טרערן

די אױגן פֿאַרצױגן, 
פֿון זאָרג און פֿון טרױער. 
ניטאָ יענע פֿלאַמען 
פֿון פֿרײד און פֿון זון. 
פֿאַלן קװאַלן 
פֿון טרערן אָן אױפֿהער 
און נעמען די גאַנצע װעלט אַרום. 

בלוטן הערצער 
צעריסן פֿון װײטיק. 
פֿון שרעקלעכע גרױלן 
װאָס גליװערט דאָס בלוט. 
קינדערשע טרערן 
פֿאַלן און פֿאַלן, 
מאַמעס װײנען און בעטן צו גאָט. 

יאָמערט דער װינט, 
קלאָגן די פֿעלדער, 
טײַכן פֿאַרגליװערט פֿון צער. 
נאַקעטע בײמער, 
קלאָגן און קלאָגן, 
און פֿון הימל פֿאַלט אַ טרער.