‫כּל ישׂראל שרײַט

עס מעגן זיך ברידער קריגן, 
שׂונאים זײַן, דאַכט זיך, ביזן טױט, 
דאָך קײנמאָל אין אמתן 
װיל אַ ברודער אַ ברודער זען אין נױט. 

אַזױ איז אױך דאָס פֿאָלק ישׂראל. 
אָפֿט פֿירן זײ צװישן זיך קריג, 
מען רײַסט זיך, מען שלאָגט זיך, 
מ'דראַפּעט זיך װי קינדער אין װיג. 

יעדער װיל זײַן דער פֿירער, 
דער טוער, װאָס איז גערעכט, 
שלעפּט יעדער צו זיך באַזונדער 
און טענהט, אַז דער אַנדערער איז שלעכט. 

מען רײַסט זיך איבער פּאָליטיק 
איבערהױפּט צוליבן שטיקל ברױט; 
מען רײַסט זיך, מען איז דאַכט זיך 
שׂונאים אױף לעבן און טױט. 

דאָך װען ערגעץ אין װעלטלעכן װינקל 
אַ גליד פֿון ייִדנטום לײַדט, 
מוראדיק הערט זיך אַ שטימע ־־־ 
כּל ישׂראל שרײַט!  ‬