‫פֿאַרװאָס?

די װעלט איז גרױס, 
רונד און רײַך, 
דאָך איך אַ פֿרױ, 
קלײן, בױגזאַם, װײך, 
קאָן קײן אָרט דאָ ניט געפֿינען, 
נאָר מוז פֿאַר זיך 
אין פֿאַנטאַזיע 
טרױמען װעלטן שפּינען.  ‬