װײן ניט, מאַמע
מאַמע, װאָס װײנסטו
אַזױ פֿיל אַצינד?
דו קענסט נאָך פֿון װײנען
װערן בלינד.
איך װײן אױף די צרות
פֿון אונדזערע ברידער, מײַן קינד,
שװער שטראָפֿט אונדז גאָט
פֿאַר נישטיקע זינד.
מאַמע, דו לעבסט
אין אַ גאָר גרױסן טעות.
עס שטראָפֿט אונדז ניט גאָט
און ניט דער מלאך המװת.
דאָרט פֿליט אַן אָדלער אַ װילדער.
זײט טױט װי אין אַ בײט;
מיט אַ טומל אַ געפּילדער
איבער מענטשן און שטעט.
װײן ניט, מאַמע,
האַלט אײַן דײַנע טרערן.
מיר מוזן אין פֿלאַמען
דעם אָדלער פֿאַרצערן.
די מערדער דערשלאָגן
זײ זאָלן קײנמאָל ניט שטרעבן.
מער די קעפּ אױפֿהײבן
װעלן מיר רויִק קענען לעבן.