‫אַרום אַ רױזן־קוסט

שפּרינגט אַ קעצעלע 
מיט לוסט 
אַרום אַ רױזן־קוסט, 
און אַ מײדעלע פֿון פֿיר 
באַטראַכט דעם װוּנדער 
אַרום איר. 

אַ פֿױגל האָט געפֿונען 
אין װעג 
אַ ברעקל ברױט, 
און ר'פֿליט אַװעק 
אַ פֿרײלעכער 
איבער רױזן־רױט. 

יאָגט זיך קעצעלע 
נאָכן פֿױגל, 
און נאָך זײ דער װינט; 
שפּינט 
אַ שײן מעשׂהלע, 
שפּילנדיק, דאָס קינד.  ‬