שטאַרקײט
איך גײ מיטן גרױען נאַסן װעג
אין גאָרטן פֿון נאַקעטע בײמער;
זע איך אַן אײנציקע בלעטעלע
הענגט אױף אַ צװײַגל אַ טרױמער.
עס האַלט זיך מיטן שטאַנגל פֿעסט,
כאָטש עס װאַרפֿט דערמיט פֿון שרעק;
װײַל יעדער רגע לױפֿט דורך
דער װינט אין װעג.
און פֿון יעדן ברום
ציטערט די ערד אַרום.
קוק איך אױף דעם דאַרן בלעטעלע,
און קלער ---
צו זײַן אין אַזאַ שטורעמדיקער צײַט שטאַרק
איז זײער שװער.