‫איך בין דאָך ניט אײנע

איך בין דאָך ניט אײנע 
אַ מאַמע 
װעמעס זון טראָגט פֿון כּבֿוד די שטרײַפֿן, 
דער כּוח פֿון העלדישן מאַן, 
דער אימפּעט פֿון ייִנגלשן װעזן, 
דער גלױבן אין רײנע פּרינציפּן 
שטורעמט די װענט פֿון טיראַן. 

און מוז מען נאָך שנײַדן און צופּן 
דאָס פֿלײש, װאָס איז װילד אָנגעװאַקסן, 
די פֿלאַגמע פֿון קראַנקע אינסעקטן 
װאָס רופֿן זיך פֿעלקער, 
אױך מענטשן. 

און מוז מען נאָך ברענען 
און בראָטן דעם טױטלעכן סם, 
די שרעקלעכע זריעה אױסראָטן 
פֿון הימל, דער ערד, און דער ים. 

בלישטשען די ביקסן, 
בלאַנקן די טאַנקען, 
די שיפֿן געלאָדן 
מיט קױלן און בלײַ. 
ייִנגלעך װי מײַנער 
אין מונדירן צעריסן, 
װאַשן דאָס בלוט 
פֿון דער װוּנד װאָס טוט װײ. 

ייִנגלעך װי מײַנער 
אױף די אַרבל די שטרײַפֿן, 
די הענט צעאַקערט 
אין קאַמף מיט דער חיה, 
אַ שניט אױפֿן פּנים, 
אַ װוּנד אױפֿן קערפּער, 
זײַן זעל איז דאָך 
אינגאַנצן אַ פֿרײַע.