זאָל עס שטורעמען
װי קען איך האָפֿן
אַז אַ ליכטיק-שטראַל
זאָל צו מײַן האַרץ צוקומען
װען זון
װערט פֿון שרעק אַרומגענומען?
טאָ זאָל עס שטורעמען
מיט װינטן און פֿרעסט,
צעשטעטערן יעדע פֿעסטונג און
יעדע פֿינצטערע נעסט
װאָס װערט באַװױנט
פֿון קראַנקײט-טראַגעדיע ברואים,
פֿון מערדער און רשעים.
זאָלן װינטן שנײַדן, מאָלן,
ביז ס'װעט װערן שטױב
פֿון יעדער חיה.
און זון װעט זיך באַװײַזן
אַ לױטערע, אַ פֿרײַע.
דאַן װעט דאָס אײַז
בײַ מיר אין האַרץ צעגײן,
און אפֿשר װעט מײַן לעבן
טאַקע װערן נײַ און שײן.