ישׂראל שטײט געהױבן
װאָס זעען מײַנע אױגן
אין חושך פֿון דער נאַכט
ישׂראל שטײט געהױבן
אין זײַן גאַנצן פּראַכט.
בלױזע הענט
געגן נעגל פֿון שטאָל
קעמפֿט ער מיטן לײב
װי זײַן ברודער דניאל אַמאָל.
דער קאַמף איז צעפֿלאַקערט
שטראָמט בלוט פֿון בײדע זײַטן
ישׂראל שטײט געהױבן
ער זעט זײַן זיג פֿון װײַטן.
זײַן קול דונערט
איבער דער װעלט
איך װעל לעבן װי אַ מענטש
ניט אין באַראַקן
אין מײַן לאַנד, אין מײַן אײגן געצעלט.
איך װעל זײען מײַנע פֿעלדער
און קיניגן אין מײַן שטוב
װען לײב
װעט לאַנג שױן שלאָפֿן אין זײַן גרוב.
אױפֿן העכסטן באַרג פֿון ציון
װעל איך בױען גאָטס הױז
מעכטיק װעל איך װערן צוריק
און גרױס.
מײַנע קינדער
װאָס װעלן זיך נאָך מערן
װעלן מיטן גאַנצן האַרצן
צוריק צו גאָט זיך קערן.
זײ װעלן דינען די געזעצן
פֿון דער תּורה
רופֿט אױס ישׂראל
שטײענדיק געהױבן, אָן שום מורא.
ליכטיק זײַנע אױגן
װי די ליכט פֿון מאָרגן־שטערן
ישׂראל שװימט פֿאָרױס
אין שטראָם פֿון זײַנע טרערן.
ער הערט פֿון לײב דאָס ברומען
אין האַרץ גיט װידער אַ ריס
דערפֿאַר װען ניצחון װעט קומען
װעט עס פֿאַר איר זײַן גאָר זיס.