ייִדישער שטאָלץ

רױשן װעלן, װאַרפֿן זיך 
בײַ אַ ברעג פֿון ים, 
דערבײַ ליגט אַ פֿעלדז גאָר שטאַרק 
פֿאַרזונקען אין זײַן שטאַם. 

יאָגן װעלן, װאַרפֿן זיך 
אױפֿן שטאַרקן פֿעלדז, 
נאָר דער פֿעלדז רירט זיך ניט, 
אין זיך שטײט ער שטאָלץ. 

װי דער פֿעלדז אַזױ ביסטו 
ייִדישער שטאָלץ; 
בײַ יעדן ים-ברעג שטײסטו 
אין דײַן פֿעלדזן-קראַפֿט. 

און מעגן װי די װעלן, 
װילדע פֿעלקער אױף דיר זיך װאַרפֿן, 
װעסטו דײַן שטאָלץ ניט בױגן, 
כאָטש דײַן האַרץ װעט אין דיר קלאָגן.