און ליב אַרײַנגעאױערט: כ'בין אַ צװײטער.
                 



193
22
די װעלט איז אַלט. מיר זענען עלטער ־—.
   מיט אונדזער פֿרײד, מיט אונדזעך פּײַן, —־.
   און איר געשיכטע גליט װי װײַן
 אין טיפֿן, מוחדיקן קעלטער.
בשעת דאָס װאָרט װעט, אַ פֿאַרבאָרגנס,
   דאָרט געבן אין דער נאַכט אַן עפֿן
   און וּוײַן פֿאַרזוכן, װעט עס טרעפֿן
דאָס אָפּליכט פֿון מיליאָנען מאָרגנס.


3ב
אױג און שטערן — זילבער קעגן זילבעך.
דאָס אױג ־—. װי קלײן און פֿײַכט —־.
זאַפּט אײַן דאָס ליכט
פֿון די אַסטראַלע װײַטן.
מיריאַדן שטערן מילבלען זיך אין אױג,
דאָס אױג דערבליקט די צװײטע זײַט פֿון חימל
אין זילבערנעם עקסטאַז.
נאָר צװישן בײדן —־
וּואָס װאָלקנט דאָס אַ מחנח פֿערד
מיט פּאַנצערדיקע רײַטערס ז
סאַראַ קלימפּערײַ פֿון קײטן, הערצערן
און װער כאָרכלט פֿון פֿאַרקלעמטע צװײַגן,
װּאָס נאָדלען צװישן שטערנשאַפֿט
און אױג ז


24
־— און װאָם איז דײַן פֿאַרלאַנג,
דו נישטערער געהײמער ן

־—. צו פֿאַנגען צװישן בײמער
אַ פּראָפֿיל פֿון אַ קלאַנג.
                 

.19
25
בשעה כ'האָב מיט פֿאַרמאַכטע אױגן
אַ ליד געשריבן, האָט מיר פּלוצעם
אַ ברי געטאָן די האַנט, און װען
איך האָב אַנטוּואַכט פֿוּן שוּואַרצן פֿײַער,
האָט פֿון פּאַפּיר אַרױסגעאָטעמט
אַ נאָמען װי אַ ליליע: גאָט.
נאָר ס'האָט מײַן פּען פֿון פֿאָרכט און װּוּנדער
פֿאַרמעקט דאָס װּאָרט און אָנגעשריבן
שטאָט אים אַ װאָרט אַ נענטערס: מענטש.

פֿון דעמאָלט יאָגט מיך נאָך כּסדר
אַ שטים װי אומגעזעענער פֿױגל
און פּיקט אין מײַן נשמהס בליטן:
־—.. אױף וּועמען האָסטו מיך פֿאַרביטן ן


6ב
דאָרשטיקער פּענדזל פֿון הינטער די לאָדן, ־—.
כ'בין דײַן געזוכטע פּאַלעטער, באַלאָדן
מיט לעביקע פֿאַרבן. דערנענטער זיך, טונק
אין פֿלאַמיקן טונקל בײַ מיר, װוּ איך לאַך צום
װײַטיקן טױט, און פֿאַרזינק אינעם זונק
פֿון בלאָ, הײסן גרין און צעשמאָלצענעם יאַכצום ——
די פֿאַרבן אין מיר, די וּוּאָס וּױלן באַפֿרײַט זײַן,
װי אַלצדינג װאָס ליגט אין דער פֿינצטער פֿאַרמאַכט, —
און מאָל מײַן פּאָרטרעט אױפֿן פֿאָן פֿון דער נאַכט,
כּדי, װען דער טױט װעט זײַן נאָנט, זאָל איך װײַט זײַן.
                  






195
27
כ'װעל ביסלעכװײַז אין גאַנג צום װערן
   פֿונאַנדערפֿאַלן אױף די שטעגלעך,
װי קרישלעך פֿײַער פֿון אַ שטערן, —־
   אַזוּי כּסדךדיק, טאָג־טעגלעך,
ביז װאַנען פֿון מײַן איך װעט װערן
   דער װעלטס אַ בלײַבנדיקער חלק,
   אַ זעמדל, װאָס איז אומצעטײליק, —
דער װידער־אױפֿשפּראָץ פֿון מײַן קערן.



28
יאָ, איך מוז נידערן, נידערן
  הינטער די בערג, די בערג.
ם'טונקלט, עס נאַכטיקט מײַן בלענדיקײט
  הינטער די בערג, די בערג.
כ'האָב שױן געזאָגט: איך האָב ליב,
כ'האָב שױן געבעטן: פֿאַרגיב.
גײ איך זיך איצטער פֿאַרברידערן
מיט דער געגאַרטער אומענדיקײט
  הינטער די בערג, די בערג.

װאָס האָב איך אָבער דאָרט אופֿגעטאָן
   אױף דער שטױביקער ערד 9
אפֿשר אַ טראָפּן קאָלירישקײט
   בלױז פֿאַרזײט אױף דעך ערד ן
אפֿשר דערמוטיקט אַ בלום,
אפֿשר געװונען בלױז רום ז
אפֿשר די פֿרײַשאַפֿט אַ רוף געטאָן
פֿול מיט עקסטאַטישער לירישקײט
   אױף דער שטױביקער ערדז —־
              


196
נאָר איבער טײַך דעם געזעגנטן
    פֿינקלט מײַן בלאָע קרױן.
אױך אוּיף די בײמער בײַוּועגיקע
    פֿינקלט מײַן בלאָע קרױן.
אַלץ, װאָס מײַן בלוט האָט באַשטראַלט,
טראָגט איצט מײַן אײגן געשטאַלט,
און איבער מענטשן אוּן געגנטן
און איבער װאָלקנס אַנטקעגיקע —־.
    פֿינקלט מײַן בלאָע קרױן.





















װאַלדיקס איז געשריבן אין די יאָרן 1937־1939
              


197
מפֿי▮▮אנצן ןן —א▮די.רס
פֿיר לידעך אין אָלכן־יןדיסון לשזן
                  


געבעט


געהײכטער חאַר, דער דאָ די װעלט באַשײנט.
דער איז געאײנציקט אײביקלעך פֿון אַלן. ־—
דערמײ דײַן זון, דער אומוּואָגלט אַלײנט
און זאָל דײַן באַרעמהאַרץ אױף אים טאָן פֿאַלן.

מיט ביטערקרײַטער איז פֿאַרפֿול מײַן זעט,
מײַן װױן איז אױפֿגעפֿרעסן פֿון אַ דונדער.
מיך אומװאָגלט דער פֿײַנד מיט גרױס געשפּעט
און לעסטערט אַלער אָרטן דײַנעם װּוּנדער.

פֿאַר װאָר מײַן האַר, דײַן בױגן שפּאַן און זײ
                                          —
אַ העלפֿער מיר אַלהי אין װּיסטענײַ.
טו־אױף מײַן אױג, עס זאָל דײַן װעג דערגרונדן.
באַגורט מײַן לענד און דיך מיט דײַנער שטערק,
באַגיטיק און באַקרײן דײַן קעסטלעך װערק,
און טו ——. דער שאַלקער פֿײַנד זאָל זײַן פֿאַרשלונדן.
                   














101
            טרינקליד


שפּיל, טרומפּײטער, טו צעקײַנען,
מיר, די לצים, זופּן װײַנען.
װײַנען ביטער, װײַנען זים,
גלײַך די ליבע װײַבן.
גיס זיך, פֿלעשלײַן, גים זיך, גים,
ניט קײן לעק זאָל בלײַבן.
        

שטאַרקער װײַן,
        פּולצל מײַן,
        לאָמיך טאַנצן,
        טאַנצן.

באַרכעס זאָל מען טאָן אונדז געבן
װעסטו, כּלחכען, לאַנג לעבן.
אַז דער חתן, דער פּאַרשױן,
װעט דיך טאָן באַקךײנען ־—
װעםטו הײסן כּלה־קרױן
און װי גימגאָלד שײנען.
        

שטאַרקער װײַן,
         פּולצל מײַן,
         לאָמיר טאַנצן,
         טאַנצן.
               









101
                       התן־כּלה־ליד


ער: גלײַך אַ פֿאַרזיגלטער קװאַל אין אַ װיסט,
     ביסטו מיר זײַן פֿאַר די לעפֿצן געזיסט.
     צו אַ געזאַנג וּואָלט איך טאָן דיך פֿאַרגלײַכן,
     װױל איז דעם זינגער דער װעט דיך גערײַכן.
 
זי: גלײַך װי אַן עפּלבױם װו אױף אַ פּלױן,
      װאַקסט מײַן געליבטער, דער איז מיר אַ קרױן.
     האַרצלעך געליבטער, דערפֿרײד מײַנע טךאָטן,
      טו מיך באַרוען אין קלײד פֿון דײַן שאָטן.

ער: גלײַך װי אַ שפּרײ, דער די גראָזן באַשאַפֿט,
     טוסטו באַלעבן מײַן גלוסט מיט דײַן זאַפֿט.
     גלײַך װי אַ טורטלטױב אין די פֿאַרנאַכטן,
     פֿליט דײַן נשמה אין מײַנע געדאַכטן.
 
זי: גלײַך װי אַ הירש אונטער בליטן און שײַן,
      ביסטו געהאָפֿערט, געליבטער דו מײַן.
      קום און פֿאַרמעק הינטער דיר אַלע װעגן,
      זײַ מיר אַ קושונג דורך נעכטן און טעגן.

ער: גלײַך צו אַ רױז איז דײַן בלועדיק מױל,
     שטעטיגלעך טוסטו געפֿעלן מיר װױל.
      קוּועלברונענס צװּײ אין די אױגן דיר קװעלן,
      שטעטיגלעך טוסטו מיר, ליבסטע, געפֿעלן.
 
זי: ביסט װי אַ װירבל, געליבטער דו מײַן,
      דער איבערפֿאַלט מײַנע רױזן.

ער: טראָג איך דיך, ליבסטע, אין היכל אַרײַן,
      דאָרט װּעל איך טאָן דיך אַנטשפּױזן 1
                           


103
                                װיגליד
           

איך טו פֿאַר מײַן אוצר אַ לידעלע שפּינען,
           דײַן פֿאָטער װעט ברענגען אַ ציקלײַן דערינען.
           
דאָס ציקלײַן װעט לאַכן פֿון יונגעלעס טרערן
           און ברענגען אַ בעקנברױט דיר צו געהערן.
           
אין ראַסט און אין רו זאָל מײַן קינדעלע ליגן,
           איך שאָקל דײַן שאָקל און טו דיך פֿאַרװיגן.
           
זײַ שלאָפֿן, דאָס מזל זאָל זײַן דײַן באַחיטער,
           עם הײַלן די הונדן דוּרך שװאַרצן געגיטער.
           
און דאָס איז אַ צײכן: אױף יודישע שטיבלעך
           שװּעבט אום אליהו געגיטיקט און ליבלעך.
           
ער לױשפּערט אַרײַן יעדער יודן אין אױער:
           באַרײט זיך, דער אױסלײזער האַרט לעבן טױער.
           
באַלד רײַט ער אַלהי אױף אַ זילבערן הודעך
           און זאַמלט באַאײנעם דײַן שװעסטער און ברודער.
           
זײַ שלאָפֿן, צו מאָרגנס װעט ער אונדז דערפֿרײען,
38מ      מיר װּעלן אים לוּיבן מיט פּױק און שאַלמײען 1
          

דער טײַטש פֿון די אַלט־ייִדישע װערטער:
          דערמײַ: דערפֿרײ. דונדער: דונער. שטערק: גבֿורה.
          פֿאַרשלונדן: פֿאַרשלונגען. גערײַכן: דערגרײכן. 
          אַנטשפּױזן: פֿאַרקנסן. צעקײַגען: צעפּלאַצן. פֿולצל:
           מײדל. באַרכעס: חלות. בעקנברױט: מתּגה. שאָקל:
          װיג. געגיטער: שטאַכעטן. הודער: דאָט װײַטע פֿערד
          אױף װעלכן ס'װעט קומען משיה. באַאײגעם: צוזאַמען.
          שאָלמײען: פֿײַף־איגסטרומענטן.
                                



104
                   װער װעט קומעןז
          

װּער װעט קומען ז —. אַלע שפּורן
          האָט פֿאַרשאָטן שױן דער שנײ.
          
װײַסער, מירמלנער נאָקטורן
          ענטפֿערט ניט און שיט מיט שנײ.
          

אױך דער עכאָ קומט ניט מערער
          װאָגלט אום אין װאַלד פֿון שנײ.
          
און דאָס פֿרעגן װּערט נאָך קלערער
          פֿון דער נאַכט און פֿון דעם שנײ.
          

װער װעט קומען ז װער װעט קומען ן
          שנײ מײַן לעבן, שנײ, מײַן שנײ 1
          
אױפֿן גלוענדיקן גומען
          פֿרירט אַן ענטפֿער, פֿרירט װי שנײ.
          
און אױף זילבערנעם געלעגער
          אַ פֿאַרשאָטענער מיט שנײ,
          
ליגט דער װאַךטער, ליגט דעך פֿךעגער,
1936     ביז עס װערט זײַן חלום ־—־ שנײ.
                         









105
              באַדאַרפֿסט פֿאָר אונדז זײַן אָ דערלײזער
         

באַדאַרפֿסט פֿאַר אונדז זײַן אַ דערלײזער,
          מײַן קינד.
          מיר קענען אַלײן זיך ניט אױסלײזן מער שױן
          פֿון אײביקן דורכפֿאַל און שטרױכל, פֿון זינד
          און פֿאַרראַט, װאָס באַפֿאַרבן אױף שװאַרץ אונדזער פֿאָן
          יעדער טאָג,
          יעדער טאָג.
          
באַדאַרפֿסט פֿאַר אונדז זײַן אַ דערלײזער
          דו קוּועלכל פֿוּן פֿרײד.
          באַשײד
          און אַנטפּלעק אונדז אַ שטעגל
          אין װּילדװאַלד פֿון סתּירות.
          

עם רירן אונדז מער ניט קײן קײטן.
          מיר האָבן צעריסן אין בלוט אַלע ליךישע לירעס.
          צעשמעטערט
          דעם געץ פֿון אילוזיע. פֿאַרבלעטערט
          אַ חלום. און אַלץ װאָם געװּען איז פֿאַרגעטערט
          איז לאַנג שױן פֿאַרגאַנג.
          

װי קראָפּעװע בריט און געדײַעט אין אונדז דאָם געזאַנג.
          אַפֿילו דער מאָרגנרױט לױערט מיט געלן געבײזער
          און שפּינט די געשפּינסן פֿון דורכפֿאַל און זינה
          
באַדאַרפֿסט פֿאַר אונדז זײַן אַ דערלײזער,
3ש1     מײַן קינד.
                                





106
                  די גרינע בריק
         
איד האָב באַגעגנט מײַנע יונגע יאָרן
         אװף דער גרינער ברי▮
         אױף דער גרינער בריק.
                                 פֿאָלקםלװ


ניטאָ טער דער האָז און ניטאָ מער דער קאָרן.
אַ נאַכטפֿױגל יאָמערט: —— צוריק און טשיריק.
איך האָב הײַנט באַגעגנט די קינדערשע יאָרן
אָט דאָ אױף דער גרינער פֿאַרכּישופֿטער בריק.
             
זײ זענען געפֿאָרן,
             זײ זענען געפֿאָרן,
             אין װײַסער קאַרעטע,
             געשפּאַנט צו אַ מלאך.

אױ, גילדענע יערעלעך, ליבע, געטרײַע,
בלײַבט שטײן, נעמט מיך מיט און פֿאַרגאַלט ניט מײַן בליק!
אַזױ האָב איך אױסגעשטומט און װי אַ חיח
פֿאַרלאָפֿן דעם מלאך בײַם ענד פֿון דער בריק.
             
זײ זענען געפֿאָרן,
             זײ זענען געפֿאָרן,
             געשמיסן דעם מלאך:
             ־—. מיר האָבן קײן צײַט ניט.
                        










107
          און איך בין געפֿאַלן פֿון אונטער די רעדער,
          װי ס'פֿאַלט אַ פֿאַרמישפּטנס נאַכטיקער בליק
          אין שפּיגל, װאָם װעט אים ניט זען מער צוריק.
          װי ס'פֿאַלט אין אַ בלאָטע אַ פּאַװישע פֿעדער,
          װאָם װעט זיך ניט אױפֿהײבן קײן מאָל צוריק,
         אַזױ בין איך פּלוצעם געפֿאַלן פֿאַרלאָרן
         אָט דאָ אױף דער גרינער פֿאַרכּישופֿטער בריק.
                      
זײ זענען געפֿאָרן,
                      זײ זענען געפֿאָרן,
                      און האָבן צעשניטן
אַ19                 מײַן לײַב און מײַן לעבן.
                             




















.10
     דאָס ליד פֿון רעגן־בױגן


אַלע פֿרײדן אױסגעטרערנט
אינעם גרינעם װאַלד.
אַלע לײדן בלאָ צעשטערנט
אױפֿן שטראָם פֿון טײַך.
אַלע רײדן רױ פֿאַרקערנט
אינעם שוּואַרצן טאָל, ־—
בלוען זײ פֿאַרכּישופֿט
אונטער פֿליגל פֿון מײַן שוץ.
   
לײַכטע, פֿײַכטע װאָלקנם,
   װי מחשבֿות פֿון אַ דיכטער,
   צוען זיך אַרום אַ לײַב פֿון גאָלד.
   גלוען זיך און זאַפּן אײַן דעם אָטעם פֿונעם גאָלד.


און איך, דער רעגןדבױגן,
קריך אַרױס פֿון אַלטן, קאַלטן בךונעם
און צעשפּרײט
די אָרעמס מײַנע
רונד אַרום דער ערד.
װער עס איז געלײַטערט אין מײַן קלאָרקײט ־—
דער דערזעט מיך.
װער עס איז דערהױבן צו מײַן אױבן —־
װעט מיר גלײבן.
               









109
             פֿון װאַנען איז מײַן קומען ן
             פֿרעג דאָס בײַ די בלומען
             און בײַם טרילערפֿױגל
             װאָס רופֿט מיך אָן: באַשאַפֿער.
             פֿרעג דאָס בײַ דער ליליע
             װאָס טאָפּלט זיך אין װאַסער.
             פֿרעג דאָס בײַ דער דימענטענער
             קיניגין פֿון בינשטאָק.
         

איך דאַרף באַװײַזן אײביקע באַװײַזן.
         איך דאַרף באַלעבן טױטן מיט מײַן שפּרײַןן.
         איך דאַרף באַקךײַזן ניט־באַרירטע טײַלן.
         איך דאַרף זיך אײַלן צו באַרױזן סטעפּעם.
         איך דאַרף צו זיך דערחײבן יעדער קלײנקײט.
38מ     איך דאַרף באַשפּײַזן דערנער מיט מײַן שײנקײט.
                         
















110
                        יום־טובֿ
          

קום, דו יום־טובֿ־בךענגער,
          קום 1
          ענג און ענגער
          װערט מײַן גדר
          און אַ רױכיקע פֿאַרװײונג
          װערט מײַן זײונג
          אױף די פֿעלדער.
          קום, דו בראַװער יום־טובֿ־מעלדער 1
          זע —־. איך פֿינצטער. הער —.־ מײַן יעדער
          אָטעמטרונק איז בלױז געבעט:
          ברענג מיר װאַלדיקע דערפֿרײונג;
          ברענג אַ צײכן
          מיר פֿון סעדער ,
                         .
          
ברענג מיר זאַנגען,
          װערטער, קלאַנגען;
          ברענג מיר גבֿורה פֿון די הײכן;
          ברענג דעם צײכן
          פֿון באַגין.
                                              


—
                    ,
          ברענג מיר װאַסער; ברענג מיר פֿײַער;
          ברענג דאָס בלעטערדיקע גרין, ——.
          דו דערפֿרײער,
          דו באַפֿרײַער,
          דו ־—. אַנטקעגן גראָ אַ פּאַנצער ־—.
          יום־טובֿ־ברענגער, זײער,
פּמ     פֿלאַנצער...
                         







111
             דער בױם פֿון װיטן


הלמאַי, אָ, מוטער, חאָסטו זיך געצױגן
צו יענער קײן מאָל ניט־באַרירטער פֿרוכט,
װאָס האָט געצײַטיקט אױף דעם בױם פֿון װיסן ן

הלמאַי, אָ, מוטער, האָט דײַן ליפּ פֿאַרזוכט
דעם זאַפֿט, פֿון װעגן װעלכן ס'האָט דײַן האַר
געטאָן דיר זאָגן: —— ניטע צו געניסן 9


און װער
האָט אָנגעצונדן דײַן באַגער
און דײַן געגאַר
דעם סוד פֿון אַל דײַן לעבן אױפֿצושליסן,
אַז אַנשטאָט אים זאָל שפּעטער
אַ פֿלאַם טאָן דורך גן־עדנדיקע בלעטער
דער ערשטער זונפֿאַרגײ פֿון דײַן געװיםן ז


געבערערין
פֿון ליבשאַפֿט אױף דער שינאהדיקער ערד;
פֿאַרמערערין
פֿון בענקשאַפֿט אױף דער אומפֿאַרבענקטער ערד ,
                                                 .
ניט שולדיק איז די שאַלקהאַפֿטיקע שלאַנג און ניט דער גאָרטן.
דו האָסט אַלײן געװאָלט פֿאַרזוכן דאָרטן
דײַן הלום, װאָס האָט עפּלדיק פֿון בױם אַראָפּגעגילט.
נאָר וּואָס האָט דײַן געדאַנק דערפֿילט,
דערזען,
בשעה עס האָט דיך ציטערדיק און זים
געטאָן אַ ברען
דער וּױלדער ביס, דער נײַגעריקער ביס ן
                    




111
         אין שפּיגל פֿון לבֿנהס פֿײַער
         חאָט אױפֿגעקלאָרט פֿאַר דיר דײַן לײַב
         און שרעק —־ דער נאַכטס אַן אומגעהײַער —־
         האָט דיך פֿון בױם פֿאַרטריבן, װײַב.
         דײַן בלוט האָט דעמאָלט אױך געשלאַנגט מסתּמא...
         און גאָרניט מער. בלױז לײַב.
         און דײַן נשמה ־—
פּמ     איז װי אַ ברונעם מיט אַ שטײן פֿאַרחתמעט...
                            
























115
       דער בױם פֿון לעבן


קומסט פֿון אַ װײַטן מהלך,
לעבנם גרינגאָלדענער בױם —־
אַן ערדיש־פֿאַרװאָרצלטער מלאך
מיט פֿליגל צעכװאַליעט אין רױם.


דורך סטעפּעס, מידבריות װיסטע
זאַפֿטיקט צו מיר דײַן טראָט.
גראַניטענע פֿעלדער באַבליסטו
מיט גבֿורה פֿון דײַן געבאָט
און װוּ נאָר אַ דאָרף, אַ שטאָט,
דאָרט ביםטו.


דו, װאָס אין ערדישער טױטקײט
באַפֿעלסטו דעם לעבן: —— בלי 1
און ס'פֿאַלט אין געהאָרכיקער גרײטקײט
די זון פֿאַר דיר אױף די קני, —
דו האָסט דײַן באַשעפֿער פֿאַרשלונגען
אין ךײציקע פֿלײציקע נעכט
און מיט אַ װילן אַ יונגן
דײַן אײגענעם גורל־געפֿלעכט,
אַזױ װי אַן אַנדער געשלעכט,
באַצװוּנגען 1

װוּהין אָבער איז דײַן געלאַפֿונג
איבער טאָל, איבער באַרג און פּלײן ן
צי איז אין דײַן גךינער באַשאַפֿונג
פֿאַראַן אַ באַשטימונג, אַ מײן ן
             





.11
          אױב יאָ, דעמאָלט זענען מיר שטיגן,
          געקנאָטן פֿון פֿלײש, אַװוּ
           דו שפּרײַזט צו אַ ציל װי אַ ניגון,
          װאָס גײט פֿון גערױש צו רו,
          און װעסט נאָך ביום ההוא
          דעם קאַלטן הימל
1938      באַזיגן.
                                              










?  ל
                   













ל
          






























ל
                         










115
           צום נידבאַזיגלעכן


און װען איך בין צו דיר געגאַנגען
מיט פֿיס װי װאָרצלען דאָרשטיק־גרינע,
װײַל כ'חאָב געװאָלט דײַן גבֿורח פֿאַנגען
אין אומדערגרײכיקער מדינה,
האָט מיך די נאַכט געטאָן פֿאַרשפּינען
מיט שװאַרצע טײַכן
און האָט אין זײ דערטרונקען אַל מײַן זינען,
איך זאָל זיך מיט דײַן גבֿורה ניט פֿאַרגלײַכן.


די שװאַרצע טײַכן קױם אַדורכגעאַקערט
מיט שװײס און מי,
נאָר אין דער פֿרי
האָט שטאָציק זיך צעפֿלאַקערט
אַ בלאָער פֿעלדז.

און װידער יאָגעניש, געקלעטער
צו זיך אַלײן דוךך האַךץ פֿון אַלע.
אַ זעץ מיט קאָפּ אין פֿעלדז, אַ שמעטעך
אַ װילדע, אָדלערדיקע םקאַלע.
דאָם לײַב צעפֿליקט, צעקנאָכט, צעקנאָדעךט,
אין בלוט די לענדן,
און װידער מאָנט אַ װײַטע שטים און פֿאָדעךט.
                                            .
—־ דערפֿיך דײַן אָנחײב צו די סאַמע ענדן.

דעם פֿעלדז באַהערשט. נאָר פּלוצעם האָט אַ נעפּל
װי גךאָער לױג
פֿאַרשמירט מײַן אױג
און אױך דער צונגס געפּךעפּל
דעךװאָרגן באַלד.
                 



116
         דעם נעפּלװאַלד אַדורכגעקראָכן,
         האָסט ד ו זיך דימענטיק צעפֿינקלט
         און איבער מײַנע גלידער, קנאָכן
         דײַן אומרװקע רו באַשפּרינקלט.
         נאָר דעמאָלט האָב איך אין מײַן װאָגל
         אַ שפּין באַגעגנט
         און זי צעטראָטן, האָט אַ בײזער האָגל
         פֿאַרטיליקט מיט אַ מאָל די גאָרע געגנט.
         
די שפּין האָט עס פֿון מיר אַרױסגעריסן
         מײַן גךױסן פֿאַנג,
         געלײמט מײַן גאַנג,
         צעשניטן מײַן געװיסן,
פּע1     מיך אױסגעלאַכט.
                          

















ץ11
                  פֿון די אופֿאָנישאָדן
          

אַלצדינג איז געמאַכט פֿון װילן.
          אײדער
          אַ פּיצל שאָטן האָט דערפֿרײט די נאַכט,
          האָט ער אינעם גאָרנישט שױן געלאַכט, ־—
          אַ געלעכטער פֿון אַ הױפֿן גרילן.
                       


,
          אַלצדינג איז געמאַכט פֿון װילן.
          און דעם װילן זעט בלױז יענער
          װער ס'באַפֿרײַט אים אױף אַ װײַל.
          זײַנע זענען אַלע פֿענער,
          און די אומגעזעענע פֿײַל,
         די װאָס פֿליט,
         באַפֿאַלט,
         באַפֿעלט,
         פֿרעמדע לעבנס אין דער װעלט.
         
װען דער טױט נעמט אינעם מוח בילן —־.
פּ19     קען מען הערן װי עס לאַכט דער װילן.
                        














.11
                         אוצרות
  

, ▮▮ , אוגערקע־גרין איז דאָס װאַסער,
          אוּן איבערן װאַסער געבױגן,
          אַ מענטש זוכט זײַן פּנים. ס'מוז ערגעץ
          דאָך װױנען, צו גלײַך מיטן ביבער.
          


ה
          
כײַם זוכן אַנטפּלעקט זיך דאָס פּנים:
          עס װױנט אין אַ רױז־ראָזן פּאַלאַץ.
          און װײַטער נאָך ־— הענגט אױף אַ פֿאָדעם
          אַ זונעלע גרױס וּױ אַן עפּל.
          

און װײַטער ז ־—. מער זעט ניט דער זעעך,
          זײַן גײַסט איז פֿאַרכאַפּט פֿון די אוצרות.
          דער מאָכיקער שטײן אונטער װאַסער
מ19     זעט מער, נאָר ער טאָר ניט דערצײלן.
                          


















119
                      איד װעל שפֿרינגען
          

איך װעל שפּרינגען פֿון אײגענעם קאַלכאױװן
          אין אַ ברודערל מײַנעם פֿאַרביטן,
          און די זון װעט מיר קופּערנע שטראַל־חובֿן
          אין צעלעכערטער קעשענע שיטן.
          און כ'װעל נאָכזען, װי בוריקעם פֿעלדישע
          שלאָגן אָפּ אין די טױען פֿון קרױט;
          און צוזאַמען מיט הענער צװײ העלדישע
          װאָס שלאָגן זיך װוּ אױף אַ פּלױט ־—
          װעל איך אױכעט
          )פֿון װעגן אַ לידל 1(
פּ19      זיך שלאָגן אױף לעבן און טױט.
                             





















110
          מאָרגנקינד


מאָרגנקינד, אױב װעסט אַ מאָל
זען דעם אָפּגרונט פֿון געשיכטע
װוּ די האָפֿונג איז צעמאָלט ־—
שטױב, װאָס האָט שױן לאַנג פֿאַרגעסן
אַז זײַן אָפּשטאַם איז גראַניט;
און אױף שערבלעך איז געמאָלט
אונדזער גבֿורה, אונדזער אומקום ——.
פֿאַל אױף דר'ערד, און שוּוײַג מיט שטורעם,
װײַל די גבֿורה אונדזערע
האָט זיך ניט צום טױט פֿאַרמאָסטן,
נאָר מיר האָבן זיך אַלײן
אײנס דעם אַנדערן פֿאַרטיליקט.

מאָרגנקינד, אױב ס'װעט דײַן חלום
ברענגען אונדזערע געשטאַלטן:
הענט, װאָס שטרעקן זיך צום שטאַרקן,
פּנימער פֿון געלע לאַטעס, ־—.
װאַרג־דערװאַרג דעם האַלדז פֿון חלום
אוּן פֿאַרשיט מיט אַש די טרערן.
װײַל דער גלױבן אונדזערער
האָט זיך אין אַ ראָב פֿאַרװאַנדלט.


מאָרגנקינד, זינג אױס אַ הימען
פֿאַר די בײנער אונדזערע.
װײַל די ערד האָט ניט פֿאַרשאָטן
זײער זידנדיקע מאָנונג.
ניט דער רעגן װעט זײ קילן,
ניט דער שנײ װעט זײ פֿאַרדעקן.
מאָרגנקינד, זינג אױס אַ רימען
              



111
          פֿאַר די בײנער אונדזערע.
          אפֿשך װעםטו זײ דערפֿרײען
          מיט אַ הײלנדיקן פֿרילינג,
          און זײ װעלן דענצמאָל הערן
          דאָס געבױר פֿון נײַעם קערן
39מ      און, קען זײַן, באַרװקט װערן.
                       


























111
                               












.
                                 מלהמה
          

דאָס זעלבע אַש װעט צודעקן אונדז אַלעם:
          דעם טוליפּאַן ——. אַ װאַקסן ליכט אין װינטישן געצאַנק,
          די סילװיע אין איר פֿלי, װאָס איז פֿון צו פֿיל װאָלקנס קראַנק,
          דאָס קינד װאָס װאַרפֿט אין אײביקײט זײַן באַלעם, —־.
          
און בלײַבן װעט בלױז אײנער, אַ פּאָעט, —.
          אַ װילדער שעקספּיר, װאָס װעט טאָן אַ זונג מיט קראַפֿט און םוטװיל:
          ־—.מײַן גײַסט אַריאל, ברענג דעם נײַעם גורל װאָס מײַן בלוט װיל,
ממ      און שפּײַ אַרױס צוריק די טױטע שטעט 1
                                  
























113
                      דער בינשטאָק
          

האָסטו געזען אין פֿאַרנאַכטיקן סאָד
          אַ בינשטאָק,
          װאָס רוט אין אַ מאַכטיקן סוד ן
          
שױן טײלט זיך דער בינשטאָק ניט אױס פֿון די פֿלױמען.
          אַ רינגעלע זון
          בלױז צוקט אױף זײַן קױמען.
          דורך אים
          פֿלוען טונקעלע בינען אַרײַן
          און אוּיך דאָס געשלוכץ פֿון דערבײַוקן טײַכל,
          דאָס ליד פֿונעם דיכטער,
          ס'גערױש פֿון דער װעלט —־...
          אַלץ פֿליט אַרײַן דורכן רינגעלע זון
          אין בינשטאָק.
          עס װערט אַזױ שטיל
          ביז צום װײנען.
          
פֿון גריקענע פּלײנען
          קערט אום זיך די לעצטע פֿאַרװאָגלטע בין.
          שיכּוּר פֿון הײסע מלהמות מיט בלומען
          זשוּמט זי דײַן אױער פֿאַרבײ
                                     ־
          און ־—־—.—־ ס'געשעט:
          
אױך זי פֿליט אַרײַן
          דורכן רינגעלע זון
          אין מוה פֿון בינשטאָק.
          נאָר אײדער דער טונקלסטער פֿונק
          לעשט זיך אױס —.
          נעמט זי אױך מיט
מ19     דײַן פֿאַרגאַפֿטע נשמה.
                          



.11
                         מוראַשקע־נעסט
          

מוראַשקע־נעסט, דו װּאַלדס אונטערבאַװוּסטזײַן,
         צענישטערט פֿון אַ נײַגעריקן שטאָק, ־—
          מיט לאַכירינטן דײַנע, שטאָק נאָך שטאָק
          צעפֿאַלענע אין שטױב, זאָל דיר באַװוּסט זײַן:
          װּי דוּ בין איך. מײַן שאַרבן פֿאַלט. אָט װערט ער
          צעטראָגן פֿון מוּראַשקעלעך —— פֿון װערטער.
          

און יעדער וּוּאָרט ־— אַרױף, אַראָפּ, אַריבער,
          פֿוּן נערװּ צך נערךוּ, דוּרך רױך און קױל.
          אוּן אַלע יאָגן פֿון די שטיבער
מ19     מיט וּוּײַסן אײעלע אין מױל.
                               























115
                         דעד װעװריק
         

דאָרט, װוּ דער נאַכטיגאַל זינגט זײַן שעדעװריק ־־
         היפּערט אַ פּורפּורנער זונפֿלעק —־ אַ װעװריק.
         
מיט זײַנע קװעקזילבער־הענטלעך, ——. די פֿיםלעך,
         פּאַקט ער אין פּיסקל גינגאָלדענע ניסלעך.
         

װער ס'קוקט אַרױף מיט אַ בײזער כּװנה, ——
פ19     װאַרפֿט ער די שאָלעכץ אַראָפּ אַ מהנה.
                              
























116
                    אױסגעלאָשן
          

אױסגעלאָשן.
          אַש פֿון האװה.
          װי אַ שװערד פֿון שײד האָט עמעץ
          מיר דאָס בלוט אַרױסגעצױגן.
          און צעמורשט איז דער זכּרון —־.
          אַ קאָמעט װאָס פֿאַלט אין אָפּגרונט.
          
שׂרפֿוה,
          איר, װאָס װױנט באַהאַלטן
          אין רינגענהערצער פֿון די בײמער, —..
          אַרױס פֿון דאָרטן 1
         גיט אַ כאַפּ
          דעם גרײטן פּעך פֿון מײַנע ליפּן.
          און באַװעלטיקט מײַנע װערטער
פ19     מיט אַ כּוח פֿוּן צעשטערונג.
                       

















ז11
                          צום אױג
          

און טעג נאָך טעג אָן אױפֿהער דרינגען
             װּי שטערן־שׂרפֿות אין אַ ברונעם.
              עס בלײַבן פֿונקען פֿון ניגוּנים
          פֿאַרװיגט פֿון אױבנדיקע רינגען.
          
אַנטפֿאָרעמט וּוערן אַלע פֿאָרמען.
             מיט נײַעם אינהאַלט כ'װּעל דיך קאָרמען,
              מיט ניכטערקײט װעסט װערן שיכוּר
          און װּיסן: פֿאָרט איז דאָ אַן עיקר.
          
אין דײַנע זילבערנע אַרכיװן
             באַהאַדט ס'פֿאָרגאַנגענע. אַצינד
             אַל דאָס מאָרגנדיקע צינד.
מ15      אוּן ברענג דאָס בילד פֿון קאָלעקטיוּון.
                           




















116
                              די בױערס
          

עס טרעפֿט אַז אַ שטאָט
          װּערט אין אומבײַט פֿוּן בליקן געאַנדערשט
          װי אַ פּנים בײַם צוּנד פֿון אַ בליץ. און אַנשטאָט
          דאָס געשטײן, קניפּט דער גוּרל פֿון מענטש זיך פֿונאַנד ערשט.
          
אַ שוּועל, אַ געזימס אױף אַ שטײנערנעם ריז,
          אַ װעלבונג, אַ טרעפּ, אַ גראַניטװאַנט אַ ליאַדע,
          אַנטפּלעקט דיר װער ס'האָט עס באַשאַפֿן: דאָס איז
          דעם אומזעוקן האַמערס געטאָקטע באַלאַדע 1
          
און דענצמאָל ־—. )אַ חלום צי ניט ז(
          נעמט אױפֿגײן אַ מענטשיש געזאַנג פֿון גךאַניט 1 ——
          דאָס זינגען די בױערס אין שטײנער פֿאַרקנאָטן:
אַ19     דו הערסט דעם געזאַנג אין פֿאַרשטײנערטן שאָטן.
                                



















119
                           שטײנהעקער
         

שטײנהעקער זענען מיר, היט זיך, מיר שפּאַלטן
         אוראַלטן פֿעלדז, דעם פֿאַרגליװערטן, קאַלטן.
         אין אים װּאַרטן פֿליגל, אַך, מאַכטיקע פֿליגל,
         אין אים איז אַ זינגעװדיק פֿײַער באַהאַלטן.
          
יונג איז דאָס פֿײַער, װי אַלט ס'זענען שטײנער,
         קלאָר, װײַל אים האָט נאָך ניט אָנגערירט קײנער.
         עך, גוט איז צו קלײַבן בײַם טונקל פֿון אָװנט
         דאָס פֿײַער, װאָס טאַנצט פֿון צעשפּאָלטענע שטײנער 1
          
היט זיך, דער הילך איז דאָ שטאַרקער פֿון ציטער.
          ס'פֿײַער, װאָס אָקערשט געבױרן איז ——. היטער.
          אױס פֿעלדז דאַרף זײַן יענער, װּאָס נענטערט אַהער צו —
          אַניט װעט אים טרעפֿן אַ שטײניקער שפּליטער.
          
גוט איז צו הערן, װי ס'הילכן די לאָמען
          אױף ניט־באַנאָמענטע שטײנער אין תּחומען.
          בײַם אױפֿשטעלן דענקמעלער פֿוּן אָט די שטײנער —־
פ19     זײ געבן אַן אײביק פֿאַרבלײַביקן נאָמען 1
                               













130
                        די גראָע צײַט
          

האָב ליב דײַן הונט, דײַן בעט, דײַן בראַנפֿן,
          נאָר האָב ניט ליב די גראָע צײַט.
          עס װעט דײַן הוּנט אַזױ ניט חנפֿען,
          װי ס'חנפֿעט דיך די גראָע צײַט.
          
עס איז דײַן אױג פֿאַר איר קײן נעסט ניט,
          דו זעסט אין שפּיגל, אוּן דו זעסט ניט.
          דאָך שפּירט דײַן גומען: זי איז דאָ.
          
זי װאַרפֿט אין עסיק דײַנע פּערל,
          און כאַפּסט זיך אױף: דײַן קליגסטער הערל
1940      איז אָפּגענאַרט און גראָ.
                             




















131
                               משוגעת
          

דורך געסלעך פֿון זונפֿאַרגאַנג פֿלאַטערט אַ פֿרױ,
          זי װײנט: גיט מיר אָפּ מײַן געליבטן דעם שטרױ.
          
נאָך איר פֿליט אַן עולם מיט װאַסער און שטריק
          װאָס װיל איר ניט געבן דעם שטרױ אױף צוריק.
          
פֿון אַקסל —־ איר געלע פֿאַטשױל פֿאַלט אַראָפּ,
          פֿון װײַטן —— אַ פֿײַערלעש־אױטאָ קלינגט אָפּ;
          
און קײנער, אַחוץ דער באַגײַסטערטער פֿרױ,
מ19     פֿאַרשטײט ניט: װי קען מען עס ליבן אַ שטרױ ז
                                






















131
          לידער צו אַ לונאָטיקערין


א
איך קען דיך פֿון לאַנג שוּין, פֿון זינט
      ביסט געװען אַן אַמפֿיביע.
געדענק נאָך די ערשטקײט פֿון זינד.
                                   .
      האָסט מיך ליב ן ——. איך האָב ליב, יע.


מיר האָבן זיך בײדע געפּאָרט
      אונטער זילבערנע שלאַקסן.
און אונדזער פֿאַרליבטשאַפֿט איז דאָרט
      װי אױף הײװן געװאַקסן.


ב
מיט אַ זילבערנעם בעזעם
קערסטו אױס פֿון מײַן חלום די שטױבן.
װערט דאָס צימערל רײן. דורך די שױבן
גריסט אַ צוּוײַגעלע בעז אים.

און דײַן האַנט, װאָס דו שטרעקסט מיך צו זאַלבן,
פּרעסט די קנײטשעלעך אוּיס אױף מײַן שטערן,
װי דײַן נאַכטהעמד אין פֿאַלבן
װאָס פֿאַרקנעפּלט דײַן ברוסט אױף אַ שטערן.


ג
איך װיל בלױז באַרירן דײַן סוד װי אַ זעגל,
געבױגן פֿון שטורעם, באַרירט דאָס געאינד ——
אַ סוד, װאָס צו אים איז פֿאַרזיגלט דאָס שטעגל
מיט טריװּאַקס פֿון זינד.

אַהין איז מײַן גלוסט. איך מוז געבן אַן עפֿן
דערזען דעם פּײזאַזש װאָס דערשרעקט און באַרוט.
דײַן סוד, װּי דער טאָנגײַסט אין פֿידלשע עפֿן
מוז װערן באַפֿאָכט פֿון מײַן פֿליגלדיק בלוט.
                    


נ13
         ד
          װער איז ער, דער דריטער, װאָס באַלד
          װי כ'צערטל דיך מאַכט ער אַ גװאַלד ן
          ס'איז דאָך ער —. דײַן געליבטער ל ע ו ו אָ נ י ק,
          װאָס רעגירט אױף אַ זילבערן טראָניק
          אוּיף טונקלסטן צװײַגל פֿון װאַלד.
          
מיר קענען ניט זײַן זאַלבע דריט
          װען קװעקזילבער קילט דאָס געבליט.
          ס'גיט מײַן לײַב זיך פֿון קינאח אַ צאַפּל
          װען לעװאָניק זופּט אױס דײַן שװאַרצאַפּל
          און באַקושט דיר מיט פּערל די טריט.
          
קלײַב אײנעם פֿון בײדן אױס, קלײַב.
          דעם צװײטן שלימזל פֿאַרטרײַב.
          אָדער מאַך פֿון אַ מילב אים נאָך מילבער,
          און פֿאַרברען אים אין שײַטער פֿון זילבער,
פ19     דו פֿױגל, דו חלום, דו װײַב 1
                           















.13
                      בײַם ים


א
ניט קײן כװאַליעס, ——. נאָר גלעקער פֿון זילבער געשמידט
האָבן האַסטיק צערודערט, פֿאַרשטראָמט מײַן געמיט.

אונטער שאָטן פֿון װינט, אױף בורשטיניקן זאַמד
בין איך שיכּור געפֿאַלן און לאַנג זיך געזאַמט.

אוּן בשעת איך האָב אױפֿגעװאַכט, האָב איך געװוּסט.
                                                      .
װי דער אױפֿשטראָם פֿון ים קומט געזאַנג אין מײַן ברוסט.
              

ל

ב
מײַן װײַסינק שטיבל זעגלט קעגן ים.
אין אים אַ לאַנגער בושל װױנט און איך.

מיר טרינקען בײדע פֿון אײן קענדל
און אָטעמען די זעלבע פֿרײד.


בײַ טאָג צעשײדן מיר זיך.
יעדער פֿליט
מיט האַלדז מיט אױסגעצױגענעם פֿון בענקשאַפֿט
צום בלומען־אינדזל װאָס איז בלױז אין אוּיג.
נאָר שפּעט אין אָוּונט, װען די הױכע װינטן
דערקײַקלען צו די ברעגן גרינלעך־פּערלדיקן גלימער
און לאָזן אים אױף העלן זאַמד־געשפּיגל
צוזאַמען מיט די מולטערלעך און ים־גראָז —־
דערפֿלוען מיר אַהײם
אוּן ברענגען מיט
                  






ל   135
אײן חלום פֿאַר אונדז בײדן.
יעדער װערט
האַלב מענטש, האַלב פֿױגל.


און מיר װאַכן בײדע
פֿאַר טאָג,
װען פֿונעם חושכדיקן אָפּגרונט
שפּרינגט אַרױס די שטראַלנדיקע חירשין,
באַצירט מיט נעפּלען,     .
װאַסערקװאַלן,
שױם.



ג
דער אָוּונט־הײשעריק פֿאַרצוקט
די זאַנגען פֿונעם ליכט. דאָס װאַסער
װערט שרעקעװדיקער, שטילער, בלאַםער.
אין יעדער מײַערקעפּל צוּקט
אַ זון, װאָס װיל ניט אָנערקענען
די נאַכט, און לאָזט אַראָפּ דעם דעקל
און טוט פֿון אינעװּײניק ברענען ־—..
אַ פֿאַר־זיך לײַכטנדיקער שנעקל.

דער שטראַל דער לעצטער אױף מײַן שטערן
זײַן רױטן פֿינגער־אָפּדרוק שטעלט.
אַ מעװע שטורעמט צו די שטערן
און שפּינט צוזאַמען װעלט מיט װעלט.



ד
עס שלאָפֿט נאָך די לופֿט. ס'איז די שטילקײט אַזאַ װאָס
פּאַטשט פֿאַר דער שטילקײט מיט כװאַליעהענט בראַװאָס.
                  


136
מיט גאָלד־פֿײַכטע שאָלעכצן פֿון פּאָמעראַנצן
באַשפּריצט װער אין ים די פֿאַרלאָשענע גלאַנצן.

דער אָפּשלאָג אין װּאַסער פֿון שװעביקן חלום,
די נעפּלשיף פּוּרפּור־באַזעגלט, און דאָ לעם

די טריט מײַנע שטיקלעך בוּרשטין אין די זעמדער —־
איז װאָרער פֿון דיר, מײַן זכּרון דוּ פֿרעמדער 1

געוּױס קען מען ראַטעװען איצט נאָך דעם מילכװּעג,
מיט אךיערן־שאָלן זײַן הימליש געפֿיל כ'װעג.


צי ברענט עס אַ הירשין בײַם ראָנד אָדער ס'דאַכט זיך ײַ
װּאָס װערט מיטן ים װען די װוע פֿאַרמאַכט זיך ן


ה
און פֿאַר טאָג, װּען דאָס זאַמד איז נאָך ראָזלעך,
וּוּען דער בוּשל נאָך מרוקעט אין נעסט,
װען דאָס פֿערד עפֿנט ברײטער די נאָזלעך
אוּן זײַן האָבערנעם שאָטן עס פֿרעסט ——־
וּוען דער שפּיניקער נעפּל זײגט אוּיס שױן
דאָס געוּוּײן פֿוּן דער ימיקער נאַכט,
װען דער ים װערט פֿון אײגענעס רױשן
אױס בוּרשטיניקער שטילקײט דערוּואַכט —־־


קומען פּוּיערטעס, קומען מיט קױשן,
און זײ קלײַבן אין ראַנדיקע פֿלאַנצן
די בורשטיניקע יאַגדעס, ךואָס גלאַנצן
מיט פֿאַרװּוּנדער אױף ערדישע ברעגעס
און זײ אָטעמען ערדישע רגעס.
                     


ץ13
             ו
             בורשטין,
             דו פֿאַרפֿעלדזונג פֿון בײמערשע בלוטן,
             דו סמאָליקער פֿלײץ
             פֿון די אוראַלטע יאָדלעס, ——.
             װי איז דײַן באַצװנג
             צו בײמער,
             צו מענטשן,
             צו אָדלערס 1
             
צוליב װאָס פֿאַר אַ זינד
             ביסטו יאָרן מיליאָנען
             געלעגן אוּיף ימיקן אָפּגרונט ן
             אַצינד
             נעם װידער די װעלט אױף
             און טו זי דערקאָנען.
             

װען דער ים איז נאָך ים ניט געװען,
             חאָםטו םמאָליק
             פֿון צװײַגן געטריפֿט,
             פֿון די שטאַמען געטראָפּלט,
            און אין אײנעם אַ טראָפּ
             זון־באַחײַטלט, קרישטאָליק,
            האָט אַ פֿליג זיך פֿאַרקלעפּט און פֿאַרנאָפּלט.
            

איצט אָטעמט זי מ ײַ נ ע סעקונדן
            און פֿאָכט מיט די פֿליגעלעך, פֿילט,
            װען זי װערט פֿון אַ שטראַלכל געצונדן
            דורך דער קרישטאָלענער שילד.

פּאַלץ▮;ײַ     און װי זי, פֿון די שטײניק־פֿאַרפּעכטע געװעבן —־.
  ממ     װיל איך אױך זיך אַ ריס טאָן צום לעבן 1
                            

.13
                            צװײ קױלן
          

א
          איך קען אַ מאַן, געטראָפֿן האָט אַ קױל אים
          און שטעקט אין ברוסט, ־—־ אַ פֿױגל אין אַ שטיקל זון.
          װי אױסטערליש 1 צעװישן גאָר דעם עולם
          איז ער, קען זײַן, דער גבֿורהדיקסטער זון.
          
און ער האָט ליב זײַן קױל. אַנשטאָט אים טײטן
          האָט זי דעם טױט געפֿאַנגען און פֿאַרװוּנדט.
          צעשמאָלצן װי אַ שנײ דעם לעבנס קײטן
          און אױפֿגעלעבט אַ ניט־באַרירטן גרונט.
         

ב
          אױך אין מיר, פֿאַרשפּרונגען פֿון אַ שלאַכט
         שטעקט אַ קױל, ־— געלאָדן פֿול מיט לידער.
          און בין איך קראַנק װי אַ װאַזאָן בײַ נאַכט ־—.
         ברענט זי אױס דעם סם פֿון מײַנע גלידער.
         און איך האָב ליב מײַן קױל. איר הײסער טיגל
         צעשמעלצט די װעלט. פֿון איר מעטאַל איך קנעט,
         באַשאַף מײַן אמת, װי אַ קינד אין װיגל
פֿמ     קנעט אױס פֿון לױטער גאָרנישט זײַן פּלאַנעט.
                               














139
           אָזױ האָט געדאַרפֿט, האָט געמוזט זײַן
          

אַזױ האָט געדאַרפֿט, האָט געמוזט זײַן,
          אַז אין שלאַנגענהױט לעבט דער אַרבוז.
          אַז אין קעלער פֿון שטומען באַװוּסטזײַן
          זאָל די מוזע אַ פֿײַף טאָן: איך מוז.
          
אַז אױף קבֿרים פֿון לידער אָן נעמען
          זאָלן רױזלען זיך נײַע צו גלײַך.
          אַז דער גאָלפֿשטראָם פֿון בלוט זאָל פֿאַרנעמען
41ט1     דאָס געשמעלץ פֿון אַן אײַזיקן טײַך.
                           
























140
                                  י. ל. פּרץ
         

גלײַך אַ קװאַל װאָס שלײַפֿט זיך אָן דעם חושך אונטערעךדיק,
         יעדער מאָל אַלץ קלערער קלינגט אַרױף צו אונדז דײַן קול.
         האָסט פֿאַרװאַנדלט אין אַ באַרג אַ יאָמערדיקן טאָל,
         און אַהין אַ רוף געטאָן דאָס פֿאָלק דערפֿרײט און װערדיק.
         
נאָר דאָס פֿאָלק איז מיד געװען פֿון דורותדיקן קלעטער.
         װיפֿל מאָל איז עס געבליבן שטעקן אין דער מיט 1
         האָסטו פֿון פֿאַרגאַנגענקײט אַ ליכט אַזאַ געשמידט
         װּאָם פֿאַרקניפּט זי װי אַ רעגן־בױגן מיטן שפּעטער.
         
און פֿון קונצן־מאַכעךס, פֿון משוגענע בטלנים
          האָסטו אױסגעשטאַלטיקט אונדזער לעבן, אונדזער מײן,
          װי דער סקולפּטאָר, װאָס פֿון װילדן גליװערדיקן שטײן
         קנעט ער אױס אַן אױסגעטרױמטן גלײבנדיקן פּנים.
         
אונדזער ביסטו. פֿײגל צירלען דײַן געזאַנג אױף דעכער.
          קינדער מאַכן לעבעדיק דײַן װאָרט מיט זײער הױך.
         און בשעת מיר פֿרעגן: װעלן מיר דערגײן דײַן הײך ן
פּמ     ענטפֿערט אונדז אַ יום־טובֿדיקע שטים: אױב ניט נאָך העכער 1
                                     












1.1
                            מלהמה־פֿעלקער
          

א
          דער טױט חאָט קײן געלט ניט, מיט װאָס װעט ער צאָלן
          זײ, זײַנע קנעכט, די אָנצאָליקע צאָלן 1
          
באַרױבט האָט ער אַלץ מיט אַ קאַלטקײט פֿון קװאַרץ:
          די זון פֿון שװאַרצאַפּל, די פֿליגל פֿון ליפּן,
          און די ליבשאַפֿט, וּואָס טריפֿנדיק רױט פֿונעם האַרץ
          פֿאַרחתמעט איר תאוּוה אױף עמעצנס ריפּן.
          
העלפֿאַנדן קופּערנע טרײַבט ער און פֿיטערט
          אױף מירמלנע שטעט, אוּיף געצונדענעם םטעפּ.
         װי עלעקטרישע לעמפּלעך, אָן שטײנער צעשפּליטערט—־.
          פּיצלט ער קעפּ 1
         


ב
          אָנהײמיקע פֿעלקער מיט הינטישן װאָיען,
          װעט איר נאָך דוּלדן די דוליקע האַרן ן
         עס װּײנט די געשיכטע און פֿלאַמט פֿון בזיון:
          פֿאַררעטעריש האָבן געשאַלט די פֿאַנפֿאַרן.
         
אין אײַער זכּרון אַלץ עקבערדיק טיפֿער
         װעט זיך פֿאַרשרױפֿן אַ בלוטיקע ציפֿער.
         און ס'װעט אױך דאָס פֿאָלק מײַנס געדענקען אױף אײב.ק
         די, װאָס אים האָבן געלאַטעט, געמאָרדט,
         און די, װאָס מיט ליבשאַפֿט־געיאָדערטן װאָרט,
פּ9־ן     אים האָבן באַגריסט ——צו זײַן שטאָלץ און דערהײביק 1
                                







141
די פֿעססןנג
                               אין קאָרצער
            

ניט אַנדערש: די פֿינצטערניש װיל מיך דערשטיקן 1
            די בלײַענע מײַז גריזשען אױס מײַנע בליקן.
            איך װאַרף זיך אין קאַרצער און זינק צװישן װענט:
            װאָלט עפּעס געװען װאָס איז מענטשלעך, באַקענט.
            
דערטאַפּ איך אַ שטיקעלע גלאָז, װוּ געפֿאַנגען
            עס צוקט די לבֿנה אין גלעזערנע צװאַנגען.
            פֿאַרגעס איך מײַן זינקען אין פֿיבער געשפּאַנט:
            ——. דאָס האָט דאָך באַשאַפֿן אַ מענטשישע האַנט 1
            
אוּן כ'צערטל אין גלאָזיקער שאַרף די לבֿנה:
            ־— ▮דו װילסט ן כ'גיב מײַן לעבן דיר אָפּ אַ מתּנח 1▮
סועעןז     נאָר ס'לעבן איז הײס און דאָס גלעזל ־— אַ קאַלטס
  41מ     און ס'איז מיר אַ שאָד עס צו נעמען צום האַלדז...
                                  


















1.5
                                    פּנימער אין זומפּן
            

און גראָ דורך נאַכט געװאָרן זענען אונדזערע מחשבֿות,
            מאָרגנזוּן האָט אָנגעגליטן זאַלץ פֿאַרזײט אין װוּנדן.
            און װײַסע טױבן האָבן באַלד פֿאַרװאַנדלט זיך אין סאָװעס,
            לאַכנדיק פֿון אונדזער טרױם, װאָס רױכיק איז פֿאַרשװוּנדן.
            
—־־ װאָס ציטערסטו, מײַן ערד ן צי װערסטו אױך װי מיר צעשפּאָלטן
             אָדער דײַנע נאָזלעכער דערשפּירן שױן קרבנות ז
            שלינג אונדז אײַן 1 די צו־פֿיל־זיכערקײט האָט אונדז פֿאַרשאָלטן;
            שלינג אונדז אײַן צוזאַמען מיטן דור און זײַנע פֿאָנעס 1
            
דאָרשטיק ביסטו, װעלן מיר װי אױפֿגעפּלאַצטע קװאַלן
            מיטן גאָלד פֿון אונדזער לײַב פֿאַרפֿילן דײַנע גריבער;
םוף יוני     און אַ קאָשמאַר פֿוּן פּנימער אין זומפּן װּעט באַפֿאַלן,
  1941     פּנימער אין זומפּן איבער זונפֿאַרגאַנג און שטיבער...
                                          



















1.6
                            דערפֿאַר װײַל כ'האָב געטרונקען װײַן
              

דערפֿאַר װײַל כ'האָב געטרונקען װײַן און טרינקען ניט געטאָרט,
              װען דו מײַן חבֿר האָסט געוּואַרט כ'זאָל קומען דיך באַפֿרײַען, ——.
              האָט װידערשפּעניקט קעגן מיר מיט האַס מײַן אײגן װאָרט,
              און ס'האָט זײַן גלוענדיקע שאַרף צעשניטן מיר דעם רעיון.
             
דערפֿאַר װײַל כ'האָב פֿאַרטױבט מײַן האַרץ, װי מען פֿאַרטױבט אַ ביק,
              ניט מיטגעצאַפּלט װען צו דיר עס האָט געאײַלט דער שעכטער, ־—
10מז יולי     איז האָבן װערעם אױסגעפּיקט זיך פֿון מײַן עפּל גליק
    941ן     און װי אַ קין־צײכן שטאַרצט געװעזענער געלעכטער...
                                      
























147
                             אַ שטים פֿון האַרץ
               

אַ שטים פֿון האַרץ באַפֿעלט מיר: גלײב
               אין שױן פֿאַרשװעכטן װאָרט ג ע ר ע כ ט ש אַ פֿ ט.
               דער װײַטער יורש פֿון אַ לײב
               מוז װידערשפּעניקן זײַן קנעכטשאַפֿט.
               
ס'איז דאָ אַ גאַנג. עס ליגט זײַן ציל
               אין װילדן אורװאַלד פֿון זכּרון.
               ס'איז אױך פֿאַראַן אַזאַ באַציל,
               װאָס טראָגט דעם סם פֿון טױזנט יאָרן.
               
און זוכסטו פֿאַר דײַן פּײַן אַ זין —־.
               פֿאַרװאַנדל זיך אין איר אַנטפּלעקער,
               און הער װי זײדעס װעקן זין
               װי שטורעמהעק אין בראָנדז פֿון גלעקער.
               
ס'איז דאָ אַ גאַנג. איז קלעטער, שפּרײַז,
               קױף אױס דעם דורוהדיקן שטרױכל.
22סטװ▮ן;ײַ     דער טױט איז מוּחל יעדער גרײַז,
     פּפּ     נאָר זײַן אַ קנעכט איז ער ניט מוחל.
                                 














148
                    איד ליג אין אַן אָרון
                 

איך ליג אין אַן אָרון,
                  װי אין הילצערנע קלײדער,
                  איך ליג.
                  זאָל זײַן, ס'איז אַ שיפֿל
                  אױף שטורמישע כװאַליעס,
                  זאָל זײַן, ס'איז אַ װיג.
                  

און דאָ,
                  װוּ עס האָבן זיך גופֿן
                  געשײדט מיט דער צײַט,
                  רוף איך דיך, שװּעסטער,
                  און דו הערסט מײַן רופֿן
                  אין װײַט.
                  
װאָס טוט זיך אין אָרון אַ צאַפּל
                  אַ לײַב אומגעריכט ן
                  דו קומסט.
                  איך דערקען דײַן שװאַרצאַפּל,
                  דײַן אָטעם,
                  דײַן ליכט.
                  

אַזױ איז אַ פּנים דער סדר:
                  הײַנט דאָ,
                  מאָרגן דאָרט,
                  אוּן איצט אין אַן אָרון,
מסטז אועס:     װי אין הילצערנע קלײדער,
        מ19     זינגט אַלץ נאָך מײַן װאָרט.
                             





1.9
             אַ האָרדע מוזיק


א
בײַ אַ װאַרעמען בערגעלע פֿערדישע מיסט
וּואַרעם איך, װאַרעם די אײַזיקע הענט.
איך װאַרעם די הענט און דערבײַ מיך פֿאַרדריסט.
                                                 .
צו װינציק ביז איצטער פֿאַרנומען, דערקענט,
די גרױסקײט פֿון קלײנקײט.
ס'קען טרעפֿן, אַז אױך
פֿון אַ בערגעלע מיסט אָט דער װאַרעמער הױך, —..
זאָל וּוערן אַ ליד אין דערהױבענער שײנקײט.


ב
מיט אַזעטיקע רגעס
באַגעגנט אין שנײװאַלד,
מוז מען זיך ראַנגלען,
פֿירן מלחמה,
נאָך מער װי דער גוסס
מיט זײַנע מיקראָבן.
געװינסטו ־—
װעלן זײ בלײַבן דײַן אײגנס,
אַנטפּלעקן דעם זינען פֿון גאָרן געראַנגל,
געבױר פֿון גורלות
פֿאַרשלאָסן אין שנײ.
נאָר װעסטו פֿאַרשפּילן דעם שאַךפֿן געפֿעכט —־.
װעט דיך דײַן אײגענער אַטעם
פֿאַרפֿרירן.
                  








150
                  ג
                  אַלײן. פֿאַרפֿרױרענע לױטערע שטילקײט.
                  אונטער דער שטילקײט ——.
                  מײַן נאַקעטער גוּף.
                  בלוּיז צװּײ אײלן ערד זענען מײַנע ־—.
                  די, וּװּ איך ליג מיט אַ צוּדעק לבֿנה.
                   

איך שפּיץ מײַנע אױערן אָן צו דערהערן
                   אַ קךל פֿון אַ חבֿר,
                  אַ קוּל פֿוּן אַ הבֿר 1
                   נאָר װי מײַן עכאָ דערטראָגט זיך פֿון װײַטן
                   מוזיק פֿוּן װעלף
                   אין אַ בלענדיקער האַלבראָד.
                   
איז דאָס מיר געכליבן דאָס אײנציק־געטךײַע:
                   מוּזיק פֿון װעלף ־—־.
                   דאָס אײנציק־געטרײַע,
                  איבער װאַלדיקן שנײ װי פֿאַרפֿרױרענע װאָיען ן
                   זאָל זײַן 1
                   עס דערנענטערט זיך שטאָליק און שאַרף
                   צו מיר, קעגן מיר,
                   אַ האָרדע מוזיק 1
                   
אַהער מײַנע װעלף,
                   מײַנע טײַערע װעלף 1
                   לאָמיר וּוערן חבֿרים און טרעטן צוזאַמען
        ןןילנע     קעגן פֿײַנדלעכן מענטש, קעגן גיהנומשער קעלט.
זאַקדעסשעבך     האָרדע מוזיק, —־.
         41מ     פֿאַרנעם די װּעלט ז
                                      




251
                           צום הבר
                  

אומגעבראַכטער חבֿר
                  בײַם שטעכעדיקן פּלױט, —־
                  דריקסט נאָך צו דײַן האַרצן
                  דאָס דאַרע שטיקל ברױט.
                  מוחל זײַ מײַן הונגער
                  און מוחל זײַ מײַן מוט.—.
                  כ'האָב דײַן ברױט געביסן,
                  דײַן ברױט אין פֿלעקן בלוט.
                  
נאָמענלאָזער חבֿר,
                  איך װײס שױן װי דו חײסט, ־—.
                  זאָל דאָס ברױט אין פֿלעקן
                  אױך זײַן פֿאַר דיר אַ טרײסט.
                  װי דעם פֿאָלקס אַ נערונג
                  פֿון הײלנדיקער שײַן,
                  מיטן ברױט צוזאַמען
                  ביסט דו אין מיר אַרײַן.
                  

שװײַגנדיקער חבֿר,
                  איך זאַפּ דיך אײַן און לעב.
                  מאָן בײַ װעלט אַ חשבון
                  דורך יעדער מײַן געװעב.
                  אױב װי דו כ'װעל פֿאַלן
                  בײַם שטעכעדיקן פּלױט,
30עןלךענעבײַ     זאָל אַ צװײטער שלינגען
        מ19     מײַן װאָרט, װי איך דײַן ברױט.
                            






151
                               גלוטט זיד מיר צו טאָן אַ תּפֿילה
                

גלוסט זיך מיר צו טאָן אַ הפֿילח ——. װײס איך ניט צו װעמען,
                דער, װאָס האָט אַ מ אָ ל געטרײסט מיך, װעט זי ניט פֿאַרנעמען,
                   װײס איך ניט צו װעמען —־
                   האַלט זי מיך אין קלעמען.
                
אפֿשר זאָל איך בעטן בײַ אַ שטערן: ▮פֿרײַנד מײַן װײַטער,
                כ'האָב מײַן װאָרט פֿאַרלױרן, קום און זײַ אים אַ פֿאַרבײַטער 1▮
                   אױך דער גוטער שטערן
                   װעט עס ניט דערהערן.
                
נאָר אַ תּפֿילה זאָגן מ ו ז איך, עמעץ גאָר אַ נאָנטער
                פּײַניקט זיך אין מײַן נשמה און די תּפֿילה מאָנט ער, ־—.
וע'עו▮בעד        װעל איך אָן אַ זינען
      ממ        פּלאַפּלען ביז באַגינען.
              

















































.
                                           


153
                                        ▮
             

אַ טאָג בײַ די שטורמיסטן


א
— בין איך שולדיק, דאַרף איך צאָלן שולד,
און װעמען דען, די הײַנטן צי אַמאָלן ן
—־ אַלץ אײנס, דו נאַר, גענוג ס'איז דאָ אַ ש ו ל ד
און מעגסטו זײַן אַ טעות —־ מוזסטו צאָלן 1

—־ דו לאַכסט געװיס, איך בין דאָך ניט געװען
מײַן פֿרײַען װילנס קײן באַשאַף, באַקלער נאָר 1
— ניטאָ צו קלערן, פֿרעג ניט װאָס און װען
און הענג ניט אָן דײַן גלױבן אױף קײן דערנער.

—־ בין איך און גורל אײנס, צי פֿרעמדע צװײ ן
אױב צװײ ־—. אַנטפּלעק, און איך װעל אים פֿאַרװיסטן 1
—. באַשטים אַלײן. מיט העל־זען פֿון דײַן װײ
דערקען אים אַרום זיך ־— אין די שטורמיסטן.


ב
גראָב איך אַ גרוב װי מען דאַרף, װי מען הײסט.
זוך איך בעת־מעשׂה אין דר'ערד אױך אַ טרײסט.

אַ גראָב און אַ שניט און אַ װערעמל קלײן
עס צאַפּלט פֿון אונטן ־—. דאָס האַרץ קען צעגײן.

צעשנײַדט אים מײַן רידל און ־—. װונדער דערבײַ:
צעשניטענערהײט װערן צװײ, װערן דרײַ.

און װײַטער אַ שניט, װערן דרײַ, װערן פֿיר,
און אַלע די לעבנס באַשאַפֿן דורך מיר ן
                      





.15
קומט װידער די זון אין מײַן טונקל געמיט
און אַ גלױבן נעמט שטאַרקן מײַן אָרעם:

אױב אַ װערעמל גיט זיך ניט אונטער דעם שניט,
ביסטו װינציקער דען פֿון אַ װאָרעם ן



ג
ניט שלאָג. סײַ־װי־סײַ טוען גלידער ניט װײ מער.
זײ געהערן ניט מיר װי מײַן נעכטיקע שעה.
עפּעס ציט מיך אַ האַנט צו אַ װעלט אַ געהײמער
װוּ קײן טױט איז ניטאָ,
ניטאָ.

מײַן גוף טו איך אױס װי אַ הילע פֿון שטױבן.
דרײ זיך װידער אין צײַט װי אַ װעג אױף אַ ראָד.
נאָר אַלמאַי ס'איז די גרוב ניט באַצאַפּלט מיט שױבן, ־—
איז באמת אַ שאָד,
אַ שאָד.



ד
אַ ראַבינע פֿון שטורעם אױסגעריסן,
מיט הענגלעך קרעלן אױף צעלאָמטע צװײַגן ־—
מײַן גוף אין קאַלך.
ס'איז איך ז װוּ איז מײַן איך ן
   פּרװוט יעדער גליד
   זיך אָנטאַפּן, דערפֿילן:
דאָ.
דאָ.
דאָ.
                     



155
און איז פֿון שטיקלעך קוּועקזילבער
װאָס לאָזן זיך ניט גאַנצן.
די װאָריקײט באַהערשט שױן ניט מײַן לײַב,
און טוט ניט װײ ־— װי מעסערשניט אױף נעגל.
דער חלום איז שױן אמתער
און פּױקט אין קאָפּ:
דול.
דול.
און פֿלעקן פֿאַרן אױג, בלױז פֿלעקן,
װי שטראַלן־הערצעלעך פֿון מערן.


װי קום איך דאָ ן
אַנטרונען,
װּען, פֿוּן װעמען ן
און װי אַזױ אַנטרינט מען, װער באַפֿעלט ן
די פֿײַל זעט שטענדיק שאַרפֿער װי דער אָדלער
כאָטש ער איז הערשער, זי ־—. אַ קנעכט.
שאַ. לעב איבער אױף צוריק, דערמאָן זיך.
נײן, פֿאַרגעס.
נײן־נײן, דערמאָן זיך װידער:
אַנטלאָפֿן.
דו פֿון טױט צי טױט פֿון דיר ן
אַלץ אײנס.
דער חוזק־מאַכער האָט זיך בלױז געשפּילט
און אַנשטאָט דיר אַ הונט אַװעקגעשאָסן.
האָרך, עס בילט דער הונט אין קאָפּ:
דול.
דול.
                 




156
                 ה
                 אין דערין עס נעמט מיר עפּעס קלאָרן
                  װי איך װאָלט נײַ געבאָרן:
                  די פֿלעקן פֿאַרן אוּיג ־—. אַװּעק, אַװעק,
                  אײן וּוײַסער פֿלעק
                  פֿון קאַלך צעלאָזט אין װּאַסער,
                  װאָס זידט און זעט:
                  איך ליג אין אים פֿאַרזונקען
                  האַלב דערטרונקען,
                  און ס'צוּען זיך פֿון מיר אַזױנע פֿלײציקע רובינען,
                  טריפֿן, רינען
                  שורותדיק װי לידער
                  און װּאָרצלען אײַן אַ שמײכליק־ראָזן זונפֿאַרגאַנג אין קאַלך.
                  
די קאַלכגרוב װערט מיר ליב. איך ליג און טראַכט:
                  ▮אַצינד װעל איך ניט אױפֿהערן צו גאַפֿן
װילנער נ▮ײַ         כיז נאַכט, ביז נאַכט,
       מ19         אױפֿן שענסטן זוּנפֿאַרגאַנג, דוּרך מיר אַלײן באַשאַפֿן 1',
                                           
















157
                                צװײ ברידער


דו שטילער, דו אײנציקער ברודער, מיר שטײען דאָך בײדע פֿאַרשמידטע
צו טױערן צװּײ, פֿון דער װײַטן: דו לױערסט אין ירושלים,
אוּן איך צװישן געסעלעך זיבן.— אין ירוּשלים דליטא,
אַװוּ אין צעבראָכענע לוחות געפֿין איך אַ כּוח אַ נײַעם.

און יעדער באַגינען מיר זעען: אַזוּי וּױ די זון פֿון דער נידער
גײט אױף אונדזער אײנציקע מאַמע און זאַלבט אונדז מיט בלוטיקע שטראַלן.
▮אין שטוב זײַט איר װײַטע געװעזן, אין װײַטקײט זײַט נאָענט, איר ברידער,
שטרעקט אױס איבער לענדער די אָרעמס, און לאָזט ניט די טױערן פֿאַלן▮.

עס דרינגען די װערטער אין בײדן. דו קוקסט אױפֿן מידבר אין לױער,
און װאָלטסט אױף באַשיצן דײַן פֿעסטונג פֿאַרמױערט דײַן קינד פֿאַר אַ ציגל.
און איך מיט אַ האַק אין די פֿױסטן, איך לאָקער אַצינד לעבן טױער
אױף היטן די שטים פֿון דער מאַמען, אױף ניט צו פֿאַרשעמען מײַן װיגל.

און גלײַך װי דו װילסט ניט דער שׂונא זאָל איבערן כּותל מערבֿי
זײַן האַקנקרײץ הענגען, ־—. װיל איך ניט ער זאָל דאָ אַ שטײנדעלע שענדן.
און זע איך צעטראָטענע גוּפֿן, איז װער איך אַ וּוײַל זײער נבֿיא:
אָמײַן לײַדנדיק פֿאָלק, ס'װעט דײַן קרעכצן די אײַזערנע מערדער פֿאַרלענדן▮.

דאָס יאַטקעװּער געסל אין חוּרבֿות איז הײליק בײַ מיר װי דײַן היכל.
אַ פֿרױ צו פּאָנאַר אױף די װעגן —— זי װערט װי די מאַמע מיר טײַער;
איך טראָג אױף די ליפּן דעם צאָרן פֿוּן יעדנס דערהרגעטן שמײכל,
אין פֿידלער, װּאָס שפּילט אױף זײן האַרצן, פֿאַרנעם איך דעם קלאַנג פֿון באַפֿרײַער.

נאָר גוט איז מיר דאָ מיט דער לאַטע, אַז דו ביסט מיט דראָט ניט פֿאַרבונדן,
דו טראָגסט אין די אױגן דעם מיזרח, וּױ איך דאָס געשרײ פֿון די שטײנער,
דער מאַמעס געהײליקטע בענטשליכט, װאָס לױכטן אין אונדזערע װוּנדן,־—־.
זײ לײַטערן בײדנס גורלוה, און דעמאָלט פֿון בײדע װערט אײנער.
                                     



158
          און דעמאָלט געפֿין איך אַ טרײסט מיר, און װי קען איך אַנדערש דען גלײבן,
          אַז ניט פֿאַר אומזיסט זענען לענדער צעאַקערט מיט אוּנדזערע קבֿרים,
          אַז יעטװעדער פּלאָג און מגפֿה האָט מער אוּנדזער פֿאָלק נאָך דערהײבן.
          און כ'זע וּױ עס װאַקסט פֿון די גריבער אַ שוּוערד אין אַ מעכטיקן אָרעם.
          

און בײדע מיר זעען זיך דאָרטן ־—. צװײ װײַטע, צװײ נאָענטע ברידער.
          דו אָטעמסט מיט ריחוה פֿון צעדער, מיט מידברשן װינט אוּן מיט ימען
נןײַר    אוּן איך טראָג פֿאַר דיר אַ מהנה.— אין געטאָ געשריבענע לידער.
  מ19   און איבער אוּנדז בײדן די ברכה פֿון אונדזער פֿאַרגאַנגענער מאַמען.
                                       























159
                     נאָכן טױט


איז הײסט עס גענוג בלױז דער שטאָך פֿון אַ בלײַכל,
עס זאָל דיך אין מיטן דערינען פֿאַרראָטן
די זון אױף דער לאָנקע, דײַן ליבלינג דאָס טײַכל,
די פֿרױ װאָס דו ליבסט און דײַן אײגענער שאָטן ן

אַזױ טאַקע הײסט עס. דאָס איז די באַלױנונג
פֿאַר דרײַסיק יאָר זײַן מיטן גורל אױף מעסערס.
איך װײס ניט װי טײַער עס קאָסט מיך די װױנונג, —־.
איך צאָל מיט מײַן לעבן װײַל כ'האָב ניט קײן בעסערס.

אַ ליגן, עס טינטלען פּאָעטן אַ ליגן,
אַז טױט, מײַנע פֿרײַנד, איז אַזאַ און אַזעלכער 1
איך זופּ דאָך אַצינד זײַן פֿאַרשאָלטענעם ניגון
און װײס, אױף מײַן ערנוּואָרט, װּאָסער און װעלכער.


און נאָך אַ זאַך װײס איך: מײַן גײַסט איז, אַ שטײגער,
ניטאָ. נאָר מײַן גוף בײַט ניט איבער זײַן פֿאָרעם ——.
                                                  ,
פֿאַר וּואָס אָבער קלאַפּט אױף מײַן האַנט נאָך דער זײגער,
וּוען צײַט איז ניט נײטיק שױן מער אין די קבֿרים ן

צי װּיל ער מיר װײַזן: פֿון יענער־װעלט, ־— אױבן
געהערט מיר אַ שטיקל באַװעגונג אױך דאָדערט ז
וּױ שװער מיר איז איצטער צו גלײבן אָן גלױבן
אַז עמעץ באַדאַרף עס אַזױ און ער פֿאָדערט 1

װי שוּוער איז דאָ שטענדיק צו ליגן פֿאַרפּאָרעצט,
ניט רײדן, ניט שרײַבן, בלױז ליגן פֿאַרלאָשן.
איך טרױם שױן ניט מער װּי געװּעזן, איך ו ו אָ ר איצט,
די שטילקײט, װאָס פֿרעסט זיך אַלײן, איז מײַן לשון.
                       



160
                איז דאָס יענע רו, װאָס מע רופֿט זי נירװאַנאַ ן
                אַ ליגן 1 דאָס ניט־זײַן איז פּײַנלעכער, שוּוערער.
                איך בין זיך אַלײן אין מײַן טױטשרעק מקנא,
                 װײַל דעמאָלט האָב איך נאָך געגלײבט מײַן געבערער.
                 
איך זע איצט מײַן לעבן —. װי כ'װאָלט דורך אַ שפּעלטל
                 געקוקט אױף אַ זונפֿאַרגאַנג ביז ער פֿאַרנידערט.—
װילנעד נ▮ד     און עפּעס צערינט דורך די פֿינגער דאָס װעלטל,
      ממ     מיט װעלכן עס װּילט זיך צוריק זײַן פֿאַרברידערט.
                                         























161
         װי נאָענט און װי װײַט


א
אַ הינקעדיקער מױער.
און עס קריכט
אַ קלעטערפֿלאַנץ, געװעבט פֿון מערבֿס ליכט,
אַלץ העכער אױף דער קרישלדיקער װאַנט
און פֿאַלט צו מיר אַראָפּ אין סאַמע האַנט.
איך גײ פֿאַרבײַ און טראַכט:
איך האָב נאָך אױגן,
װאָס האָבן ניט פֿאַרקױפֿט דאָס ליכט פֿון װעלט,
נאָר װאָס האָט מיך אַ ציטער גלײַך באַצױגן ן
די װאַנט האָט װעמען סודותדיק פֿאַרשטעלט.
װען כ'וּואָלט זי דוּרכגעבראָכן און אַרײַן,
דערזען װאָלט איך, קען זײַן,
אַ מענטש, אױף שטרױענעם געלעגער,
װאָס ראַנגלט זיך
מיט לעצטן טראָפּן צײַט...
     

װי נאָענט און װי װײַט 1



ב
אַ פֿרילינגערד.
און גראָזן פֿײַכט און װײך
צערטלען מיך און לעקן מײַנע גלידער.
װאָס װײס די נידער װעגן חײך ן
װאָס װײס די הײך
פֿון דעם, װאָס אין דער נידער ז
קען זײַן,
                  






161
               אַ פּיצל גרעזל טײלט מיך אָפּ
                פֿון דעם, װאָס חלומט אונטן
                און צו װעמען
                עס יאָגן מײַנע שלײפֿן אין גאַלאָפּ, ־—־
                פֿוּן דעם, װאָס איך האָב ליב, אוּן טו פֿאַרנעמען
                דעם ניגון פֿון זײַן גוף
                אין פֿרישן גראָז באַנײַט.
                     
װי נאָענט און װי װײַט 1
                


ג
                און אָט איז נאַכט.
                איך זע —— אַ העלע ראָד,
                באַרינגלט זיבנפֿאַכיק מיט אַרמײען,
                און איך אין מיטן אױף אַן עשאַפֿאָט.
                די שׂונאים רק דערנענטערן זיך, גײען.
                די ראָד װערט ענגער, ענגער.
                איך — געשמידט.
                שױן הילכן אין מײַן האַרצן אָפּ די טריט.
                שױן פֿליט די ערשטע פֿײַל
                מיך צו געפֿינען.
                אַ צוּױיטע אוּן אַ דריטע
                יאָגן איבער אין געאײַל,
                און אַלע פֿײַלן צילן אין מײַן זינען.
                נאָר ס'איז גענוג אַ ל י ד —־
                און זײ צערינען.
                דער עשאַפֿאָט —־. צעשמאָלצן,
                איך.—־. באַפֿרײַט.
ןןילנער נעטאָ
 מסטז יןלי
      ממ          װי נאָענט און װי װײַט 1
                              


163
                             אױפֿן טױט פֿון יעקבֿ גערשטײן.
            

מיר האָבן שױן אַדורכגעזשאַװערט אַלע זיבן טױטן,
            און זעען ניט דערפֿאַר די שװערד, װאָס פֿאָכעט נאָך צוקאָפּנס.
            און אַלע אונדזערע געפֿילן זענען ליכט אָן קנױטן,
            װאָס קענען זיך ניט אָנכאַפּן,.— נאָר שמעלצן זיך אין טראָפּנס.
            
נאָר גלײַך עס װאָלטן פּלוצעם װענט אונדז אָפּגעשיט מיט ציגל,
            האָבן מיר זיך אױפֿגעװעקט בשעת דו ביסט אַנטשלאָפֿן,
            און קלאָר דערזען דאָס פּנים פֿונעם װײטיק װי אין שפּיגל,
            די שׂרפֿעדיקע לאַטעװונד, אָן הילע, נאַקעט, אָפֿן.
            
אין אײנעם האָבן מיר געװעבט דעם אױפֿשטאַנד פֿון די טענער,
            אין אײנעם אָפֿט געפֿאַלן אונטער געטאָדיקע האָרבן;
            און אַלץ האָט זיך געדאַכט, אַז דו, דער שטאָלצסטער פֿון די מענער,
            װעסט בײַקומען די שׂוּנאים —־. נאָר דו ביסט פֿאַרבליבן קרבן.
            
און מיר, װאָס גוססן נאָך אַלץ געבױגן אַרום אָרון,
            פֿאַרנעמען, װי דײַן אײַנגעקלעמטער שוּוײַגן מאַכט אונדז פֿעסטער.
            מיר װעלן היטן טרײַ אין אונדזער האַרצן אָט דעם צאָרן,
            װי טרײַ דיך האָט געהיט דײַן טרײַע שװעסטער.
            
װען ס'װאָלט דײַן שײנער קאָפּ געפֿאַלן אין אַ צײַט אַן אַנדער ־—.
            װאָלטן מיר דײַן בלומען־גוף געטראָגן צו פֿאַרזײען;
            און װי דער װּאַנדער פֿון מוזיק.— אַזױ דײַן לעצטער װאַנדער
            באַגלײט פֿון קינדער גאַנצענע אַרמײען.
            
איצט קענען מיר אַפֿילו ניט באַגלײטן דײַן געבײן מער,
ר נעטאָ     און ניט קײן װאָרט דיר מיטגעבן, װאָס זאָל באַלײַכטן יאָרן.
▮עבע     דו אײַלסט אַלײן, װוּ דײַנע זינגער ליגן אונטער בײמער,
            און מיר פֿאַרבלײַבן דאָ, און אָטעמען דײַן צאָרן.
            

. אַ באַװוסטער װילנער לערער, מוזיקער און געזעלשאַפֿטלעכער מער, געשטאָרבן
            אין װילנער געטאָ.
                                          

164
                   מײַן מאָמע


א
עס װאָרקעט אַ פֿרײַטיק צו נאַכטס אױף אַ בױדעם,
צוקסט בײַ דער שײַן פֿון לבֿנה אין סידור.
עס דאַװנען די שפּיצן בײַ דיר פֿון דער לאַטע
און צוקן װי טײלן פֿון מענטשישע גלידער.

עס טריפֿט מיט לבֿנה פֿון דײַנע שװאַרצאַפּלען,
די מאַמישע טראָפּנס באַלױכטן מײַן גלױבן.
דײַן הפֿילה דערמאָנט מיר אָן װּאַרעמע חלח,
דו קאָרמעסט מיט האַרציקער הפֿילה די טױבן.

אין יעדער דײַן קנײטש איז באַהאַלטן מײַן לעבן,
איך הער װי דו הוסט און דו ציטערסט, אַז קײנער
דעם הױך זאָל ניט הערן —— װײַל דאָ, אין אַ װינקל,
פֿאַרשאָטן מיט ערד, ליגן אױך מײַנע בײנער.

עס דרעמלט דײַן האַנט אױף מײַן שטערן: זײַ רװק,
אַ טאָג אָדער צװײ די ישועה —— אַ גיכע.
דײַן אַנדערע ־— האַלטסטוּ בײַ מיר אױפֿן אױער,
איך זאָל ניט דערהערן די שטים פֿון רציחח.



ב
װעסט מיך ניט נאַרן: איך װּײס דו ביסט טױט.
כאָטש דו לעבסט אין מײַן חלום. װאָס ברענען
אין דײַן האַרצן דרײַ רױזן אין שאַרלאַכן רױט ן
פֿאַרשטעל ניט.
איך װײס װער דאָס זענען 1
                     






165
פֿאַרשטעל זײ ניט מאַמע, װאָם נאַרסטו דײַן קינד,
װי קומען דאָ רױזן צעבליטע ן
איך זע דאָך דרײַ פּורפּורנע קױלן אַצינד:
אַן ערשטע, אַ צװײטע, אַ דריטע.



ג
צימבלט, איך צימבלען,
דערפֿרײט אַ געלעכטער, פֿאַרטױבט אַ געשרײ.
דורך פֿעלדער
איצט יאָגט מען מײַן נאַקעטער מאַמען,
איר לײַב איז אַ שטראַל אין די שפּיגלען פֿון שנײ.

און זי, װי צום אױסלײז,
יאָגט ערגעץ גיך, גיך
און דורך דער פֿאַרפֿרױרענער טרער, װוּ די זון גליט
געפֿאַנגען אױף אײביק, דערזעט זי איצט מיך.


און צװישן איר װידױ
שיקט זי אַריבער אַ בענטשונג דעם זון.
עס קנאַלן די ביקסן.
זי פֿאַלט װי אַ טױב אױפֿן טראָן פֿון דער זון.



ד
און װוּ בין א י ך געװען,
בעת אונטער צימבלען
האָט מען דיך געשלעפּט צום עשאַפֿאָט ן
——. אין הינטישער בודע פֿאַרגראָבן ס'געבײן,
מיט הינטישער פֿרײד װאָס פֿאַרשילט זיך אַלײן,
אױף ליפּן —— אַ פּיאַװקע,
 אין אױער ־—. אַ שפּין,
 חאָב איך געלוגט דורך אַ שפּעלטל אַהין,
                      

166
װוּ אונטער לבֿנה, װאָס שפּיגלט דער נאַכט,
שפּילט זיך דער װינט מיטן פּערלנעם שנײ.
און די שנײען־קאַפּעליע,
ס'געהײמע געדרײ
אױפֿן פֿאָן פֿון לבֿנה ־—.
פֿון װאַנען די פּראַכט ן
ס'האָט איטלעכער פּערעלע שנײ זיך געשפּילט
מיט זײַן אײגענעם שאָטן, און מיר האָט דאָס בילד
פֿאַרשאַפֿט אַזאַ הענוג,
אַז כ'האָב אַזש געבילט —— ־— ——



ה
לײַכטן מיר דרײַ קױלן אין דער נאַכט,
לױף איך זײ צום אױסלײזן פֿון שאָטן.
קום איך צו אַ געלן טױער מיט אַ שילד באַװאַכט:
▮אַכטונג 1 דאָ איז קרעץ. פֿאַר ניט־יודן.—־ פֿאַרבאָטן 1▮


בײַס איך דורך די שטײנער מיט די צײן
און פֿאַרן ליכט פֿון אוּיסגעזעצטע שױבן־װײַסלען זע איך:
די הײַזער ־—־ אָן נשמות. כ'בין אַלײן.
די גאַסן —־. אַ פֿאַרלאָשענער מזבח.


האָב איך מורא אָנצוזען דײַן שױב,
אָטעמט מיט דײַן גסיסה יעדער שטאַפּל.
זוך איך מיטן מױל דײַן מינדסטן שטױב,
פֿיל איך דיך אין װּינטישן געצאַפּל.

פֿאַל איך צו אַ שטײנערדיקער שװעל:
־— מאַמע, איך בין דאָ צוריק, זאָלסט װיסן 1
און די קױלן װײטיקדיק און העל
ברענען אין דעם אוּמרו פֿון געװיסן.
                    

67ן
ו
זוך איך די ליבע פֿיר װענט,
װוּ דו האָסט געאָטעמט,

שװינדלען די טרעפּ אונטער מיר
װי אַ װאַסערגרוב קאָכיק.

דערטאַפּ איך די קליאַמקע און רײַס
די טיר צו דײַן לעבן,

דאַכט מיר; אַ פֿײגעלע װײנט
אין שטײַג פֿון די פֿינגער.


קום איך אין צימער אַרײַן
װוּ ס'טונקלט דײַן חלום ——־

צאַנקט נאָך דאָס לעמפּעלע קױם,
װאָס דו האָסט געצונדן.

שטײט אױפֿן טיש אַ גלאָז טײ, —
ניט באַװיזן דערזופּן,

צאַפּלען נאָך פֿינגער אַרום
אױף די זילבערנע ראַנדן.

בעט רחמים דאָס צינגעלע ליכט
אין צוקיקן לעמפּל.—

דערגיס איך אין לעמפּל מײַן בלוט
ס'זאָל ניט אױפֿהערן לײַכטן.
          




168
               ז
                כ'געפֿין אַנשטאָט דיך אַ צעריסנס דײַן חעמד,
                נעם איך צום האַרצן און דריק עס פֿאַרשעמט.
                עס װערן די לעכער פֿון העמד מײַנע טעג
                און דער זוּים פֿונעם העמד װערט אין האַרץ מיר אַ זעג.
                
צערײַס איך פֿון לײַב מײַנע קלײדער און קריך
                אין דײַן אָפֿענעם נאַקעטן העמד װי אין זיך.
                ס'איז מער ניט קײן העמד, ס'איז דײַן ליכטיקע הױט,
                ס'איז דײַן קאַלטער, דײַן איבערגעבליבענער טױט.
                


ה
                רעדסטוּ צו מיר
                אַזױ װאָרהאַפֿטיק עכט.
                                      .
                
—־ ניטע, מײַן קינד,
                ס'איז אַ זינד, ס'איז אַ זינד,
                און אונדזער צעטײלונג
                נעם אָן פֿאַר גערעכט.
                
אַז דו ביסט פֿאַראַן,
                בין איך דאָ סײַ־װי־סײַ,
                װי דער יאָדער אין פֿלױם
                פֿאַרמאָגט שױן דעם בױם
װילע▮▮עד     און די נעסט און דעס פֿױגל
      מ19     און אַלץ װאָס דערבײַ.
                                     








169
                            דער זקן


עס ליגט אין קלױז אין חרובֿער אַן אײַנגעקנױלטער זקן,
ער ליגט אױף אַ צעפֿליקטער ספֿר־הורה און ער פֿאַסט.
דאָס טאָגליכט הענגט אין פּאָליש, װי אַ האַנטעך אױף אַ האָקן
און ס'װאַרט דער יוד, עס זאָל שױן קומען דער געהאָפֿטער גאַסט.

צופֿוסנס ליגט אַ טלית, און צוקאָפּנס — אַ מנורה,
עס בליצט דער זונפֿאַרגאַנג אין איר צעשפּיגלטן קרישטאָל.
דער יוד האָט מיט זײַן אָדערדיקער האַנט געקריצט די הורה
און מיט זײַן אײגן בלוט פֿאַרענדיקט שרײַבן זי דאָס מאָל.


דער פּאַרמעט איז מיר הײמיש נאָנט, נאָך נענטער איז דער זײדע;
איך ברענג אים ברױט און זוך אַרום אין טונקלקײט זײַן קול.
און כאָטש ער איז אַלײן, מיר דוּכט.—. ס'איז דאָ אַ גאַנצע עדה,
זי שפּיגלט זיך געהײם אין דעם פֿאַרטונקלטן קרישטאָל.

פֿאַרחתמעט איז דעם זקנס װאָרט, פֿאַרחתמעט איז זײַן נאָמען,
און װען איך קום אױף מאָרגן, ליגט ניט אָנגערירט דאָס ברױט.
אין פּאַרמעט אײַנגעזײגט די ליפּן װי צעברענטע שװאָמען,
און בײַם דערהערן טריט, איז לעבט ער אױף, ער מײנט: דער טױט.

און קײן מאָל קוקט ער מיך ניט אָן. ער װּיל ניט קענען קײנעם.
ער הונגערט, און זײַן לײַב טריפֿט אױס װי הלבֿ פֿון אַ ליכט.
די הורה װיקלט אים אַלץ מער דעם הונגער־גוף דעם רײנעם
און דער, אױף װעמען ס'וּואַרט דער זקן, קריכט און קריכט און קריכט.

און װידער ברענג איך אים אַ טרונק, אַ סקאָרינקע, און וּוּידער
עס בלײַבט װי נעכטן ניט באַרירט פֿון זקנס דאַרע הענט.
און כ'זע װּי ס'גוססן אַרױס די דוּרות פֿון די גלידער
און מאָלן אין לבֿנה־שײַן צװאות אױף די װענט.
                              



0ץ1
                ביז אײן מאָל כ'האָב דעם פּאַרמעט פֿון זײַן קאָפּ אַראָפּגעריסן:
                —־. פֿאַרשעמט ניט ברױט מיט װאַסער, נעמט אין מױל 1
                און ס'האָט דער יוד געענטפֿערט; פֿוּן אַזאַ מין װעלט געניסן ן
                אָ, זאָל זי מיט איר גאָב צוזאַמען װערן אַש און קױל.
                
אױף מאָרגן האָט זיך װידער אין קרישטאָל פֿון דער מנוּרח
                מיט זײַנע קנײטשן־פֿײַערן דער זונפֿאַרגאַנג פֿאַרטיפֿט.
▮יעײַענײַ'ײַ     און אַרום זיך אַלײן האָט זיך געוּוּיקלט שױן די תּורה —־.
       מ19     דער זקן איז פֿאַרגאַנגען אין דער פּאַרמעטענער שריפֿט.
                                           
























1ץ1
                                     תּפֿילה צום נס
                    

ביסט דאָ, ביסט דאָ 1 ביסט לעבעדיקער קערן
                    אין טױטער שאָל פֿאַרװּיקלט וּױ אַן אײ.
                    ביסט דאָ, ביסט דאָ 1 און וּועסט אַ הילף מיר װערן
                    בשעה דיך וּוּעט דערװאַרעמען מײַן װײ.
                    כ'בין נאַקעט אוּיפֿן פֿראָסט. און זע, איך וּואַרעם
                    דײַן טוּיטע שאָל: דערבאַרעס זיך, דערבאַרעם 1
                    
און דו וּוּעסט דאָך זיך מוזן טאָן אַן עפֿן
                    און פֿרײַ זײַן אױס די קלאַמערן פֿון װאָרט,
                    װעט דײַן בליק דעמאָלט זיך מיט מײַנעם טרעפֿן
                    און בלײַכן הענגען צוּוּישן מיר און ־—.־ מאָרד.
                    אוּן זיך אַלײן וּועסטו צוּם נס באַשװערן
                    װּי איצטער איך, מיט װאַרעמקײט פֿון טרערן.
                    
עס אײַלט דער טױט, אוּיף קױלנשאַרפֿן רײַט ער
                    צום דורכשטעכן אין מיר מײַן העלסטן טרױם.
                    אַ רגע ——. אוּן איך ליג שױן אַ פֿאַרבלײַטער
                   אױב דוּ װּעסט ניט פֿאַרלוּיפֿן, זײַן אַ צױם.
;שסךײַעב'ײַ     פֿאַרלױף דעם וךעג 1 אױב ניט, װעט דיר פֿאַרדריסן,
          מ19     װּײַל אוּיך אַ נ ס מוּז האָבן אַ געװיסן.
                                          












171
              צום יאָרטאָג פֿון געטאָ־טעאַטער


א
...מיר האָבן אַלײן זיך פֿאַרמױערט
און לעבן באַזונדער.
ניט שמײכלט אַרײַן פֿון דער פֿרײַ, ניט באַדױערט ־—
פֿאַר אונדז קען אַפֿילו דער טוּיט זיך צעבלוען אין וּװנדער.


וּױ קענען מיר זײַן דען צוּזאַמען
אין זעלבער מסיבה ן
די שׂינאה צו אונדז װּעט װי מײַז אײַך פֿאַרסמען ־—
א ו נ ד ז ע ר ע װּונדן װעט הײלן די ליבע.


און ביז װאַנען דער דרױסן איז אײַער —־
איז אונדזער די געטאָ, דאָ וּועלן מיר ליגן
און קנעטן פֿון געטלעכן האַרץ אַ באַפֿרײַער
און שלײַפֿן אַ ניגון...



ב
שפּילט אַקטיאָרן יודישע באַלאַטעט און פֿאַרמױערט,
װען דאָס לעבן קאָרטשעט זיך װי אָנגעכאַפּטע האָר,
װען אױף שטײנער זידן רױטע טראָפּנס פֿון די נאָנטסטע,
אוּן די געסלעך װאַרפֿן זיך װי עופֿות ניט־דערקױלעטע,
און קענען זיך ניט אױפֿהײבן, אַװעקפֿלוען, אַנטרינען...
שפּילט, חבֿריס 1 זאָל זיך דאַכטן: אַן אַמאָליק שטעטל
און מע פּראַװעט חתונה אױף האַרבסטיקן בית־עלמין
מיט געזאַנג און װאָלעכן און טאַנצנדיקע ליכט,
פֿרײלעך אין אַ קאַראַהאָד אַרום דער חהן—כּלה 1
שפּילט ן און זאָל אַרױסקלינגען פֿוּן אײַער מױל דאָס יודיש,
                            






173
                   רײן און לױטער װי דער גײַסט פֿון אַ געשאָכטן קינד,
                   האַרב און הילכיק וּױ דאָס קול פֿון אוּנדןער ביקס און פּולוּוער,
                   װאָס װעט מאָרגן־איבערמאָרגן
                   שפּילן פֿון די דעכער...
                   
און איר, פֿאַרגאַפֿטע, אומעטיקע פֿידלערס,
                   װאָס בײַ נאַכט
                   פֿלעגט איר זיך אַרױסגנבֿען אין לױערדיקן דרױסן,
                   שאַרן זיך פֿאַרבײַ די װענט,
                   אַרומגײן די פּאַטרולן,
                   צוּקריכן צו אײַער אַלטער חרובֿדיקער הײם,
                   און אױסגראָבן פֿוּן דר'ערד אײַערע פֿידלען
                   אײַנגעפֿלאַנצטע ערבֿ אײַער אָפּמאַרש דאָ אַהער ־־־
                   שפּילט איר אױך 1
                   און קנײַפּט אַרױס די סאַמע טיפֿסטע טענער!
                   זאָלן זײ זיך טראָגן איבער אײַערע געבײנען
                   און פֿאַרװאָגלען װײַט, אַװּו עס פֿינקלט נאָך אַ יוד...
                   װוּ אַ האַרץ נאָך צאַפּלט אין דערװּאַרטונג אױף אַ בשׂורה.
                   זאָלן זײ זיך טראָגן איבער פֿעלדער, איבער פֿראָנטן,
                   רײן און לױטער װי דער גײַסט פֿון אַ געשאָכטן קינד,
                   האַרב און הילכיק װי דאָס קול פֿון אונדזער ביקס און פּולװער,
31סעךײַעכעד'ײַ     וּואָס װעט מאָרגן־איבערמאָרגן
         ממ     שפּילן פֿון די דעכער...
                                             









.ץ1
       אַ װאָגן שיוּ


די רעדער יאָגן, יאָגן,
װאָס ברענגען זײ מיט זיך ז
זײ ברענגען מיר אַ װּאָגן
מיט צאַפּלענדיקע שיך.


דער װאָגן װי אַ חופּה
אין אָװנטיקן גלאַנץ;
די שיך —— אַ פֿולע קופּע
װּי מענטשן אין אַ טאַנץ.


אַ חתונה, אַ יום־טובֿ ן
צי האָט מיך װער פֿאַרבלענדט ן
די שיך ־— אַזױנע נאָנטע
אױף ס'נײַ איך האָב דערקענט.

עס קלאַפּן די אָפּצאַסן:
וּװּהין, וּװּהין, וּוּוהין ן
פֿון אַלטע װילנער גאַסן
מע טרײַבט אונדז קײן בערלין.

איך דאַרף ניט פֿרעגן ו ו ע מ ע ס,
נאָר ס'טוּט אין האַרץ אַ ריס:
אָ, זאָגט מיר, שיך, דעם אמה,
װו זענען זײ די פֿיס אַ

די פֿיס פֿון יענע טופֿל
מיט קנעפּעלעך װי טױ, ־—
און דאָ ־—־ װוּ איז דאָס גופֿל,
און דאָרט וּװּ איז די פֿרױ ן
           



175
                 אין קינדערשיך אין אַלע
                 װאָס זע איך ניט קײן קינד ן
                װאָס טוט ניט אָן די כּלח
                די שיכעלעך אַצינד 9
                 

דורך קינדערשיך און שקראַבעס
                כ'דערקען מײַן מאַמעס שיך 1
                 זי פֿלעגט זײ בלױז אױף שבת
                 אַרױפֿצוען אױף זיך.
                 
און ס'קלאַפּן די אָפּצאַסן:
                 װוּהין, װוּהין, װּוּחין ז
װדז▮ךעד     פֿון אַלטע װילנער גאַסן
      מ19     מע טרײַבט אונדז קײן בערלין.
                           


















6ץ1
                                    פֿאָר נאָכט
                 

זײ צוען זיך, שאַרן אין רײען, אין פּאָלקן,
                 איך זע מער ניט קײנעם, נאָר פֿיל זײער גאַנג.
                 װי פֿײגל אין פֿלאַטער פֿון הינטער אַ װאָלקן ▮
                 געשטאַלט נאָך געשטאַלט מיט באַזונדערן קלאַנג.
                 
דוּרך מיר, דורך מײַן דימיון זײ צוען זיך אַלע,
                 און יעדער געפֿינט דאָרט זײַן חלום און.—. זיך.
וײַז▮ךעד     עס װערט מיר אין ליכט פֿון מײַן בלינדקײט נתגלה
       1943     פֿון װּיפֿל נשמוה געקלעפּט איז מײַן איך.
                                      
























177
                צום קינד


צי פֿון הונגער,
צי פֿון גרױסער ליבשאַפֿט, —
נאָר אַן עדות איז דערבײַ דײַן מאַמע:
איך האָב געוּואָלט דיך אײַנשלינגען, מײַן קינד,
בײַם פֿילן װי דײַן גופֿל קילט זיך אָפּ
אין מײַנע פֿינגער,
גלײַך איך װאָלט אין זײ געדריקט
אַ װאַרעמע גלאָז טײ,
פֿילנדיק דעם איבערגאַנג צו קאַלטקײט.

װײַל דו ביסט ניט קײן פֿרעמדער, ניט קײן גאַםט,
אױף אונדזער ערד געבױרט מען ניט קײן צװײטן, ־—
זיך אַלײן געבױרט מען װי אַ רינג,
און די רינגען שליסן זיך אין קײטן.


קינד מײַנס,
װאָם אין װערטער הײסטו: ליבשאַפֿט,
און ניט אין װערטער ביסטו עס אַלײן,
דו —— דער קערן פֿון מײַן יעדער חלום,
פֿאַרחױלענער דריטער,
װאָס פֿון די װעלטישע װינקלען
האָסטו מיטן װונדער פֿון אַן אומגעזעענעם שטורעם
צוּנױפֿגעבראַכט, צונױפֿגעגאָסן צװײען
צו באַשאַפֿן דיך און צו דערפֿרײען: —־.

פֿאַר װאָס האָסטו פֿאַרטונקלט דעם באַשאַף,
מיט דעם װאָס דו האָסט צוגעמאַכט די אױגן
און געלאָזט מיך בעטלערדיק אין דרױסן
                   





178
                צוזאַמען מיט אַ װעלט אַן אױסגעשנײטער,
                װאָס דו האָסט אָפּגעװאָרפֿן אױף צוריק ע
                
דיך האָט ניט דערפֿרײט קײן װיג,
                װאָס יעדער איר באַװעגונג
                באַהאַלט אין זיך דעם ריטעם פֿון די שטערן.
                עס מעג די זון צעברעקלען זיך װּי גלאָז —־
                װײַל קײן מאָל האָסטו ניט געזען איר שײַן.
                אַ טראָפּן סם האָט אױסגעברענט דײַן גלױבן,
                דו האָסט געמײנט:
                ס'איז װאַרעם־זיסע מילך.
                



—־ —־ ־— ־— — ־—. ־—. ־—. ־— ־— —־ ——.
                איך האָב געװאָלט דיך אײַנשלינגען, מײַן קינד.
                כּדי צו פֿילן דעם געשמאַק
                פֿון מײַן געהאָפֿטער צוקונפֿט.
                אפֿשר װעסטו בלוען װי אַ מאָל
                אין מײַן געבליט.
                

נאָר איך בין ניט װערט צו זײַן דײַן קבֿר.
                װעל איך דיך אַװעקשענקען
                דעם רופֿנדיקן שנײ,
                דעם שנײ —. מײַן ערשטן יום־טובֿ,
                און װעסט זינקען
                װי אַ שפּליטער זונפֿאַרגאַנג
                אין זײַנע שטילע טיפֿן
ועבז▮ךעד     און אָפּגעבן אַ גרוס פֿון מיר
      טמ     די אײַנגעפֿרירטע גרעזלעך —־ ־—. ־—.
                                  






9ץ1
                 פֿון אַ פֿאָרלױרענער פֿאָעמע
                 

מאַמע,
                 כ'בין קראַנק.
                 מײַן נשמה איז קרעציק.
                 און אפֿשר נאָך מער.
                                     .
                 ס'איז אַ געלער שגעון.
                 און דער זאַלב פֿון דײַן קוש
                 איז צו הײליק, ער זאָל
                 מיר באַהױכן צו מאָל
                 מײַנע װונדיקע דנאָען.
                 

נאָר אױב דאָס איז וּואָר,
                 אַז דו ליבסט מיך װי שטענדיק
                 דעם צוּױיטן נאָך גאָט ־—
                 איז מײַן לעצטער געבעט און געבאָט:
               .—. דערשטיק מיך 1
                 דערשטיק מיט די מאַמישע פֿינגער
                 װאָס האָבן געשפּילט
                 אױף מײַן וּוערבענעם װיגל.
                 

װּעט מײנען:
                 דײַן ליבשאַפֿט איז שטאַרק װי דער טױט.
                 װעט מײנען:
                 דו האָסט מיר דײַן ליבשאַפֿט פֿאַרטרױט.
                 אוּן איך װעל פֿאַרקערן
                 אין אײדער־מײַן־װערן
                 און זײַן און ניט זײַן
                 װי אַ שטערן
װילנער געטאָ     אין וּוּאַסער.
                           




180
     און אָזױ זאָלטטו רײדן צום יתום


און אַזױ זאָלסטו רײדן צום יהום,
װען יענער װּעט הײבן פֿאַרחלשטע פֿױסטן
און פֿרעגן: װער בין איך ײַ

־— דײַן טאַטע האָט גלײביק פֿאַרהױבן זײַן קאָפּ.
איבער אים איז אַריבער אַ פֿינצטער געפֿלײץ
מיט קאָכיקן אַש
און צעשמאָלצענעם שװעבל.
און מיטגעשלעפּט אים,
זײַן װײַב,
זײַנע קינדער,
שול און בית־עולם.
און מיטגעשלעפּט אױך די פֿאַרגאַנגענע דורות,
און די, וּואָס באַהאַלטן
אין טראַכט פֿוּן דער צוּקונפֿט.
װײַל דער, װּאָס קוּמט אום,
דערהרגעט די דורוּת
װאָס יױרן אין אים
און װּאַרטן אױף אױסלײז, ——־
נאָר דו ביסט געבליבן,
ביסטו דער ירשן:
אַ זאָמענדל קדושה אין װינטישע פֿינגעך,
פֿאַרברעקלט אױף שטײנערדיק־חרובֿע פֿעלדער, ——־

אַ טײלכל, װאָס איז
אַ פֿאַרקלענערטע גאַנצקײט.

און אױב ער װעט פֿרעגן.
                       .
־— אוּן װי איז מײַן נאָמען ן
ענטפֿער דעם יתום.
                  .
                  


181
־—. דײַן נאָמען איז פֿאָלק,
װײַל אַזױ האָט געהײסן דײַן בערדיקער זײדע
אין אײביקן װאָגל אױף הינטישע װעגן.
און װײַל אין דײַן טראָפּן
ראַנגלען זיך װעלטן,
און פֿעלקער דיך שלאָגנדיק
װערן געשלאָגן
און פֿאַלן געבלענדטע
אױף אײגענע שװערדן, —.
איז װעב אין די נאַכטיקע פֿרעמדן
דײַן פֿרילינג,
ךײן װי אַ קװאַל
קעגן ליכט פֿון באַגינען.
װײַל דו ביסט אַ בלוטיקער נס
און אַלצײַטיק, ——.

אַ טײלכל, װאָס איז
אַ פֿאַרקלענערטע גאַנצקײט.

און אױב ער װעט פֿרעגן.
                        .
—־ פֿאַר װּעמען ז
איז ענטפֿער.
           .
—— פֿאַר יענע, װאָס װאָרצלען אַרױם פֿון דײַן חאַרצן
און װעלן דעם גײַסט פֿון מיליאָנען
פֿאַרװאַנדלען
אין אַ װאַרעמער הײם
פֿאַר אַלע יתומים.
פֿאַר די, װאָס אַלײן װעלן קנעטן דעם גורל
                 





181
                 נאָך אײגענעם חלום,
                 נאָך אײגענעם פֿורעם.
                 און דו, װאָס דײַן נאָמען איז פֿאָלק,
                 און דײַן פּנים ——.
                 אַ חרובֿע נעסט
                 אָן פֿײגל,
                 אָן טענער, —.
                 קלעטער אַרױף אױף די טרעפּ פֿון דער נאַכט,
                 באַגעגן דעם אױפֿגאַנג
                 און שרײַ אים אַנטקעגן:
                 —־ רײניק מיך, זוּן, אױף דאָס נײַ
                 און זײַ מוהל,
                 אַלץ װאָס געװען איז דעם גורלס אַ טעות.
                 
כ'װעל צוגרײטן אמתע טעג אַנשטאָט קבֿרים,
                 כ'װעל אױסבױען אײגענע שטעט מיט מײַן אָרעם.
געײַבהעד     און דאָרטן װּעט קומען די אײביקײט װױנען
       ט19     אוּן טעג װעלן לײַכטן אין גילדענע קרױנען 1
                                  















163
                      





,
                              װי אָזױז
                 

װי אַזױ און מיט װאָס װעסטו פֿילן
                 דײַן בעכער אין טאָג פֿוּן באַפֿרײַונג ן
                 ביסטו גרײט אין דײַן פֿרײד צוּ דערפֿילן
                 דײַן פֿאַרגאַנגענקײטס פֿינצטערע שרײַונג
                 װוּ עס גליװערן שאַרבנס פֿון טעג
                 אין אַ תּהום אָן אַ גרונט, אָן אַ דעק?
                 
דו װעסט זוכן אַ שליסל צוּ פּאַסן
                 פֿאַר דײַנע פֿאַרהאַקטע שלעסער.
                 װי ברױט וּועסטו בײַסן די גאַסן
                און טראַכטן: דער פֿרוער איז בעסער.
                 און די צײַט װּעט דיך עגבערן שטיל
                 װי אין פֿױסט אַ געפֿאַנגענע גריל.
                
און ס'וּועט זײַן דײַן זכּרון געגליכן
                צו אַן אַלטער פֿאַרשאָטענער שטאָט.
▮▮עובב▮ײַ     און דײַן דרױסיקער בליק וּועט דאָרט קריכן
      מ19     וּױ אַ קראָט, וּױ אַ קראָט —־. —־
                               















.18
                  אונטער דײַנע װײַטע שטערן
                 

אונטער דײַנע װּײַסע שטערן
                 שטרעק צו מיר דײַן װײַסע האַנט.
                 מײַנע װערטער זענען טרערן
                 װילן רוען אין דײַן האַנט.
                 
זע, עס טונקלט זײער פֿינקל
                 אין מײַן קעלערדיקן בליק.
                 אוּן איך האָב גאָרניט קײן װינקל
                 זײ צו שענקען דיר צוּריק.
                 
און איך װּיל דאָך, גאָט געטרײַער,
                 דיר פֿאַרטרױען מײַן פֿאַרמעג.
                 װײַל עס מאָנט אין מיר אַ פֿײַער
                 און אין פֿײַער —־. מײַנע טעג.
                 
נאָר אין קעלערן און לעכער
                 װּײנט די מערדערישע רו.
                 לױף איך העכער, איבער דעכער
                 און איך זוך: וּװּ ביסטו, װוּ ן
                 

נעמען יאָגן מיך משונה
                 טרעפּ און הױפֿן מיט געװאָי.
                 הענג איך ־— אַ געפּלאַצטע סטרונע
                 און איך זינג צוּ דיר אַזױ:
                 

אונטער דײַנע װײַסע שטערן
                 שטרעק צו מיר דײַן װײַסע האַנט.
װילנער געטאָ     מײַנע װערטער זענען טרערן
      1943     װילן רוען אין דײַן האַנט.
                             



185
                                   אין לעצטן גורל
                 

אין לעצטן גורל גיב מיר פֿרײד און װילן,
                 צו דערזען אַ פּאַלאַץ אין אַ חרובֿן געבײַ;
                 איך זאָל צו יעדער צײַט מײַן צײַט דערפֿילן
                 און אָנקלאַפּן מײַן גײַסט װי דורך אַ טורמעװאַנט: ביסט פֿרײַ.
                 
אין לעצטן גורל זעטיק מיך מיט גלױבן,
                 אַז מאָרגן װעלן זיבן זונען אוּיפֿגײן אין אַ טרער,
                 אַז ערגעץ נעמען שפּראָצן שױן אין אױסגעלײזטע שטױבן
                 גבורים־קערנער, מאַכטיקע מיט וּױלן און באַגער.
                 
אין לעצטן גורל טרײַב אין מיר אַ שטורעם,
                 אַרױסצורײַסן יעדער פֿלעק און װאַקלדיקן קלאַנג.
                 און שמעלץ װּי גאָלד מיך איבער אין דײַן פֿורעם,
                 די פּסולת זאָל זיך אָפּטײלן און בלײַבן זאָל געזאַנג.
                 
און גיב מיר ליבשאַפֿט צו מײַן מידער שׂינאה,
                 צום זשאַוּוּערדיקן טרױער ־—. קלאָרן מוּט.
זױלנע נײַע     אין לעצטן גורל ברענג מיך אין דער בחינה
       מ19      צו פֿילן, אַז דאָס ערגסטע לעבן, אױב עס ב ע נ ק ט —— איז גוט.
                                        














186
                 מײַן רעטערין


װער ביסטו מיר, ליכטיקע באָבע, דערצײל, —
צו האַלטן באַהאַלטן אַ פֿרעמדן אין הײל,
און ברענגען מיר מילך אַזױ הײמיש און זיס,
אַ שעפּסענעם פּעלץ אוּיף צעפֿרױרענע פֿיס,
און מענטשלעכן חלום און װאַרעמען ברױט,
און שמײכל —— געזאַנג פֿון דײַן קנײטשיקער הױט ז

דער װינט האָט געשפּונען געצעלטן פֿון שנײ
און איך װי אַ װינט האָב געװאָגלט דורך זײ.
אַהינטער מײַן פּלײצע געיאָגט האָט אַ װעלט,
אַ װעלט װאָס האָט קעגן דער װעלט זיך געשטעלט,
און איך, אין די שנײוקע פֿעלדער, אַלײן
בײַ װעלפֿישע פֿײַערלעך װאַרעם ס'געבײן.

אַ מאָל איז אַ מאַמע געװען און אַ װיג, —־
הײַנט טרינקט זיך די הײם אוּנטער רױכן פֿון קריג.
האָב איך זיך באַשװױרן: זאָל זײַן וּואָס װעט זײַן,
כ'װעל פּרװּון אין זיבעטער כאַטע אַרײַן,
געפֿינען אַ טרײסטװאָרט, פֿאַרקלעמט אין אַ ליפּ.
־—. סטוק־סטוק, אוּן די טיר האָט געגעבן אַ סקריפּ.

דו האָסט מיך באַגעגנט מיט ראָד פֿון אַ ליכט,
אַזױ װי דער גאַסט װאָלט ניט זײַן אוּמגעריכט.
דיך האָט ניט געשראָקן מײַן אײַזיקע באָרד
און ס'מעסער אין גאַרטל, געשליפֿן אױף מאָרד.
װּײַל ס'האָט זיך אַנטפּלעקט אין זײַן בלענדיקן בלאַנק
מײַן פּנים פֿאַר דיר, און דערבײַ ——. מײַן געדאַנק.

האָסט אונטערן דיל מיר געגראָבן אַ הײל,
געבראַכט אַ געלעגער, אַ לעמפּעלע אײל,
און לופֿט, מיט דער וּױיכקײט פֿון מאַמישע האָר,
                      

187
                 און קינדהײט, װאָס האָט ניט קײן אָרט און קײן יאָר,
                 אַ בלעטל פּאַפּיר װי פֿון װײַנשל דער בליט, ——.
                 אַ בלעטל אױף װעלכן ס'זאָל װאַקסן מײַן ליד.
                 
און וּוען כ'האָב געשפּיגן מיט בלוט אין דער גרוב,
                 דו האָסט אױף די הענט מיך געטראָגן אין שטוב,
                 געלײגט מיך אין בעט און גערופֿן אױף נאַכט
                 אַ דאָקטער, װאָס האָט מיך געהאָרכט און באַטךאַכט;
                 און כ'האָב דיך געזען דורך צעפֿיבערטן גלי:
                 דו שטײסט מיט אַ צלם פֿאַר מיר אױף די קני.
                 

דײַן גנאָד איז מיר שפּעטעך געװאָרן אַ קײט,
                 דער שנײ האָט די שאָטנס אין פֿעלד ניט פֿאַרשנײט.
                אין שלאָף האָבן קינדער געװאָרגן מיך: ▮דו
                האָסט אונדזערע טרערן פֿאַרביטן אױף רו 1▮
                און כ'האָב אין אַ נאַכט פֿון לבֿנה און פֿראָסט
                צוּריק צו דער געטאָ זיך װידער געלאָזט.
                
נאָר דו האָסט מיר מוחל געװען דעם אַנטלױף
                און ברױט מיר געטראָגן אױך װײַט פֿון דײַן הױף.
                ביז אײן מאָל דו קומסט אוּן דו ברענגסט מײַן פֿאַרלאַנג,
                אױף װעלכן איך האָב שױן געװאַרט אַזױ לאַנג:
                דאָס הײליקע ברױט, װאָס הײלט אױס און מאַכט זאַט ——
                אין מיטן דעם לאַבן עס ליגט אַ גראַנאַט 1
                
און װען דער גראַנאַט האָט געצילט אין דעם פֿײַנד,
                דײַן שװײַגיקע גוטסקײט פֿאַר מיר האָט געשײַנט.
                איך זע װי דו טראָגסט מיך פֿון הײל אױף די הענט
                אױף טרעפּ, דורך אַ טיר, צו אַ זון וּואָס דערברענט.
װילב נד:     און אָט —— גאָר דײַן האַנט איבער מײַנער זיך ציט
      פּ19     און ס'טוט זיך אַ ריס דער גראַנאַט און ער פֿליט 1
                                       

188
          קערנדלעד װײץ


הײלן, דערלאַנגט זיך אַן עפֿן,
צעשפּאַלט זיך פֿון אונטער מײַן האַק 1
אײדער די קױל װעט מיך טרעפֿן ־—
איך ברענג אײַך מהנות אַ זאַק.

אַלטינקע, תכלתנע דפֿן
מיט פּורפּור אױף זילבערנע האָר,
װערטער אױף פּאַרמעט, געשאַפֿן
דורך טױזנטער גרוּיזיקע יאָר.

וּױ בײַם באַשיצן אַן עופֿל ־—.
איך לױף מיטן יודישן װאָרט,
נישטער אין איטלעכן הײפֿל,
דער גײַסט זאָל ניט װעךן דערמאָרדט.


שטרעק אינעם שײַטער די אָרעמס
און פֿרײ זיך: דער עיקר איז דאָ 1
מײַנס איז נאָך אַמסטערדאַם, װאָרעמס,
ליװאָרנע, מאַדריד און יװואָ.


אָ, װי מיך פּײַניקט אַ שײמע
פֿאַרטראָגן אין רױכיקן װינט 1
ס'וּואַרגן מיך לידער געהײמע:
—־ באַהאַלט אונדז אין דײַן לאַבירינט 1
 
גראָב איך און פֿלאַנץ מאַנוסקריפּטן,
 און גיט מיר דער יואוש אַ פֿלײץ,
 קומט מיר אין זינען: עגיפּטן,
 אַ מעשׂה מיט קערנדלעך װײץ.
                



189
                דעמאָלט די שטערן דערצײל איך:
                אַ מאָל האָט בײַם נילוס געבױט
                 זײַן פּיראַמידע אַ מלך,
                צו קיניגן דאָרט נאָכן טױט.
                 
זאָל מען אין גילדענעם אָרון
                אָנשיטן, האָט ער באַפֿעלט,
                 קערנדלעך װײץ ——־ לזכּרוּן
                 פֿון אונדזער, דער ערדישער װעלט.
                 

נײַן טױזנט יאָר האָבן זונען
                 געביטן אין מידבר דעם גאַנג,
                ביז מ'האָט די קערנער געפֿונען
                 אין דער פּיראַמידע ניט לאַנג.
                 
נײַן טוּיזנט יאָר שױן פֿאַרגאַנגען 1
                 נאָר װען מ'האָט די קערנער פֿאַרזײט ——
                                                       ,
                 האָבן אין זוניקע זאַנגען
                 צעבליט זיך אַ בײט נאָך אַ בײט.
                 


—— ־—. —־ ־— —־ ——. ——־ ——־ ־— ־— ——־ ——.
                 אפֿשר אױך װעלן די װערטער
                 דערװּאַרטן זיך װען אױף דעם ליכט —־־
                 װעלן אין שעה אין באַשערטער
                 צעבלוּען זיך אױך אומגעריכט ז
                 
און װי דער אוראַלטער קערן
                 װּאָס האָט זיך פֿאַרװאַנדלט אין זאַנג, ־—.
                 װעלן די װערטער אױך נערן,
װילנער בע     װעלן די װערטער געהערן
       מ19     דעם פֿאָלק, אין זײַן אײביקן גאַנג.
                               



190
                                       צװײ טטראָפֿעט
                 

א
                 ניט זאָג: די צײַט איז שולדיק. צײַט איז בלױז אַ שפּיגל,
                 צעשפּליטערסט זי אין טעג און נעכט און אײביק בלײַבט זי גאַנץ.
                 אין אײנעם אַזאַ שפּליטער נאָך צאַנקט דײַן גךינע װיגל,
                 און גראָע האָר שױן בלדען אין אַ צוּױיטנס גלאַנץ.
                 


ב
                 דערפֿאַר וּוײַל ס'ברענגט די ערד אױך פֿאַר דעם רשע עפּל ▮
                 איז ניט צו מוּהל זײַן דער אוּמגערעכטער ערד.
װיײַ ▮ײַ.ע     און שולדיק איז די שװערד, װאָס בלאָנקעט אין אַ נעפּל
      מ19      װען אומגליק איז געקומען פֿ ר ו ע ר װּי די שװערד.
                                        






















191
                                  װערטער
                

אַראָפּשינדן, אַראָפּשאָבן פֿון מיר —־ טו מײַנע װערטער.
                ס'איז פֿױלנדיקע פֿלײש, איך דאַרף זײ ניט.
                און לאָז בלױז איבער אײנס: אַ װאָרט־נשמה,
                פֿאַרקנאָטן װי אַ ניגון אין גראַניט.
                
איך װעל די זון אַראָפּרײַסן און שרײַבן מײַן צװאח,
                אַז איך װעל װערן רײַך,
                אָן װערטער ־— רײַך.
װיײַ נײַק     און איבער כװאַליעס לעבעדיקע, בלאָע,
      ממ     אַװעקלאָזן מײַן זוניקע צװאה מיטן טײַך...
                                   























191
                 ליד צו די לעצטע


ניט מילבן זײַט איר, ־— יענע האָבן מוּט
צו ברענגען זיך דעם פֿײַער פֿאַר קרבנות.
און ניט קײן זאַנגען אונטער דרעש פֿון רוט,
אוּן ניט קײן גראָז צעטראָטן אָן רהמנוה.
נאָר װילט איר זיך דערװיסן ו ו ע ר איר זײַט ——
צום פֿאַלשן שפּיגל זאָלט איר זיך ניט קערן,
נאָר קנײַפּט אַרױס אַ רױע שטיקל צײַט
אוּן ברענגט צום נאָזלאָך —־־. װעט איר אײַער אוּמקום־ריה הערן.


אָ, ברידער מײַנע, הײבט אַרױף דעם קאָפּ,
דעם זינקעדיקן װי די זון, דעם קראַנקן.
איך וּוּיל אײַך זען אין אײַער זוּנק אַראָפּ,
פֿאַרנעמען מײַנע אײגענע געדאַנקען ,
                                      .

פֿאַרבלײַבט אַ רגע נאַקעט, אָנעם איצט.
נאָר לײענט זיך אַלײן, װי אַ פֿאַרברעכער
די אוּתיוּת אין זײַן טוּיטנצעל פֿאַרקריצט,
און טראַכט צי אײַער װײ קען גרײכן אײכיקער און ןקעכער 1


אָט נעכטן, דאַכט זיך, האָט איר נאָך געשפּינט
אַ זיכערקײט אוּן ניט געדענקט דעם שפּעטער.
געגרונטפֿעסטיקט אַ הײם אױף שטראָם און װינט
און אױפֿגעשטעלט אױף זומפּן־הײַטלעך געטער.
און יעדער אײנער האָט פֿאַרלײגט אַ שטעג
בכדי דעם צוּוּײטנס קוּנציק צו פֿאַרצאַמען.
                                            ,
און ניט געפֿילט: עס רינען אױס די טעג
און גרײטן צו אַ דערנערשן געטראַנק פֿוּן לױטער סמען.
                       







193
אַ חיה, אַז מע לױערט אױף איר גאַנג ־—־
זי לאָזט באָדײַ איר פֿעל און פּרװוט אַנטךינען.
בלױז איר האָט ניט געפֿילט שוּין קײן געפֿאַנג,
איר האָט געמײנט: די פֿײַל װּעט ניט געפֿינען.
מיליאָנענװּײַז געװּעזן זײַט איר ק י י נ ס
אוּן יעדער האָט געמײנט ב ער איז מיליאָניק.
אוּן װו אַ װאָרט אַן אײגנס און אַ רײנס ־—.
                                                                       .
האָט איר פֿאַרשפּײַט, און פֿרעמדע מיסט אַרומגעלעקט װי האָניק.

און איצטער, װען די שרעק פֿוּן טוּיזנט יאָר
האָט אײַך באַרינגלט מיט די שװאַרצע פּלױטן,
פֿאַרשאָלטן אײַך צו זײַן דער לעצטער דור,
אין פֿאָלקס־מנורה ־— יאָרצײַטיקע קנױטן;
װען יעדער איז אַלײן אַ דאָרף, אַ שטאָט,
געקלעפּט פֿון וּוײַב און קינדס פֿאַרגליװערט פּנים ־—
צי האָט דעם חורבנס צאָרנדיקער זאָט
דערגרײכט כאָטש אײַער פֿוסטריט און געלאָזן דאָרט סימנים?

צי האָט איר זיך צעעפֿנט װי בײַ נאַכט
אַ װּאַלד, באַפֿאַלן פֿון אַ האָרדע בליצןז
געפֿילט כאָטש װי דער באָדן ברוּמט און קראַכט
און ק י י נ ע ר איז ניטאָ אײַך צו באַשיצן ן
איר האָט זיך ניט געביטן אוּיף אַ האָר,
אַנטלאָפֿן איז פֿון אײַך געפֿיל און שפּירונג.
אַ דאָרן זײַט איר איצטער, ניט קײן דוּר, ——.
פֿאַרברענטע שערבלעך אײַער קוּואַל אוּן שפּינװעבס אײַער צירונג.
                            






.19
                און שלעכט זײַט איר צו זיך... צום שׂונא —— גוט.
                איר העלפֿט אים נאָך אײַך גופֿא צו דערשטיקן;
                איר קושט פֿון זײַן געװּיסן אױס דאָס בלוט
                און װּאַרט פֿון אים זיך אײַנגערעדטע גליקן.
                און װאָלט איר גלײביק זײַן —־ װאָלט איר מסהם
                פֿאַר אײַער גוּטן שׂונא טאָן אַ הפֿילה.
                װײַל אײַך אַלײן איז מדאוּס אײַער שטאַם,
                זײַן שײנקײט האָט איר אײַנגעפֿלעקט און מערקט עס ניט אַפֿילו.
                
עס שרעקט מיך אײַער פֿרײַשאַפֿט נאָך אַנאַנד,
                נאָך מער װּי מײַנע לעצטע דרײַ סעקוּנדן.
                צי װעט אײַך דען אַרײַנלאָזן איר לאַנד
                װף שטערן האָבן יום־טוּבֿ־ליכט געצונדן ז
                איך האַק מײַן שאַרכן אָן אַ שטײן און זוך
                אין שפּליטער זײַנעם טרײסט פֿאַר אײַך, די לעצטע.
                 וּוײַל איך כין אױך אַן אות אין אײַער בוך,
                און מ ײַ ן זון איז װי אײַערע אין פֿרילינג אַ פֿאַרקרעצטע.
                 
אָ, ברידער מײַנע, העלפֿט מיר זוכן טרײסט,
                 מײַן קאָפּ איז שױן צעהאַקט ־—־. און װאָס געפֿונען?
                 זאָל איטלעכער דערהאָרכן װי זי הײסט
                 און פֿוּן אַ װעלכן שטאָף זי איז געשפּונען.
                 זי מוז דאָך זײַן 1 אױב ניט איז אָן אַ האַפֿט
                 דעם מאָרגנס גאָלדיק־אױסגעװעבטע פֿאָנען.
װימ נײַ.ק     נאָר ס'פּאַסט פֿאַר אײַער שװאַכקײט ניט איר קראַפֿט,
       מ9ן     מיך עקלט דער געדולד פֿון אײַך, איר לעצטע פֿון מיליאָנען 1
                                       






195
                   יהואַש.


די ערד, ־— אַ בלינדער זשיפּענדיקער שטראָם, ־—
און אױפֿן שטראָם —— אַ בינטל קראַנקע הײַזער
וּױ רעשטלעך פֿון אַ שיף...
אין זײער טיף ־—
נשמות פֿון אַרױסגעהױכטע שעהען.
אוּן קינדער אין די װינקלען ——
גראָע טױבן אין אַ שטורעם,
פֿאַרקלאַמערטע אין זײער לעצטער מידקײט.

דאָס בינטל הײַזער טראָגט זיך שטראָם אַראָפּ,
אַנטקעגן קאָכט אַ קעסלגרוב
מיט יעדער בליק אַלץ נענטער.
געזעגעניש.
געפּלאַץ פֿון מאָרגנס.
װּערטער שײדן זיך מיט זאַכן ערבֿ זײער סוף.
נאָך אַ רגע,
נאָך,
און
מיט אַ מאָל ־—.
אַ נאָמען הײליק־אױסגעשמידט פֿון אַלטן גאָ7ד:
י ה ו אָ ש.
אוּן שױן פֿאַרגײט מיט קאַרשנבליטן
דער פֿאַרשמאַכטער טרױער.
קװאַלן בלאָ, מיט זונען אױף די דעקן,
שנירלען זיך פֿאַרבײַ די נאַכטיק־פֿלאַטערדיקע שױבן
און װאַרטן מע זאָל עפֿענען.
און אַנשטאָט גרוב און קעלער —־.


. געשריבן צו די יהואָש־פֿײערונגען אין װילנער געטאָ
                    



196
                 טורעמט צװישן צעדערן אַ טעמפּל
                 מיט זײַלן אױסגעקנאָטענע
                 אױס דעם געבײן פֿון דורוּה. —־־ ▮־. —־.
                 

סאַראַ מאַכטרק־אוּיפֿגעװּאָכטער יוּם־טובֿ 1
                 סאַראַ ליכטיק־ריכטיקע דערקענטשאַפֿט 1
                 יעדער פֿוּן די גוססדיקע קינדער אין די ךױנקלען ——־
                 איז איצט פֿאָרװּאַנדלט אין אַ יונגן נכיא,
                 געוּךאַשן אינעט ערשטן טוּי
                 פֿון שנײוק־װּײַסע רוּיזן.
                 און אוּיף די ליפּן ——.
                 בענטשונג אךן נבֿואה,
                 אײַנגעוּוּעבט מיט זעוּנגען
                 פֿון אױסגעלײזטער פֿרײד,
                 פֿון יובֿלדיקן פֿאָלק.
                
דער טױט אַלײן דערשרעקט זיך פֿאַר דער שײנקײט,
װיײַעךבײַע     און טרײַבט אַוּועק צוריק
      מ9ז      זײַן בלאָטיק־רױכערדיקן קעסל.— ־—. —־.
                                 













ץ19
                                     אָ רגע
                

אַ רגע איז געפֿאַלן װי אַ שטערן,
                האָב איך זי אָנגעכאַפּט אין מײַנע צײן,
                און װען זײ האָבן אױפֿגעהאַקט איר קערן,
                האָט אױף מיר אַ שפּריץ געטאָן אַ קיניגרײַך געװײן.
                
און יעדער טראָפּן האָט פֿון זיך געשפּיגלט
                אַן אַנדער חלום און אַן אַנדער מײן:
                דאָ —־ אַ װעג מיט טױזנט הענט באַפֿליגלט;
                דאָ ——־ אַ בריק צום חלום צו דערגײן;
                
און דאָ ־—. מײַן זײדע מיט אַ שלאַנג צוקאָפּן;
                און דאָ —— מײַן קינד צעשמעטערט אָן אַ שטײן.
װי▮עדאַ▮ה     כ'האָב אוּיך געפֿונען דאָרט אַ פֿרײַען טראָפּן,
      פּמ     האָב איך אין אים פֿאַרשלאָסן זיך אַלײן.
                                     




















.19
          אַ נעם טאָן דאָס אײַזן


די יוחוסדיק־אַלטע געשיכטלעכע װונדן —־
עס האָבן די זײדעס אין תּפֿילין געבונדן.
מיר טראָגן זײ אָפֿן, אָן צודעק, אָן פּאַנצער,
דאָס איז אינעם פּײַן דער פֿאַרמעגן דער גאַנצער.
נאָר אױכעט די װּוּנדן צערױבן די שׂונאים,
פֿאַרברענען, דערשטיקן מיט ערד די סימנים.
און מיר װאַרטן שטיל, אַז אַ נס װעט זיך װײַזן ן
   

ניט װאַרטן באַרוט,
   מיט בלוט פֿאַר בלוט ־—
   אַ נעם טאָן דאָס אײַזן 1

מיר קענען די גופֿן אין גײַסט ניט פֿאַרװּאַנדלען
און פֿרײדיק אין ליכטיקע שײַטערן װאַנדלען.
נאָר ס'אײַזן פֿאַרקערן אין גײַסט קענען יאָ מיר,
װען ס'טרײַבט אונדז דער טײַװל צום שעכטהױז, טאָ לאָמיר,
און פֿרײַ אין דער ליבע, און שטאָלץ אין דער גלײבונג:
דאָס פֿאַלן זאָל װּערן דעם פֿאָלקס אַ דערהײבונג,
אוּן דעמאָלט — מיר װעלן די שאַנד איבערשפּרײַזן.
   

ניט וּוּאַרטן באַרוט,
   מיט בלוּט פֿאַר בלוט —.
   אַ נעם טאָן דאָס אײַזן 1
                   









199
                זאָל אָפּדאַרן יענעם דער אָרעם דער רעכטער,
                אױב ער װעט ניט װאַרפֿן זיך קעגן דעם שעכטער 1
                מיר מוזן דערפֿילן די לעצטע געבאָטן
                פֿוּן אַלע, פֿאַרשלוּנגען אין אײביקן שאָטן;
                עס זאָל ניט פֿאַרשעמט זײַן דאָס הײליקע פֿלעמל,
                װאָס צאַנקט און גײט אױס אינעם אַשיקן דרעמל,
                און האָט ניט קײן כּוח מיט וּואָס זיך צו שפּײַזן.
                   

ניט װאַרטן באַרוט,
װ▮ײַךב'ײַע        מיט בלוּט פֿאַר בלוט —־
      ממ        אַ נעם טאָן דאָס אײַזן 1
                                      






















300
                                    משה
                

װער איז די פֿרױ װאָס פֿלאַטערט מיר אַנטקעגן,
                און בײַ איר ברוסט אַן עופֿעלע אין דרעמל ן
                זי פֿלאַטערט דורך צו דער װילועס ברעגן
                און אױף איר ברוסט דאָס קינד —— אַ ציטערנדיק פֿלעמל.
                
זי אײַלט צום ברעג, זי שפּרינגט אין דער װילוע,
                און גראָבט זיך אײַן אין רױשנדיקע שטראָמען.
                דאָס קינדעלע באַזעצט זי אוּיף אַ קרוע
                און זי ־—. נעמט זינקען, זינקען אין די ההומען.
                
װי װײַט איז די װילוע פֿון דעם נילוס ן
                אין זעלבן װאַסער צוען זיך מעת־לעתן נאָך מעת־לעתן,
                און גרױל פֿון אײביקײטן האָט דאָך אַ רגילות
                באַנײַען זיך ־— דער מענטש זאָל ניט פֿאַרגעסן.
                
זי שטרעקט אַרױס צום לעצטן מאָל די פֿינגער
                און שלעפּט די שקיעה מיט אין ההום. די כװאַליעס שװימען
                איר אַריבער שטראָמיקער און גרינגער
                און אױפֿן ברעג ־— איך בלײַב אַלײן אַ סימן.
                
די קרוע טראָגט דעם פֿרילינג אַ מתּנה:
                אַ דרעמלקינד אין פֿרירנדיקע טרערן.
װ▮עײַ.אָדע     און איך באַגלײט עס ביז צו דער לבֿנה
      מ19     און זאָג: אַ נײַער משה זאָלסטו װערן 1
                                    








301
                             יעדער שעה, יעדער טאָג
                    

יעדער שעה, יעדער טאָג, —־.
                    איז מער ניט קײן שעה,
                    איז מער ניט קײן טאָג,
                 ס'איז אַ גרײטער מזבח בײַ דיר אין געבײן,
                 װוּ פֿאַרשלונגען װערט אַלץ, וּואָס דו פֿילסט, װאָס דו זעסט,
ע▮ע..אָדע     און דו זינגסט נאָך דערבײַ, װען דו פֿרעסט
      מ19     זיך אַלײן.
                                       


























301
עס פֿליט אַרײַן אַ פֿלאַטערל


עס פֿליט אַרײַן אַ פֿלאַטערל
פֿון ערגעץ העט, פֿון אױבן,
און עפֿנט אַ טעאַטערל
אין אױסגעהאַקטע שױבן.

דאָס פֿלאַטערל —— געװען אַ מאָל
אַ װאָרעם אונטער שטײנער.
אַצינדער זע דאָס פּנימל —־
ניטאָ נאָך אַזאַ אײנער.

די קינדער, די פֿאַרריגלטע
און צװישן װענט באַהאַלטן —־
זײ װאַכן אױף באַפֿליגלטע
פֿון שטיקעדיקע שפּאַלטן.

דאָס פֿלאַטערל אַ גילדערן
עס מורמלט: שטילינק, שטילינק.
נאָר קינדער שפּרינגען, פּילדערן:
עס איז אַרײַן דער פֿרילינג 1


אוּן מער ניט קײן געבױגענע
זײ צוּען זיך אים פֿאַנגען.
זײ לױפֿן רעגן־בױגענע
מיט הענטלעך אים דערלאַנגען.

דאָס פֿלאַטערל, דאָס פֿלאַטערל
מיט גאָלד באַצירט די חורבֿות. ——
אַ כּישופֿדיק טעאַטערל
עס שפּילט צוּ דער נאַטוּר װאָס.
          



303
                און װי עס שפּילט ־— באַגךאָזן זיך
                די אָפּגעברענטע בײטן.
                און יונגע װּינטלעך לאָזן זיך
                 אַ בעזן־ריח שפּרײטן.
                

דער אָפּגעדאַרטער קאַרשנבױם
                ער װּערט אַ ▮מענטש▮ װי אַלע.
                 ער װערט אַלײן זײַן ירשנבױם
                 אין װײַסן, װי אַ כּלה.
                 
דאָס פֿלאַטערל, דאָס פֿרילינגל
                 נעמט זינגען װי אַ פֿױגל.
                 עס בליט אַ בלוּיונק בלילינגל
                 בײַ איטלעכן אין אױגל.
                 
נאָר אומגעריכט דאָס פֿלאַטערל
                 פֿאַרפֿליט אַהינטער דראָטן.
                 עס לעשט זיך דאָס טעאַטערל,
                 פֿאַריתומט בלײַבט דער שאָטן.
                 

און אױף דער דראָט ־— באַהאַנגענע
                 עס בלוטיקן די קינדער.
ןױלנע▮▮עו     װי פֿלאַטערלעך געפֿאַנגענע
       ממ     זײ ראַנגלען זיך אַצינדער.
                             








.30
                      אַ הלום


אַ גאַנצע נאַכט געװײנט, געביסן זיך די ליפּ,
און ניט קײן לופֿט־—די ריחות פֿון פֿאַרגאַנגענהײט געשלונגען.
די נאַכט ־—. אַ מידבר שלענג, מײַן לײַב —־ אַ רױטע זיפּ,
צוּױי פֿײגל אױף אַ ים אין שטורעם —־. די פֿאַרװונדטע לוּנגען.


און ס'האָט אין מיר גערעדט אַן אומבאַקאַנט גערײד,
געמישט מיט קילן גראָז, מיט פֿרילינגטױ און שטערן:
▮אָ, װײ מיר, איך צערין צוזאַמען מיט מײַן פֿרײד,
צי װעט פֿאַרבלײַבן כאָטש אַ טײלכל פֿון מײַן קערן ז

מיליאָנען יאָר געבענקט, געדרימלט אױפֿן גרונט
פֿון װעלטישן זכּרון װי אַ פּערל אונטער װאַסער.
װוּ איז די האַנט, װאָס האָט געצױגן מיך פֿון גרונט,
צי װאַרפֿט זי מיך צוריק אונטערן זעלבן װאַסער ן


װוּ איז מײַן ערשטער טאָג און װאָס באַטײַט מײַן סוּף
אַצינד, װען איך פֿאַרשװינד, זיך אױסצוטאָן פֿון פּנים ן
אַנטפּלעק פֿאַר מיר דעם סוד אין כּישופֿדיקן שלאָף,
צי װעט דען פֿון מײַן א י ך ניט בלײַבן קײן סימנים ן▮

טוט מיט אַ מאָל אַ שלאָג אַ װּירבלדיקע האַנט,
פֿאַרװיקלט מיך אין װינט, אין בליציקע געװעבן,
אוּן טראָגט אַװעק מײַן גוף אין קבֿרדיקן לאַנד,
װוּ ס'הערשט די טױטקײט בלױז, פֿאַרזיגלט מיטן לעבן.

דערזע איך רונד אַרום אַ פֿעלד מיט רױטן מאָן
און צװישן מאָן ־— סקעלעטן אָנגעטאָן אין טוּיען.
און יעדער איז באַקאַנט, כאָטש נעם און רוף אים אָן
און דאָס פֿאַרקרימטע מױל טו קושן און פֿאַרטרױען.
                        



305
                און כ'הער אַ שטים: ▮ניט מײן, אַז טױט איז טאַקע טױט,
                פֿאַראַן אַ טײל, װאָס בענקט װי אומגעשטילטע ליבע.
                אָט רײַס איך אױס דעם טײל בײַ דיר אונטערן הױט
                און לאָז אים גײן פֿאָרױס, באַפֿרײַט פֿון מוז און סיבה▮.
                
דערפֿיל איך װי די האַנט שױן ברענט אין מיר און רײַסט
               פֿון אינגעװײד אַרױס אַ פֿינקלדיקן עיקר.
                און ס'טראָגט זיך מיר פֿאַרבײַ אין איך־געשטאַלט מײַן גײַסט
               און גלײַכצײַטיק צעפֿאַלט מײַן ערדן־גוף אין שטיקער.
                
און צװישן רױטן מאָן מיט שטענגעלעך פֿון װינט —
                עס װאַלגערט זיך מײַן גוף און זינגט מיט די־אָ סטראָפֿן
ױלנענ▮▮ײַ     אַן אָפּשײדליד צום גײַסט, װאָס שטראַלט אַרױס, אַנטרינט
      ממ     און טראָגט אַ נײַע בענטשונג און אַ נײַעם האָפֿן.
                                          



















306
              די לערערין מירע


מיט לאַטעס אױף לײַבער, צעשניטן אין פּאַסן,
מע טרײַבט אוּנדז אין געטאָ, עס גײען די גאַסן.
די הײַזער באַגלײטן אױף אײביק געזעגנט
און שטײנערדיק װערט יעדער גזירה באַגעגנט.

אין הפֿילין װּי קרױנען מאַרשירן די זקנים,
אַ קעלבעלע גײט מיט אַ דאָרפֿסיוד אין אײנעם.
אַ פֿרױ שלעפּט אַ גוסס פֿאַרקלעמט אין די נעגל,
אַ צװײטער ־— אַ בינטעלע האָלץ אױף אַ וּועגל.

און צוּױשן זײ אַלע ־— די לערערין מירע.
אַ קינד אױף איר אָרעם ־—־ אַ גילדענע לירע.
אַ קינד אױף איר אָרעם, בײַם הענטל —־ אַ צװײטן,
אַרום די תּלמידים באַגלײטן, באַגלײטן.


און קומט מען צו יודישער גאַס, איז אַ טױער,
נאָך װאַרעם דאָס האָלץ װי אַ קערפּער אַ רױער.
און גלײַך װי אַ שליוז פֿאַר געטריבענע שטראָמען,
ער טוט זיך אַן עפֿן, פֿאַרשלינגט אין די ההומען.

מע יאָגט איבער חורבֿות אָן ברױט און אָן פֿײַער,
דאָס ברױט איז אַ בוך און דאָס ליכט איז אַ בלײַער.
פֿאַרזאַמלט די קינדער אין חרובֿער דירה,
עס לערנט זײ װײַטער די לערערין מירע.

זי לײענט זײ שלוּם־עליכמס אַ מעשׂה,
עס פֿינקלען די קינדער און לאַכן בעה־מעשׂה.
זי פֿלעכט זײ מיט בלאָונקע סטענגעס די צעפּלעך
און צײלט איר פֿאַרמעג: חונדערט דרײַסיק די קעפּלעך.
                    



ץ30
צו גלײַך מיט דער זון איז די לערערין מירע
שױן װאַך און זי װאַרט אױף די קינדערלעך אירע.
זײ קומען. זי צײלט. אָ, ניט צײלן זײ בעסער 1 ——.
דורך נאַכט האָט דאָ צװאַנציק פֿאַרשניטן אַ מעסער.

איר הױט װערט אַ שױב אין פֿאַרנאַכטיקע פֿלעקן,
נאָר ס'טאָר זײ ניט מירע די קינדער אַנטפּלעקן.
פֿאַרבײַסט זי אַ ליפּ און מיט גבֿורה באַנײַטער
דערצײלט זי פֿון לעקערטן, מונטערט זײ װײַטער.

דורך נאַכט האָט אַ גראָקײט באַצױגן די הײפֿן,
און גראָ װערט דער לעךערינס האָר אױף די שלײפֿן:
זי זוכט אינעם קעלער איר מאַמען דער בלינדער —
צוזאַמען מיט איר פֿעלן זיבעצן קינדער.

װען זון האָ'ט די בלוטן געטריקנט, האָט מירע
באַהאַנגען מיט גרינס די פֿאַריתומטע דירה.
                                           .
־— געקומען דער לערער גערשטײן, מע װעט זינגען
דער כאָר זאָל אַריבער די טױערן קלינגען.

שױן קלינגט עס: ▮ניט װײַט איז דער פֿרילינג▮. נאָר אונטן
די העק אוּן באַגנעטן צעטרײסלען די גרונטן.
מע שלעפּט פֿאַר די האָר פֿון די קעלערס און לעכער.
▮ניט װײַט איז דער פֿרילינג▮ פֿאַרקלינגט אָבער העכער.

שױן זעכציק פֿאַרבליבן אָן שװעסטער, אָן מאַמען,
די לערערין מירע איז אַלע צוזאַמען.
ס'איז נאָענט אַ יום־טובֿ, איז, טײַבעלעך, קינדער,
אַ פֿאָרשטעלונג דאַרף מען באַװײַזן געשװינדער 1
                       



306
                צום יום־טובֿ ——. ניטאָ מער װי פֿערציק. נאָר איטלעך ▮
                מיט װּײַסינקן העמדל, מיט ליכטיקע טריטלעך.
                די בינע איז פֿריש מיט אַ זון, מיט אַ גאָרטן,
                מע קען אַזש אין טײַכל זיך אױסבאָדן דאָרטן.
                
בײַם לײענען פּרצעס דריטע מתּנה
                האָט אונטערגעזעגט דאָס געבײַ די סכּנה.
                זײ האָבן געכאַפּט 1 און פֿאַר טאָג איז געבליבן
                פֿון הונדערט מיט דרײַסיק, בלױז מירע און זיבן.
                 
אַזױ, ביז די האַק האָט צעשפּאָלטן דעם זינען,
                איז מירע אַ בלום און די קינדערלעך ־— בינען.
װילנײַ▮ײַר     שױן גראָ איז די בלום און פֿאַרװעלקט אירע גלידער
      מ19     נאָר מאָרגן אין טױ װעט זי אױפֿבלדען װידער.
                                     



















309
                                קלאָרקײט
                

פֿרישע, פֿרילינגדיקע בלװנג —־
                וּוײַסער מלאך אױפֿגעבליט דורך נאַכט,
                בלאָז אַרײַן דײַן ריח
                אין מײַן טראַכטן.
                גראָז אַרײַן דײַן פֿרײדיקן נצחון
                אין מײַן בענקשאַפֿט ,
                                   .
                און גיב מיר קלאָרקײט צו דערפֿילן ס'קלאָרע,
                װי דאָס פֿילן איצטער דײַנע אױפֿגעװאַכטע װאָךצלען,
                װאָס דײַן אָפּשײַן לײַכט זײ פֿון דער הײך...
                און זײַ פֿאַר מיר אַ גרום.
                אַ נײַער מענטש.
װילנעךעט     אַצינד װען איך פֿאַרשלינג דיך דורך אַ פּלאַנקען,
      פּ19     אין האַרטן מאַרש אױף בײנערנעם, לװיהדיקן ברוק.
                                   




















310
                רעדט צו מיר די צוקונפֿט


איך זע דיך פֿון דער װײַטן, אינעם ציךקל פֿון מײַן הערשאַפֿט:
נאַקעט, מיט אַ שטײן אין פֿױסט,
מאַרשיךסטו מיך אַנטקעגן.
עס ךײכערט זיך אױף דיר דײַן הױט אין ביטערלעכן צאָרן,
דײַן װילן איז צעבראָכן װי אַ שװערד אין פֿיל חלקים.
גרינע אױגן ־—. גיפֿטיקע נקמה.
און הינטער דיר —. אַ האַלבע ערד אין צאַפּלדיקע קבֿרים,
און דיך פֿאָךױס ־— אַ װעג, װוּ יעדער שטױכל איז געװײן,
געװײן פֿון דער געבױרנשאַפֿט, װאָס האָט ניט קײן אַנטרינונג. ——
   
שלײַדערסטו דײַן שטײן אין מ י ר
   מיט צאָרנדיקער מאָנונג,
   עס זאָלן מײַנע פּירות
   דיר אַ פֿאַל טאָן צו די פֿיס ——

פֿאַרװאָר 1 איך בין אַ בױם,
אַ הױכער, דורכזעוקער בױם 1
די צײַט איז ניט דער אָטעם פֿון מײַן פֿרײַהײט. ——.
אַ לופֿטן־פֿעלד
אַװוּ איך זײג דאָס חיות.
און מײַנע װאָרצלען גלוסטן ניט קײן בלוט און קײן מלחמות,
נײַערט ליבשאַפֿט איז דער הײסער גלוםט פֿון זײעך דאָךשט,
ליבשאַפֿט פֿאַרבאַחאַלטענע אין בראשיתדיקע טיפֿן.


און דו ן ▮
ניט שולדיק ביסטו פֿאַר דאָס כאָךכלענדיקע רױטם ז
טראָגט זיך ניט אין שטראָם דײַן מיטשולד
װי אַ טראָפּן בוּימל ז
איז ניט פֿאַרסמט דײַן צײַטגעטראַנק
מיט צוגעגרײטער שׂינאה?
                         


311
 דערפֿאַר איז אומצײַטיק ביז גאָר די פֿרוכט אױף מײַן געצװײַג,
 האַרב און ביטער.
 זײער פֿאַרב ־— ניט אױפֿגעגאַנגען זונליכט,
 זײער זאַפֿט ־—. אַדורכגעפֿלעקט מיט זינד,
 זײער בענקען ־—. מערער נאָך דערװײַטערט.
און זע: אַ װאָלקן, אָנגעזױפֿט מיט פּעסט
קלעטערט פֿון די שלאַכטפֿעלדער
אַלץ העכער צו מײַן אָטעם 1

נעמען ציטערן אוּיף מיר די וּוײַס־און־שװאַרצע בלעטער —־
די טעג און נעכט פֿאַרזיגלטע מיט ניט־געפּלאַצטן שוּוּײַגן.
)זײ ציטערן פֿון װעגן דער פֿאַרשלאָסנקײט פֿוּן גורל(.
װײַל ניט געזעטיקט יאָמערט איצט אין רױמען
זײער בענקשאַפֿט.

מוז איך שטאַרקער שלאָגן מײַנע דאָרשטנדיקע װאָרצלען,
שלאָגן זײ — נאָך אײַנגעשפּאַרטער דורך דער צײַטס מידבריות,
ביז מײַן קאָפּ גרײכט ה ע כ ע ר
פֿונעם חיהדיקן װאָלקן.
און צעשױבערט רײַסן זיך די בלעטער פֿון מײַן לײַב
אוּן יאָמערן,
װי ס'יאָמערן די מענטשן אין מײַן שאָטן.

און דו ן אַנשטאָט צו טרײסטן מ י ך,
צו מוטיקן מײַן ליבשאַפֿט,
און אַקערן אױף ס'נײַ די צײַט
װוּ דו ביסט דער געביטער.—
שפּאַנסטו מיר אַנטקעגן, מיט אַ שאַרפֿן שטײן אין פֿױסט
און שלײַדערסט אים אין מ י ר,
עס זאָלן פֿאַלן מײַנע פּירות...
                       


311
                 שטראָף מיך ניט, געפֿאַנגענער, און קוק ניט אין דער הײך,
                 האָסט ניט פֿאַרמיטן שולד,
                 און שולד איז פּײַן,
                 און פּײַן איז אמת.
                 אױך איך, די צוקונפֿט, בין ניט פֿרײַ,
                 און װײסט װער ס'איז מײַן װעכטער ן
                 דער טראָפּן בלוט.
                 דאָס זעמדעלע.
                 און —— דו.
                 
ביז װאָנען כ'װּעל פֿאַרהײלן דײַנע שניטן
                 און אױסלײזן אין מענטשן־מין די פֿרײד ——
װילעג▮ײַו      לאָמיר בײדע הפֿילה טאָן צוּם ד ר י ט ן,
      מ19      און מאָנען בײַ דאָס בענקען אַ באַשײד 1
                                          


















313
                                   אַ בלימל
               

פֿאַרן װעלן דורכטראָגן אַ בלימל דורכן טױער
               האָט מײַן שכן זיבן שמיץ באַצאָלט.
               װי טײַער איז פֿאַר אים אַצינד דער פֿרילינגל דער בלױער, —־
               דאָס בלימל מיטן שװאַרצאַפּל פֿון גאָלד 1
װילבטה     טײַן שכן טראָגט זײַן אָנדענק אָן באַדױער:
      פּ19     דער פֿרילינג אָטעמט אין זײַן לײַב ־—. ער האָט אַזױ געװאָלט...
                                     

























.31
      דער געטאָ־פֿידלער


פֿון זינט ער הערט ניט זײַנע קלאַנגען, —
האָט אים אַ גראָע װאַנט פֿאַרשטעלט.
און װאָר און חלום איז פֿאַרגאַנגען:
די פֿידל האָט אים דאָ געפֿעלט.

אַװעק איז מיט איר קלאַנג באַזונדער
זײַן קלינגעװדיקער גײַסט, די װעלט.
עס האָט זיך אָפּגעטאָן דער װוּנדער:
די פֿידל האָט אים דאָ געפֿעלט.


ער האָט זי אין געהײמען טרױער
פֿאַרגראָבן װי אַ פֿלאַש מיט וּוּײַן
אױף יענער זײַט פֿון שװעל און טױער
נאָך אײדער ער איז דאָ אַרײַן.

און אָן דער פֿידל װאָס באַטײַט ער ן
־—. אַ בײנער־פֿורעם אָן אַ דעק 1
עס רינט אַדורך די צײַט, גײט װײַטער,
און וּוּי געקומען, גײט אַװעק.


אַ טרער איז מער ניט װי אַ טראָפּן,
אַ װאָרט —־. אַ שטױבעלע אין װינט.
דער זונפֿאַרגאַנג בײַ אים צוקאָפּן
איז גראָ נאָך אײדער ער צערינט.

און ס'לעבט דער מענטש װי אין אַ שפּיגל,
ער לעבט און װײס ניט װאָס ער טוט.
און בלוט אױף שטײנער און אױף ציגל —־
עס װײס ניט אַז מע רופֿט עס בלוט.
             



315
און ער האָט אײן מאָל מיט אַ רידל
בײַ נאַכט אַרױסגעשפּאַנט געהײם
צום אױפֿגראָבן די טרײַע פֿידל
אין ערד פֿון חרוּבֿדיקער הײם.

ער מוז די פֿידל טרעפֿן, טרעפֿן
און טרינקען פֿוּן איר קװאַל דאָס ליכט.
און ס'האָט געגעבן זיך אַן עפֿן
דער לעצטער אױפֿגעפּלאַצטער שיכט.

ער טוט אַ כאַפּ זי פֿון דער נידער,
די פֿידל װאַרפֿט אױף אים אַ שטראַל.
און בײַ די װענט ער שאַרט זיך װידער,
און קומט אין יודישן קװאַרטאַל.

און פֿאַר די זעלבע גראָע שטײנער
צעשפּילט ער זיך װי זײַן פֿאַרלאַנג,
אַז יעדער שטױב און שטײן װערט רײנער,
און װי אַ חערשער גײט דער קלאַנג.

און װערטער פֿרײען זיך װי קינדער,
און קינדער זענען גאָר מוזיק,
עס נעמען רירן זיך אַצינדער
די מתים, אױפֿגעװעקט פֿון סמיק.

און ס'קומען מחנות פֿון די גריבער —־
חבֿרים אָנגעטאָן אין טױ ־—
און אָט איז אױך דער זון דער ליבער
און אָט איז אױך די טױטע פֿרױ.
             



516
                און יעדער אײנער בײַם דערהערן,
                ער װערט געשטאַרקט, ער װערט באַהעלט,
                און טרערן זענען ניט קײן טרערן ־—..
                אין יעדער לײַטערט זיך אַ װעלט.
                
און אַלע שפּאַנען, אַלע גאַפֿן,
                דערזעען זיך צום ערשטן מאָל.
                דער קלאַנג האָט װידער זײ באַשאַפֿן
                מיט נײַעם האַרץ, מיט נײַעם קול.
                                                     
י
                
און בלוט אױף שטײנער איז אַ שטורעם,
                און יעדער װאָרט איז גאָר אַ שפּיז,
װילבןנדךײַ     און יעדער קעלער איז אַ טורעם,
      1943     און יעדער מענטש איז װאָס ער איז.
                              


















ץ31
                    געזאָנג פֿון אָ ייִדישן דיכטער אין 1943
                

צי בין איך דער לעצטער פּאָעט אין אײראָפּע ן
                צי זינג איך פֿאַר מתים, צי זינג איך פֿאַר קראָען ן
                איך טרינק זיך אין פֿײַער, אין זומפּן, אין ראָפּע,
                געפֿאַנגען פֿון געלע, געלאַטעטע שעהען.
                

כ'צעבײַס מײַנע שעהען מיט חיושע צײנער
                געשטאַרקט פֿון מײַן מאַמעס אַ טרער. דורכן טראָפּן.—
                דערזע איך ס'מיליאָניקע האַרץ, פֿון די בײנער,
                װאָס יאָגן צו מיר פֿון דער ערד אין גאַלאָפּן.
                
.
                
איך בין דאָס מיליאָניקע חאַרץ 1 בין דער חיטער
                פֿון זײערע איבערגעלאָזטע ניגונים.
                און גאָט, װאָס דער מענטש האָט פֿאַרברענט זײַנע גיטער,
                באַהאַלט זיך אין מיר, װי די זון אין אַ ברונעם.
                
זײַ אָפֿן, מײַן האַרץ 1 און פֿאַרנעם װי סע שפּראָצן
                געהײליקטע שעהען אין צוקונפֿטס מחשבֿה.
                פֿאַרגיכער, פֿאַראײַל זײער מאַכטיקן רצון,
                און זײַ אין דײַן צער זײער אָנזאָגער, נבֿיא.
                
און זינג פֿון די זומפּן, און זינג פֿון דער נידער,
                ביז װאַנען עס לעבט נאָך אַ טרער פֿון דער מאַמען 1
יױבוײַ▮ײַ     דערהערן דײַן קול זאָלן בײנערנע ברידער,
      טמ     די בראַנדיקע געטאָ, און ס'פֿאָלק ןץינטער ימען...
                                    








.31
      װי צװײ עקן פֿון אַ רעגן־בױגן


מיר זענען װײַט.
דער שטח צװישן אונדז —־.
דאָס איז מײַן בענקשאַפֿט.
װיפֿל שׂרפֿות, אומגליקן, מגפֿות,
מוען זיך מײַן בענקשאַפֿט צו פֿאַרשלינגען 1
נאָר זי לעבט.
פֿאַרשטיקט אין גרוב ־—־
זי לעבט.
און װי צװײ עקן פֿון אַ רעגן־בױגן,
פֿאַרקניפּט זי אונדז
פֿון בײדע זײַטן װעלט.


מיר זענען װײַט.
און װי אין טױטשרעק װערן פּלוצעם גראָ
די יונגע האָר ——
איז גראָ געװאָרן מײַן געזאַנג
װאָס האָט געשפּריצט מיט פֿאַרבן ,
                                  .
נאָר דו, פֿאַרשלײַדערט הינטער זיבן בערג, —־
ביסט דער טױ װוּ ס'קרײצן זיך די שטראַלן פֿון מײַן לעבן,
און שלאָגן אָפּ צוריק אַהער אין חורבֿה
און װערן ברױט מיט װאַסער פֿאַר מײַן גײַסט.

איך טרינק זיך אין מײַן בענקשאַפֿט
װי אין אַ טײַך מיט בלוט.
און דו ביסט מיר דער שטערנזאַמד פֿון באָדן
                   







519
                 װוּהין עס װאָרצלען, צוען מײַנע דאָרשטיקע שפּיצפֿינגער.
                 איך װײס,
                 װען ניט מײַן זיכערקײט אַז יעדער מײַן באַוּועגונג
                 שלאָגט זיך אָפּ אָן דײַנער
                 װי אַ כװאַליע אָן אַ כװאַליע, —־
                 װען ניט מײַן גלױבן אַז איך בין אין דיר
                 װי דו אין מיר, ־—־
                 װאָלט שױן לאַנג פֿאַרשלוּנגען מיך דער אָפּגרונט.
                 

נאָר מיט דיר,
                 כאָטש װײַט פֿון דיר,
                 מיט דיר,.—.
                 װּער קען מיר פֿאַרבאָטן טראַכטן, זינגען,
                 אַז דו, מײַן װײַטער פֿרײַנד,
                 ביסט איצט דער קערן פֿון מײַן װאָךט.
                 און אין דײַן װאָרט,
                 )װאָס איך נעם אָן פֿאַר מײַנס(
                 בליט אַ גרינע פֿרילינגדיקע שטאָט, ־—
                 און בײדע שפּרײַזן מיר דער שטאָט אַנטקעגן,
וןילנבזנ▮ד     באַגלײט פֿון אַ מאַראַנצן־בױם
      פּמ      אין אָוּונטיקער זון.
                                     












310
           די פֿעטטונג


:פֿ
די פֿעסטונג איז אַלט,
אַזױ טרױעריק אַלט,
אירע שטױבן ־—־ צעפֿאַלענע שטערן.
ס'האָבן זײדעס געקלעפּט איר געהײמע געשטאַלט
פֿון לײמען געװײקטע אין טרערן.

אַ האַלבן יאָרטױזנט געבױט און געבױט, ־—
אָ, װײַטע געדולדיקע
זײדעס 1

עס װאַכן פֿאַרקנאָטענע בײנער
אין װענט,
װי פֿונעם גורל די עדות.

און הער זײער קול:
   

ניט פֿאַרזאַם,
   ניט פֿאַרזאַם,
   רײניק
   דעם שטאָל,
   פֿאַראײניק
   דעם שטאַם.


אַ װאַנט קעגן שרעק, און אַ װאַנט קעגן טרױער,
און ס'אײגענע לײַב אין דער פֿעסטוּנג פֿאַרמױער 1
             







311
                ב
                בײַ נאַכט איז די פֿעסטונג פֿאַרלאָשן,
                בלױז די שׂינאה גליט.
                די גאַס האָט פֿאַרלױרן איר לשון —־
                די הײסע גאַלאָפּיקע טריט.
                
נאָר טיף אונטער אײַזן און לײם
                נעמען די שיכטן צעפֿאַלן:
                מע בױערט, מע בױט אין געהײם,
                עס צוען זיך ליכט דורך קאַנאַלן.
                
דאָ גראָבט מען אַ פֿעסטונג אַ צװײטע,
                אין שטײנערנעם צאָרן —— אַ שאַכט.
ןןילבןןנדר     און קנױטן פֿיבערן גרײטע
      מ19     אַ צונד זיך צו געבן אין שלאַכט.
                             




















311
                             פֿאַרברענטע פֿערל
                

ניט דערפֿאַר װײַל מײַנע װערטער װאַרפֿן זיך
                גלײַך װּי הענט צעבראָכענע נאָך רעטונג,
                ניט דערפֿאַר, װײַל צײנערדיק זײ שאַרפֿן זיך
                צו אַ לײַב אין פֿינצטערניש, ־—. נאָך זעטונג, —־.
                בלאָזסטו אױף די קױלן פֿון מײַן גרימצאָרן,
                דו געשריבן װאָרט, — מײַן װעלטס פֿאַרבײַטער;
                נאָר דערפֿאַר, װּײַל דײַנע קלאַנגען גלימצערן
                װי פֿאַרברענטע פּערל
                נאָך אַן אױסגעצאַנקטן שײַטער,
                און קײנער —־. אױך ניט איך — דורך טעג צעריבענער,
                דערקענט שױן ניט די פֿרױ אין פֿלאַם געװּאַשן,
װיבןךײַר     װאָס פֿון אַלע פֿרײדן איז געבליבן איר
      ד194     גראָ־פֿאַרברענטע פּערל אין די אַשן ——. —־
                                    




















313
             דער דיכטער


ער איז געלעגן אונטער טױזנט גופֿן,
מיט הײסן טריװאַקס אױפֿן קאַלטן אָטעם.
האָט מיט אַ מאָל אַ ניגון אים גערופֿן
און דורכגעגליט דאָס האַרץ װי אַ געבאָט אים.

דאָס האָט זײַן ניט געבױרן ליד זײַן היטער
געמאָנט, געמאָנט פֿון חלום־לאַנדם געװעבן:
־— ▮שטײ אױף, דו ביסט מײַן האַר און מײַן געביטער,
אָ, װער אָן דיר װעט ברענגען מיך צום לעבן ז▮


און װי עס איז דערגאַנגען צו דעם דיכטער
דער אונטערקלאַנג פֿון װערטער, שורות, גראַמען,
האָט אים באַקרױנט אַ טױ אין זיבן ליכטער:
—— ▮דערװּאַך 1 װי טאָר אַן אױסלײזער פֿאַרזאַמען 1▮

די טױזנט גופֿן װי פֿאַרפֿלײצטע זאַנגען
זײ האָבן זיך צעשפּאָלטן אױפֿגערירטע,
און ער איז פֿון דער אונטערערד געגאַנגען
אַ נאַקעטער און אױפֿן שלײף אַ מירטע.

זײַן הױט ▮־ װי רױטער װײַנטרױב קעגן פֿײַער —.
האָט ראָז באַמאָלט די װאָלקנדלעך אין הימל.
נאָר אױף די הענט, אין ליבשאַפֿט אין געטרײַער —־.
עס צוקט אַ מײדל אײַנגעװעבט אין דרימל.

אַ שנירל געלינק זאַמד אוּן ניט קײן פּערל
האָט פֿון איר האַלדז געפֿינקלט זון אַנטקעגן.
אוּן צװישן צאַרטע װדעס האָט אַ טרערל
די פֿליגעלעך צעפֿאָכט —— זיך צו באַװעגן.
                



314
                נאָר ע ר האָט אַלץ געמײנט —— דאָס איז דער ניגוּן.
                אוּן אָט דער ניגון איצטער בלוט און פֿלײש איז.
ךגעײַױײַעג     האָט ער גענומען שטאַרקער אים צעװיגן,
      מ19     און ס'האָט באַגאַרטלט זײ אַ װינט פֿון בראשית.
                                     





























315
                             צו דרײַסיק יאָר
                 

מײַן טאַטן האָט צו דרײַסיק יאָר געפּלאַצט דאָם חאַרץ
                 בײַם שפּילן
                 ר, לױ יצחקס ניגון אױף אַ פֿידעלע פֿאַר נאַכט.
                 די פֿידל האָט געצאַפּלט אױף זײַן אַקסל װי אַ קינד,
.               און איר שפּראַך ־—.
                 אַ ליכטיקער מאַגנעט ־—.
                 האָט צוגעצױגן
                 די װײַטע װעלט אין שאָטנדיקן כוטער,
                 װוּ איך, אַ זיבניעריקער בעל־חלום,
                 האָב אַרום די פֿאָטערלעכע קנוען
                 זיך געװיקלט.
                 
ס'איז געװען אין ליכטיקן סיביר.
                 געװען.
                 געװען.
                 אַ זונפֿלעק
                 צי די הײסע צונג
                 בײַם פֿרירנדיקן װאָלף ——.
                 האָט געלעקט די שנײען אױפֿן שײַבל
                 און ניט געקענט אַדורכשמעלצן אין גאַנצן. —
                 ס'האָט זײַן ליכט
                 באַלױכטן בלױז די אָפּגעהאַקטע קלאַנגען
                 פֿון דער פֿידל
                 און דורכגעשטרײַפֿט מײַן פֿײַכטן אױג מיט פֿונקען.
                 פּלוצעם האָט זיך אָנגעכאַפּט בײַם האַרץ
                 דער בלײכער טאַטע,
                 געטאָן אַ צוק,
                 אַ װאַקל
                 מיט אַן אױסגעשטרעקטן אָרעם,
                 און אױף די הענטלעך מײַנע
                                   


316
האָט אַ פֿאַל געטאָן זײַן גוף
צוזאַמען מיט דער פֿידל,
װי עס פֿאַלט אַ שװּערע צװײַג
אַרונטער אױף אַ גרינגער כװאַליע
און די כװאַליע טראָגט זי.


אױבן האָט געשװעבט אַ ניגון.
אונטן אױפֿן דיל
האָט בײַם טאַטן אױסגעפֿעלט שױן אָטעם.
און צי איך וּױל זיך אײַנרײדן
צי מײַנע רײד איז װאָר:
ליגנדיק שױן צוגעאײביקט צו אַ קאַלטן שװּײַגן,
האָבן זײַנע ליפּן מיר פֿאַרטרױט:
־—. אַזױ מײַן קינד,
פּרװו אױס אױף דײַנע הענט די װאָג פֿון לעבן,
כּדי דו זאָלסט זיך צוגעװײנען
שפּעטער צו דערטראָגן.


אין יענער רגע
איז אין מיר געבױרן דער פּאָעט.
איך האָב דערפֿילט:
עס דרעמלט ערגעץ אין מײַן לײַב אַ קערן,
װאָס טראָגט אין זײַנע אינגעװײדן
אַ באַשטימטע שליחוה.
מיר האָט געדאַכט: איך װער דער האַר
פֿון װעלדער,
מענטשן,
זאַכן,
און אַלץ נאָר װאָס איך זע
איז מײַן פֿאַרקערפּערטער פֿאַרלאַנג.
                


317
פֿון דעמאָלט גײט מיר נאָך
דעם טאַטנס לױטערע צװאה:
—־. אַזױ מײַן קינד,
פּרװּוּ אױס אױף דײַנע הענט די װאָג פֿון לעבן,
כּדי דו זאָלסט זיך צוגעװײנען
שפּעטער צו דערטראָגן.


און איצט
בין איך אַלײן דערלאָפֿן צו דעם טאַטנס עלטער.
דערלאָפֿן ־—.
און ניטאָ קײן װעג צוריק
און ניט פֿאָרױס.
און װען איך מערק מײַן פּנים
אין אַ שפּיגל,
קוּואַלט פֿוּן זײַנע כװאַליעס מיר אַרױס
דער װײַטער טאַטע.
און אפֿשר בין איך ע ר, און מײַנע יאָרן
זענען בלױז אַ קײטלונג
פֿון זײַן אָפּגעשײדטן לעבן ן
דאָס זעלבע פּנים װי בײַ אים,
דערמאָנט אָן שנײ אױף שױבן;
דאָס זעלבע האַרץ,
װאָס גרײט זיך אױף צום פּלאַצן,
און אױך אַ רױטינק פֿידעלע
פֿאַרמאָג איך װי דער טאַטע:
זעט, איך רײַס די אָדערן
און שפּיל אױף זײ מײַן ניגון 1


נאָר קײנער איז ניטאָ
אַרום די קנוען זיך צו װיקלען
און אָפּװעגן מײַן לעבן,
               

.31
                צוען װײַטער
                 װי אַ וּױנט
                מײַן בענקשאַפֿט־װאָלקן צו אַ קלאָרן ציל, ——.
                אַהין,
                 װּו אַלע װערטער קומען רוען;
                 װוּ עס טרעפֿן זיך צוזאַמען טעג,
                 ניט באַגעגנט קײן מאָל
                אײנס דעם צוּױיטן.
                 
װי אַ שטײן פֿאַרקלאַמער איך אין פֿױסט
                די דרײַסיק יאָר
װילנעוײַעג     און שלײַדער זײ אין תּהום
      אַ19     פֿון קאַלטן שפּיגל.
                                




















319
        דאָס מענטשעלע פֿון ברױט


וּוען זוּן פֿאַרגײט, אַרױפֿגעדרײט װערט העלער
  דעם חונגערס קנױט.
די פֿינגער קנעטן, קלעפּן װאָס אין קעלער
  פֿון קרישלעך ברױט.

און װי זײ קנעטן, װײַזט זיך —־. סאַראַ גורל 1 —־
  אױף הױכן טראָן
אַ מענטשעלע פֿון ברױט, אַ נײַ־געבױרל,
   און קוקט מיך אָן.

עם טוט אַ שװעב מיט פֿליגעלעך פֿון זאַנגען
   פֿון מײַנע הענט
און מיט זײַן שאָטן װערן אױך בֿאַהאַנגען
  די טױטע װענט.

און עס צערעדט דאָס מענטשל זיך אַזױ מיר:
  ▮דו גרױסער גףר,
דאָס פּיצל גאָרנישט, װאָס דו רופֿסט עס: חומר,
  איז איצט דײַן האַר.

װי בלינדע הינטלעך װאַרף איך דײַנע חושים
   אַרײַן אין זאַק,
איך שטרעק אַ פֿױסט צו דײַנע ליפּן: קוש אים,
   ער איז געשמאַק.

און װיל איך ־— קען מײַן שמײכל דיך באַצװינגען,
   אַז דו, מײַן קנעכט,
זאָלסט ליגן אױף די קני פֿאַר מיר און זינגען,
   אַז כ'בין גערעכט...▮
                   



330
                איך טו אַ שפּרונג: ▮דו װעסט מיך ניט פֿאַרשקלאַפֿן 1▮
                   נאָר מײַנע צײן,
                זײ בײַסן ניט אָט דעם, װאָם כ'חאָב באַשאַפֿן,
                   נאָר זיך אַלײן.
                
דאָס מענטשעלע פֿון ברױט װערט זאַטער, זאַטער,
                   װאָס מער איך בײַס.
װילנביײַעג     און נעמט אױך מײַן נשמה מיט —— אין פֿלאַטער ——
      1943        פֿאַר זיך אױף שפּײַז.
                                     























331
                                  טריסטליד


פֿאַרנעם אין דײַן גרױסער צעטומלונג, דו װוּנדערלעך פֿאָלק מײַנס, אַ טרײסטליד,
װּען ס'קרעכצט דײַן געבױגענער נאַקן
און װאַרט שױן ניט מער אױף גענאָד.
ביסט צװישן די פֿעלקער אַ מאָנונג, אַלץ אײנס צי דו װײסט אָדער װײםט ניט;
עס װעלן דיך חעק ניט צעחאַקן,
עס װעט ניט צעדרײען קײן ראָד.

פֿון אַקםל אױף אַקסל טראָגסט װײַטער די אַלטע גראַניטענע לוהוה —
עס לײענט די צוקונפֿט זײ, אײדער
זי טוט זיך פֿאַרוּואַנדלען אין איצט.
עם גיבן אַ חײב זיך װי ימען פֿון װעגן דײַן מאָנונג מלוכוּה,
און ס'ציטערט דער װעלטישער סדר
װוּ דו האָסט דײַן נאָמען פֿאַרקריצט.

דײַן הײם איז די גרײס װי דײַן עלנט; פֿאַרמעגן ——־ צו װאָס איז דיר נײטיק?
דײַן פֿאַלן איז שטענדיק אַ בשׂורח:
די אױםלײזונג ךײַסט זיך פֿון קײט.
װי אָנגעגליט אײַזן אין װאַסער, פֿאַרשטאָלט איז דײַן שװּאַכקײט אין װײטיק,
און װער עס דערפֿילט אַזאַ גבֿורה —.
דער האָט שױן זײַן לעבן באַשײדט.

געבונדן די הענט, און זײ גראָבן אױף ס'נײַ די פֿאַרשאָטענע קוּוּאַלן——־
דאָס מױל מיט אַ פֿױסטיקן זיגל ——.
עס װערט ניט פֿאַרלױרן קײן טראַף.
און אַלע װאָם האָבן געמאָרדט דיך, זײ מוזן און װעלן צעפֿאַלן,
און ליגן אין שאַנד פֿאַר דײַן װיגל,
װוּ ס'דרימלט אַ נײַער באַשאַף.
                                    





331
             אין שלאַכטפֿעלדער װּיקלסט פֿונאַנדער די געסעלעך הפֿקרדיק־שמאָלע,
             דו ברענסט װי די זון דורך אַ שטורעם
             און ברענענדיק װערסטו באַפֿרײַט. —־
             דעם חבֿר װעט שטאַרקן דײַן ברכה, דעם שׂונא װעט סמען דײַן קללה!
אַם▮ועבענש און שמעלצן װעסטו אין דײַן פֿורעם
        מ19 די נאָך־ניט־געבױרענע צײַט.
                                          
























333
                           באַגלײטליד בײַם אַװעקגײן אין װאַלד
                

װאַקסט אַרױס, איר העלדן —־. פֿעסטע אײַנגעשפּאַרטע יונגען,
                װאַקסט אַרױס, איר צוקונפֿטזין, און זײַט דער װעלט באַװוסט.
                גאָר דער װילן פֿונעם פֿאָלק, אין אונטערערד פֿאַרשלונגען,
                קלײעט זיך —־. אַ לאַװעדיקער שטראָם אין אײַער ברוסט.
                
אױב עס האָט פֿאַרזשאַװערט אין דער װאָגלעניש דאָס אײַזן,
                פֿײַלט פֿון אים אַראָפּ די נעכטנס און אים שלײַפֿט אַצינד.
                קײן מאָל איז ניט שפּעט דעם פֿאָלקס נקמה צו באַוּוײַזן,
                אױסצוקױפֿן מיט געװער די דורותדיקע זינד.
                
ס'האָבן שטעט פֿאַרװאַנדלט זיך אין שטײנערנע פֿאַררעטער,
                צוגעשמידט צו זידנדיקע גריבער אײַער גאַנג.
                האָבן װעלדער אײַך באַגריסט מיט זינגענדיקע בלעטער:
                ־— קומט צו אונדז, איר טײַערע, און לײַטערט דעם פֿאַרלאַנג.
                
לױב צו אײַך, איר נײַ־געזאַלבטע גבֿורהדיקע גײער,
                אײַער פֿוס האָט אָפּגעשטופּט דעם לאָקערדיקן ראַנד.
                ס'האָט אין אײַך אַ גלאַנץ געטאָן דער רום פֿון מכּבײער,
                װי מיט יאָרן צװײ טױזנט צוּריק אין אײגן לאַנד.
                

שטענדיק זענען דאָ צו דר'ערד געבױגענע און מידע.
                װײ דעם קנעכט אין האָפֿענונג אױף רחמים ־— בײַ אַ קנעכט.
ן▮מענש     װי די מכּבײער בלאָזט פֿונאַנדער די מרידח,
      ט19     זאָל דער כּבֿוּד אױפֿלוּיכטן אין שװערדיקן געפֿעכט 1
                                          








.33
                       די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ
                  

מיר האָבן װּי פֿינגער געשטרעקטע דורך גראַטן
                  צו פֿאַנגען די ליכטיקע לופֿט פֿון דער פֿרײַ ——
                  דורך נאַכט זיך געצױגן, צוּ נעמען די פּלאַטן,
                  די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ.
                  מיר, טרױמער, באַדאַרפֿן איצט װערן סאָלדאַטן
                  און שמעלצן אױף קױלן דעם גײַסט פֿונעם בלײַ.
                  
און מיר האָבן װידער געעפֿנט דעם שטעמפּל
                  צוּ עפּעס אַ הײמישער אײביקער הײל.
                  מיט שאָטנס באַפּאַנצערט, בײַ שײַן פֿון אַ לעמפּל ־—
                  געגאָסן די אותיות — אַ צײל נאָך אַ צײל,
                  אַזױ װי די זײדעס אַ מאָל אינעם טעמפּל
                  אין גילדענע יום־טובֿ־מנורות —־. דעם אײל.
                  
דאָס בלײַ האָט געלױכטן בײַם אױסגיסן קױלן,
                  מחשבֿות — צעגאַנגען אַן אות נאָך אַן אות.
                  אַ שורה פֿון בבֿל, אַ שורה פֿון פּױלן,
                  געזאָטן, געפֿלײצט אין דער זעלביקער מאָס.
                  די יודישע גבֿורה, אין װערטער פֿאַרהױלן,
                  מוז אױפֿרײַסן איצטער די װעלט מיט אַ שאָס 1
                  
אוּן װער ס'האָט אין געטאָ געזען דאָס כּלי־זײן
                  פֿאַרקלאַמערט אין העלדישע יודישע הענט ־—
                  געזען האָט ער ראַנגלען זיך ירושלים,
                  דאָס פֿאַלן פֿון יענע גראַניטענע װענט;
מך▮עבגענע    פֿאַרנומען די װערטער, פֿאַרשמאָלצן אין בלײַען,
         טמ     און זײערע שטימען אין האַרצן דערקענט.
                                      





335
        דער פֿרױ


א
ניט צײל די צאָל מיט װונדן,
װאָס האָבן אונדז באַגורט.
האָסט דעמאָלט דאָך געצונדן
דעם שטערן פֿון געבורט.

עס האָט אין הײל אַ קוּועלכל
צופֿוּסנס דיר געקװעלט
און פּלוצעם האָט אַ קולכל
באַרירט זיך מיט דער װעלט.

און װי דער קװאַל דער רײנער
אַנטפּלעקט האָט זיך דאָס װאָרט,
נאָר אױבן האָט אים קײנער
דערהערן ניט געטאָרט.

און כ'האָב מיט נײַעם גלױבן
געקניט פֿאַר דיר מיט דאַנק
און דיר געבראַכט פֿון אױבן
צװײ גרעזלעך אַ געשאַנק.
          














336
ב
אַ קינד איז ניט קײן צװײטער, —־
ס'איז דו אַלײן און איך.
עס פֿירט אונדז אױף אַ לײטער
אַל.ן נעענטער צו זיך.


נאָר אײדער נאָך אַ נאָמען
מיר האָבן אים פֿאַרטראַכט,
עס האָבן העק און לאָמען
גענישטערט אין דער נאַכט.

װען ס'קינד האָט נאָך געדרעמלט
און קײן זאַך ניט געװוּסט,
עס האָט אַ דײַטש אים דעמאָלט
אַ ריס געטאָן פֿון ברוסט.

און װאָס קען אוּנדז פֿאַרבײַטן,
מײַן טײַערע, אַצינד,
װען ס'גלוען פֿון דער װּײַטן,
די בײנדעלעך פֿון קינד ז
         













ץנ3
                    ג
                     מיר צוען זיך אָן אָטעם
                    דוּרך זוּמפּיקן געוּױקס
                     און װי דעם קינדס אַ שאָטן,
                     דו טראָגסט אױף זיך אַ ביקס.
                     
און יעדער מאָל, װען ס'רײַסט זיך
                     פֿון ביקס אַרױס דאָס בלײַ,
                     אין ליכט זײַנעם באַװײַזט זיך
                     דאָס קינדעלע אױף ס'נײַ.
                     
עס פֿילט אונדז אױס דעם זינען,
                     װי לופֿט פֿילט אױס די װעלט,
                     אין ראָז פֿון דעם באַגינען
                     באַוּוּײַזט זיך עס אין פֿעלד.
                     
און איבער אַלע װוּנדן,
                     װאָס האָבן אונדז באַגוךט,
נבםײַע!בקנעך     ער איז נאָך ניט פֿאַרשװונדן
           אַ194     דער שטערן פֿון געבורט.
                                














338
                   זאַנגען


צװײ יאָר האָב איך געבענקט נאָך זאַנגען,
שטילע זאַנגען אױף אַ הײמיש פֿעלד.
װען איך האָב זיך געראַנגלט אין די צוּואַנגען,
װּאָס האָבן מיך געפֿאַנגען
און פֿאַרשטעלט,
דעם װעג,
דעם גרינעם וּוּעג צוּ יענע זאַנגען —־.
אָבער ניט די זאַנגען אױפֿן פֿעלד.

און װען מײַן אָטעם האָט צעשמעלצט די צװאַנגען —־
אַ װינט האָט אין די אָדערן
געטאָן אַ פֿײַף, אַ רוף.
                     .
—— ▮שטײ אױף, בן־אָדם, צײַטיק שױן די זאַנגען.
געגליכן איז שוּין צו אַ זאַנג דײַן גוּףאָ.
אוּן איך בין, װי דער גוּרל גײט, געגאַנגען
דורך פֿאַרברענטע שטעט
נאָך יענעם רוף.

נאָר װען איך בין דוּרך זונפֿאַרגאַנג אַ מידער
געקומען צו מײַן אוּיסגעבענקטן פֿעלד ־—.
ערשט עס ליגן דאָרטן מײַנע ברידער
אױסגעקױלעט איבער גאָרן פֿעלד.
און די זאַנגען, מיט צעגליטע שטעכער,
אַדוּרכגעוּוּאַקסן זענען שיכט נאָך שיכט
דורך שאַרבנס, ריפּן,
און זײ שטײַגן העכער, העכער, העכער,
צו דער זוּן, װאָס קלײַבט צונױף איר ליכט,
װי אײן זאַנג וּואָלט די צוּױיטע בחפּזון
געוּואָלט אַריבערשטײַגן אין איר גאַנג.
אוּן אָט אַ זאַנג
                    


339
                     האָט װאָגלען זיך געלאָזן
                     דוּרך אַ מױל מיט אוּיפֿגעדריקטע צײן 1
                     און זאַנגען צװײ אַדורך די אַקסלען קריכן.
                     און אָט אַ זאַנג װאָס זוכט װוּהין צו גײן,
                     און צו אַ האַנט פֿון דר'ערד איז זי געגליכן.
                     און אַ קאָרנבלימל דורך אַן אוּיג, װי אַ געװײן ־— —
                        
װאָס זע איך איצט אין אָװּנטשײַן צעגליטער ן
                        איך זע אַ פֿעלד מיט זאַנגען בלוטיק רױט.
נאראָממבקנגך        אַלץ נעענטער צו מיר עס אײַלט אַ שניטער
           פּמ        אוּן שנײַדט דאָס נאָכמלחמהדיקע ברױט.
                                       






















3.0
                                         אַ בריװ
                      

װי קען איך זײַן פֿון גוטס און שלעכטס אַ מעסטעך,
                      װען דו ביסט מײַן געװײן און מײַן געװיסן ן
                      ניט בענטשוּנג, ניט פֿאַרשילטונג אוּן ניט לעסטער
                      פֿאַרהײלן װעלן מיר די שאַרפֿע ריסן.
                     איך רוף צו דיר אין אַנגכטן אַ פֿאַרפּרעסטער
                     און אַלע װונדן פֿאָכען דיר, געריסן.
                     און אױך מײַן הלוּם, אָוּוּנטיקע שוּועסטער,
                     שױן קען מיך ניט אין צוּױיטער װעלט פֿאַרשליסן.
                     
געגליכן צו אַ קװאַל, פֿאַרסמט פֿון שלאַנגען,
                     וּואָס לײַטערט זיך דורך הײלן, צװּישן שטײנער,
                     אַזױ איז דורך מײַן האַרצן דורכגעגאַנגען
                     די צײַט און ערגעץ װוּ געװאָרן רײנער.
                     אַצינד בין איך אָן צײַט. איך בין געפֿאַנגען
                     פֿון איבערבלײַב, װּאָס האַלט מיך אין די צײנעך,
                     װוּ צװּישן די דערהרגעטע פֿאַרלאַנגען
                     געבליבן איז מיר אײנער, אײנער, אײנער:
                     
צו האָבן דיך, מײַן מלאך מײַן געטרײַער 1
                     איך זאָל זיך קענען ציִען צו דײַן אָטעם,
                     אַזױ װי אין אַ מידבר־נאַכט צום פֿײַער
                     דער לעצטער מאַן פֿון אױסגעשלאַכטע שבֿטים.
                     נאָר אױב דו ביסט דערװײַטערט אומגעהײַער
                     און ס'איז די פֿרײד פֿון לײַב פֿאַר מיר פֿאַרבאָטן,
נאַראָט▮עפֿעדעעד     טאָ זאָל דײַן שאָטן װערן מײַן באַפֿרײַער, ־—
           1943     איך װעל מײַן מױל פֿאַרוּואָרצלען אין דײַן שאָטן.
                                         






3.1
                  אױטקריץ אױף אַ בױם
                 

ניט פֿאַר דיר דער יום־טובֿ,
                 ניט פֿאַר דיר די פֿענער,
7טן אָקטאָבער     ביסט דאָך אַ מצבֿה,
      מ19     ניט צוּגעקלעפּט צום באָדן...
                          




























3.1
          מאַרש דורד זומפּן


זומפּן.
זומפּן.
זומפּן.

מיר טשלאַפּען דורך פֿלײציקן קופּער און טראָגן
װּאַלד־פּאַרטיזאַנען אױף נאַקעטע אַקסלען.
אַהינטער.—־.
אין רעדערנע רינגען דער שׂונא.
פֿאָרױס.—
אַ באַהױכטער מיט שופּן לבֿנה ——.
פֿעכלט אוּן ציט דער צעגאַנגענער באָדן.
די פֿיס אין געזונק ערגעץ טיף...
און זײ שפּילן
דעם הימען פֿון זומפּן
אױף זשאַבע־קלאַװּישן.


ההומיקער.
נאַכטיקער.
טיפֿער.

סע פֿינקלט
אין בלאָטע אַ שטערן ——־
דאָרטן דער אָפּרוּ ן

קנוען —— פֿאַרפֿלאָכטן אין פֿאָספֿאָרנע נעצן.
בײַכער — געבונדן מיט גליװערעם—גורטן.
און האָגלדיק פּלעסקעט אױף נאַקעטע לײַבער
אַ פֿראָסטיק צעפֿײַערטער שװײס.
באַלד־באַלד —־
װּעלן די נאַקעטע לײַבער פֿאַרזינקען,
                 


3.3
                  װעלן זיך הענט ניט באַדאַרפֿן מער שטרעקן
                  אַרױף צו,
                  פֿאַרקלאַמערט אַרום די נאַגאַנעס.
                  
נאָר אַ פֿאַרלױרענער קרעכץ איבער אַקסלען
                  פֿאַרשטראָמט מיט באַװוּסטזײַן משוגענע חושים.
                  זײ פֿאַנגען די װאָר פֿון דער שלאַנגיקער שיכּרות
                  און רײַסן פֿונאַנדער אַ נעץ נאָך אַ נעץ ־— —־
                  
די זומפּן פֿאַרהאַרטעװען מיר מיטן װילן
                  און צוען צום אינדזל װאָס װעט אונדז פֿאַרהילן.
זאַעגן▮עדגד     דערשפּאַנען, דערשפּאַנען 1
         מ19     מיר טראָגן פֿאַרװוּנדיקטע װאַלד־פּאַרטיזאַנען.
                                       



















..3
                        איבער װעגן
                   

איבער װעגן —־ זע נאָר:
                   װונדערלעכער גרױל.
                   שעהען װערן קלענער,
                   טױטע דײַנע טענער
                   פֿון אַ פֿרעמדער קױל.
                   
האָסט אַ װעלט פֿאַרלאָרן,
                   װּײםט ניט װי אַזױ...
                   טרײסט זיך: אױף אַ דאָרן
זײַײַרבבײַ.     וּוערט אַ טױ געבאָרן.
         מפּ1     לעבן זאָל דער טױ 1
                           





















3.5
         סטראַשון־גאַס צװעלף



א
דורך געסלעך יאָגט דאָס מיליטער —־.
אױף מאָרדן, אונטערצינדן, רױבן,
באַהאַלטן הונדערט זיך אין דר'ערד,
און װײסן ניט װאָס טוט זיך אױבן.

זײ ליגן מיד, זײ ליגן גראָ,
די הונדערט גליװערדיקע שכנים.
און קײנעמס פּנים איז ניטאָ,
װײַל ס'איז קײן ליכט ניטאָ בײַ קײנעם.

נאָר יעדער שאָטן טראָגט אַ פֿונק,
אַ זעעוּודיקן פֿאַר דעם שאָטן,
דער פֿונק איז װײַסער פֿאַר דער שרעק,
װאָס האָט זײ אַלעמען פֿאַרקנאָטן.

באַלײַכט דער פֿונק דעם גרונט פֿון האַרץ,
װי ס'לײַכט אַ שטערן אין אַ ברונעם;
אין האַרצן איז געװײן, געװײן,
און טיפֿער ־—־ דעם געװײנס ניגונים.

צי איז דאָס לעבן שטאַרק װי טױט,
צי האָט אַ האַפֿט דער הױלער גלױבן ן
ס'באַהאַלטן הונדערט זיך אין דר'ערד
און װײסן ניט װאָס טוט זיך אױבן.


און אױבן יאָגט דאָס מיליטער,
מע שלעפּט המונים צו דער שחיטה.
עס ראַנגלען זיך פֿאַר זײער פֿאָלק
די לעצטע יודן פֿון דער ליטע.
                 


3.6
אַ מײדל שלײַדערט אַ גראַנאַט,
די דײַטשן טרעטן אָפּ פֿאַרװונדערט.
נאָר ס'רײכערט זיך דערבײַ אַ קנױט
אוּן ס'פֿאַלט אַ מוּיער אױף די הונדערט.



ב
אוּן די װאָס גליװערן אין הײל, ־—
זײ מײנען ס'איז די שרעק אַריבער.
אומזיסט די טרײסט. עס קומט אַרײַן
דער הלין ה ו נ ג ע ר אין די גריבער.

דער תלין הונגער װײַזט אַ שטריק
און מאָנט זײַן שטײַער בײַ די שאָטנס,
פֿאַרשליסט די ריפּן מיט אַ רײף,
און שפּרײט אַ ריח פֿון געבראָטנס.

ער צװינגט פֿאַרזוכן פֿײַכטן זאַמד,
ער שײלט אַראָפּ פֿון מאַרך דעם דרימל,
פֿאַרבײַט אױף האָניק דעם געשטאַנק
און מאָלט אין אױג אַ ברױט מיט קימל.

און אױב עס צאַפּלט נאָך אַ װאָרט,
פֿאַרשטיקט ער עס מיט שװּאַרצער סלינע.
ער שמעקט אין יעדערן דעם טעם
און שפּרײט צום נאָענטסטן אַ שׂינאה.

און שטילערהײט, בסאַמע סוד,
עס הערט ניט נאַכט, עס הערט ניט קײנער —
ער שפּײַזט מיט מענטשנפֿלײש די נאָז
און שלײַפֿט די אָפּגעטעמפּטע צײנער.
               


ץ.3
                    און שאָרך נאָך שאָרך, מיט שאָטנטריט,
                    עם קךיכן גופֿן, קריכן, זשיפּען,
                                                 .
                    
און צײנער צוען זיך פֿאָרױס,
                    און ליפּן שליסן זיך אין ליפּן.
                    
און אױבן — צאַנקט די אַלטע שטאָט,
                    פֿאַרגײט אין אײנעם מיטן זומער.
נאַע.ײַ'עזנבקגבך     און ס'ליגט דער נבֿיא אינעם אַש
          מט1     מיט אױסגעברענטער צונג ——. אַ שטומער.
                                   























..3
                  גאָלדע


... און װען דורך נאַכט, אין װילדערניש אין װײַטער,
האָט דורכגעריטן גאָלדע ס'ערשטע מאָל,
האָט זיך געדאַכט: אַ פֿלוענדיקער שײַטער
   דוּרך באַרג און טאָל.

באַגינען האָט געבלױט פֿון אירע אױגן
און יעדער פּאַרטיזאַן האָט גלײַך דערפֿילט:
דער װאַלד מיט גאָלדעס שמײכל װערט באַצױגן
   און העל באַגילדט.

דאָס ערדן־שטיבל אונטער מאָך און קאָרע
האָט זיך צעבליט מיט פֿרילינג װי אַ בײט,
װי ס'וּואָלט אַהין אַרײַן די װעלט די גאָרע
   מיט יונגער פֿרײד.

פֿאַרוּװּנדיקטע גבורים האָבן װידער
געהױבן זיך פֿון אָרט, שױן ניט גערוט,
װײַל גאָלדעס שמײכל האָט געהײלט די גלידער,
   דערפֿרישט מיט מוּט.

אין מאַרש, אין לױערונג, בײַם רײַסן בריקן,
אין הײסן אין האַרטנעקיקן געשלעג,
עס האָבן װי באַפֿױלן גאָלדעס בליקן:
  ▮ פֿאָרױס אין װעג 1

נאָר אין אַ נאַכט אַ קװאַלנדיק־מאַיאָװע,
בעת גאָלדע האָט געלױערט אױף אַ באַן,
האָט עפּעס העכער זיך צעקלאָגט אַ סאָװע
   צום פּאַרטיזאַן.
                  



349
                     און וּױ ס'האָט אונדזער שמײכלדיקע שװעסטער
                     דערהאָרכט דעם רױש פֿון רעדערדיקע טריט,
                     און װי זי האָט דעם קנױט געװאָרצלט פֿעסטער
                        צום דינאַמיט,
                     
און װי זי האָט מיט אױג און האַרץ געשלונגען
                     די זעונג פֿון דעם אױפֿגעװאַכטן פֿלאַם,.—.
                    איז אין דער לופֿט דער עשאַלאָן צעשפּרונגען
                       מיט איר צוזאַם.
                    
אַ חבֿר האָט געפֿונען בלױז פֿון גאָלדען
                     אַ האַנט אין גרינעם גראָז און איז מיט איר
                    אין װאַלד געקומען און געמאָלדן
                       דעם קאָמאַנדיר.
                    

און ס'האָט דער קאָמאַנדיר, אַ קױם באַהערשטער,
                    פֿאַרבײַ זײַן מחנה טראָט נאָך טראָט געשפּאַנט,
                    דערצײלט אונדז װעגן גאָלדען, און דער ערשטער
                       געקושט די האַנט.
                    
און צװאַנציק זאַלפּן האָבן זיך געהױבן,
                    און צװאַנציק מאָל האָט ס'חאַרץ געטאָן אַ ברױז.
                    דערנאָך האָט מען די האַנט פֿאַרשאָטן. אױבן —־.
                       פֿאַרזײט אַ רױז.
                    

און רונד אַרום דער רױז און העכער, װײַטער
                    עס װאָגלט גאָלדעס שמײכל װי אַ מאָל,
נאראָסנע1ו▮גןעך     װען זי האָט דורכגעריטן װי אַ שײַטער
          אַפּ,7        דורך באַרג און טאָל.
                                        



350
                    און אױב מײַן פֿאָלק װּעט בלײַבן בלױז אָ ציפֿער
                     

און אױב מײַן פֿאָלק וּועט בלײַבן בלױז אַ ציפֿער, ——
                     באַשװער איך עס: פֿאַרגײ פֿון מײַן זכּרון.
                     און זאָלן אַלע קבֿרים זינקען טיפֿער
                     און זאָל קײן שטױב ניט בלײַבן פֿון די יאָרן.
                     

און אױך מײַן ביקס טו איך אַצינד באַשװערן:
                     פֿאַרװאַנדל זיך אַ שלאַנג אין מײַנע הענט,
נאראָענײַןון▮ײַגך     אױב נאָר דאָס מאָרגנקינד װעט ניט דערהערן
           אַ19     דעם שאָס, װוהין איך חאָב אים איצט געװענדט.
                                          























351
                        זינג ניט קײן טרױעריקס
                     

זינג ניט קײן טרױעריקס,
                     טו ניט פֿאַרשעמען
                     דעם טרױער.
                     װערטער פֿאַרראַטן.
                     עס שטעלן זיך נעמען
                     קאַפּױער.
                     
קוק אױפֿן שנײ
                     און באַלײַכט מיט זײַן רו
                     דײַן זכּרון;
                     ליכט איז די שפּראַך פֿון דײַן האַרצן.
                     און דו —
                     נײַ־געבאָרן.
                     

שטרעק דײַנע פֿינגער צום שנײ,
                     צו די קאַלטע
                     געװעבן.
                     אױסלײזן װעסטוּ אין זײ
נאַראָסדךבבדגך     דאָס באַהאַלטענע
           אַ19     לעבן.
                                 












351
                           אױפֿן װעג צו בוצלאַװ
                    

פֿאַרהאַלט די פֿערד, גענוג צו בײַטשן,
                    און טוט אַ װאָרף די קעפּ אַהינטער:
                    צװײ אַדעליקע, לאַנגע דײַטשן
                    מאַרשירן דאָרטן פּאַזע צװינטער.
                    
די פֿיס —— אין קלומפּעס, הענט — פֿאַרפֿרױרן,
                    עס ציטערט זײ אין בױך דער נאָפּל;
                    דאָס האָט זײ אָנגעכאַפּט װי טכױרן
                    דער פּאַרטיזאַן, דער בלאָנדער קאָפּל.
                    
ער שמײַסט זײ אונטער מיט אַ ריטל
                    און פֿירט דעם אוצר אין בריגאַדע.
                                                       ,
                    האָ־האָ ־— די לײַט פֿון הױכן טיטל
                    איז גאָר ניט נחתדיק אַװדאי.
                    
צוריק אַ טאָג האָט נאָך אַלמאַכטיק
                    אַראָפּגעפֿינקלט קרײץ און אָרדן.
                    װי ריטערלעך און זיס און פּראַכטיק
                    האָט אױסגעזען דער אַקט פֿון מאָרדן 1
                    
אַצינד האָט עמעץ אױף געלעכטער
                    פֿאַרכּישופֿט זײ װי אין אַ מעשׂח.
                    זײ בעטלען טאַבאַק בײַ דעם װעכטער
                    און האַפּקען אונטער: היטלער שײַסע.
                    
און קאָפּל ציט אַרױס אַ זעקל,
                    דעךלאַנגט זײ טאַבאַק צו פֿאַרדרײען...
ואַרבע▮עבךןב▮     און ס'קילט זײַן גלוענדיקן עקל
          ▮19     אַ שורה שעמעװדיקע שנײען.
                                   




353
                                       געבורט
                  

דרינגט אַרײַן אַ רעגן דורך די צװײַגן פֿון שאַלאַש
                  און די טךאָפּנס פֿאַלן אױף די פֿונקעלעך אין אַש.
                  
ליגט אין װינקל צוגעדעקט מיט בלעטער און םיט שטךױ,
                  לעבן נײַ־געבױךענעם —־ אַ פֿיבערדיקע פֿרױ.
                  

קוקט זי אױף אַ טראָפּן װי ער שימערט און צערינט,
                  זוכט זי אין זײַן שפּיגעלע אַ נאָמען פֿאַרן קינד.
                  
שפּרינגען טױזנט נעמען אױף און דךײען זיך פֿאַרבײַ,
                  שרעקן זײ און שמעלצן זיך מיט פּנימער פֿון בלײַ.
                  
װײנט דער נײַ־געבױרענער: ניט דאָס איז מײַן פֿאַרלאַנג.
                  נישטערט אין דער מאַמעס מילך דעם אױסגעבענקטן קלאַנג.

▮גע▮ע:ךעך     ביז דורך זיסעך טונקלקײט אַ נאָמען זי געפֿינט —
        אמ     איךע ליפּן חױכן אױס: מײַן גאָטעניו, מײַן קינד 1
                                        
















.35
                            געזעגעניש


א
אָ, ניט באַװײנען װיל איך דיך, דו שטאָט פֿון מײַן געזאַנג.
װײַל פֿײַכט איז נאָך דײַן באָדן, כאָטש דײַן פּנים איז פֿאַרשׂרפֿעט,
איך װיל אין דיר אַרײַנגײן װי אַ נאַכט צעגליט אין שטערן,
אַרײַנלײַכטן אין אַלע שױבן,
ברינעמער,
מאַלינעס.
אַרײַנלײַכטן אין גאָונס קלױז, אַװוּ פֿון דעם הגר▮אָ
אַװעקגעריסן איז דער ה און ס'איז געבליבן ג ר אָ, —־.
)װוּ איז דער אוה,
צי װאָגלט ער אַצינד אין מײַן נשמה ן(
און אױך אין גרױסער שול, געבליבן אײנציק אױפֿן שולהױף
מיט פֿעסטונגװענט, װאָס היטן די פֿאַרגאַנגענקײט, די שטומקײט,
און אױף סטראַשון־גאַס זעקס.—
די סאַמע לעצטע באַריקאַדע,
און אױך אין די קאַנאַלן אונטער דר'ערד
װוּ ס'האָבן ידדן
געהאָפֿט אוּיף דער באַפֿרײַונג און דעם ערשטן מײַ געיום־טובֿט.

איך װיל אין דיר אַרײַנגײן װי אַ נאַכט צעגליט אין שטערן,
אַרײַנלײַכטן אין יעדער הױז —־ געבליבן אָדער חרובֿ.
אין פּנימער װאָס לעבן יאָ צי ניט ——. פֿאַר מיר זײ לעבן 1
װײַל װי עס פֿילט אַ מענטש זײַן אָקערשט אָפּגעהאַקטן אָרעם
און זעט דעם רינג דעם גילדענעם פֿון אָפּגעשײדטן פֿינגער —
אַזױ־אָ פֿיל איך דעם פֿאַרבונד
מיט הײַזער,
מיט חבֿרים.
                              






355
ב
דו ביסט מײַן ערשטע ליבע און אַזאַ װעסטו פֿאַרבלײַבן.
איך טראָג דײַן נאָמען דורך דער װעלט
װי ס'האָט מײַן װײַטער זײדע
געטראָגן דורכן מידבר־פֿלאַם דעם מישכּן אױף זײַן אַקסל.
)אָ, זײדע מײַנער, האָסט דאָך אױך געהאָפֿט צו זען אַ ברעג 1(
און װוּ איך זאָל ניט װאַנדערן.—
עס װעלן אַלע שטעט
פֿאַרװאַנדלען זיך אין דײַן געשטאַלט.
איך װעל זיך ניט פֿאַרװאָרצלען
אין קײן שום אַנדער ערד,
אַזױ װי ס'קאָן זיך ניט פֿאַרװאָרצלען
די װאַסערבלום, אַראָפּגעריסן פֿון איר לאַנגן נאָפּל,
צוריק אין פּיצל באָדן אונטער דריקנדיקן װאַסער, ־—־
און הױדעט זיך פֿאַרלױרן איבער אָפּגרונט פֿון די כוּואַליעם,
און קײנער, קײנער זעט ניט אַז דער פֿאָדעם איז צעריסן —־ ——.



ג
...און טײַער װי נאָך קײן מאָל ניט איז מיר דער ייִדיש דײַנער ־—.־
דער צאַנקעדיקער קנױט
פֿון אַ פֿאַריתומטן נר־תּמיד,
װײַל נאָר אױף מאַמע־לשון האָט אַ פּיצל קינד געשרוען:
—. פֿ אָ ט ע ר,
פֿון אַלע װערטער אױף דער װעלט עס פֿעלט טיך: מ אַ מ ע 1
                        









356
ד
איך בין דאָס קינד, װאָס טראָגט אַ גראָז
בשעת מע פֿירט אים קױלען.
איך בין די פֿרױ באַהאַלטן אין קאַנאַליזאַציע־רערן
אַלײן מיט ערשט־געבױרענעם, ניט אָפּגעשײדט פֿון בךיך,
און װוּ דער עלנט איז אַזױ אומענדלעך, אַז עס דוכט
אױף מײַז װאָס פּליושקען זיך אין שמוץ ־—.
דאָס זינגען גאָר מלאָכים 1
איך בין דער זקן גראָ און קנײטשיק װי אַ װעלשער נוס
װאָס דאַרף צום אָפּנאַרן דעם עלטער אוּיסזען אַ יאָר צװאַנציק,
און גלײַכצײַטיק בין איך דאָס יונגל ▮ידנגער װי מע דאַרף▮
װאָס מוז צעקאַרבן ס'פּנים און זיך הײבן אױף די פֿינגער.
איך בין דאָס לעצטע װאָרט פֿון אַ געפֿאַלענעם אין גראָבן,
איך בין די ניט־באַהאָלפֿנקײט פֿוּן אַ געלײמטן מענטש
וּוּאָס קען די האַנט ניט שטרעקן צו דעם האַלדז —־
זיך צו באַפֿרײַע..
              .

בין דער, װאָס קוּמט צוריק פֿון שטאָט מיט פּולװער אין די שטיװּל
און שאַף דערפֿון אַ רעטער
װי דער מהרל דעם גולם.
איך בין דער װילד פֿאַרליבטער אױף דער סקריפּעדיקער הליה
)די אַפּלען זײגן אײַן פֿון וּוײַט אַ שמײכלענדיקע פֿרױ(.
איך בין שױן אַ פֿאַרברענטער.
אַ פֿאַרפֿרױרענער,
געקעפּטער,
נאָר מיטן שטראָם פֿוּן דער װילוע.—־ שװימט צו דיר מײַן ליד.
                       









357
ה
ניט די װאָס האָבן דיך געשענדט —
ניט זײ װעסטו געהערן.
זײ װעלן בלינדע פּױזען אױף די קני צו דײַנע טױערן
און דערנער װעלן זײער בלינדקײט נאָך אַ מאָל צעשטעכן.
עס װעט זיך ניט מרחם זײַן דער װאָלקן אױף פּאָנאַר —
טיט זשאַװערדיקע בליצן װעט ער ענטפֿערן אױף תּפֿילוח.
בית־עולם־שטײנער װעלן זיך אַלײן פֿון דר'ערד אַ ריס טאָן
און יעדער אות באַזונדער װעט זײ װאַרפֿן זיך אין פּנים,
און אױך דער אַנאַ־קלױסטער, װאָס איז רױט װי אונדזער בלוט,
װעט אָן דערבאַרעמונג פֿאַרריגלען זײַנע שמאָלע טירן,
און װי אַ קללח אױסגעשמידט פֿון קופּער —— װעלן קלינגען
פֿאַר זײ די אַלטע גלעקער אין מײַן דעמערדיקער שטאָט.

און אױב עס װעלן מער ניט בלײַבן אין מײַן שטאָט קײן יודן ־—.
איז װעלן זײערע נשמות װױנען אין די געסלעך.
און װער ס'װעט מײנען אַז אַ הױז איז פּ ו ס ט
און װעט אַרײַנגײן,
און אױפֿשטעלן אַ געץ, אַ טיש, און גרײטן אַ געלעגער,
און אָנטאָן אַ געפֿונען העמד,
אַ קלײד
צי אַ פֿאַטשײלע, —־
װעט ער בײַ נאַכט דערהערן אַ געװּײן פֿון קלײנע קינדער
און ם'העמד װעט װי אַ ריבאײַזן צעראַצן אים דאָס לײַב.
ביז לױפֿן װעט ער דול אַרױס דער שטוב
װי זײַן געװיסן
פֿאַרװאַנדלט אין אַ ראָב
װאָלט קריק אַרײַן אין די געהירן.
און לױפֿן װעט ער ־— אַז דער שאָטן װעט אים ניט דעריאָגן.
                             




358
                    ו
                    פֿון גאָרער װעלט עס װעלן קוםען באָךװעסע מרגלים
                    מיט גרינע װערבעצװײַגלעך אין דײַן גאָלד־גערױבטן היכל.
                    און איטלעכער װעט שעפּן פֿון דײַן האַרץ
                    אַ הױפֿן אַש
                    און מיטנעמען אַחײם
                    דעם לאַנגן דרימל צו באַלײַכטן.
נאַדאָגעברעעזעו     נאָר איך, װאַס בין געװאַקסן אינעם שאָטן פֿון דײַן פּראַכט,
      ממש4מ     אין גאַנצן טראָג דיך װײַטער.—. װי אַ בלוטיקע מגילח.
                                          
























359
          דאָט מײדל פֿון װאַלד


און קײנער קען דעם סוד ניט לײזן:
װער איז דאָס מײדל, װי זי חײסט ז
זי קומט אין געטאָהאַרבסט אין בײזן
און שפּרײט נקמה־ריח, טרײסט.
און װי דעם פֿרילינגס גרינעם האָרן
דערחערן גראָזן אונטער אײַז ־—
דערחערט מען, אײַנגעשמידט אין צאָרן,
דעם אױסלײז־ניגון פֿון איר שפּרײַז.


אַ מאָל די לאָקן בלאָנד געפֿאָרבן
װי אַ געליבטע פֿון אַ קאַט.
אַ מאָל צונױפֿגעדרײט, פֿאַרהאָרבן,
אַ מאָל פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ סאָלדאַט.
אַ מאָל אין קלײדער פֿון אַ נאָנע.
אַ מאָל אַ זשוליק מיט אַ טױב
װאָס שפּרינגט אַריבער די סכּנה
און קומט פֿון דרױסן דורך אַ טךױב.


און קומט זי ־— גליװעךט נאָך װי קודם
איר מאַסקע. נאָר זי װערט פֿאַרגופֿט
טיט יעדער הענגענדיקן בױדעם.
װי מעסערס אָטעמט זי די לופֿט.
און אײדער זי האָט צײַט צו קלערן
איז אָנגעגרײט די צאָל. און באַלד
באַפּאַנצערט מיט אַ ז ו י פֿ י ל שטערן
זי פֿירט אַרױס און ברענגט אין װאַלד.
                




360
            אין פֿרײַען װּאַלד עס בלײַבן אַלע.
            און זי ־— צוריק דורך זומפּ און קוסט.
            אַ זעקעלע מיט ציאַנקאַלי
            איז צוגעטוליעט צו איר ברוסט.
            זי שנאַפּט דעם שטח מיט די נאָזלעך,
            דורך גאָרער לענג פֿון נאַכט ־—. איר טראָט.
            און װען די שאָטנס גלוען ראָזלעך ——
            דורך נעפּל־פֿײַער שװימט די שטאָט.
            

און װידער ־— שױן אַ צװײטע, דריטע,
            אַ פּױערטע פֿון דאָרף, צי װער ז
            זי פֿאַלט אַרײַן אין סאַמע שחיטה
            אַרומגעכאַפּט דורך מיליטער.
            נאָר דורך די שמוציקע קאַנאַלן,
            זי פֿירט אַ מחנה װּי אַ פֿאָן.
מאָסײַײַ     און װען די װעלדער נעמען שטראַלן,
  1944     שױן לעבט אין זײ אַ באַטאַליאָן 1
                           














361
              פֿאָרפֿרױרענע ייִדן


האָםטו געזען איבער פֿעלדער מיט שנײ
פֿאַרפֿרױךענע יודן, אַ רײ נאָך אַ רײ ז

זײ ליגן אָן אָטעם, פֿאַרמירמלט און בלאָ,
נאָר טױט איז אין זײערע קערפּערס ניטאָ.

װײַל ס'פֿינקלט אױך ערגעץ פֿאַרפֿרױרן דער גײַסט,
װי אַ גילדענער פֿיש, אין אַ כוּואַליע פֿאַראײַזט.


זײ רײדן ניט. שװײַגן ניט. יעטװעדער ט ר אַ כ ט.
און די זון ליגט פֿאַרפֿרױרן אין שנײ אױך בײַ נאַכט.

עס גליט אױף אַ ראָזלעכער ליפּ אין געפֿריר
אַ שמײכל און קען זיך ניט געבן קײן ריר.

אַ טךאָט לעם דער מאַמען ליגט חונגעריק ס'קינד
און מאָדנע: זי קען עס ניט זײגן אַצינד.

און ס'גליװערט אַ פֿױסט בײַ אַ נאַקעטן גרײַז
און קען ניט זײַן כּוח באַפֿרײַען פֿוּן אײַז.

כ'האָב אַלערלײ טױטן פֿאַרזוכט ביז אַהער
און ס'קען מיך שױן קײנער ניט װוּנדערן מער.

נאָך אַצינד אין דער יוליקער היץ אױף אַ גאַס
באַפֿאַלט מיך אַ פֿראָסט װי ס'באַפֿאַלט משוגעת:

עס גײט מיר אַנטקעגן דאָס בלאָע געבײן —־.
פֿאַרפֿרױרענע יודן אױף שנײוקן פּלײן.
                     



361
             טײַן הױט װערט באַצױגן מיט מיךמלנער שיכט,
             און אָפּשטעלן נעמט זיך דאָס װאָרט און דאָס ליכט.

מעסקן     און אױך מײַן באַװעגונג פֿאַרפֿךיךט, װי בײַם גךײַז,
   אַמ     װאָם קען ניט זײַן כּוח באַפֿרײַען פֿון אײַז.
                                   



























363
▮ן.יגר פֿןן ,פֿקא,'ר▮סואָל1נן?גנע▮ס1 ▮סןב'ייִ'כ,ל1
                          


אַ שטיט
 

א
 עפּעס האָט אַ פֿליגלדיקס אַדורכגערױשט די הײכן
 און איך האָב אַ שטרעק געטאָן אַ האַנט עס צו דערגרײכן.
 
האָט מיך אָנגערירט אַ שטים, אַ זומערשטים אַ שטילע:
——. ▮װי זשע לעבסטו אײן־אַלײן און רופֿסט מיך ניט אַפֿילו ן
 

װי בײַ טאָג אַ שטערן בין איך דאָ, נאָר דו דערזעסט ניט.
און מײַן נעסט איז גאָר די װעלט, נאָר דיך געפֿעלט די נעסט ניט▮.

און די שטים האָט מיט אַ שוּואַרצן פֿאָדעם מיך פֿאַרשפּונען,
און די שטים האָט מיך פֿאַרטראָגן הינטער זיבן זונען, ־—.

און זי האָט זיך דאָרט פֿאַרוּואַנדלט אין אַזאַ מין װּעזן
קײן מאָל ניט צו װּערן, װײַל ס'איז אײן מאָל שױן געװעזן.
                           
















.36
                   די שאַרפֿע ליפֿן


ב
די שאַרפֿע ליפּן חאָבן מיך געגראָבן װּי אַ רידל,
אַרױסגעגראָבן פֿון מײַן גײַסט פֿאַרשאָטענע בריליאַנטן.
און װאָלסטו נ י ט געאַקערט, װאָלט איך זײַן אַ שטומע פֿידל
מיט אַ קלאַנגען־ים אַן אומבאַקאַנטן.

אוּן ניט איך װאָלט געװוסט מײַן גרױס פֿאַרמעג
פֿאַרזיגלט אונטער יאָרנדיקע שיכטן,
און ניט איך װאָלט געזען אין זיך דעם אָפּשפּיגל פֿון טעג
װי עס זעט אַ נאַכטיק װאַסער שװימענדיקע ליכטן.

ךונד אַרום איז ערד־געטרײסל, צוגעגךײטער טרױער,
נאָר אין מיטן איז פֿאַרפֿלעקלט אונדזער טרײַ געצעלט.
עס האָט דײַן ליבשאַפֿט װי אַ טױב געװאָרקעט מיר אין אױער:
▮אָ, לאָמיר, אָפּגעצױמט פֿון װעלט, באַשאַפֿן דאָ אַ װעלט 1▮
                        


















365
                 מע זוכט אתּדז


ג
מע זוכט אונדז, אַ מעסער קען זײַן יעדער פּרעפּל.
די שפּירהינט װי טריט פֿון אַ גרױזיקן גאָט.
נאָר װער חאָט אונדז בײדן באַשיצט מיט אַ נעפּל 9
צי זעסטו דעם נעפּל 9 אָט װיקלט ער, אָט...

דו זעסט ניט דעם פּאַלאַץ פֿון גראָקײט, װוּ פֿאַרבן
װי קינדעך דערשטיקטע פֿאַרזינקען אין גראָ.
מיך ליגן דאָרט בײדע װי נאַקעטע גאַרבן,
חוץ נעפּל און בײדן ־— איז קײנער ניטאָ.

נאָך אין דעך ניטאָקײט מײַן מױל נעמט זיך קניפּן
צו פֿײַערלעך רױטע. ערשט איצט איך באַמערק:
עס בלוען פֿון גראָקײט אַרױס דײַנע ליפּן 1
נאָר װער האָט באַשאַפֿן דאָס פּורפּלנע װּערק ן

עס האָט זײ באַשאַפֿן דער נעפּל 1 און זע װי
זײ טײלן זיך אָפּ פֿוּן די גופֿן אַצינה
אַזאַ איז שױן קענטיק בײַ ליפּן די טבֿע:
זײ ליבן בלױז אַנדערע שיכּור און בלינד.
                     













366
            בלעטלעד אַש


ד
איו װאַרעם טײ מיט דײַנע בריװ, —.
מײַן אײנציקעך פֿאַרמעגן,
עס בלײַבן דינע בלעטלעך אַש
מיט גליװערעם באַשפּרינקלט,
װאָס איך אַלײן קען לײענען, קען פֿרעגן:
איוּ װאַרעם טײ מיט ד ײַ נ ע בריװ,
מײַן אײנציקעך פֿאַרמעגן ן

זאָל שטומער זײַן דער װינט פֿון אַ מצבֿח 1
זאָל מײַן שאָטן מער זיך ניט באַװעגן 1
אײן בלאָז —־.
און אַל דײַן הײלנדיקע שײנקײט
װעט אײפֿערזיכטיק מאַכן אַלע װעגן.

װי טײַער ביסטו מיר אין בלעטלעך אַש,
װי ליכטיק שטאַרבסטו אױס אין בלעטלעך אַש,
װאָם איך אַלײן קען לײענען, קען פֿרעגן:
איך װאַרעם טײ מיט ד ײַ נ ע בריװ,
מײַן אײנציקער פֿאַרמעגן ן
                













367
                         די גראָע קרױן


ה
עס האָט ניט מער געדױערט וּױ אַ פּינטל מיט די אױגן,
נאָר ס'איז געוּוען גענוג די װעלט זאָל אונטערגײן. אוּן גלײַך —־.
האָט איבער שװאַרצע מײדלהאָר אַ גראָקײט זיך באַצױגן
וּױ לײַכטער װּאָלקן װאָס פֿאַרדעקט אַ זונכװּאַליע אין טײַך.

דערנאָך האָט אין איר שמײכל זיך צוריק די װעלט געלײַטערט,
װען כ'האָב געקושט איר אַקסל װוּ ס'האָט דורכגעחאַקט אַ קױל.
די טױט־ניגוּנים האָבן זיך געזעגנט אוּן דערוּוּײַטערט,
נאָר מיר האָט זיך געדאַכט: עס האָט פֿאַרשלונגען זײ מײַן מױל 1

אַ שטילקײט איז געקומען, װי פֿון אױסגערױבטע נעסטער,
און אין דער מיט פֿון שטילקײט ־— איז געשמידט געוּוען די װאָר.
װײַל ניט פֿאַר זיך אַלײן, זי האָט געליבט פֿאַר אַ ל ע שװעסטער,
װײַל ▮אַנדערש קען דאָך גאָרניט זײַן, מײַן טײַערער, מײַן בעסטער,
װי ס'קען ניט װערן שװּאַרץ די גראָע קרױן פֿון מײַנע חאָראָ.
                             

















.36
                                      דער פֿרעמדער
                

ו
                װאָס יאָג איך זיך נאָך דיר אָן זינען, װי אין יענער נאַכט
                װען דו האָסט זיך פֿאַרפּלאָנטערט אין די שטערן און געלאַכט9
                
אַצינד װוּ ביסטו ז און דײַן אָטעם אױף מײַן ליפּ װוּ איז ן
                איך בין מקנא דעם סקעלעט װאָם װאַרעמט דײַנע פֿיס.
                
מיט גאָרנישט־ליפּן זײגט ער אַנשטאָט איך דײַן רױטן מאָן.
                מיט אומליכט־אַפּלען שמעלצט ער אױף דײַן ברוסט מײַן מעדאַליאָן.
                
און אַלץ װאָס איך האָב ניט דערצערטלט װערט דורך אים פֿאַרפֿילט־—.
                אַ מאָלער, ניט געזעטיקט מיט די פֿאַרבן פֿון זײַן בילד.
                
באַלײדיקט, װאָס ניט מיטגעגאַנגען איז מיט דיר מײַן שפּאַן —־
                ביסטו זיך נוקם — צוגעאײביקט צו דעם פֿךעמדן םאַן.
                
און כאָטש עס טײלט אונדז בײדן אָפּ אַ ךױזנדיקער שיכט ־—
                בין איך דיך װײַטער פֿאַר אַ שטעךנס אױםגעלאָשן ליכט.
                
דײַן שאָטן אָבער, װאָס ער שאָרשעט װי דײַן זײַדן קלײד —
                האָסטו צו מיר אַרױפֿגעשטראַלט. דײַן שאָטן איז מײַן פֿךײד.
                
עך פֿלײצט, דײַן לעבעדיקער שאָטן, איבער פֿריש געבלים.
                איך שלײַדער זיך אױף אים און שװים צום שמײכל אין דײַן שטים.
                
נאָר ד י ך באַרירן קען איך ניט. עס גילט אױף מיר אַ שטךאָף.
                דער פֿרעמדער װי אַ בײנעריקע שװערד באַװאַכט דײַן שלאָף,

װילנבגגוס     דײַן אײַנגעשטילטן שװײַגן נאָך דײַן שטורמישן געשוּועב.
  41מש194     און איך מוז װײַטער בענקען אָן אַ זין. און בענק. און לעב.
                                       



369
                         ▮ד'עך נ'כיא,.
                 
געהײליקט דעם אָנדעגק פֿון ז. קלמנאָװיטש


א
און דער, װאָס נבֿיא רופֿט מען אים, דער שכן מײַנער, נעמט
זײַן טלית און ער זאָגט צום יתום: ▮נײ פֿון דעם אַ העמד

און טו עם אָן און לעב און קוק אָן טורא אױף דער װעלט, —
װײַל שפּינװעבם איז די װאַנט, װאָם האָט דײַן מאַכטיקײט פֿאַרשטעלט▮.

און װי אַ גראָער אָדלער גיט דעך נבֿיא זיך אַ ךיס
צו דעם װאָס ליגט דערחרגעט און ער קניט פֿאַר זײַנע פֿים:

▮מײַן ברודער, זאָלסט דערצײלן די קרבנות פֿון דעך שטאָט ־—
זי טראָגט זיך, די נקמה, ־— אונדזער שטוךעמדיקער גאָט 1▮

און װי אַ שטײן װאָם פֿאַלט אין טײַך און ךודערט אױף אַ קרײַז, ——
אַזױ װערט אײַנגעזונקען יעדער פּנים בײַ דעם גרײַז.

און װער עם חאָט געזאָגט: ▮משוגע▮, װער עס חאָט געלאַכט
װען אײן מאָל האָט דער נבֿיא זיך צעזונגען אין דער נאַכט, —־.

נאָר ער האָט מיך געגעבן פֿונעם זינגען דעם באַשײד.
                                                   .
עזי טךאָגט זיך די נקמח, איך באַגעגן זי טיט פֿרײד▮.



ב
אַזױ האָט ער אין שולהױף צום המון
געצאָרנט:
געפֿאַלן איז אין ךינשטאָק אײַער קרױן,
װי האָט איך זי באַװאָרנט ן
                               





0ז3
גײט לערנט זיך בײַ די, װאָס ניט בײַם זין, —־
די דולע,
אױף הקדש־גאַס אין תפֿיסח. גײט אַהין,
איר טרױמער פֿון גאולה 1

אַ קופּע משוגעים ־—־ אײן פֿאַרקנױל,
אײן פּנים
האָט דאָרט געגליט אין פֿינצטערניש, װי קױל, —
אױף חוזק פֿון די שׂונאים.

פֿאַרשפּאַרט אַ װאָך, אַ צװײטע, אָן אַ פֿונק
מיט גנאָדן.
און װען זײ טוען אײַזװאַסער אַ טרונק.—.
װאָלט גלײַך זיך עס צעזאָדן.


זײ האָבן ניט געקענט שױן ךײדן, גײן.
װי חיות
געגריזשעט פֿאַרן שטאַרבן זיך אַלײן
מיט קופּערנע העװיות.

נאָר װען דער שׂונא איז אַרײַן אין צעל,
▮באַקוקן▮ —־.
זײ האָבן אַלע, װי נאָך אַ באַפֿעל,
געטאָן אַ שפּרונג, מסוכּן ־—


און אים געטײט 1 װי מע צעטרעט אין גאַס
אַ װאָרעם.
װײַל שׂכל האָט געהאַט די משוגעת,
באַפֿליגלט זײער אָרעם.
                   



1ץ3
נאָר איר, די קלוגע, װי די קעלבעך גײט,
איר קלוגע.
און די, װאָס האָבן אונדזער פֿײַנד געטײט ——־
זײ רופֿט איר אָן: משוגע.



ג
און די, װאָס גליװערן פֿאַרלאָשן,
און קײנער הערט ניט זײער קול ־—.
זײ האָבן מיר געגעבן לשון
װי שנײוק־אָנגעגליטן שטאָל.
אַזױ דערצײל אין אונדזער נאָמען
די מענטשנקינדער אוּיבן, דאָרט —
און זאָל זיך שטורמיק פֿאַרנשמהן
אין זײער טיפֿעניש דאָס װאָרט.
                               .

הערט אױס, איר לעבעדיקע ברידער,
די אוּיסגעמאָרדטע לעבן אױך.
אין אײַערע געבײַטשטע גלידער
איז אײַנגעקלונגען זײער הױך.
אין איטלעכן פֿון אײַך ־—־ פֿאַרזונקען
איז אױך אַ פֿונק פֿון זײער גײַסט.
נאָר מערקן מערקט איר ניט די פֿונקען
און װי איר װערט דורך זײ געשפּײַזט.


עס איז קײן װײנעניש ניט נײטיק
און ניט קײן װאָלקנדיקע רײד.
אַנשטאָט צו װײטיקן דעם װּײטיק ——.
באַפּאַנצערט זיך אױף ס'נײַ מיט פֿרײד.
און ב ו י ט, װי איר װאָלט ערשט געבאָרן,
וּױ ס'אומגליק איז דאָ גאָרניט שײַך.
און זײ, די היטער פֿון זכּרון —־
זײ װעלן מיטבױען מיט אײַך.
               

1ץ3
                ד
                ער איז געװען דער בראָנדז־געשמידטער טױער
                װאָס האָט פֿאַרטײדיקט ס'לעצטע קינד אין פֿעסטונג.
                אוּן װען אַ שפּיז האָט דורכגעחאַקט זײַן ברוסט
                אוּן פֿוּנק אַנטקעגן פֿונק האָט זיך געלאָשן, —־
                איז ער געבליבן הענגען אין אַרײַנגאַנג
                פֿאַרעקשנט װי אַ פֿעלדז אַריבער אָפּגרונט
                און אױך אַ צ י נ ד ניט צוגעלאָזן קײנעם.
                
נאָר אַז פֿון די צעפּראַלטע אַמבראַזורן
                האָט װי מוראַשקע־שטראָמען שוּואַרץ געריזלט
                צעזאָדן בלוּט אױף װאַקלדיקע װענט —־
                און דאָס געװּײן פֿוּן קינד האָט זיך געצאַפּלט
                און אױסגעגאַנגען װי אַ זומער־פֿאָדעם —
                אָט דעמאָלט איז געפֿאַלן אױך דער נבֿיא
                און מיטגעשלעפּט מיט זיך אַ פֿליגל פֿעסטונג.
                
און װי ער איז געלעגן —— ערשט אַ שפּאַרבער
                האָט דרײַ מאָל אים אַרומגעקרײַזט, גענידערט,
                און מיטן שפּיציק אָנגעגליטן שנאָבל
                גענומען פּיקן די פֿאַרנעצטע אוּיגן.
                
און איך, װאָס בין געװען דערפֿון דער עדות,
                און האָב געאײַלט צום אָפּיאָגן דעם שפּאַרבער —
                געזען האָב איך אַזױנס: אין שאַרפֿן שנאָבל
                געפֿינקלט האָט דעם נבֿיאס גרױסע אױג;
                און װי כ'האָב זיך דערנענטערט, האָט דער פֿױגל
                אַ שניט געטאָן דרײַ צױבערקרײַזן וּױדער
װילנקגעךע     און ס'אױג איז גלײַך אין מ ײַ נ ס אַרײַנגעפֿאַלן
  פּ19ש4מ     וּוּי ס'פֿאַלט אַרײַן אַ זוּנענשטראַל אין וּואַסער.
                                  



373
           דאָט ייִנגל פֿון אײַזן


אַן אױסגעברענטער שװאַרצער מגן־דוד
אױף זײַן שטערן,
די האָר װי קאָלטנס קראָפּעוּוּע,
די אױגן —־. אײַז אין פֿרילינג,
און אױסגעשטאַרצטע געלע ריפּן אךנטער לעכער, שמאַטעס,
אײַלט אַ יונגל, טראָגט זיך מיטן קעניגסבערגער שליאַך,
אָנגעלענט אָן סוקעוּואַטן שטעקן.

ברײטע װערבעס טאָפּלען זיך אין װאַסער,
קאָרנבלימלעך לאָקן דורך די זאַנגען ־—־
און דאָס יונגל, אָנגעלענט אָן שטעקן,
אײַלט פֿאָרוּיס,
װי ניט פֿאַר אים די װאַקסעכץ.
בלױז פֿון צײַט צו צײַט
ער טוט דעם קאָפּ אַ װאָרף אַהינטער,
װי אַ פֿױגל פֿאָרשנדיק, װי װּײַט איז נאָך דער שטורעם:
אים דאַכט זיך נאָך, מע יאָגט.

—. זאָג מיר, קינד, װוּהין איז דײַן געאײַל,
צי װאַרט אױף דיר אַ שטוב, אַ טאַטע־מאַמע ן

בלײַבט ער שטײן פֿאַרגליװערט אוּיף אַ װײַל,
װי ס'װאָלט די װעלט פֿאַרפֿולט אַ ליקױ־חמח:


.— כ'האָב קײנעם ניט.
מע זאָגט, אין װילנע איז אַ שול פֿאַראַנען,
אײַל איך דאָרטן,
ס'איז נאָך װײַט פֿון דאַנען ז ־—
                  




.37
          שטעלן מיר זיך בײדע אױף אַ באַרג
          און איך װײַז אים אָן װוּהין צו שפּאַנען.
          
הײבט ער אונטער גאָר די װעלט אין טאָרבע
          און ער לאָזט נאָך אײַליקער זיך גײן
          דורך שטאָק אוּן שטײן.
          
שרײַ איך אים פֿון וּוײַטן.
                                    .
          —־ יונגל, יונגל,
          און דוּ אַלײן
          פֿון װאַנען ביםט, פֿון װאַנען ז —־
          

צינדן זיך װי צונטער
          זײַנע קנײטשן,
          די אױגן נעמען שמעלצן בלאָען גאָלד,
          און פֿונעם ליפּן־װינקל טוט אַ שטאָלצקײט זיך באַװּײַזן:
          
־—. פֿון װאַנען בין איך, האַ ן
פּמ      איך בין פֿון א ײַ ז ן 1
                             













375
                איציק װיטענבערג


א
זע איך דיך װידער —־
 װי דעמאָלט דעם זעכצנטן יולי פֿאַר טאָג
אױף אַן ערד, װאָס זיך װיגט צו דער הײך, צו דער נידער,
װי אַ דורותדיק־אַלטע, אַ בײנעךנע װאָג.
זע איך דיך װידער
און זאָג:
ער חאָט איבערגעװױגן —־־ דײַן הײַנטיקער טאָג.



ב
צװאַנציק טױזנט
לעצטע,
מידע,
װעקן מיט געװּאַלד אַ נס.
גרײטן חונדערט די מרידח
אַ מעת־לעת נאָך אַ מעת־לעת.

קומט צו די צװאַנציק טױזנט דער שׂטן,
און אַזױ װערט געבאָטן
די צװאַנציק טױזנט:

▮זוכט אים אױס צװישן אײַך דעם שטאָלצן,
געפֿינט אים אױס אין געחײמער פֿעםטונג, ־—
דעם, װאָס האָט די געטאָ פֿאַרשמאָלצן
קעגן מיר צו גײן אין פֿאַרמעסטונג, —־
דעם, װאָס האָט פֿון מײַן כּוס ניט געטרונקען
די שװאַרצע פֿונקען
                     






6ץ3
פֿון משוגעת.
צװאַנציק טױזנט
אַרױף, אַראָפּ.
צװאַנציק טױזנט
פֿאַר אײן קאָפּ.
צײַט ־־־
ביז די זון װעט אַנטרינען פֿון טאָג 1▮

און עס װיגט זיך די ערד צו דער חײך, צו דער נידעך,
װי אַ דורותדיק אַלטע, אַ בײנערנע װאָג.



ג
זע איך דיך װידער, —־
געלענט אָן אַ ביקס װי אַ בלענדיקער פֿליגל
צװישן דײַנע חבֿרים, בךידער
הינטער די ציגל
פֿון באַריקאַדע.
און דער קױלן־װאַרפֿער בײַם באָרװעסן יונג
איז גרײט אַ ליאַדע
ךגע צום שפּרונג.
און עס לױערט דאָס מײדל מיט הײסן גראַנאַט
אים אַ שלײַדער צו טאָן אין באַגעגנטן קאַט.



ד
אין מיטן רױש, אין מיטן האַװע
די צװאַנציק טױזנט בלײַבן שטײן.
דער יואוש װי אַ שטראָם פֿון לאַװע
האָט זײ פֿאַרגאָסן דאָס געבײן.
                   




ז37
פֿאַרגליװערט איז דער אָטעם. קײנער
באַװעגט זיך ניט ־— די שרעק פֿאַרחאַלט.
און אַלע װערן זײ װי שטײנער
מיט מענטשן־אָנבליק אין געשטאַלט.

און אַלע שטױנען זײ אַנטקעגן,
דאָם לעבן איז אין דיר געװענדט.
און בלױז די שאָטנס זיך באַװעגן
װי גורל־װײַזערס אױף די װענט.


ה
און דו,
געלענט אָן ביקס, ־—
דו ךופֿסט זי מער ניט צום באַשיץ.
אין אײנעם מיט דעם זונפֿאַרגאַנג די נאָנטסטע נעמען צאַנקען.
פֿון גרינעם אױגן־װינקל שיסט בײַ דיר אַרױס אַ בליץ
און אױפֿגעשניטן װערן די געדאַנקען
בײַ די,
װאָס דו האָסט זײ געזאַלבט פֿאַר מורדים און באַפֿרײַער.
די צװאַנציק טױזנט קלאַפּן אין דײַן האַרץ, אין דײַן געדאַכט,
פֿאַריואושטע —־ זײ װערן מער נאָך טײַער.
און אױב ס'איז ניט באַשערט דו זאָלסט דעם פֿאָלק דערזען אין שלאַכט,
דאַרף דאָם פֿאָלק אין ד י ר דערזען זײַן גבֿורה.
דאַרפֿסטו מיט דײַן קרבן מנצח זײַן אַ דור
און אַריבערשטראַלן צו דעם מאָרגנקינד אַ בשׂורה:
־— כ'האָב אָפּגעגעבן גאָך, —.
מײַן חלום און מײַן װאָך...
                       





.ץ3
ן
דורך זײַלן מיט פּורפּורנע שטוּיבן
עס װאָגלט די זון נאָך אין שױבן.
אָ, דױער נאָך, טײַערע, דױער, ־—.
עס װיגט זיך די גאַס און דער טױער.
צװאַנציק טױזנט
אַרױף, אַראָפּ.
צװאַנציק טךיזנט
פֿאַר אײן קאָפּ.
אוּן דער אײנער ביסט דו.
און בײַ דיר צו די פֿיס ־—.
אַ פֿרױ,
װאָס איז גרײט זיך לאָזן פֿערטלען
פֿאַר איר ליבשאַפֿט דורך נסיון דערקענט.
און ליפּן אוּן הענט
צום לעצטן מאָל דיך װאַרעמען, צערטלען:
▮װעסט ניט פֿאַרגײן, װײַל דו ביסט דער גערעכטעראָ.


דו טוסט זיך אַ ריס
דוּרך די צװאַנציק טױזנט,
אוּן אַ טױב דיך באַגלײט װי אַ ליכט ־—
צו דעם שעכטער.



ז
דײַן זײדע, דײַן זײדע אױף קידוש־חשם,
ביז צו דיר, מיט זײַן פֿלאַקערדיק לײַב
האָט די דוּרות באַפֿאָרבן.
                          ,
און דאָ, בײַ דעם ראַנד פֿון די דורות,
אין אײַזערנעם קלעם,
ניט פֿאַר גאָט.—
פֿאַרן פֿאָלק ביסט אַ קרבן 1
                 


379
די הענט געבונדן אױף הינטעך —־..
צעבראָכן.
אױגן ־—. צעשטאָכן
מיט גלאַנציקן שפּיז.
נאָר פֿאַר דער שײַן פֿון די לעצטע פֿונקען,
װאָם צוקן אין פֿײַכטן אַש פֿון די לעכער,
טראָגן זיך העכער
פֿאַר אַלע יסורים
יונגע חײלות
װי לײבן אין שטורעם,
דוךך װעלדער און שטעט,
איבער חורבֿה און טורעם
און ברענגען דיר פֿרײד
אױף שװײסיקע אַקסלען,
און בײַסן זיך אײַן מיט די צײן
אין װילנע —־ —.


ה
אין שטאָט אין באַפֿרײַטער
איז װידער איצט אָװנט
און זעכצנטער יולי.


איך קום װי אַן עכאָ
פֿון װײַטע נשמות
און שאַר מיט דער ביקס
די געבליבענע אַשן.
            






380
             אין שטאָט אין באַפֿרײַטער,
             װוּ ס'קאָרטשען זיך גאַסן
             אין טעמפּן גערודער
             און האַקנקרײץ־גופֿן
             נאָך װאַלגערן אום זיך
             צעטראָטן דורך רײַטער, ——.
             זע איך דיך װײַטער,
             אָ, ברודער,
             מײַן ברודער 1
             
פֿון אונטער דעם אָקערשט פֿאַרלאָשענעם שײַטער,
             פֿון אונטער די בײנער אין רױכיקע ההומען —
                                                         ,
             שטײַגםטו,
             געוּױקלט אין װאַרעמע אָטעמם, ——.,
             פֿאַר אַלע װאָס זענען געפֿאַלן —־. אַ נאָמען.
                
ביסט אַ רינג אַרום דער זײַל פֿון שטאַם, ——
                אַ רינג, װאָס טוט פֿאַרהיטן זי פֿון װּאַקל.
אַט▮ו▮זד        ביסט דער װינט, װאָס טריקנט אױס דעם סם
   א19        און ס'איז דײַן נאָמען פֿון הײַנט־אָן: סך־חכּל.
                              












3.1
          די בריק


ניט פֿון מירמל רױט געאָדערט,
ניט פֿון בראָנדז־געדרײטע שטריק,
ניט פֿון אײַזן װי עס פֿאָדערט
האָבן מיר געבױט די בריק.

ביז די אַקסלען אין די זומפּן,
מיט צונױפֿגעשמידטע הענט,
האָבן ברידער זיך פֿאַרשרומפּן
און פֿאַרלײגט אַ פֿונדאַמענט.


און אױף אים אַ שיכט אַ צװײטעך
מיט פֿאַרפּעכיקטן געניק.
װי די שטאַפּלען פֿון אַ לײטער
האָט געפֿורעמט זיך די בריק.

ביז צונױפֿגעהעפֿט מיט נאָגל
האָט אַ לײַב זיך צו אַ לײַב, —
אַך, צעגאַנגען איז דער האָגל
אױפֿן אָנגעגליטן לײַב 1

יעדער גוף האָט װי אַ פֿאַקל
זיך געטאָפּלט אין טשערעט.
אָן אַ קרעכצן, אָן שום װאַקל,
זיך פֿאַרשמאָלצן און פֿאַרקנעט.


װען די בריק איז שױן געהאַנגען
װי אַ רעגן־בױגן לאַנג,
זענען איבער איך געגאַנגען
מיט פֿאַרטײַעטן געזאַנג
            



381
            שורות מורדים, מײדלעך, יונגלעך,
            דורכגעגליט מיט אײן באַגער.
            מיט די פֿינגער אױף די צינגלעך
            פֿון באַרעגנטן געװער.
            
אױך אַ פֿערד האָט זיך געצױגן
            מיט עקשנותדיקע טריט.
אױנוסט     נאָר די בריק האָט אומגעבױגן
  אַ19     בלױז מיט פֿונקען זיך באַשיט 1
                         
























383
              די יונגע מאַמע


אַז פֿון גאָךער װעלט איז איר פֿאַרבליבן,
בלױז איר קינדס אַ ליאַלקע און ניט מעך ־—
װעמען זאָל די יונגע מאַמע ליבן,
װער װעט איר אַן ענטפֿער געבן, װער 9

האַקט זי צו די טיר אױף שלאָם און ריגל
און װי פֿרוער לײגט זי איצט אױף ס'נײַ
אין דעם פּוסטן, פּוסטן, פּוסטן װיגל
דאָס פֿאַרגאַפֿטע קינד פֿון פּאָרצעלײַ.

װענט און באַלקן גלימצערן אין פֿרירונג,
אינעם פֿענצטער שטעקט אַ בינטל שטרױ,—
טוּט זי אָן אַ שמײכל וּױ אַ צירונג,
אױך דאָס קינד זאָל מיטשמײכלען אַןױ.

נאָר די ליאַלקע װײנט. מע האָט איר חלום
צוגערױבט פֿון אױסגעשטרעקטע הענט.
איז זי קראַנק געוּואָרן חס ושלום ז
װײ מיר, װי דאָס שטערנדל איר ברענט 1

וּױקלען מאַמעס ליפּן אײַן דעם שטערן:
— ▮ניטע, ניטע חנהלע, ניט װײן,
װײַל אַ װאָלף אַ בײזער קען דערחעךן▮.
און די טרערן װערגן זי אַלײן.

טוט די מאַמע חנהלען שױן לײגן
צו דער זיסער ברוסט און וּױגט זי צו
און זי גיט דער ליאַלקע אױך צו זײגן:
־— ▮אײַלעליו, מײַן לעבן, אײַלעליו▮.
                   



.38
            און די ליאַלקע זײגט. עם גיט אַ בלײבל
            אױף די ליפּלעך בלעזלדיקער שױם,
            און פֿאַרדרעמלט אײַנגעװּיגט אין שמײכל,
            בלױז די װועס ציטערן קױם־קױם.
            
דרעמלט אױך די מאַמע בײַ איר שענסטער.
            אָבער פּלוצעם װעקט זי אַ געשרײ:
אוע▮ע     טער ניטאָ דאָס בינטל שטרױ אין פֿענצטער,
  1944     און װי שטעךן פֿאַלט אַרײַן אַ שנײ.
                            
























3.5
                         סובאָטש־גאַס צװאַנציק.
                ג▮ק▮קקעגאַע.קו:עע.בןקנ▮עש▮▮ק.אָ:


װוּ איז דער בױם ז
איך בין געגאַנגען זען דעם בױם פֿאַרװאַנדלטן אין הליח,
אױף סובאָטש־גאַס, אַנטקעגן מאָנאַסטיר, אַהינטער צױם,
און אונטער מיר די ערד האָט זיך געבראָכן װי אַ קרוע.


אין יעדער םקריפּ
אױף בלאַנקן שנײ, ־— עם קרעכצט אַ צװײַג מיט לעבעדיקע בליטן.
▮כאָטש זען דעם בױם 1▮ חאָט אַ פֿאַרלאַנג אַרױסגעגליט פֿון ליפּ.
און קאַלטער, אָנגעשלײַפֿטער װינט האָט מײַן געדאַנק צעשניטן.

עס טוט אַ שלאָג
מיט פֿראָסטיק בלאָען גאָלד פֿוּן הױכן אָנגעשלײַפֿטן צלם.
איך קום אַרײַן אין ברײטן הױף צוזאַמען מיטן טאָג,
דער טאָג פֿאַרבלײַבט מיט מיר, און װאָס ער װײס ניט —־ איך דערצײל אים.


טשיריך, טשיראַך...
אַ װינטער־פֿױגל זעגט די לופֿט, און װען ער ענדיקט זעגן ——.
דערזע איך װי עס האַקט אַ קלאָץ אַן אַלטינקער מאָנאַך.
־— ▮גאָט העלף 1 דאָ איז געװען אַ בױם, װו איז ערן▮ — פּרוּװ איך פֿרעגן.

ער טוט אַ בליק
װי פֿון דער חײך דער צלם און זײַן האַק מיט דעם באַשטראַלט ער.
־— ▮אָט איז דער בױם ־— באַװײַזט ער מיר אַ צװײַג, אַ לעצטע שטיק.
נאָר קום אַ שמועס טאָן אין שטובאָ—־. זאָגט פֿרײַנדלעך מיר דער אַלטער.



. דער פּלאַץ בײַם ראָטע־מאָנאַטטיר װי עס זענען צוּנױפֿגעטריבן געװאָרן די לעצטע ייִדן פֿון
נענע עדק▮עןגןבנ▮עעע ע.י▮עןב2▮עלגע▮עעעג▮ײַע פֿדץ..▮קעגײַןגץ'ײַ
                                                     י
פּײַניקטער עדה, האָט מען אױפֿגעהאַנגען די דרײַ העלדן.
                                 


386
אַ שװערע טיר
באַלײגט מיט שטאַנגען קופּער טוט אין האַלבראָד זיך אַן עפֿן.
ער ברענגט מיך אין אַ שטײנעריקער צעל פֿון מאָנאַסטיר,
מיט זיכערקײט, אַז דאָ װּעל איך די זוכונג מײַנע טרעפֿן.


און זײַט בײַ זײַט
מיר זעצן זיך אױף ראַנד פֿון בעט, בײַם אײװעלע אין װינקל,
און װי אַ קרבן גיט ער אָפּ אַ שײַטל נאָך אַ שײַט,
ביז גאָר די פּוסטקײט װערט פֿאַרפֿולט מיט כּישופֿדיקן פֿינקל.

װי בלײַ, װי בלײַ,
צעגײען אין די קנאַקנדיקע פֿלאַמען מײַנע װערטער:
.— אָמאָנאַך, אױף צװײַגן פֿון דעם בוּים האָט מען געהאַנגען ד ר ײַ,
חבֿרים מײַנע דרײַ, און איך געקאָנט װאָלט זײַן אַ פֿערטער 1▮

—— אָאין יענער צײַט▮,
זאָגט דער מאָנאַך, ▮האָב איך זיך אין אַ קבֿר אױסבאַהאַלטן▮.
און װי אַ קרבן גיט ער אָפּ אַ שײַטל נאָך אַ שײַט,
ביז איך דערזע אין פֿײַער די פֿאַרפּײַניקטע געשטאַלטן.

פֿאָרױס ——. איז ער 1
אַן אױסשטראַל פֿון די װאָלקנדיקע געסלעך ־— יאַנקל קאַפּלאַן.
פֿון לינקס ־—.. אַבֿרם, אין האַנט אין דער צעבראָכענער —— געװער.
און רעכטס ——. דאָס מײדל אַסיע, —־. פֿול מיט פּולװער די שװאַרצאַפּלען.

און זאַלבע דריט —־
זײ שאַרן זיך פֿאַרטײַעט דורך דער אױסגערױבטער געטאָ
צום שטורעמפֿירער און זײַן װאַך. איך הער און זע די טריט,
אוּן יעדער קױל צעבלענדט זיך אין דער נאַכט װי אַ ראַקעטע.
                               



ץ38
       אַ גאַנצער פּאָלק
       באַךינגלט ךונד אַרום. ניטאָ קײן װעג, ניטאָ קײן קױלן.
       געבונדענע מען פֿירט די דרײַ װי װאָרצלען פֿונעם פֿאָלק,
       װאָס אַז מען האַקט זײ אָפּ — זײ בלײַבן ערגעץ נאָך פֿאַרהױלן.
       

דער מיזךח בךענט.
       און לעצטע יודן טרײַבט מען אױף, צו קוקן װי עס חענגען
       די דרײַ, די דרײַ. איך װיל זײ העלפֿן, שטרעק אין פֿלאַם די הענט.
       כאָטש קײן ישועה װעל איך זײ שױן מער ניט קאָנען ברענגען.
       

און װי אַ תּהום
       צעעפֿנט זיך די לופֿט. זײ נעמען שטײַגן, שטײַגן, שטײַגן,
       און יאַנקל זינגט, עס זינגט דאָס בלאָנדע מײדל, אױך אַבֿרם,
       און א י ך דערזינג דאָס ליד װאָס בלײַבט געהאַנגען אױף די צװײַגן.
       
עס צאַנקט דער פֿלאַם.
       עס װישט די טרערן דער מאָנאַך װאָס הױקערט זיך דערנעבן.
ו     און איך שלינג אײַן אַ הײסע קױל פֿון אָפּגעברענטן שטאַם,
1     און גלײב: זי װעט אַרױסבלוען פֿון זיך דעם בױם פֿון לעבן.
                                         













.38
                         גראָע פֿעדעם
         

פֿון גאָר דײַן פֿאַנג און דײַן געװין,
         אין יאָגעניש נאָך גאָט, נאָך לאָקנדיקן שימער,
          װאָם איז דיר מער געבליבן װי אַ שפּין,
         אַ פּורפּורשפּין אין װינקל ציטער ן
          
דעך ניגון פֿון דײַן האַרץ איז איר געטראַנק,
          אַ יתום ־— קומט זי דאָרטן זיך באַהאַלטן
          און שמײכלט: ▮ביסט ניט אױםצוהײלן קראַנק,
          פֿאַרקױף מיר דײַנע װערטער און געשטאַלטן▮.
          
און דו האָסט ליב די פֿײַערדיקע שפּין,
          געבױגן פֿאַר איר הערשאַפֿט מיט הנאה.
          פֿאַרנעפּלען לאָזסטו, אײַנדרײען דײַן זין,
          אין אירע פֿעדעם, זײגעוּודיקע, גראָע.
          

דו ביסט איר קנעכט.
          זי װיקלט אין הכריכים דײַנע נעכט.
          און װען דײַן הפֿילה קלעטערט צום באַגינען ——
          בלײַבסטו אײַנגעזױגן אינעם שפּיניקן געפֿלעכט
א19     און װעסט שױן פֿון איר הליה ניט אַנטרינען...
                              












389
               אין טאָג פֿון גאולה


אין טאָג פֿון נצחון, בײַם הײבן דעם בעכער,
איך װיל מיט די טײַעךסטע טרינקען לחײם 1
נאָר אױסגעברענט פֿלעקיק די צײַט איז מיט לעכער —־
עס פֿעלט דאָרטן יאַנקל און ס'פֿעלט דאָרטן חײם.

און כ'קען מיט מײַן האַרץ ניט פֿאַרלאַטען די ריסן,
דאָך טאָך איך ניט בלײַבן בײַם יום־טובֿ קײן אָבֿל.
▮צעעפֿן זיך, פֿרילינג, איך קום דיך באַגריסן 1▮
און ס'טוט זיך אַן עפֿן דער ערדישער טאָװל.

איך זינק מיטן בעכער צו זײ, װעמעס חלום
די װאָר האָט באַלױכטן מיט הײליקע שװערדן.
▮איך ברענג אײַך דעם װײַן פֿון נצחון און זאָל אים
פֿאַרזוכן די עדה, פֿאַרחתמעט אין ערדן 1▮

▮לחײם 1▮ —— און ס'צוען זיך קנאָכנס צום בעכער,
באַלעבט װערן שאַרבנס מיט הױט און מיט אױגן;
דעך קאָפּ פֿון מײַן מאַמען נעמט הײבן זיך העבער,
אַריבער די זילבערנע בענטשליכט געבױגן.

▮לחײם 1▮ ־—. און ס'װײַזט זיך מײַן אַלטינקער שכן,
װאָם האָט בעתן אומקום געלײענט די פּרשה.
און נאָך אַ מאָל שטײַגט מיטן אױסרוף: נצחון 1
דער יונג אױף דעם פֿלאַמיקן טורעם פֿון װאַרשע.

▮לחײם 1▮ —־. און טיקטין אין מױל פֿון סכּנה,
ער דריקט דעם גראַנאַט אינעם בוזעם באַהאַלטן;
און װיטענבערג, װי אַ צעשאָסענע פֿאָנע,
אַ פֿלאַטער דערלאַנגט איבער אַלע געשטאַלטן.
                      



390
             אַ רגע... דער בעכער װערט פּוסט. איך בין אײנער,
             ס'פֿאַרשליסן זיך װידער די אױגן די פֿולע,
נע▮ײַ     און פֿײגל־געזאַנג טוט פֿאַרװיגן די בײנער
  45מ     אין טאָג פֿון נצחון, אין טאָג פֿון גאולח.
                                  



























391
ד▮אס.רבר־.רינד
      
א
     ▮
   נ ־נדרי
      

א
  
מפֿיס —אפֿן
                   ד▮פֿ.ס ,ץבך־▮ץינד
                        אָדךאַמאָטישע כךאָמק


נאַכט. װינט. צעריטענע װאָלקנס. װען עט נעמט זיו לײַטערן, באַװײַזט זיד
צװישן ד מצטת דער קברן—אַ ייִד פֿון קרובֿ אַכציק, אָנגעטאָן אין תּכריכים.
ער שאַרט זיד, אָנגעלענט אָן אַ רידל װי אָן אַ שטאָק, װן בלײַבט שטײן אַ
םאַרגאַפֿטער, װען ער דערהערט אַ פֿױגלטרעל. ס'איז בלוטיק־שטיל. און
       גאַנץ אומגעריכט װערט דאָס בילד באַגאָסן מיט לפּנהדיקס.
   

דער ייִד: ער זינגט: דער פֿױגל זינגט. און איך —
             דעם לעצטן קבֿר אױסגעגראָבן
             פֿאַר זיך אַלײן. איצט קען איך װאַרטן
             מיט גרײטע שערבלעך און צוקאָפּנס —
             אַ זעקל ארץ־ישׂראל־ערד.
             כ'װעל זיך אַלײן די שערבלעך אָנטאָן
             און זאָגן קדיש נאָך מײַן לעבן.
             נאָר שװערן שװער איך בײַ די אַלע,
             װאָס האָבן זײער לעצטן מאָלצײַט
             געגעסן פֿון מײַן רידל: כ'װּעל
             פֿון די מצבֿות ניט אַנטלױפֿן.
             מצבֿוה, קינדער פֿונעם טױט 1
             כ'האָב ליב אײַך מיט מײַן גאָרער ליבשאַפֿט.
             מיט מײַנע טרערן, װּאָס קײן מענטש
             האָט ניט געזען ביז איצט, באַפֿײַכט איך
             די אָפּגעקרישלט־אַלטע אותיות
             אױף אײַערע געפּלאַצטע הערצער, —
             זײ זאָלן װי מנורות לײַכטן
             און אױסברענען מיט זײער שײַן
             די מערדעראוּיגן װוּ זײ לוגן.
             כ'װעל ניט אַוּועק. דאָ איז מײַן הײם
             און אַלע מתים ——. מײַנע אורחים.
             איך בין דער היטער פֿוּן חלומות,
              װאָס װײסן ניט קײן אַנדער װּאָר.
                               



395
               ס'איז שטיל. דער פֿױגל זינגט נאָך אַלץ.
               ס'איז הונגעריק מײַן טרײַע רידל.
               און דאָרטן, אױף פּאָנאַרער בערג,
               פֿאַרקלאַמערטע אין מאַמע־אָרעמס,
               דער מאַרך פֿון קינדער־קעפּלעך שפּריצט
               און קומט אַהער צו מײַנע ליפּן.
               
און אפֿשר גאָר זאָל איך אַװעק
               צו מײַנע צאַנקענדיקע ברידער,
               און זאָל דער קברן זלמן־בער
               פֿאַרװאָרצלען זיך אין זײער שאָטן ז
               מײַן אינגעװײד איז שױן פֿאַרסמט
               פֿון גריזשען די בית־עולם־קרײַטער,
               פֿון טעג באַהאַלטן זײַן אין קבֿר
               מיט שערבלעך אױף די אױגן: אפֿשר...
               איך הער דאָם לױשפּערן פֿון טױטע —
               די װידערשפּעניקײט דעם לעבן.
               דעם שטורעמרוף צום װידער־אױפֿשטײן
               איז מורד דער צעפֿױלטער שאַרבן.
               און יעדער בײן זאָגט: נײן, שרײַט: נײן,
               דעם װוּנדער, ער זאָל נײַ־צעבלוען:
               ▮צו קלײן די פֿרײד, צו גרױס דער װײטיק
               און ס'גילטן מער ניט קײן געזעצן 1▮

גאַכט יוערט ליכטיקער. די מצבֿות אָנגעטאָן אין לבֿנה־שײַן װי אין קיטלען,
גליװערן באַװאַכטע פּיט שאָטנט. די שאָטנט זענען מענטשן־ענלעד, װינקען
אײנער צום צװײטן. און װידער דערטראָגט זיד דאָט אָװגטליד פֿוגעם
פֿױגל, װאָס גײט פֿאַמעלעד איבער אין אַן אָפֿגעהאַקטן פֿװיען־געװײן דאָ
                       ערגעץ פֿון דער גאָענט.
     
דער ײַד: געװײן ן צי װײנט עס מײַן נשמח ז
               איך הער אין גראָזן אַ געשאָרך,
                               


396
              אַ שלוכצעניש פֿון עפּעס אײגנס.
              קען זײַן, די שרעק האָט מיך געמסרט
              און ס'האָט אַ גזלן מיך באַמערקט, —־־
             באַמערקט און לױערט טױזנטאױגיק
             צו אומברענגען דעם לעצטן יוד,
             װאָס איז פֿאַרבליבן נאָך אין װילנע ז
              צוריק א.ן קבֿר, זלמן־בער,
             דאָרט ביסטו זיכערער בײַ זיך
             אי מיטן טױט, אי מיטן לעבן...


ער שאַרט זיד דורד, װי אַ גײענדיקע מצבֿה, צװישן די קבֿרים און ציט זיד
צו זײַן באַהעלטעניש אין גרוב. װען ער קומט, שטײַגט אַרױט פֿון אינעװײניק
        אַ שנײַדנדיק פֿרױען־קול און פֿאַרשטעלט אים װי אַ װאַגט.
   
דאָט קול: ליב קינדעלע טײַערס
             ניט אײַל זיך, ניט אײַל.
             אין חלום אין האַרצנס
             פֿאַרבלײַב נאָך אַ װײַל.
             

דאָרט ביםטו מײַנם נאָר,
             װי ס'אױגס איז די טרער.
             און אַנדערש װוּ ביסטו
             דעם טײַװלס באַגעך.
             
דו גאָלד פֿון מײַן ליבע,
             דו קרױן פֿון מײַן בלוט, —
             צו פֿרי נאָך, זאָלסט װיסן,
             אַז אין קבֿר איז גוט...
   
דער ייִד: װער ביסטוּ, װער ן דערצײל. איך בין
                               



397
         אַ ייִד. ניט שרעק זיך פֿאַר מײַן אָנטאָן.
         איך בין דער קברן זלמן־בער,
         װאָס הױזט דאָ װּאָכן־לאַנג אין קבֿר, ־—
         באַהאַלט זיך פֿאַרן טױט ־— בײַם טױט.
         װי קומסטו דאָ, פֿון װאַנען, זאָג 9
         און װאָס באַטײַט אין גרוב דײַן זינגען ן

דאָט קול: אַ יוד. אַ לעבעדיקער יוד ן
         כאַ־כאַ, כאַ־כאַ 1 אוּן אפֿשר נאַרסטו
         מיך אָפּ, און האָסט מיך נאָכגעיאָגט
         פֿון דאָרטן, װוּ דעם עפּלבױם
         איך האָב געדריקט אין מײַנע אָרעמס ן

דער ייִד: ניט שרעק זיך, פֿרױ. איך בין אַ יוד,
         באַהאַלט זיך דאָ שױן דרײַ חדשים
         און חיט די שטילקײט. ךײד, ס'איז זים
         דײַן שטים און קרעפֿטיקט מײַנע בײנער
         כ'האָב לאַנג שױן ניט געהערט קײן װאָרט,
         קײן יודיש־מאַמעדיקס, קײן האַרציקם.
         װי ךופֿט מען דיך, פֿון װאַנען קומסטו ן

דאָט קול ב מע רופֿט מיך רחל. װער איך בין —־.
         דאָס װײס איך ניט. ס'איז ערגעץ אַנדערש
         מײַן גײַסט, און איך בין ניט פֿאַראַן מער.
         נאָר אינעוּוּײניק אין מײַן לײַב
         שױן צאַפּלט זיך און ברעכט די תּפֿיסה
         מײַן צװּײט, מײַן אױסגעחלומט לעבן,
         װאָס װײס ניט וּװּ עס ליגט זײַן מאַמע
         און װוּ זײַן טאַטע. —.
                          



398
דער ייִד:                      שטילער, שטיל.
         אַ ביסל װאַסער נעם, זײַ ךװק,
         איך פֿיל אין מײַנע אַלטע גלידער
         נעמט שטראָמען גאָר אַן אַנדער ליכט,
         אַ נײַע גבֿוךה ניט צו גלײבן 1

דאָט קול: און דאָרטן אױפֿן טױטנבאַרג,
         ניט װײַט פֿון גרוב האָב איך געטראָפֿן
         אַ פֿולן עפּלבױם. די זון
         איז אין די עפּעלעך פֿאַרגאַנגען.
         איך האָב אַ שפּרונג געטאָן צום בױם,
         זיך אײַנגעביסן מיט די צײנער,
         און ניט פֿון אָרט. עס האָט מײַן קינד
         געשטורעמט אין מײַן לײַב, געװאָרנט,
         און כ'האָב געפֿאָלגט. מיך האָט אַ מערדער
         אַ ריס געטאָן, די הענט געשניטן
         און אומגעװאָרפֿן אױף דער ערד.
         נאָר איך האָב אַלץ אין מײַנע אָרעמס
         געדריקט דעם בױם, געקושט, געביסן,
         ניט אָפּגעלאָזט. און איבער מיר,
         צו גלײַך מיט קלעפּ און שיסערײַען,
         געפֿאַלן זענען עפּל, עפּל, —־.
         אַ װעלט מיט גאָלדיק־רױטע עפּל,
         און אױסגעמישט זיך מיט מײַן בלוט.
         
בײַ נאַכט. װי פֿינגער אין אַ לאָדן,
         האָט אָנגעקלאַפּט אין מיר דאָס קינד:
         אָאַנטלױף 1אָ כ'האָב אױפֿגעװאַכט. דערנעבן ——.
         גערױכערט האָבן זיך די פֿעלדער,
                          



399
             באַגאָסענע מיט קאַלך. אין לופֿטן ־—..
             געהאַנגען זענען נאָך די קולות
             פֿון די פֿאַרשלונגענע. און העכעך ־—
             די שטערן —־. זײערע נשמות,
             דער פֿינקלדיקסטער —— פֿון מײַן מאַן.
             
כ'האָב אָפּגעלאָזט דעם בױם. אַנטלאָפֿן.
             און יעדער שװעל איז מיר געװען
             אַ הונט, און ערגער נאָך ־—. די מענטשן.
             ביז װאַנען, כ'װײס ניט װי אַזױ,
             איך בין פֿאַרקראָכן איצט אַהער צו
             און טרעפֿנדיק אַ גרײטן קבֿר
             אַרײַנגעװּאָרפֿן דאָרט מײַן גוף.
   
דער ייִד: אָ, טאַטע־פֿאָטער, װי דו נערםט
             מיט אַלע פּרװװּנגען מײַן עלטער 1
             נאָר עפּעס װער איך שטאַרק, װי ס'װאָלטן
             די אַלע טױטע מיר געשאָנקען
             די גבֿורה זײערע, װּאָס קײנער
             באַדאַרף ניט מער. דאָס קינד מוז לעבן —־
             דאָס קינד, דאָס קינד. ——־


די פֿרױ נעמט זיו װאַרפֿן אין קראַמפֿן, װי עמעץ װאָלט זי װאַרגן. די
הענט שטרעקן זיו אַרױף צו אין אַ פֿאַרצװײפֿלטן געבעט. זלמן־בער פֿיבערט
      איך אַנטקעגן אין עקסטאַז און רײַסט פֿון זיו די תּכריכים.
   

דער ייִד: זײַ שטאַרק. דו מוזסט געבױרן ס'קינד,
             כ'װעל העלפֿן, כ'װעל... אים זײַן אַ פֿאָטער.
            כ'װעל אױםבעטן די גרוב מיט בלעטער
            עם זאָל דיר װּאַרעם זײַן און הײמיש.
                              



00.
         פֿון מײַנע קלײדער, די תּכריכים,
         װעט סטײַען װינדעלעך און װיקלעך.
         און מילך װעט געבן אונדז די ציג,
         װאָם װאָגלט אום אױף דעם בית־עלמין.
         דאָס קינד מוז לעבן,
         לעבן,
         לעבן,
         װײַל ס'איז געזאַלבט פֿון גאָט אַלײן
         צו זײַן משיח.
         שופֿרות, בלאָזט 1
         און פּראַלט, איר בײנערדיקע קבֿרים 1
         נאָך יונגלװײַז,
         אַ מאָל, אַ מאָל,
          האָט מיר פֿאַרטרױט מײַן פֿרומער זײדע:
          ▮דער האַר משיח װעט געבױרן
          ניט דאָ װוּ אַלע מענטשנקינדער, ־—.
         פֿון טיפֿן קבֿר װעט ער קומען,
          כּדי שױן קײן מאָל ניט צו שטאַרבן▮.

דאָט קול: אָ, מאַמע, װאָס דו ליגסט ניט װײַט,
          דערבאַרעם זיך אױף מיר, דערבאַרעם 1


דער ייִד: זײַ שטאַרק, דו מוזסט געבוּירן ס'קינד,
          זײַ שטאַרק, װי איך בין איצט געװאָרן
          בײַם זען די אױגן דײַנע. באַלד
          װעט ליכטיק װערן אינעם קבֿר
          און אױך אין האַרצן.

דאָס קול:                      מאַמע 1 מאַמע 1
                           



01.
    דעי ייִד: עם העלט. שױן ךײטלט זיו דעך מיזרח,
              און מיט דער קבֿךים־נאַכט צוזאַמען
              פֿאַרגײט טײַן ציטעךניש. אַצינד
              באַדאַרף איו מער שױן ניט מײַן רידל.
              זי װעט אַלײן נקמה נעמען
              אָן גאָרער װעלט.
              אָ, סאַךאַ זכיה
              אַזאַ געבורט דאָ צו דערלעבן,
              אַזאַ געבורט 1
   

דאָט קול:                      אָ, מאַמע, מאַ—־־


די שטים בלײַבט אָפּגעהאָקט, קאַלט. פֿאַרגײט צװישן די מצבֿות. אַגשטאָט
איר הילכט אַרױף דאָט קול פֿון נײַ־געבױךענעם. זלמדבעי מיט 
אױטגעשטךעקטע העגט, בײגט זיד אײַן איבערן קבֿר. ט'װעךט העלער, העלער,
                         די מצבֿות ציגדן זיו.
    

דער ייִד: געבױךן 1 װי די זון געבױךן
              אין קבֿר פֿון דער נאַכט'.—
              נעבענטשט זײַ 1
              און מזל־טובֿ דיר, מאַמע רחל,
              און דיר, דעם קברן זלמן־בער,
              און אײַך, איר נאָענטע און װײַטע —־


ער בלײַבט ליגן װי פֿאַרכּישופֿט בײַם ראַנד פֿון קבֿר, באַלױכטן פֿון 
אַנטקעגנדיקן זונװיפֿגאַנג. אײן האַנט האַלט ער איגעוװיגיק. די צװײטע ־—
        אױפֿן שטערן. מיט אַ קול פֿון ליכטיקן גצהון זיגגט ער:
       

געבױךן דער װּוּנדער, געבױרן דאָס קינד,
       אין הײליקער קראָפּעװע־גרוב, אין דער בלינד.
                                




401
      פֿאַר אײַך איז דערװײַל נאָך דער סוד ניט אַנטפּלעקט:
      דאָס קינד ליגט אין שױס פֿון די מתים און לעקט,
      װי מילך, דאָם געוּױין פֿון זײַן מאַמען.
      
און אַלע װאָס װאָגלען און װײסן ניט װוּ,
      און אַלע, װאָס זוכן אין פֿײַער אַ רו —.־.
      צי הײלט זײער חלום דאָס ליכט פֿון זײַן שטים ז
      צי הערן זײ אים, צי באַשװערן זײ אים
      און אָטעמען אײַן זײַנע קלאַנגען ן
      
נאָר ס'פֿילן אים גרעזעלעך אונטער דער ערד,
      און זױגישע קינדער בײַם אָנבליק פֿון שװערד,
      און ס'האַרץ פֿון אַ שטערן אומזינדיק און רײן,
      און איך, דער פֿאַרשטײנערטער קברן אַלײן,
      און אַלע.— פֿון אונטער די שטײנער 1


װען ער ענדיקט זיגגען, דריגגט אַרױט פֿונעם קבֿר אַ דינע מוזיק װי פֿון אַ
     פֿידל. ט'איז דאָט קול פֿון דעם קבֿר־קיגד אין צעבליטן באַגיגען.
                  











װילנעך געטאָ, 12טן אַפּדיל ט19
                               


03.
                 ,בלו־נדךי
             דעת9ילטטןאַטבפֿסעטם

א
... האָט מען אונדז פֿאַרטריבן אין אַ שטײַג פֿון צװײ־דרײַ געסלעך
און פֿון דאָרט אַרױסגעשלעפּט צו הונדערט און צו טױזנט,
װי פֿיבערדיקע רױפֿלײש,
און געװאָרפֿן פֿאַר די חיות.

זענען מיר געלעגן אין די קעלערן און לעכער,
גלײַך װי אין געװעלבטע אונטערערדישע פּאַלאַצן,
מיט װײַב און קינד,
אױך קינד, װאָס דאַרף געבױרן —־
אײן װוּנדיקער געפֿלעכט,
אײן פֿיבערונג,
אײן פּלאַצן.


און ס'איז געװען אַ טאָג —־
אָ, װער װעט ברענגען אים צום מישפּט ן —־.
אַ טאָג, װאָס האָט אַ בלענד געטאָן
מיט אפֿשרדיקן צוזאָג,
און אָנגעבליט רחמנותדיקע שײַן
אױף אַלטע שײַבלעך,
און דורכגעשניטן שטײנער:
—— הײַנט אין אָװנט איז יום־כּיפּוך.

האָבן זיך צונױפֿגעקליבן פּאַרמעטענע יודן
פֿון בײדעמער פֿאַרשפּונענע
און ברונעמדיקע קעלערס —
אין לױכטנדיקער קלוּיז פֿון װילנער גאָון, —־.
זיך אױפֿגעקליבן צו כּל־נדרי
גלײַך װי צו אַן אױפֿשטאַנד.
און צװישן דער צונױפֿגעקלעמטער, יום־טובֿדיקער עדה,
                   



.0.
באַפֿלעמלט זיבנפֿאַרביק
מיט די הפֿילהדיקע ליכט,
בין איך אױך געװעזן, —־
איך,
דער לעצטער פֿון געזינד.
נאָר ניט איך האָב געשלאָגן זיך אין האַרצן,
נאָר ניט איך חאָב געבעטלט
שטיקלעך טעג און ברעקלעך מזל, ־—.
װײַל גאָרנישט מער באַדאַרף איך שױן,
און איבעריק ——.. אַ שיצער...
דאָך האָט מיר אַ לײַכט געטאָן פֿון אונטער מײַנע חױטן
אַ צאַנקענדיקע יאָרצײַטליכט
און, בליקנדיק דערינען,
האָט מײַן האַרץ אַרױסגעפּלאַצט
פֿאַר עמעצן אַ נאָנטן,
װאָס האָט מיט קאַלטע פֿליגל
מיר אַ ברען געטאָן דאָס פּנים:


▮מיט װאָסער צוגעגרײטן װײטיק װעסטו מיך נאָך נערן
און װיפֿל הונגעריקע גלוסטן טראָגן דײַנע צײנער ן
איז טאַקע דיר מײַן לײַב געשמאַק און האָניק ־— מײַנע טרערן ן
און װילסטו װאָס אַרױסבאַקומען, װי אַ פֿונק פֿון שטײנער ן

מיט זיבן טעמפּע שוּוערדן האָט געשלאָגן מיך דײַן שטראָפֿונג,
מײַן אַלטער קראַנקער טאַטע האָט אַלײן די גרוב געגראָבן.
מײַן װײַב איז, מיט אַן אײניקל בײַם ברוסט ־— איר לעצטע האָפֿונג,
אַװעק װי צו אַ שׂימחה אין דעם קיניגרײַך פֿון ךאָבן.
                       





405
פֿינף זין חאָב איך געהאַט אַ מאָל, װי פֿינף געטרײַע פֿינגער,
און זײ האָב איך פֿאַרטרױט מײַן לעבן נאָך מײַן טױט צו שפּינען.
מרחם חאָסטו זיך געװען, געמאַכט מײַן אַלטקײט גרינגעך:
חאָסט אײנציקװײַז זײ אָפּגעהאַקט און מיך געלאָזט בײַם זינען.

און מיו, װי אױף צו להכעים, האָבן שװערדן ניט צעשניטן,
און קױלן ־— אָפּגעקלאַפּט צוריק, און שׂרפֿות — ניט געצונדן;
װאָס עסיקער די װוּנדן, האָב איך װינציקער געליטן,
און דו אַלײן, מײַן גאָט, האָסט זיך געשפּיגלט אין די װּוּנדן.

פֿאַר װאָס בין איך געבױרן קעגן װילן מײַנעם ז װעמעס
געװײן האָט מיך אַרײַנגעטרערט אין מאָס אין מענטשיש בלינדער ן
אױב אמת, אַז דו דאַרפֿסט אַזױ, טאָ װער באַדאַרף דײַן אמת ן
ניט איך װעל שלאָגן זיך על־חטא, ס'איז דו, ס'איז דו, דער זינדער.

װאָם קען איך דען פֿאַרלירן מער און װאָס קען איך געװינען,
אַז מײַן פֿאַרלאָשן אױג שױן קען ניט װערן פֿײַכט און גלאַנציק ן ־—
אָ, בלינד בין איך געװאָרן, קען מײַן טױט גאָר ניט געפֿינען
און ניט מײַן עלטסטן זון, װאָם איז אַװעק שױן אַ יאָך צװאַנציק.

װוּ נעמט מען אױף דער װעלט אַ ליכט, כּדי כאָטש אײן מאָל זען אים
און װיסן, אַז עס בלײַבט אַ שפּראָץ נאָך מײַנע גךאָע יאָרן ז
געקושט װאָלט איך אַ פֿרײדיקעך די געסעלעך פֿון גיהנום,
און שטילע ךו װאָלט אױפֿגעבליט אַנשטאָט פֿאַרקאַלכטן צאָרן▮.
   

די װעךטעך האָבן נאָך װי זשאַר
   געאָטעטט אין מײַן לײב,
   עךשט איך הער, —— אַ שטורעם פֿון געװײן
   װיקלט זיך און װיךבלט איבעך דעכער,
   צעךײַסט זיך שטיקערװײַז
                             


06.
און פֿאַלט אַראָפּ,
אַךאָפּ,
אַראָפּ,
װי שטײנער אין אַ תּהום.
און פֿונעם שולהױף
טראָגט זיך אַ צעשניטענעך געשךײ
אַהער אין קלױז,
דערשטיקט די ליכט,
צעכװאַליעט די טליתים,
און הינטער אים
עס שטראָמט אַרײַן אַן אױפֿגעחאַקטער קאָפּ,
דרײט זיך אין אַ קעסלגרוב
מיט שװימענדיקע אָרעמס,
טרינקט זיך, װערט ניט,
נאָר זײַן קול
בלײַבט הענגען װי אַ חלף:
—־ םכּנה 1

אױף ליפּן פֿאַרברענטע,
בײַ יונג און בײַ גךײַז,
בלײַבן די תּפֿילות
פֿאַרפֿרױרן ־—
אײַז.
אין גלאָזיקער שײַן
פֿון די שפּליטערס לבֿנה
שפּרינגט דאָ אַרײַן
די חיח: םכּנח.
אַ ריס די ליפּן,
אַ ביס די הענט ־—
סכּנה אין קופּער,
             



407
    םכּנח אין װענט.
   גלידער
   פֿאַרראַטן דאָס אַלטע געבײן.
   ברידער.—.
   צעשפּאָלטן. אַלײן. אַלײן.
   לײַב אױף לײַב.
   געדרײ. געמיש.
   אָט שפּרינגט די םכּנה
   פֿון אונטערן טיש
   גלײַך אין די פּנימער.
   אָט אומגעריכט
   ברענט די סכּנח
   אין װאַקסענער ליכט ־—.
   ברענט,
   פֿאַלט,
   פֿאַרכאַפּט דאָס געבײַ.
   סכּנח אין קלױז
   און נאָך מער —־ אױף דער פֿרײַ.
   און שפּיציקע נעגל
   װאַרגן, װאַרגן:
   ־—לױף אַוּועק, װי אַ הונט מיט אַ בײן,
   מיטן נפֿש,
   אָט יאָגן זײ אָן
   און זײ װעלן דערהרגען 1

איז דעמאָלט פֿאַרבליבן אין קלױז פֿון דער עדח
אױף זעלביקן אָרט אַ פֿאַרעקשנטער זײדע
און װידער געפּױקט זיך אין האַרצן מיט פֿײַער:
— בגדנו, גזלנו, אױ, פֿאָטער געטרײַער.
און עמעץ אין חלפֿדיק־װײַםע געװענדער
                   


408
  איז װײַטער געשװוּמען צו גאָט אױפֿן שטענדער.
  אַ דריטער —־. זיך טוליעט אין פֿרײד און שגעון
  צום שטול, װוּ אַ מאָל איז געזעסן דער גאָון,
  בײַסט־אײַן מיט די צײן אים און בלײַבט דאָרטן ליגן.
  און זע: אױך אַ קינד, װאָם מע דאַרף נאָך פֿאַרוּױגן,
  אַ װאָרף געטאָן פֿון די אַנטלױפֿערס מסתּמא,
  עס כליפּעט כּל־נדרי און כליפּעט: אָ, מאַמע 1
  און איך ניט פֿון אָרט, צו דער ערד אַ געשמידטער,
  בין אױכעט פֿאַראַן.—. דער געשװױרענעך היטער.
  און כ'חאָב ניט געהערט דאָס געיאָג אױף די שטיגן,
  דעם גאַנג פֿון דער שחיטה, נאָר ס'קינד און זײַן ניגון.
  און ס'האָט מיך געצױגן צו שטאַרבן אַצינדער,
   װײַל כ'האָב אין דעם כליפּען דערזען מײַנע קינדעך.
   
נאָר װען ס'איז די מחנה מיט ביקס און געפּילדער
   אין פּאָליש אַרײַן, האָט אַ כּוח אַ װילדער
   אַ ריס מיך געטאָן װי אַ בױם פֿון אַ גאָרטן,
   אַ ריס געטאָן צוס אָרון־קודש, פֿון דאָרטן
   אַרױסגעכאַפּט האָב איך די תּורה געשװינד
   און אַנשטאָט די תּורה ־—. באַהאַלטן דאָס קינד.


ב
פֿאַראַן אַ געטראַנק, װאָס דו טרינקסט און דו װײסט ניט
זײַן שרעקלעכן טעם.
און װען ס'פֿאַנגט דיך זײַן שיכּרות,
ברענט אוּיס און מאַכט בלינד דײַנע נאַקעטע חושים,
איז מײנסטו: ביסט ברענעװדיק ניכטער,
באַנעמסט ניט,
אַז דו ביסט אַלײן אָט דער פֿלײשענער בעכער
                        



09.
און טךינקסט דײַנע אײגן־צעיושעטע זאַפֿטן.
און אַלץ, װאָס דו זעסט, איז דער סדך
פֿון אײביק.
         .

דאָם פֿרײַװיליק שפּאַנען אין ךײ צו דער מיתה,
באַגלײט מיט באַגנעטן, װי דײַנע באַשיצערס;
דאָס טךאַכטן דערבײַ, אַז דער גײַסט װעט פֿאַרבלײַבן;
אַז ערגעץ װוּ לעבט נאָך אַ זון צי אַ קרובֿ;
אַז גוט, װאָס אױך איצטער ביסטו ניט עלנט.
ס'באַגלײטן דיך הײַזער ־— פֿאַרשטײנטע מחשבֿות —־
און געסלעך
און פֿךױען מיט בערגיקע בײַכעך.
און חלומסט, אַז באַלד װעט געשען מיט דיר װוּנדער,
גלײַך װי דו װאָלטסט זיך אַריבערגעקליבן
אין אַ דירה אַ צװײטער,
װאָס האָט אַן אױסבליק
צו עפּעס אַ ךװקן, צײַטיקן גאָרטן.

נאָר װען ס'האָט מיר פּלוצעם אַ שטאָלענע ךגע
באַפֿאַלן די אָפּגעטײט־שיכּוךע גלידער,
װי ס'לאָזט זיך אַראָפּ אַ באַנעגלטער שפּאַרבער
אױף דער אַנטדרימלטער טױב אין דער נידער, —־.


האָב איך באַגעגנט מײַן אײגענעם שאַרבן...
פֿינגער צעבראָכענע צוען זיך, פֿרעגן,
און וּױ יחזקאל אין טאָל פֿון די בײנער
קלאַפּט מיך אַ מאַכטיקע זעונג אַנטקעגן:


אײַזעךנע װענט קעגן אײַזעךנע שטערן
צױמען, באַרינגלען אַן אײַןערנע תּפֿיסח.
                    


10.
דאָ, װי אַן אײַזערנער פּלאָנטער געדאַנקען,
קנױלן זיך קופּעס אין אײַזערנער גסיסה.

װער חאָט געבראַכט זײ אין נאַכט פֿון כּל־נדרי,
װער קען זײ העלפֿן, זײ שטרעקן אַן אָרעם ן
מיר דאַכט ס'האָט אַן ערדציטער אױף אַ בית־עלמין
אַ װאַרף זײ געטאָן פֿון די װערמיקע קבֿרים.

זענען דאָם מתים ן זײ רײדן דאָך, שמײכלען
אונטערן ליכט פֿון אַ פֿראָסטיקן מילכװעג.
און אין אַ װינקל סע ציטערט אַ זױגלינג,
ציט זיך צו מאַמישער ברוסט, צו איר מילכװעג.


אױב ניט קײן מתים ־— װאָס װאַרטן זײ רװק
אױף שאַרבן־געקראַך, אױף באַשטימטער צעשטערונג ן
יודן, די אײַזערנע װענט זענען שפּינװעבס,
יודן, אַקעגן דעם טױט אַ פֿאַרשװערונג 1

זאָלן זיך שליסן צעװאָרפֿענע קנאָכנם,
זאָלן אַ שלאָג טאָן געבונדענע שטראָמען 1
לעצטע צום לעבן און ערשטע צום אומקום,
לאָזט ניט פֿאַרשנײַדן דעם מעכטיקן זאָמען 1


מאָרגן, װען ךױט װעט אַ קרײ טאָן דעך חורבן,
װעלן װי טיךן זיך עפֿענען גריבעך.
יודן, סע נאַרט אײַך פֿון װײַטן אַ כּישוף,
פֿאַרברענט זײַנע אױגן און שפּךײַזט אים אַריבער1



ג
אין מיטן דער נאַכט, װען אַרױף צו די שטערן
                     


11.
חאָבן געצױגן זיך הונדערטער אָטעמם,
װי קנעכט אױף די קני,
און ס'זענען די מחנות געלעגן פֿאַרשטאַרטע
מיט פּנימעך קעגן געקרײציקטן גורל, —־
חאָב איך געשװעבט צוּוּישן קנױליקע גופֿן,
און זײ, װי אַ שפּיגלראָד,
האָבן געדרײט זיך
און יעדער באַזונדער ־—.
אַ טײל פֿון מײַן אױסזען:
דער זקן אין טלית,
פֿאַרדאַװנט װי פֿרוער,
)ער הערט ניט קײן זיפֿצן, —־.
געזאַנג פֿון מלאָכים(;
די מאַמע װאָס דריקט צו איר האַרצן אַ פּוסטקײט ן
אַ פּאָר אין באַהעפֿטוּנג
)מסהם ־— חהן־כּלה(;
אַ יודל, װאָס חענגט אױף אַ חאָק,
װי אין יאַטקע;
און דער,
בײַם באַהאַלטן זײַן גאָלד אין אַ קניפּל;
אַ מאַן מיט אַ גאָלמעסער צװישן די פֿינגער;
דער בחור, װאָס זינגט:
▮דאָס װעט זײַן שױן דער לעצטער▮;
און די פֿרױ מיטן אָפֿענעם קלאַפּיקן לײַב,
װאָס װאַרפֿט זיך אין פֿאַליקע
קעגן לבֿנה.
   ס'האָט מיר געדאַכט:
   איך בין יעדער באַזונדער,
   אין איטלעכנס לײַב
   בין איך בלוטיק פֿאַרקנאָטן.
               


11.
ד
נאָר דאָ האָט מײַן עסיקער בליק זיך פֿאַרשפּיזלט
אױף עפּעס אַ פּנים. און ס'פֿײַפֿט שױן און ריזלט
די בענקשאַפֿט ־— אַ פֿלאַם אונטער אײַז.

פֿון טונקל דאָס פּנים קװאַלט אױף מיר באַקענטער.
.—. לבֿנה, אַרױס פֿונעם װאָלקן, קום נענטער 1
געשװינדער דאָס פּנים באַלײַכט 1

לבֿנה באַלײַכט, און אַ װירבל מיט פֿונקען
עס דרײט זיך אַלץ טיפֿער, אין מוה פֿאַרזונקען,
און דרײט דאָרט אַרײַן די געשטאַלט.

און ס'טוט מיר אַ פּלאַץ, װי אַ שױב די נשמה:
——ס'איז ער, מײַן פֿאַרשװוּנדענער זון, ס'איז מײַן יאָמע 1
איך האָב דאָך באַגערט אים צו זען.

באַגערט.—. און אַצינד װערט מקױם די הפֿילח,
אַצינד פֿאַרן סוף, און ער װײס ניט אַפֿילו,
און זע, װי ער דרימלט אין רו:

די באַקן —— פֿאַרדאַרט, אױםגענאָגטע פֿון װײען,
און טונקל און בלײך, װי אַ שאָטן אױף שנײען,
און װינטיק פֿאַרקאָלטנט די באָרד.

װי עלנט עס װּאָגלט דער קנײטש אוּיף זײַן שטערן 1
דער שפּיציקער הוט —— מיט אַ בלוּט־רױטן שטערן,
און ס'לײַב אין צעפֿליקטן שינעל 1
                      




13.
ליפּן אין פֿיבעך,
םשוגע פֿאַר פֿךײד.
שךעקט אים ניט איבעך
מיט אײַערע רײד,
   זאָל ער נאָך דךימלען, דךימלען.

זאָל ער קױם שפּירן,
װי ליבנדיק זים
טוט איך באַרירן
די װוּנדיקע פֿיס
   מיט ניט קײן גערעדטע װעךטער.

פֿון װאַנעןן װער האָט אים
אַהער צו געבראַכט ן
װי לױטער זײַן אָטעם
באַפֿליגלט די נאַכט,
   די נאַכט פֿון כּל־נדךי 1

שטילער, ניט פֿרעגן,
כ'בין װידער אַלײן.
די נאַכט נעמט מיך זעגן
טיט זעג פֿון געװײן,
   שױן איבערגעזעגט מײַנע װערטעך.

איך גאַף און באַטראַכט אין דער תּפֿיסח מײַן שכן.
                                                 .
אַלץ אַזױ אָפֿן, און אַלץ איז געהײמיש.
די אַפּלען —־.
װי ליכט דורך אַ נעפּל זײ צאַפּלען;
                




.1.
         די ברײטלעכע נאָזפֿליגל פֿאָכען, פֿאָכען ־—.
         זײ האָבן דערשמעקט עפּעס חײמיש
         געבײן,
         ער קען נאָך אַ בראָך טאָן מײַן מאַסקע פֿון שטײן
         און דערפֿילן די אױגן װאָם בךענען.
         
נײן 1
         עך טאָר ניט זײַן טאַטן דערקענען.
        טױזנט מאָל שװערער װעט זײַן דער צעשײד.
         א י ך מוז פֿאַרחאַקן דעם סוד אין אַ פֿורעם.
        װײַל פֿאַךאַן אַזאַ פֿרײד, אַזאַ ףמיקע פֿרײד,
        װאָס מיט איר אין פֿאַרגלײַך איז אַ שפּילכל יסורים.
        

ה
   איד: זײַט מוחל, אפֿשר העלפֿן אײַך ן די נאַכט
        איז בלענדיק־װײַס, װי אָקערשט אױסגעגאָסן
        װאָלט עמעץ אײַך צופֿוסנס די לבֿנח.
        און אינעם ליכט איז דײַטלעך צו באַמערקן
        אַ שנירל בלוט, זיך דריבלענדיק אין שװאַרצן,
        פֿון אױפֿגעפּלאַצטע װוּנדן אױף די פֿיס.
        מײַן פֿרײַנד, איך װעל אײַך העלפֿן זײ פֿאַרבינדן.

מײַן זון: אַ דאַנק, זאָל בעסער אױסרינען אין גאַנצן,
        אַלײנװיליק זיך ראַטעװען פֿון גורל,
        ם'איז בעסער װי דורך ז י י...
   

איד:                              ניטאָ קײן בעסער.
        עם איז דער מאָרגן קײנעמס קײן פֿאַרמעג ניט,
        אַזױ איז אַלע מאָל געװען ־— אױך איצט.
        און איר, ־—. זײַט שטאַרק, ניט יאָגט אַװעק דעם װילן:
                            


15.
         איר ל ע ב ט, איז לאָזט ניט אױסךינען דאָס בלוט.
         ס'האָט פֿײַנט די פֿרײַ ־—.
         געװױנט צו זײַן געפֿאַנגען,
         פֿאַרקערט װי מיר...
         און װאָס עס װיל דער מאָרגן,
         דאָס איז אַ סוד,
         װאָס מאָרגן װײס אַלײן ניט.

מײַן זון: כ'בין ניט געװױנט צו טראַכטן אַזױ טונקל.
         דער סוד איז קלאָר. און אָפֿן איז דער מאָךגן.
         װען ס'קײַקלט זיך דער באַרגשטראָם באַרג אַראָפּ,
         איז װעט ער ניט דערקײַקלען זיך אַרױף צו.
         איך האָב ניט מורא פֿאַרן טױט. איר זעט ן
         אַ קריגסמאַן בין איך, בין אַ רױטאַרמײער.
         עס האָבן שטענדיק טױטן מיך באַגלײט,
         װי עס באַגלײט אַ רײַטנדיקן יעגער
         אַ מחנה הינט.
         און ס'איז מײַן לײַב געװען צו אַלע צײַטן
         אַ גוט געשמידטער, אױסגעפּרוּװטער פּאַנצער.
         און האַקט אים דורך דעם שׂונאס בײזע קױל,
         איז דעמאָלט מיט דער בלאַנקער שװערד זיך ראַנגלען.
         און פֿאַלט אַרױס די שװערד, איז מיט די הענט,
         אַז יעדער פֿינגער זאָל אַ מעסער װערן.
         צעברעכן זיך די מעסערס, איז אַ שפּרונג,
         און מיט די צײן דעם גאָרגל אים צעפֿליקן.
         און האָב איך אַלצדינג אָנגעװױרן, — דעמאָלט,
         אַ רװקער, ניט אױפֿשטײן שױן פֿון אָרט.
         
נאָר קנעכטיש, אָן אַ האַפֿט איז איצט דער װילן.
         אָט ליג איך דאָ אין שטאָט פֿון מײַן געבױרן ——־
         די פֿיס אַדורכגעװונדיקט, אוּן איך וּואַרט...
                             

416
   איו: איר זענט אַ װילנער ן


טײַן זון:                  יע, איך בין געבױרן
         אין זאַװלס הױף, מע רופֿט מיך יאָמע קאַגאַן.
         װי גליקלעך װאָלט איך זײַן, װען צו מײַן אױער
         דערגרײכן װאָלט אַ גרוס פֿון טאַטע־מאַמע,
         אַ גרוס פֿון זײ צו מיר ־—־ און ניט פֿאַרקערט.
         די ליבשאַפֿט, אײַנגעלאָשן אין מײַן לײַב,
         װאָלט װידער זיך צעגליט אין פֿרישע פֿאַרבן.
   
איו: קען זײַן, דער טאַטע לעבט, װאַרט אױף, איך קען אים.
         כ'האָב גראָד געװױנט אין זעלבן הױף, צוזאַמען.
         מע ךופֿט אים זכריח... האַ ן


מײַן זון:                              אַזױ, אַזױ...
         איר האָט געזען מײַן פֿאָטער ן איז געװיס
         דאָך אײַנגעבױערט זײַן געשטאַלט אין אײַער.
         דערנענטערט זיך און לאָזט מיך א י ם דערפֿילן.
         צי האָט ער װען גערעדט...
   
איד:                 ער האָט ניט אײן טאָל
         דעךצײלט מיר טאַקע װעגן עלטסטן זון.
         װי לאַנג שױן האָט איר ניט געזען דעם פֿאָטער 9

מײַן זון: מיט צװאַנציק יאָר צוריק בין איך אַנטלאָפֿן
         צו קעמפֿן מיט פּעטליורען אױף אוקרײַנע.
         דערשלאָגן אים —־. און דאָרטן שױן פֿאַרבליבן.
         געבױט אַ הײם. זיך אױסגעזוכט אַ װײַב,
         געלערנט שפּעטער אין דער אַקאַדעמיע
                               



ץ1.
      און ניט פֿאַרביטן קײן מאָל דעם שינעל.
      פֿאַרגעסן האָב איך, אַז מע רופֿט מיך זשיד.
      פֿאַךגעסן, אַז מע קען נאָך ניט פֿאַרגעסן...
      
און קױם איז װאָכן עטלעכע אַריבער,
      װען הינטער קועוּו, אין אַ גרױסער שלאַכט
      פֿאַרוּװּנדט האָט מיך דער עקלדיקער שׂונא,
     דערנאָך ־—. אין מײַן געבױרן־שטאָט פֿאַרטריבן.
     און דאָ האָט באַלד זיך אױסגעבריט אַ מסור
      און אָנגעװיזן מיט אַ שטעקן: אָיענער
      איז ניט פֿון אונדזער שטאַם▮. און דעמאָלט האָט מען
     אַ שפּיצעכיקע לאַטע אָנגענאָדלט
     אױף הױלן לײַב מײַנס און געבראַכט אַהער
     צוזאַמען מיט אַ בלינדער מחנה יודן,
     װאָס האָט מײַן גוף געטראָגן אױף די הענט,
     װײַל גײן האָב איך שױן דעמאָלט ניט געקענט.
     
אַצינד ־— װאָס זאָל איך טאָן ז איך װײס, אַז מאָרגן
     פֿאַרקילן װעט װי בלײַ מײַן לעצטער אָטעם.
     כ'בין שטאָלץ װאָס איך װעל שטאַרבן װי אַ יוד,
     מיט אַלעמען אין אײנעם. נאָר פֿאַר װאָס
     געלאָזט האָב איך זיך פֿאַנגען װי אַ חיה —־
     און װען דער גוּף איז דורכגעקױלט געװעזן,
     זיך װײַטער ניט געךאַנגלט כאָטש
     מיט אײגענעם געדאַנק
     און אױסגעקליבן גנאָד —־
     אָט דאָס איז שרעקלעך 1

איד: ניט אַלע מאָל טוט גוטסקײט דער געדאַנק.
     פֿאַראַן אַ רגע, — װערט אַ שטרױ דער װילן
                         


418
         און שרעקלעכקײט איז אָן אַ גרונט װי פֿרײד.
         פֿאַר װאָס, מײַן ליבער, זוכט איר ניט קײן וּוּאָרט, ——
         אַ װאָרט, װאָס זאָל איצט אײַנזאַפּן די גסיסה
         פֿון צענער, טױזנטער, המוּנים יודן,
         װאָס ניט מע האָט פֿאַרװוּנדט זײ אין אַ שלאַכט,
         נאָר לעבעדיקע שפּאַנען זײ געהאָרכיק
         צום טױטנטאָל, װי איך, װי זײ, װי אַלע.
         צי זענט איר אױסדערװײלט, צי זענט איר בעסער 9

מײַן זון: פֿאַר מיר איז קודם קאַמף, איך בין אַ קריגער.
         
אַ ךגע פֿריִער האָט זיך מיר געװיזן
         דוךך דרימלדיקער נעפּלשײַן מײַן טאַטע.
         האָט אױסגעזען װי איר, אין זעלבע יאָרן.
         און רײד האָט ער גערעדט װּי איר —־־ אַ צופֿאַל.
         נאָר איך האָב אים געבעטן: טאַטע, טאַטע,
         אַ מעסער נעם און עפֿן מיר די ברוסט,
         עס זאָל פֿון דאָרט אַרױספֿלוען מײַן לעבן,
         װי ס'פֿליט אַרױס אַ פֿױגל פֿון אַ ברענענדיקער שטײַג.
         אַצינד װּאָלט איך עס בעטן אײַך, אַ פֿרעמדן.
        

ן
         און דעמאָלט האָב איך אױף מײַן צונג דערפֿילט צעשטױסן גלאָז,
         אױף זײער שאַרף ——. צעשניטן מײַנע װערטעך אין בזיון.
         זײַן בליק האָט מיר די האָר געריסן גלײַך װי בינטלעך גראָז.
        איך האָב געשטומט, און שטומענדיק האָט גאָט געהערט מײַן װאָיען:
        
▮האָסט װּידער זיך געזעטיקט מיט מײַן יאָמער דעס געהײמען,
        פֿון מיר װעבסטו אַרױס דעם אין־סוף פֿוּן יסורים 1
        פֿאַר װאָס בין איך ניט רױע לײם, אַ טײל פֿון דײַנע לײמען ן
        פֿאַר װאָם איז דיר מײַן גײַסט אַ טױטע אױג, פֿאַרכאַפּט אין שטורעם ן
                                  

419
געבעטן האָב איך, האָסטו מײַן געבעט אין פֿלײש פֿאַרקנאָטן.
געפֿונען אים ־—.. דעם לעצטן זון, געפֿונען ־—. ערבֿ גסיסה.
אַ שאָטן כ'בין געװאָרן. גריזשען דײַנע הינט דעם שאָטן,
באַלעקן זיך אין תּענוג, װי מיט קאַנדלצוקער זיםע.

צי בין איך דיר אַ משל בלױז ז באַרעכן זיך, באַרעכן:
מיט גאַל װעל איך פֿאַרשפּײַען דיר דײַן קװאַלנדיקן שׂכל.
טו ךאַטעװען מײַן קינד ־— אַניט װעל איו אים דאָ דערשטעכן,
דערשטעכן אױס נקמה מיט געזאַנג און מיט אַ שמײכל.

אָ, ראַטעװע 1 — און הונדערט מאָל בין איך דאָך גרײט צו שטאַרבןי
פֿאַרשטעל זיך פֿאַר אַ שומר, אָדער ברעך אַדורך דעם טױער.
אַנטפּלעק, אַז דו ביסט דאָ, און חער דעם דונער פֿון מײַן שאַרבן.
אַניט װעט דיך פֿאַרשילטן מײַן אַרױםגעפּלאַצטעך טרױער.

און כ'װעל אַ לאַנגן פֿױסט אַ חײב טאָן ביז צו די מזלות:
־— דו ביסט אַ ךשע 1 אַל דײַן גנאָד און גוטסקײט איז אַ ליגן 1
און װי אַ הױז װעט אײַנפֿאַלן די װעלט אונטעך די קללות,
אין אײנעם װעלן מיר פֿאַרשׂךפֿעט ליגן▮.


ז
אין פֿיבערשרעקן לױערט דאָם געחער
אױף מינדסטן ענטפֿער. טריט. סימנים.
איך פֿיל דעם אָפּגךונט פֿון אַ קלײנער טרער.
די נאַכט צעגײט װי חלבֿ אױף מײַן פּנים.
לבֿנה זײגט זיך אײַן אין װענט, אין ציגל.
דער מיזרח גליט אַנטקעגן טיך װי שטאָל.
איך טאַפּ די אַקסלען: אפֿשר זענען אָנגעװאַקסן פֿליגל
)כ'װאָלט אָפּגעךיסן זײ פֿאַר א י ם ז(,
און װאַרף זיך םיט אַ מאָל
                          


10.
אױף דך'ערד: צי טראָגט זיך ניט אַ שטים,
אַ װאָרט, אַ נאָמען ז
די ערד איז לעבעדיק, נאָר אָן אַ צונג.
דער װײַס־צעגליטער שטאָל צעגײט אין שטראָמען.
עס קלאַפּט דער שלײף. אַ פּאַסטקע װערט דער אױער.
צי שמעלצט זיך ניט די הפֿיסה װי אַ װאַקס?
צי קען אַ נס ניט דורכדרינגען אַ מױער ן
צי קען זיך גראָז ניט געבן אַ צעװאַקס
אין װאַלדגעװילד, אַז קײנער זאָל ניט כאַפּן ז


שאַ.
די חושים װאַרפֿן זיך פֿאָרױס, פֿאָרױס,
דערטאַפּן
דעם ריח פֿונעם שװעבנדיקן אױסלײזער. צו גלײַך
טראָגט זיך מיר די אױסלײזונג אַנטקעגן,
װי אַ שטילער טײַך
צעװישן יאָמערדיקע ברעגן.
איך שטרעק אַ האַנט, װיל אָנכאַפּן מײַן גאָט.
אַ רגע... נאָך אײן צי... איך האָב אים... אָט —. ——.

און דורכן הױף, אין ברױנער אוניפֿאָרם
און אײדלשטײנער־אָנװוּקס אױף די הענט,
מיט ערנקרײצן אױפֿן רעכטן אָרעם
און בליקן צו דער ערד אַראָפּגעװענדט, —.
באַװײַזט זיך מיר דער דײַטש. די שטיװל גלאַנצן
מיט עכטן אַרישן קאָליר.
די מענטשן־מאַסקע —. ניט קײן צוק און ריר —
פֿאַרשטײנערט, אָן אַ קנײטשעלע אין גאַנצן.
אַ קאַלבנפֿיסל מיט אַ לאַנגן עק
                     



11.
פֿון בײגעוּודיקע דראָטן פֿױסטיק האַלט ער.
מיט דעם איז ער געװױנט, אַ מירמל־קאַלטער,
צו טאָן אַ שניט, אַ פֿײַפֿנדיקן װּעק
די זשיפּיקע קרבנות פֿאַרן שיסן,
ער האָט זײ אײגנטלעך דאָך ליב, געװיס..—
אַ נײַער גאָלדמעדאַל איז דאָס געוּױסן.
און זעט ער אָן אַ זײַט אַ מײדלס פֿיס,
צעשפּרײטן זיך בײַ אים די נאָזלעך: יענע
װעט מוזן אים אַלײן געהערן באַלד.
צו ערשט ־— אַ קױל, זי צאַפּלט זיך, זי פֿאַלט,
און פֿאַלנדיק —־ װי אײַנגענעם די סצענע 1
אַ כאַפּ טאָן זי... נאָר גלײַך איז ער באַהערשט:
עס קען נאָך עמעץ זײַן געדאַנק דערחערן, ——־
פֿאַר אים איז די קאָלעקציע בלוט צו ערשט,
קײן לעבעדיקער טאָר דאָס ניט באַגערן.

און מיט אַ מאָל ——. אַ בײַטשיקער געהױל:
▮צוזאַמען אױפֿשטײן 1', און די מידע יודן
זײ נעמען שפּרינגען פֿון דעם גראָען קנױל,
װי עמעץ װאָלט זײ האַנט אין האַנט פֿאַרשמידן.
און דורכן אײַנגעגליװערטן שפּאַליר
מאַרשירט דער האַר. דאָס פּנים ראָז, באַגיניק:
▮איך בין דער קיניג אײַער, קניט פֿאַר מיר
און שרײַט דערבײַ: זאָל לעבן אונדזער קיניג 1ע
די מאַסע גלײזט. מע קוקט זיך אָן דערנעבן.
ם'איז שטיל. נאָר שטום־געבױרענע, מיר דוכט,
באַקומען לשון און מע שרײַט: ▮זאָל לעבן 1ע
און פֿאַלן אױף די קני, און יעדער זוכט
דעם קיניג צו געפֿעלן: אפֿשר... טאָמער...
                   



411
און ער אַלײן, פֿון קײנעם ניט באַגלײט,
ער לאָזט זיך אױף די רוקנס קאַלטערחײט,
און ס'הילכט זײַן בײַטש אין לאַכיקן געיאָמער.


און שפּרײַזנדיק אױף קרעכצנדיקע בײנער
מיט זיכערן געביטערישן טראָט,
באַמערקט ער צװישן דעם המון, אַז אײנער
האָט ניט דערפֿילט זײַן קיניגלעך געבאָט
און ליגט אױף דר'ערד, און ס'ברענט אין זײַנע װוּנדן
די זון, װי אין פֿרימאָרגעדיקן טױ.
און גלײַך װי צו די פֿיס אים צוגעבונדן,
אַן אַלטער מאַן, שױן וּואַקלדיק און גרױ —
דער טאַטע לעבן זון. דעם קיניגס פּנים
פֿאַראָדערט זיך, װּי אַ געהײמע שפּין
װאָלט אוּיסגעפֿעדעמט דאָרטן איר געשפּין:
צי װידערשפּעניקט עמעצער דעם טראָן אים ן
און מיטן קאַלבנפֿיסל גלײַך אַ שניט:
▮אַזױ1 פֿאַראַן אַזאַ װאָס שטעלט זיך קעגן 9
ס'געפֿעלט מיר. ניט געזען אַזאַ מין יוד▮.
און ס'גיבן זיך עלעקטריש אַ באַגעגן
די בליקן זײערע: אַ רגע... צען...
םע האַלט ניט אױס דער קיניג, װערט דערצערנט:
▮װער ביסטו, הונט, װער האָט דאָס דיך געלערנט ן
אַ רױטער שטערן גאָר ן איז לאָמיר זען,
װי ס'װעט אַזאַ פֿון דעסטװעגן זיך בוקן▮.
נאָר פּלוצעם: כליוּפּ... אין קיניג פֿאַלט אַ שטײן, —־.
אַ שטײן מיט שאַנד אין מאָרדע אים געטראָפֿן
פֿון דעם צונױפֿגעבראָכענעם געבײן,
                   




413
װאָס קוקט דעם טױט אַנטקעגן קאַלט און אָפֿן.
דער האַר איז בלײך, צעטוםלט, פֿינגער צוקן.
סע פֿאַלט זײַן קךױן1 ער װיל אַ שךײַ טאָן: װעכטעך 1
און כאַפּט דאָס װאָרט צוךיק. עס קומט אַ גרילץ,
געמישט מיט מורא, תּאװה און געלעכטער.
די בלײכע ליפּן װערן בלאָ װי מילץ.
און װען באַגנעטן, דאַכט זיך, ניט געךופֿן,
דערלאַנגען פֿון די װינקלען זיך אַ טראָג,
באַשיצט ער מיט די אָרעמס בײדע נופֿן,
ער איז נאָך חאַר, זײַן ערע האָט אַ װאָג,
ער װעט אַלײן באַפֿרײַען זײַן ךציחה.
און ניט אַזױ זיך, מיט אַ שניט, אַ שאָם.
עם שלענגלען די געדאַנקען גיכע, גיכע,
און ס'קומט די פּײַניקונג אין פֿולעך מאָס:
▮די צינגער װעל איך אױםשנײַדן אײַך בײדן,
און איר אַלײן װעט הערן זײער שטים▮.
נאָר באַלד פֿאַרגײט רחמנות אין זײַן ךײדן,
אין גנעדיקײט פֿאַרװאַנדלט זיך דער גרים:
ער ציט אַרױס פֿון זילבערשײד אַ שמאָלן,
געשליפֿענעם קינזשאַל; ער בײגט זיך צו
און גיט מיר אים געלאַסן: ־—. ▮טו דאָס דו,
און ס'װעט דײַן קאָפּ מיט גאָרנישט ניט באַצאָלן▮.
און דעמאָלט... װי עם האָט נאָר דער קינזשאַל
באַריךט מײַן דלאָניע, האָט אין מיר אַ צװײטער
אין טיפֿסטער טיפֿעניש געטאָן אַ שטראַל,
אַ הײב געגעבן מיך, װי אױף אַ לײטעך.
איך האָב דערזען אין שטאָלענעם געשפּיגל
                 





414
             













י
מײַן לעצטן זונס פֿאַרלאָפֿענע שװאַךצאַפּלען.
קײן אױסלײזער ניטאָ און ניט קײן פֿליגל, —.
די רױע גלידער שלײַדערן זיך, צאַפּלען.
צוקאָפּנס װאַרט דער שמײכלענדיקער הלין,
און פֿײַפֿט זיך צו אַ פֿױגל אױף אַ צװײַג.
ער'ט אײַננעצן מײַן זון די האָר און סמאַליען,
פֿאַרפּײַניקן מיט דאָקטערשן געצײַג.
און גאָט אַלײן האָט ניט געהערט מײַן תּפֿילה,
ער חאָט געשלאָסן שותּפֿות מיטן קאַט.
מיט דעם װיל ער זיך אָפּפֿאַסטן נאָך נעילח,
מיט מײַנע זין די פֿיר איז ער ניט זאַט.
און מיט אײן שפּרונג האָב איך דאָס בלאַנקע אײַזן
מײַן לעצטן זון אַרײַנגעזעצט אין ברוסט:
——. אַזױנס קען טאָן דײַן טאַטע און באַװײַזן
פֿאַר דעם, װאָם האָט דיך פּײַניקן געגלוסט.



ט
און װאָס געשען איז װײַטער 9 ס'האָט די ערד זיך ניט געשפּאָלט▮
די זון איז ניט אַראָפּגעשפּרונגען מיטן קאָפּ אױף שטײנעך.
נאָר טױטן־װאָגנס האָבן אונדז אַרומגעצױמט װי װאָלקנס,
אײַנגעשלונגען,
און געבראַכט אַהין צו,
װוּ קראָען האָבן זיך אַ הײב געטאָן מיט אָפּשײַ,
זיך אָנגעהאַנגען װי אַ שװאַרצע פֿרוכט
אױף געלע צװײַגן,
דערװאַרטנדיק אַ נײַע רײַכע סעודה.

און װען דער קױלן־הײשעריק
האָט װידער מיך געמיטן,.—.
צי איז ער דעמאָלט זאַט געוּוען,
צי מײַן פֿלײש צו זױער, ——.
                       

415
      איז מיו, דעם לעבן־בלײַביקן,
      אַ שװאַרצע קראָ באַפֿאַלן
      און כאָטש איך האָב געאָטעמט,
      האָט זי מיך געפּיקט אין שטערן.
                      



ע
                     יד▮
      
אַזױ האָט אין אַ יאָר אַרום דערצײלט מיר
      אין געטאָ צו כּל־נדרי ער אַלײן,
      דער איובֿדיקער יוד און אָפּגעשײלט מיר
      דעם גורל זײַנעם ביזן סאַמע בײן.
      
און רװק זײַן קול,
      װי אַ קװעלכל אין טאָל,
      בײַ נאַכט מיט לבֿנח באַגאָםן.
      און איך האָב געלאַכט:
      ▮װער'ט געװונען די שלאַכט ן▮
      און זײַן גורל אין מיר אײַנגעשלאָסן.













יױלגער געטאָ, פֿאַרענדיקס דעם 6טן פֿעברואַר 3א1
                   


416
                                        ננפּינזא?,פֿן
                                     
אַ מתּגה מײַן ברװער משהן
                          
א
                           איר אױסגעקריצטע אותיות אױף די װענט
                          פֿון טױטנהײַזער, געטאָס אוּן קאַרצערן,
                          אױף אַלע שפּראַכן און מיט טױזנט הענט,
                          אױף אַלע פֿאַרבן פֿוּן דעם מענטשנס טרערן,
                          איך האָב מײַן נאָמען צוּוּישן אײַך דערקענט
                          און װּעל אײַך וּוּי אַ ניגוּן אײביק הערן.
                          
פֿאַרלעשט די שטערן 1 צינד זיך אָן און ברענט
                          אַריבער גאָר דער װעלט, אַנשטאָט די שטערן 1
                          


ב
                          אין ערגעץ זאָלסטו מײַן געזאַנג ניט זוכן
                          און ניט דעם רעשט פֿוּן די פֿאַרצוקטע גלידער, —־
                          נאָר וּװ דו ביסט, דו אײנציקער פֿון ברידער,
                          זאָלסטו אַ רױטן רױזנקוסט פֿאַרזוכן.
                          װעט דיר יעדער שטאָך באַזונדער
                          ברענגען גרוסן פֿון דער נידער,
                          װוּ ניט־אױסגעלײזטער װוּנדער
                          בינדט דעם קװאַל פֿון מײַנע לידער.
                          


ג
                          קײן אַנדער לעבן האָב איך ניט פֿאַרזוכט,
.                         און װײס ניט, צי זײַן שױדער איז געשמאַקער.
                          קײן אַנדער חכמה האָב איך ניט געזוכט
                          װי זײַן אַלײן די ערד, אַלײן דער אַקער
                          און אױפֿגראָבן די קראַפֿט, װאָם האָט געװעלט,
                          איך זאָל ניט בלײַבן אײביק אומגעבאָרן.
                          אַ דאַנק דיר פֿאַרן שענקען מיר אַ װעלט
                          און פֿאַרן זײַן אַ גראָז אין דײַן זכּרון.
                                              



17.
ד
אײדער איך טו אױס דײַנע גאָבן
און פֿאַרשװים פֿון מײַן דאָדקן גבֿול ־־
מאַו דאָס לעבן מײַנס מילגרױמיק פֿול,
איך זאָל גאָרנישט באַדאַרפֿן מער האָבן.

און פֿאַרקײַלעך מײַן דרײַצענדליק־יאָרענעם שפּרײַז
מיטן הײַפֿנדל טעג אין דײַן אָטעם געפֿאַנגען.
איו װיל זײַן אַ געשלאָסענע צײַט, װי אַ קרײַז,
אַ צאָל פֿאַרזיגלט םיט קלאַנגען.


ה
אױך װען דער מענטש װאָלט זײַן אַ גאָט און איך װאָלט זײַן אַ װאָרעם,
אַלץ אײנס װאָלט איך צום פּײַניקער געברומט: ביסט ניט גערעכט.

םיך אַךט ניט, װאָם איך שטאַרב, אַן עדות ־— אױף מײַן ברוסט דער אָרעם;
עם אַרט מיך, װאָם דער האַר אױף מײַנע יאָרן איז אַ קנעכט.


ו
אין לאַגער ק ל אָ גע לױפֿן דוךכן הױכן גרינעם גראָז,
װי אומקלאָך אױסגעקריצטע שורות ־— אַשן־גראָע שטעגן.
דאָם האָבן פֿון די שײַטערן געגעבן זיך אַ לאָז
צװײ פֿאַקלמענטשן אײנער צו דעם אַנדערן אַנטקעגן
טיט בךענענדיקע טריט. איך האָב געזען בײַם ראַנד, אין טױ
ס'געיאָג פֿון בײדן און דערבײַ ־—־ די צאַנקענדיקע גופֿן.
▮איך האָב דיך ליב▮ איז אינעם גראָז געשריבן, און אַ פֿרױ
בײַם װערן קױל ▮אױף אײביק▮ האָט גערוּפֿן.
                            






.1.
ז
מענטשן 1
דער װאָס האָט געקריצט די שורוה, ——
הײםט אַריאל בלאַנק, —־.
אַ מוזיקאַנט.


דאָ, אין אונטערגראָבן,
בײַ דער װאַנט,
ליגט באַהאַלטן אין פֿוטליאַר פֿון פֿידל ־—..
די באַשאַפֿונג פֿון דער װעלט —
מײַן קינד.


מענטשן 1
נעמט אַ ךידל
און געפֿינט.


גיט אָפּ דעם אוצך אַ געשאַנק
אַ נײַעם פּאַגאַניני, ־—
עם װעלן אים די בײנדלעך פֿון מײַן קינד
אַ פֿידל זײַן,
אַ כּישופֿדיקע פֿידל.


ה
אַזױ שטײט אָנגעשךיבן אױף אַ ברעט פֿון אַ װאַגאָן:

װער עס װעט אַ מאָל געפֿינען פּערל,
געציליעט אױף אַ בלוטיק ךױטן שנירעלע פֿון זײַד,
און װאָם צום האַלדז דעךלױפֿן זײ אַלץ דינער
װי דער װעג פֿון לעבן,
                   




19.
 ביז װאַנען זײ פֿאַרגײען אין אַ נעפּל
ניט צו מערקן ——־
 װעך עס װעט געפֿינען אָט די פּערל,
זאָל װיסן, אַז זײ האָבן קיל באַלױכטן
דאָס חאַרץ ־— אַן אַכצניעריקס, אומגעדולדיקס,
פֿון דער פּאַריזער טענצערין מאַרי.

איצט פֿירט מען מיך אין אומבאַװוסטן פּױלן, —־
װאַרף איך מײַנע פּערל דורך די גראַטעס.

אױב עס װעט געפֿינען זײ אַ בחור ־—
זאָל די פּעךל צירן זײַן געליבטע.
אױב עס װעט געפֿינען זײ אַ מײדל.—
זאָל זי אָנטאָן, עס געהערט צו איר.
אױב עס װעט געפֿינען זײ אַ זקן, ־—.
זאָל ער פֿאַר די פּערל טאָן אַ תּפֿילה.



ט
פֿון גאַס װאָס אױפֿן באַרג, אַראָפּ, אַראָפּ צום טאָל צו,
אַלץ נענטער צו דער שטאָט וּואָס ברענט אין פֿײַערן אַ שטאָלצע,
עס שטראָמט אַ רינשטאָק בלוט פֿון די געפֿאַלענע אין קאַמפֿן.
און אין טאָל, די קנעכט פֿון אַלע מינים ־—.
באַלעקן אַזש דעם רינשטאָק בלוט װי בראַנפֿן.

נאָר ע ר יאָגט װײַטער. ער באַדאַרף נאָך מעלדן
דער אײביקײט אַ זיגערישע בשׂורה.
ער טראָגט אין זײַנע אָדערן די גבֿורח
פֿון די ערשט געפֿאַלענע, די העלדן.
                       




30.
און אָט האָט ער אַרומגערינגלט שױן די גאָרע שטאָט,
די צעפּראַלטע מױערן, די הײף,
אין אַ קרײַז אַ לעבעדיקן, דינעם,
און אַרום האַלדז פֿון קנעכט מכּל המינים
אַרומגעכאַפּט אַ װאַרגנדיקן שלײף.




י
איך האָב געזען אַ זקן. אױף זײַן שטערן ־—.
אַ שיכעלע אַ קלײנס אַנשטאָט אַ הפֿיל.
אין דעם האָט ער געדאַוּונט מיט געפֿיל
אין גאָונס קלױז.—. די דערנער זאָלן העךן.
דורך מײַנע פּלאָנטערװעגן נע־ונדע
איך זע אים װי ער דאַװנט אוּיך אַצינד:
און אַנשטאָט אױפֿן תפֿיל זאָל גלוען ש ד י
איז דאָרט אױף יודיש אױסגעקריצט מ ײַ ן ק י נ ד.


יא
וּװּ זאָל איך מײַן פֿינצטערניש באַהאַלטן
אױף צוּ זען אַ שאָטן פֿון אַ ליכט ז
אונטער וּועלכן שיכט,
אין װעלכע שפּאַלטן
זאָל איך זיך פֿאַרקבֿרן, כּדי
ניט צו הערן דאָס געשרײ
פֿון װאָרט ז
אַז װוּ עס װעט מײַן לײַב זיך ניט צעזיפּן,
װעט יעדער שטױב זײַנס בלײַבן ניט געטײט
און הענגען בײַ דעם לעבן אױף אַ קײט
און מאָנען רו מיט שװײַגנדיקע ליפּן ן 1
                       




31.
יב
אין צעל נומער זעכצן פֿון װילנער נעסטאַפּאָ,
איך זוך די נשמות פֿון די װאָם ניטאָ.
פֿאַרפּײַניקט די נעמען. עס חאָט זײ אַ לאַפּע
מיט אײַזערנע באַרשטן פֿאַרמעקט ביזן דנאָ.
נאָר הינטער דעם קאַלכשיכט עס צײכנט זיך בליציק
אַן אױפֿשריפֿט נאָך אײביקער פֿיל װי די צײַט,
און שאַלט װי אַ האָרן אױף נאָענט און װײַט:
   איך שטאַרב פֿאַרן לעבן.
   װיטענבערג איציק.



יג
הײַנט אָדער מאָרגן, ־—
עס קומט שױן דער פֿרידן,
מיט שטערן און װײַן
װעלן טאַנצן די קרעטשמעס.


נאָר װער װעט דערמאָנען
דעם לעצטן ציגײַנער,
טיך, דעם געבונדענעם אָדלער
אַלעקאָ ז

אַז טױט איז מײַן מײדל,
מײַן פֿעךד איז געפֿאַנגען,
זײַן גילדענע פּאָדקעװע
חאָט מען געגזלט.


עם װײס דאָך ניט קײנער
אַז דו אױך, מײַן מעםער,
ליגםט איבערגעבראָכן
אין ריפּ פֿונעם שׂונאן
                    


31.
יד
אין מײַדאַנעק, אין דער קאַמער
װוּ מען האָט פֿאַרגאַזט מײַן שטאַם —..
אַ תנ▮ך אַן אַמסטערדאַמער
ליגט ניט־אָנגערירט פֿון סם.

איך, דער זינגענדיקער אָבֿל
אױף אַ שײַטערדיקער שפּראַך —־.
צערטל, עפֿן אױף דעם טאָװל
פֿון געפֿונענעם תּנ▮ך.

בלעטער דורכגעשטױבטע, גראָע
נעמען אױפֿלעבן אין האַנט.
און אױף אײנער ־—. אַ צװאה
אױסגעציקלט בײַ דעם ראַנד:

־— ברודער טײַערער, באַפֿרײַטער,
דאָס איז אַלץ װאָס איך פֿאַרמאָג.
נעם דאָם ספֿרל, טראָג װײַטער,
ביז אין אײביקײט.—. דעךטךאָג1



טו
זײַ װיסן, קאַט, אַז איטלעכע אַכזריות
אין דיר אַלײן איז צענפֿאַכיק געװענדט.
אױך דאָ, אין גיהנוּם פֿון די קרעמאַטאָךיעס
װעט מײַן נשמח אַלץ ניט זײַן פֿאַרברענט.

א שװאַרצער װאָלקן, װעל איך זיך פֿון קױמען
אַרוּיסוּױקלען און שװימען נאָך דײַן טראָט'.—.
             




33.
ביז װאַנען איך װעל אָפּמעקן דעם זױמען
פֿון דיר, דײַן שלאַנג אין װיגל, און דײַן שטאָט.



טז
פֿאַרבײַגײער, בלײַב שטײן 1 בײַ דער אָ װאַנט
האָב איך פֿאַרטײדיקט ד י ך, דו אומבאַקענטער
באַפֿרײַטער מענטש. דו גיב אַ טראַכט, באַנעם עס.


באַריר די װערטער מײַנע מיט דײַן האַנט —־
דאָס זענען אָדערן. גיב אײן טראָט נענטער,
דערהערסטו װי עס קלאַפּט אין זײ דער אמת.


יז
צװישן בײמער אין אַ סאָד,
אױף אַ ברונעמס קאַלװאַראָד
איז פֿאַרקריצט: דאָ ליגן
די, װאָס זענען ניט אַרײַן
אין דער שול פֿאַרברענט צו זײַן
אױסן דאָרף דעם היגן.

דער װאָס שרײַבט עס בלינדערהײט,
האָט זיך אָקערשט אױף דער קײט
אױפֿגעהױבן פֿונעם
װאַסער־קבֿר מיט אַ קינד.
נאָר עס גלוּסט זיך אים אַצינד
קריק אַרײַן אין ברונעם.



יה
מײַן זון אַבֿיגדור שאַרף, אין תּל־אָבֿיבֿ:
איך שרײַב אַ רגע פֿאַרן סוף דעם בריװ
                


.43
אױף אָט דעם שטיקל פּאַרמעט װאָס איך טראָג
אַרום מײַן האַלדז. אױב דו װעסט אים געפֿינען ־—
איז מײַן פֿאַרזאָג.
               .
ניט קלאָג 1
נאָר גראָב די ערד און גראָב אַרױס דערינען
אַ שערבל, אױב ניט זײַן װעל איך אין גאַנצן.
און נעם דאָס שערבל מיט און טו עס פֿלאַנצן
אין פּרדס, װף די קינדער דײַנע טאַנצן.



יט
איך לאָז אַ בינטל האָר דיר איבער
דאָ, אונטערן שטײן.
דו מײַן ליבער,
דו מײַן גיבור,
וּועסט געפֿינען, װעסט פֿאַרשטײן:

ס'איז דאָס בינטל האָר מײַן שענסטער
דוּרך דײַן מױל געקושטער לאָק.
צערטל װּײַטער און דערצערטל אַלינקע פֿאַרלאַנגען:
האָרך אַרױס מײַן ליבשאַפֿט אױס דערין,
װי פֿוּן אַ גלאָק ־—.
אײַנגעשמידטע קלאַנגען.



כ
געװאַלד, װּי מיר גלוסט זיך געװאַלדיק
אַריבערצושװימען די נאַכט 1
אַ זונג טאָן ברײטהאַרציק, ברײטוּואַלדיק
צום האַר פֿון דערװּאָרגענער פּראַכט.
                  




35.
איך װעל דאָך פֿאַרפּולװערן,
זינקען,
אין אױסער אַ צײַטלעכער װאָר.
איז װיל איך ביז דול װערן
טרינקען
דעם גיהנומשן װײַן פֿון מײַן דור.


כא
געבליבענע 1 בעת אײַער פֿרײד זאָלט איר אַרבן
די טרערן פֿון יענע װאָס צאַנקען אין קלעם.
פֿאַרגעסט ניט און אָטעמט אַרײַן אונדזער שטאַרבן.
פֿאַרגעסט ניט צוּ ל ע ב ן אױף קידוּש השם.



כב
אױב ראַטעװען אַ יודיש קינד
בײַ אײַך װערט אָנגערופֿן ז י נ ד, —..
בין איך זיך דעמאָלט מודה:
שולדיק, שוּלדיק,
און װאַרט געדולדיק
אױף דער תּליה: גיב מיר שױן אַ הױדע.

און ניט איך בעט גענאָד, ניט מיך פֿאַךדךיסט
מײַן האַרבער גורל דער באַשערטער.
נאָר דו, מײַן ליכטיק רײזעלע,
געדענק דײַן ▮מאַמעס▮ װערטער:
אײן מאָל לעבט מען—־זאָל עס ניט פֿאַרבײַלױפֿן אומזיסט.
                     






36.
כג
דו מערדער 1 שאָטן מײַנער, װעסט
מײַן שטח אױף דער ערד ניט ירשען.
דײַן האַק אין גרױזיקן פֿאַרמעסט
איז איבער מיר ניט מער קײן האַר שױן.

איך בין געפּאַנצערט. יעדער שטאָל
טאַנצט אָפּ צוריק אין מײַן פֿאַרלענדער.
און װילסטו אָפּהאַקן מײַן קול ——.
זײַן עכאָ ליאַרעמט איבער לענדער.

דײַן פֿלאַם איז מײַן געצױמטער קנעכט.
זײַן סוף איז אַש. נאָר ניט דערצונדן
איך פֿלאַטער און באַלײַכט די נעכט
מיט מײַנע זינגענדיקע װונדן.



כד
איבער װּאַרשע גײט אַ מילכװעג,
ניט קײן שטילער, ניט קײן בלײכער.
נאָר אוּיס בלוּט איז גאָר דער מילכוּועג, —־.
פֿון דער העלדנשטאָט אַ זכר.



כה
קרומע װענט אײנפֿיםיק װי בוטשאַנען,
דענקמעלער פֿון גלױבן און עקשנות,
דורכגעלעכערט שורותװײַז מיט קױלן ־—־.
װער האָט אײַך אַראָפּגעשיקט, פֿון װאַנען ן
שטראַליק אומגעזעענע קאָלאָנעם
טראָגן אײַך אין װאַרשעדיקן פּױלן.
                  




37.
פֿון די לעכער, װאָס מיט ביקס באַשאַפֿן
האָבן מײַנע פּולוּוערדיקע ברידער ——..
טרינק איך זון און זינען פֿון יאָרהונדערט.
אָ, ביז בײן פֿאַרקאַרבטע עפּיטאַפֿן,
שטומע, נאָך ניט־אױפֿאַנטפּלעקטע לידער
װאָס די צוקונפֿט לײענט און באַוּװּנדערט 1



כו
איך טראָג מיט זיך אַ רױטן ציגל
פֿאַרשריבן מיט אַ שװאַרצן קױל:
דער טורעם ברענט פֿון בײדע פֿליגל,
פֿאַרפֿלױגן איז מײַן לעצטע קױל.

איך שפּרינג אַצינד פֿון זעקסטן גאָרן
און זינג דעם פֿאָלק מײַן לעצטן ליד.
פֿאַרצײכן מיך אין דײַן זכּרון:
איך הײס: דער אומבאַקאַנטער יוד.



כז
זינג אױס דאָס ליד פֿון האָפֿענונג,
און איך װעל זײַן דער ניגון 1
נעם צו פֿאַר אַ באַװאָפֿענונג
די זון און הײס איר זיגן.

פֿאַרבײַט װי דער אַלכעמיקער
אין גאָלד —־. אַ הױפֿן שטױבן,
דײַן ייִאוש, ברודער קלעמיקער
אין גינגאָלדענעם גלױבן.
               





38.
 און גלײב: דורך מאָרגנס טױזנטער
 עס בליקט אױף דיר דײַן ירשן.
 אין װונדן אַ צערוּיזנטער
 גיב איבער דײַנע מאַרשן.
 
װײַל אױסער דעם צוּוּײפֿיסיקן
 פֿאַרשאָלטענעם, געמײנעם,
 דעם אַלץ־און־גאָרנישט װיסיקן —־
 ניטאָ צו ליבן קײנעם.




















װילנער געטאָ ־ מאָסקװע ־ לאָדזש, 1943־אַ19
                 


439
גטהײטשסאט
         ▮
פֿאָרליד
דו מאָרגנקינד, פֿאַרװּעבט אין צײַט און רױם,
אין אָפּשײַן פֿרן מזבה־ליכט באַפֿאָרבן ־—
װאָלטטט ניט באָלעבט די שטערן מלט דײַן טרױם,
װּען אונדזער דור װאָלט ניט געװען דער קרבן
פֿאַר אַל דײַן לעבעדיקער פֿרײד, אין טעג
פֿאַרהױלענע װי ניט־דערגרײכטע שטראַלן.
אוּיס מענטשנאױגן מיניעט זיו אַ שטעג
אַרױף־אַרױף דורד זוּניקע קריםטאַלן,
און זעט מיט אַפּלען, זעיִקער פֿון טױט,
דײַן יעדער טװנג אײַנגעקריצט אין דױער,
גאולה־װונדער װאָט דײַן װילן בױט
פֿון וּועלטנװײ און רעגן־בױגנס טרױער.
נאָר אױפֿן זעלבן שטעג אָן מורא שפּרײַז
אַראָפּ־אַראָפּ, אין נעכטנס טיפֿע שלונדן.
אַנטפּלעקעריש צעװיקל איד, באַװײַז
געשטאַלטן הײַנטיקע, װאָס ניט פֿאַרשװונדן
אין דער געדעכעניש פֿון צײַט. מײַז קינד,
עט טײלט אונדז אָפּ אַ שטה װאָט פֿאַראײניקט.
איך לעב אױך דענצמאָל װען דו זאָגסט אַ צ י נ ד,
װײַל קײנער האָט מײַן לעבן ניט פֿאַרקלײניקט.
איד לעב! מיר איז באַשערט געװען צו זײַן
אַ גרױזיק־שטילער לאָקערדיקער עדות
פֿון פּײַן, װאָט מוז פֿאַרװאַנדלען זיו אין שײַן.
פֿאַרנעמסטו דורד אַ װאָלקן װען איד רײד עסן
דו מאָרגנקינד1 קום נענטער און איו װעל
פֿון ךוּערטערפֿאַרבן מאָלן דיר אַ װינקל
פֿאַרנאָגלט אין דער װאָר. און זאָל ט'געמעל
אין דײַנע הושים געבן אָ צעפֿינקל,
אַנטפּלעקן די נשמה, װי אַ קװאַל
אַנטפּלעקט דעם אוראַלט ריזלענדיק דורד הײלן.
אָ, װּערטער, שאָטנס פֿון מײַן בלוט און גאַל,
איד קלאַמער זיך אָן אײַד און פֿרװו דערצײלן:
                      


4.3
אַ פֿאָלק זאַלבע צענט


געדענקסטו די האַרבסטזון, װאָס האָט אירע שפּינען
נעשיקט צו פֿאַרװעבן די הײַזער מיט שׂרפֿות ן
געדענקסטו די מענטשן אין יענעם באַגינען,
צעשױבערט װי ניט קײן דערקױלעטע עופֿותן
אין טיגל פֿון יודפֿאַרגאַנג האָט זיך געשמאָלצן
אַ זילבערנער לײַכטער, אַ קױמען, אַ רינע,
צעשפּליטערטע שױבן, פֿאַרסאַזשעטע האָלצן,
דער שולהױף, די בױנע, דער צאָרן, די שׂינאה,
די ביקס אױפֿן טורעם, דאָס קינד אינעם װיגל,
און אַלע געשטאַלטן דערטרונקען אין שפּיגל.

דעם טיגלם אַ שמעלצונג —־ מײַן גוף איז געלעגן
פֿאַרשאָטן, ביז נאַכט איז געקומען צוקאָפּנם.
צי װײַל איבער מיר האָט געצײנדלט אַ רעגן,
פֿאַרשלאָסן די בליצן אין גלאָזיקע טראָפּנס ן
צי וּוײַל ס'האָט אַ חלום באַפֿױלן מײַן ראיה
אַדורכשנײַדן שיכטן, באַזינען די װאָרקײט ן
עס האָבן די גלידער געעפֿנט אַ װוע
צו זען אין די לײדן אַ בלענדיקע קלאָרקײט.
מיט גלאָז אין טשופּרינע װי גליװערעם קאַלטע
האָב איך זיך געשאַרט דורך די געסקעס די אַלטע.
צװײפֿיסיקע קללה, װער האָט דיך געבעטן
זיך ליסטיק פֿאַרשטעלן אין געטלעכן שפּליטעךן
אין מיטן דעם פֿרעגן —־ אַ שפּאַנען, אַ טרעטן,
װי טרוקענער בלעטער־געשאָרך אין געװיטער.
אַ פֿרױ שטעלט זיך אָפּ, האָט דערװישט מיך אין קלעם דאָ
און לעבעדיקס טוליעט די פֿרױ אױפֿן אָרעם.
זי שטרעקט מיר דעם צװײטן: איך בין ניט קײן פֿרעמדע,
װי דו אַזױ רײַך און װי דו אַזױ אָרעם.
פֿאַרמאָגסטו קײן אַנדערן, בעסערן װעג ניט ־—־
אַהער, קום אַרײַן אין געהײמשטאָט און פֿרעג ניט.
                    


.44
װאָס קען איך פֿאַרלירן ן אין בראַנד אַ צענעצטעך,
פּאַװאָליע געהיפּערט אין לײמיקן שװײַגן.
װאָס קען דען פֿאַרלירן אַ לעצטער, אַ לעצטער
אױף געסלעך צעשטעלטע װי גליִוקע שטײַגן ע
די לופֿט האָט געבליצט נאָך פֿאַרשטאָכן מיט פֿונקען,
צעדריבלט פֿון קױלן, פֿון פּײַנען אַ זאַטע.
די פֿרױ, שױן אַ זקנה, פֿאָרױס חאָט געחונקען,
פֿאַרהױבן פֿון ברוק אַ פֿאַרזשאַװערטע גראַטע              ▮
און מער איז די זונשײַן אױף אונדז ניט געפֿאַלן,
מיר זענען אַראָפּ אין דעם ההום פֿון קאַנאַלן.

צי האָסטו געקענט דען אַ מאָל זיך פֿאַרקלערן
אַז דאָ, װוּ עס כליופּעט דאָס ברודיקע װאַסער,
דער אײנציקער אונדז מקום־מיקלט זאָל װערן ז
דו װאָלטסט יענעם העלזעער אָנרופֿן שפּאַסער.
אַצינד, מיט דער נאַרישער הױט אױף די לענדן,
איך שװים אין געשטאַנק, דורך אַ קלעפּיקן פֿינצטער
אין מױזלאָך־געװעלבן. צו װעמען זיך װענדן ן
אַװוּ איז אַן אָפּרו, אַ שטערן אַ מינדסטער ע
בײַם שטײן־בלײַבן כוּואַליעט דאָס װאַםער אַריבעך
און כיכעט אױף מײַזישן לשון: מײַן ליבער.
זכּרון געדענקט ניט װי לאַנג כ'בין געשװוּמען
דורך כלערלײ רערן אי ברײטער, אי שמעלער,
אַ שעה צי אַ יאָר ז נאָר מיר זענען געקומען
צו עפּעס אַן אָפּגעשײדט אָרט װי אַ קעלער.
געװען איז עס דאָרטן אַן אַלטער קאַנאַל, װוּ
עס קײטלט זיך מער ניט קײן װאַסער שױן יאָרן.
ס'באַטױבן גאָר שטימען די דעמפּיקע שלװה
און װאָלקנגראָ נעמען געשטאַלטן זיך קלאָרן
װי שאָטנס אַהינטער אַ נעפּל פֿאַרבאָרגן.
און זי, מײַן געברענגערין, גריסט זײ: גוט מאָרגן 1
                      


5..
              שװאַרצאַפּל־געשטאַלטן באַשנאַפּן, באַשמעקן
              דאָס לײַב מײַנס װי חיות אַן אָקערשט־געבױרנס
              און פֿינגער.—. באַװעגונגען גראָע, זײ שטרעקן,
              װײַל איטלעכער נישטערט אין מיר זײַן פֿאַרלױרנס.
              ־—. עס לעבן נאָך יודן ן ־—. קומט דין אַ געװימל ג
              ניט שוּין זשע געבליבן בלױז צען ן )און דאָרט אױבן,
              געזען דורך אַ גראַטע, אױף פּיצעלע הימל,
.            עס האָבן אַרומגעלופֿט זוניקע טױבן(.
              —־ פֿון צען —־ האָט אַן אָטעם געגרײַזלט זיך בלױלעך ־—.
              װעט װערן אַ פֿאָלק, אױף להכעיס דעם מולך.
              
דאָס פּאַסיקל טאָגליכט, װּאָס פֿאַלט דורך אַ גראַטע,
              אַנטרינט װי אַ גנבֿ אין תּהום פֿון די רערן.
              בײַ אײנעם אַ שאָטן באַמערק איך אַ לאַטע,
              בײַם צװײטן ־— די הפֿילין צעבליט אױפֿן שטערן.
              דערװײַל אין דער טונקלעניש גיט אױך אַ בליאַסקל
              אַ קינדער־געװײן אונטער קלײדער און טיכער
              און הינטער דעם ניגון, דעם טרעריקן בת־קול ־—.
              אַ קינד 1 ־—. נאָר בעת־מעשׂה איז קײנער ניט זיכער.
              פֿאַרטײַטשט מײַן געברענגערין: כ'חאָב פֿון אַ ברונעם
              דערהערט אַ געצאַפּל, דעם נפֿש געפֿונען.
              
דאָס קינד האָט געכליפּעט. אַװעק איז דער עכאָ
              געפֿינען אַ תיקוּן אין אַנדערע װעלטן.
              — מה טוּבֿוּ —— האָט עמעץ געברומט —־ אוהליך.
              װי װױל עס איז, יעקבֿ, אין דײַנע געצעלטן 1
              און ס'האָט זיך ניט קײנער דערלױבט אין די רגעס
              צו מישפּטן, װאָס מיטן קינד װעט געשען דאָ.
              אַ האַנט איז געשװוּמען פֿון קאָסמישע ברעגעס,
              פֿאַרוּוּאַנדלט די מענטשן אין לױטער לעגענדע.
              אַזױ האָט די װאָר אונטער דר'ערד מיך באַגעגנט,
              װען כ'האָב מיט געקױלעטער שטאָט זיך געזעגנט.
                                    


6..
די קאַגאַלן

מיר זענען געװען זאַלבע צענט אונטערערדיק,
נאָר איטלעכער שאָטן.—. געחלומט באַזונדער.
די פֿינצטערניש האָט מיך אַ שניט געטאָן שװערדיק
מיט קופּערנעם אוראַלט, מיט פֿינצטערן װוּנדעך.
און ביסלעכװּײַז האָב איך אין איטלעכן שאָטן
דערשמעקט זיך אַלײן —־.. יענעם חלק, װאָס פֿעלט מיר.
פֿאַרזוכט זײַן מחשבֿה, אין אים זיך פֿאַרקנאָטן,
האָט ניט אַזױ סומנע געיאָמערט מײַן װעלט מיר,
און האָב איך געבענקט נאָכן סיריוס און װעגאַ ־—
איז האָט זײ מײַן בענקשאַפֿט געבראַכט אין אַ רגע.

און װי דער שװאַרצאַפּל, װאָס האָט בחדרגה
צום חושך זיך צוגעװױנט, פֿלינק אים פֿאַרװאַנדלט
אין ליכט, װאָס באַפֿענצטערט די שװאַרצע בערלאָגע,
װוּ אָפּשײַן פֿון טױזנטער װאַסערלעך װאַנדלט ־—
אַזױ האָט אַן אַנדער מין כּוח, אומענדיק,
מיט עקל־געשטאַנק זיך געראַנגלט, געװאָרגן,
צום סוף מיט געװאַלד אים פֿאַרביטן אױף שטענדיק
אױף ריח פֿון הײשניט אין פֿרישן פֿרימאָרגן,
אױף ריח פֿון פֿרײַטיק צו נאַכטסן, פֿון זעמל,
װאָס איטלעכער האָט נאָך געשפּירט אין זײַן דרעמל.
די רערן, קאַנאַלן, זײ זענען פֿאַרשײדן,
געגליכן צו אומװעגן, שליאַכן און שטעגלעך,
מיר װעלן דערפֿון מיט אַ סדר נאָך רײדן.
געוּױינטלעך איז נידעריק ס'װּאַסער, אַז מעגלעך
▮שפּאַצירן▮. בלױז רעגנצײַט הײבט זיך עס העכער
מיט פֿײַפֿעניש װי מכשפֿה־געזאַנגען,
אוּן גיסט זיך אַריבער דורך זײַטיקע לעכער
אין ▮שטוּרעם־קאַנאַל'', אין דעם גאָרגלדיק־לאַנגן,
צעליאַרעמט פֿון אונטער דער הױפּטגאַס דער ברײטסטער.
גאַלאָפּ װי אַ סטאַדע מיט בוּפֿלאָקסן פֿלײצט ער
                       


ץ.4
און שטאָציק ער דונערט אַראָפּ אין אַ צװײטן,
װאָס יאָגט אין װילוע אַרײַן. און אַחוץ אים
פֿאַרשײדענע אָפֿצוּוײַגן־רערן באַגלײטן
פֿון אוּנטער די שמעלערע געסלעך, װאָס פּלוצעם
בײַם רעגנגאַנג ברענגען זײ אױך אַ צושטײַער.
דערבײַ פֿלײצט אַרײַן פֿון די זײַטיקע הײפֿן
אַן אײביקער שמוּץ װי גיהנומדיק פֿײַער,
דערלאַנגט מיט אַ האַמער אַ זעץ אין די שלײפֿן.
בײַ נאַכט גײט אַ קלענערער שטראָם, קױם צו הערן,
װי אָךגלען צעריסענע בורבלען די רערן.

אַצינד, אַז דו זעסט שױן אַן ערך די קאַנװע
באַלעבט מיט קאַנאַלן, —— איז לאָמיר פּאַמעלעך
זיך געבן אין קרעטשמע צו אונדז אַ פֿאַרגנבֿע,
באַװײַזן דיר איטלעכן װינקעלע װעל איך.
אַזאַ איז דער אונטערערד־װאָגל: דורך טראָקער,
אַריבער זאַוּואַלנע, דערנאָך פּאָהוליאַנקע,
און לינקס ־—. צוּ דער װינגרי, אַװו ס'איז דער מקוך
פֿון װאַנען עס ציִען זיך קוּועלכעלעך בלאַנקע,
באַקענט מיטן נאָמען ▮די װינגרישע קוּואַלן▮.
פֿון היגלען דערבײַוקע טראָפּלען זײ, פֿאַלן.
אין רער, װוּ די װינגרישע קוּואַלן פֿאַרזאַמלען
זיך אַלע צוזאַמען און צוען זיך שפּעטער,
פֿאַרצװײַגט אונטער דר'ערד, מיט אַ סטרוניקן שטאַמ7ען,
אָט דאָרטן אין רער פֿוּן אַ דרײַפֿערטל מעטער
בײַם קרײצוּועג ־— איז אױסגעהאַקט װי אַ לבֿנח
אַ לאָך אין טשוגונענעם באַלקן. דורך דאַנען
אַרײַנקריכן קענסטו אָן מינדסטער סכּנה
אין ערדענעם אױסגראָב און אױסגעגלײַכט שפּאַנען.
דאַס איז אוּנדזער אײגן געבוּיטע מאַלינע,
מיר ▮פֿרײען', זיך דאָ אונטער פֿליגל פֿון שכינח.
                    


...
װער זענען דאָם אָבער די אָמיךאָ, װאָם באַװױנען
די װאַסער־פּאַלאַצן, איז װילסטו דאָך װיסן ן
כ'װעל מאָלן באַשײדלעך די אַלע פּאַרשױנען.
דערצײלן דעם אמת מיט רײנעם געװיסן:
תש▮ג, חודש אלול, כאָג. ניטאָ מער
אין װילנע קײן יודן. די לעצטע טראַנספּאָרטן
אַװעק, ניט צו קומען, אין האַרבסטיקן יאָמער.
איז גדליה דער לערער געשפּרונגען פֿון דאָרטן,
אַ װינקל געזוכט און אַהער צו גענידערט.
גענידערט —.־. און מיטן געשטאַנק זיך פֿאַרברידערט.

אױף מאָרגן ־— געפֿונען דאָ אײנעם אַ פֿאָליע
באַנאַנד מיט זײַן מאַמען, דער פּאַכטערקע אסתּר,
פֿאַרפֿלאָכטן בשוּהפֿות מיט בײדן זײַן דאָליע.
די מאַמע, געניט אין די פֿינצטערע נעסטער,
פֿלעגט קריכן פֿון זומפּיקער נאַכט אױף דער פֿרײַ דאָרט
און זאַמלען אין חורבֿות, אין לײדיקע שטיבלעך
צעטראָטענע בולבע װאָס הפֿקר צעשלײַדערט
און שמוציקע אַרבעס. װי גינעריש ליבלעך
זי פֿלעגט עס דערנאָך איךע מיטמענטשן טײלן 1
ס'וּועט אױסקומען פֿיל װעגן איר צו דערצײלן.

דערװײַל האָט זיך אױכעט געװיזן אַראָנע,
אַ פּליט פֿון האַמבורג, װאָס ךעדט ניט קײן ייִדיש,
  ז
באַטראַכט אונדזער לשון פֿאַר גרעסטער סכּנה,
און צערטלט אין װאַטע זײַן גורל יחידיש.
און אײן מאָל ־— דאָס װאַסער גיט ראַשיק אַ װיקל
)אַ סימן אַז אױבן אין שטאָט איז אַ רעגן(,
װי אױף אַ צעשװינדלטן מין מאָטאָציקל
פֿון כװאַליעס, דערטראָגט אַ פּאַרשױן זיך אַנטקעגן.
אַ שפּרונג פֿונעם זאָטל אַ היציקער זאָגט ער:
—־. איר קענט מיך ניט, יודן 9 בין ליפּמאַן דער דאָקטער 1
                      


9..
דערנאָך האָט מען אױך אין אַ װינקל אַ שטילן,
װוּ בלױז פֿון לבֿנח־מײַז טראָגט זיך אַ פּליעסקען,
געפֿונען אַ מענטשן געװיקלט אין תּפֿילין
מיט אױסדרוק אַזאַ מין, װאָס מערניט אַ מת קען.
די קאָלטנס פֿאַרזאָטן מיט קאַלך. אַנשטאָט בגדים ־—
אין פּאַרמעט דאָס לײַב. ס'איז דער פּרוש רב נתן.
מסתּם חאָט אַ מלאך געװיזן דעם סוד אים,
װוּ ערגעץ אין דר'ערד זענען יודן פֿאַרשלאָסן.
די אותיות פֿון פּאַרמעט ־— זײ טראָגט ער אין דרױסן,
כאָטש קײנער דעךטראַכט זיך ניט װאָס ער איז אױסן.

דערװײַל האָט אױך אסתּר, װאָס גײט אױף ▮געיעגן▮,
געבראַכט פֿון דער חײך װי אַ שטראַלכל פֿון גורל
אַ מײדל, געיאָגט אױף די הפֿקרע װעגן.
איר נאָמען איז דבֿורל. די זעלביקע דבֿורל
האָט שפּעטער־צו אונטער אַ גראַטע געפֿונען
אַ בלינדן. דערנאָך איז געקומען אױך אײנע
אַ טראָגיקע פֿרױ, װאָס פֿון קבֿר אַנטרונען
מיט שנײ־װײַסע האָר. מיך'ן ךופֿן זי קךײנע
און װײַטער מיט איר זיך באַקענען פֿיל נענטער.
און איך בין דער צענטער געװעזן, דער צענטער.
די שטאָט איז פֿאַרזונקען. די װעלט ־— פֿאַרקאַפּױערט.
געבליבן אַ צענדליק פֿאַרגראָבענע טיפּן,
װו בלױז אַ פֿאַרשימלטער אַשמדאַי לױערט.
נאָר האָפֿענונג האָט זיך באַװעגט פֿאַר די ליפּן
װי ניט קײן געזעענע רױז... און כּסדר
געמאַניעט, געלאָקט מיטן סוד פֿון קאָלירן,
נעעפֿנט אַ מאָרגן אין מאָרגן. נאָר אײדער
מע האָט זי געפּרװוט מיט די פֿינגער באַרירן —־
ניטאָ מער די רױז, ערגעץ פֿינקלט דערװײַטערט,
אַהינטערן טױט, װי אַ שטערן, און —־ לײַטעךט.
                    


50.
דאָט הױז אױף דער װיגגרי

דאָס הױז אױף דער װינגרי איז פֿאָליעס אידעע,
דעם האַרטן טשוגון האָט זײַן קאָפּ דורכגעבראָכן.
בטבֿע אַ שװײַגער. דאָך האָט ער די דעה
אױף אַלעמענס טוּונג. װײַל איטלעכער שכן
פֿאַרטרױט זיך דעם פֿאָליען, װאָס מאַכט ניט קײן הילוק
פֿון דעם ביזל יענעם. נאָר מערער װי אַלע
אָן אױפֿחער ער אַרבעט, באַגײַסטערט און װיליק.
איז מאַלע װאָס ער איז אַ יוּנגערער ־—.. מאַלע 1
אַ פֿאָלק זאַלבע צענט 1 און עס קענען מיליאָנען
זײַן שטױב, און קײן כּוח ניט האָבן צו מאָנען...

אַ פֿאָלק זאַלבע צענט 1 און מיט אײַנזען און כּבֿוד
האָט פֿאָליע אַ פֿונקציע פֿאַרטײלט יעדער אײנעם,
צו אױספֿילן פּינקטלעך ביז קומען די שעה װעט
פֿון אױסלײז פֿאַר אַלע קאַנאַלענע שכנים.
־— דו גדליה, דער לערער, װעסט שרײַבן די כראָניק
לזכר די קומיקע דורות, טאָג־טעגלעך.
דו ליפּמאַן, אַ דאָקטער, מע זאָגט פֿון לאַנגאָניק,
דו װעסט אונדז פֿון מחלות פֿאַרהיטן װי מעגלעך.
זײַן װאַך עס זאָל יעדער זיך באָדן און קאַמען,
זײַן װאַך, אַז דאָס טרינקװאַסער זאָל ניט פֿאַרסמען.

און דו, װאָס דו קלײַבסט זיך צו װערן אַ מאַמע —
האָט פֿאָליע בשתּיקה געמורמלט צו קרײנען,
װעסט האָדעװען טאַקע דאָס קינד װאָס מײַן מאַמע
געבראַכט האָט אַנוסטן. דו װּעסט זיך געװײנען,
װעט שפּעטער זײַן גרינגער. דער דאָקטער װעט גרײַלעך
דיר העלפֿן. הײַנט־מאָרגן באַקומסטו אַ װיגל,
אַ פּרימוס, אַ לעמפּעלע אײל און אַ לײַלעך,
און מילך װעל איך ברענגען אַ פֿולינקן קריגל.
געזאָגט איז געזאָגט. נאָר דעם קינד אין זײַן װײטיק
די צערטלעכע האַנט פֿון אַ מאַמען איז נײטיק.
                       


51.
און איך —־. האָט ער װײַטער גערעדט —־ פּאַני קרובֿ,
גערעדט צו דעם בלינדן װאָס זאָגט ניט זײַן נאָמען —..
װעט זײַן בײַם אַרײַנגאַנג אַ װעכטער, זײַן ערובֿ
עם זאָלן ניט אָנקומען אומגעריכט שטראָמען
און שפּילן אַ חתונה. נאַכט װעט איר שלאָפֿן,
פֿאַרקערט װי מיר אַלע, און זײַן װעט איר אױפֿיק
בײַ טאָג, װעט פֿאַרחיטן דאָס חױז, לאָמיר חאָפֿן,
און האַלטן אין האַנט פֿון קאַנאַל־נעץ דעם דופֿק.
װי נאָר אַ פֿאַרדעכטיקער שאָרך װעט אַ גײ טאָן —־
אַ צי פֿאַרן הענגדראָט װאָס איכ'ל פֿאַרגרײטן.

דעם פּליט אַראָנע, געשולט אין פֿינאַנצן,
האָט פֿאָליע באַשטימט ער זאָל װערן דער מײַסטעך
אין אױפֿקלײַבן געלט, עס באַהאַלטן אין גאַנצן
בײַ רך, אין אַ גרױסן מלוכישן טײַסטעך.
אַחוץ דעם, געקרײנט איז ער אױך פֿאַרן חיטער
פֿון שפּײַזקאַמער. בךױט װעט מען מוען זיך שאַפֿן,
און זאָל ער פֿאַרטײלן מיט האַנט מיט געניטער,
דער הונגער זאָל קײנעם פֿון אונדז ניט פֿאַרשקלאַפֿן.
צו ערשט האָט דער פּליט געספֿקט אַ װײַלע,
נאָר אײַנגעשטימט נאָכדעם אָן פֿרעגעכץ, אָן שאלח.
▮— און איר ־— האָט זיך פֿאָליע געװענדט צו רב נתן,
באַשטימט װאָס איר װילט. נאָר דער פּרוש דער גרײַזער
נאָך אַלץ אינעם בלעכענעם פּאַךמעט פֿאַרשלאָסן,
האָט אומגעזען־שטיל זיך דעררוקט װי אַ װײַזער:
־— רבותי, דערלױבט מיר צו זײַן אײַער שוסטער,
איך װיל כאָטש מיט עפּעס באַחילפֿיק זײַן, דינען.
און אױסגעהערט האָט מען די ךײד װי אַ מוסטעך
פֿון מענטשלעכער טרײַשאַפֿט, װאָס ניט צו געפֿינען.
זײ האָבן אײנצײַטיק דערפֿרײט און דערשךאָקן.
מע האָט מיט אַן אָפּשײַ געקוקט אױף דעם זקן.
                     


51.
      4



—־. און דו װעסט אונדז װאַשן די קלײדער, די בלוזעס, —־.
האָט פֿאָליע אַרײַנגעפּלױשט דבֿורלען אין אױער, —.
אױב שװער, װעל איך צוהעלפֿן גערן, מע מוז עם.
און דו, חבֿר דיכטער, באַזון אונדזער טרױער
מיט לידער. אַ פֿאָלק זאַלבע צענט איז מסתּמא
אַ פֿאָלק. ס'װעט מײַן מאַמע באַזאָרגן מיט עסן
און איך.—. מיטן װאַרעמען ברױט פֿון נקמה,
דער קרבן זאָל קײן מאָל די האַק ניט פֿאַרגעםן.
אַזױ האָט ער, פֿאָליע, מיט שׂכל, באַקלערטקײט,
פֿאַרטײלט יעדער אײנעם זײַן חלק באַשערטקײט.

װי צוּוײַגן דורך נאַכטיקן רעגן באַקאַרשנט,
מיט הײמישקײט האָט זיך צעבליט די מאַלינע.
דער הײַנט האָט בײַם נעכטן דעם װילן געיךשנט.
עס איז דאָ אַרײַן אַ הנכישע שכינה.
און אפֿשר געקומען די גילדענע פּאַװע,
צעשפּרײט אירע וּױיכע שמאַראַגדענע פֿליגל ן
און אפֿשר האָט פּרצעס קונצמאַכער זשװאַװע
פֿאַרכּישופֿט דאָס הוּיז מיט אַ לאָמפּ, מיט אַ װּיגל ן
נאָר װיגל איז װיגל, דאָס פֿלעמעלע —־ ברעניק
און װעלט איז דעם בלאָטיקן מענטש אונטערטעניק.
                    













453
חר לעצטער עפּל

דאָס קינד האָט געצאַנקט. װעדליק ליפּמאַנס טעאָריע
באַדאַרף מען פֿריש בלוט אים אַרײַנגעבן אײַליק.
נאָר אסהר זי האַלט ניט פֿון יענעמס דאָקטאָריע
כאָטש אָפּגעבן ס'האַרץ פֿאַרן קינד װאָלט זי גךײַליק.
עס האָט זיך פֿאַרעקשנט די רװקע אסתּר,
אַז אױב מע װעט דאָדערט אַ ציגעלע ברענגען
װעט ס'קינד פֿון דער ציגענער מילך װערן פֿעסטער.
װעט ס'נפֿשל מער אין דער לופֿטן ניט הענגען.
דעם זעלבן פֿאַרטאָג איז די פֿרױ שױן געקראָכן
פֿון גראַטע אַרױס צו מאַטײקען דעם שכן.

פֿאַרדרײט אַרום קאָפּ אַ געבלומטע פֿאַטשײלע
האָט אסתּר אָן מורא די גאַסן געמאָסטן.
װי האָזנפֿלײש רױט, װען עס שמעקט מיט נבֿלה —
די שאַרלאַכע זון אױף אַ דאַך אַ פֿאַרךאָסטן.
פֿאַרבײַגײער האָבן געצױגן פֿאַראומערט:
־—. װוּ כאַפּט מען אַ יודל ן װוּ כאַפּט מען אַ גראָשן9
עם האָבן די בײמער שױן מער ניט געזומערט —־
אין אײגענעם טױען־געפֿריר זיך געלאָשן.
און איבער אַ גאַס ־—. אַ פּלאַקאַט אין געשימער:
▮די שטאַדט איזט בעפֿרײַט פֿאָן דען יודען פֿיר אימעך▮.

דורך סובאָטש, אױף רוזעלע, הינטערן בעךגל,
דערקענט זי איר הײַזקע מיט שינדלען באַגראָזטע.
ס'צעקרײט זיך אַ האָן מיט אַ האַרבסטיקן גערגל:
מיט ליב דיר דײַן הײמישע ערד, באַלעבאָסטע.
אַ זונרױז מיט בלעטער װי געלינקע פֿלעמלעך
פֿאַרנײגט זיך דורך פּלאַנקען־שטאַכעטן פֿאַךאָבֿלט.
דערנעבן —־ פֿאַרשרומפּן די יודישע קרעמלעך
מיט קרעפּיקע בלעטער באַשיט, װי אַ קראָ װאָלט
אַרױסגעפּיקט זײערע תּפֿילות, ניגונים.
דערבײַ —. אַ מצבֿה: דער הילצערנער ברונעם.
                      


.45
אַהינטערן ברונעם, באַפֿעדעמט מיט נעפּל,
איז קענטיק דער בעלמאָנט. אַנטקעגן, בײַם פּלאַנקען —.
אַן עפּלבױם גלאָצט מיט אַן אײנציקן עפּל,
װוּ בליצן בײַנאַכטיקע גאָלדיק נאָך צאַנקען.
צי האָט זיך דער עפּל פֿאַרעקשנט מיט העזה
און װיל ניט אַראָפּ אין די הענט פֿון פֿאַרשװעכעך ן
עס צערטלט איר בליק זײַנע בעקלעך די ראָזע
אױף צװײַגל פֿאַרריסן פֿון אַלעמען העכער.
נאָר טוט זי גענענען צום עפּל, איז פֿאַלט ער
אַלײן איך אין האַנט װי אַ קוש אַ צעשטראַלטער.

באַנאַנד מיטן עפּל —־ זי היפּערט שױן גיכער
צום שכן מאַטײקעס געהױקערטער כאַטע.
אַ קלאַפּ —— און די טיר גיט אַ פֿידל ניט זיכער,
ס'באַװײַזט זיך אַ פּױערל קנײטשיק, האָרבאַטע.
דאָס פּױערל צלמט זיך איבער: עסטושאַ 1
און אסהר דערלאַנגט אים דעם עפּל אָן װערטער.
דאָם מײנט: ס'האָט דער בױם נאָך פֿאַרהיט די יךושח.
מאַטײקע פֿאַרשטײט ניט, ער גאַפֿט אַ פֿאַרקלערטער.
נאָר באַלד װערט מען הײמיש אוּן אסתּר נעמט רײדן.
די אַלטע גוטפֿרײַנדשאַפֿט באַגאַרטלט שױן בײדן.

אין כאַטע איז טונקל, אַ קאַפּעלע העלער
פֿון אירע בלאָ־שטאָלענע זשומיקע פֿליגן.
דער טיש װערט באַװאָקסן מיט בלינעס אױף טעלער,
און אסתּר דערצײלט װאָס די צײַט חאָט פֿאַרשװיגן.
געהערט אַז אױך פֿאָליע ער לעבט, —— האָט דער פּױער
צעשמײכלט זיך אַזש, װי ער װאָלט מיט זײַן שמײכל
געװאָלט פֿון דער כאַטע פֿאַרטרײַבן דעם טרױער,
און תּיכּף באַטראַכט מיט אַ גראָדיקן שׂכל:
קומט בײדע אַהער. אױב דײַן זון איז אַזאַ נאָר
װי פֿרוער, באַדאַרף אים דער װאַלד, פּאַרטיזאַנער...
                    


55.
־— זײַ װיסן, די װעלט נאָך געהעךט צום גערעכטן
)און אסתּר דערפֿילט: זי איז ניט אַזױ שפֿל(,
אַדאַמעק, מײַן זון, איז געקומען דאָ נעכטן
פֿון פּושטשע, ער דרעמלט פֿאַרשיט םיט קאַרטאָפֿל.
ס'געדױערט ניט לאַנג און דער בלאָנדער אַדאַמעק
איז אױכעט בײַם טיש. דער פּיסטױל אין כאָליאַוּוע,
דאָס פּנים פֿאַרװאָקסן, באַװאַלדיקט און פֿלאַמיק,
און מעשׂיות דערצײלט ער, משונה־טשיקאַװע.
דערצײלט װי זײ האָבן צעשלאָגן קאָבילניק
און װעגן אַ שלאַכט אױף אַן אַלטן מאָחילניק.

.— איך װיל ניט באַהאַלטן די װאָך, מײַנע ליבע,
זאָגט אסתּר, אָן פֿאָליען איז שװער צו באַשליסן.
אַצינד איז מײַן קומען אַהער מיט אַ סיבח:
אין אונדזער קאַנאַל איז פֿאַראַן, זאָלט איר װיסן,
אַ קינד. עס איז קראַנק און צעפּײַניקט פֿאַר הונגער.
װאָלט גוט געװען ברענגען אַ ציגעלע דאָרטן.
עס גאַפּעט דער אַלטער, עס דומעט דער יונגער:
געהערט שױן געדאַנקען פֿון אַלערלײ סאָרטן —
אַזױנס אָבער ניט. נאָר די פּאַכטערקע אסהר
פֿאַרטײַטשט איר געדאַנק איבערצײַגיקער, פֿעסטעך.
פֿאַר נאַכט האָט אַ פֿרױ אין געבלומטער פֿאַטשײלע
געטריבן אַ ציג מיט אַ פֿולינקן אײַטער.
דערבײַ אױך געטראָגן אַ בלעכענע כּלי,
די ציגענע זיסקײט צו מעלקן. װאָם װײַטער
דאָס ציגעלע האָפּסלט, אַלץ מער װערט עס קשה:
איך האָב אַזאַ װעג ביז אַצינד ניט באַטראָטן.
צי פֿירט ער אין לאָנקע צי אפֿשר צום רשע ן
אַן ענטפֿער דערױף קען מען פֿרעגן בײַם שאָטן.
אַ שאָטן איז ־— אמת. פֿאַרשטאַנדיק זײַן רײדן.
ער שרעקט זיך פֿאַר אײנם: פֿאַרן דאַרפֿן זיך שײדן.
                    


56.
קידוש־לפּט

די צײַט איז צעריסן. װי האַמלעט זי פֿרעגט זיך
איר ▮זײַן־צי־ניט־זײַן▮ אין פֿאַרזשאַװערטע רערן.
דער טאָג הײסט דאָ נאַכט. ביז די אָװנטשײַן עקט זיך
פֿאַרבאָטן איז רײדן. ־—. עם קען נאָך דערהערן
דער שפּירדײַטש װאָס לאָקערט מיט זיבן שפּאַן חעכער,
איז ליגט'ן פֿאַרקנױלט און מע גריזשעט אַ חלום
ביז װאַנען די נאַכטיקײט מױזט אין די לעכער —־
און דענצמאָל איז טאָג. חײבט מען אױף זיך בשלום,
מע װאַשט זיך אין קוּועלכל און מ'איז זיך מתעסק
בײַם בױען אַ לעבן װי נײטיק, װי פּאַסיק.

נאָר פֿאָליע איז װאַך דורך די גאָרע מעת־לעתן.
אין אָדערן פֿלײצן אים שפּליטערס חלפֿים.
ער קען דאָס געװעזענע מער ניט פֿאַרגעסן,
זיך אָפּגעטאָן האָט פֿון די אױגן דער שלאָף אים:
צי מעג ער זיך דאָ פֿאַרקאַנאַלעװען װײַטער ן
דערװאַרטן באַפֿרײַונג ־—. װאָס האָט פֿאַר אַ זינען ן
עס יאָגט דער געדאַנק װי אין שלאַכטפֿעלד אַ רײַטער:
פֿאַרלױרן דעם װעג, — איז אַן אױסװעג געפֿינען 1
און בילדער נאָך בילדער, װאָס אָקערשט פֿאַרשװונדן,
זײ גיבן אַ בליאַסק ביזן בײן אָנגעצונדן.

די קאַמפֿן אין געטאָ... ער איז זיך מתװדח.
                                         .
קײן אײנציקע רגע ניט אָפּ פֿונעם פּאָסטן.
פֿאַרטײדיקט דעם גײַסט אין דעם גופֿס באַריקאַדע,
מיט שׂ י נ א ה אַקעגן דעם פֿײַנד זיך פֿאַרמאָסטן.
זײַן טאַטע דערבײַ האָט גערופֿן דעם גואל
און שופֿר געבלאָזן אי תּקיעה, אי שבֿרים.
געהױבן צום הימל די הענט: שמע ישׂראל 1
און נאָכדעם געפֿאַלן דעם זון אױפֿן אָרעם.
נאָר װײַטער פֿון ▮שמע▮ האָט זײַן בליק זיך געריסן,
געבליבן אַ טשװאָק בײַ דעם זון אין געװיסן.
                       


ז5.
און שפּעטעך ן געװאָלט מיט די לעצטע חבֿרים
אַנטלױפֿן אין װאַלד. נאָר װי לאָזט מען אַ מאַםעןן
און ךונד אַךום געטאָ איז פֿול מיט מערדײרים.
קײן קױלן ־— ניטאָ. זענען בײדע צוזאַמען
אין לעצטע סעקונדן אַנטרונען אַהער דאָ,
אין מלכות פֿון מײַז און בריליאַנטענער בלאָט▮
צי האָט ער פֿאַרשװעכט פֿון אַ קעמפֿער די װערדע,
באַדאַרף ער זיך שלאָגן אין ברוסט אױף חרטה ז
נײן־נײן, ס'איז ניט מעגלעך ס'געברױז צו באַהאַלטן:
צערעדט ער זיך פּראָסט פֿאַרן הײַפֿל געשטאַלטן:

־— אָ, ברידער 1 אין פֿינצטערניש הערט מײַנע רײד אױס.
איך קען מער ניט װאַרטן אױף גוטע באַפֿרײַער,
כ'װיל קעמפֿן אין װעלדער... כאָטש ס'חאַרץ איז מײַן עדות
װי נאָענט איר זענט מיר געװאָרן, װי טײַער.
עס עקלט מיך יעדער באַװעג מיט מײַן אָרעם
פֿון רגע װען כ'האָב זיך געשײדט מיט די װאָפֿן.
עם קנײַפּן מיך פֿינגער געװאַקסן אױס קבֿרים:
־— קױף־אױס אונדזער אומקום, דערפֿיל אונדזער האָפֿן 1
איז װי קען איך אַנדערש אַן ענטפֿער זײ געבן ז
ניט מיר — עס געהערט צו די טױטע מײַן לעבן.

נאָר דאָ האַקט אים איבער דער פּרוש רב נתן,
געהילט אין יריעות אַנשטאָט אין געװענדער,
װאָס תּמיד איז ער װי אַ ברונעם פֿאַרשלאָסן
און לעבט מיט ירושח פֿון צײַטן און לענדער:
—־ קומט אױס װעדליק דיר, יונגערמאַן, אַז דאָס הרגען
איז חשובֿעך אײדער צו העלפֿן אַ ייִדןן
פֿון דײַנטװעגן קענען מיר אַלע זיך װאַרגן,
אַבי דו אַלײן זאָלסט אַװעקגײן צופֿרידן ן
צו ערשט מאַך זיך קלערער דײַן אײגענעם רעיון —
דערנאָך קענסטו יעדער מינוט זיך באַפֿרײַען.
                     


.5.
־—. װאָם הײסט ן נעמט אין פֿאָליען דאָס אינגעװײד ברומען ־—.
אַ זינד איז צו נעמען נקמה ן און ס'ענטפֿערט
רב נתן: דו האָסט מײַנע רײד ניט באַנומען;
מיר זענען דעם אַשמדאַי איבערגעענטפֿערט.
פֿאַראַן דאָ אַ טראָגיקע פֿרױ אוּן אַ בלינדער,
די פֿרױ דאַרף בקרובֿ געבױרן, באַנעם עס.
נאָך אָטעמט אַ קינד אין דער בלאָטע אַצינדער,
נאָך טלועט אַ פֿאָלק זאַלבע צענט מיט זײַן אמת.
און דו װילסט אַנטלױפֿן, די עדה צעשפּאַלטן,
צי װעט דיך דײַן אײגענער גײַסט ניט פֿאַרהאַלטן ז

נאָר אױבע, מײַן זון, דײַן געדאַנק איז אַן אַנדעך ־—
נאַכסאָל דאַרף איך בינדן מיט שטריק זײַנע פֿליגל ז
געבענטשט זאָלסטו זײַן מיט דער ביקס אינעם װאַנדער,
זי זאָל דיך באַשיצן װי חונין זײַן עיגול.
דערנאָך האָט דער פּרוש באַגאָסן די נעגל,
גערופֿן די מענער און איז מיט כּװנה
אַװעק צו אַ גראַטע דורך זײַטיקן שטעגל,
כּדי דאָרט מחדש צו זײַן די לבֿנה.
—־. אױ, שלום עליכם, עליכם השלום.
דאָס ציגעלע האָט זיך געװעקט אױסן חלום...
ס'איז פֿאָליע געבליבן פֿאַרחידושט: אַנטקעגן
עס האָפּקען גאָר יודן: אױ, שלוּם עליכם 1
װער האָט מיך פֿאַרכּישופֿט ן ־— געלוסט זיך אים פֿרעגן.
װער זענען די לײַט ן נאָר עס גיט אַ דערגרײך אים
אַ מורמל־געשװײַג וּױ אַ שנײַדיקער פֿאָדעם
און רײַסט זיך פֿונאַנדער בײַ ערשטער באַרירונג.
ס'איז דבֿורל. זי שטיקט אירע זוניקע פּחדים.
אין טונקלעניש גלימצערט איר צאָרן װי צירונג.
מיט ליפּן פֿאַרשלאָסענע צױמט זי די װערטער.
און פֿאָליע, ער צײנערט אַרױס אַ באַשװערטער:
                     


59.
—־ װאָם רעדסטו ניט, דבֿורל, דו ביסט אױף מיר ברוגז ן
דורך װעלכן קאַנאַל איז דײַן שמײכל פֿאַרפֿלױגן ן
פֿאַרטרײַב פֿון די ליפּן דעם װּאָלקן, װאָס טױג עס 1
נאָר דבֿורל איז דװקא אין טרױער פֿאַרזױגן.
און בלױז אַ לבֿנה־שטראַל פֿאַלט װי אַ װענדע,
פֿאַרשפּרינגט אױף צוריק מיט אַ טרער אױפֿן אַנגל.
אין טראָפּן פֿאַראײביקט איז שױן די לעגענדע.
פֿאַרשפּיגלט, פֿאַרזיגלט דעם לעבנס געראַנגל.
נאָר דבֿורל דערלאַנגט זיך אַ ריס, נעמט פֿאַרשװינדן
דורך אָפֿענער קליאַפּע אין חלל דעם בלינדן.

צעטומלט איז פֿאָליע. זײַן שטאָלץ איז באַלײדיקט.
אַ יאָג ־— און געכאַפּט זי, גענומען געפֿאַנגען.
נאָר װי פֿון אַ פֿרעמדן איר לײַב זי פֿאַרטײדיקט
און איבער די שטראָמען צעלױפֿן זיך קלאַנגען:
—־. צום װידערזען, פֿאָליע, נאָר װי לאָזט'ן איבער
אַ מאַמען ן פֿאַרשטײסטו װאָס מײנט עס: אַ מאַ —־ מען 1
אַ װאַסערשטראָם פּאַטשט זײ די פֿיס, יאָגט אַריבער.
פֿאַרגאָסענע ציט מען זיך נענטער צוזאַמען.
עס ענטפֿערט די שטומקײט מיט זילבערנע רינגען,
מיט מױזן־געפּליעסק און געפֿײַפֿלטן שפּרינגען.
און פֿאָליען באַשלאָגט אַ פֿאַרליבטע פֿאַרשעמטקײט,
אַז פּאָפּעריק שטעלט זיך דער ענטפֿער אין גאָרגל.
צום אײגענעם אָטעם דערפֿילט ער אַ פֿרעמדקײט.
ער שװײַגט. נאָר דער װאַסערשטראָם שפּילט װי אַן אָרגל
פֿאַר בײדן. אין זעלבן מאָמענט זײ דערהערן
דער פּאַכטערקעס קול: װוּ באַהאַלט איר זיך, קינדער ן
און בײדע זײ ענטפֿערן גלײַך דורך די רערן:
־—. אָט דאָ 1 אײַלט די מאַמע שױן דעמאָלט געשװינדער:
— אַ קריגעניש גאָר ן לאָזט געמאַך, אַ געלעכטער.
די צײַט װעט שױן פּסקענען װער דער גערעכטער.
                      


60.
... און העט בײַ דער גראַטע מע האַלט נאָך אין טאַנצן
בײַ פֿרישן לבֿנהװעבס פֿול מיט חנאח.
ביז װאַנען דער מולד צעפֿאַלט זיך אין גאַנצן
אין ליכטזײַלן אָקערשט געבױרענע, בלאָע.
און זילבערנע כּרובֿימלעך פֿלאַטערן, טױכן
אין װאַסער, דערטרינקען זיך, שימערן װידער.
זײ שמעלצן פֿונאַנדער מיט װאַרעמע הױכן
די פֿינצטערניש, טוען באַלײַכטן די גלידער.
דאָס ציגעלע בלױז, װאָס די צײַט אים עגאַל איז,
קראַצט װײַטער דאָס בערדל אין גאָלע התגלות.
                      






















61.
די קפּורה

בײַ נאַכט אױף זאַרעטשעך בית־עלמין. עס רעגנט,
און פֿײגעלעך פֿאַלן פֿון חרובֿע נעסטער.
מיט בליציקע סטרונעם באַצױגן די געגנט.
עס ברענען אין רעגן מצבֿות. און אסתּר ־—־
צעװישן די קבֿרים. זי רײַסט מיט די נעגל
די בײניקע ערד און פֿאַרשטעלט מיט דער פּלײצע
דעם שלאַקס. איר געקלײד, װי אין שטורעם אַ זעגל.
ניטאָ פֿאַרן קװאַליקן װאַסער קײן עצה.
װאָס טיפֿער זי גראָבט, װערט דאָס קבֿרל פֿולער.
דאָס פּנים פֿון טױט איז דער רעגן דער דולעך.

באַפֿעסטיקט דעם קבֿר אַרום און אַרומיק
מיט לײם ——. נעמט זי אױסשעפּן אײַליק דאָס װּאַסער.
און װיקלט אַרױס אין געהײם פֿון אַ קלומעק
אַ קינד. אין דער נאַכט אין דער בליציקער, נאַסער,
נעמט לײַכטן אַ מהל, די גרײם װי אַן אָרעם.
זי איז עס מטהר אין רעגן. עם קומען
אַהער צו באַקלאָגן אַ מנין מיט קבֿרים,
באַװאַקסן מיט ברעטלעך װי הילצערנע בלוטען.
דער רעגן װערט שטילער, אַצינד איז דאָס קינדל
פֿאַרהילט אין הכריכים — אַ װײַסינקער װינדל.
זי ברענגט עס מיט ליבשאַפֿט אין קבֿר: שלאָף רװק 1
)אַזױ װי אַ קינד ס'ערשטע מאָל אין אַ חדר(.
אַ בליץ װײַזט אַ ידדישן אות װוּ־ניט־װוּוק,
ער איז דעם בית־עלמינס אַנטפּלעקער, באַשײדער.
און אפֿשר װעט קומען גבֿריאל המלאך
און װאַרפֿן אַ רענדל ן ער װאַרפֿט ניט. פֿאַרשאָטן.
אַ שיכּורער בליץ װײַזט איר אָן דעם מהלך
צוריק צום קאַנאַל, אין באַװאָלקנטן שאָטן.
אַ בינטעלע גראָז פֿליקט זי אָפּ אונטערװעגנס
און ברומט אַ געזעגנס, און ברומט אַ געזעגנם.
                     


61.
פֿון װאָנען קומט דבוךל ן

פֿון װאַנען קומט דבֿורל ן איך האָב זי עס זעלטן
געפֿרעגט. װײס דער שטערן אַלײן פֿון זײַן ליכטונג ן
און װײס דען דער פּײַטן פֿון װאָסערע װעלטן
עס צױבערט צו אים אין געהײמשטאָט זײַן דיכטונג ן
זי קומט אומגעריכט װי די פֿרײד, װי די אומפֿרײד.
אַ דבֿורל אַזאַ מוז אַנטפּלעקן זיך אײביק
מיט זוניקן שמײכל װי העלע טרװמף־רײד,
כּדי דאָס געפֿיל זאָל זיך אױפֿחאַלטן גלײביק.
אָן דבֿורלען ־— גײט עפּעס פֿאַרלױרן אַן עיקר,
עס װײנט די באַשאַפֿונג צעריםן אױף שטיקער.

איר פּנים ——. װי דורכזעוק־ראָזלעכער פֿאַךפֿאָך
אַנטקעגן אַ פֿלעמל. ס'באַװאַכן זי שטאָלצע
פֿאַרהױבענע צעפּ. און די אױגן ־—־ אַלץ שאַרפֿער,
װי אָן דער לבֿנה־שײַן שלײַפֿן זײ װאָלט זי.
און שטראַלן געבױגן אין אָװנטיק װאַסער
דערמאָנען דיר גלײַך אירע הענט, װען זײ גיבן
מיט צאַרטער באַװעגונג אַ לײַכטן פֿאַרמסר,
אַז איבער דעם אומקום עס קיניגט דאָס ליבן.
די הענט פֿלעגן קאָרמען קלאַװישן מיט קלאַנגען,
דער עכאָ פֿון זײ איז נאָך אַלץ ניט פֿאַרגאַנגען.
געבראַכט אין קאַנאַל האָט זי אסתּר. געפֿונען
אַהינטער דער שטאָט, אין געקלײד פֿון אַ נאָנע.
דאָס מײדל איז טאַקע פֿון קלוּיסטער אַנטרונען
װען ס'האָט זיך דערנענטערט אַהין די סכּנה.
און דאָ, אין געהײמשטאָט, מיט הונגער באַפּלײטלט,
איז דבֿורל פֿאַרװאַנדלט אין הוּנגערס פֿאַרבײַטער.
אַ בליק נאָך אַ בליק װערט אַרום איר געק.יטלט,
פֿאַךטונקלט אַ רגע און קײטלט זיך װײַטער.
ס'האָט אסהר באַמערקט די פֿאַרהױלענע יעגער
און דבֿורלען גענומען צו זיך אױף געלעגער.
                        


63.
עס העלפֿט ניט. ס'װיל איטלעכער ליגן כאָטש נענטער
צו דבֿורלען. איר חלום זאָל װאַרעמען. גדליה,
װאָס פֿירט דאָ אַ פּינקם —־ ער לוגט אַ צעברענטער
אין פֿינצטערניש. װאַרפֿן זיך גרײט אין באַטאַליע.
װײַל זינט ער האָט חייִש דערשמעקט אַז אין דבֿורלען
אַ צאָרן זיך קלײעט צו פֿאָליען, האָט כיטרע
גענומען בײַם לערער אַ זיכערקײט יױרלען.
אים אַרט ניט, װאָס דבֿורל, געשפּאַנט װי אַ ציטרע,
טראַכט אַנדערש. דעריבער האָט אָפֿט זיך געטראָפֿן
אַז א ו נ ט ע ר איר נאַרע אַװעק איז ער שלאָפֿן.
                      






















.6.
די טימפֿאָניע פֿון מײַז

װען ס'נאַכטיקט די שטאָט, רוען אױך די קאַנאַלן.
עס ציִען זיך שטרעמלעך —־ פֿאַרװאָגלטע שעפּסן.
דער ▮שטורעם־קאַנאַל▮ מיט זײַן ליאַרעמען, שאַלן,
איז אײַנגעשטילט. פֿינצטערע, פֿײַכטע געװעבסן
באַטאַפּן די לופֿט. װי אַ שנירל פֿון דימענט
אַ קװעלכעלע ציט זיך בלחש אין מיטן.
די נאַכט איז מיט אָפּגלאַנץ פֿון קװעלכל באַסימנט.
דאָס פּרוּװט אין דער בלאָטע זײַן צורח פֿאַרהיטן,
כּדי ניט אַרײַנפֿאַלן סתּם אין װילוע...
נאָר שװער 1 ס'איז די זומפּיקע נאַכט אַ מניעה.

אין ▮שטורעם־קאַנאַל▮ פֿון אַ מעטער מיט זעכציק
שפּאַציךט אונדזער דבֿורל כּמעט ניט געבױגן.
עס װאַנדערט אַ װינטל פֿאַרזשאַװערט און קרעכציק
און באַלד ־— אין אַ צװײטער מאַלינע פֿאַרפֿלױגן.
און אָט פֿלײצט אַרײַן פֿון אַ זײַטנרער לעבלעך
דער שטראָם פֿון אַ װאַנע מיט ךיח פֿון זײפֿן.
און דבֿורל זי שװעבט איבער ברונעמלעך, טרעפּלעך,
און װײס אַקוךאַט װוּ זי איז, װעלכע הײפֿן
ס'געפֿינען זיך אױבן, גלײַך דאָרטן געגאַנגען,
און האָרכט װי די שטילקײט נעמט אױסקנײַפּן קלאַנגען.
צו ערשט קומען שטיקעלעך גלאָז און באַרירן
זיך אײנס אָנעם אַנדערן. בלעכלעך און טשװעקעס
פֿאַרשטאַרקן דאָס פּלױשעכץ אין װאַסערם געהירן.
פֿאַרקלעזמערטע שאָטנס באַװױנען די שטרעקעס.
און װי אױף קלאַװישן עס טראָגט זיך דאָס מײדל,
פֿאַרגעסן װוּהין און צו װעםען זי װאַנדלט.
פֿאַרבאָרגענע טענעך, געשליפֿן און אײדל,
זײ האָבן די ךער אין אַ גאָרטן פֿאַרװאַנדלט.
צאַף־צאַף, צאַף־אַצאַף, עס באַטרעלן, דערפֿרײען
אין גאָרטן, לבֿנהדיק־צאַרט, סאָלאָװײען.
                       


65.
זי צײלט אירע טריט, ניט צו װערן פֿאַרלױךן,
און פּליושקעט מיט זײ אין די װאַסערן באָךװעם.
פֿון גאָרנישט עס װערט אַ סימפֿאָניע געבױרן.
צי האָבן די טענער פֿאַרצױבערט זי נאָך־װאָס ן
און דבֿורל דערמאָנט זיך: אַ ציםער, אַ פּיאַנע;
דער שאָטן פֿון פֿענצטער שלאָגט אָפּ אױף קלאַוּױשן;
די פֿינגער װאָס זענען אַלײן זיך מקנא
און פֿאַנגען די קלאַנגען אַרום און צעװישן.
עס װעךן די חושים געשליפֿן, גערײניקט
און דבֿוּרל — צוריק מיט איר פּיאַנע פֿאַראײניקט.

צאַף־צאַף, צאַף־אַצאַף. די מעלאָדישקײט ——. העכער.
אַנשטאָט סאָלאָװײען ־—. גאָר מײַן אין די טשאַטעס
צעשטורעמטע יאָגן פֿון זײַטיקע לעכער
און שפּרינגען זיך װױלעריש אונטער די גראַטעס.
נאָר דבֿורלען באַהערשן אַלץ מער די צאַפֿצאַפֿן.
די פֿײגלמײַז מאָנען, פֿאַרשיכּורן, קלאַנגלען.
װיל דבֿורל אַ װערק פֿון די טענער באַשאַפֿן 1
זי פֿילט ניט די שטראָמען װאָס רינגלען זי, ראַנגלען.
פֿאַרצײכנט זי גיך אין דער פֿינצטער די נאָטן,
זײ זאָלן חלילה קײן קלאַנג ניט פֿאַרראָטן.

פֿון װאַנען זאָל פֿילן דאָס מײדל, אַז אױבן
איצט סבולט אַ רעגן און ךיזלט דאָ האַסטיק ז
זי שרײַבט, קאָמפּאָנירט מיט אַ פֿרײדיקן גלױבן,
באַהערשט פֿון דער זעלטענער פֿײַנער פֿאַנטאַסטיק.
שױן גרײכט ביז די קני דאָס צעקאָכטע געװעסער
מיט פֿלײציקע פֿידלען, װאָס שפּילן אָן קײנעם.
עס טרילערן פֿלײטן, עס בױערן בעסער:
באַזונדער ־— אין אײנעם, באַזונדער ־— אין אײנעם.
עס פּלאַצט אַ געװײן 1 און עס ברױזן אַקאָרדן,
װי אײנער װאָלט װעלן — דעם צװײטן דערמאַרדן.
                     


66.
די נאָטן ־—־ אין מױל, אינעם שטראָם בין די לענדן,
זי שװימט עלעהײ צװישן שטײנער אַ שיפֿל.
פֿאַרשוּװּנדן דער גאָרטן, די אָנהײבן, ענדן.
דאָם מײדל געדענקט ניט די גאַסן און װיפֿל
אַריבער. זי פֿעסטיקט זיך אײַן אין די רונדן,
דער שטראָם זאָל ניט מיטשלעפּן זי אין װילוע,
און נישטערט איר הײם... נאָר די הײם איז פֿאַרשװּונדן
אַזױ װי אין פֿרילינג אַ זוניקע קרוע.
ןי שװימט אַזױ לאַנג ביז דאָם װאַסער נעמט פֿאַלן
און בלײַבט ערגעץ ליגן אין זאַמד פֿון קאַנאַלן.
                        
























67.
 גאָכן מבול

געדולדיקער לײענער, זוך ניט אַרומעט
דעם דיכטערס פּערזאָן אין דער װילדער פּאָעמע.
אַחוץ אים װעט אױך דאָ גענוג זײַן דער אומעט
און לײַדן דערפֿון װעט ניט לײַדן די טעמע.
נאָר אױב דו װילסט דװקא דערשנאַפּן דעם דיכטער,
דערגײן זײַן באַצװנג צו זיך און צו יענעם —־.
גראָב טיפֿער זיך אײַן אין די שאָטנס און ליכטער
פֿון זײַנע חבֿרים, דאָרט װעסטו דערזען אים
נאָך בעסער װי איך. און אַצינד װעל איך פֿיךן
דיך װײַטער אין אונדזער געחײמשטאָט שפּאַצירן:

װען דבֿורל האָט פֿול מיט התלחבֿות געשאַפֿן
די מױזן־סימפֿאָניע אין קלאַנגיקן פֿינצטער,
און גאָרניט געפֿילט װי עס קומט אין געלאַפֿן
דאָס װאַסער, ־— איז אױך ניט געװעזן קײן מינדסטער
פֿאָרױספֿיל בײַ אונדז. ס'האָט פֿאַרנומען זיו איטלעך
װי המיד: בײַם פֿאַך, בײַ פֿאַרגרײטן דאָס עסן,
און װער בײַ אַ שמועס געשמאַק און געמיטלעך,
אַזױ װי מע װּאָלט די סכּנה פֿאַרגעסן.
נאָר וּוען ס'האָט דער בלינדער, װאָס שטײט אױף זײַן פּאָסטן,
געגעבן אַ צי פֿאַרן דראָט דעם פֿאַרראָסטן —־
.—אַלאַרעם 1 ־—האָט ס'װאַסער מיט ךױש און האַרמידער
געיאָגט װי פֿון דאַמבעם געפּלאַצטע, פֿאַרשװאָנקען
דעם חלל. און מיר האָבן אַלע זיך װידער
געלאָזן אין שטראָמיקן קיניגרײַך בלאָנקען
און זוכן אַ מיקלט אַ צװײטן, כּדי צו
ניט װערן פֿאַרטרונקען אין װױנונג. ס'חאָט פֿאָליע
געטראָגן דעם בלינדן בײַ זיך אױף דער פּלײצע
און אסהר —־ די ציג, װאָס איז פֿול מעלאַנכאָליע,
און ליפּמאַן ־—. די טראָגיקע פֿרױ, און רב נתן ——.
דעם אָפּשײַן פֿון ספֿירות אין זעונג פֿאַרשלאָםן.
                       


468
ערשט דעמאָלט, װען זון איז אַרײַן אין די סאַליעס
רורך דעכעלעך־גראַטעס און שטראַליק צעברעקלט
איר גאַנצקײט אין רינגען באַרװקטע כװאַליעס, —־
האָט אונדזער טאַבאָר זיך אַ װײַלע פֿאַרחעקלט
אױף עפּעס אַ װיספּע, װי אױפֿן אַררט
די היבה. געטריקנט אין לעבלעכע שטראַלן
די אײַזקאַלטע בגדים. נאָר ס'האַרץ חאָט געטאָרעט
פֿון װעגן דער דבֿורל, װאָס איז אונדז פֿאַרפֿאַלן.
דערװײַל האָט ךב נתן גענומען אױך גרימען:
פֿאַרלױרן די תּורה אין מיטן דעם שװימען.

עס האָבן צװײ מענער זיך דענצמאָל געפֿעדערט,
אַװעק צו געפֿינען פֿאַרבלאָנדזשעטע װעלטן.
ניטאָ מער קײן מבול אין כוּואַליעס גערעדערט.
אַ שטראָם טוט פֿאַרשפּרינגען די װעגן שוּין זעלטן.
דער נאַקעטער פּרוש קען אַלץ ניט באַנעמען
װער האָט אים געגזלט די הורח —־ זײַן קלײדונג ן
און פֿאָליעס געװיסן.— אין פּײַנלעכע קלעמען:
—— ניט שױן זשע מיט דבֿורלען די לעצטע צעשײדונגן
נאָר אָט װאָס מיר זענען דערגאַנגען דאָ שפּעטער:
נאָך לאַנגן פֿאַרװאָגל, געבלאָנדזש און געקלעטער,

דערזען האָט דער פּרוש בײַם טײַך אַ דערפֿרײטער
זײַן הורח, פֿאַרכאַפּט אין שטאַכעטן, צעריסן,
מיט אותיות צעגריזשעט פֿון מײַז. און דער צוּױיטער
מיט בליציקער בײַטש פֿון דער ליבשאַפֿט געשמיסן ——
האָט דבֿורלען דערשמעקט ערגעץ העט אױף אַנטאָקאָל
מיט קאַלטע פֿאַרגליװערטע אָרעמס װי שטײנער.
און האָט ער געטאָן פֿאַרן קאָפּ זי אַ שאָקל —
באַװײַזט זיך אַ בלעטל פּאַפּיר אין די צײנער.
נאָך גוט װאָס אַ ליפּמאַן איז דאָ, זאָל באַװוסט זײַן:
ער האָט עס די קלײנע געבראַכט צום באַװּוסטזײַן.
                      


69.
ציאַגקאַלי

אין פּאַלאַץ װוּ נאַפּאָלעאָן איז געזעסן
דאָרט הערשעװעט גרױזיק די האַק פֿון געסטאַפּאָ.
אַ האַקנקרײץ פֿלאַטערט: דער הערב פֿון מעת־לעחן,
און ס'דריקט דער פּאַלײ װי אַ חיושע לאַפּע.
עס יוכצעט פֿון דאָרטן אַ שלאַנגיש געלעכטער
פֿון הױכוּװילגעבוּירענע הערן און דאַמען,
און ס'צײלט אױף זײַן רעכן־מאַשינקע דער שעכטער
די װאַרעמע, קעפּיקע צאָלן צוזאַמען.
אין פּאַלאַץ איז פֿרײלעך. עס הוליען לזכר
פֿון װילנע אָן יודן —־־ די שװאַרצע דערגרײכער.

נאָר א ו נ ט ע ר ן פּאַלאַץ — דערצײלט אונדז דער בלינדעך
װי ער איז געשלאָגן געװאָרן מיט בלינדקײט.
)מיר האָבן אַ פֿונק־נײַע דירח אַצינדער
אַלײן זיך געבױט אין אַ מאָדנער געשװינדקײט,
צעװישן דעם פּאַלאַץ און קרײצונג פֿון רערן,
װוּ ס'איז אַזױ קונציק אַ טירל פֿאַרבאָרגן.
דערװײַל איז דאָ פֿינצטער. נאָר פֿאָליע קען שװערן,
אַז ער װעט אין קעלער עלעקטרע באַזאָרגן.
אַ דראַט פּרװוט ער צוען אַהער צו פֿון קאַבל
און ליכטיק זאָל זײַן אונטער נעסט פֿון מחבל 1(
דער בלינדער דערצײלט: בעת אַ שחיטח אין געטאָ
האָט ער זיך בײַ נאַכט אין אַ קעלער פֿאַרמױערט
מיט װײַב און מיט קינד. נאָר די פֿײַנד —־ ניט געזעטע,
זײ האָבן געריסן די װענט און געבױערט
דעם גרונטפֿעסט. מע הערט דעם גאַלאָפּ פֿון די לױפֿעך.
מע זעט דורך אַ שפּעלטל צעהוזשעטע פֿלאַמען.
־—־ זײ װעלן פֿאַרברענען 1 די מוּרא אָן אױפֿהער.
באַשליסט מען: שױן בעסער אַלײן זיך פֿאַרסמען.
אַזױ װי ער טראָגט אין אַ קנאָפּ ציאַנקאַלי,
איז װעט ער פֿאַרטײלן חלקים פֿאַר אַלע.
                      


70.
עס דרינגען אַלץ נענטער די טריט פֿון פֿאַרצוקער.
עס קריכט װי אַ שלאַנג דאָס פֿאַרשאָלטענע לשוּן.
זײַן טעכטערל רײזעלע האָט װי אַ צוקער
גענומען דעם סם, זיך די ערשטע געלאָשן.
בײַם װײַב האָט די גסיסה געדױערט שױן לענגער,
נאָר אױך אױס געװױנשאַפֿט האָט זי אינעם שטאַרבן
דאָס קרעכצן דערשטיקט. אין באַהעלטעניש ענגער ——
געבליבן בלױז ע ר מיטן אײגענעם שאַרבן.
נאָר דעמאָלט... אָ, װוּנדיקער, בײזער זכּרון 1
זײַן טײל ציאַנקאַלי ——־ ניטאָ, ניט געװאָרן.

צי האָט ער זיך ערגע'ן אומישנע פֿאַרקײַקלט,
צי ס'וּוּײַב האָט בטעות פֿאַרשלונגען אין גאַנצן ײַ
װער קען עס באַנעמען 1 דער מוּה צעפּײַקלט.
זאָל קומען דער שׂונא מיט פֿײַער פֿאַרגלאַנצן 1
עס ליגן צו פֿיס די פֿאַרגליװערטע גופֿן
און ער, זײער אָפּסמער, לעבט 1 זאָל שױן גיכער
צעשפּרינגען דער קעלער 1 נאָר ס'העלפֿט ניט זײַן רופֿן.
עס האָט זיך אַריבערגעטראָגן דער װיכער
און ־— ־—. ——־. שטיל. עס איז קענטיק אַ זכיח די שלאַכטונג.
אוּן ער איז געבליבן. דעם טױטס אַ פֿאַרטראַכטוגג.

און ער איז געבליבן. נאָר ס'האָבן די אױגן
זיך אָפּגעזאָגט אָנצוזען פּנימער, אױסער
די צװײען פֿאַרסמטע. די זון איז פֿאַרפֿלױגן.
געבליבן אַ שאָטן אַ פֿלוכיקער, גרױסער.
נאָר אײדער עס האָט נאָך דער בלינדער געענדיקט —
ערשט פּלוצעם אַ פֿלאַם, װי די זון װאָלט געפֿאַלן,
האָט שטראַליקערהײט די מסיבה פֿאַרבלענדיקט.
עס האָבן אַ רגע די שפּרודליקע שטראַלן
נאָך מערער פֿאַרטונקלט די נאַכטיקײט. אָבער
ס'האָט גלײַך זיך צעשימערט אין גאָלד און צינאָבעך.
                       


71.
און קײנער פֿאַרשטײט ניט... אין שךעק דורכגעאַקערט
די אַפּלען, װי שקיעה־באַפֿאַלענע שױבן.
די שרעק האָט אַלײן זיך געצונדן און פֿלאַקערט.
נאָר פֿאָליע צעלאַכט זיך. דאָס האָט ער פֿון אױבן
געצױגן עלעקטרישן שטראָם פֿאַר דער װױנונג.
פֿאַרשעמט װערן בליקן. פֿאַרגאַפֿטע מע זעט זיך.
עס צאַפּלט אַ העמד אין געלאַטעטער שטױנונג,
און דבֿוּרל זוכט פֿאָליען, דאָס קלײדל פֿאַרגלעט זיך.
בלױז אײנער האַלט װײַטער אין רײדן ־— דער בלינדער.
ס'דערװעגט זיך ניט קײנער אים שטערן אַצינדער.
                      
























471
דעך פֿרוש אױפֿן שולהױף

פֿון דאַנען, פֿון יךושלים של מטה —
עס האָט זיך רב נתן אַ נאַכט פֿאַר יום־כּיפּוך
אַרױסגעגליטשט דורך אַ געעפֿנטער גראַטע
און אײנער אַלײן, אין געקריך און געחיפּער,
אַװעק אױפֿן שולהױף צו זאָגן די סליחות
װי פֿאַר דער מלחמה. דעךזען האָט ער דעמאָלט
צעגרובט און צעבערגלט זײַן געטלעכן יוחוס, —
אַ חלום פֿאַרװּאַנדלט אין לײם, װוּ עס פֿלעמלט
דער נאַכטיקער טױ, און דער בײניקער זקן ־־
געזאַלבט האָט אין דעם זײַנע אַשיקע לאָקן.

דער שולהױף —־. אַ האַרץ װוּ עס זשאַװערט אַ מעסעך —־.
האָט קױם נאָך געצאַפּלט באַהאַנגען מיט שטערן.
פֿאַרחאַקט איז די שטילקײט אױף זילבערנע שלעסער,
מע קען דאָ אַפֿילו איר שװײַגן ניט חערן.
.— װוּ זענען די ייִדן, די דאַװנער, די לערנער,
דער ניגון אַרום די געבײַען פֿאַרפֿלאָכטן ז
ער טאַפּט זיך אַלײן מיט די פֿינגער פֿון דערנער,
צי מ'חאָט אים צוזאַמען מיט זײ ניט געשאָכטן.
אַנטקעגן ליגט אױך אין אַ מיטה פֿון ציגל
רזיאל המלאך, אַ טױטער, אָן פֿליגל.
ס'דערלאַנגט אים דער װײטיק אַ שלעפּ װי אַ קאָרשון
און טראָגט פֿאַרן האַלדז, איבער הױקערס אין שימל.
ער שװעבט אױפֿן שולהױף די שטומקײט צו פֿאָרשן:
— װוּ זענען די יודן, ־— אָ, פֿאָטער אין הימל ן
אַ נס, װײַז אַ נס אינעם טאָג פֿון משפּטים,
עס זאָלן דיר כאָטשבי די טױטע געטרױען 1
און שװעביקערחײט, מיט צעשײַטערטן אָטעם,
ער פֿליגלט אַרײַן אין דער קלױז פֿונעם גאָון.
בלױז װענט. אױך דער באַלקן צעפֿליקט און צעבױגן.
ער קוקט דורך די לעכער. צי גלײבן די אױגןן
                       


3ז.
די שטערן דאָם זענען קײן שטערן ניט, זע נאָר:
דאָס זענען די יודן 1 קוק נענטער אַ ביסל:
מיט דעם אױף אײן באַנק ביסט געשלאָפֿן, און יענער —־.
טראָגט עמערס אין הימל אױף זײַן קאָראָמיסל.
אָט זענען די האָלצהעקער, שנײַדער און שםידן, —־
און אָט אַ מקובל בײַם חלבֿנעם שטענדער.
די שטערן דאָם זענען פֿון שולהױף די יודן,
זײ טוען װּאָס פֿרוער, אָן מינדסטן געענדער:
מע בלעטערט די ש▮סן, מע האַנדלט, מע אַרבעט,
דער רבי זאָגט תּהילים, דעם אײביקן חאַר בעט.

און װי נאָר עס פֿלוען די הענט צו דער מראח.—־
פֿאַרטונקלען די שטערן —־ די שכנים, די ברידער.
דאָס חאַלט זיך אין רײצן אַ קונדס אַ כמאַרע
און לאָזט אים אין שולהױף אַן אײנציקן װידער.
— וּױלסט ברענגען מיך צו אַ נסיון ז דײַן שליטה
צעשמעלץ איך װי בלײַ מיטן פֿלאַם פֿון מײַן גלױבן 1 —
טוט זשיפּען דער פּרוש מיט אַפּלען צעגליטע
צום שׂטן, ־— דו װעסט מיר די זעונג ניט רױבן.
און מעגסטו מיט פֿעלדזן פֿאַרשטעלן די עדח —
זי לעבט, װי מיר לעבן דערװײַלע נאָך בײדע.
פֿון בערגל צו בערגל פֿאַרהױלן ער ציט זיך
װי איבער אַן אָפּגרונט אַ שפּין אױף אַ פֿאָדעם.
די שטערן זײ טראָגט ער אין האַרצן שױן מיט־זיך,
זײ לײַכטן אַזש אונטער די פּאַרמעטנע בגדים.
עס װיגט אין דער לופֿט זיך די בלאָע גאַלעךיע
מיט ניט קײן פֿאַרגאַנגענע פֿידל און צימבל.
זי שפּילט פֿאַרן פּרוש אַצינד איר מיסטעריע
אױף חרובֿער יודישער גאַם, װי אַ סימבאָל.
נאָר אונטן ־— די קלױזן, די שטיבלעך זײ ליגן
װי קלאַנגען צעהאַקטע פֿון יענעם־אָ ניגון.
                     


.47
־— צי ביסטו געפֿאַלן באמת, קלױז־ישן ן
                                  ז
אַ שױב־מגן־דודל איז דײַן מצבֿה.
היכלים איר מײַנע, װער האָט אײַך פֿאַרלאָשן
מיט פּשוטן דאַװנער, מיט כּהן און לױ ז
פֿון הוּנדערט ־—. געבליבן די שטאָטשול. ער נידערט
אַראָפּ אין דער טיף. איז צופֿרידן װאָס גאַנץ איז
אַ מירמלנע זײַל אין דער פּוסטקײט פֿאַרגלידערט ▮־.
די האַנט פֿון באַשעפֿער האַלט אונטער דעם המצית.
פֿאַרװאַרפֿט אַרום זײַל זײַנע אָרעמס װי רײפֿן
און האָרכט צוּ דעם גרילן־געזעג פֿון די שלײפֿן.

אַזױ אַרום זײַל טוט ער הפֿילה. עס לײַכטן
די שטערן שױן װידער דוּרך שמאָלן געגיטער.
און גלײַך וּױ אַן אָ מ ן, פֿון באַלקן דעם פֿײַכטן
אױף דר'ערד פֿאַלט אַ טראָפּן, אַ צוּױיטער, אַ דריטער.
און ענדיקט ער —־ טונקלט אַרײַן דורך די שפּאַלטן
אַ ליכט פֿון אַנטלאָפֿענעם דור. איז דערזעט ער
צעװאַלגערטע ספֿרים, —־. און טוט זײ באַהאַלטן
אין טאָרבע, זײ װעלן אים נוצן אױף שפּעטער,
געפֿינט אױך טליתים, צעפֿלױגענע שמות,
און אַלץ אין דער טאָרבע, צו ברענגען אַהײם עס.
אין פּאָליש פֿון שטאָטשול, װוּ ס'חענגט נאָך אַ קונע,
אַ גרײטע, די זינדיקע װעלט צו פֿאַרשמידן, ־—.
דערהערט ער אַ שאָרך. און פֿאַרדעכטיק־משונה
עס בלינצלען די װּײַסלען בײַם שטראַליקן יודן.
נאָר באַלד גיבן הײמישע װערטער אַ צאַפּל:
־—. גוט מאָרגן, רב יוד, אַ גוט מאָרגן אײַך, שכן 1
איז אפֿשר אײַך שװער, װעל איך העלפֿן אַ קאַפּל
דערטראָגן די טאָרבע מיט יודישע יאָכן ן
רב נתן באַשמעקט מיט די נאָזלעך דעם דברן.—
ס'איז פֿאָליע.—. און פֿרעגט מיט אַ קול מיט אַ שלאַברען:
                      


75.
־—. דערצײל, חאָבן אַלץ דאָ געזען דײַנע בליקןן
און פֿאָליע: —־. איך האָב אין די חרובֿע הײמען
געזוכט דורו די נאַכטיקע שעהען אַ תּיקון
און ענדלעך געפֿונען פֿון אונטער די לײמען.
־— װאָם האָסטו געפֿונען ן און אָט איז דער ענטפֿער:
אַ באָמבע, װאָס האָט ניט באַװיזן צו פּלאַצן.
איך דאַךף זי װי לעבן אין אונדזערע װענט פֿיר,
אין אונדזערע װאַסער־געבױטע פּאַלאַצן.
אַון װען מ'האָט צוריק אין געחײמשטאָט גענידערט —־.
האָט ספֿר מיט באָמבע געהײם זיך פֿאַרברידערט.
                     
























476
װי גליִיִקער הײשעריק

פֿאַרנומען םמאָלענסק 1 די געפּאַנצעךטע ךוסן
פֿאַריאָגן דעם שׂונא צוריק און צוריקער.
דאָס ברענגט אונדז מאַטײקע אַזעטיקע גרוסן,
צוזאַמען מיט ברױט אין צעשניטענע שטיקער,
און װאַרפֿט עס אַרײַן דורך אַ גראַטע פֿון אױבן —־
און אסתּר צי פֿאָליע כאַפּט־אױף אין דער נידער.
חוץ עסנװּאַרג ברענגט אונדז מאַטײקע אױך גלױבן,
אַז מיר'ן דערהערן גאָר אַנדערע לידעך.
נאָך יעדער זײַן קומען דערפֿילט מען זיך פֿרײַער:
דער שׂונא אין װאַסער דער שׂונא אין פֿײַער.

אַריבער שױן עטלעכע װאָכן —— ער קומט ניט.
אַהינגײן ־—. אױף איטלעכן שפּאַן אַ זשאַנדאַרעם.
אוּן גראָד אױף להכעיס דער הונגער פֿאַרשטומט ניט.
װי גליִיִקער הײשעריק, אָן אַ דערבאַרעם,
פֿאַרשפּרײט איבער זאַנגען ——. באַפֿאַלט ער די בײנער
און גראָבט זיך אַרײַן מיט געפֿליק און געגריזשע.
פֿאַרטרײַבן, ־—־ דאָס איז ניט בכּוח אים קײנער.
פֿאַרטײדיקן ס'לײַב —־ װי פֿאַךטײדיקט טען, װי זשע ן
מע קליגלט זיך לאַנג. נאָך עס קען די אַסיפֿה
ניט לעשן דעם חונגער מיט מײנונגען טיפֿע.

אַ צולאָג איז אױך װאָס דער פּרוש און אסתּך,
פֿאַרעקשנטע, עסן נאָך אַלץ ניט קײן טרפֿות.
דאָ העלפֿט קײן געבאָט ניט, קײן שפּאָט, קײן געלעסטער.
זײ צאַפּלען װי סטרונעס געפּלאַצטע אױף האַרפֿעס.
נאָר אױסער זײ בײדן איז אױכעט צעטוטלט
אַראָנע, װאָס היט, אױב פֿאַראַנען, די שפּײַזן.
װען ס'חאָבן די זשאַװערס פֿון הונגער, אַנוטלט,
צעפֿרעסן די פּניטער, גראָע װי אײַזן, ——.
האָט יענער נאָך ערגעץ געפֿונען אַ לעצטע
פֿאַרװאַלגערטע ציבעלע, היפּש אַ צענעצטע.
                      


ז47
מ'איז אָבער געבליבן נשתּומם בשעת ער
האָט יעדערן אײַנגעטײלט פּינקטלעך דעם חלק
און זיך —־ ניט געלאָזן. ־—־ פֿאַר דירן ־—. האָט אַ בלאַסער
אים ליפּמאַן געפֿרעגט, װילסט ניט אַנדערש נאָר בײליק ן
אַראָנע האָט אָבער געפּלאַפּלט: עס קאָן אים
חלילה דער ציבעלע־ריח פֿאַרךאָטן,
אַז ער איז אַ יוד, מיט סעמיטישן פּנים,
װען אױםקומען װּעט צו אַנטלױפֿן װי קראָטן
בשעת אַן אָבלאַװע. ס'איז ניט אַזױ נאַריש:
דער ציבעלע־ךיח איז עפּעס ניט אַריש.

געזען אַז מע הונגערט און ניט אױף צו פֿלײַסן,
איז ליפּמאַן דערגאַנגען צו פּלענער אַזױנע:
דוךך אײנער אַ רער חאַלט כּסדר אין שמײַסן
דאָס װאַרעמע בלוט פֿון דער שטאָטישער בױנע, —־.
און בלוט איז דאָך לעבן 1 ער האָט אין אַן עמעך
עס אָנגעשעפּט, אױפֿגעקאָכט און אױף דאָס נײַ עם
געקאָכט און גערײניקט, באַגלײט מיט אַ זמר,
ביז אָפּגעכאַפּט האָט זיך פּאַמעלעך דאָס חיוח.
פֿאַרשמאַכט חאָט עס קרײנע געטרונקען די ערשטע,
דערנאָך —. די אַרומיקע הונגער־באַהערשטע.

אױך יענער װאָס פֿירט דאָ אַ פּינקס, כ'מײן גדליה,
האָט צוגעטראַכט עפּעס. באַמערקט האָט דער לערער,
אַז מײַז װען זײ שװימען אַנטקעגן אַ כוּואַליע
און פֿאַנגען דאָס פֿרעסעכץ פֿון װאַסער אַלץ מערער, ——
פֿאַרטךאָגן עס נאָכדעם אין טרוקענעם װינקל
צו זיך אין קאַנוּרע. ניט מער, װען זײ היפּן
פֿאַךלירן זײ אָפֿט מאָל אַ ברעקל, אַ שפּרינקל,
װאָס זענען באַטעמט פֿאַר די מענטשלעכע ליפּן.
די שפּײַז פֿלעגט מען שלינגען באַשלאָגן מיט שװײסן.
דער אָמױזנװעג▮ האָט די אַכילה געהײסן.
                     


8ץ.
דער מאָרד

געװען איז ער, גדליה, אין מיטעלע יאָרן ־—.
אַ גראָער בוטשאַן מיט פֿאַרסמאַליעטע פֿליגל.
נאָר װײַל אין די שחיטות חאָט ער ניט פֿאַרלאָרן
קײן מאַמען, קײן שװעסטער, קײן קינד פֿון אַ װיגל,
װײַל זינט ער געדענקט זיך געדענקט ער ניט קײנעם,
בלױז בײדעמער־שפּינען און ביכער אױף ביכער ——.
דעריבער האָט ער בײַ די אָבֿלע שכנים
געגאָלטן פֿאַר דעם װאָס איז האָנערדיק־זיכער.
מע האָט ניט פֿאַרגוּנען, געקרימט זיך אין צאָרן
װאָס ער האָט קײן אײנציקן פֿרײַנט ניט פֿאַרלאָרן.
נאָר זינט מ'איז דערגאַנגען: ער איז דער בעל־כראָניק,
און איטלעכנס טראָט װערט דוךך גדליהן געװױגן ——.
האָט עולם זײַן גאַל שױן פֿאַרביטן אױף האָניק,
פֿון דעמאָלט —־ צום לערער זיך אַנדערש באַצױגן.
װײַל טאָמער פֿאַראײביקט ער שלעכטסקײט ז און טאָמעך
ןועט שפּעטער די מענטשהײט אַ מיש טאָן די בלעטלעך
און װער ס'זאָל אַן עדות זײַן איז שױן ניטאָ מער,
וּועט, הײסט עס, פֿאַרריכטן די מײנונג זײַן שפּעטלעך ן
דערום איז מען העפֿלעך געוּואָרן צו גדליהן,
ער זאָל אינעם פּינקס ניט שפּילן קײן תלין.

װען ס'ברענט אין די בײנער דער הונגער װי קױלן —־.
װי קען מען זיך װײַטער מיט ▮מױזנװעג▮ נערן ן
איז גדליהס המצאח ־— דאָס ציגעלע קױלען.
און אַז די קאַנאַל־מענטשן װילן ניט חערן —־.
האָט גדליה אַ בײזער געהױבן די פֿױסטן.
עס האָט אים דער אָפּזאָג משונה באַלײדיקט:
—־ שױן צײַט פֿון רחמנות־געפֿילן זיך אױסטאָן 1
ס'האָט אײנער בלױז, ליפּמאַן, דעם לעךער פֿאַרטײדיקט,
גערעדט צו די אַכט מיט אַ ביטערן שמײכל:
־—. געשװאָלענע געטער, װוּ איז אײַער שׂכל ז
                      


479
דער עיקר האָט אסתּר אַ װעלט אײַנגעךיסן
מע זאָל ניט. אױך קרײנע האָט היפּשלעך געליאַרעמט:
־— ניט נעמען דאָס ציגעלע אױפֿן געװיסן 1
מע האָט זיך אױף גדליהס גערײד ניט דערבאַרעמט.
אױך ערבֿ יום־כּיפּור פֿאַלט דורך זײַן אידעע,
מע זאָל מיטן פֿלײש פֿון דער ציג זיך פֿאַרפֿאַסטן.
ס'האָט ליפּמאַן אַפֿילו געביטן די דעה,
פֿון װעגן זײַן קרײנען װי קען עס אים פּאַסטן ן
געזען אַז דער עולם איז קעגן, האָט גדליח
באַשלאָסן דערפֿירן צום זיג זײַן באַטאַליע.

־—־ גוט יום־טובֿ אײַך, מתים, לשנח הבאח
בירושלים של מעלה אין פֿרידן 1
אַזױ האָט באַגריסט צו כּל־נדרי אָט דאָ־אָ
דער לערער די נײַ אָנגעקומענע יודן.
דאָס זענען געװעזן די זעלביקע פּליטים —־־
עס טאַנצן זײ אױכעט די מײַז אױפֿן קישן.
איצט בלאָנקעט אַ יוד נאָך אַ יוד און ס'באַגלײט אים
דער יום־טובֿ־גערוך פֿון אַמאָליקע טישן.
מיט ליכט אין די בוזעמער װאַנדערט מען, ציט מען,
צו אוּנדז אױף כּל־נדרי, אין גלײביקע ריטמען.
אין מיטן דער תּפֿילה, װען ס'טובֿלט זיך פֿײַער
אין שטעכיקע טרערן װי גלאָזיקעך שפּליטער ־—
געשען איז דאָס אומגליק, אַ מאָרד אומגעהײַער:
אַ רױטע געשטאַלט אין צעבליצטן געװיטער
אַ שפּרונג האָט געטאָן מיט אַ אָמע▮ אומגעריכטן
צעװישן די בלײכע פֿאַרקיטלטע דאַװנער.
מיט פּוךפּור באַפֿלעקט דעם פּרוכת, די ליכטן,
און וּואָס אין דער מעשׂה געװען איז טשיקאַװנער, ——
עס האָבן די יונגע און אַלטע מאַראַנען
קײן האָר ניט פֿאַרשטאַנען. די װאָר ניט פֿאַרשטאַנען.
                     


0..
אַ סבֿרה, דער פּרוש האָט ניט אױף געלעכטער
געמײנט ס'איז דער גואל, האָט אָבער אַנשטאָט אים
דערזען װי אַ ציג, ניט דערקױלעט פֿון שעכטער,
בלײַבט ליגן בײַם עמוד און כאָרכלט אָן אָטעם.
און גדליה, ער גליװערט מיט בליציקן מעסער
בײַם שמאָלן אַרײַנגאַנג ——. אַ זײַל פֿון אַ טעמפּל.
ס'האָט ערגעץ אַ ציטער געגעבן דער כּתר —— ——
אַ כמאַריקײט האָט זיך פֿאַרקליבן אין לעמפּל.
דאָס ציגעלע גוססט אין בלוט, און צוקאָפּנס
אַ יאָרצײַטליכט קאַפּעט אַרונטער די טראָפּנס.

און אײדער װאָס־װען מיט אַ שפּרונג אַ געשװּינדן ——
איז גדליה בײַ דבֿורלען אַנטקעגן נר־המיד
און קנוענדיק בעט ער: פֿאַרגיב מײַנע זינדן 1
פֿאַר דײַנטװעגן האָב איך געקױלעט, װײַל המיד
מיך פּײַניקט דײַן בלײכקײט, דײַן שײנקײט. זײַ מוחל,
געװעלט דיר פֿאַרלינדערן, שטילן דעם חונגער.
פֿאַרגיב מײַן רציחח, דעם פּײַנלעכן שטרױכל.
און האָט זיך צעװײנט װי אַ בחור אַ יונגער.
דאָס פֿאָלק איז פֿאַרגליװערט געװאָרן, געשװיגן,
ביז וּוּאַנען מ'האָט װײַטער געצױגן דעם ניגון.
                     












81.
באַפֿליגלטער פּולװער

בײַ טאָג, װען עס חלומט געװײנטלעך דער עולם
ביז בײן אױסגעהונגערט אין צײַטס קאַטאַקאָמבע,
איז פֿאָליע פֿאַרנומען מיט שאַפֿן אַ גולם
נאָר ניט פֿון קײן לײם, —— פֿון געפֿונענער באָמבע.
פֿון אונטער די גרינע פֿאַרשימלטע קלײדער
אין טאָרבעלע, —־־ האַלט ער אין מעסטן, אין שיטן,
פֿון דאָרטן דעם שטאָל־גראָען פּולװעך כּסדר,
כּדי פֿון דער עסיקער נעץ אים פֿאַרחיטן.
ער פּיצלט פֿונאַנדער די באָמבע געװאָרנט
און ס'איז װי דעך פּולװער זײַן פּנים פֿאַרצאָךנט.

דער קאָרפּוס ־— פֿאַראַן. אַ טשוגונענע רינע,
די גרײם װי אַ פֿױסט. ער באַרעכנט אַצינדער
צי פּינקטלעך װעט געבן אַ דריק די ספּרוזשינע
דער שטאָלענער שלאָגנאָדל סאַטע אין צינדער.
ניטאָ קײן געצײַג. טיט אַ פּשוטן שטײנדל
צעזעגט ער אױף צװײען אַ שטעקעלע אײַזן ־—.
פֿאַרשפּיצט עס פֿון אונטן, מאַכט אױבן אַ קרײנדל, —־.
פֿון דעם װעט אַן אָנדריקער װערן. און ס'קרײַזן
מחשבֿות װי לעביקע פֿונקען פֿון אַש אױף.
אַזױ נעטט באַשװערן דער יונגער מכשף:

—־ דו פֿילעװדיק אײַזן, געבונדענער חומר,
דעם גאַנג פֿון מײַן װילן איצט מוזסטו פֿאַרנעמען.
דו פּוּלוּוער מיט פֿליגל, פֿאַרטרױ זיך דײַן שומר,
װײַל װעמען דען אַנדערש פֿאַרטרױען זיך, װעמען ז
געבונדענע קראַפֿט, זיך אַלײן אומבאַװוּסטע,
דערהער אין דײַן שטױבן־געװעב מײַן באַשװערונג.
איך בלאָז אין דיר אָטעם און אױפֿלעבן מוזסטו,
זאָלסט אין־זיך דערפֿילן די גלוסט פֿון צעשטערונג.
איך בלאָז אין דיר אָטעם, דו זאָלסט זיך באַװעגן,
דערפֿילן מײַן מענטשלעך געבאָט און ניט פֿרעגן.
                     


81.
איך װאַרעם דיך, אײַזן, װי כ'װאָלט דאָ געהאַלטן
אַ קינד אַ פֿאַרפֿרױרנס אָן אָטעם, אָן צאַפּל,
נאָר גלײב: ס'איז נאָך ערגעץ דאָס לעבן באַהאַלטן.
איך שמעלץ מיט די ליפּן די הענט, דעם שװאַרצאַפּל,
דאָס אָפּגעשטעלט—אײַזיקע בלוט זאָל זיך װעקן.
זײַ װיסן, איך בין דײַן געבױרער, באַצװינגער,
מײַן האָפֿענונג מוז אין דײַן פֿלאַם זיך אַנטפּלעקן.
און זאָלן דערפֿילן אין פֿרײד מײַנע פֿינגער
דײַן אָדערן־קלאַפּ. מיטן כּוח פֿון שׂינאה,
װער לעבעדיק, לעבעדיק, הײליקע מינע 1

אַזױ האָט דער מײַסטער געקנאָטן, געשליפֿן
זײַן גולם. אָן אױפֿהער געשטאַלטיקט, געפֿורעמט,
ביז װאַנען ער חאָט אין די פּולװערשע טיפֿן
אַ קערנדל בליץ פֿון זײַן װילן פֿאַרשטורעמט.
ער פֿילט: מיט זײַן אײגענער הױט װערט באַצױגן
דאָס אײַזן װאָס װיקלט זיך אױס פֿונעם חלום.
ס'דערלאַנגט באַלד אַן עפֿן די פּולװערשע אױגן
און ענטפֿערט מיט שאַרפֿן מעטאַלענעם קול אים:
.— בין גרײט 1 און ער זוכט אינעם חלל די טראַפֿן,
די װערטער פֿון גולם װאָס ער האָט באַשאַפֿן.
                      













83.
דערבאַרעמדיקער שנײ

ױהי ——. אין אַ חודש נאָך יענעם כּל־נדרי
איז גדליה פֿאַרשװוּנדן. די ציג איז מסתּמא
מגולגל געװאָרן אין גרױליקער הידרע
און יאָגט זיך כּסדר נאָך גדליהס נשמה.
ס'דערגײט פֿון קאַנאַל זײַן געלעכטער... דער טומל
נעמט דרײען־פֿאַרדרײען די צײַט װי אַ װיוגע.
דאָס דאָזיקע אומגליק פֿאַרפֿעלט נאָך צום רומל,
מע זאָל אין געהײמשטאָט אױך װערן םשוגע 1
באַשליסט מען צוזאַמען אים כאַפּן און ברענגען.
ער װעט אונדזער פּאַלאַץ קײן סך ניט פֿאַרענגען.

װען עולם חאָט אָבער געלאָזט זיך נאָך גדליחס
פֿאַרמױזטן געלעכטער, געקראָכן פֿיךפֿיםיק
דורך גלימצערדיק האַלב־שױן־פֿאַרפֿרױךענע כװאַליעם,
װאָס נאָדלען זיך אײַן אין די פֿינגער װי פּריםיק,
בכדי אין קאַנאַל דעם געריךטן צו פֿאַנגען ־—.
איז אונטערן הײליקן אָרט אָסטראָבראַמאַ,
אַנטקעגן גאָטס מוטער, דער לערער געחאַנגען
אַ נאַקעטער, וּױ ס'האָט געהאַט אים זײַן מאַמע.
אוּן ס'פּנימל זײַנס מיט די האָר אין געקרױזל ־—־
אַ דאָרפֿישער שנײען־באַשאָטענער יױזל.

און װען מע האָט איבערגעשניטן דאָס שטריקל —־.
איז גדליח געבליבן פֿאַראײַזט און פֿאַךבײגלט
װי פֿרוער, אַזױ װי באַגאָסן מיט ניקל,
נאָר פֿון זײַן העװיח דער טױט האָט געאײגלט.
אַרום־אים —־ װי פֿעדעךן פֿון אַ װאָראָנע
די בלעטער פֿון פּינקס דעם װעג נעמען שפּךײטן
און אױבן אין הימל די צאַרטע מאַדאָנע
טוט גדליהן באַשיטן מיט שנײוקע קװײטן
דורך שפּאַלטן פֿון גראַטע. ־— און מ'האָט אים אָן װערטער
געטראָגן אַהײם, צו זײַן רו דער באַגערטעך.
                     


...
אָ, װער קען פֿאַרגעסן די שטומע לװיה 1
די קופּקעס באַגלײטער מיט ליכט אין די זשמוּטן,
װאָס האָבן פֿון הקדשלעך אַלטע און נײַע
געקראָכן, געצוּיגן צום אָרט צו דעם גוּטן
אױף גלעזער־גאַס נײַן 1 ס'האָט אַהין אַ געהײמטיר
געפֿירט פֿון קאַנאַל אין אַ קעלער. און דאָרטן
אַװוּ ס'איז דער באָדן אַ טרוקן־געלײמטער,
געגרײט איז דער קבֿר װּוּ גדליה װּעט אָרטן.
און יונגע, און אַלטע, און שװאַכע און שטאַרקע —־
מיט פֿינגער מיט קאַלטע מע רידלט די קרקע.

מקבֿר געװען האָט דער פּרוש. בעת־מעשׂה
געקװענקלט זיך שטאַרק: ס'איז אַן אַנדער מין שטאַרבן,
װען עמעצער טוט זיך אַלײן אָן אַ מעשׂה.
נאָר שפּעטער געביטן דעם מישפּט דעם האַרבן:
װען מענטש איז גערירט איז דער צאָרן בהינם.
דערװײַל האָט אַ ידד פֿון אַ נאָט אין פּאַזוכע
אַרױסגעשלעפּט ארץ־ישׂראל־זאַמד גרינעם
און גדליהן באַשיט, ער זאָל האָבן מנוהה.
דערנאָך, װי דער כּבֿוד המת טוט געבאָטן ־—
האָט איטלעכער שאָטן ־—־. געשאָטן, פֿאַרשאָטן.

און װען ס'איז געפֿאַלן דער אַל מלא ךחמים ▮
האָט עמעץ פֿאַרפֿלאַנצט אינעם קבֿר אַ ברעטל,
װאָס גליװערט ביז הײַנט װי אַ כמוריקער װאַכמאַן:
▮פּ. נ. גדליה זאַלקינד. געבױרן אין זשעטל.
געשטאָרבן אין יאָר... װען געװען איז דאָס לעבן
אַן אָפּקום, דער טױט ־—־ אַ גענאָד פֿונעם הימל.
זײַן אָנדענק אין גליקלעכע טעג זאָל זיך װעבן,
און װער עס וּועט קומען —־ זאָל ברענגען אַ בלימל''.
מײַן פֿרײַנד, אױב דו װעסט דאָ פֿאַרװאָגלען אַ פֿרײַער —־־
לאָז איבער אַ בלימל, עס קאָסט דאָך ניט טײַער.
                     


85.
צוריק פֿון לװיה

צוריק פֿון לװיה צעפֿרױרן, צעטומלט,
האָט עולם דערשפּירט עפּעס גאַז... דאָס חאָט קענטיק
אַ גאַזרער געפּלאַצט פֿון די קעלטן אַנומלט 1
און פֿאָליע האָט טאַקע דערטאַפּט אײגנהענטיק
די רער. אױפֿן מױל מיט אַ טוך מיט אַ נאַסער ־—
מיט לײמיקס פֿאַרליאַפּעט די שרעקלעכע שפּאַלטן.
ס'חאָט ליפּמאַן אים שפּעטער געמינטערט מיט װאַסער,
װײַל פֿאָליע ער האָט זיך קױם־קױם שױן געהאַלטן.
האָט אָבער געצױגן דוךך צײנערשע קריצן:
—־ דער גאַז װעט נאָך אפֿשר אַ מאָל אונדז באַשיצן.

דערװײַל האָט דער גיפֿטיקער אָטעם, אומזעוק,
צעזעגט די געחײמשטאָט, די שטײנערנע, דיקע.
געװיזן די שאָטנס אױף װאָם ער איז פֿעוק,
פֿאַרזױערט דאָס קװאַליקע װאַסער בשתּיקה.
און אײדער די דרױסנלופֿט האָט אים פֿאַרשלונגען
איז ער אױף די פֿליגל פֿון טײַװלס געלעכטער
פּאַמעלעך, פּאַמעלעך אין דבֿורלען געדךונגען.
עס האָט ניט געהאָלפֿן דער דאָקטער, דער װעכטער...
נאָר לאָמיר דעם גאַז ניט באַזינגען אין סטראָפֿן,
אַזױ פֿיל נאָך דאָ צו דערצײלן, צו האָפֿן 1
                      













86.
קאָפּל דער שמידער

געשטאָרבן איז גדליה. נאָר מיר זענען װידער
אַ פֿאָלק זאַלבע צענט. װײַל בשעת דער לװיח
אַן אורח האָט אָנגעשפּאַנט: קאָפּל דער שמידער,
געפֿונען בײַ אונדז אַ משפּחה געטרײַע.
ס'האָט פֿאָליע מיט אים זיך באַזונדערס געברידערט,
געװיזן די מינע, דערצײלט זײַנע פּלענער.
און קאָפּל מיט קאָפּ די סטראַטעגיע צעגלידערט,
ער װײַזט זיך אַרױס פֿאַר אַ פֿאַכמאַן, אַ קענער.
אױך דבֿורל האָט פֿײַנט זיך צו האַלטן בײַװעגיק
און עצהט אין הילכות מאָדערנע סטראַטעגיק.

ער קומט פֿון די נאַראָטשער װעלדער... אַנטךונען
פֿון שטעטלשער געטאָ מיט בראַנד אױף די קלײדער,
נאָר ביטערניש אױך אין די װעלדער געפֿונען.
די רײַסיקע לאַטע האָט נאָכגעשװעבט, לײדעך1
עס האָבן אים אַ נ ד ע ר ש באַגעגנט די טײַכן,
פֿאַרפֿרעמדט חאָט געשאָרשעט די נאָנטע בעריאָזע,
צום פּײַערל מינדסטן ער קען זיך ניט גלײַכן.
די װערבע האָט עפּעס געביטן איר פּאָזע.
אַפֿילו די זשאַבעס, די זשאַבעס ־— ניט זײַנע,
נאָר האָב צו די נאַראָטשער זומפּן אַ טענה...

אַנטױשט, מיט צעשמאָלצענעם בלײַ אין מחשבֿח,
האָט קאָפּל דער שמידער צוריק זיך געלאָזן
געפֿינען אַ יוד, נאָכן קלאָג פֿון דער סאָװע.
געקומען אין װילנע, װאָס יתומט אין גראָזן.
אַ פּאָליאַק האָט קאָפּלען דערצײלט אױפֿן אױעך,
אַז טױזנטער אײַערע ▮זשיִאָן װ'קאַנאַלאַך▮.
איז קאָפּל אַראָפּ צו דערפֿאָרשן גענױער,
געװאָגלט אין חושך אַ לאַנגן מהלך,
ביז װאַנען געפֿונען די יודן־מלוכה,
און, מ'שטײנס געזאָגט, אױכעט די יודן־מנוחה.

. לעבן אין די קאַנאַלן )פּוּיליש(
                     

ז..
פֿאַרביטן אַ גאָט

אָן כּוח צו גײן, װי צעךיסענע זעגלען,
פֿאַרזונקען איז אײנער אין אָפּגרונט פֿון צװײטן.
איז ליפּמאַנס אַן אײַנפֿאַל געװען, מע זאָל פּרעגלען
די ציגענע פֿעל און אַ װאַרעמעס גרײטן.
און טאַקע דער דאָקטער אַלײן האָט מיט חשק
צעשניטן די פֿעל, זי געװײקט און געשונדן.
דער אָפּטעם געװעזן איז האַמעטנע־פֿלײשיק,
אַ זיבן מעת־לעת פֿון דער צונג ניט פֿאַרשװּוּנדן.
עס האָט זיך געשװױרן אַ חשובֿער עסער,
אַז בירגער אױף יענער־װעלט שפּײַזן זיך בעסער.

מיט אונדזער אַראָנען האָט דענצמאָל געטראָפֿן
אַן אױסגליטש אַ ביטערער, שאַנד פֿאַר די מענער 1
עס האָט פֿון זײַן אַרבל בײַם לײגן זיך שלאָפֿן
אַ קײַקל געטאָן זיך אַ גאָלדענער צענער.
פֿאַרשעמט האָט דאָס גאָלד אױף דער ערד זיך גערײטלט,
געװאָרפֿן אַ גיריקן אָפּשײַן אַ ראָזן.
אַראָנע ־—־ וּױ גאָרניט. די ליפּן פֿאַרקײטלט ־—־
געשװינד נאָכן קײַקעלע גאָלד זיך געלאָזן.
געכאַפּט אים װי ס'כאַפּט זײַן געפֿאַלנס דער יעגער
און װידער פֿאַרקראָכן אין סמױג פֿון געלעגער.
נאָר אײַנשלאָפֿן — מער ניט געחאַט שױן די זכיה.
מע האָט אים באַרינגלט מיט װערטער װי דלאָטן,
דעם חלום אַרױסגעהאַקט הינטער זײַן װוע
און תּיכּף דעם האַמבוּרגער פּליט געבאָטן
באַשײדן, װי קען זיך אַ מענטש דאָס פֿאַרגינען
זײַן גאָלד צו פֿאַרקניפּלען, װען יעדער אין פֿרײַװיל
געגעבן האָט א י ם ןײַן פֿאַרמעגן, ס'זאָל דינען
צו אײַנקױפֿן עסנװאַרג. װי זשע, צום טײַװל,
באַהאַלט מען אַ גאָלדשטיק אַזױ פֿיל מעת־לעהן
.וען בײַטן מע קען די מטבע אױף עסן ן
                     


88.
נאָר דאָ האָט אַראָנע זיך װאַזשנע געמעכטיקט,
פֿאַרהױבן דעם קאָפּ אָראַטאָריש און פֿלײַסיק
אַרױסגעלײגט לשון, זײַן טועכץ באַרעכטיקט:
——. ס'איז שולדיק אַן אַנדערער... ס'יאָר דרײַ און דרײַסיק,
די ערשטע פֿאַרשאָלטענע שטײנער אין שױבן,
דערנאָך.—. דע1▮▮ געשלײַדערטער שפּין אין מײַן ראַסע,
די שאַנדיקע לאַטע, די קלעפּ, דאָס באַרױבן.
כ'האָב דעמאָלט פֿון גאָרן פֿאַרמעג אין דער קאַסע
באַװיזן בלױז נעמען אַ צענדליקל צענער,
זײ זאָלן צעשמעלצן די פֿײַנדלעכע פּלענער.

די דײַטשקע —־ מײַן פֿרױ, אַ דערשראָקענע ענטל —־
אַנטלאָפֿן, בשעת דער שטורמיסט האָט געטריבן
פֿון אײגן געשעפֿט. מיטן קינד פֿאַרן הענטל,
אַ דאַנק דעם געפֿינקל פֿון גאָלד, זיך דערקליבן
קײן עסטרײַך. פֿון דאָרטן אַנטלאָפֿן קײן פּױלן —־.
בײַם גרענעץ האָט װידער אַ װײַל מיר געהאָלפֿן
דאָס שטיקל מעטאַל. ניט דערװאַרעמט די זױלן,
צוריק האָט בײַם האַלדז מיך געפֿאַנגען אַ װאָלף.—. און
געביסן דעם גאָרגל. דער גאָלדענער צױבער
האָט אױסגעלײזט אָבער אַ מאָל מיך פֿון רױבער.

און װען אין פּאָנאַר מ'האָט באַפֿױלן זיך אױסטאָן,
אַװעקגעבן ערבֿ דערשאָס יעדער שפּרינקל,
באַגלײט דורך אַ האָגל נאַגײַקעס און פֿױסטן ־—
דערמאָנט כ'האָב זיך דעמאָלט דעם גאָלדענעם פֿינקל
און עטלעכע גאָלדשטיק פֿאַרשלונגען װי פּילן.
און װען כ'האָב זיך אױפֿגעכאַפּט אונטער הרוגים —
געזוכט אין מײַן מיסט און געפֿונען. דער װילן
צו לעבן ־— ער לעבט 1 נאָר דער טױט —— ניט גענוג אים, ־—
אױף ס'נײַ מיך געפֿאַנגען, געטריבן צום שײַטער.
אַ בלענד מיט אַ גאָלדשטיק ־—. זיך אױסגעקױפֿט װײַטער.
                      


89.
געבליבן בײַם לעצטן. טאָ זאָגט, קאַמעראַדן,
װי קען איך מײַן א י י נצ י ק ן שיצער פֿאַרחאַנדלען ן
צי האָב איך באַהאַלטן דאָם גאָלד פֿאַר אַ נדן ן
איך האָב דאָך ניט קײנעם 1 קען אַנדערש ניט האַנדלען.
דער האַמבורגער פּליט האָט אױפֿגעהערט רײדן.
צוּױי טרערן װי טריוּואַקס פֿאַרזיגלען דאָס מױל אים.
און הױקערדיק־שװער איז געװען צו באַשײדן
זײַן רײנװּאַשן־זיך דעם אַרומיקן עולם.
בלױז אײנער, דער פּרוש, פֿאַרזשמורעט אַן אײגל:
.— דעם גאָט פֿון ישׂראל פֿאַרקױפֿט פֿאַר אַן עגל 1

צו מאָרגנס פֿאַר טאָג איז דער האַמבורגער פּליט
אַנטלאָפֿן אין שטאָט. ניט געזאָגט קײן אָאַ גוטן▮.
צי האָט מען אים צו פֿיל פֿאַרשעמט און פֿאַרזאָליעט ן
צי האָט ער אַן אומגליק דערשמעקט, — זײַן מחותּן ז
װײַל זינט עס האָט פֿאָליע גענומען זיך פּאָרען
מיט פּולװעך ־—־ חאָט ער אים געװײַכט װי אַ שרץ.
און אפֿשר איז אַלצדינג אַ ליגנערשעך צאָרן,
דער פֿאַל מיטן גאָלד — בײַ דעם פּליט אַ תּירוץ
אױף קענען אַנטלױפֿן ן כּדי ניט באַדאַרפֿן
דעם תּלין די לעצטע מטבע צו װאַרפֿןן
                    













90.
▮די נײַע אײראַפֿע▮

דאָס טאָגיקע אָפּגאָלד אין נאַכטיקע שנײען ־—
װי פֿראָסטיקע פֿונקען פֿאַרזיגלט אין געגנט.
בײַם ברעג פֿון אַ יאָדלעװאַלד גײען זײ, גײען
צום ערשטן מאָל בײדע. די רחבֿות באַגעגנט
מיט אָפֿענע אָרעמס. און װי אַן אָרקעסטער
זײ שלינגען די פֿרישקײט. ביז װאַנען זײ װערן
די רחבֿות אַלײן 1 אין אַ קעלט אַ פֿאַרפּרעסטער ־—
װי קױלן אין אױװעלע ־— װאַרעמען שטערן.
עס האָט נאָך קײן שנײ ניט דערפֿרײט אַזױ גוּוּאַלדיק
װי דבֿורלען און פֿאָליען װאָס לױערן װאַלדיק.

זײ שעמען זיך אָנצוזען אײנער דעם צװײטן,
בלױז פֿינגער אין פֿינגער זיך פֿלעכטן. די מינע ־—
בײַ פֿאָליען אין בוזעם. ער װעט זי באַלד גרײטן.
די ליבשאַפֿט פֿון אײן זײַט, פֿון צװײטער —־ די שׂינאה,
באַמערקט ער ניט דבֿורלס אַ בליק, װאָס זי האָט אים
אַרױסגעגליט זײַטיק. אין בלענדיקער קרירח
עס װאָגלט פֿאָרױס, וּױ די בענקשאַפֿט, איר אָטעם,
און טרעפֿט זיך, באַהעפֿט זיך מיט זײַנעם. אױף איךע
צעעפֿנטע ליפּן אַ שנײעלע־שנײכל
זעט אױס װי אַ דימענט אין רינג פֿון איר שמײכל.

די שטעךן —־ געפֿאַנגען אין שנײוקן שפּיגל.
די לופֿט —־. אַ געשליפֿענער זילבערנער חלף,
צעשנײַדט האָריזאָנטן. און אָט בײַ אַ היגל,
דורך צװּײַגן־געפֿלעכט, גיט אַנטקעגן אַ שטראַל־אױף
אַ רעלס אַ געזילבערטער. איצטער זײ שליטלען
אַראָפּ אין אַ נידערונג, הילן זיך בײדע,
מע זאָל ניט באַמערקן, אין שנײענע קיטלען
)ס'דערמאָנט ־—.. װי אום פּסח אין װײַסן דער זײדע(,
און שטיל. אַז די שטילקײט װאָס װעבט די לעגענדע
זאָל גאָרניט באַמערקן, זאָל גאָרניט דערזען דאָ.
                     


91.
ער שמעלצט מיטן מױל דעם פֿאַרפֿרױרענעם באָדן
װאָס אונטערן קלעפּיקן רעלם. אין אַ װײַלע —..
שױן לאָקערט די מינע אין גריבל פֿאַרלאָדן,
באַשאָטן מיט שנײ. עס איז איצטער די שאלה,
צי ס'נענטערט אַ באַן. זײ דערקלעטערן דעמאָלט
צוריק צו דעם היגל, צום װאַלדיקן באָרטן.
אין םימן פֿון זײערע שאָטנטריט פֿלעמלט
די שטילקײט. קײן צװײַגעלע קרעכצט ניט. און דאָרטן ־—
פֿאַרגעסן די מײַז, די קאַנאַלן, עינױום, ־—..
דערװאַרט מען, ס'זאָל װערן דער אױפֿרײַס מקױם.

עם ציט זיך אַ שנירל פֿון בײדנס געדאַנקען
אַהין צו דער מינע. דאָס שנירל גיט איבער
אַ תּפֿילה, אַ מענטשלעכן װילן. עס בלאַנקען
פֿון װײַטן די ךעלסן. אַ שעה גײט אַריבער,
און —.. גאָרניט. נאָר באַלד נעמט זיך טראָגן אַ סאָפּע.
דאָס שנירל גיט איבער אַ פֿונק צו דער מינע,
דער פֿונק װערט אַ פֿלאַם, און ▮די נײַע אײראָפּע▮ —־.
צעשפּרינגט װי אַ טאָפּ אין געצונטערטער שׂינאח.
אַ בױם שיט אַרונטער זײַן צירונג אױף בײדן,
און ליפּן אױף ליפּן פֿאַרבײַטן דאָס רײדן.
                    













91.
אין נאָמען פֿון װאַלד

צוריקװעגם דורך שנײוקן, װאַלדיקן שװײַגן,
געזעטיקט מיט שׂינאה, פֿאַרהונגערט מיט ליבשאַפֿט
װען פֿאָליע חאָט דבֿורלען געקושט אונטער צװײַגן
און זי ▮. אים געצערטלט אין ליבער פֿאַרקניפּטשאַפֿט, ▮־
האָט אָנגעיאָגט פֿון דער לבֿנה אַ רײַטער:
—־. װוּהין אין דער נאַכט ן און אַ שפּרונג פֿונעם זאָטל
פֿאָרױס מיטן שפּײַער: פֿון װאַנען, װער זײַט איך ן
פֿון װאָסער בריגאַדע? ניט געבן קײן טראָט 1 —— —־־
נאָך װען ס'האָט דער פֿרעמדער גערעדט אַזױ פֿלאַמיק,
האָט פֿאָליע דערקענט אים: דער בלאָנדער אַדאַמעק.

דערנאָך אין זעמליאַנקע, בײַם פֿאָםפֿאָרנעם בראַנפֿן ־־
צעאײגלען זיך גיפֿטיק די טעג װאָם פֿאַרגאַנגען.
אַדאַמעק דערצײלט װעגן ביטערע קאַמפֿן
און אַז מ'האָט זײַן טאַטן געכאַפּט און געהאַנגען
פֿאַר דורכשטופּן ברױט דורך אַ גראַטע. ־— —. — אַ דודע
צעשפּילט זיך אין װינקל, פֿאַרװערבעט און טרעריק.
און פֿאָליע ער ענטפֿערט אין מיטן דער סעודה:
— דעךפֿאַר האָט מען הײַנט זײ באַצאָלט װי געהעריק.
די שׂרפֿה געזען ז דאָס האָט דבֿורל, זײַ װּיסן,
דעם פֿײַנדס עשאַלאָן אין דער לופֿטן צעריסן 1
—־ איך װעל ראַפּאָרטירן אין שטאַב, איך װּעל מעלדן.
פֿאַרפֿילט ער די גלעזער, אַדאַמעק. מע װעט אײַך
געדענקען, דערמאָנען װי אמתע העלדן.
פֿאַרבלײַבט אין זעמליאַנקע, חבֿרים, איך בעט אײַך.
נאָר דבֿורל אים ענטפֿערט: ־— טיך קענען ניט לאָזן
די נאָנטסטע. זײ װּאַרטן אױף אונדזער צוריקקער.
אַצינד ־—. ניט געחלומט, אין װעג זיך געלאָזן,
װײַל שפּעטער אַ װײַל קען מען װערן צו־שיכּור.
מיט ברױט און קאַרטאָפֿל האָט פֿאָליע און דבֿורל
געלאָזט זיך אין װעג, װי געבונדן צום גורל.
                      


נ9.
־— אין נאָמען פֿון װאַלד ־— איז פֿאַרשפּרונגען זײ בײדן
אַדאַמעק —־ אָט האָט איר אַן אָרדן: דעם שפּײַער.
דער װאַלדמענטש באַגלײט זײ. און פֿאַרן צעשײדן
באַשטימט מען אַ טרעפֿונג. דוךך זילבערנעם פֿײַער
טאַרשירן געאָרעמט די צװײ דיװערסאַנטן.
די פּאַנצער־לבֿנח גײט נאָך זײ פֿאַךטײַעט.
פֿאַרגלײבט אין דער זױבעךער װאַלדיקײט שפּאַנט'ן
צו בךענגען אין דר'ערד די צעשטערנטע פֿרײַהײט.
און חינטער זײ בײדן עם גלוען נאָך, בלאַסן
פֿון באַן דעם פֿאַרברענטן די פּאָמסענע פּאַסן.
                     























.9.
מזל־טובֿ

װען איבערן טײַך פֿלוען דאָרשטיק די שװאַלבן,
באַרירן זײַן פֿלאַך מיט די בײַכעלעך װײַסע, ־—
װער ספֿקט, אַז ערגעץ אין װאָלקנשע פֿאַלבן
דערנענטערט זיך אומגעזען שטורעם בעת־מעשׂה ן
מיר האָבן דאָך אַלע געריכט זיך מעת־לעתיק
אַז קרײנע, די טראָגיקע פֿרױ, װעט געבױרן.
פֿאַר װאָס איז צעגאַנגען װי פּערל אין עסיק
די כּלומרשטע רו, און מיר האָבן פֿאַרלױךן
די גלײַכװאָג, װען זי האָט גענומען צעװיגן
די אײביקע זײַלן פֿון װעלט מיט איר ניגון ן

אַ זעלטענע קראַנקײט בײַ קרײנען: כּסדר
איך דאַכט, ס'איז אַ גלאָזיקע ערד. און דער שׂונא, —
פֿון װײַטן אַפֿילו, ער זעט װאָס אין חדר.
ניט דװקא די ערד. אױך פֿון גלאָזן אַזױנע
איר חלום. ניטאָ קײן באַהאַלט פֿאַר די בילדער
װאָס צאַפּלען אין טורמע, געשמידטע בײַם נעכטן.
זײ רײַסן די קײטן אין ברומעניש װילדער
און לעבן אין איר מיט אַ לעבן אַן עכטן.
פֿון גלאָז אירע װערטער, פֿון גלאָז די נשמח,
און עמעצער זעט די געדאַנקען מסתּמא...
פֿלעגט עמעץ זי פֿרעגן: דער מאַן איךער ——. לעבט ער 9
איז שטענדיק געװעזן אַ תּשובֿה דעם פֿרעגער
אַ ביטערער שמײכל, פֿון גאַל אַ געװעבטעך.
אַצינדערט, אױף איר עשאַפֿאָט פֿון געלעגער,
די האָר װי אַן עק פֿון אַ פּאַװע צעלאָזן,
דערצײלט זי פֿאַר אַלעטען: נײן, כ'חאָב אים קײן טאָל
ניט אָנגעזען. דאָרטן, צעלײגט אױף די גראָזן,
בײַם רױש פֿון אַ װּײַסן צעפֿרילינגטן בײמל,
האָב איך מיט פֿאַרמישפּטע יודן אַ קופּע
געװּאַרט, אַז דער טױט זאָל אונדז שפּרײטן זײַן חופּה.
                       


95.
פֿאַר טאָג. פֿון די פֿעלדער קומט ריח פֿון הײשניט.
מע שלעפּט פֿון דער קופּע צום קלעפּיקן גראָבן.
איך װאַרט אױף מײַן אומלעבן, פֿיל שױן מײַן פֿלײש ניט,
אַ מעסער אַ טעמפּער די געגנט נעמט שאָבן 1
נאָר דעמאָלט, פֿאַרשפּרונגען איז מיר װי אַ חיה
אַ ליבשאַפֿט־באַגער און געמאָנט זײַן דערפֿילונג.
אַ ליבשאַפֿט נאָך שטאַרקער פֿון אומקום, אַ נײַע.
געמאָנט אין מײַן לעצטקײט אַ קילונג, אַ שטילונג.
און איך האָב אָן זינען געמאָנט און גערופֿן,
אַ מאַן אַ געליבטן צעװישן די גופֿן.

און ערבֿ דעם זונאױפֿגאַנג, װען אױף די זעמדער
געפֿאַלן איז טױ, —־ האָב איך יענעם געפֿונען.
־— טרינק־אױס מײַנע ליפּן, דו ליכטיקער פֿרעמדער,
און שעפּ מיך אַרױס, װי מע שעפּט פֿון אַ ברונעם
אַרױס די לבֿנה. כ'װיל אױסער דער לאַטע
אױך מיטנעמען הענוג אין טױטן זכּרון
און קומען אין קבֿר אַ זאַטע, אַ זאַטע,
אַ זאַטע מיט ליבשאַפֿט אױב ניט מיט קײן יאָרן.
די לופֿט האָט געגוססט. נאָר אונטער די קױלן
עס האָט מיר אַ כּוח צו ליבן באַפֿױלן.
און ער, װאָס געבליבן פֿאַרהױלן זײַן נאָמען, —־־.
ער האָט מיך געקושט מיט אַ גךױזיקער צאַרטקײט,
אין לײַב מיר פֿאַרשמאָלצן אַ געטלעכן זאָמען,
אַזױ װי איך האָב עס געמאָנט אין דערװאַרטקײט
מיט אױגן פֿאַרמאַכטע אין פֿךײדיקן פֿיבער.
קײן װאָרט ניט גערעדט און זײַן בליק ניט באַגעגנט.
דערנאָך האָבן הינט אונדז געשלעפּט אין די גריבער
און ס'האָט זײַן צעשאָסענער גוף מיך באַרעגנט.
נאָר קענטיק דער טױט אין דער שטאָלענער שחיטה
האָט מער אױף מײַן גוף ניט געהאַט שױן קײן שליטה.
                       


96.
ס'האָט ליפּמאַן פֿאַרדינט די געהױבענע מיצװה
פֿון אָפּנעמען ס'קינד. און װען קרײנע האָט ברױזיק
דערצײלט איר געשיכטע, געצאַפּלט אין היץ־וּױי,
האָט ליפּמאַן געטראָגן מיט פֿרײד אוּיף אַ שטרױזאַק
אַ לעבן... דער עולם אין שטומען באַרינגל
האָט אָנטײל גענומען אין גליק, אינעם לײַדן.
־—־ אױ, מזל־טובֿ, יודן, אַ יונגל, אַ ייִנגל,
אוּן טאַקע געבױרן אין העמדל פֿון זײַדן 1
און עולם אים בענטשט װי אַ ליכט בײַ הבֿדלה:
—־. דאָס קינד זאָל דערלעבן דעם שׂוּנאס מפּלה 1
                        























ז9.
דער לאַטײנישער גאָמען

די װעשערין דבֿורל שױן זאָרגט עס זאָל שטענדיק
דעם דאָקטערס כאַלאַטל, פֿאַרװאָגלט אַחער דאָ,
זײַן רײן װי אַ שטערן. װאָס רײן ן ממש בלענדיק 1
עס פֿאָדערט אַזױ די דאָקטאָרישע װערדע.
ער האָט דעם כאַלאַט, װי אַ פֿרומער זײַן טלית,
געכאַפּט װען די שטוב חאָט געפֿאָכעט אין פֿלאַטען,
און דאָ בײַם געשװים, אין די שױמיקע כװאַליעס, ——.
געטראָגן אין מױל מיטן מעסער צוזאַמען.
איז טאַקע דאָס בלאַנקע כאַלאַטל אים חײליק
און ער מיטן בגד —־ כּמעט אומצעטײליק.

פֿאַרשטעלט מיט אַ שפּאַנישן װענטל, אין רײנעם
געפּרעסטן כאַלאַט, װי אַ מאָל אין שפּיטאָל־צײַט —־
באַוּוײַזט ער זיך גאַנצענע טעג ניט פֿאַר שכנים,
אױך דעמאָלט װען גרײט איז דער טיש מיטן מאָלצײַט.
ס'איז ליפּמאַן פֿאַרטאָן אין זײַן לאַבאָראַטאָריע.
מעת־לעת נאָך מעת־לעת מיט עקשנות און ליבע
אַנטװיקלט ער דאָרטן אַ נײַע טעאָריע
פֿון יודישע אַנטי־טאָקסינען, ־—. די סיבה
חלמאַי אונדזער גוף איז געפּאַנצערטער, גרײטער
אַקעגן פֿאַרשײדענע קרענק װי אַ צװײטעך.
נאָך ליפּמאַנס טעאָריע קומט אױם, אַז מיר האָבן
אין משך פֿון טױזנטער יאָר נע־ונדע
אױף בױדעם, אין קעלער, געשאַפֿן מיקראָבן
אַקעגן מגפֿוח, און יענע אַװדאי ־—.
באַפּאַנצערן ס'פֿאָלק. עס איז גאָר ניט קײן מיסטיק.
ער שרײַבט דאָ אַ ביכל און פּרוּװט עס באַגרינדן
אױף סמך פֿון באַטראַכטונג אוּן קאַלטער סטאַטיסטיק
אין געטאָ צעװישן די מחנות געזינדן.
דער פֿלעקטיף, למשל, האָט גאָר קײן ממשלח
כּמעט ניט געהאַט אין די געסלעך די שמאָלע.
                      


.9.
פֿאַרטאָן איז אױך ליפּמאַן אין זוכן אַ תּרופֿה
אַקעגן געשװילעכץ וּואָס האָט אונדז באַשלאָגן,
מאַכט עקספּערימענטן אױף אײגן לײַב גופֿא,
פֿאַרגלײַכט אין זכּרון מיט הונדערטער פּלאָגן
און גיט אױף לאַטײן עס אַ נאָמען, אַ שטײגער:
▮3110מאט 115אפּקפּצ. אָבער אַ נאָמען
איז װינציק. און װי ער דערװיסט זיך דעם זײגער
בײַ נאַכט, װּעדליק מױזן־געפֿײַף אין די שטראָמען —־.
דערװיסט ער זיך אױך פֿון דער קראַנקײט די סיבח.
                                                  .

דער פּ־װיטאַמין איז אונדז נײטיק אַכיבע 1

און ליפּמאַן גײט װײַטער: אַזױ װי עס קװאַלט דאָ
אַ שטראָם פֿון אַ ביר־ברײַערײַ, —־ װעט ער טױגן
דעם פּ־װיטאַמין צו באַשאַפֿן. און באַלד־אָ.—.
ער לאָזט זיך אַוּועק װוּ עס טראָגן די אױגן
געפֿינען דעם אָפּשױם. און אױף פּאָחוליאַנקע
)מע רופֿט דאָ די גאַסן װי אױבן( געפֿינט ער,
גרײט צו װּי געהעריק, און ס'װערן די קראַנקע
בײַ יעדער מאָל טרינקען ־—. געזינטער, געזינטער.
דער דאָקטער איז װערט אַז מע זאָל אים באַקרײנען 1
זײַן אױסגעפֿינס האָט אים דערהױבן בײַ קרײנען.
                       












99.
די שלאַכט אין קאָנאָל

עם װעט שױן פֿאַרבלײַבן אַ סוד ניט צום לײזן
פֿון װאַנען דער פֿײַנד האָט דערװוּסט זיך די ערטער
אַװוּ אונדזער הײם איז. די דאָזיקע בלײזן
עס װעלן ניט קענען פֿאַרפֿילן קײן װערטער.
קען זײַן, ס'האָט אַ שײַכות מיט הענגען מאַטײקען,
אַראָנעס אַנטלױפֿן. קען זײַן, עס האָט אױבן
דערגרײכט אַ גערױש. װײַל דאָס מינדסטע געשרײ קען
די גאָרע געהײמשטאָט פֿאַרראַטן, באַרױבן.
אוּן מעגלעך איז אױך: דורך אַ גראַטע, אַ שפּאַרע,
האָט אױבן דערקלעטערט אַ מענטשישע פּאַרע.

פֿון מױזהימלען װּײכע גײט אױף דער באַגינען
אין גליטשיקע, פֿראָסטיק־באַרעמטע קאַנאַלן.
מיר זענען ־—. פֿון שטורעם פֿאַרטריבענע בינען —־.
אױף אוּנדזערע האַרטע געלעגערס געפֿאַלן.
און וּױ ס'האָט אַ לצל אַהינטערן אַפּל
געעפֿנט דעם פֿאָרהאַנג פֿון רױזיקן חלום ——
דערלאַנגט דער אַלאַרעם־גלאָק הילכיק אַ צאַפּל
װי ראָסטיק צעשפּרונגען װאָלט ערגעץ זײַן שטאָל אים.
צעפּאַלמעסט די שטילקײט, דעם קלעפּיקן דרעמל
און פֿאַנגט אין אַ שטאָלענעם קרײַז דאָס געזעמל.

אוּן אײדער װאָס־װען, האָט זיך דײַטלעך דערטראָגן
אַ צאָקען פֿון שפּירהינט, געװירצט און געוּױקלט
מיט דײַטשע באַפֿעלן, און הינטער די ראָגן
אַ שאָס אין מיליאָניקע עכאָס צעשטיקלט.
און פֿאַר אַ פּראָזשעקטאָרס באַװעגלעכע בלענדן
עס יאָגן סאָלדאַטן אין מאַסקע און העלעם
אַהין, װוּ די גיפֿטיקע שפּירחינט זיך וּוענדן.
זײ שאָטענען, קריכן פֿאָרױס, װּערן נעלם
און װײַזן זיך װידער. אין אונדזערע מײַלער ——.
פֿאַראײַזיקט דאָס לשון בײַם הערן די קײַלער.
                       


500
—— צו גלעזער־גאַס נײַן 1 דורכן סאַמע געדרײטן
און שמאָלן קאַנאַל 1 ——. גיט אַרוּיס אַ קאָמאַנדע
די מיטװױנער פֿאָליע. אוּן אײנער דעם צוּוּײטן
העלפֿט מיט. זענען אַלע, דער עיקר, פֿאַראַן דאָ ן
ס'יאָגט ליפּמאַן, פֿאַרפּאַנצערט דאָס קינד אין זײַן פּאָלע.
דער בלינדער און קרײנע פֿאַרנעמען זיך נאָך אים.
און דורך די שטאַכעטן פֿאַרזשאַוּוּערטע, שמאָלע, ——.
די זון גרינט אַרײַן אין צעגלימצערטע שטחים.
דאָס ליכט פֿאַרמשוגעט די מײַז מיט די לױפֿער
און שפּירהינט פֿאַרװאָיען דעם חלל אָן אױפֿהער.

ס'איז פֿאָליע געבליבן צו שיצן ־—. דער לעצטער,
בײַם אָפּצוּוײַג פֿון ברײטן קאַנאַל מיטן שמאָלן.
ער ליגט אינעם װאַסער־געפֿריר אַ פֿאַרנעצטער,
געגרײט מיטן שפּײַער דעם פֿײַנד צו באַצאָלן,
װען יענער װּעט פּרףװן אַהער זיך פֿאַרקערװען.
דערבײַ איז אוּיך דבֿורל און קאָפּל דער שמידער.
און פֿאָליע מיט קאַלטע פֿאַרשטאָליקטע נערװן
ער ענטפֿערט מיט קוּילן אַ צךױיטן מאָל, װידער,
בשעת די געשטאַלטן אין מענטשלעכן אױסזען
פֿון זײַטיקע װינקלען דערקריכן, דערפּױזען.
אַ װײַלע איז שטיל, נאָר די שטילקײט צעגראַבלט
אַ שפּירהונט, װאָס קענטיק באַלױנט מיט אַ קױל איז.
און באַלד פֿון אַנטקעגיקן אױסבײג עס מבולט
מיט פֿײַער צוּריק. אוּן פֿאַרחיהטע קולות
דערטראָגן זיך נענטער. ——־ אַנטלױף און געשוּױנדער —־
זאָגט פֿאָליע צוּ דבֿורלען, ▮—. פֿאַרזאַמל דעם עולם,
גיב אַכטונג עס זאָל ניט פֿאַרבלאָנדזשען דער בלינדער,
און אַלע ־— אױף גלעזער־גאַס, אױפֿן ביה־עולם 1
זי האָט ניט געוּואָלט. נאָר זײַן בליק האָט באַפֿױלן,
ערשט דעמאָלט אַנטרונען בײַם אָפּגלאַנץ פֿון קױלן.
                      


501
אַצינד, װען געבליבן אײן קױל, האָט זיך פֿאָליע
דערמאָנט אָן דער גאַזךער. מיט קאָפּלען צוזאַמען ־—
דערשאַרט זיך אַהין צו אָן אָטעם, פּאַװאָליע.
און אײדער דער פֿײַנד האָט באַװיזן פֿאַרצאַמען
דעם װעג —־ שױן געעפֿנט דעם גאַז בחיפּזון 1
פֿון שפּאַלט האָט גענומען זיך צוען אַ נעפּל
אין קרײַזעלעך גראָע, דערנאָך זיך געלאָזן
אין װײַטער געהײמשטאָט, אַ טרעפּ נאָך אַ טרעפּל.
די לופֿט האָט געזױערט. און בײדע חבֿךים ——
זײ האָבן דערװײַטערט זיך פֿון די מערדײרים.

—־ אַ שװעבעלע 1 בליציק האָט פֿאָליע געצונדן
אַ שטיקל פּאַפּיר, עס געלאָזן אין סימן
פֿון יאָגיקן שטראָם. וּוען ס'פּאַפּיר איז פֿאַרשװונדן,
צו אָפֿענער גאַזרער גענומען דערשװימען, ־—
האָט פּלוצעם אַ הײב זיך געטאָן װי אַ כװאַליע
אַ פֿלאַם. און בעת־מעשׂח איז פֿאָליע אַנטלאָפֿן
מיט קאָפּלען אַהין צו דעם קבֿר פֿון גדליח, ־—־.
אױף גלעזער־גאַס נײַן, װוּ דער װעג איז נאָך אָפֿן.
דאָרט האָט זיך מיט גלױבן דער עולם פֿאַרמױערט
און הינטער דער װאַנט אױפֿן שׂונא געלױערט.
                     













501
אױף גלעזער־גאָט גײַן

אױף גלעזער־גאַם נײַן, אױפֿן קלײנעם בית־עולם,
האָט אסהר געפֿונען איר מקום מנוחה.
)אױף זעלביקן אָרט איז פֿאַראַנקערט דער עולם
פֿון זינט דער מהומה, געלאַף, זאַװערוכע(.
באַקומען אַ שטױב פֿון גראַנאַט אינעם שאַרבן,
איז אסתּר געפֿאַלן: באַוּױינט מיך ניט, מילא.
זי האָט נאָך באַװיזן אַ פֿונק פֿאַרן שטאַרבן
צו אָפּגעבן דבֿורלען איר אַלטע פֿאַטשײלע.
אַצינדער איז אסהר אַ בערגל ניט מערער,
אַ הױקערל ערד לעבן גדליה דעם לערער.

װי אומהײמלעך־ליב ס'איז צו װױנען מיט טױטע 1
באַנעמסט ניט דעם חילוק פֿון דיר ביזל יענע
װאָס לעבן זיך אונטער די בערגלעך די רױטע.
ס'פֿאַרגינט זײ ניט אָבער די צײַט, די היענע,
און גריזשעט ביז װאַנען עס בלײַבן סקעלעטן 1
און שטענדיק עס דאַכט, װען דו עסט בײַ די קבֿרים,
אַז אױכעט די טױטע, פֿאַרהונגערטע בעטן
אַ קרישעלע ברױט און זײ שטרעקן אַן אָרעם.
נאָר װיפֿל אָקרײַעצן זאָלסט זײ ניט געבן —.
װעט מער זײ ניט זעטיקן קײן מאָל דאָס לעבן.
אַ לױב צו דער שפּין, װאָס האָט גרײַלעך אַ שטילע
געשפּונען אין ל.ימיקן קעלער איר צײַגנס,
איר אױסגעבענקט־גראָע געפּײַניקטע תּפֿילח,
אַזױ װי אױס פֿעדעם פֿון אונדזערע שװײַגנס.
די ערשטע האָט דבֿורל באַמערקט זי. אין שטױנונג
באַװיזן פֿאַר אַלעמען: זעט אינעם װינקל 1
און עפּעס האָט גלײַך זיך געביטן אין װױנונג.
די שפּין, אױף איר װײכן פֿאַרטרױלעכן שפּין־קול
האָט שמײכלדיק אײַנגערױמט זוניקע קלאַנגען
װאָס האָבן אַרױסגעלעבט נײַע פֿאַרלאַנגען.
                      


503
אַן ענלעך געפֿיל האָט געהאַט פֿעטער נח
װען טױב איז מיט גרינינקן בלעטל דערפֿלױגן.
די שפּין האָט פֿונאַנדערגעשפּונען אַ כּוח,
אַז מיר האָבן גיריק איר װּוּנדער געזױגן.
און ליפּמאַן האָט פֿילאָסאָפֿירט דאָ אַנוסטן:
עס קלעטערט אַזױ װי די שפּין אוּיף אַ פֿאָדעם
דער מענטש, אין אַ הלל אַ פֿךעמד־אומבאַװּוּסטן.
און בלינד אין זײַן װיסיקײט זוכט דער בן־אָדם
דאָס פֿעדעמל. נאָר ער דערזעט ניט דעם קאָנטור
און פֿרעסט זײַנע קינדער פֿאַרשפּונען אין פּלאָנטער.

באַשיצט פֿון דער שפּין, פֿון איר גראָער ממשלה, ——
דאָס לעבן גײט װײַטער. נאָר דװקא ניט גרינגעך.
אין עטלעכע טעג נאָך דער װיסטער בהלח
האָט אױבן פֿאַרמױערט מיט שטײן דער באַצװינגער
אַ טײל פֿון די גראַטעס, און חושך מצרים
פֿאַרפֿילט די געהײמשטאָט. נאָר מיר זענען װּידער
אַ פֿאָלק זאַלבע צענט װי געװעזן עד־היום,
עס זענען אין אײביקס פֿאַרװאַנדלט די גלידער.
אַ פֿאָלק זאַלבע צענט װאָס מע קען ניט צעטײלן.
דו פֿרעגסט װי אַזױ ן כ'װעל דיר זאָגן, דערצײלן:

מיר האָבן אין קעלער געפֿונען באַהאַלטן
אַ פֿרױ מיט איר צען־יעריק יונגל, ־— טאַמאַרע
און יוליק. און אױפֿן בית־עלמין דעם קאַלטן
איז הײמיש געוּואָרן, וּױ ס'װאָלט דורך אַ שפּאַרע
דער פֿרילינג אַרײַן. אױך דאָס יונגעלע קרײנעס,
װּאָס אָ ד ם זײַן נאָמען, ־— זיך עלטערט אין פֿרײדן
און קלערט ניט פֿון אומגליק װאָם הױערט בשכנות.
אָ, װער קען די רעטעניש העלפֿן באַשײדן ן
װי שטעלט זיך דעם שטורעם אַנטקעגן אַ זאַנגל ן
אױף װעמעס באַפֿעל איז דער גאָרער געראַנגל ן
                     


.50
די בלאָטע־געשטאַלט

אַ פֿײַנע געשיכטע 1 װען פֿאָליע מיט קאָפּלען
אַװעק זענען איבערן שלאַכטפֿעלד דעם גרוּיסן,
כּדי ניט צו בלײַבן פֿאַרפֿלאַנצט מיט די נאָפּלען,
געפֿינען אַן אױסוּועג, אַ טיר צו דעם דרױסן, ——־
געפֿוּנען זײ האָבן אַ מענטשן אין בלאָטע,
אַ בלאָטע־געשטאַלט, װאָס ניט מעגלעך דערקענען
קײן חילוק צעװישן זײַן הױט און קאַפּאָטע.
נאָר װען מיטן אורח אין אײנעם זײ זענען
דערקראָכן אַהײם אוּן זײ האָבן דאָרט קױם אים
דערוּואַשן, —.. איז יעדער געבליבן נשתּומם:

אַ האַקנקרײץ האָט זיך אַנטפּלעקט אױף זײַן קליאַפּע 1
און ער האָט זיך מודה געװען בעתן פֿאָרשן
אַז־אַז... מ'האָט אַרײַנגענאַרט אים אין געסטאַפּאָ,
דאָרט אַרבעט ער קעגן זײַן װילן אַ יאָר שױן.
מע רופֿט אים ־— פּיצוּקאַס, פֿון שטאַם —־־ אַ ליטװינער,
פֿאַרבלאָנדזשעט דאָ נעבעך אין פֿרעמדע קאַנאַלן.
דערנאָך איז דער זעלבער ־—. אַ יאַשטשער אַ גךינער,
אױף דר'ערד פֿאַר די עטלעכע יודן געפֿאַלן:
־— אַ װײַב מיט דרײַ קינדער, דאָס ייִנגסטע אַ פּיצל...
דערבײַ האָט אוּיף גאָט זיך פֿאַררופֿן דער היצל.

—— אָט איז דײַן נקמה, דער מענטש דער געשענדטער,
דו זעסט ן האָט צוּ פֿאָליען געװּונקען דער פּרוש ▮־
אים צוגעפֿירט צו דעם געפֿאַנגענעם נענטער.
די מעשׂה, גוט־ברודער, איז גאָר ניט היסטאָריש...
נאָר פֿאָליען —— אים האָבן אַ גלאַנץ געטאָן טרערן,
צעשמעלצט די נקמה, די גלוסטונגען אירע,
צעגאָסן װי קװעקזילבער זײַנע באַגערן.
מיט פּײַנלעכן עקל צוּ גאָר דער יצירה, —
פֿאַרדעקלט די אױגן אין מידער אַלײנקײט
ניט אָנצוזען מער דאָ די מענטשישע קלײנקײט.
                      


505
דאָס הױכע געריכט איז אַװעק זיך באַךאָטן.
באַשטימען דעם פּסק װעדליק אײגענעם קאָדעקס,
בײַם פֿרישינקן בערגל, װוּ ס'לעבט נאָך דער שאָטן
פֿון אסתּךן. אמח, םע האָט קײן גענאָדיקס
אױך דאָרטן ניט אױסגעזוכט. אָבער די שופֿטים
זײ האָבן געהאַלטן פֿאַר אומוּוערדיק הרגען
מיט אײגענע הענט. ——. סײַדן נעמט און באַשטראָפֿט אים ־—.
זאָגט ליפּמאַן, —־. דער שד זאָל אַלײן זיך דערוּואַרגן 1
— אַזױ אָדער אַנדעךש, נאָר זאָל ער פֿאַרשװינדן 1
האָט ממש געשלאָגן אַ דיבוק פֿון בלינדן.

אַזױ האָט געגאָלטן דער מישפּט: פֿאַךטרײַבן
פּיצוקאַסן קריק אין געדרײדלטע שמאָלע
חעט־װײַטע קאַנאַלן, און זאָל ער דאָרט בלײַבן
געיאָגט פֿון זײַן אײגענער פֿינצטערער קללה.
און זאָל דער באַשעפֿער, װאָס האָט אין זײַן צלם
געפֿורעמט דעם מענטשן — באַשטימען װאָס װײַטער.
                                                    .
צי מײַז אין קאַנאַל זאָלן גריזשען די פֿעל אים,
צי זאָל ער אַנטרינען אַ גאַליק־פֿאַרשפּײַטער.
אַזױ איז געשען. און זאָל פּסקען אַ דיכטער
צי אָרנטלעך האָבן געהאַנדלט די ריכטער9
                      













506
געהערנערטער משה

־—. טאַמאַרע, דו העלדישע מאַמע, װי האָסטו
געראַטעװעט יוליקן, װער איז דער שיצער 9
——־. אױף סובאָטש, אַהינטער די צױמען פֿאַרראָסטע,
דאָרט האָט מען.—. איך װעל עס דערצײלן בקיצור ־—
די קינדערשע הױטן װי שאָלעכץ פֿון עפּל
געשײלט פֿון די צאַרטינקע פּנימלעך, וּואָרעם
עס טױג פֿאַר קאָסמעטיק. בײַ נאַכט, אין אַ נעפּל,
פֿאַרשלעפֿערט כ'האָב יוליקן מיט כלאָראָפֿאָרם,
גענומען אין זאַק, און עס איז מיר געראָטן
זיך דורכגליטשן אונטער עלעקטרישע דראָטן.

־—. װי מוראדיק־פּשוט דײַן רײדן, טאַמאַרע 1
דערצײלסט מיט אַ שטים, אַ יענװעלטיקע, שטילע,
אין ליכט האָסטוּ איבערגעשמאָלצן אַ כמאַרע,
איך לײען דײַן פּנים ——־. דעם הײַנטם אַ מגילה.
נאָר זאָג מיר, טאַמאַרע, איז יוליק בכּוח
וּױ דו צו פֿאַרװאַנדלען אין ליבשאַפֿט די שׂינאח ן
נאָר זאָג מיר, טאַמאַרע, פֿאַרמאָגט ער נאָך כּוח
צו זינקען אַזױ אין דער צענטער מאַלינע ן
צו טרינקען די ביטערניש ז פֿרעגט ער ניט קײן מאָל
אַװוּ איז אַ פֿױגל, אַ שטערן, אַ בײמל ן

—־. ס'איז יוליק באַהאַװנט און האָט ניט קײן טענה...
אָט זעסטו: פֿון קבֿרשן לײם פֿונעם פֿײַכטן
באַשאַפֿט ער אין װינקל די װוּנדערװאָר זײַנע ——
אַ משה־געשטאַלט פֿאַר די דורות צו לײַכטן.
דער שטראַליקער קאָפּ װי געקנאָטן אױס פֿײַער, ־—
אין טונקלקײט הערנערט באַפֿעלעריש, מאַכטיק.
ס'װעט ביז דער באַפֿרײַונג שױן זײַן דער באַפֿרײַעך.
זײַן בליק, — איבער פֿעלדזן אַ זונאױפֿגאַנג, פּראַכטיק,
װעט יעדן קאַנאַלמענטש די בענקשאַפֿט אַנטפּלעקן.
און לײם, זאָגט דער קינסטלער, פֿון קבֿרים װעט קלעקן.
                     


507
פּעטראָ דער ציגײַנער

אַצינדער באַקען זיך, דו לײענער מײַנער,
מיט נאָך אַ פּאַרשױן: מיטן שלײַפֿער פֿון מעסערס
אױף גלעזער־גאַס דרײַצן: פּעטראָ דער ציגײַנער,
וּואָס יאָרן שױן לאַנגע ער װײס ניט קײן בעסערס
װי צוען זיך איבער די הױפֿן און קלינגען
אין גלעקל פֿון װאַרשטאַט. אַ סימן, מע קאָן אים
אַרױסטראָגן שלײַפֿן פֿאַרטעמפּיקטע קלינגען.
און שלײַפֿנדיק ־—־ בײגט ער זײַן כײנערן פּנים
אַלץ נענטער צום שטײן, אַז עס זאָלן די פֿונקען
אַרײַנגײן אין הוּיט אים און בלײַבן פֿאַרזוּנקען.

די פֿונקען זײ האָבן זיך טאַקע פֿאַרשפּיזלט
אין בראָנדזיקן אױג, אינעם קאַרביקן שטערן;
ניט קלעפּיקס אין אָדערן זײַנע אים ריזלט,
נאָר שטאָלענע פֿונקען אַ שטראָם, װאָלט איך שװערן 1
און װּי אַ קינזשאַל מיט בריליאַנטן באַשלאָגן ־—־.
די פּראַכט פֿון זײַן שבֿט פֿון פּנים נאָך בלענדיקט.
שױן לאַנג זיך געזעגנט מיט פֿערד און מיט װאָגן,
ס'קען דאַכטן: ער האָט מיט זײַן אָפּשטאַם געענדיקט.
נאָך פֿופֿצן יאָר קאַטאָרגע האָט ער פֿאַרלאָרן
זײַן װאַלד און זײַן װעלט, איז אַ שלײַפֿער געװאָרן.

נאָר װען ס'איז געקומען דער דײַטש, חאָבן גאָר די
פֿאַרשװונדענע מעסערס געשאַרפֿט אין זײַן לעבן —־
פֿון לײַב אים אַרױסגעטאַנצט קעגן דער האָרדע
און מער שױן זײַן אומרו קײן רו ניט געגעבן.
אַװעק איז פּעטראָ אין די װעלדער פֿון געגנט
באַנאַנד מיט אַ קינד װאָס אַנטרונען פֿון שחיטוּת.
און װען ער האָט בױדן ציגײַנער באַגעגנט, —־־
געגעבן דאָס קינד אַ ציגײַנערטע: היט עס 1
דאָס קינד איז פֿון טױזנטער מאַמעס געבליבן,
מיט ליבשאַפֿט פֿוּן טױזנטער זאָלסטו עס ליבן.
                      


508
און שפּעטער האָט װידער פּעטראָ אין די װעלדער
געבראַכט אַ געיאָגטן געפּײַניקטן יונגל,
פֿאַרברױנט אים דאָס פּנים, געװיקלט אין טרעלדער
און אָנגעטאָן אים אױפֿן אױער אַ רינגל,
מע זאָל אים דערקענען. אַזױ האָט כּסדר
זיך איבערגעחזרט. ביז אײן מאָל געקומען
אין װאַלד מיט אַ מײדעלע אונטער די קלײדער —.
געפֿונען ער האָט שױן ניט קײנעם, בלױז בלומען
באַטױט מיט געוּױין. און צעריסענע בױדן
װוּ שנירלעך מיט ראַבינע־קרעלן זיך הױדען.

אוּיף גלעזער־גאַס דרײַצן בײַם אַלטן ציגײַנער
פֿאַראַן איז אַ קעלער. אין קעלער —— אַ ברונעם.
און קוקסטו אין קװאַליקן ברונעם אַרײַן נאָר ——.
דערהערסטו ניט מער װי דעם װאַסערס ניגונים.
נאָר עטלעכע שפּאַן פֿון דער װאַסערהױט נעמט זיך
אַ דעקל אַרוּיס און אַצינד קענסטו קריכן
דורך שמאָלן טונעל, ביז די ריכטונג פֿאַרנעמט זיך
אױף לינקס, דאָרטן הײבסטו אַ שטײן און אין גיכן
ביסט דו שױן אױף גלעזער־גאַס נײַן, װוּ עס וּװינען
פֿון דער־אָ פּאָעמע די אַלע פּאַרשױנען.
                       













509
מה נשתּנה

צו ערשט האָט אַ בולבע, פֿאַרװּאַלגערט אין קעלער,
אַרױסגעשטראַלט װײַםינקע שפּראָצן. אַ םימן —־
דער פֿרילינג שױן פּראַװעט אין שטאָט זײַנע בעלער.
עס האָבן דערזוניקט זיך מונטערע שטימען
אַרוס דעם בית־עלמין. דאָם ליאַרעמט אַ כאָפּטע
צעזונגענע שטראָמען פֿון שטאָטישע גאַםן
דורך רעגן־קאַנאַלן מיט שנײען פֿאַרשטאָפּטע.
זײ רױשן, צעשינדן דעם אומעט אין פּאַסן
און שפּךײטן שװאַרצערדיקע ךיחות צעבליטע —
אַן אָנדענק פֿון װײַטער, אַמאָליקער ליטע.

פֿון שנײען צעגאַנגענע, עךדן װאָם יערן,
פֿאַרמױערטע קװאַלן, פֿרישגראָזיקע ךעגנם,
װאָס פּליעסקען דוךך גראַטעס, צעגאָלדיקטע רערן,
פֿון װינטערס צעגאַנגענע פֿרײַע פֿאַרמעגנס, ־—.
עס האָבן די שטראָמען געזונגען אַן אָדע
צום פֿרילינג, אַרומגעכאַפּט װי מיט אַן אָרעם
דעם קעלער און ס'האָט זיך אַ ליניע אַ גראָדע
געצױגן פֿון פֿרילינג אַהער צו די קבֿרים,
דערװײכט און דערװאַרעמט פֿאַרגליװערטע חאָרבן
און אױפֿגעװעקט יענע װאָס זענען געשטאָרבן.

דער פּרוש, פֿאַרטאָן אין געהױבענער פּראַצע,
האָט זאָרגעװדיק־ערנסט געכּשרט די כּלים,
גערעדלט, געבאַקן װי ס'דאַרף צו זײַן מצה.
באַיום־טובֿט די קנײטשן פֿון הײַפֿל אַבֿלים.
דער רױך האָט געצױגן זיך װײַט, דורכן קױמען
פֿון גלעזער־גאַס דרײַצן, װוּ ס'װױנט דער ציגײַנער.
און דאָ, אינעם היכל דעם ברײטן, גערױמען,
געװאָרן איז װאַרעמער, זױבערער, פֿײַנער.
דער פּרוש האָט אָבער אין קומער געטענחט:
—— ס'איז נאָענט דער פּסח, מיר האָבן קײן װײַן ניט1
                    


.51
            האָט פֿאָליע זיך פּלוצעם דערטאָנט: זײַן געטרײַער
            געפֿאַלענעך טאַטע, ער האָט פֿאַר אַ יאָרן
            בײַם סדר אין געטאָ באַהאַלטן אױף הײַיאָר
            אַ פֿלאַש ייִן צימוקים 1 באַגלײט פֿון זכּרון, ־—־
            אַצינד האָט געצױגן דער זון דורכן ברונעם
            צו יאַטקעװער געסל און דאָרט אונטער גרינע
            צעפֿאַלענע װענט די ירושה געפֿונען.
            בײַם אָנזען דעם װײַן האָט געטענצלט אין שכינה
            דער פּרוש: אַ האַלבע פֿלאַש װײַן דאַרף מען װידעך
            באַחאַלטן אױף איבער אַ יאָר, אין דער נידער.
            
בײַם סדר. דער פּרוש געלענט אָן אַ קישן.
            צװײ װאַקסענע ליכט. אַ פֿאַרטריפֿטע חגדח.
            ס'איז אמת, מע זעט ניט קײן הינער, קײן פֿישן,
            פֿאַראַן אָבער מךור, אַזױ איז די מאָדע.
            די שפּין װאַרפֿט אַ ציפֿערבלאַט־שאָטן אַ רונדן
            דעם פּרוש אַנטקעגן און פֿרעגט: מח נשתּנה ן
            עס קניפּן זיך אַלטע צעריסענע בונדן.
            דער איצטיקער קנעכט איז דעם זײדן מקנא.
            —־. עבֿדים הײנו... װער זענען מיר, קינדער,
            נאָך עטלעכע טױזנטער יאָרן אַצינדער ן
            
מיט זאַנגענער האַנט הײבט דער פּרוש אַ בעכער
            פֿון טונקעלן זילבער מיט ראַנדן פֿון גינגאָלד.
            באַקריצלט מיט הירשן װאָס רײַסן זיך העכער,
            די װענטלעך מיט פּסוקים װי טױען באַרינגלט.
            עם האָט אים געראַטעװעט אסתּר, לזכר
            די יודישע דורות צעאַשט און פֿאַרלענדיקט.
             איצט גײט ער פֿון ליפּן צו ליפּן אַ בלײכער,
             מסתּמא זײַן שליהות נאָך אַלץ ניט געענדיקט.
            ־—. צו אײנציקע זופּן 1 דער װײַן איז מחיה.
.
             אַ זופּ ־— און עס קוּואַלן שױן װײַנכװאַליעס נײַע.
                                   


511
דער פּרוש —־ איז ניט צו דערקענען, אַ צװײטער.
זײַן פּנים ——.. אַ בליציק־באַלױכטענע מאַפּע.
פּאַמעלעך, אין קיטל דעם ליכטיקן, גײט ער,
פּראַלט־אױף מיטן אַקסל די שטײנערנע קליאַפּע
װאָס פֿירט אין געהײמשטאָט דורך בײַװעגן שמאָלע
אוּן ברומט: שפֿוּך חמהך 1 פֿאַרגיס מיט דײַן צאָרן
עמלקן, זאָל אים פֿאַרשׂרפֿען דײַן קללה,
װי ער האָט פֿאַרשײַטערהױפֿט אונדזערע יאָרן.
אַ ראָב זאָל זיך מיאוסן קראַקען זײַן נאָמען.
און אַלע אים ענטפֿערן אײַנשטימיק: אָמן.
                    






















511
פֿאָרזשאָװערטע ביקסן

פֿאַרזשאַװערטע ביקסן, געפּוקלט אין פּליאַמעס,
אַלטמאָדישע, קךומע סקעלעטן פֿון אײַזן, —־
װער האָט אײַך באַהאַלטן אין ד י דלד אַמות
איר זאָלט אין געהעריקער צײַט זיך באַװײַזן ן
צי האָבן געטראָגן אײַך שטאָלצע סאָלדאַטן
און רום איז דער נאָמען פֿאַר אײַער געזשאַוּוער ן
צי זענט איר געחאַנגען אױף אַקסלען פֿון קאַטן,
צי האָט איר געשאָסן אין אײגענעם חבֿר ן
אָ, ביקסן אין דר'ערד, װאָס מיר האָבן געפֿונען
בײַם גראָבן אין קופּערנעם קעלער אַ בךונעם 1

און אפֿשר געפּולװערט אין אײַך האָט אַ האָפֿן
אין מאַרש פֿון די צײַטן, אַז גלײביקע פֿינגער
דערגראָבן זיך װעלן אַ מאָל צו די װאָפֿן,
זײ נאָך אַ מאָל אָנצילן קעגן באַצװינגער
און ענדיקן זיגעריש יענע מרידח
װוּ זינגענדיק זענען געפֿאַלן די שלאַכטלײַט 9
דערגלעקערט אין מיר זײער שטאָלענעם װידױ,
דעם םוד פֿון געשיכטע אַנטפּלעקט פֿאַר די נאַכטלײַט 1
אָ, ביקסן אין דר'ערד, װאָם מיר האָבן געפֿונען
בײַם גראָבן אין קופּערנעם קעלער אַ בךונעם.
                     












513
פֿאַרבלענדעניש

און װאָס איז מיט אָדמלען, אונדזער מיזיניק,
פֿאַרטריבן אַהער פֿונעם אַלטן גן־עדן ן
ס'איז ניט צו פֿאַרזינדיקן. לעבט װי אַ קיניג
און גאָר־גאָר אין גיכן װעט נעמען שױן רײדן.
אַ קװעקזילבער־פֿלײט איז דערװײַלע זײַן שטימל,
און װיפֿל דו זאָלסט ניט די קלאַנגעלעך זוּכן ——
אַנטרינען זײ אין אַ באַזונדערן חימל.
אַ שמײכל פֿאַרהױלן אין זײַדענע פּוכן
באַװינטלט זײַן פּנים. עס איז די געהײמשטאָט
זײַן אמהע, ניט קײן פֿאַרלײקנטע הײמשטאָט.

געװיס, אין קאַנאַלן־מלחמה, אױך שפּעטער
אין װאָגל דורך קעלטן, דורך פֿינצטערן חונגער,
געוּוען איז אונדז טאַקע אַ שאלה, צי װעט ער
באַזיגן די פֿײַנד אונדזער הערשער דער יונגער.
נאָר װײס דען אַ פֿידל איר ניגון, קױם האָבן
איר טיפֿקײט ניט אױפֿגעקושט פֿינגער װי רעגנס ן
װאָס מער ס'האָט דער אומגליק זיך קראָטיש דערגראָבן,
האָט אָדם דאָס לעבן באַהערשט אונטערװעגנס
װי אים װאָלט גערופֿן די זון, װּאָס געפֿאַנגען
אױף יענער זײַט װעלט קען אַהער ניט דערלאַנגען.
אױף גלעזער־גאַס נײַן, אין דער יודישער פֿעסטונג,
צעװישן דער גאַס און קאַנאַל, אין דער נידער, —־.
האָט אָדם געפֿונען אַ װאַרעמע נעסטונג
און ס'װיגן אים אַלע און קושן די גלידער,
װּי יעדערער װּאָלט אים געבױרן. דער עיקר
איז ליפּמאַן צעשױבערט. נאָר זאָל מען ניט מײנען
ס'איז פּשוט. װײַל יענער פֿון לאַנג איז װי שיכּור,
עס האָט אים פֿאַרװירבלט זײַן קאַנטשאַפֿט מיט קרײנען.
ער קאָרמעט דאָס קינד און דערהױפּט איז ער גליקלעך,
װען קרײנע געטרױט אים צו װאַשן די װיקלעך.
                      


.51
            און קרײנע ן װי אױסטערליש האָט זיך עס קרײנע
            געביטן 1 איר הױט, אַ צעקאַרבטע אין לײדן,
            אַצינד איז געוּואָרן אַ שעמעװדיק־רײנע,
.          באַװעלטיקט ביז גאָר פֿוּן אַמאָליקע פֿרײדן;
            אַזױ װי זי װאָלט דורך אַ כּישוף געװונען
            איר יוגנט. די האָר זענען בלױז איר אַ זכר,
            אַז דאָ האָט די טױטשרעק איר גראָקײט פֿאַרשפּוּנען.
            אַז דאָ האָט דער טױטגאָט געפֿלאַקערט אַ בלײכער.
            נאָר דװקא דער שאַרפֿער קאָנטראַסט האָט נאָך מערער
            גערײצט און געמאַניעט איר װוּילן פֿאַרערער.
            
ס'איז קרײנע אין א י ם אױך פֿאַרליבט, װי בשעתּו
            בײַ נאַכט בײַ די אָפֿן־צעמײַלערטע גריבער
            װען זי האָט אין בענקשאַפֿט צו שטאַרבן אַ זאַטע,
            גערופֿן אַ פֿרעמדן: ▮מײַן אײנציקער, ליבער 1▮
            ס'האָט קרײנען געדאַכט, אינעם גלאָזיקן פֿיבער,
            אַז ליפּמאַן איז דער, װעמען זי האָט גערופֿן
            אין שהיטה־באַגינען: ▮מײַן אײנציקער, ליבער 1▮
            עס האָבן זיך איבערגעביטן די גופֿן 1
             און שטענדיק װען ליפּמאַן צו איר טוט גענענען ▮־־
            װערט זי דורכן דאָקטער פֿאַרבונדן מיט יענעם.
             
און ליפּמאַן ־—. ער קען ניט דערגרונטן דעם אמה.
             ער גלײבט: ער איז יענער. עס צװינגט אים איר גלױבן.
             ער גלײבט אױפֿן שמײכל, ער גלײבט אױפֿן רמז.
             װײַל דוּוּקא אַזױ װערט זײַן ליבשאַפֿט דערהױבן.
             צי קען ער זיך אױף די געדאַנקען פֿאַרלאָזן,
             געדענקען די נאַכט לעבן אָפּגרונט, די דאַטע ן
             געװיס... ער האָט קרײנען געליבט אין די גראָזן.
             ס'איז ליפּמאַן ־—. דעם יונגעלעס גליקלעכער טאַטע.
             בפֿרט נאָך, די ענלעכקײט גיט אַ פֿאַרמסר:
             דער דאָקטער און אָדם —־ װי צװײ טראָפּנס װאַסער.
                                   


515
און ליפּמאַן דערמאָנט זיך. דער גײַסט פֿון דערמאָרדטן
לעבט װײַטער אין אים, װי אַ קוסט װאָס מע האָט אים
אַךיבערגעפֿלאַנצט אין אַן אַנדערן גאָרטן,
און בינען די זעלביקע זײגן זײַן אָטעם.               .
עס האַלטן אים קרײנעס צװײ אױגן אין צװאַנגען.
אַפֿילו זײַן חלום אַנטפּלעקט אים די װאָך ניט.
אױך דאָרטן דורך זעלביקן כּישוף געפֿאַנגען —־
אין צװײטן פֿאַרװאַנדלט. אַלײן איז ער גאָרניט,
אַ שאָטן פֿון זיך. נאָר אין פּלאַזמע פֿון שאָטן
אַ צװײטער זכּרון אַצינד איז פֿאַרקנאָטן 1

און איבער זײ בײדן, דעם פּיצינקן אָדם,
און איבער דער ליבשאַפֿט װאָס גלאָצט אין בײַנאַכטן —
די שפּין מיט איר גראָען אומזעוקן פֿאָדעם
טרײַבט װײַטער דאָס שפּינראָד פֿון מענטשלעכן טראַכטן.
די ליסטיקע שפּין איז דאָ אױכעט אַ שותּף
צום װיגליד װאָס קרײנע פֿאַרזײט אַרום װיגל,
צום תּענוג דעם נײַעם װאָס ריזלט אין בלוט אױף,
צום לעבן װאָס קען ניט דערזען זיך אין שפּיגל.
מסתּם װעט איר קיניגרײַך באַלד זיך פֿאַרשפּרײטן
און אַלעמען שמידן אין זײַדענע קײטן.
                     













516
טאַבאָרן ציגײַגער

טאַבאָרן ציגײַנער פֿון ליטע און פּױלן,
איר בערדיקע מענער, שװאַרצערדיקע טעכטער, ——
בערלין האָט אײַך אַלעמען טײטן באַפֿױלן,
געקױלעט אַ װאַלד מיט געזאַנג און געלעכטער.
באַנאַנד מיט די ייִדן מע האָט אײַך געשײַטערט,
די ערד האָט געריסן פֿאַר בײדן אײן קריעח.
אַ ךעגן פֿון אַש האָט די בײנער געלײַטערט,
אַ רעגן פֿון אַש איבער מאַמע װילוע.
און אײַערע װעגענער זומפּיקן, פֿױלן,
טאַבאָרן ציגײַנער פֿון ליטע און פּױלן.

ס'האָט פּושקין אַנטפּלעקט אײַעך פּראַכט, אײַער װאַנדעך.
זײַן האַרץ האָט געפּײַקלט אין אײַער באַנדורע.
צי װעט דעם ציגײַנערשן אומקום אַן אַנדער
באַזינגען מיט זעלביקער קלאַנגיקער גבֿורה ן
דער נאַכטיגאַל סײַדן, בלױז ער, דער מקונן
װאָס האָט אײַך באַגלײט צו די שלאַנגענע ראָוּועס.
פֿאַרבײגן זיך טונקל די װערבענע קרױנען
און זאַפּן אײַך אײַן אין די גרינע מחשבֿות.
אָ, שטאַם, איבערהױפּט פֿון פּאָעטן געשעצטער 1
פּעטראָ איז געבליבן, קען זײַן, אײַער לעצטער.
                     












517
אָפּגלאַנץ פֿון װאַרשע


ס'איז הײַנט ערשטער מײַ. ניט קײן טרױערטאָג, נײַערט
באַפֿליגלטער גלױבן. מיט אים װערט צוזאַמען
דער יאָרטאָג פֿון אױפֿשטאַנד אין וּואַרשע געפֿײַערט.
אַן אָפּגלאַנץ פֿון יענע געהײליקטע פֿלאַמען
באַשײַנט די געקױלעטע לופֿט װּי אַ פֿאַקל.
און דבֿורל, װאָס איר איז באַפֿאַלן אַ הוסטן,
האָט פֿאָנעלעך רױטע געשפּינט פֿוּן איר יאַקל.
די פֿאָנעלעך בעזלען אַצינד אױף די ברוסטן.
און אוּיך בײַם ציגײַנער פּעטראָ אונדזער שכן —־.
אַ פֿאָנעלע בליט מיט אַ שטילן נצחון.

נאָר דװּקא באַהאַלטן ז ס'איז יעדער אַ בעלן
די װעלט זאָל דערזען, אױף להכעיס דעם שענדער.
קריכט עולם אַרײַן אין די שמאָלע קאַנאַלן,
מע טשלאַפּעט אין פֿינצטערניש מיט די געװענדער
אין װאַסער, וּװּ מײַז טוען שפּילן טעאַטער.
ביז װאַנען די זון דורך אַ גראַטע באַוּוײַזט זיך, ־—
אַ ריזיקער פּערל, אַ מילכשײַניק־מאַטער.
און דעמאָלט בײַ דבֿורלען אַ פֿאָנעלע רײַסט זיך
אַרױס פֿון די פֿינגער, און יאָגט אין די הײכן
אַהין, וּװּ עס קען דער רוצח ניט גרײכן.

און פּלוצעם ־—־ אַ באָמבע־געהילך איז דערגאַנגען
אַהער אין געהײמשטאָט און תּיכּף אַ צװײטער.
פֿאַרמירמלטע פּנימער שלינגען די קלאַנגען,
אַזױ װּי בײַם הערן משיחס טרומײטער.
מע נישטערט פֿאַרפּראָפּט אוּנטער אײנציקער גךאַטע
צו זען די זיגזאַגן פֿון רעטער, װאָס האָגלען.
מע קושט זיך שױן אָפֿן... מע פֿירט אַ דעבאַטע
צי ס'װעט נאָך געדױערן לאַנג אונדזער װאָגלען.
צי װערן מיר אױסגעלײזט פֿרוער צי שפּעטער ן
עס פֿאָכען מיט װײַסינקע טיכלעך די רעטער...
                      


518
משיחס טרומײטער ־—. פֿאַרשוּװּנדן. אין צונטער
דער הימל, װי ד אָ ר ט װאָלטן מענטשן זיך שלאַכטן.
אַ שטערנדל וּױנקט פֿון די װּאָלקנס אַרונטער,
נאָר ס'איז ניט כּדאַי וּוּעגן שטערן צו טראַכטן.
פֿאַרנעסטן זיך װידער אין האַרבעריק אַלע
מיט אָדערן־בליקן געשפּאַנטע אין תאװת.
מע שנאַפּט אין די נעכטנס די גרױזיק־פֿאַטאַלע,
דאָס גליק װּערט פֿאַרװאַנדלט אין שולד, אין ההחײַכות
אַנטקעגן די בערגלעך, אַנטקעגן די צאָלן,
פֿאַר װעלכע מע קען שױן מיט גאָרניט באַצאָלן.

־— כ'האָב מורא פֿאַר אײנס: פֿאַר דער נאָנטער ישועה,
זי פּײַניקט מיך 1 ־—. טענהט דער בלינדער, געבױגן
דעם נאַקן צו דר'ערד וּױ אַ פּלאַציקע דוהע.
פֿאַרשאָלטענע פֿרײַהײט, קוק אָן מײַנע אױגן:
אין אײן אױג —־ מיט לאַכיקער ליאַלקע מײַן טאָכטער,
אין צװּײטן.—. מײַן פֿרױ מיט די טרערן פֿאַרסמטע 1
מײַן לעבן ־—. איז לעבן אַן אײביק געיאָכטער
ביז װאַנען די פֿינצטערניש װעט אַ צעפֿלאַמטע
פֿאַרשלינגען מײַן שפּיציק געבײן װי אַ מעסער,
נאָר אײַך װעט זי אױסשפּײַען, אײַך די פֿאַרגעסער.
־— פֿאַרגעסן? זאָגט פֿאָליע, זאָל װערן בײַ יענעם
פֿאַרגעסן דער נאָמען וּוער ס'װעט ניט געדענקען
דעם הלין און רױזן פֿאַרזײען אין גיהנום.
נאָר מער וּױ געדענקען, ־—. זאָל יעדערעו בענקען
צו װּערן אַ יודישער ציגל אין גרונטפֿעסט
פֿון אײגענער הײם. ־—. און פֿאַר װאָס ניט אַ ציגל
אין אײגענער װעלט, אוּן ניט שליסן קײן בוּנד פֿעסט
מיט אַנדערע ז ־— גיט זיך דער דאָקטער אַ קליגל.
בין זיכער, װעט זײַן אױף דער װעלט סאָציאַליזם
װעט אױכעט פֿאַרשוּױנדן דער אַנטי־יודיזם...
                        


519
אין שטאָט װו עט קלינגען מיצקעװיטשעס װערטער

איר הױט ־— אַ לבֿנה־שטראַל װאָלט זיך דערשראָקן —.
באַלײַכט דעם געלעגער. נאָר שװאַרצער פֿון בלינדקײט
פֿאַרװאָרפֿן איז איבערן האַלדז אירע לאָקן.
דער שמײכל ־— צעבױגן. אין הײסער געשװינדקײט
באַװעגט זיך די ברוסט װי אַ כװאַליע אין שטורעם.
דער דאָקטער בײַם צײלן איר פּולס, און אַהינטער —־
עס קאָרטשעט זיך פֿאָליע אין א י ר ע יסורים.
—. איך האָב נאָך געװאָרנט דעם פֿאָריקן װינטער —־.
זאָגט ליפּמאַן בלחש צו פֿאָליען, אַז דבֿורל
איז קראַנק אױף די לונגען, איז קראַנק אױפֿן גורל.

־—. װאָס הײסט אָנאָך דעם פֿאָריקן װּינטער געװאָרנט ןאָ
דו ביסט דאָך אַ דאָקטער 1 נעמט צוקן די פּלײצע
בײַ פֿאָליען און ס'פּנים װערט אַשיק־פֿאַרצאָרנט, ——.
מיר מוזן אַ צ י נ ד ע ר געפֿינען אַן עצח 1
און ליפּמאַן פֿאַרטראַכט זיך: די עצה איז, ברודער,
צו בײַטן די לופֿט. אַז מיר זאָלן דאָס מײדל
פֿון דאַנען אַרױסטראָגן שטיל, אָן גערודער,
צו אײנעם אין שטאָט, װאָס זאָל זײַן אַזױ אײדל,
באַהאַלטן די קלײנע ביז נאָך דער מלחמה,
ביז װאַנען דער פֿײַנד װעט אַרײַן אין אדמח.

און פֿאַליע צו דבֿורלען גענענט אַ פֿאַרקלערטער:
איז װילנע שױן טאַקע אַ סדום אָן צדיקים ז
די שטאָט װוּ עס קלינגען םיצקעװּיטשעס װערטער ן
געשטאַל.ן פֿירפֿיסיקע טונקלען זײַן בליק אים.
נאָר באַלד נעמען אַנדערע אױפֿגײן צוזאַמיק
אַנשטאָט די פֿירפֿיסיקע, גראָע געשטאַלטן ——.
מאַטײקע פֿאַרװיגט אױף דער תּליח, אַדאַמעק,
פּעטראָ, װאָס מיט פֿאָלק זאַלבע צענט װיל זיך האַלטן.
עס מ ו ז זיך אין װילנע געפֿינען אַ פֿערטער 1
אין שטאָט װוּ עס קלינגען מיצקעװיטשעס װערטער...
                      


510
איר האַנט אין געקלעם, נעמט זיך ציִען פֿון זײַנער.
אַלץ שטאַרקער דער הוסט, װי אַ האָגל אין בלעכן.
עס פֿײַלט אַ פֿאַרזשאַװערטע ביקס דער ציגײַנער,
אַן אַנדערע —־ קאָפּל. נאָר איר נעמט זיך ברעכן
די ערד, װי אַ הײַטל פֿון אײַן חודש ניסן.
און פֿאָליע פֿאַרװאַנדלט ער איז אין אַ תּפֿילה.
און ליפּמאַן ער טענהט צו דבֿורלס געװיסן:
—־ דײַן שטאָלץ װעט ניט װערן געמינערט, חלילה,
נאָר קראַנק ביסטו, מײדל, די לופֿט דײַן פֿאַרסמער,
מיר מוזן אין שטאָט דיר געפֿינען אַ קאַמער.

דאָס מײדל נעמט װאַרפֿן דעם קאָפּ װי אַ טךילער
װען מענטשן אים שטערן צו פּיקן די קערנער.
און פֿאָליע: באַרװק זיך, ליבינקע, שטילער.
און דבֿורל: פֿאַרבלײַבן אָט־דאָ װיל איך גערנער,
אַבי ־—. ניט אַלײן. און די שפּין װי אַ באָבע
זי שפּינט איבער בײדן דאָס זײַדנס פֿון שװּײַגן,
פֿאַרצירעװעט שאָטנס —־־ דער נאַכטס גאַרדעראָבע.
ביז פֿאָליען די קראַנקע ס'געראָט איבערצײַגן.
און דבֿורל שוּין שמײכלט: געהאָרכיק זײַן מוז איך,
און פֿירט זײַן טשופּרינע אַלץ נעענטער צו־זיך.
                      













511
גאספּפּפּע ג1אגא


די זומערנאַכט ——. אָדערדיק־צערטלעך און װאַרעם,
אַזױ װי דער האַלדז בײַ אַ פֿערד. נאָר סירענעס
צעשנײַדן דעם האַלדז מיט אַ שאַרפֿן אַלאַרעם.
זשאַנדאַרמען אױף איטלעכן ראָג, װי היענעס.
פֿאַרבײַגײער לױפֿן. די הימלישע ךעטער
באַקראַנצן די שטאָט. ערגעץ פֿלאַקערן שױבן.
צעװישן די לױפֿער ־—. פּעטראָ אין אַ סװעטער.
נאָך אים, דורך קופּאָליקע זײַלן מיט שטױבן —.
יאָגט פֿאָליע מיט דבֿורלען. עס דאַרף נאָך די קראַנקע
דערשװעבן צום טױער אױף קלײן־פּאָהוליאַנקע.

און פֿאָליע ־— ער הערט ניט אַצינד װי עס זשומעט
דער הימל. איר הוסטן צעשניקערט די חושים.
ער יאָגט װי אַ קרעציקע מאַלפּע דעם אומעט.
עם ברענען װי שױבן אױף אים די מלבושים.
אַיעדער איר הוסט איז אַ לאָפּעטע רױערד
אױף זײַנע ביז פּלאַצן־געשפּאַנטע פֿאַךלאַנגען.
און דבֿורל אין אײגענעם שאָטן פֿאַרבױערט —־
זי װאַקלט פֿאָרױס, װי עס װאָלט זי געפֿאַנגען
זײַן װּילן. דער זונפֿאַרגאַנג הינטער זײ בײדע ——.
אַבֿרהם פֿירט יצחקן צו דער עקדה.

עס װּאָלקנט די נאַכט. דער אַלאַרעם שױן איבער.
די לופֿט איז אַ װײך־אומגעזעענער דאָרן.
עס פֿירן צוּױי מענער אַ מײדל אין פֿיבער
צו מאַריאַ פֿעדעצקאַ, װאָס האָט פֿאַר אַ יאָרן
אַרײַנגעבראַכט דבֿורלען אין קלױסטער אױף ראָסע.
נאָר פּלוצעם לײַכט עמעץ אַרײַן מיט אַ לעמפּל:
־—. פּאַספּאָרטן 1 ־— פּעטראָ גיט אַ בלישטש װי אַ קאָסע:
—־ מיט גרױס פֿאַרגעניגן, אַ שײַן מיט אַ שטעמפּל...
נאָר ס'בלײַבן אָן קלאַנגען בײַם פֿרעגער די ליפּן,
אַ בליץ פֿון אַ מעסער שנײַדט דורך זײַנע ריפּן.
                      


511
אַרײַן צו פֿעדעצקאַן דער ערשטער איז פֿאָליע.
די קליאַמקע ־—. אַ יאָזש, האָט די פֿינגער צעשטאָכן.
▮ניט אײַנגענעם▮ טאָר דאָ ניט שפּילן קײן ראָליע.
װײַל דבֿורל... אין איר איז געװענדט דער נצחון 1
——. גוט נאָוּונט 1 איך װיל איר זאָלט העלפֿן אַ פֿרײַלן,
אַ יודישער, קראַנקער, ——־ האָט פֿאָליע שױן פֿעםטער
געריסן פֿון גומען די װערטער װי פֿײַלן.
איר קענט זי, דערמאָנט זיך, געמאַכט פֿאַר אַ ▮שװעסטער▮.
נאָר װען ס'איז דער טײַװל דעם קלױסטער באַפֿאַלן, —־.
אַרײַן אין געהײמשטאָט, דאָס מײנט ——־ די קאַנאַלן.

— דעבאָראַ ײַ וּװּ איז זי ל ־—. צעוּױשן די בײמער,
אין גאָרטן, זײַט מוהל. און מאַריאַ: פֿאַר וּוּאָס זשע
אין גאָרטן ן אַ װײַלע, כ'װעל געבן אַ הײם איר.
נאָר װער איז אַנטקעגן דער פֿרעמדער ז אַך, באָזשע 1
־—־ פּעטראָ, אַ באַגלײטער, אַ פֿרײַנד... ־—־ וּױ אַ לעמל
אין גראָז ליגט דאָס מײדל און אָטעמט די שטערן.
זײ טוען װי באַלזאַם באַשפּריצן איר דרעמל,
עס גלימערט אין היץ איר באַטױוקטער שטערן.
און גריל־עראָפּלאַנען פֿוּן אַלינקע סאָרטן
צעזעגן דעם גראָזיקן הימל אין גאָרטן.

ס'איז מאַריאַ פֿעדעצקאַ שױן איבער די פֿערציק,
אַ פּױלישע טאָכטער אי שטאַלטנע, אי גרעפֿיש.
אוּן מיטן געוּױסן דורכױס אָפֿנהערציק,
פֿאַר ייִדן —— זי שטעלט אין סכּנה איר נפֿש.
אַ קראַנקײט מסהמא: האָט ד ו ו ק א ליב יודן,
באַהאַלט זײ, באַזאָרגט מיט געפֿעלשטע פּאַספּאָרטן.
מע האָט זי אין הפֿיסה געטאָן שױן פֿאַרשמידן,
אַ נס האָט געראַטעוּועט מאַריאַן פֿון דאָרטן.
זאָל יעדער געדענקען איר נאָמען, די פֿרײַנדשאַפֿט,
אין שרעקלעכן דוּר פֿון משוּגענער פֿײַנדשאַפֿט.
                       


513
אַ װינקל פֿאַרחױלן פֿון אױג אױף אַ סאַלקע,
ם'חאָט מאַריאַ שױן דבֿורלען געװאַשן, געבאָדן,
געלײגט אין אַ בעט װי אַ קראַנקע בת־מלכּה.
אַנטקעגן דעם זױבערן בעט, אױף אַ לאָדן —
קאָסציושקאָ אין פֿולן גאַלאָפּ, מיט אַ קרומער
אַלטפּױלישער שװערד. און דערבײַ ־— טוליפּאַנען.
דאָס האָט אײגנהענטיק געבראַכט זײ דער זומער
פֿאַר דבֿורלען מיט ריח און קלאַנג — ניט פֿון דאַנען,
כּדי ס'זאָל ניט זײַן אַזױ אומעטיק, כמאַריק.
און ס'טרילט אין געשפּרינקלטן ליכט אַ קאַנאַריק.
                      























.51
זיבן פֿלאַשן

דערשװוּמען אַחײם דורך אַ חילצערנעם אַלטן
קאַנאַל, װאָס באַרינגלט אין דר'ערד די קאַטעדרע,
באַפּאַנצערט מיט מײַז און מיט שימל פֿאַרגאַלטן,
דערװאַרט האָט דאָ פֿאָליען אַ נײַע מין סדרה ־—־
פֿון קרײנען. מע האָט ניט געחערט נאָך אַזױ פֿיל...
זי האָט זיך פֿאַרקערט אין אַ װעלפֿיכע ממש
און װאָיעט: הלמאַי לאָזסטו איבער אַן עופֿל
און ראַטעװעסט דבֿורלען 9 ס'איז מיאוס און כאַמיש!
געװאַלד זשע, אױף װעמען איך האָב זיך פֿאַרלאָזן 1
קום אָדמל, קום, לאָמיר אַלעמען לאָזן.

ס'האָט פֿאָליע פֿאַרשעמט זיך אַנטקעגן ציגײַנער:
־— געװען איז די עצה דאָך ליפּמאַנס, צו בײַטן
פֿאַר דבֿורלען די לופֿט 1 איז אױך ליפּמאַן אַ טענהר,
אַז אָדם איז בילכער ז װאָס זאָל עס באַטײַטן ע
נאָר אױב דו ביסט מסכּים, ——. רײד קלאָרע דיבוךים
און הײַנטיקע נאַכט װעל איך אָדמלען אײַליק
אַװעקטראָגן ערגעץ —־ ביז איבערן שטוךעם.
טאָ מאַך ניט אומזיסט דײַנע ליפּן זיך הײַליק,
דערװײַל —— אָט איז מילך פֿאַרן זונדל צו נאַשן.
אַךײַנגעבראַכט זיבן פֿאַרזיגלטע פֿלאַשן.
צערודערט איז ליפּמאַן: —־ זײַ מוחל די װערטער.
דו װײסט דאָך, ם'איז קרײנע באַהערשט פֿון שגעון,
אַז אונדזער געהײמשטאָט, אַז אַל אירע ערטער,
געמאַכט איז פֿון גלאָז פֿון אַ דורכזעיִק־בלאָען
און אױבן דער שׂונא, ־— ער זעט דורך די גרונטן
דאָם קינד. ס'איז אַן אײַנרײד אַזאַ בײַ דער אישח.
פֿיל בעםער אַז אָדם זאָל בלײַבן דאָ אונטן
װוּ ער איז געבױרן. די פּלוצעמדיק פֿךישע
 צעזומעךטע לופֿט קען חלילה אים שאַטן.
 און דאָ איז אים הײמיש בײַ מאַמען און טאַטן.
                       


515
           דער פּרוש װאַכט אױף
           
בײַ אײַער באַפֿרײַונג װעט קײנער ניט שאַלן
           אין רױטן טרומײט עלעחײ אױף אַ סעודה.
           עס װעלן אײַך צוען צוריק די קאַנאַלן
           אַזױ װי דעם הונט זײַן פֿאַרשאָלטענע בודע.
           מקנא זײַן װעט איר די חורבֿות און בעטלען
           אַ פֿונק נאָך באַהאַלטן צעװישן די ציגל.
           איר װעט אײַער פֿרעמדקײט ניט קענען פֿאַרפּשטלען.
           אַ שלאַנג װעט אײַך זײַן פֿון דער קינדשאַפֿט דאָס װּיגל.
           און בלױז דורך די לעכער פֿון שולן און קלױזן
           װעט גאָט זיך פֿאַר אײַך אין די הימלען אַנטבלױזן.
           
אַ כּוס פֿון צעמישונג װעט זײַן אײַער זומער,
           װײַל נאָכהענגען װעלן די נעכטנס וּױ קײטן.
           בײַ יעטװעדער חתונה װעט זײער קומער
           דאָס יונגע פּאָרפֿאָלק צו דער חופּה באַגלײטן.
           בלױז איך, װאָס אַלײן פּײַניק אױס מײַן גאולה,
־          װעל שמײכלען און קושן די מײַז אױפֿן זוהר. —
           אַזױ האָט דער פּרוש מיט אױגן מיט דולע
           געברומט אין זײַן איבערגעפֿלאַקערטן טרױער,
           װען ס'האָט שױן דערגרײכט דורך צעריסענע גראַטן
           דער דומפּיקער אָפּהילך פֿון װּײַטע האַרמאַטן.
                                 













516
אַ שיפֿעלע גרױס װי אַ שװאַלב

אַ שיפֿעלע גרױס װי אַ שװאַלב איז געשוּװּמען
אין רעגן־קאַנאַל מיט פּאַפּירענעם זעגל.
געבראַכט אַ געשריפֿטס מיט אַ ריח פֿון בלומען,
באַפֿינקלט פֿון שטערנדלעך דרײַ װי אַ סגל.
מיט אומגעדולד האָט שױן געװאַרט בײַ דעם חאַפֿן
דער ליכטיקער האַר פֿון דער נאַכטם מעטראָפּאָליע,
און דורך אַ בינאָקל געחאַלטן אין גאַפֿן
אין שטראָמיקן גאָרנישט. ביז ענדלעך האָט פֿאָליע
דערװאַרט זיך. געלײענט בײַם גלאַנץ פֿון די שטראָמען
די אותיות באַהױכט מיט איר טײַערן נאָמען.

װאָס א י ם האָט דאָס מײדל געשריבן באַזונדער
װעט בלײַבן אַ סוד פֿאַר דער דאָזיקער כראָניק.
נאָר אױכעט פֿאַר אַלעמען, װאָס איז דער װוּנדער 9
אַ בריװּ איז פֿאַראַן, װאָס מע שלינגט אים װי האָניק.
עס לױנט זיך אים איבערצושרײַבן אין גאַנצן:
־—־ אַ גרוס דער געהײמשטאָט, אַ גרוס אירע וּװינער,
וּוּאָס בענקען נאָך זון וּױ פֿאַרשלאָסענע פֿלאַנצן.
זײַט װיסן, די שטאָט איז באַלעגערט, דער ▮ברױנער▮
פֿאַרמעסט זיך אומזיסט, האָט געמאָלדן דער ראַדיאָ.
ער וּוּעט נאָך מקנא זײַן אוּנדזער חד־גדיא.
פֿאַר מיר, מײַנע טײַערע, זאָלט איר ניט דאגהן.
מיך װעט ניט פֿאַרשלינגען אַצינד קײן געװעסער.
אַ באַרנבױם אָטעמט צוּ מיר זײַנע צװײַגן
און אױב מע קען זאָגן, איז ער מײַן פּראָפֿעסאָר.
צוריק מײַנע הענט פֿאַרמלהמהדיק־שטײַפֿע,
מײַן וּױלן צו לעבן ——־ פֿאַרעקשנטער, פֿעסטער.
איך לעב מיטן האָפֿן צוּ קומען קײן חיפֿה,
נאָר װעט מיך דערקענען מײַן אײנציקע שװּעסטער ן
איך בין דאָך געבליבן בלױז אײנע פֿון צענען 1
קײן שאלה ניט, זי װעט שױן מ ו ז ן דערקענען.
                       


517
ס'איז טאַקע ניט פּאַסיק צו טראָגן אַ צלם
און קלערן פֿון חיפֿה. זײַט מוחל. מיר טאָרן
כּסדר ניט בלײַבן אַבֿלים, אַבֿלים,
נאָר אָניאָגן מוזן מיר בעסערע יאָרן,
װי יעדער פֿון אונדז חאָט געבענקט, זיך געװוּנטשן.
אַ גרוס אײַך פֿון מאַריאַ, די רעטערין מײַנע,
מיר שיקן אײַך בײדע די זוניקסטע װוּנטשן.
און נאָך אַ מאָל, טײַערע, האָט ניט קײן טענה
װאָס איך בין באַזונדער אין אָנהײב גאולח.
דאָס שרײַבט אײַער דבֿורל. דעם זיבעטן יולי.
                      
























.51
ערשטע טאַגקען

ס'האָט פֿאָליע געזוכט מיט זײַן קלײנעם בינאָקל
אַ סימן פֿון אױסלײז, דורך גראַטע װוּ ס'רעגנט
מיט זונפֿאַרגאַנג. ערגעץ בײַם אָנהײב אַנטאָקאָל
די ערשטע סאָוּועטישע טאַנקען באַגעגנט.
עס שפּאַלטן פֿונאַנדער די שטאָלענע טאַנקען
די לופֿט־עשאַפֿאָטן, װי לעביקע װעזנם.
צעעפֿנטע קלימפּערן־מיט די געדאַנקען.
עס װײנט אָבער הינטערן קלאַנג דאָס געװעזנם
אַזױ װי אין װאַלדיקן שטורעם אַ פֿידל.
נאָר װער זשע װעט חערן אין שטוךעם איך לידל ז

פֿון גראַטע אױף שלאָסגאַס, בײַ דאָמיניקאַנער,
װי פּראָפּנס פֿון פֿלעשער אַלײן אומגעריכטע, ——.
עס האָבן געגעבן אַ שפּרונג פּאַרטיזאַנער,
גענומען פֿאַרקריצן אין װענט די געשיכטע
מיט קױל־היראָגליפֿן. דערשפּרונגען צום קלױםטער,
און פֿרײלעך באַשאָסן דעם טורעם, װוּ ס'האָבן
פֿאַרבאַריקאַדירט זיך אין שלאַכט אין צעברױזטער
פֿאַרביסענע דײַטשן װי שטאָלענע ראָבן.
פּעטראָ האָט געזונגען, דערמוטיקט די שלאַכטלײַט,
באַפֿליגלט מיט וּואַלדיקע הימנען די נאַכטלײַט.
פֿאַרקלעמט אין באַלעגערונג זענען זײ ענדלעך,
די נעכטיקע העלדן, געקראָכן פֿון מױער
מיט אַנגסטיק־פֿאַרהױבענע שמאַטיקע פֿענדלעך.
די צײַט האָט זיך איבערגעשפּיגלט קאַפּױער.
נאָר קאָפּלען —־ בײַם גלאָק פֿונעם קלױסטער, אַנטקעגן
דעם שלאָסבאַרג —־ האָט גראָד אין די זעלביקע רגעס
געטראָפֿן אַ קױל, און זײַן גוף איז געלעגן
מיט האַנט אױסגעצױגן צו נאָענטע בךעגעס...
די נאַכט האָט געװײנט װי אַ נאַכטיגאַל. ס'האָט אים
אַ שטילקײט־מצבֿה פֿאַרזיגלט דעם אָטעם.
                     


519
גאָו דער באַפֿרײַוגג

די רױטע אַךםײ װי אַ לאַװע האָט בךעניק
אַװעקגעשטראָמט װײַטער אױף קאָװנע און שאַװל,
און דאָ איז געבליבן אין שטאָט װידעךשפּעניק
אַ שװאַרצער, אַ דינער צעצױגענעך באַװל.
אַ באַװל אַ שװאַרצער בײַם טרינקען פֿון לאַדיש,
בײַם אױפֿשנײַדן בךױט, בײַם באַגעגענען יודן.
פֿון יעדער געזאַנג האָט גערידלט אַ קדיש,
געשךאָקן די פֿרײַחײט, דעם כּלומרשטן פֿךידן.
און ס'איז ניט געװען אַזאַ שער צו צעשערן
דעם באַװל, װאָס חאָט זיך געצױגן דורך טרערן.

כאָטש מיך האָבן צוגעשטימט אַלע, זיו טרעפֿן
צוזאַמען בײַ דבֿורלען אױף קלײן־פּאָחוליאַנקע,
װי נאָר ם'װעט זיך טאָן די געחײמשטאָט אַן עפֿן,
צו טךינקען לחײם פֿאַר ▮דבֿורל די קראַנקע▮ ——.
פֿון דעסטװעגן חאָט םען פֿאַרגעסן דעם צושטים.
דער מענטש חאָט געצערטלט בײַם האַרצן זײַן רגע
און זי װי אַ פּיאַװקע האָט דאָרשטיק געקושט אים,
געזױגן דעם ערגעץ באַחאַלטענעם עגאָ.
אָן װעךטער ־—. געזױגן, געזױגן, געזױגן,
געמאַניעט, גענאַרט, מיט אַ פֿאַרביקן בױגן.

אַזױ װי דער נעכטן װאָלט זײַן בלױז אַ פֿילם ——
געלאָפֿן איז ליפּמאַן צו זיך אין דער דירח,
ניט בענטשן קײן גומל, ניט זאָגן קײן תּהילים,
נאָר אױפֿגראָבן כּלים אין גרונטפֿעסטן אירע.
אױף מאָרגן אַ װיװעסקע איז שױן געחאַנגען
בײַ אים אױפֿן שטידל, געזאָגט װען דער דאָקטער
איז גרײטװיליק זײַן קליענטוך צו אַנטפֿאַנגען.
באַדאַרף ער נאָך מער, װען אַ זױבער־געצװאָגטעך
עס פּלאַפּלט גןקדנדיק אָדמל: טאַטע ן
בלױז קרײנע איז אַלץ נאָך פֿאַרגלאָזיקט לעת־עתּה.
                     


530
דער בלינדער ־— אַ װאָרצל אַנטפּלעקט דורך אַ שטוךעם,
חאָט אײנער אַלײן איבער געסלעך געחונקען.
געפּלאַצט האָט זײַן בלינדקײט. אין פֿינצטערן פֿורעם
אַרײַן איז אַ רעגן פֿון זעוקע פֿונקען 1
די ראיה, זי האָט זײַנע בעלמיקע הײַטלעך
פֿאַריאָגט װי אַ װאָלקן. ער װאָלט זיך געשװױרן:
נאָך קײן מאָל זײַן תּהום ניט געזען אַזױ דײַטלעך
װי איצטער, װען ס'חאָט זיך זײַן בלינדקײט פֿאַרלױךן,
װען בלױז די פֿאַרגאַנגענע װאָר איז פֿאַראַניק.
און ער האָט געגריזשעט דאָס האָלץ פֿון זײַן גאַניק.

נקמה־באַזױפֿט, װי אין קרעטשמע מיט בראַנפֿן,
האָט ערגעץ געלאַטכנט אַ פֿערדל אַ װײַסן
פּעטראָ, זיך געלאָזן אין גאַנג פֿון די קאַמפֿן
צו זוכן ציגײַנער אין ליטע און רײַסן.
און װען ער האָט קײנעם אין װאַלד ניט באַגעגנט, ——.
באַשפּיגן די שטערן, געשאָלטן די גראָזן,
צעבראָכן די בײַטש אױף דער װערבענער געגנט
און גיך װי אַ פֿײַל זיך קײן רוסלאַנד געלאָזן.
װײַל ס'האָט אים דערצײלט אױפֿן װעג אַ װאַנדראָװניק:
־— אין לענינגראַד לעבט אַ ציגאַן אַ פּאָלקאָװניק.
אַזױ האָט גערעדט צו דעם יונגל טאַמאַרע
װען ער חאָט געענדיקט זײַן טשהן דערקנעטן:
־— קום, לאָמיר אַװעקגײן, די שטאָט איז אַ כמאַרע,
די ערד איז פֿאַרפֿול מיט גערױש פֿון סקעלעטן.
קום, לאָמיר אַװעק אין דער װײַטער אױסטראַליע,
אַבי ס'זאָל דאָס פּנים אין שפּיגל ניט שרעקן,
קײן שטוב זאָל ניט אײַנשלינגען אונדז וּױ אַ כװאַליע.
האָט יוליק אָן װערטער גענומען אַ שטעקן,
באַנאַנד מיט דער מאַמען אַװעק איבער קבֿרים.
מיט משחן דעם אױסלײזער —־. אונטערן אָרעם.
                       


531
װען ס'האָבן אין שטאָט נאָך געברומט די סנאַריאַדן ־—
געלאָפֿן דער דיכטער איז אונטער געשפּליטער
אין אַשיקער געטאָ. געזוכט די כּתבֿ־ידן,
באַגראָבן בײַם שײַטערשן אָפּגלאַנץ אין ציטער.
און דאָרטן, װוּ דערנער פֿאַרשטעלן זײַן מאַמען, ־—.
בײַ אײנציקער װאַנט, װי דעם כּותל־מערבֿיס,
געפֿונען זײַן בינטל דערשראָקענע גראַמען,
בײַ נאַכט זײ געלײענט דעם גאָט פֿון די אָבֿוה,
נאָר גאָט האָט געמײנט ם'איז ניט מער װי אַ מעשׂח,
געקנײטשט פֿון דער הײך מיט די שטערן די װײַסע.

בלױז אײנער, דער פּרוש, איז װײַטער געשװףמען
אַנטקעגן דעם שטראָם אין קאַנאַל, מיטן זוהר.
געפֿרעגט בײַ די מײַז װען משיח װעט קומען
צו ספֿירה צו לעצטער אַ פּראַל טאָן דעם טױער.
אױף זילבערנע טרעפּלעך פּאַװאָליע געשטיגן,
כּדי דורך אַ גראַטע צו זען די סימנים.
צו הערן אַ ניגון, געבורט פֿון אַ ניגון —־ — —
ביז איבער דעם זקנס געכּתרטן פּנים,
װאָס דאַוּונט אין דך'ערד מיט מלאָכים בציבור —.
אױף יענער זײַט גראַטע אַ טאַנק איז אַריבער.
                                                            























▮
                     








531
▮איו שטאַרב... לאָז געריטן מײַן שװעטטער אין היפֿה▮

װי אונטן די ערד װאָלט צעגאַנגען, איז פֿאָליע
געלאָפֿן צו דבֿורלען, אין קאָפּ האָט געקלונגען:
דעם אמת אַנטפּלעקן —־־ איך זאָל ניט, איך זאָל יע ײַ
און האָט פֿאַרן מײדלס געלאַטעטע לונגען
געטראָגן זײַן אָטעם. און גלײַך װי פֿון 
קיזלשטײן פֿונקען פֿון גומען אַרױסגעהאַקט װערטער
צו ברענגען דעם מײדל די זומערפֿרײד. ביזל
אין זונפֿאַרגאַנג־שלײער דערזען זײַן באַשערטעך.
דערזען — ניט דערקענט. סאַראַ מעטאַמאָרפֿאָזע 1
איר פּנים איז געל װי אין האַרבסט אַ בעריאָזע.

צוקאָפּנס — פֿאַךשטײַגלט דער זעלבער קאַנאַריק
)די פֿרײַשאַפֿט פֿאַר אים איז אַ בלענדעניש, ליגן(,
ער היפּערט װי זײַן װאָלט דער באָדן אים זשאַריק
און דזשאָבעט דורך דרעטלעך זײַן אײגענעם ניגון.
און דבֿורל ־—. דאָס זעלבע. אױך זי אַ פֿאַרשפּאַרטע
װי פֿרוער אין אײַזערנער צעל פֿון באַצילן.
ס'באַװעגן קױם־קױם זיך די פֿינגער די צאַרטע
אױף זונען־קלאַװישן. זײ רעגענען, שפּילן.
ביז פֿאָליע באַריךט די שפּיצפֿינגער מיט קושן
און דעמאָלט אַנטצאַפּלען די מײדלשע חושים.
־— דערשראָקן ן דעךקענסט ניט אַן אַלטן באַקאַנטן ז
אַ גרוס פֿון די פֿאַרביקע בלװנגען, שלום 1
צעעפֿנט זי מער די באַטרערטע בריליאַנטן:
־—. אַרױסגעשװעבט האָסטו מיר אָקערשט פֿון חלום...
אַצינד װעל איך שפּילן פֿאַר דיר די סימפֿאָניע
פֿון מײַז אין געהײמשטאָט. געדענקסט 9 כ'האָב די נאָטן
געחאַט אין די צײנער. קען זײַן די האַרמאָניע,
אָט־דאָ אױף דער פֿרײַ, װעט מיר מינער געךאָטן.
נאָר מעג איך די קלאַנגען אין מיך דען פֿאַרצאַמען?
געשװינד צו דער פּיאַנע, איך זאָל ניט פֿאַרזאַמען.
                       


533
——. באַרװק זיך, דבֿוךל, װעסט זײַן מיו מהנה
אַ צװײטן מאָל. בעסער דערצײל װי עם גײט דיר.
נאָר זי אַ באַגײַסטערטע שװעבט צו דער פּיאַנע.
עם פֿלאַקערט דאָס טונקעלע זײַדענע קלײד איר
אין שקיעה. און אױסטערליש־הױך נעמט זי װאַקסן —־
אַ װאַקםליכט מיט קרעפּ אין אַ טונקעלן היכל.
די ליכט איז געבױגן, עם טריפֿן די װאַקסן.
און אָט בײַ דער פּיאַנע עס צױבערט איך שטײכל:
דעם צלם ־— אַ ריס פֿונעם האַלדז, און עס גײען
די פֿינגער באַחערשן דער פּיאַנעס אַרמײען.

עס טךינקט זיך אין פּיאַנעם פּאָלירטן נעשפּיגל
אַלץ טונקעלער־טיפֿער דאָס געל פֿון איר פּנים.
נאָר ס'עפֿנט דער האַר פֿון די קלאַנגען אַ ךיגל, —־.
די מײדלשע פֿינגער צעװיגן זײַן טראָן אים.
זײ צװיטשערן, טרערענען, לאַכן פֿאַרפּײַניקט,
זײ תּחית־חמתיטען אײנער אַלײן זיך.
מע הערט װי אַ שטראָם צו אַ שטראָמעלע תּענוגט:
—צאַף־צאַף, צאַף־אַצאַף... און ס'דערטראָגט אַ געװײן זיך
פֿון אַל דאָס פֿאַראַנענע, אַל דאָס ניטאָע,
אין פֿענצטעך —— אַ באַרנבױם קניט אין חכנעח.

אין אָפּגךונט פֿון פּיאַנע, װוּ ס'דךײען זיך, םישן
לבֿנהשע פּערל טיט הײםע רובינען ־־
דערחעךט זיו אַ קךעכץ, און די טחנה קלאַװישן
װי טױבן דערשראָקענע פֿליִען אָן זינען.
און אײדער די טױבן־קלאַװישן באַװײַזן
נאָך אױפֿחאַלטן, כאַפּן דעם מײדל־גוף, —־ ליגט עך
אױף דר'ערד שױן פֿאַרלאָשן, אין אײביקן פֿרײַ־זײַן,
פֿון פּורפּלנעם שטראָם אױסן מױל אַ באַזיגטער.
די ליפּן זײ צוקן בלױז גליװערדיק־שטײַפֿע:
־— איך שטאַרב... לאָז געךיסן מײַן שװעסטער אין חיפֿח.
                      


.53
▮ש.

פֿאַךװאָרפֿן די שיך אױפֿן אַקסל, איז פֿאָליע
אַװעק מיטן גרוס איבער פֿעלדער פּאָנאַרער.
געװאָךצלט אין מענטשן דאָךט ךױשט אַ טאָפּאָליע
אין זון־פּאָװעטינע. און ער איז אַ שטאַרער
געגאַנגען, געגאַנגען װוּ ס'װיגן זיך, באָמבלען
די בלעטער װי הענטלעך. פֿון גראָז, אין געהױדע —־.
אַ פֿלאַמיקער פֿראָנדז פֿון אַ שאַל װי אַ מאָנבלום.
און פֿאָליע ער ברומט אין די גריבעך אַזױ דאָ:
— איך בין זיך געקומען געזעגענען, בעטן,
איר זאָלט מיך דערמוטיקן, ברידער סקעלעטן 1

אױב ערגעץ פֿאַראַן איז אַ לעבעדיק װאַסער
װאָם זאָל אײַך אַנטדאָרשטן, ־—. איך גײ עס געפֿינען.
אַניט.—. כ'װעל אַלײן זיך פֿאַרװאַנדלען אין װאַםער,
אין אײַערע דאָרשטיקע מײַלער צערינען,
איר זאָלט ניט פֿאַרגײן מיטן װינט װי אַ פּלעװע,
די אײניקלעך זאָלן מיט אײַך זיך ניט שעמען.
אַזאַ איז בײַ איטלעכן יורש די טבֿע:
פֿאַרדעקן מיט שטײנער געקױלעטע נעמען.
און װי עס האָט פֿאָליע גערעדט צו די קדושים ־—
פֿון קראָפּעװע־גראָבן דערגײט אַ גערױש אים:
־— נײ, פֿאָליע, בשלום און זײַ דער שליח
פֿון אַלע געשמידטע אין ערדישע קײטן.
באַגעגענען װעסטו דעם מלך משיח, —
אַחער צו דעם אָפּגרונט אים זאָלסטו באַגלײטן.
פֿיל אָן זיך אַ זעקעלע שטױב, זײַ םקײם
די בענקשאַפֿט פֿון גאָר דעם פֿאַרשניטענעם זאָמען.
און טו עס צעשפּרײטן אין ירושלים,
כּדי עם זאָל דאָרטן צעבלוען זיך. אָטן.
און פֿאָליע ער אָטעמט די טונקעלע שטיםען,
פֿאַךקךיצט אױפֿן טאָװל פֿון האַרץ זײער סימן.
                     


535
און פֿאָליע מיט זעקעלע ערד אינעם גאַרטל
איז איבערגעקראָכן דעם דראָטענעם פּלאַנקען,
געגאַנגען צוריק דורכן יודישן קװּאַרטל,
אַרײַן אין געהײמשטאָט, װוּ גליװערדיק צאַנקען
פֿאַרבלאָנדזשעטע נעכטנס. אין קעלער דעם ליבן,
װוּ ם'בעךגלט זײַן מאַמע און גדליח דער טרױמער —־.
געזען װי פֿון אַלעמען איז דאָ געבליבן
די לאַכיקע שפּין, װי אַן אײנציקער שומר.
די שפּין קען אים אָבער שױן מער ניט פֿאַרשפּינען,
און ער איז אַװעק זיך אַלײן צו געפֿינען.
                    























536
נאָכליד
געענדיקט ז איז בכלל פֿאַראַן אַן ענדן
האָט עמעץ אױסגעפֿונען דעם פּלאַנעט, ושט
מע רופֿט אַ טרער ז האָט עםעץ אים דערקענט
און זײַנע שטראַלן אײַנגעזױגן עטושט ז
געגליכן צו אַ יעגער, װאָט בײַ נאַכט
אָרײַנגעפֿאַלן איז בײַ זיד אין פֿאָנגנעץ, —־.
געבונדן בין איו אין דער װילדער פּראַכט
פֿון מײַן פֿאַרשפֿרײטער אײגענער געזאַנגנעץ.
און מעג איד װאָגלען, קושן זיד בײַם ים, ——.
כ'װעל סײַ װי אין דער אמחן דאָ הױזן,
איד פֿיל אין ▮שײנקײט▮ מערער ניט קײן טעם,
אַ בלאָטע איז מיר הײמישער פֿון רױזן.
ניטאָ קײן צװײטע װאָריקײט װי די,
װאָס קװאַלט אין מײַגע אָדערדיקע סטראָפֿן.
זי ברענגט דעם שם המפֿורש אין מײַן קני,
איו זאָל דערשװעבן דאָרט װי ט'איז דערלאָפֿן
דער אײביק־נעכטן. און אַצינד בײַ אײַד,
געשטאַלטן ושרעמע, איד בעט מהילה,
פֿאַר יעדער ניט געראָטענעם פֿאַרגלײַו,
פֿאָר אַלע גראָמען גרילציקע צי שטילע ז
פֿאַר דבוךלס גסיטה אין מוזיק, װאָס מאָנט
אַ תּיקון אין די שורות. און בײַם בלינדן
װאָט אַלע שטערן פֿוגעם האָריזאָגט
זײ קענען זײַן פֿאַרפֿיגצטערטקײט ניט צינדן.
איד בעט פֿאַרגעבונג אױכעט בײַ דער ציג, ־—.
מהאָב אפֿשר טאַקע ניט באַדאַרפֿט זי קױלען.
זײַ מוהל, גדליה, אָדמל אין װּיג,
דו פֿאַרמעטענער פּרוש, גאָרער עולם.
װי ביסטו פֿאָליע ן ט'קלאַפּט אין מיר דײַן ברוסט
אױף גאָכמלהמה־װעגן נע־ונדע.
כשאָב גיט געזונגען סתּם. איד האָב געמחט
אָרױסװאָיען פֿון זיד די קאַנאָליאָדעז

געשריבן אין מאָטקװע־לאָדזש־פּאָריז, אַ19־1947
                  

537
  ייִדישע נ—אס
 .







































































ג
                   תּחית המתים


איך האָב געזוכט דעם שופֿך של משיח
אין פֿלעקן גראָז, אין אָפּגעבֿרענטע שטעט,
צום אױפֿװעקן חבֿרים. האָט גערעדט
מײַן בײניקע נשמח:
זע, אָט גלי איך
אין דיר אַלײן,
װאָס זוכסטו מיך אין דרױםן ז


האָב איך אין גרױםן
אײַנגעשמידטן צאָרן
אַרױסגעריסן פֿונעם לײַב מײַן גײַסט,
װי אַ שאַרפֿן האָרן
פֿון אַ לעבֿעדיקער חיה
און אָנגעהױבן בלאָזן:
תּקיעה,
שבֿרים.
װערט לעבעדיק, די וּוּעלט איז איצט אַ פֿרײַע.
לאָזט איבער אײַער ניט־זײַן אין די קבֿרים
און שפּרינגט אַרוּיס מיט בענטשוּנג.
זעט, װי רײן
עס װיגן זיך פֿון װּעגן אײַך די שטערן 1


איז אָפּגעשװוּמען װי אַ טײַך
די ערד מיט גראָז און שטײן
און מענטשנרײד האָב איך געטאָן דערהערן:
־— מיר װילן ניט, אַװעק, דײַן ערד איז טמא 1
.—. פֿון שטראָף צו זײַן געבױרן האָט מען אײן מאָל אונדז באַפֿרײַט ז
                       





5.1
           ־— טיר דאַרפֿן ניט דײַן צײַט,
           דײַן בלינדע, לאָטע
           און ניט די שטעךן,
           אונדזעך אומליכט שימערט טער װי זײ 1
           ־— די װאָך דאָס זענען ט י ך,
           דו טרױם פֿאַרשאָלטענער, פֿאַרגײ 1
           פֿאַךשפּילט און אױםגעשפּילט איז דײַן םלחמח.
           
בלױז אײנער, טיט אַ שטים אַ ניט־געחערטער
           װי דאָס בליִען פֿון אַ װאַלד, טיך חאָט
           פֿאַךבענקט גערופֿן: לײז מיך אױס, באַשערטער —. ־—
           
—— װער ביסטו, איך זאָל האָרכן דײַן געבאָטן

םאָטקײע    און גךאָזנשפּךאַו האָט מיר געענטפֿערט: גאָט.
  פּ19     איך חאָב אַ מאָל געלעבט אין דײַנע װערטעך.
                               
















5.1
       אַ מאָל איז מגאַנגען אַ רעגן


אַ טאָל איז געגאַנגען אַ רעגן.
האָט זײַן יעדער װאַסער־פֿינגער נעטךאָפֿן
די באַחעלטעניש פֿון אַ מינדםטן גראָז.
געטךאָפֿן ־—.
איז דאָס גראָז אַרױס פֿון דער ערד
אין אַ װאַסערקלײד,
אין אַ זונענקלײד.
איז אַרױסגעשװוּמען די װײַםע רױז
אַךומגעכאַפּט טיט דעךשךאָקענע בלעטלעך
װי אַ נאַקעט מײדל בײַם דערהערן טריט.
האָט דער װײַנשלבױם זיך אונטערגעגעבן
און אַרױסגעקניפּן פֿון זײַנע ליפּן
די שטראַליקע װײַנשל,
די קושן־װײַנשל
װאָס ער חאָט געחאַלטן פֿאַר זיך אַלײן.

דו האָםט עס באַמערקט ן
אױב נײן —־ אַ שאָדן 1

עס חאָט גאָר די עךד זיו געפֿרײט מיטן רענן,
בלױז טענטשן אין װײַםע שטךױענע חיט
זענען געלאָפֿן
מיט חיךשענע טריט
גיך און גיכער
צום גלעזערנעם טױער,
װוּ אַ װעםערל חאָט געזשומעט אין טרױב
װי אַ פֿליג, װאָס פֿאַלט אַרײַן אין אױער.

אַ מאָל איז געגאַנגען אַ ךעגן.
הײַנט —
                  


5.3
איז ניטאָ מער קײן רעגן,
מײַן ליבער פֿרײַנד.


דו האָסט עס באַמערקט ן
אױב נײן.— אַ שאָדן 1


אַנשטאָט אַ רעגן
גײט, קומט
אַ װאָלקן, טונקלט אַראָפּ צו דער ערד
און באַרירט שטעט מיט שפּיניקע פֿינגער.


דו האָםט עס באַמערקט ן
אױב נײן — אַ שאָדן 1

דער װאָלקן צעגײט װי טראָפּנס צין.
שװענקט דעם באָדן.
װאַשט די הײַזער.
און אַז די טראָפּנס צעשטעפּן דעם שטױב —
שװימען אַרױס די צעקנײטשטע הײַזער
מיט פֿאַרהאַקטע לאָדן,
פֿאַרזשאַװערטע האָקנס,
און אַנשטאָט הײמישע דעכער —.
שטױנען
שװאַרצע דערנער װי בינטלעך בליצן.

און דעמאָלט זענען די טראָפּנם מטהך
די פֿולע פּוסטקײט
װאָס הענגט אױף די האָקנס.
ניטאָ מער די װײַסע שטרױענע היט
              



..5
             װאָס לױפֿן צום טױער,
             צום גלעזעךנעם טױער.
             

דו האָסט עס באַמערקט ז
             אױב נײן — אַ שאָדן 1
             
טיליאָנען טראָפּנס,
             )אַזױ פֿיל טראָפּנם
             װיפֿל מענטשן
             עס פֿעלן אױף דער ערד(
             צוען זיך,
             שנירלען
             שורשען
             ריזלען
             אַחין, אַהין,
             צו דער אײביקער נידער,
             צום אוראַלטן פֿאָטער פֿון אַלע טראָפּנס.
             נאָר אַחינטער זײ —־.
             װײ, װײ,
             גראָזן מער ניט אַרױם קײן גראָזן,
             בלימלט מער ניט אַרױם קײן בלימלונג,
              נאָר עס בלײַבט אַ װעג,
             אַ צעקאַרבטער װעג,
              װאָם האָט ניט קײן אױםװעג װוּחין צו פֿיךן.

5ךעײַ▮▮     און ניט קײן רעגן־בױגן גײט אױף ־—
    אָ19     נאָר אַ שטײנערנער פֿױסט אין זיבן קאָלירן.
                             





5.5
            שװאַרצע דעתער


עס װאַקסן דערנער
אױף מײַן מאַמעס הױז ־—־
דעם נעכטנס דולע, אָנגעשפּיצטע בליקן 1
און איך —־.
אױף זײער שטעכיקײט איך חױז,
איך זון אַ תּיקון
אין די שװאַרצע דערנער.


מײַן מאַמעס גײַסט
נאָך הענגט אױף זײ, —־ איך פֿיל אים.
די שװאַרצע דערנער זענען איצט מײַן ההילים.
און ערבֿ נאַכט ־—
װען בלױז די טױען װײסן ניט פֿון טרערן, —־
קלעטער איך אַרױף צו זײ,
װּײטיק מיט כּװנה,
און מײַנע ליפּן ——. װאָלקנס אױף די װערטער,
פּלאַפּלען אױס אַ הײמישע לבֿנה.


צו דעם
װאָם האָט געפֿלאַנצט די שװאַרצע דערנער
בעט איך:
טו מיך אױך װי זײ פֿאַרפֿלאַנצן,
איך װיל דאָ לעבן,
גוט איז מיר דאָ, גוט.
                  








5.6
           איך טו זיך אױס.
           נעם טאַנצן,
           טאַנצן,
           טאַנצן,
           ביז די דערנער בלוען מיט מײַן בלוט.

װינײַ     איך װיל דאָ לעבן,
 מ19     גוט איז מיר דאָ, גוט.
                            

























547
                               צו לײזער װאָלף
          

דו פּראַכטיקעך שטאַמלינג פֿון איובֿ און מאָטקע חבד,
          געװאַקסן אױף יודישע גאַם, אױף אַן ערדענעם טױער, —־
          װער האָט דיך פֿאַרטױזנטאײננאַכטיקט אין העק אַשכאַבאַד,
          פֿאַרחונגערט מיט שײנקײט, צו שטאַרבן אָן קײנעמס באַדױעך ן
          
איו שטײ לעבן חײמישן ברונעם. פֿלעגסט אַלע פֿאַךנאַכט
          טיט ךינענדיק־הילצערנע עמערם, פֿון דאַנען צום גאַניק
          אַדוךכפּעךלען גאָר דעם פֿאַרםאַזשעטן חױף. און מיר דאַכט:
          געפֿינען מע קען נאָך די פּערל. זײ זענען פֿאַראַניק.
          
עס טךאָגט איצט אַ הױקעך צװײ עמערם מיט בלוט. קוק אים אָן.
          צום שטיבל איך שאָטן זיך װעדליק די טראָפּנם, פּאַװאָליע.
          אַזױ װי דעך אַשמדאַי שלמחם גינגאָלדענעם טךאָן
          פֿאַרכאַפּט חאָט דעך חױקער מיט צױבעךשטיק דײַן טעטךאָפּאָליע.
          
אומישנע האָט ער זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַ חױקער, געװיס 1
          פֿאַרװאָרפֿן אַחינטער סמבטיון עס האָט דיך דער שכן.
          ער טרינקט פֿון די עמערס, באַהאַלט זײַנע חינערשע פֿים.
          דײַן זינלרינג בליצט אױף זײַן פֿינגעך. אָ, װײ צום נצחון 1
          
נאָר אָט איז דײַן םפֿינקםענע קאַץ װאָס ער האַלט אױף אַ קײט 1
          —װוּ איז לײזער װאָלף ן פּרײַכט זי קלאַנגען אַרױס װי אַן אָרגל.
ןןילנע     ס'דערשרעקט זיך דער הױקער. די קאַץ גיט אַ שפּרונג בלינדערחײט
אַ19     און טיאַוקעט מיט גרים דײַנע גראַמען בײַ אים אױפֿן גאָרגל.
                                    








..5
                                צט געצן־דינער
          

געצן־דינער, בענקסטו נאָך דײַן גאָט ן
          ניט אױם גאָלד —־ חאָםט פֿון דײַן גײַםט פֿאַר זיך אַ קאַלב געשמאָלצן
          און דו חיפּערסט פֿאַרן קאַלב אױף סקריפּעדיקע שטאָלצן,
          װען דער גואל איז אַרױף דיר ברענגען צען געבאָט.
          
און בשעת מיט אױסלײז אױף די צײן,
          װי אַ גאַרב פֿון שטראַלן, ער װעט אײַלן צו דער נידער —
          װעט ער ניט דערקענען מער, אַז איר זענט בײדע ברידער
          און דערפֿילן זיך פֿאַרקלײנט, פֿאַרגעצט װי דו אַלײן.
          
ביז דעם טרױערס ברענענדיקער זאַלב
          װעט דיך מיט אַ שמע־ישׂךאל יאָמערלעך באַשטראָמען
װילנע     אוּן דו װעסט צוריק דערזען די קינדחײט פֿון דײַן נאָמען.
אַמ     דו, װאָס האָסט פֿאַרביטן די נשמה אױף אַ קאַלב.
                                     



















5.9
                             צום דינעם אָדערל אין קאָפ
         

צום דינעם אָדערל אין קאָפּ פֿאַרטרױ איך זיך אין גאַנצן.
         מײַן װאָרט זיך נערט אין זײַן קרישטאָליק־זינגענדיקן שטױב.
         און אַלע זיבן חכמות, װאָס דער װּירבל װּיל פֿאַרפֿלאַנצן.—־
          זײ פֿאַלן אָפּ אַנטפֿליגלטע װי האָגל אָן אַ שױב.
          
איך ליב דאָס װאָרט פֿון אײן געשמאַק, װאָס זאָל אין זיך ניט פֿאַלשן,
         און ניט קײן זיס־און־זױערן היבריד מיט פֿרעמדן טעם.
          אַלץ אײנס, צי שטײַג איך הױך אױף מײַנע ריפּן צי איך פֿאַל שױן —־..
          דאָס װאָרט איז מײַנס. אין שװאַרצאַפּל פֿון טױט ——. אַ שטיקל פֿלאַם.
          
װי גרױס עס זאָל ניט זײַן מײַן דור—איז גרעסער נאָך זײַן קלײנקײט.
          נאָר אײביק איז דאָס װאָרט מיט גאָר זײַן מיאוסקײט און פּראַכט.
          צום דינעם אָדערל אין קאָפּ פֿאַרטרױ איך לעצטע שײנקײט:
1945     אַ װינט. אַ בינטל גראָז. דעם לעצטן שטערן פֿון דער נאַכט.
                                        



















550
 איד האָב געזוכט דאָט ניט־אַנטפּלעקטע שװײַגן


איך האָב געזוכט דאָס ניט־אַנטפּלעקטע שװײַגן —.־
כּדי דורך דעם דערגרונטן זיך צום װאָרט,
האָב איך געזען אַ װּערעמל פֿאַרבײַגײן
אין גראָזנקלײד, מיט פּערלשײַן באַהאָרט.
װי ער װאָלט זײַן דעם שװײַגנס אַ באַגרינדער,
װי ער װאָלט זײַן דער אומגערױש פֿון זיך.
און כאָטש מען זאָגט, אַ װאָרעם איז אַ בלינדער
האָב איך אים נאָכגעהיפּט זײַן מינדסט געקריך.

װי אױף אַ מעסערס אָנגעשאַרפֿטער דינקײט
האָט ער געצױגן אױף באַגראָזטן פּלײן
און דורכגעשפּיזט דעם אינהאַלט פֿון דער גרינקײט,
ביז ער האָט מיך דערוּואָגלט צו אַ שטײן
דורכױס געשמידט אין פֿיאָלעטע מאָכן:
אָדאָ װױנט דאָס שוּוײַגן, נעם דעם שטײן —־־ צעשפּאַלט 1▮
און מיט אַ שמײכל איז אין שטײן פֿאַרקראָכן
דאָס קריכערל און מיך געלאָזט אין װאַלד.


איך האָב דעם שטײן געדריקט אין מײַנע אָךעמס,
געבױערט מיט מײַן אָנגעגליטער טרער.
װי דאָס געזאָג װאָלט ניט געװען קײן װאָרעמס
נאָר גאָט אַלײן װאָלט ברענגען מיך אַהער.
איך האָב אין שטײן געחאַמערט מיט מײַן שאַרבן ——.
)דאָס איז געװען מײַן תּפֿילה צום גראַניט 1(
און װען איך האָב פֿאַרלױרן אַלע פֿאַרבן —
מײַן ל ע צ ט ע טרער האָט אױפֿגעפּראַלט זײַן מיט.
                     






551
            און װוּנדעך איז געשען: אַ גאָלדן פֿונקל
            האָט דוךכנעשװיגן מײַן געלײמטע צונג,
            און גאָר די װעלט אין אַשיקן געטונקל
            איז אױפֿגעגאַנגען בראשיתדיק און יונג
            צוזאַמען מיט מײַן גײַסט. דאָס חאָט דאָס שװײַגן
            זײַן מלאך־װאָרט מיר פֿאָטעריש פֿאַרטרױט.
מאָסדוג▮     אַצינד װעל איך שױן קענען שטײַגן, שטײַגן,
  טמ     אַהין, װוּ עס דערקלעטערט ניט דער טױט.
                               
























551
                               אונדזער גלױבן
            

אונדזער גלױבן איז אַ שײמע דורכגעבלױט פֿון אַלטקײט
            װוּ אַנטבליטע פּםוקים פֿירן שלאַכטן מיטן שקר.
            װוּ אַן אױםגעריבן װאָרט איז מאַכטיקער אַנטפּלעקעך.
            ברונעמדיקע טונקלעניש —־ אין־סופֿיקע צעשטראַלטקײט.
            
אונדזער גבֿורה איז אַ טױב אין נעסט פֿון אַ פּרוכת.
            כ'האָב איר נאָכגעפֿלאַטערט איבער טױטער שטאָט און שטעםל
            און געזען: אין פּיסקעלע דאָס לעבעדיקע בלעטל
            נעמט באַפֿרילינגן צוריק די אָפּגעברענטע כּוחות.
            
אונדזער בענקשאַפֿט איז אַ הײַפֿל פּראָסטע ערד, פֿון װאַנען
            ס'חימלט אַ תּנכן־בױם באַרינגלט מיט מידבריות.
מאָסקװע     און לחבעיס אַלע אומגליק־זיכערע טעאָריעס —־
  45מ     צוען זיך אַהין צו קאַראַװאַנען, קאַראַװאַנען.
                                   


















553
                          דער לײַכטער
              

... און איך האָב געזען אַ זעונג,
              נאָר איך װײס ניט איר באַשײד.
              װער אַנטפּלעקט מיר איצט די זעונג,
             ברענגט זי טרױער מיר, צי פֿרײד ן
             
צװישן דערנער שטעקט אַ לײַכטער.
             װי אַ לעבעדיקס ־— ער קריכט
             פֿון אַ גרוב אַ קלעפּיק פֿײַכטער
             אָן זכּרון פֿון אַ ליכט.
             

שפּאַן איך נענטער, נענטער, נענטער,
             דוךכן אָװנטיקן גרינס,
             פֿון דער זעונג אַ פֿאַרבלענדטער
             צו מײַן אױסטערליש געפֿינס.
             
און איך צי אַרױס דעם לײַכטער
              װי אַ קינד פֿון מוטערס טראַכט, —־.
             ערשט אין מײַנע פֿינגער לײַכט ער
              כאָטש אַרום שױן פֿלײצט די נאַכט.
             
און אַ ליכט אױס געלע װאַקסן
             װײַזט זיך אױך פֿון העלער הױט.
             פֿאַלט אַ פֿונק. צינד אָן איר קנױט.
              און די ליכט נעמט װאַקסן, וּואַקסן
             

איבער בײמער, איבער שטאָט,
              אין די שטערנדיקע הײכן.
נאָדעבו     װעמען זוכט זי — בלײַבט אַ סוד,
    ממ     װײַל איך קען דאָרט ניט דערגרײכן.
                              



.55
                            בעסער לעבן
            

אַזױ פֿיל מענטשן קומען זיך באַחאַלטן
            פֿון האָגל־שטורעם אין מײַן פּיצל חלום —
            אַז איך בין זײער שוץ און בעל־הבית.
            נאַכסאָל זאָל איך פֿאַרשלעפּן די געשטאַלטן
            אין שאָטנלאַנד אָן צײַט און אָן אַ מאָס ז
            בעסער לעבן.
            
איך וּועל דאָך אױסזען אױםטערליש און קאָמיש ▮
            אַ קינד אין אַ קאַפּאָטע פֿון אַ זקן,
            װען אױף מײַן לײַב װעט אָנטאָן זיך די װעלט.
            מעג זײַן אין קבֿר ניט אַזױ מין סדומיש.—־
            װעט סײַ װי מײַן הנאה זײַן פֿאַרשטעלט.
            בעסער לעבן.
            
די מענטשן װעלן שרײַען אין אַגאָניע,
            װי קװאַלן װען קײן צוגאָב־װאַסער קומט ניט,
            אַיעדער אײנער מיט אַן אַנדער קול:
            אָ, דיכטער, דיכטער, למה עזבֿהני,
מאָסקװע     װאָס האָסטו מיך פֿאַרלאָזט אױף אַלע מאָל ז ן
  אַמ     בעסער לעבן.
                                













555
                            שולדיק איז דער גוף
            

שולדיק איז דער גוף מיט קאַלטער חױט און קרוטען מױל.
            נײן, דער גוף איז גאָרניט שולדיק, נאָך דערבײַ דער קױל.
            ניט דער קױל —־ איך שװער אַצינדער
            אַז אַלײן בין איך דער זינדער:
            א י ך האָב אױפֿן גלאַטן גוף געקריצלט מיטן קױל.
            
פֿרוער האָט דער גוף געװאַרעמט ניט באַקאַנטערחײט.
            שפּעטער—־.בײַמײַן זײַט פֿאַרפֿרױרן און צו זיך פֿאַרקײט.
            נאָר זײַן גײַסט האָט נאָך דער גסיסה
            ניט געקענט אַרױם פֿון תּפֿיסה ——.
                                          ,
            האָב איך אױפֿן גוף געשריבן און דעם גײַםט דערפֿרײט.
            
ערגעץ איז דאָם ליד פֿאַרגאַנגען װי די זון אין ים.
            אױף אַ דעק פֿון בלוט און פּערל חלומט עס מםתּם.
            אין דער תּפֿיסה, אין דער טונקל
            האָט אַרומגעשװעבט אַ פֿונקל,
            צוגעהערט דעם עכאָ און געריסן זיך צום פֿלאַם.
            
נאָר דעך גוף חאָט אָנעם ליד פֿאַרבלײַבן ניט געקענט.
            איז ער בליציק דורכגעשװוּמען די געשמידטע װענט.
            מיטן קױל בין איך געבליבן —־
                 


־
טאָםקוןע     שױן פֿאַרגעסן װאָס געשריבן,
  אַ19     און עס ךײַסן זיך װי חינט מיט אַ געװאָי די הענט.
                                   









556
                         אַין נזז.ז▮ס1
                       


בראַנדענבורגער טױער
            

װער שװעבט עס טיר פֿאָךױם אױף יעדער שטעג
            אַװוּ מײַן אומרו זאָל ניט עולה רגל זײַן ן
            — אַ געטאָ־טױער, פֿריש פֿון האַק און זעג,
            װי מײַנע אױגן װאָלטן זײַנע נעגל זײַן.
            

אַ טױער אױף דער ערד, און אין דער הײך
            װוּהין מיך טךאָגט אַ מלאך אַ מעטאַלענער.
            אױך בײַ די שטערן גיט ער מיר אַ גךײך,
            און װוּ אַ שטיקל שטח װערט נתגלח נאָר.
            

און דורכן טױער: קעפּ און קעפּ און קעפּ,
            און יעדער קאָפּ איז מײַנער, איז װי לעבעדיק.
            און װען איך נידער אױף די װאָלקנם טךעפּ —־
            דער טױער לאָזט זיך אױך אַרונטער שװעבעדיק.
            
און שפּאַן איך שױן אין פֿינצטערן בעךלין ־—
            דעך טױער טיר פֿאָרױס װי שטענדיק װאַנדלט ער;
            און שטעלט זיך אָפּ, פֿאַרלױרן שױן דעם זין,
            אין בראַנדענבוךגער טױער אַ פֿאַרװאַנדלטער.
            
װי נאָכיאָגן עס װאָלט מיך אַ פּאָגראָם, ־—
            באַחאַלט איך זיך פֿון טױער, פֿון דעם שטאָטישן.
פֿבעײַ   ... אַנטקעגן זומפּט אין זונפֿאַרגאַנג דער סדום
   אַמ     צוזאַמען מיט אַ קלױסטערשפּיץ אַ גאָטישן.
                                





557
                אױפֿן מאַרק


ס'איז רױשיק אין אײראָפּע אױפֿן מאַרק 1
דער בירגער האַנדלט. זײַן נשמח האָט ער
שױן לאַנג פֿאַךשאַכערט פֿאַר אַ הונדערט מאַרק,
און בײַ אַ קופֿל ביך צעשױמט און שטאַרק ——
פֿאַרטרונקען אי זײַן קינד און אי זײַן פֿאָטער.
אַצינד איז ער פֿון זײַן געװיסן פּטור
און טראָגט אַ פֿולן זאַקרױב אױפֿן קאַרק.


איך דרײ זיך דורכן מענטשװאַרג װי אַ שרױף,
מײַן פֿרײַשאַפֿט װערט מיר פּריקרע און פֿאַרשפּיגן;
װי פֿעדעם װײטיק נעם איך זיך צונױף
און האָרך: אין קופּער־קלימפּער פֿון פֿאַךקױף
עס ציטערט אַ באַקענטער, װײַטער ניגון.
אוּן איבעך אַקסלען הױדען זיך און װיגן
די אױסגערױבטע קלײדער פֿון מײַן הױף.

מע קריגט דאָ אַלץ. און װאָלװל, פֿאַר אַ שפּאָט:
אַן אַטלאַסענע זשופּיצע אַ פֿײַנע,
אַ קלײד, אַװוּ ס'איז קענטיק נאָך דער ,
און אױרינגלעך באַפֿלעמלט מיטן סוד
פֿון שבת־ליכט אין פּױלן צי אוקרײַנע.
מע קריגט דאָ אַלץ. אַ ביוסט פֿון חײנריך הײַנע
און יודנזײף ——. כּמעט אױף יעדער טראָט.


און כאָטש די דײַטשן נאָרען זיך װי מײַז —.־
אײראָפּע בלענדט פֿון זײערע מתּנוח.
מע קױפֿט אַ בוך אין מענטשנהױט פֿאַר שפּײַז,
און ס'איז אַ שטריק פֿון פֿרױענהאָר דער פּרײַז
אַמעריקאַנער טאַבאַק ־—. בנאמנות 1 1
דער מאַרק איז פֿול. ער פֿלײצט דורך אַלע זאָנעס
און לײגט מיר פֿאָר זײַן סחוךח װוּ איך שפּרײַז.
                   

.55
            נאָר פֿון דער סחורה טראָגט זיך אַ געשאַל, —־־
            דאָס װעקן זיך אין דעם פֿאַךברענטע שפּראַכן
            און גאָר מײַן בלוט פֿאַרװאַנדלען זײ אין גאַל
            װאָס פֿלײצט אין מיר װי אַ פֿאַרסטטער קװאַל.
            און װי אַ דונער־װאָגן נעמט דערוּואַכן
פּעײַ־ק.▮     דער א י נ ט ע ר נ אַ צ י אָ נ אַ ל פֿ ו ן ט ו י ט ע ז אַכ ן —־
   46מ   ... איך גײ אין מאַרש פֿון אינטערנאַציאָנאַל.
                                

























559
           פֿאַרן נירנבערגער טריבוגאַל


מע זאָגט: איך מאָן גערעכטשאַפֿט פֿאַר טיליאָנען.
אַז אײביק װעט פֿאַרבלײַבן אָט די שעח, —..
נאָר די מיליאָנען זענען דאָך ני טאָ, —
איז װאָם פֿאַר אַ גערעכטשאַפֿט קען איך טאָנעןן

איך דאַרף גאָר זײַן אַ טױזנטפֿאַכער שײלאָק
אױף אױסשנײַדן די רישעות פֿון דער ערד.
.— מײַן פֿאָלק 1 דו װעסט נאָך שמידן אַזאַ שװערד,
אױב גאָט איז שװאַך צום אױפֿמאָנען דעם חלק1 —־ ־—.










גידגבעדג▮וגעוץגהע'ק נה1▮גןוע.בג▮לואָגן פֿאַרן
                     


.56
                                       דרײַ נעגערט
             

דרײַ נעגערס מיט נאַכט אַנשטאָט הױט און מיט פֿרײלעכע צײן,
             דרײַ זודיקע נעגערס נאָך אָקערשט אַרױס פֿון אָקאָפּע, —־־
             צעהענגען די פֿאָן פֿון נצחון בײַם שמוציקן רײן
             און שפּרײַזן מיט הענט אין די קעשענעס איבער אײראָפּע.
             
איך זאָג צו זײ: שלום עליכם 1 װי איך װאָלט אַװוּ
             די דרײַ שױן באַגעגנט. זײ שטעלן זיך אָפּ און באַטראַכטן.
             און אײנער דערקענט אָן מײַן אומרו, אַז איך בין אַ ד ז ש ו,
             עס גיבן אַ בליץ זײַנע װײַסלען מיט אָפּגלאַנץ פֿון שלאַכטן.
             
דערצײלט ער אוּיף לשון פֿון קופּערנעם גאָנג, װי ער האָט
             קײן בעלזן געאײַלט אױף אַ טאַנק פֿון אַ װײַטן מהלך
             אוּן גריכישע יודן געראַטעוּועט הינטערן דראָט,
             און אײנע אַ פֿרױ האָט געקושט אים: שװאַרצהױטיקער מלאך.
             
דער צװײטער ־— אַ שאָטן בײַם אָניאָג פֿון ליכט, נעמט זיך אױך
             דערמאָנען אַ רגע: װען ער האָט דעם טױער צעשמעטערט ־—.
             געגאַנגען איז נאָך פֿונעם קױמען אַ פּיצעלע רױך,
             װּי ס'וּואָלט דאָרט אַ קינד מיט אַ ליאַלקע אין הימל געקלעטערט.
             
דער דריטער ־— מע זעט װי עס ריזלט זײַן בלוט אונטער הױט —־.
             מיט ליפּן פֿאַרביסענע דזשאַמדזשעט אַ לידל בעת־מעשׂה.
  ײַײַ     ־—. ▮אַ שאָד, מײַנע פֿרײַנד, װאָס די טרערן בײַ אונדז זענען װײַסע!▮
                                                                              .
נירנבערג     ער קוקט אױף די מענטשן אין גאַס —— עלעהײ אוּיפֿן טױט.
                                                                       .
                                        









561
        אין שטרײַכערס פּאַלאָץ


איבער שטרײַכערס פּאַלאַץ בלױט אַ פֿאָן,
קװאַלט פֿון זיך אַרױס דעם גאָרן הימל.
און אַ מײדל פֿונעם הױף קומט אָן
מיט צװײ פֿולע עמערס, און אַ בלימל
   אײַנגעפֿלאַנצט אין צאָפּ.
   שאָקלט צו דעם קאָפּ:
——־ דאָס זענט איר ן קומט־קומט צו אונדז אין װױנונג 1

ברענגט זי מיך אין רױט געשניצטן שלאָס ־—־
פֿילן זעכציק לאַגערניקעס אָן אים.
)ס'ליגט אין נירנבערג דער ▮בעל־הבית▮
מיט אַ גרינעם זשאַבעדיקן פּנים(.
   פֿון דער װאַנט, אָ, וּוער
   קוקט אַראָפּ אַהער ן
פּ ר ץ וּואַרפֿט אַ בליק מיט װײ און שטױנונג.

זאָגט דער נומער נײַנציק טױזנט אַכט:
— ברוך־הבא, גאַסט, און ברוך־הבא 1
עס װאָלט זײַן געװונטשן, װי מיר דאַכט,
אײַך לכּבֿוד זאָל אַ זונג טאָן סאַבאַ.
   סאַבאַ, סאַבאַ, זינג,
   בעט מען אין אַ רינג.
זינג דאָס ליד ▮מיר זענען ניט פֿאַרגאַנגעןאָ.

און די שװאַרצע זאַנג פֿון םאַלאָניק
בליט אַרױס און נעמט זיך װיגן, װיגן,
אַז קײן האָר ניט מינער פֿון איר בליק
טוט מיך שנײַדן, לײַטערן איר ניגון.
   דורכן שױב װאָס גליט
   פֿליט אַ פֿױגל, פֿליט
און זײַן שאָטן לעשט דעם מײדלס קלאַנגען.
                 


561
            —— אָט דאָס ליד, פֿאַרטרױט מיר בערזשעראַק,
            חאָבן מיר געזונגען װען דער װעכטער
            האָט געטריבן איבער אונדז זײַן האַק,
            צו דעם ים געטריבן מיט געלעכטער.
                 װער ס'האָט ניט געשפּאַנט —־.
                 אָפּגעחאַקט אַ האַנט 1
            אױכעט סאַבאַ האָט אַ האַנט פֿאַרלױרן.
            
הער איך װי אַ ים דערנעבן ברױזט
            און איך װּער געיאָגט צו זײַנע שלונדן.
            פּרוּװ איך הײבן קעגן װאַך אַ פֿױסט,
            איז דער פֿױסט אַראָפּגעהאַקט, פֿאַרשװוּנדן.
                פֿאַל איך, פֿאַל איך, פֿאַל,
                פֿאַל אַרײַן אין ——־ זאַל
            פֿונעם פּאַלאַץ, װי אױף ס'נײַ געבױרן.
            
פֿרעג איך זיך אַלײן: װוּ בין איך, װוּ,
            װער האָט מיך דערהױבן אין מײַן זינקען ן
            עמעץ ברענגט מיר מילך פֿון שטרײַכערס קו
            אוּן ער שװערט זיך, אַז מע טאָר עס טרינקען.
               און די זון דאָרט נאָנט
                בײַ דעם האָריזאָנט,
            װאַרפֿט אױף אונדז אַ גילדענע מנורה.
            
אָטעמען די זעכציק אין מײַן ברוסט
            אױף האָלענדיש, גריכיש און װאַלאַכיש,
            און די שפּראַכן װערן מיר באַװוּסט
            אַז איך ענטפֿער איטלעכן בלחש.
                פּרץ פֿון דער װאַנט —־.
פֿעך▮נד        שטרעקט צו מיר אַ האַנט.
   1946     און דער פּאַלאַץ װירבלט אין אַ הױראַ.
                               


563
                     בערלינער זײדע


װי אַ גילגוּל־שטראַל פֿון אַ פֿאַרװאָגלטער לבֿנה —.
היפּער איך דורך די בערלינער חורבֿות נאַכט אַנטקעגן
און איך שילט אַיעדער ניט דערװאַקלטע קאָלאָנע,
גלײַך ס'װאָלט אונטער איר מײַן מאַמעס אומברענגער געלעגן.

־— ,,פֿיר מיך, קללה, דורך די שטײנער װי אַן עמוד ענן,
זעונג פֿון מיליאָנען, װער מקױם, װער מקױם 1▮
ערשט אַ שטים האָב איך דערהערט אין מיטן שילטן, מאָנען,
װי איך װאָלט געװעקט אַ שטײן און צוגערוּיבט זײַן רו אים.

—־ ▮אײניקל 1▮ האָט װער גענומען פֿאַר דעם האַלדז מיך רײַסן,
אָהאָסט מײַן שטײנעריקן שלאָף צעשפּאָלטן מיט דײַן קללה 1▮
און איך האָב דערקענט מײַן זײדן פֿונעם גרינעם רײַסן,
װי אַ װײכער נעפּל האָט מיך אָנגערירט זײַן פּאָלע.

איך האָב קײן מאָל ביז אַצינדער ניט געזען מײַן זײדן,
בלוּיז געװוּסט: ער הײסט ר, שבתי און מײַן באָבע ——. עטל.
פֿערציק יאָר צוריק איז ער אַװעק שױן אין גן־עדן,
איז געוּוּעזן רבֿ אין אַ לבֿנהדיקן שטעטל.

נאָר מײַן מאַמע פֿלעגט דערצײלן װעגן איר געבערער,
אַז די געגנט האָט געלעבט מיט זײַנע גרױסע מעשׂים.
האָט געלערנט הורה מיט די שוסטער, מיט די קערער,
און דאָס לשון פֿון חלומות — ניט געװען קײן נײַס אים.

אױף אַ פּערלדיקן רוסיש ־—־ אים צו זײַן מקנא,
האָט ער צו טאָלסטאָיען זיך געװענדט בשעת פּאָגראָמען,
און דער טרײסטנדיקער גאָט פֿון יאַסנאַיאַ פּאָליאַנאַ
האָט אַ בריוּו געענטפֿערט און געחתמעט מיטן נאָמען.
                          



.56
                                                      ▮
           


צום אָמגן אבֿרהם▮ האָט ער דרײַסיק יאָר כּסדך
           מיט אַ פֿעדער פֿון אַ גאַנדז אַ פּירוש אַלץ געשריבן;
           און בײַם סוף געװאָרן קראַנק און ניט פֿאַרענדיקט, לײדער;
           די פֿאַרבלױטע פֿעדער בײַ דער מאַמען איז פֿאַרבליבן.
           
מיט דרײַ לײבן נאַשפּיץ, אין אַ פּריצישער קאַראָטע
           האָט מען דעמאָלט קײן בערלין געפֿירט אים צום פּראָפֿעסאָר.
           נאָר דער טױט איז מיטגעפֿלױגן הינטער זײַן קאַפּאָטע, ־—.
           ער איז אױסגעגאַנגען אונטער שנײַדנדיקן מעסער.
           

א י צ ט האָט ער מסהם דערקענט זײַן המשך אין מײַן װאַנדער,
           װײַל מײַן פֿלוך האָט אױפֿגעזיגלט זײַן געשענדטן ברעטל:
           ־—־. ▮נעם מיך מיט, פֿאַרפֿלאַנץ מײַן חלום אױף אַן ערד אַן אַנדער.
           טראָג מיך װי דער װּינט אַ װאָלקן איבער שטאָט און שטעטל.
           

ערגעץ מ ו ז דאָך זײַן אַ זאַמד, װאָס דו און דײַנע קינדער
           װעלן עס ניט שילטן. איך באַשוּוער דיך: ברענג מיך דאָרטן, —
           לײז מיך אױס פֿון וּוערעמדיקער אײביקײט אַצינדער,
           װײַל איך קען שױן מער אין אָט דער פֿינצטערניש ניט אָרטן...',
           
און ער קוקט מיך אָן אַזאַ כּל־נדרידיקער, בלאַסער,
           זײַנע הענט באַרירן מײַנע ריפּן, נענטער, טיפֿער,
           און ער שוּוּימט אין מיר אַרײַן ־—־. אַ װאַסער אין אַ װאַסער,
           איבער בײדן הױדעט זיך דער גורל װי אַ שיפֿער.
           
▮זײדע, זײדע, ביסט אין מיר און איך װעל ברענגען רו דיר,
           דורך די אַפּלען מײַנע בליצן אַלע דײַנע יאָרן 1▮
בערליז     אײדער איך האָב פֿון בערלין פֿאַרקערעװעט מײַן רודער,
 ײַ     האָב איך אָט די שורות דאָ פֿאַרשריבן לזכּךון.
                                       



565
                        צו די ייִדן אין דײַטשלאַנד
              

אױף אָט דער ערד, װוּ אױך דער סאָלאָװײ
              לױפֿט נאָך מיר װי אַ חאַק װוּהין איך גײ,
              אױף אָט דער ערד, אַװוּ ס'האָט אונדז פֿאַרראָטן
              אַלײן דער גורל און װי איש קריות
              פֿאַרקױפֿט דאָס פֿאָלק, —־־ אַ גאָלדשטיק פֿאַר אַ שטאָט
              און מיט די שטעט אין אײנעם אונדז פֿאַרקנאָטן ——.
              
אױף אָט דער ערד, איר שפּליטערס פֿון מײַן שטאַם —
              װי מענטשן פֿון אַ שיף אַראָפּ אין ים
              דערשװימען צו אַן אינדזל װילד פֿאַרחיהט ——
              זענט איר דערשװוּמען אײנציק און פֿאַרװוּנדט,
              מיט גאָרניט. בלױז אױף דער נשמהם גרונט
              װי דימענט האָט איר מיטגעבראַכט די פֿרײַהײט.
              
נאָר איר פֿאַרטרױט זי קײנעם ניט. איר װאַרט.
              ניט אײן מאָל האָבן פֿרײַהײטן גענאַרט
              װי ברױט מיט סם אַ הונגעריקן גומען.
              איר שלײַפֿט זי בײַ די גרענעצן, בײַם ראַנד,
              און שטערנט זי אַריבער צו דעם לאַנד
              װוהין איר זענט אין חלום שױן געקומען.
              
װאָלט איך אַ נבֿיא זײַן װי גאָר אַ מאָל ־—.
              אַרױםגעגעטלעכט װאָלט פֿון מיר אַ קול
              און אײַנגעפֿלאַנצט אין אײַער פּלײצע פֿליגלען:
              ־— איר זענט ניט מער קײן לעצטע 1 נאָר איר זענט
לאַנדבגדײַג     די ערשטע פֿון אַ פֿאָלק, װאָס האָט דערקענט
    אַמ     זײַן א י ך און אױפֿגעבראָכן זיבן זיגלען.
                                  





566
                  ▮צז פ'זיל1
                               ז



א
דו עלטערע שװעסטער פֿון הײמערד פֿון מײַנער 1
עס װאָגלט אױף ם'נײַ דײַן פֿאַרבענקטער ציגײַנער.
אױף ס'נײַ איבער דײַנע פֿאַרלאָשענע װעגן
און זוך דעם גערוך פֿון געװעזענעם רעגן.
די פֿאַרבן פֿאַרקלעפּט און פֿאַרלעבט אין מײַן חלום,
דײַן הימל, װאָס איך האָב געטרונקען אַ מאָל אים
צוזאַמען מיט פֿײגל־געזאַנג און לעגענדע.
אין פּ ו י ל ן איך זוך דיך. נאָר װאָס איז געשען דאָ ן
דו ענטפֿערסט מיר ניט אױף דײַן שפּראַך, װאָס געזױגן
האָב איך װי דעם בליאַסק פֿון באַפֿליגלטע אױגן
אין ערשטער פֿאַרליבטשאַפֿט. מיצקעוּױטשעס לשון
באַגעגנט מיך שטױביק. זײַן גלאַנץ איז ניטאָ שױן.
ס'איז ניט װי אַ מאָל, װען געקלונגען האָט גרױס עס
צוזאַמען מיט יודיש. ־—. קרישטאָלענע כּוםות
װאָס קלאַפּן זיך צו אײנס דעם צװײטן לחײם.
כאָטש ליב האָב איך דײַנע פּאָעטן עד היום
און װיפֿל עס זאָל מיך ניט װאַרגן דער יואוש ——.
דערפֿרישט מיך דער זוניקער קװּאַל פּאַן טאַדעוש.
די װעלדער אין הײמישן באָדן פֿאַרקערנט,
די מענטשן װאָס ע ר האָט זײ לעבן געלערנט
און ס'נאָגט זײער בענקשאַפֿט אין יאַנקלס קאַפּעליע.
און ליב איז מיר אױך דער פּאָעט פֿון אַנהעלי,
זײַן גוף.— אַ געפֿלעכט פֿון פֿאַרכּישופֿטע פֿלײטן
װאָס הילכן גאָר אָפּ מיט צעקלימפּערטע קײטן ־—.
די קײטן אױף ברידער אין אײַזיקן צפֿון.
אױך נאָרװיד װאָס זינט כ'האָב געזען זײַנע סטראָפֿן
אין פֿוקערס טרינקאַרניע, פֿאַרקריצט אױף דער אַלטקײט
פֿון פּורפּלנע װענט ־— האָט אױף מיר די צעקוּואַלטקײט
פֿון זײַנע משיחישע נעכט אױפֿגעפֿלעמלט,
אַז איך האָב געקניט און באַזונגען אים דעמאָלט.
                      


567
ביז איצטער באַגלײט מיך דורך אַלע ירידן
זײַן ליד, װאָס ער הײליקט די װּאַרשעװער יודן.
בין מוחל אַפֿילו און האָב ניט קײן טענח
צו זײ, דײַנע זינגער, די שטאַמלינגען מײַנע;
פֿאַרליבט אין דײַן מיאוסקײט װי אין דײַן שײנקײט,
זײ װאָיען װי הינט צװישן װעלף אין אַלײנקײט.
נאָר װיפֿל זײ האָבן געפּרוּװּט זיך פֿ אַ ר ו ו אָ ל פֿ ן —־.
האָט אַלץ ניט געהאָלפֿן, האָט אַלץ ניט געחאָלפֿן.
בין מוחל 1 צי וּואָלט דען װי ליעשטיאַן, למשל,
באַזונגען אַ צוּױיטער דײַן בלימל, דײַן פֿראָשל ן
די זון, װאָס דער אָװנט צעבלאָזט אין פּמליוה,
אַ לאָנקע דערטרונקען אױף יענער זײַט כװּאַליעס
און ברעזעס, וּואָס טאַנצן אין הלום װי כּרובֿים ן
פֿאַרמאָגסטו אַ צװײטן וּױ יוליאַן בן טוּבֿים ן

נאָר װער האָט די וּװנדיקע סהירה פֿאַרענטפֿערט ן
עס זענען דעם הפֿקר נאָך איבערגעענטפֿערט
די אָקערשט באַפֿרײַטע. זײ װאָגלען פֿאַרגאַלטע
און כאַפּן זיך אָן בײַ די שטידלען די אַלטע
פֿון זײערע הײמען. )אַזױ װי פֿאַר צײַטנס
געיאָגטע, װאָס ןענען פֿון נאָענט און װײַטנס
דערלאָפֿן צום מישכּן אױס רײנגאָלד געהאַמערט
און דאָרט זיך בײַם ראַנד פֿון מזבח פֿאַרקלאַמערט(.
כאָטש דערנער פֿאַרבײַטן די ברידער, די שוּועסטער,
אין דײַנע פֿאַרשׂרפֿעטע, חרובֿע נעסטער.
נאָר אַנשטאָט מיט ברױט אוּן מיט זאַלץ און מיט ליבע,
פֿאַרשטײ איך ביז הײַנטיקן טאָג ניט די סיבה
אַלמאַי זײ באַגעגנט גאָר זײַטלדיק־ביטער
דער פּאָליאַק, װאָס האָט דאָך געשמט פֿאַר אַ ריטער.
קומט אױס, אַז מיט הונדערט יאָר פֿרוער דײַן נבֿיא
                    


568
געװען איז גאָר בלינד, װי אין טאָגליכט אַ סאָװע,
װען ער האָט אין גלות געשאַפֿן לעגיאָנען
פֿון פּױלישע יודן מיט פּױלישע פֿאָנען ז
טאָ װאָס איז געשען מיט זײַן אײניקל, װאָס זשע ן
! פּפֿ0פּ '▮נ'7 0פּ1מפּ5



ב
דאָס װײַסל פֿוּן אױג איז געוּוּען מיר דײַן װײַםל 1
און װּיפֿל געטרער האָט געשטראָמט פֿונעם װײַסל
אין װאַסער אַרײַן דורך די דורות געשליפֿן.
און אױבן ——. די שיפֿן, די גילדענע שיפֿן.
אָ, ברעגן בײַטײַכיקע, פֿאַרביק און ראַשיק,
װּוּ חתונות װירבלען אַרום שלום־אַשיק.
װוּ ס'פֿינקלען נאָך בענטשליכט אין באָבעשע לײַכטער,
װוּ גױיִשער װינט איז אַ ידדישלעך־פֿײַכטער 1
מײַן שטאַם האָט מיט גלױבן די װאָרצלען געלאָדן
װען ער איז אַרײַן אין דײַן פֿרוכטיקן באָדן.
פֿאַר דײַנטװעגן האָט ער געשאַפֿן, געמײַסטערט,
אין יאָרן פֿון קנעכטשאַפֿט ־—־ דערהױבן, באַגײַסטערט.
די ליבשאַפֿט צום אײגנלאַנד האָט ער פֿאַרביטן
אין ליבשאַפֿט צו דיר און אין אײנעם געליטן,
כאָטש ער האָט זיך כּלומרשט פֿאַראינדזלט באַזונדער.
מײַן שטאַם האָט אַריבערגעפֿלאַנצט דאָ אַ װוּנדער
געבראַכט פֿוּן באַרג סיני דורך מידבר, נבֿיאים —־..—־־.—.
און דאָס האָט, קען זײַן, דיר געגעבן אַ קיום
אַז דו ביסט געװאָרן געגרײסט און געװיליקט,
אַז דיך האָט קײן צאַר און קײן האַר ניט פֿאַרטיליקט.
און די, װאָס דיך האָבן געבױט און געקנאָטן,
זײ זענען געבליבן פֿאַרקלײנט אין אַ שאָטן, ——
אַ הילצערנער קראַנץ פֿון בית־עלמינשע ברעטלעך.
דערפֿאַר האָבן שטעט זיך געטורעמט אוּן שטעטלעך.
                     

569
באַדאַרף מען דען זאָגן אַ דאַנק צװישן ברידער ן
עס האָבן זיך איבערגעפֿלאָכטן די לידער
פֿון פּױליש מיט יודיש, פֿון יודיש מיט פּױליש.
און כאָטש דײַן גלין־גלאָן האָט געשראָקן קאַטױליש ——
האָט ער מיט אַ תּפֿילה באַרירט זיך צוזאַמען,
װי צוּוײַגן פֿון צװּײ גאָר באַזונדעךע שטאַמען
באַרירן זיך קעגן אַ זונפֿאַרגאַנג בײדע.
אַ טעות געהאַט עס האָט אָבער מײַן זײדע
און איך שױן אַװדאי. צי הערסטו מײַן רײדן ן
צי װעסטו מיר קענען אױף אַלעם באַשײדן ן
דו קרױן, װאָס דײַן אײדלשטײן האָט אין פֿאַרנאַכטן
פֿונאַנדערגעשימערט פֿאַרגאַנגענע פּראַכטן.
צעשפּרודלטער קװאַל פֿאַר בונטאַרן, פֿאַר בעש▮טן
װי לעשט'ן דעם דאָרשט פֿון די דוךות, װי לעשט'ן ן
איך האָב דאָך געמײנט: די מלחמח פֿאַרענדיקט,
װעט זײַן אױך די פֿינצטערע שׂינאח געבענדיקט.
אַ ךױז טױזנטבלעטערדיק װעט אױף רװנען
אַרױסבלוען װידער אַ פֿרישן באַגינען.
דער יודישער לײב און דײַן אָדלער ־— די שכנים,
געשמידט אױף די קופּער־מנורות אין אײנעם,
זײ װעלן געװיס מיטן אױפֿשטראַל דעם זעלבן
באַלײַכטן די קבֿרים, דעם טרױעךם געװעלבן.
מיר װעלן צונױפֿזאַמלען װילן צו װילן,
און אונדזערע װוּנדן די װײַםל װעט קילן.
די שטעט װעלן אָפּװאַקסן ־— ציגל אױף ציגל,
אַ שױב װעט אַ פֿאָך טאָן אױף ם'נײַ װי אַ פֿליגל,
און גלײַך מיט די שטעט װעלן דור'לען זיך קינדער.
נאָר חאָב איך אַ רעכט עס צו גלײבן אַצינדער ן
טאָ װאָס איז געשען מיט דער ברודערשאַפֿט, װאָם זשען
! פּ.0פּ '▮, 0טמפ5
                      


0ז5
ג
איך װײם, ביסט ניט שולדיק, װאָס פֿײַנדלעכע האָרדעס
דיך זענען באַפֿאַלן, ס'איז איטלעכן קלאָר דאָס.
און האָט דיך דער בלוטפֿײַנד געפֿליקט און באַלײדיקט'—־.
האָסטו זיך פֿאַרטײדיקט, די ב י ר ג ע ר פֿאַרטײדיקט
אין װעסטערפּלאַט, קוטנע. צי װעסטו דערקענען
די בערגלעך און זײערע װױנער װער זענען,
פּאָליאַקן צי יודן ז װי קען עס געמאָלט זײַן 1
זײ זענען געפֿאַלן, דײַן אָדלער זאָל שטאָלץ זײַן.
נאָר קױם האָט פֿאַרקנעכט דיך דער קנעכטישער שׂונא—־
האָסטו שױן בײַם טרײַבן די יודן אין בױנע
אַ שרעקלעכע פֿרײַהײט באַקומען װי קײן מאָל,
און האָסט אױפֿן פֿײַער געגאָסן נאָך בױמל.
נאָר איך האָב געפּרוּװט זיך אַלײן צו באַצװינגען,
איך זאָל װעגן דאָזיקן אמת ניט זינגען.
פֿאַר מיר האָבן אײנציקע העלפֿער און רעטער
אַריבערגעוּװיגן פֿיל טױזנט פֿאַררעטער.
אין זכות פֿון דעם אײנציקן בין איך געקומען
דיך װידער צו ליב האָבן מוכן ומזומן,
אין זכות פֿונעם פּאַסטעך װאָס האָט אין אַ נאָרע
באַהאַלטן דאָס מײדעלע רױזנװאַלד שׂרח,
איר יאַגדעס דערלאַנגט אין איר אױסגעשטרעקט חײַפֿל,
און שפּילן ער פֿלעגט אױך ניט װײַט, אױף זײַן פֿײַפֿל
איר זאָל אין דער פֿוקסענער נאָרע זײַן הײמיק.
)אַצינד האָט זי אים שױן געשריבן פֿון עמק(.
אין זכות פֿונעם סטרוזש, װאָס האָט אונטערן בנין
אַוּװ די געסטאַפּאָ באַהאַלטן אַ מנין.
אין זכות פֿון אַמאַליאַ דער טײַערער נאָנע
װאָס האָט פֿאַרן געטאָ געבראַכט אַ מהנה
אַ זעקל מיט פּולװער. אין זכות פֿון אַ פּױער,
געהאַנגען אין מיטן דער שטאָט אױף אַ טױער
                      


571
מיט רײַסיקער אױפֿשריפֿט: געהאָלפֿן אַ יודע.
אין זכות פֿון דעם הינטשלעגער װאַצעק. אין בוּדע
װוּ ער פֿלעגט די הינט די געכאַפּטע פֿאַרשליסן,
דאָרט האָט ער פֿאַררוקט, עס זאָל קײנער ניט וּױסן,
דרײַ קינדער אַהינטער אַן אָפּצױם פֿון ברעטער.
אין זכות אױך פֿון ד י אײדלמוּטיקע רעטער
װאָס אומבאַװוסט זענען די נעמען אַפֿילו,
פֿאַרקלער איך זײ נעמען און טו פֿאַר זײ הפֿילח:
פֿאַר די, װּעלכע לעבן —־.. די לעביקסטע פֿרײדן,
און פֿאַר די פֿאַרשניטענע ־— רו אין גן־עדן.

נאָר זע איך די קױל די צעגליטע פֿון װאַרשע,
וּואָס האָט ןיך אין חאַרץ מיר געטאָן אַ פֿאַרירשע ▮־
דערמאָנט זיך מיר אױך, װי עס האָבן געשלײַדערט
מיט שיכּורן הוזק די לײַט פֿון דער פֿרײַ דאָרט
װּען ס'האָבן אין געטאָ װי ברעניקע לײבן
געקעמפֿט מײַנע ברידער, דעם כּבֿוד צו הײבן
פֿון לאַנד און זײַן פֿאָלק, װוּ מע װעט עולה רגלען
צו שעפּן דעם רום. ▮װי זײ טוען זיך פּרעגלען'',
געשפּאָט האָבן דײַנע געפּודערטע דאַמען
און דורך די לאָרנעטן געקוקט אױף די פֿלאַמען.
נאָר שױן בײַ די רײד װעגט אַריבער מיר װּידער
אַ צענדליק פּאָליאַקן װאָס זענען װי ברידער
געקומען אַלײנוּױליק, פֿול מיט פֿאַרמעסטונג
און העלדיש געפֿאַלן בײַם שיצן די פֿעסטונג.
און זײ װעט דער שטראַליקער האַר פֿון די יאָרן
פֿאַרקריצן מיט דימענט בײַ זיך אין זכּרוּן.
נאָר זענען כאָטש יענע גיבוּרים דיר טײַער,
צי היטסטו דעם גײַסט פֿונעם װאַרשעװּער פֿײַער ן
װאָס האָט ער, אַ שטײגער, געלערנט דיך, װּאָס זשע ן
1 פּפּ0פּ ,1פּ 0פּ81ט5
                     


1ץ5
            ד
            װי קען איך דיך בענטשן ן איך בין דאָך דער עדוּת
            פֿון דײַנע פּאָגראָמען אױף קינדער און זײדעס.
            איך האָב דאָך געזען, וּוּי מיט פּרענטן און פֿלעקער
            עס מאָרדט דײַן המון אונטער קופֿערנע גלעקער.
            און שפּעטער ־— געזען דײַנע פֿרױען און מענער
            אין שטומען באַגלײט אונטער בלוט־רױטע פֿענער
            די לאַנגע לוּױה, די פֿרײַע, די נײַע.
            שאָפּען האָט געװײנט און געפֿירט די לװיה.
            און אױבן ־—. די פֿענער װי פֿײגל געפֿאַנגען
            זײ האָבן אַנטלױפֿן געוּועלט פֿון די שטאַנגען.
            


—— ־—־. —— —־. —— ——. —— ——־ ־— —־ —־ ——.
            און אמת איז אוּיך, אַז די ערד אױפֿן רידל,
            געפֿאַלן אין גרוב װי אַ פּלאַנכיקע פֿידל, ▮
פּ          איז גלײַך װי זי װּאָלט מיר פֿאַרשאָטן מײַן בענקשאַפֿט.
            און מער פֿונעם װײטיק און טיפֿער געקרענקטשאַפֿט
            בײַם זען װי די זון איז מטהר און צערטלט
            מײַן חבֿר, דורך דײַנע מערדײרים צעפֿערטלט ——
            צעפֿרעסט מיך דער זשאַװערדיק טעמפּער בזיון
            װאָס נ אָ ך דער מלחמה עס װידמענען, ראָיען
            אַרום אונטער דײַנע פֿאַרשׂרפֿעטע דעכער
            װי גיפֿטיקע עקדישן פּױלנס פֿאַרשװעכער.
            און כאָטש מיר איז שװער צו דערטראַכטן זיך סטראָפֿיק
            דײַן צוקונפֿט — דאָך איז שױן בײַ מיר ניט קײן ספֿק,
            אַז װוּ נאָר עס װעט זיך איר מזל ניט ריכטן —.
            ס'געװעזענע װּעסטו ניט קענען פֿאַרריכטן.
            
און מײנסטו, איך זאָג עס דערפֿאַר װײַל איך וּואָרן
            און בעט זיך: דערבאַרעם זיך, מינער דײַן צאָרן,
                                 




573
לאָז בױען דעם יודן צוךיק דײַנע גיטער ן
װי קום איך צו זײַן אױף דײַן ערד אַ געביטער 1
עם האָט דאָך אַ צװײטער געמאַכט דעם סך־הכּל
און איך בין דאָ בלױז װי אַ צװּײַג אין געװאַקל.
אַ צװײַג, װאָס ב י ג ו ו אַ ל ד װיל כאָטש אײן מאָל נאָך גרינען1



▮—. ▮— ——־..— ־—..— ——. ־— ־—. —־. ־—־ —
איך שפּרײַז דורך דער מידבר פֿון װאַרשע, געפֿינען
אַ װײַסל אַ צװײטע, כּדי אױף די שטראָמען
זאָל זעגלען זיך װײַטער מײַן סלאַװישער נאָמען.
ס'באַגלײט מיך אַ װערבע, אַ ליד אַ פֿאַרבאַקנס,
אַ הורה געוּױקלט אױף בראָנדזענע נאַקנס,
צעפֿינקלטע בענטשליכט אין איטלעכן אבֿר,
אַ שטײנדעלע פֿון אַנילעװּיטשעס קבֿר,
װאָס קײַקלט אַרײַן אין די דורות זײַן סימן.
און װי בײַ סלאָװאַצקין אין פֿלאַמיקן הימען
בײַם זונפֿאַרגאַנג —־ רױשן אױך איצטער בוטשאַנען
און טראָגן אַװעק מײַנע טרערן פֿוּן דאַנען
אין שקיעה. נאָר א י ם האָט געצױגן קײן פּױלן
און איך װיל שױן אָפּרוען װײַט פֿון די גרױלן.
— בוטשאַנען, װאָס חאָט איר געלאָזן מיך, װאָס זשע ן

1 פּפּ0פּ ,1ט ▮שׂפּפּ5



ה
ס'איז אומעטיק, גאָט מײַנער 1 װי לאָזט מען איבער
דעם עמק הבכא, די שטיבער, די גריבער ן
װי שטעלט מען דער פּוסטקײט אַ דענקמאָל, אַ צײכן,
עס זאָל צו מײַן אײניקלס אײניקל גרײכן ז
װאָם טוט מען, דער נעכטן זאָל װערן נהגלה
דעם מאָרגן ז װי פֿאַנגט מען דעם עכאָ פֿון אַלע
                          



4ץ5
                   פֿאַרשניטענע תּפֿילות? װי טרינקט מען פֿון לאָגל,
                   פֿון װאַנען דער טױט האָט געטרונקען ן איך װאָגל
1
                   און פּרוּװ די אָנצאָליקע קבֿרים פֿאַרשטעמפּלען
                   מיט לידער. איך שפּרײַז דורך די מירמלנע טעמפּלען
                   פֿון דײַנע בית־עלמינס לובלינער און קראָקער,
                   אַחינטער אַ בערגל פֿאַרשרומפּ איך זיך, לאָקער,
                   און ס'דאַכט: עלעחײ איך בין װידער אין יענעם
                   שװאַרצבערדיקן פּױלן אַ טאָג פֿאַרן גיהנום.
                   עס גריסן מיך החית־המתימדיק נעמען.
                   פֿאַרלײמיקטע פּנימער הײבן זיך, נעמען
                   אַרײַן אין אַ װירבל מײַן גוף בחפּזון,
                   אַ רגע... און װערן פֿאַרװאַנדלט אין גראָזן
                   צעצינגלט אױף בערגלעך מיט גרינעם דערבאַרעם.
                   איך שפּיר אָבער אונטער די גראָזן אַ ליאַרעם,
                   װי ס'װאָלטן די טױטע פֿאַרטײדיקט אַ ביתּר
                   און שאַלן אַרױס דורך אַ שװאַרצן טרומפּײטער
                   דאָס לעבן. אוּן אױבן די דעמבעס װּי שילדן
                   פֿאַרהאַלטן די צײַט אין געצװײַג און באַגילדן
                   די קרישל־מצבֿות מיט האַרבסטיקע בלעטער.
                   ־— בית־עלמינס, בית—עלמינס, װוּ זענען די רעטער ן
                   װוּ זענען די פֿעלדזן־געקנעטע טיטאַנען
                   װאָס זאָלן אױף זײערע פּלײצעס פֿון דאַנען
                   אַוּועקטראָגן אײַך איבער נאַכט דורך אַ כּישוף
                   אוּן אײַנפֿלאַנצן דאָרט, װוּ אַ יודישער יושוב
                   אױף ס'נײַ װערט געבױרן 1 ——־ —.
                                                אָ, װײ מיר, אָ, וּױי מיר,
    ▮             מע זעגט אױף די שטילע בית־עלמינס די בײמער 1
                   דער שפּיגל פֿון דורות פֿאַרלירט באַלד זײַן אױסזע.
                   און ערבֿ יום־כּפּור בײַם קבֿר פֿון חוזה
                                         



575
אין פּוסטן לובלין.— ליגט אַ כאָפּטע שיכּורים.
און שימלדיק שטיל איז וּױ ערבֿ אַ שטורעם
בײַם שטײן פֿון רמאָאָ אין אַלטפֿעטערשער קראָקע.
אַ ציג בלאָנקעט אום אין די שאָטנס קאַסאָקע,
אַנטפֿאָרעמט די רו בײַם באַטרעטן אַ ריטל
און צופּט אינעם גראָז אַ פֿאַרװאַלגערטן קװיטל.
און דאָרט אױף דער גענשע נאָך װאַרט אױפֿן גואל
מיט פֿליגל צעבױגענע פּרצעס אוהל
און היט דעם בריליאַנטענעם שטױב פֿונעם דיכטער
װאַס האָט אין די געטאָס געשפּרײט זײַנע ליכטער.
געלאָדן פֿאַרזשאַװערט געװער מיט בטהון.
איך שטײ בײַ דעם אוהל און זע: אין די מאָכן
בײַס ראַנד איז אַ שמאָלע באַהעלטעניש קענטיק.
אַ געטאָ־יוד האָט עס מיט פֿאָרכט, אײגנהענטיק
אַ הײם זיך געבױט בײַם אַנטרינען פֿון שחיטה —־.
                                                ,
די גאָלדענע קײט זאָל דאָ האָבן אַ שליטח
און היטן דעם לעצטן װאָס טוליעט זײַן גלױבן
צו פּרצעס אײביקע, גלײביקע שטױבן.
בײַ טאָג פֿלעגט ער ליגן פֿאַרדרי.ט אין זײַן פּאָלע
און װערעמלעך פֿלעגן אים לערנען קבלה.
נאָר װען די לבֿנה מיט בײנערנע פֿינגער
נעמט אָנקלאַפּן אױבן —— פֿלעגט װערן אים גרינגער.
אַרױסקריכן פֿלעגט ער אין דרױסן פֿאַרטײַעט
און זאָגן מיט לײמיקן קול װי אַ פּײט
ס'געשריפֿטס אינעם אוהל־געװעלב: ▮אַזױ גײען
מיר זינגענדיק, טאַנצנדיק...▮ דאָס פֿלעגט דערפֿרײען,
דערהײבן זײַן גײַסט אין צעגליטע צירופֿים
און אױפֿהאַלטן, שטאַרקן זײַן דערנערשן גוף אים.
                       




576
און איך, װאָם אַחער בין געקומען כּדי צו
געזעגענען זיך.— נעם אַרױף אױף מײַן פּלײצע
דעם אוהל און װאַנדער אַװעק מיט זײַן ניגון
װאָס גאָר די פֿאַרגאַנגעניש טוט ער צעװּיגן
און יועט מיר אַ װעג אין די מאָרגנס פֿאַראַקערן:
          .— ▮אָט אַזױ גײען מיר,
            די נשמות —. פֿלאַקערן 1▮
               





















פֿױלן, יולי־טעפּטעמבעך 1946
                        


ץץ5
                          ליד װעגן אַ הערינג
            

בײַ דער אָפֿענער גרוב האָט צעוּױינט זיך אַ קינד:
            ־— מאַמע, עסן, עסן 1
            האָט די מאַמע אַ רגע פֿאַרגעסן.
            אָדער עס האָט זי פֿאַרגעסן
            דער,
            װאָס האַקט אונטער די קני פֿון מעת־לעתן ־—
            און געשװינד געעפֿנט דעם קלומיק און ס'קינד
            געגעבן אַ הערינג צום עסן.
             
וּױ זילבער־גענאָד
             האָבן קינדערשע צײן
             דעם הערינג פֿאַרכאַפּט מיט הנאה.
             נאָר שטיל, װּי אַ נאַכטיגאַל וּואָלט זיך צעזוּנגען
             העט, איבער וּואַסערן בלאָע, —־־
             האָט אַ פֿײַערדיק שנירל געזאַנג
             מיט אַ מאָל
             געטאָן פֿונעם קאָפּ אַזאַ שפּרינגל
             אוּן מיטגעשלעפּט אױך אין געבראָכענעם קרײַז
             צו דער גרוב
             דעם נאַקעטן ידנגל.
            
און אַזױ איז געבליבן פֿאַרמירמלט אין גרױל
            דאָס בילד, װאָס אַנטרינט ניט פֿון זינען:
             אַ קינד מיט אַ בלוטיקן הערינג אין מױל
            אין אײנעם אַ זומערס באַגינען.
            איך זוך פֿונעם הערינג דעם זאַלץ
אײַדב     און קען אַלץ
  6א1     אױף די ליפּן זײַן טעם ניט געפֿינען.
                                   




578
                                   דאָס שערבל
           

עס ציט די זון מיט שטראַלנשטריק אַרײַן אין זיך דעם טאָג.
           דאָס גאָרע ליכט פֿאַרװאָרצלט אין געשטאַלטן,
           דעם לעצטן פּורפּל אינעם גלאָז צעשפּליטערט אױפֿן ראָג,
           און אןיך די קבֿרים פֿול מיט גראָז צעשטראַלטן.
           איך זע, װי אַלע פֿאַרבן אין אַ קאָסמישן געיאָג
           אין שערבל זון באַהאַלטן זיך, באַהאַלטן.
           
און מאָרגן ן מאָרגן װּעט דאָס שערבל אױסשטראַלן צוריק
           װאָס ער האָט הײַנט אַרײַנגעזאַפּט פֿאַרנאַכטיק.
           נאָר מענטשן, זאַכן, װעלן מיט אַ גלײביקערן בליק
           דערזען װי זײער נײַע זון איז פּראַכטיק.
           אוּן זײַן װעט זײ די הלפֿדיקע אױסלעשונג אַ בריק
           צו װעלט־אַנטפּלעקוּנג װונדערלעך און מאַכטיק.
           
אָ, װי דאָס שערבל זײג איך ביזן אָדערדיקן דנאָ
           אַרױס פֿון אײַך די זוניקע יסורים
           און פֿאַל אַרײַן אין גאָרניט... נאָר אױף מאָרגן בין איך דאָ.
           דער טרױער איז געלײַטערט אין מײַן פֿורעם.
לאָרזש     און איר דערקענט אין מײַן געשטאַלט די אימהדיקע שעה
 1946     װאָס אױסגעריסן האָט פֿון אײַך דער שטורעם.
                                      












9ץ5
                          מקנא בין איד
           

מקנא בין איך אָפֿט דעם קלוגן אײזל
           װּאָס גיט ניט נאָך דעם שטעקן אױף זײַן קאַרק.
           װאָס אין עקשנות גװאַלדיק איז ער שטאַרק.
           און איך, דער מענטש, טו תּפֿילח, אַז דער װײ זאָל
           ניט בײגן מיך. באמת, איך בין נישטיק
           אַקעגן אײזלחעלד. װײַל שטעל זיך פֿאָר:
לאָדזש     איך ךאַנגל זיך אַ גוטן שלעכטן יאָר
 אַמ     מײַן ליד ניט צו פֿאַרהאַנדלען פֿאַר אַ פֿרישטיק.
                              
























5.0
                          מײַן פֿאַרגעסענע ביקס
               

אין חלום װאַכט אױף מײַן פֿאַרגעסענע ביקס
               װאָס אַן עלנטע לעבט אין די װעלדער:
               ־— ▮עס לאָקערן װידער פֿאַרדעכטיקע פֿיקס
               און זײ װילן צעפֿליקן דײַן שװעל דיך 1▮
               
איך שפּרינג פֿונעם חלום אַרױס אין געאײַל
               און פֿאַרטרײַב װי די הינט זײַנע פֿאַרבן.
               נאָר ס'ביקסענע קול איבער הונדערטער מײַל
               בױערט דורך מײַן פֿאַרלידערטן שאַרבן:
               
־— ▮עס דרעמלט דײַן טאָכטער אין װערבענער װיג,
               ביסטו גרײט צו באַשיצן איר דרעמל ז
               צי קען דיך באַרוען דער זיגל פֿון זיג,
               און צי ביסטו פֿאַרגלײבט דעם געזעמל ן
               
דאָס אָקערשט פֿאַרגאַנגענע אין ניט פֿאַרגאַנג,
               און אין הײַנט איז פֿאַרװאַנדלט דער נעכטן.
               װי ברענגראָז פֿאַרלױפֿט דער אומזיכער דײַן גאַנג
               און דער מערדער ־—־ פֿאַרשטעלט אין גערעכטן.
               
איז ד אָ ס פֿאַר דער פֿרײַשאַפֿט דער לאָרבער, דער שׂכר ז
               איז אַ סתּם־אַזױ־װערטל מ י ל י אָ נ ע ן ז
               דערפֿאַר ביסטו איבערגעבליבן, דערפֿאַר,
               דו זאָלסט װידער אַ קרבן זײַן קאָנען ן▮
               
איך רוף מײַן פֿאַרגעסענע ביקם אױף דאָס נײ.
                                                            —.
               ניט געשטעלט נאָך קײן פּונקט, ניט קײן קאָמע.
סעפּמגגגד     אַצינד, וּוען עס קילט אױף די פֿעלדער דאָס בלײַ,
     אַמ     פֿירט די שארית־הפּליטה ־— מלחמח 1
                                  



5.1
               שורות געשריבן אין וךאָרשע
            


א
            פֿון גאָר דער ביבל און עװאַנגל
            איך זוך דאָס װאָרט, איך זוך די רו,
            װאָס װיגט זיך װי בײַם קװאַל אַ זאַנגל
            און צו זײַן שאָטן האָרכט זיך צו.
            אין מיט פֿון אומקום און געראַנגל —..
            ישעיהס װאָרט: נחמו, נחמו.
            

נהמו צו אױגן די פֿאַרפֿירטע
            װאָס זעען זומפּ און מײנען: גאָט.
            נחמו צו די, אין גראָז באַצירטע,
            װאָס איך צי װײַטער זײער טראָט.
            און טרײסט צום דיכטער, װאָס זײַן מירטע
            איז רױך פֿון אַ פֿאַרברענטער שטאָט.
            


ב
            פּאָעטן 1 לאָמיר זיך פֿאַרװאַנדלען
            אין זיך אַלײן. ־— אין פֿרײַ געזאַנג.
            מיט אונדזער טרױער מער ניט האַנדלען, —־
            װײַל ער איז ליסטיק װי אַ שלאַנג.
            און מיטן פֿאָלק אין אײנעם וּואַנדלען
            אַריבער אײגענעם פֿאַרגאַנג.
            
מיר זענען אַלע אַחאַסוּוערן,
            װי דימענטן אױף גרונט פֿון ים —־
            באַלײַכטן מיר דעם זײַן און װּערן
            מיט אונדזער דימענטענעם גראַם.
װארשע     און שטאַרבן װי ישׂראל שטערן
 1946      און לעבן אױף מיט אים צוזאַם.
                          



581
             די װעלפֿיכע


אין די נאַראָטשער װעלדער די אײַזיקע,
לעבט אַ װעלפֿיכע, לעבט זיך אַלײן.
אונטער פֿעל, שױן צעריסענע, גרײַזיקע,
װי אַ בליצן־געװּעב, איר געבײן.

אין געראַנגל אַ מאָל האָט די װעלפֿיכע
אָנגעוּװירן איר װאָלפֿיש געזינד.
זי פֿאַרמאָגט ניט קײן העלפֿער, קײן העלפֿיכע,
אַ שװאַרצאַפּל ——.. צעשאָסן און בלינד.

איז געשען: אין אַ נאַכט אַ טײַוּולאָנישער
פֿונעם יאָר נײַנצז פֿערציק און צװײ, ־—־
בײַ איר נאָרע, אין שײַן אין לבֿנהשער
ליגט אַ מענטשעלע, דרעמלט אין שנײ.

ס'איז דאָס מענטשעלע באָרװעס, קױם לעבעדיק
דאָ אַנטרונען בײַם זוכן אַ שוץ.
און עס הלומט, אין צױבערלאַנד שװעבנדיק,
פֿוּן אַן ערגעץ פֿאַראַנענעם גוטס.

ברענגט די װעלפֿיכע צאַרט אים אין הײל אַרײַן,
װײַל זי הערט דעם פֿאַרפֿרוּירענעם רוף.
און זי וּוּערט אים אַ מאַמע, אַ הײלערין,
מיטן אָטעם דערװאַרעמט זײַן גוף.

אױפֿן לשון פֿון גליקלעכער װאָיעניש
רײדן חיה און מענטש זיך צוזאַם.
און די װעלפֿיכע טאַנצט פֿאַר הנאהניש
עלעהײ —— ער איז אײנער פֿון שטאַם.
                 



583
         און אַלץ מער װערט פֿאַרװעלפֿלט דאָס מענטשעלע,
         װײַל באַפֿרײַט פֿון דער מענטשלעכער שפּאָט.
         אין אַ האָריקן, װאַרעמען פֿרענטשעלע
         טוט עס תּפֿילה צום װאָלפֿישן גאָט.
         
נאָר דער שטאָלענער חאַר דער פֿאַרשאָלטענער
         ער גע ד ע נ ק ט אָן זײַן קרבן, װי דען ן
         און ער אײַלט דורך די װאַלדיקע קאָלטענער
         נאָך די צײכנס אין שנײ, אים צו זען.
         
װערט די װעלפֿיכע גרין פֿאַר באַלײדיקונג,
         און באַפּאַנצערט איר שכן אין הײל.
         ביז אַ קױל האַקט אַדורך איר פֿאַרטײדיקונג,
אַ19     אַקוראַט װי איך שרײַב און דערצײל.
                              



















..5
                ייִדישע גאָס


ביסט ניט פֿאַרגאַנגען. דײַן פּוםטקײט איז פֿול.
פֿול מיטן פֿאָלק װי מײַן אױג מיט דער מאַמען.
ערגעץ נאָך פֿלאַטערט אַ שײמע, אַ שול,
ס'האָבן אױף זײ ניט קײן שליטה די פֿלאַמען.
איך װאָלט געשװױרן: אומערדיש דײַן גבֿול,
טיף אין געװען און װעט־זײַן —. דײַנע שטאַמען.
אָט איז די באָרד אױפֿן בלױלעכן שאָס,
אָט איז דאָס הײליקע קרעמל מיט קװאַס.
                ידדישע גאַס.


דו ביסט דער ניגון, װאָס דורות צוריק
האָבן אַרױסגעשפּילט מײַנסטער כּלי־זמרים.
ס'האָט זיך פֿאַרשטעלט אין אַ גאַס די מוזיק,
בלױז פֿאַרן אָרעמען דאַכט זיך: ביםט אָרעם.
װעמען ס'איז אָבער געשאָנקען דאָם גליק
זאַמלט דײַן פּראַכט מיט אַן אָפֿענעם אָרעם.
אָט איז די פֿאָנע פֿון בלוטרעגן נאַס,
אָט איז די לערערין מירע אין קלאַס.
               יודישע גאַס.


אױב נאָר דײַן שטערן־פּרוכת איז װאָר —־
איז אױך דײַן װאָר ניט קײן חלום קײן בלינדער.
אָט איז דער נבֿיא מיט שטײנערנע חאָר,
מאָלט די נבֿואה פֿאַר נאַקעטע קינדער.
קען דען די װאָג פֿון אַ פֿינף חונדערט יאָר
װינציקער װעגן פֿון פּיצל אַצינדער ז
װער זאָגט פֿאַרשװוּנדן ז אַ ליגן, אַ שפּאַס,
ערגעץ נאָך בומקעט דער באַסער אין באַם.
               יודישע גאַס.
                   



5.5
             לעבט ניט דער ניגון, װען טיף אױף זײַן גרונט
             שטראַלט דאָס געבײן פֿון געפֿאַלענעם שפּילער ז
             שטײנערנע צערטלעניש װיקלט מיך רונד, —־
              מיך, דײַן פֿאַרװאָגלטן, מיך, דײַן דערפֿילער.
              יודישע גאַס, לאָמיר שליסן אַ בונד 1
              לאָז מיך דערהערן דײַן אײביקײט, שטילער:
              אָט ביסטו װידער אַזױנס און אַזאַס,
דעצבך     העכער פֿון האַס אוּן פֿון צײַט דער מרשעת ־—
    אַמ                     יודישע גאַס 1
                      





































ז
                                  












586
                          פֿאָריז



1
די אָװנטזון באַשיצט אַקעגן נאַכט דעם סאַקרע־קער.
אױס טױזנט פֿאַרבן שמידט זי דאָ פֿאַר זיך אַ באַריקאַדע.
אַ צוגעפֿליגלטער צום באַרג פֿאַרנעם איך, װי אַהער
דערגרײכן מיך פֿון העקן װעלט געשטאַלטן נע־ונדע.
אוּן װי אַ האַלב דערטרונקענער, איך אָטעם אײַן אַלץ מער
מײַן װוּנדערװעלט, פֿאַרלוּירן אין דער אומקומצײַט אַװדאי.
־— אַנטפֿינצטער זיך, פֿאַרלאָשן אױג, װער קלאַנגיק, מײַן געהער,
און טרינקט זיך אָן מיט זילבן פֿון אַ נײַער לידעריאַדע 1


זז
אַ נדר האָב איך זיך געטאָן אין זומפּעדיקע נעכט:
דער שלאַנגיקער נסיון זאָל מיך ניט פֿאַרגיפֿטן, אײדעך
מײַן אָטעם װעט זיך אָפּשטעלן. איך זאָל ניט זײַן געקנעכט.
מײַן שטים זאָל װאַנדערן באַזונדער צוּױשן אַלע רײדער.
גענוג פֿאַר מײַנע פֿינגער זאָל איך זײַן גערעכט און עכט,
במילא שױן פֿאַר אַלעמען אַ טרײסטער און באַשײדער.
אַצינד, װען ס'איז דער אַשמדאַי דערשטיקט אין זײַן געפֿלעכט, —־..
באַשװּער איך זיך אַ צוּױיטן מאָל צוּם אױספֿירן דעם נדר.


111
האָסטו געזען אַן אָדלער אין זײַן שטורמישן געיאָג
בשעת ער װעגט דעם שטוּרעם הין און הער אױף זײַנע פֿליגל ן
אַזױ אָ פֿלאַטערט מײַן געדאַנק און װעגט דעם נעכטנס װאָג.
ער בײגט זיך, פֿאַלט. אָט קראַכט ער באַלד אַראָפּ אױף בלוט און ציגל,—
געפֿאַלן דאַכט זיך 1 אָבער װידער גיט אין אים אַ שלאָג
די האָפֿענונג. ער הײבט זיך העכער, העכער אין אַן עיגול,
ברעכט דורך די װאָלקנס, און די פֿליגל טאַפּן אָן אַ טאָג
װאָס פֿינקלט לױטער־ליכטיק װי אַ דימענט אין אַ שפּיגל.
                           



ץ58
ץ1
װאָס ברענגסטו מיר, דו אָדלער אומגעזעענער, ־— געדאַנק ן
מיט װאָסער פֿאַנג אין דײַנע נעגל קענסטו זיך באַרימען ן
דו האָסט דאָך צוגעזען מײַן הײמשטאָט אין איר לעצטן צאַנק
און װי אַ קוש בײַם עשאַפֿאָט אױף דיר נאָך גליט איר סימן.
אַנטפּלעק דײַן אמת 1 װען דאָרט אונטן, אײדלשטײניק־בלאַנק
אַ טוךעמדיקע שימערט אױס די פֿעלקערשטאָט איר הימען.
איך װײם: פֿון דאָס פֿאַרגאַנגענע ביסט אײנציקער געשאַנק,
ניטאָ די האַנט װּאָס זאָל דיך קענען אײַנבײגן, פֿאַרקרימען.


ץ
סאַלוט דער שטאָט, װוּ עס געפֿינט זײַן פּנים יעדער גר,
װוּ מענטש איז מ ע נ ט ש, מיט זײַנע פֿרײדן, בענקשאַפֿטן און צערן.
איך טרינק דעם שטײנערדיקן װײַן פֿון שטאָט, אױף סאַקרע־קער,
אַרומגעגאַרטלט מיט אַ שורה זון אין די פֿאָנאַרן.
דאָ שװעבן גײַסטער. פֿלאַטערן אַרײַן אין מײַן באַגער.
דאָ לעבן אין דער לופֿטן לאַנג פֿאַרקלונגענע פֿאַנפֿאַרן.
און פֿרײַחײט איז ניט אַלט געװאָרן, אײַנגעשרומפּן־שװער,
נאָר יונג, װי אירע רױזן בײַ דער װאַנט פֿון קאָמונאַרן.


1ץ
איך האָב געזען אין לוּוּור מלך רעמסס. מיט אַ מאָל ־—־
דערהערט אַ זאַמדיקן געװײן. דאָס האָט מיר פֿון מצרים
אַ יונגל אין אַ װאַנט פֿאַרמױערט אױסגעגליט זײַן קול.
ניט שױן זשע מאָנט פֿאַרענטפֿערונג די װײַטע שטים עד היום ן
איז מײַנס דאָס יונגל פֿון צוריק־מעת־לעתן אָן אַ צאָל ן
װער פּױקט עס מיר אין װירבלדיקן שאַרבן: לױף באַפֿרײַ אים ן
איך בין געלאָפֿן. ס'חאָט דער לוּװר נאָכגעקוקט, איך זאָל
די אױסטערלישע מאָנונג זײַן מקײם.
                             




.58
11ץ
אַװדאי איז דאָס ניט קײן ברכה, װען אױף יעדער טךאָט
גײט נאָך דער שױדער־יוחוס. נאָר איך קען דאָך אױך באַשאַפֿן
אַ שטראַלנוּועג װאָס פֿירט פֿון יונגל צו די צען געבאָט.
און פֿוּן די צען געבאָט, פֿון מידע מידברדיקע שקלאַפֿן ־—
צו אַלבערט אײַנשטײן, װאָס די צײַט האָט אים פֿאַרטרױט איר סוד
און דורכגעשניטן דורך זײַן שלײף אומענדלעכע געלאַפֿן.
אַזאַ מײַן טרײסט: אַרױסוּואַקםן װעט אױך פֿון מ ײַ ן יסוד
אַ װוּנדער, און די גאַפֿנדיקע מאָרגנטעג.—. פֿאַרגאַפֿן.


ז11ץ
מײַן מישפּט מיט דער װעלט געטרױ איך מײַן געפּרװוטן שטאַם,
ער וּױיס: אַ בומעראַנג צוריק אין װאַרפֿער איז די שׂינאח.
איך זע, װי ער איז אױסגעשטערנט איבער לאַנד און ים,
אין ריזנשטעט, אין שנײ, מידבריות, חעקן אוראַלט־גרינע.
פֿאַרשלונגען חאָט אים ניט קײן פֿלאַם, װײַל ער אַלײן איז פֿלאַם.
ער גײט זײַן װעג דורך אינקװיזיציע, האַק און גיליאָטינע;
און פֿאַלט ער, ——־ איז דער גורל דעמאָלט נ י ט מיט אים צוזאַם
און ראַנגלט זיך, און זאַנגלט זיך אין זאַמדיקער מדינח.


צ1
דורך מיר אַלײן דעם װאַנדער פֿונעם װאַנדערפֿאָלק איך מערק.
און הפֿילה טו איך צוּ אַ קלאָרקײט דורכזעוק געשליפֿן.
אַ קלאָרקײט, װי בײַם דיכטער װען עס עפֿנט אים זײַן װערק
אַ רגע בלױז די ניט־אַנטפּלעקטע אָפּגרונטן און טיפֿן.
אַ קלאָרקײט װי אַ קאַלטער שטאָל. װי יענע שפּיצן בערג
װאָס טונקלען ניט, כאָטש נאַכטיק װאַסעך הײבט שױן אָן צו טךיפֿן.
זײ טונקלען ניט. אַ מחנח ליכטער נידערט אױף די קערק.—.
װי שטראַלנדיקע מעוּועס קומען אָפּרוען אױף שיפֿן.
                              




589
            צ
           ס'דערנענטערט זיך אַלץ מער די שטאָט. איר הימען ברענט.איך שליס,
            פֿאַרמאַך די אױגן, ניט אַנטלױפֿן זאָל פֿון מיר דאָם פֿײַער.
            די גאַםן קלעטערן צו מיר אױף שפּיגלדיקע פֿיס
            און חלומען אַרײַן אױף נאַכט װי גאַרבן אין אַ שײַער.
            עס לעבט אין מיר דער שטראַלנװעג. די שטים פֿון לװור אין
            באַהאַלטן אױך. עס קלינגען גלעקער אָװּנטיקער, פֿרײַער.
צה▮     אַ גרוס דעם טאָג װאָס האָט מיך אָפּגעפֿונען אין פּאַריז.
  46ט1     אַ גרוס דער נאַכט, און אַלע די וּואָס זענען ליב אוּן טײַער.
                                     



























(
                                         

















590
                                 דער נײַעעבױרענער
           

מיט שטערנצײנער בײַסט די נאַכט די קײט אױף מײַן געזאַנג.
           די רינגען פֿאַלן, פֿאַלן. איך ——. אין אומגעזאַנג פֿאַרלױךענער
          דערהער אַ נײַעם קלאַנג װי דאָס געבױרן פֿון אַ זאַנג,
          ער בױערט מײַנע שלײפֿן דורך: גוט מאָרגן, נײַ־געבױרענער 1
           

עס טוט זיך אָן דער מאָרגן אוּיף מײַן גוּף אַנשטאָט אַ הױט.
           און איך װער יונגער, יונגער מיט די זעונגען, די פֿילוּנגען,
           װי אױסגעוּױקלט װּאָלט זיך מײַן נשמה פֿוּן אַ שוּיט
           און טױזנטפֿאַרביק אױסגעשטראַלט די ניט־אַנטפּלעקטע פֿרילינגען.
           
דער טרױער, װי אַן אָפּגעפֿלײצטע לאַװע, האַרט און קאַלט,
           מיט אומבאַװעגלעכקײט פֿאַרהײלט דעם נעכטנס קרומע פּנימער.
פּאַריז     נאָר איך, דער נײַ־געבױרענער, דערקען ניט מײַן געשטאַלט.
 אַ19     און אַלע הושים בילן: דוּ זאָלסט קײן מאָל ניט דערקענען מער 1
                                        


















591
                                     אַ שולכל
           

כ'האָב פֿאַרװאָגלט אין אַ שולכל —־ װינט און פּאָװעטינע,
           אין אַ שעה וּוען דו דערקענסט ניט פֿון אַ װאָלף ביז הונט.
           ערגעץ פֿון אַ טורעם אין דער שטאָלענער מדינה ——.
           אַ האַרמאַט, װאָס לױערט אױף די וּוענטלעך גראָע, דינע.
           נאָר דאָס שולכל װי אַ חלום אײַנגעפֿלאַנצט אין גרונט ־—.
           האָט קײן האָר זיך ניט געקימערט, מיט די שאָטנס מיך באַשימעךט.
           עלעהײ ס'װאָלט אין אַ ברונעם פֿאַרביק זיך צעזונט.
           
אינעם ברונעם האָט געברומט אַ צאַנקעדיקער לערנער.
           אײנער בלױז. אוּן איך האָב זיך פֿאַרװאַנדלט אינעם אות
          אױפֿגעלעבט אױף זײַנע ליפּן. אַלע נעכטנס דערנער
           האָב איך דעמאָלט שױן געצערטלט הײמישער און גערנער:
           אָט דער לערנער ברומט אין ספֿר און ער װײס פֿאַר װאָס.
          גאָלדיק חאָט אַ ליכט געטריפֿלט, מײַן מחשבֿח —־ זיך געשיפֿלט,
           ביז דער לערנער אָפּריכטן האָט אָנגעחױבן חצוה.
           
און געקלערט האָב איך אַזױ: פֿון סורא, פּומבדיתא,
           האָט אַ קלוגער שפּליטער זיך פֿאַרקליבן דװקא דאָ,
           װי ער װאָלט געזען די צוּקונפֿט. און די צײַט די מיאוּסע
          קען דעם גורל־שפּליטער ניט פֿאַרשפּאַרן אין קײן הפֿיסה.
          דאָס האָט ער אין יענע שטעט באַשטימט װאָס נײן װאָס יאָ.
—ךיז     און אַװעק בין איך אין קלערן, מיט אַ נײַעם קנײטש אין שטערן.
 ־19     און דאָס שולכל — מיך באַגלײט אַ קײַלעכדיקע שעה.
                                      









591
                                     שפּעאָזע
         

א
          אַ נאַכט מיט שפּינאָזען, ־—.
          דער גײַסט פֿון דער װעלט ליגט געפֿאַנגען בײַ מיר אױף די הענט.
          װי בלומען און גראָזן
          עס בלוען די אותיות אין אײביקער ליבשאַפֿט דעךקענט.
          

ס'נעמט ךײדן מײַן קאַמער
          אױף לשון פֿון לײמענע װענט און װערט לױטעך װי קװאַרץ.
          אַ גײַסטיקער קלאַמער
          פֿאַרברידערט די װײַטע לבֿנה אַצינד מיט מײַן האַךץ.
          
אין װעלטישער זעונג
          פֿאַךנעם איך מײַן טױזנט־געשטאַלטיקײט נאָענט און האָךך.
          און אָט ־— אַ געשעונג:
          איך שפּיר דורך די גלידער פֿון גךאָזן און בײמער דעם שאָרך.
          
ס'געװײן פֿון די גרילן
          טרערט אױס מײַנע לײדן. די מילב װאַרפֿט אין פֿײַער מײַן טױט.
          אַצינד נעם איך פֿילן:
          בין אײנער פֿון די, װאָס האָט עפּעס דערטראַכט און דערבױט.
          

אַ װײַסע בעריאָזע
          קלאַפּט אָן אינעם פֿענצטעך, מיר האָבן זיך װידעך פֿאַרקניפּט.
ןןילנע     אַװעק שױן שפּינאָזע.
 37מ     עס הױכט נאָך זײַן װאַרעמער אָטעם אױף מײַן מאַנוסקריפּט.
                                    








593
          ב
          לאַנג חאָב איך געדריקט די קליאַמקע, צוגעלײגט אַ ליפּ,
          גלײַך זײַן האַנט װאָלט קופּערדיק זיך דאָען.
          און ־— די גרינע טיר האָט זיך געעפֿנט. אין איר סקריפּ
          הער איד די מוזיק פֿון ז ײַ נע שעהען.
          
קײן מאָל, קײן מאָל, האָב איך ניט געחערט אַזאַ מוזיק.
          טיפֿער שאַר איך זיך אַרײַן אין חדר.
          מיט אַ ליכט אַ װאַקסענער דער מאָלער װאַן דע ספּיק
          און אַ מאַן אין גוסםדיקע קלײדער.
          
־— מאַן, דו שטאַרבםט, נאָר ענטפֿער, האָב איך דיך פֿאַרשטאַנען גוט,
          װײַל דערפֿאַר איך קען ניט לעבן, שלאָף ניט:
          איז דער אומקום אױך אַן אומבאַדינגטעך אַטךיבוט
          פֿונעם קרײַז, װאָס חאָט קײן אָנהײב, םוף ניט ן
          
אױפֿן טיש די אָװנטזון פֿון אײביקײטס קאָליר
          שלײַפֿט אַ גלאָז, װאָס ער האָט ניט דערשליפֿן.
האַג      און אַן ענטפֿער גיט מיר די מוזיק פֿון גרינער טיר,
1947      עפֿנט אַ געדאַנק אין מײַנע טיפֿן.
                                     














.59
               ג
               אין די אַלט־געבלעטערטע פֿאַרנאַכטן
               זע איך זײ אין אײנעם חאַנט אין חאַנט
               בײַ די קילע װאַסערן, די גראַכטן,
               אונדזער האַר שפּינאָזע און ךעמבראַנדט.
               
װאָס רעמבראַנדט אין פֿאַרביקער התלחבות
               האָט דערמאָלן ניט געקענט ־— דערמאָלט
               זײַן באַגלײטער מיט אַ פֿאַרב אַזאַ װאָס
              דרינגט פֿון שׂכלס קלינגענדיקן גאָלד.
               
װוּ ס'איז גאָט פֿון ז י ך אַ ל י י ן די סיבח,
               פֿאַר שפּינאָזעס מאַכטיקן אַנטפּלעק —־.
               מיט זײַן פּענדזל אײַנגעטונקט אין ליבע
               גיט נאָך צו רעמבראַנדט אַ לעצטן פֿלעק.
               

בײדע שאָטנס נעמען אײניק טראַכטן.
               דעקן צו מיט דורכזעוקער הױט
אַמסטערדאַם     אי די שטאָט, קאַפּױער אין די גראַכטן,
     ▮מ     אי דעם קלוגן, װאַרטנדיקן טױט.
                                














595
               ד
               די אָנײַע קירך▮ איז הױקערדיק און אַלט.
               עם פּלאַצן שױן פֿון שטומקײט אירע גלעקער.
               און איך זוך א י ם דעם ליכטיקן אַנטפּלעקער
               צעװישן דערנער אױפֿן חױף. עס פֿאַלט
               טיט שאַרפֿן זאַלצװאַסער פֿון ים אַ רעגן
               און װאַשט די אותיות פֿונעם גראָען שטײן
               פֿאַרעלנט און פֿאַרזונקען ביז די ברעגן,
               װי ער װאָלט זיך גענענטערט צום געבײן
               װאָס האָט זײַן גײַסט פֿאַרטײלט דער װעלט אוּן װעמעם
               געדאַנק האָט װי דער ךעגן װאָם מע זעט
               זײַן אָנהײב ניט, נאָר ברענגט אַראָפּ די זעט —־
               אַראָפּגעבראַכט אױף אונדזער שטױב דעם אמת.
               
די ערד האָט ניט געהאַט פֿאַר אים קײן אָרט.
               זײַן ברודער האָט געקאַרגט אים אירע גרעזער,
               נאָך װאָלקנט אױף די חורבֿות דאָ און דאָרט
               דער חרם פֿון דער שול דער פּאָרטוגעןער.
               דער רעגן האָט שױן דורכגעגליט מײַן לײַב.
               ער שפּילט אױף מיר װי פֿינגער אױף קלאַװּישן.
אַמםמערדאַם     איך קלײַב די קלאַנגען־טראָפּעלעך און קלײַב,
     ▮מ     זײ זאָלן מיך באַלײַכטן און דערפֿרישן.
                                 












596
                                      פּילאַטט.
           

פּילאַטום, געװען ביסטו װאָלקן, געקלעטערט צו גאָט,
           נאָר ע ר חאָט מיט פֿעלדזיקן בליק דיך פֿאַרבלינדט און פֿאַרגליוּוּערט.
           אַצינד ביסטו צאָרנדיק־בלאָ און געפֿאַנגען דײַן טךאָט,
           נאָר אונטער דער אײביקער נאַכט ניט פֿאַרלאָשן דײַן גלי װערט.
           
איך קלאַמער זיך אײַן מיט די נעגל און צײן אין דײַן קאַרק ־—
           װיל אָנטאָן דײַן קלײדונג. און אױב ניט װי דו אַזױ גרױזיק,
           כ'װיל זײַן װי דײַן אָפּהילך אין װאַסער געדולדיק און שטאַרק.
           דערמאָנט מיר אַ שטים, אַז דײַן פּנים אין װאַסער איז הוזק.
           
פֿאַרקערפּערטער בראשית 1 מײַן קלײנע, מײַן מענטשלעכע װונד
           ביםטו ניט בכּח פֿאַרדעקן מיט פֿעלדזיקע לאַטעס.
לוצערן     און שפּרינג איך אין אָפּגרונט, ——.. אַפֿילו אין יענער סעקונד
 מאַ     װעט מיך ניט דערפֿרײען דײַן גאַליק געלעכטער, פּילאַטוס 1
           














. פּילאַטוס: אַ באַרג אין די אַלפּן
                                        


597
                           װער האָמערט ז
          

װער האַמערט פֿאַרזשאַוּוערטן טשװאָק אין מײַן גײַסט ן
          װער פּרװוט מײַן געגראַמטן שגעון דערהערן ז
           מײַן חבֿר, מײַן חבֿר, דו האָסט דאָ געשפּרײַזט,
           געלײענט בײַם ליכט פֿון דער סענע באָדלערן.
          
דער אָװנט איז קראַנק אױף מאַלאַריע מסהם.
          איך זע דײַן אָנגופֿיקע אױסשטראַלונג נענטער.
           מײַן חבֿר, עס בליצט דײַן געזאַנג פֿון אַ פֿלאַם,
          געבונדן אין פֿרײַשאַפֿט, איך צאַנק אַ פֿאַרברענטער.
          
כ'האָב ערגעץ געלאָזן מײַן װאָר, װי אַ שאָף
          לאָזט איבער אַ בינטעלע װאָל אין די קוסטן.
          מײַן חבֿר, אַזאַ איז מײַן װיליקע שטראָף:
          געפֿינען דײַן עכאָ אין זומער דעם פּוסטן.
          
צו הרגען אַ מענטשן איז גאָרניט קײן גליק.
          פֿאַר דײַנטװעגן װאָלט איך אים אָבער דערשטאָכן,
פּאַדיז     מײַן הבֿר, מײַן הבֿר, זאָלסט קוּמען צוריק.
 ▮19     דיך אױסלײזן ־— ד אָ ס װאָלט געװען מײַן נצחון.
                                













.59
                                  מאַראָנען
          

ניט פֿאַרלאָשן האָבן זיך די שײַטערס פֿון קאַסטיליע.
          פֿלאַקערן פֿאַרהױלענע אַריבער שטעט און לענדער.
          ס'איז בײַם פֿאָלק דער פֿלאַקערטױט געוּואָרן אַן אידיליע,
          מיט דער מאַסקע נאַרט ער זײַנע פֿרײַנדלעכע פֿאַרלענדער.
          שמינק פֿון נײַנציק שפּראַכן, אָנגעפֿעלקערטע העוּױות,
          קעמל־הוּיקערס, טאָמער װיל אַ טרונק דער ליבער שכן,
          אַלץ, עס זאָל געדױערן נאָך ה ײַ נ ט דער שלוּם־ביה
          און װי געצן אױף די אַקסלען טראָגן פֿרעמדע יאָכן.
          טױזנט מאָל פֿאַרברענט און דאָך פֿאַראַנען —.
          מאַראַנען.
          
װאָגלענדיקע בעטלערפּרינצן, אױסגעשטעלט אוּיף לאַסקעס,
          פֿונעם שװאַרצן טױטנטאָל געטרײַע פּאַטריאָטן, ▮
          װעל איך זען דעם ריס פֿון אַלע שאָלעכצן און מאַסקעס ז
          װי עס װיקלט זיך אַראָפּ אַ שאָטן נאָך אַ שאָטן ז
          קנײטשן טױזנטיעריקע פֿאַרקאַרבט אין יעדער סעקטע,
          װאָלקנס אָנגעװאַקסענע אױף אונדזער גךאָען פֿרילינג,
          ניט־אַנטגורלטע גורלות, װיזיעס ניט־אַנטפּלעקטע,
          װעל איך זען אײַך נאַקעט, אָן מאַראַנישער פֿאַרהילונג ז
פּאַריז     װאָגל־ברידער, װוּ איר זאָלט ניט שפּאַנען ——
 ▮מ     מאַראַנען.
                                     











599
                                 דענקמאָל
          

א
          זינט דו ביםט פֿאַרגאַנגען, איז מײַן װאָרט אַ ליקױ־חמח.
          האָסטו זיך שױן אײַנגעלעבט אין טױט, מײַן גוטע מאַמע ן
          
כ'װײס ניט װוּ דײַן קבֿך. גאָר די עךדקױל איז דײַן קבֿך.
          אונטער מײַנע פֿיס ־— די כװאַליעס פֿון דײַן יעדעך אבֿר.
          
זומערבליצן אַקעךן אַדורך צו דיר אַ שטעגל,
          צו די אױגנלעכער איז אַ רעגן עולח רגל.
          
נאָך אַן א י ובֿ קלאָגט פֿון די נשמח־גרונטן םאַמע:
          האָסטו זיך שױן אײַנגעלעבט אין טױט, מײַן גוטע טאַמען
          

ב               .
          קײנער האָט ניט אָפּגעטײלט מײַן שניךלדיקן נאָפּל.
          אָפּגעבךענט אַ לעבן —.־ לעב איך צװײגעשטאַלטיק, טאָפּל.
          
װען אַ שטילקײט לײדיקט אױם דעם שאַרבן אין פֿאַרנאַכטן —
          ריזלט, קומט אין מיר דײַן טילך —־. דער ניגון פֿון דײַן טראַכטן.
          
און טײַן קינד, געזאַלבט אין אומקום־רגעס מיט דײַן נאָמען,
          בלײכט דערשראָקן װען אין מיר די תּפֿילות דײַנע שטראָמען.

פּאַריז     אָבער אױך פֿאַרזיגלט אונטער ערדן שװאַךצע, דיקע,
 47מ     װעט מײַן שאָטן פֿון דײַן שאָטן צוען די יניקח.
                                    








600
די פֿרױ פֿון מירמל אױפֿן פּערלאַשעז


די פֿרױ
פֿון מירמל אױפֿן פּער־לאַשעז
האָט מיך געפֿאַנגען.
עס איז געװען אַזױ:
איך בין געגאַנגען
אױף פּער־לאַשעז,
מיט פֿרישן בינטל בעז,
אים צו דערלאַנגען
שאָפּענס געבײן
פֿאַרװאַנדלטן אין קלאַנגען.

שױן דאָס אַלײן,
װאָס אױפֿן שטײן
איז אָנגעשריבן װוּ דער
מײַסטער איז געבױרן —־־
האָט געטאָן מיך אַ צערודער.
װעדליק אָרט איז ער כּמעט אַ ברודער.
און װעדליק צײַט ן.—.
נאָך װאָם איז אַ יאָרחונדערט
אין פֿאַרגלײַך מיט אונדזערע מינוטן ן
אָסור, אױב איך בין מײַן פּיצל איצטיקײט מקנא 1
איך חאָב מײַן אױער צוגעלײגט צום שטײן
און דערחערט: עס רעגנט דאָרט אַ פּיאַנע.

נאָר דעמאָלט האָט טײַן גאַפֿנדיקער אױער
דערשפּירט אַ װאַרעם צאַפּלען,
אַ באַװעגן.
אַ הײב דעם קאָפּ —.
אַ פֿרױ־מצבֿה בײגט זיך מיר אַנטקעגן.
              



601
          די פֿרױ־מצבֿה אױפֿגעלעבט און וּואַך,
          צעעפֿנט ליפּן אָנגעשימלט־גרינע.
           זי שטעקט אַרײַן איר האַנט אין מײַן טשופּרינע
           און שטײנערט מיך. אין פּנים אוּיף איר שפּראַך:
              
▮דאָס האַרץ פֿון דעם וּואָס איך חיט
              איז לאַנג אַװעק אין זײַן הײמלאַנד.
              און בלױז דער שטױב זײַנער בליט
              אין ךױטן, טױטן לײמלאַנד.
              
נאָר דו אַז דו וּױלסט, מעסיע,
              װי מײַן חאַר שאָפּען פֿאַרברענגען, —־
              צי װײסטו װוּ נײן, װף יע,
              מע זאָל דאָס חאַרץ דײַנס ברענגען ן',
           
די זון האָט אין מײַן צװײַגל בעז
          פֿאַרשרומפּן זיך, פֿאַרלאָשן.
          געבליבן בין איך אױפֿן פּער־לאַשעז
          געלײמט. אָן לשון:
          כּדאַי געװען צו זאַמלען אױף מײַן קאָנטע
          דךײַםיק יאָר,
          פֿאַרלירן אַלע נאָנטע,
          בלײַבן חענגען אױף אַ חאָר,
          אַךױסגײן פֿונעם קאַלכאױװן
          מיט ניט־פֿאַרברענטע טרערן,
          אַז איך זאָל איצט, אױף פּער־לאַשעז דערהערן,
           אַז מײַן אַלמאַכטיק חאַרץ איז װערט אַ פּײם.
          און אױב איך װעל מיר אַ צװאה מאַכן
פּאַריז     םע זאָל שפּעטער בךענגען עס אַהײם —־.
 אַ19     װעט גאָר דאָס טרױעריקע װעלטפֿאָלק —־־ לאַכן.
                             


601
            אָ פֿלאַש מיט נעמען


פֿון זינט מײַן היכל איז געװאָרן אַש
און אַנשטאָט ברױט איך קען דעם אַש ניט נעמען, ־—
באַגלײט מיך אין די פֿרעמדע שטעט אַ פֿלאַש
מיט קינדיש קרום־און־לאָמע צוּואַנציק נעמען.

כ'האָב זי דערנישטערט אונטער האַלבע װענט
אױף דיסנער געסל דרײַ, אין אַ מאַלינע.
דערבײַ —־־ סקעלעטלעך דורכגעקױלט, פֿאַרברענט,
אין פֿלאַש די נעמען אױף פּאַפּירלעך גרינע.

פֿון ג ע ט אָ ־ אַ ל ט ע ר לױערט זי נאָך דאָ.
װי שמעטערלינגען צאַנקען אום די פֿינגער
װאָס האָבן גלײַך װי פּערל אױפֿן דנאָ
די נעמען אוּיסבאַחאַלטן פֿון באַצװינגער.

איך האָב די שריפֿט געזען אַן אײנציק מאָל.
אין פֿלאַשן־קבֿר קריקגעלײגט די צװאַנציק.
אין זעלבער פֿלאַש פֿון זוניקן קרישטאָל
האָט כּרמל־װײַן געברױזט אי שטאַרק, אי גלאַנציק.

איך האָב געפֿרעגט בײַ זיך: אַלמאַי אין ד ע ר,
און ניט אין צװײטער פֿלאַש די צװאַנציק נעמען ז
געזונקען איז אַהין צו מײַן געהער,
אין לױער זײער ענטפֿער צו פֿאַרנעמען.

פֿון דעמאָלט איז די פֿלאַש מיר אַ גראַנאַט.
געחתמעט מיט מײַן גלױבן איז דער פּראָפּן.
איר עמוד־אַש באַלײַכט דעם נע־ונד,
און פֿאַר אַ קישן לײג איך זי צוקאָפּן.
                   



נ60
          אין מאָסקװע חאָט איך כּוח מיך געשפּײַזט,
          אין מידבר װאַרשע —־ אױסגעשלאָגן װאַסער.
          אין דײַטשלאַנד האָט זי אָנגעשאַרפֿט מײַן גײַסט
          אַנטקעגן די מיליאָנען משוגעתער.
          
איך טראָג זי װײַטער איבער לאַנד און ים,
          אַ הענגלבריק פֿאַךװאַרפֿט זי איבער תּהומען.
          זי האָט ניט טורא פֿאַר דעם שׂונאס פֿלאַם,
          די פֿלאַש, פֿאַרפֿול מיט יודישע אַטאָמען.
          

זי האָט ניט מורא פֿאַר קײן שום אַרמײ.
          מײַן פֿלאַש איז גרײט אױף יעדער מינדסטן ליאַרםל.
פּאַדיז     און ברענגען װעל איך זי אַחײם, כּדי
▮מ     צום אָנגיסן מיט פֿרישן װײַן פֿון כּרמל.
                              



















.60
        שטורעם אױף די װאַסערן בײַ קרעטע


שטוךעם אױף די װאַםערן בײַ קרעטע, װי עס װאָלט
מיטן גאַנצן ים אַצינד געקעמפֿט מײַן קלײנע ▮פּאַטריאַ▮.
ס'װאַקלט זיך דאָס פֿאָטערלאַנד 1 אָן פֿעלדזן װערט צעמאָלט 1
װיל איך אױסגעפֿינען זײַנע סודות בגימטריא.

לאַכט דער שטורעם: יונגל װאָס דו ביסט,
מײַנע צײנער זענען אומגעזעטע,
האָסט געצונדן האָפֿענונג אומזיסט ־—
שטורעם אױף די װאַםערן בײַ קרעטע 1

פֿון די החומען שיסט אַרױף מיט לאַװע אַ װוּלקאַן.
איבער מיר אַ שפּרינגעניש פֿון הײַפֿישן מיט פֿליפֿישן.
אָנגעטאָן אין װײַסן לױפֿט דער שװאַרצער קאַפּיטאַן, ־—.
ס'קערעװעט אַ צװײטער מיט זײַן גורל מיט זײַן שיפֿישן.


און אַראָפּגעשונדן האָט אַן אינד
מײַנע קלײדער מיט דער הױט צוזאַמען:
—־ צײַט פֿאַר װידױ 1 מאָרגן װעט דײַן קינד
שפּילן זיך מיט פּערל פֿון די ימען.

ענטפֿער איך דעם שטורעם־קיניג: אױפֿן זעלבן ים
חאָט הלױ זיך געלאָזן פֿון זײַן חײם דער שפּאַנישער,
און זײַן ציון־בענקשאַפֿט, וּואָס איך אָטעם־אײַן איר פֿלאַם,
װעט דײַן קיניגרײַך באַהערשן, הערשער דו װוּלקאַנישער 1

קענסט מיך פּיצלען אָנעם פֿעלדז פֿון ברעג,
אָדער שלינגען אין צעשױמטע שלונדן.
קױם דערצױגן כ'האָב אַ האַלבן װעג,
מיטן צװײטן בין סײַ װי פֿאַרבונדן.
                       



605
                 װי דער חלף אַ געלײמטער אין אַבֿרהמס האַנט ——.
                 איבער מיר דער שטורעם. און מײַן ▮פּאַטריאַ▮ די בױגיקע,
                 אױסגעגלײַכט דעם נאַקן, אין אַ גילדענעם גירלאַנד,
                 הױדעט פֿונעם פֿעלדז אַװעק מיט זעגלען רעגן־בױגיקע.
                
און די כװאַליעם נעמען זוניק־שטיל
                 די צעהאַקטע טעמפּלען װידער בױען.
שיק▮סנק:ך     ביז אַנטקעגן שװעבט מיר דער גליל —־.
       מ19     זונען זעקס מיליאָן אין זײַנע טױען.
                                       
























606
                              א י נ ה אַ ל ט


ט י ב י ר                                    אַ טקירדע הײ 49
אין כוטער 9                                האַרבסטיקע פֿײגל 50
פֿאַר טאָג 10                                צו מײַן געבױרן־טאָג 51
דערקענטעניש 11                           ברודערשאַפֿט 53
ייִי אַ שליטן אין פֿאָרבענקטן קלינגען 12      מײַן אױסגעבענקטער שבֿט 55
פֿײַעדדיקעד פּעלץ 12                        אין טורמע 58
אין אַ טיביךער יןאַלד 13                    אַ בלײַענע האַגט 59
צום טאַטן 14                               די טױערן פֿון געטאָ 60
אירטיש 15                                 ניט איד... 64
שגײמעגטש 15                             מאַמע און זון 5
סיביךער פֿריליגג 16                        אַ בריװ 66
קידגיזן 17                                  ציפּריאַן נאָרװיד ▮
מײַן הברל טשאַנגודי 18                     בײַם פֿענצטער 75
בײַם שײַטער 19                            מײַן שיועטטער 76
צפֿון־שטערן 20                             מײַן טאַטע און איו 77
                                              געשרײ 83
ב ל אָ נ ד ע ר ב אַ ג י נ ע ן                  אַ דיכטער בײַ גאַכט 85
װײַטער פֿון די דלד אַמות 23                אין די בערג 87
גאָקטורן 24                                 לאָמיר װעבן די לעגעגדע 89
באַשאָפֿונג פּ7
אָט בין איו דאָד 27                         ו ו אַ ל ד י ק ס
בלאָנדער באַגיגען 28                       ו ו אַ ל ד י ק ט
הײמישע פֿעלדער 30                        אַלץ איז װערדיק פֿאַר מײַן אױגס געװאָגל 93
אין טאָךבע פֿוגעם װיגט 31                 דורד זוגיקע געכט 94
אַ פֿײַער־פֿױגל 32                           ערדישע הימלען 95
דער פֿועל און די האַגט 34                  די ראַגדן פֿון אַ טײַד 97
ייִידער ליגט די ערד אין פֿײַערפֿאַרבן 6?     װאַלדיקט 98
זוניק לעבן 36                              פֿאַרלױרענע נעטט 99
אַרום די פֿײַערן 37                          צװײ בײמער 100
אידעע 39                                  לאַנדשאַפֿט 101
ערד און אַקעד 40                           רעגנט פֿון פֿאַרבן און בלומען 102
מאָדץ 41                                   אין אײגעם אַן אײגמאָל 104
טאַנצליד 42                                עלעקטרישער איגהאַלט 105
האַרבסטיקע טעגץ 43                       פֿײַער 106
ציגײַגערשער האַרבסט 48                   ליבשאַפֿט צו דער ערד 107
                                   

607
ערדיש 108                                   ד י צ ו ו י י ט ע ה י י ם
אין אָפּגרונט פֿון אַ זאַגג 110                אַ רױטער טרומײט אין אַ קױליקן מױל 165
בײַם נאַראָטש 111                            עס קלאַפֿן די שלײפֿן 166
אין אָ זומער־פֿרימאָרגן 112                   אונטערבאַװוטטזײַן 168
די ראַבינע 116                               פֿאָרהתמעטע װיִעט 169
שטערן װערן גאַרבן 117                      דער פֿונק פֿון ליד און לעבן 170
אַ צװײַגל קאָרשן 118                        די צװײטע הײם 173     ו',
אַן עפֿל 120                                 דאָס ליכט איז מײַנס 175
ןוטדר▮ װװן אַ בליץ 22ןעם 121               ארמאָל
    ז                                         ו ז 77דעד 176
        ס קלײן און אָ
                                                                          פֿ ײַ
                                                                           


▮
באַרגישע שטראָמען 125                      אין אַ דיכטער־שענק 178 אָ
טיריוט 127                                                             עס
אױף אַ באַרג 128                            ע ק ט ט אַ ז ן
גרינער היכל 131                             1  פֿון קאַלטן, שטרױענעב4געלעגער 183
אַ טראָט —. און ס'איז דער אַלטער װאַלד     ב איד גיב דיר אָפּ מײַן פֿײַנטטן 
פֿרילינגשױן ייִנגער 137                                 פֿראָנדז 183
                                               3 זײַ שטיל, עט איז גאַכט אױף אַן אמת 184
פֿ אָ ר מ י ר מ ל ט ע ר אָ ט ע ם                4 װי קען דאָט זײַן 184
װען מײַן קינדשאַפֿט גענומען האָט שפּדאָצן 138 5 עס לײַכט גיט קײן ליכט: ט'איז מײַן גלױבן 185
אַ קינד —־ אַ פּאָעט 139                      6 דאָט אָפּגעלעבטע שטיקט בשתּיקה 186
הינטער דער זון 140                         7 געפֿאָנגען, געפֿאַנגען 186
א1לדלשטײגער 141                           8 מײַנע אין אײנעם פֿאַרװאַקטענע ברעמען 187
פֿיר מתּנות 142                               9 זײַ אַלײן דער װעג, װאָס זוכט אַ װעג 187
גליװער 144                                  10 װעב אַרױס אײן טאָן אױט אַלע טענער 188
געבונדן 145                                  11 כ'האָב געזען אַ בלינדן פֿידלער שפֿילן 189
הימען צו פֿעלדזן 146                        12 נעמט דער מאָלער זײַן פּאַלעטער 189
די מירמלנע שטאָט 148                       13 דו ביסט אַלײן דײַן גורל, מײַנטטער 190
אינדזל פֿון שװאָרצן גראַניט 152              14 די קנאָטפּן־ריהות האָבן זיד דערמאָנט 190
                                               15 װער צינדט מײַן בלוט ז
פֿ ו ן אָ ג ה י י ב צ ו אָ נ ה י י ב                   דײַן אָטעם ציגדט מײַן בלוט 191
דײַן װעג איז פֿון אָנהײב צו אָגהײב 153      16 געפּײַגיקטער, װער װעט דײַן װײטיק װעגן ז 191
דאָט ליד פֿון אײביק ערשטן 154              17 און אַלץ װאָט דו פּאַרמאָגטט יועט יוען
אָדם זינגט 155                                   צעריגען 191
מענטש 158                                  18 װי אַ רעגן, װאָס פֿאַלט אױף אַ פֿעלד
פֿון װעגן אַ רױז פֿפֿ1                             אין געפֿלוצעם 192
צײַטליד 161                                  19 דו װעסט מיד ניט זען, יוען כ'װעל װעדן 192
אַ קאָפּ 162                                   20 און ליבטטו, מײַן ליבער, ־— זיגג 193
דאָט פֿאַראײביקטע פּנים 163                 21 געיאָגט זיד װי אַ פֿײַערדיקע אינד 193
לאַנדשאַפֿט פֿון גנאָד 164                     22 די װעלט איז אַלט. מיר זענען עלטער 194
                                           

.60
ננ אױג און שטערן—זילבער קעגן זילבער 194 בײַם ים 235
4נ און װאָס איז דײַן פֿאַרלאַנג 194           צװײ קױלן 39ג
5נ בשעת כ'האָב מיט פֿאַרמאָכטע אוּיגן 195   אַזױ האָט געדאַרפֿט, האָט געמוזס זײַן 40נ
פֿנ דאָרשטיקער פּענדזל פֿון הינטער די     י. ל. פֿרץ 41נ
    ראָדן 195                                 מלהמה־פֿעלקער ב4ב
                                                      










—
7נ כ'װעל ביסלעכװײַז אין גאַנג צום װערן 195
אַ7 יאָ, איך מוז נידערן, נידערן 196           ד י פ ע ס ט ו נ ג
                                                 אין קאַרצער 45ב
פֿ י ר ל י ע ר א י ן אַ ל ט▮ק ס
ע פּ י ל  , צ ו ו ו אַ ל ד
                                                 דערפֿאָר װײַל כ'האָב געטרוגקען װײַן 47נ
                              י י ד י ש ן ל
                                           ש ו ן אַ שטים פֿון האַרץ 48ב
                                                 פּנימער אין זומפּן 46נ


געבעט 1 נ                                    איד ליג אין אָן אָרון  249
סרינקליד ב20                                 אַ האָרדע מוזיק 250
דתן־כּלה־7 ד 03ב                             צום הבר נ5נ
זױגליד 204                                    גלוטט זיד מיר צו טאָן אַ תּפֿילה 253
                                                 אַ טאָג בײַ די שטוּרמיטטן 254
זוער װעט קומען ן 05נ                        צװײ ברידער 58נ
באָדאַרפֿסט פֿאָר אונדז זײַן אַ דערלײזער 05נ  נאָכן טױט 60נ
די גרינע בריק 07ב                            װי נאָענט און װי װײט נפֿב
דאָס ליד פֿװ רעגן־בױגן 209                  אױפֿן טױט פֿון יעקבֿ גערשטײן 4פֿנ
יום־טובֿ 11נ                                   מײַו מאָמע 265
דער בױם םון װיסן ב1ב                       דער זקן 70ב
דער בױם פֿוּן לעבן 14ב                       תּפֿילה צום גס 2▮7
צךם ניט־באַזיגלעכן 215                       צוּם יאָרטאָג פֿון געטאָ־טעאַטער 3▮7
טךן די אוּפּאַנישאַדן 218                       אַ װאָגן שיך 75ב
אךצרות 219                                   פֿאַר נאַכט 77ב
איך װעל שפּריגגען 20נ                       צוט קינד 278
מאָרגנקינד 221                                פֿון א פֿאַרלױרענער פֿאָעמע  280
מ7המה 3בג                                    אוּן אַזױ זאָלטטו רײדן צוּם יתום 1אַ7
דער בינשטאָק 24נ                            דוּי אַזױ ן 4אַ7
מוראַשקע־נעסט 5בג                           אונטער דײַנע װײַסע שטערן 285
זער װעװךיק 226                             אין לעצטן גורל 6▮ש
אױטגעלאָשן 27נ                              מײַן רעטערין 7אַ7
צום אױג 8בנ                                  קערנדלעד װײץ 89נ
די בוּיערס 9ננ                                צװײ סטראָפֿעס 291
שטײנהעקער 30ב                              װּערטער נפּב
די גראָע צײַט 231                             ליד צו די לעצטע 93ב
משוגעת 232                                  יהואָש 96ב
לידער צו אַ לונאָטיקערין 233                 אָ רגע 98ב
                                     

609
אַ נעם טאָן דאָס אײַזן 299                     ב די שאַרפֿע ליפּן 365
משה 301                                      ג מע זוכט אונדז 366
יעדער שעה, יעדער טאָג 302                  ד בלעטלעד אַש 367
עט פֿליט אַרײַן אַ פֿלאַטערל 303               ה די גראָע קרױן 368
אַ הלום 305                                   ו דער פֿרעמדער 369
די לערערין מירע 307
קלאָרקײט 310                                 ד ע ר נ ב י א 370
רעדט צו מיר די צוקונפֿט 311                 דאָס ייִנגל פֿון אײַזן 374
אַ בלימל 314                                  איציק װיטעגבערג פֿ37
דער געטאָ־פֿידלער 315                        די בריק 382
געזאָנג פֿון אָ ייִדישן דיכטער אין 1943 318   די יוגגע מאַמע 384
יױ צװײ עקן פֿוּן אַ רעגן־בױגן 319            סובאָטש־גאַס צװאָגציק 386
די פֿעסטונג 1נ3                               גראָע פֿעדעם 389
פֿאַרברענטע פֿערל 3ג3                        אין טאָג פֿוּן גאולה 0ײַ3

דער דיכטער 324
צו דרײַסיק יאָר 326                           ד אָ ס ק בֿ ר ־ ק י נ ד 5קב
דאָט מענטשעלע פּון ברױט 330
טרײסטליד ב33                                כ ל ־ נ ד ר י 404
באַגלײטליד בײַם אַװעקגײן אין װאַלד 334
די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ 335   ע פּ י ט אַ פֿ ן 7ג4
דער פֿרױ 336
זאַנגען 339                                    ג ע ה י י מ ש ט אָ ט
אַ בריװ 341                                   פֿאָרליד 443
אױטקריץ אױף אַ בױם 342                    אַ פֿאָלק זאַלבע צעגט 444
מאַרש דורד זומפֿן 343                        די קאַנאַלן 447
איבער װעגן 345                              דאָס הױז אױף דער װינגרי 451
סטראַשון־גאַס צװעלף 345                    דער לעצטער עפּל 454
גאָלדע 349                                    קידוש־לבֿנה 457
און אױב מײַן פֿאָלק װעט בלײַבן             די קבֿורה 463
בלוּיז אַ ציפֿער 351                           פֿון װאַגען קומט דבורל ז 463
זינג ניט קײן טרױעריקס נ35                די טימפֿאָניע פֿון מײַז 5פֿ4
אױפֿן װעג צו בוצלאַװ 353                    גאָכן מבול 468
געבורט 354                                   ציאַנקאַלי 470
געזעגעניש 355                                דער פֿרוש אױפֿן שולהױף 473
דאָט מײדל פֿון װאַלד 360                     װי גלייִקער הײשעריק 477
פֿאָרפֿרױרענע ייִדן ב36                        דער מאָרד 479
                                                 באַפֿליגלטער פֿולװער 452
ל י ד ע ר פֿ ו ן פֿ אַ ר ש אָ ל ט ע נ ע ם ש מײ כ ל דערבאַרעמדיקער שנײ 484
א  אַ שטים 4פֿ3                              צוריק פֿון לװיה 486
                                     

610
קאָפּל דער שמידער 487                      איד האָב געזוכט דאָס ניט־אַנטפּלעקטע
פֿאַרביטן אַ גאָט 488                          שװײַגן 551
▮די נײַע אײראָפּע▮ 491                       אונדזער גלױבן 553
אין נאָמען פֿון װאַלד 493                     דער לײַכטער 554
מזל־טובֿ 495                                 בעסער לעבן 555
דער לאַטײנישער גאָמען 498                 שולדיק איז דער גוף 556
די שלאַכט אין קאַנאַל 500
אױף גלעזער־גאַס נײַן 503                   א י ן ס ד ו ם
די בלאָטע־געשטאַלט 505                     בראַנדענבורגער טױער 557
געהערנערטער משה 507                     אױפֿן מאַרק 558
פּעטראָ דער ציגײַנער 508                    פֿאָרן נירנבערגער טריבונאַל 560
קה נשתנה 510                              דרײַ נעגערס 561
פֿאַרזשאַװערטע ביקסן 513                   אין שטרײַכערס פּאָלאַץ 562
פֿאַרבלענדעניש 514                          בערלינער זײדע 564
טאָבאָרן ציגײַנער 517                        צו די ייִדן אין דײַטשלאַנד 566
אָפּגלאַנץ פֿון װאַרשע 518
אין שטאָט װו עס קלינגען מיצקעװיטשעס    צ ו פּ ו י ל ן 567
װּערטער 0ג5                                ליד װעגן אַ העריגג 578
3▮ססאסע 13ע3אַ? 2ב5                       דאָס שערבל 579
זיבן פֿלאַשן 525                              מקנא בין איד 580
דער פּרוש װאַכט אױף 526                   מײַן פֿאַרגעסענע ביקס 531
אַ שיפֿעלע גרױס װי אַ שװאַלב 527           שורוּת געשריבן אין װאַרשע 582
ערשטע טאַנקען 9נ5                         די װעלפֿיכע 583
נאָד דער באַפֿרײַונג 530                      ייִדישע גאַס 585
▮איד שטאַרב... לאָז געריסן מײַן שװעסטער פּאַריז 587
אין היפֿה▮ 533                              דער נײַ־געבױרענער 591
נאָכליד 537                                  אַ שולכל 592
                                               שפּינאָזע 593
י יִ ד י ש ע ג אַ ס                             פּילאַטוס 597
תּהית המתים 541                            װער האַמערט ן 598
אַ מאָל איז געגאַנגען אָ רעגן 543             מאַראַנען 599
שװאַרצע דערנער 546                        דענקמאָל 600
צו לײזער װאָלף 548                         די פֿרױ פֿון מירמל אױסן פּער־לאַשעז 601
צום געצן־דינער 549                         אַ פֿלאַש מיט געמען 603
צום דינעם אָדערל אין קאָפּ 550              שטורעם אױף די װאַסערן בײַ קרעטע 605
                                   




611