‫זון פֿון מײַן מוטער

געװידמעט שטאַב־סאַרדזשענט װיליִאַם קראָקעטן, געפֿאַלן דעם 8טן ... באָמבאַרדירנדיק די נאַציס איבער פֿראַנקרײַך

זון פֿון מײַן מוטער, ברודער 
װי ליב געהאַט האָסטו געזאַנג, 
פֿױגלען און בליונג, 
גאָטס געשאַנק. 

װעל איך אױף אַ רגע 
פֿאַרדעקן די װוּנדן 
װאָס נאָגט מיר דאָס האַרץ און װאָס קלעמט; 
כ'װעל זינגען פֿון ליכטיקע טעג 
װאָס זײַנען געװאָרן מיר פֿרעמד. 

כ'װעל זינגען פֿון צװיטן װאָס שפּראָצן, 
פֿון קװײטן פֿון רױטע, װאָס פֿלאַמען 
פֿון קלאָרע, פֿון בלוט־רײנע קװאַלן, 
פֿון פֿרײַע הימלען און ימים. 

איך װעל זינגען פֿון טעג װעלכע קומען 
באַדופֿטע פֿון פֿרילינגס בלי. 
אמת, 
עס זױגט נאָך די ערד מענטשלעך בלוט, 
און לוסטיק זײַן איז נאָך צו פֿרי. 

דײַן חבֿר קעמפֿט נאָך אין די רײען, 
זײַן זיג איז אָבער זיכער, 
און ס'װעט לאַנג ניט נעמען 
ברודער, אין הימל פֿיל 
די װערטער װאָס זידן און ברענען. 

קינדערלעך קלײנע װעלכע דו האָסט געליבט, 
מיט פֿלאַמען פֿון פֿאָטער־געפֿילן, 
װעלן אױף די פֿעלדער פֿון איצטיקן שלאַכט 
װידער זאָרגלאָז זיך שפּילן, 

אונטער אַ הימל לױטער און העל, 
אױף בערגלעך פֿון סאַמעט פֿון רײנעם, 
און װוּ איך װעל שטעלן 
מײַן אײגענעם שטעל, 
זען װעל איך, ברודער, דיך אײנעם. 

מיט ליכטיקע אױגן, געלעכטער אין זײ, 
אָן טרערן ביסט ערגעץ אין װײַטן, 
און זינגען װעל איך 
און די װעלט מיט מיר 
אַזױ װי אַמאָליקע צײַטן.  ‬