גאָלדענע װיגעלע פֿון מײַן יוגנט
גאָלדענע װיגעלע פֿון מײַן יוגנט,
פֿאַרברענטע שטעטעלע מײַנע,
סלוצק, איך באַזינג אין צער
די יסורים דײַנע.
אין דײַן אַמאָל
מײַן אײגענע פֿרײד,
פֿעלדער און בלומען
און ליכט און פֿרײד.
גרינע לאָנקעס,
שטילקײט און רו,
בלױז דאָס מעקען
פֿון אַ קו.
רעב איטשעס שײַער,
די װאַסער מיל,
די געסעלעך שמאָלע,
רויִק און שטיל.
דער ברײטער שאָסײ,
די סעדער צעזונגען,
אַלץ איז געװאָרן
פֿון פֿײַער פֿאַרשלונגען.
די גאָלדענע װיגעלע
פֿון מײַן יוגנט פֿאַרברענט,
געבליבן איז בלױז
אַ פּאָר רױכענדע װענט