‫קומט דער ליבער פֿרילינג

קומט דער ליבער פֿרילינג 
מיט מתּנות פֿולע הױפֿן, 
װײַל די מוטער ערד װיל 
מיט פֿרײד אַנטקעגן לױפֿן. 

װיקלט זיך אין זון־שטראַלן, 
דורשטיק שלינגט די מאָרגן־טױ, 
און שענקט מיט פֿרײד 
מיט הײסע ליבע 
װי אַ יונגע מוטער־פֿרױ. 

בליִען קאָרן, װײץ 
און זאַנגען; 
הילכט די װעלט 
מיט לעבנס־קלאַנגען.  ‬