דעם מענטשנס לעבן
יאָרן, יאָרן קומען,
יאָרן, יאָרן גײען;
אַ הײפֿל מיט בלומען,
אַ פּאַק מיט צער און װײען.
בלומען דאַרפֿן רעגן,
און הײלונג
דאַרף אַ װוּנד.
דעם מענטשנס גאַנצער לעבן
דרײט זיך רום און רונד.
אַרױס פֿון מוטערס טראַכט,
אָט ערשט, דאַכט זיך,
געבאָרן.
אָן פֿערד און אָן װאָגן
אָפּגעפֿאָרן יאָרן.
יאָרן, יאָרן קומען,
יאָרן, יאָרן גײען.
אױף דער װעלט
מיר קומען
בלױז זיך אױסצודרײען.