װאָס טױג?

װאָס טױג אַ גילדנערנער בעכער, 
װאָס איז שטענדיק לער? 
װאָס טאָג אַ װעלט אַ שײנע, 
װוּ דאָס האַרץ 
װערט צעריסן פֿון צער? 

װאָס טאָגן מעבל רײַכע, 
צו װאָס טױג דאָס פֿעדער-געבעט, 
אַז עס פֿלײצט דאָס בלוט 
און די טרערן, 
אױף יעדן שפּאַן װאָס איך טרעט? 

און װאָס טױג אַ מױער פֿון ציגל, 
בעסער אין אַן אָרעם געצעלט 
געלעבט װאָלט איך 
און מײַן ברודער 
אַבי אין אַ רויִקער װעלט.