‫מײַן תּפֿילה

מילד איז דער הימל 
און לױטער די זון; 
די שטילקײט פֿון צימער 
נעמט מיך אַרום. 

מורמלען די ליפּן 
אַ תּפֿילה אַ שטילע; 
װאַשן זיך באַקן 
אין װאַרעמע טרערן. 

צעזינגט זיך מײַן האַרץ 
דערלײַכטערט, דערפֿרײט; 
אַ רוף צום באַשעפֿער 
מײַן תּפֿילה זי גײט.  ‬