‫דער ענטפֿער פֿון הימל

װאָלקנס גרױע הענגען, 
און דער רעגן שמײַסט, 
יאָגט דער װינט אין גרימצאָרן, 
פֿון מיר מײַן קלײדל רײַסט. 

װײַט אין הימל װי פֿאַרבאָרגן 
אַ קלײנער שטראַל לאַכט; 
פֿאַרכּישופֿט שטײ איך און איך װוּנדער, 
װוּנדער זיך און טראַכט ... 

װעט דער שטראַל אין הימל, 
אָט דער העלער פֿלעק, 
פֿאַריאָגן װינט און רעגן 
מיט אַלע בײזע שלעק? 

װערט פּלוצלינג שטראַל העלער, 
ציט זיך לאַנג און ציט זיך ברײט; 
האָב איך מײַן ענטפֿער שױן באַקומען 
װאַקסט אין מיר די אַלטע פֿרײד.  ‬