קום אַרױס פֿון שטוב
קום אַרױס פֿון שטוב, מײַן פֿרײַנד,
איך װאַרט אױף דיר מיט אָרעמס אָפֿן,
אַלע שלעכטע יאָרן אָפּגעמעקט,
אַלע װײטיקן אַנטלאָפֿן.
עס הױבן זיך די פֿיס צום טאַנץ,
דער יום־טובֿ איז דאָך גרױס;
מיט דײַן פּלײצע אױסגעגלײַכט,
קום, מײַן פֿרײַנד, פֿון שטוב אַרױס!
נעם די האַנט, איך שטרעק דיר אױס
קום ניט מיר אין שול צוזאַמען,
לאָמער דאַנקען און לױבן גאָט
װי אַ טאַטע מיט אַ מאַמען.
דער שׂונא ליגט שױן אױסגעצױגן,
און זײַן שװערד אין דײַנע הענט;
לאָמיר זיך מײַן פֿרײַנד, צעקושן,
דעם שׂונאס פּאַלאַץ ברענט.
אַלע דזשאָנגלס װערן פֿרײַ,
אַלע חיות אין די שטײַגן;
לאָמיר דאַנקען גאָט צוזאַמען
און אױסמעקן אַלע לײַדן.
אונדזערע זין װעלן באַלד
זיגרײַכע אָנקומען;
לאָמיר זײ אַנטקעגן גײן
מיט די שײנע פֿרישע בלומען.
אױסגעװישט טרערן, פֿרײַנד,
די טרױער־לידער שטומען;
הײַנט זינגען מיר נאָר פֿון פֿרײד
פֿון גוטע יאָרן װעלכע קומען.