צו מײַן פֿרײַנד

די הענט װאָס געלעגן מאַכטלאָז אין שױס, 
נעם זײַ, פֿרײַנד מײַנער, נעם זײ אַרױס. 

צײַט אָנצופֿילן דאָס האַרץ איצט מיט מוט, 
עס לעבט שױן אױף דאָס ייִדישע בלוט. 

נו, װיש אױס די אױגן, גענוג צו קלאָגן, 
די כמאַרעס צערינען, עס װעט באַלד טאָגן. 

אמת, אין שאָטן און פֿלאַמען װאָס צוקן, 
זעט מען נאָך חיות צום טײַװל זיך בוקן. 

זע דאָך, זײ ברענען, 
זע װי עס בראָטן, 
די יענע װאָס האָבן דעם ייִדן געטראָטן. 

די יענע װאָס האָבן 
דײַן װוּנד טיף געמאַכט, 
פֿאַלן װי פֿליגן דאָרט אין דער שלאַכט.