‫בלומען געזײט

בלומען געזײט 
און זאַנגען געשניטן 
גענאָסן פֿון פֿרײד 
און געליטן. 

די בלומען אין װאַזעס 
אױף אַנדערע פֿענצטער 
פֿאַרטראָגן געװאָרן 
מיטן רוף פֿון דער צײַט. 

טראָג איך אַריבער 
מײַן האַרץ אין יענע שטיבער, 
װעלכע זײַנען מיר אַזױ נאָענט 
און דאָך אַזױ װײַט.