רײזעלעס געבעט

די לבֿנה זינגט פֿון פֿרײד און רו 
נאָר רײזעלען דער שלאָף 
װיל ניט נעמען, 
דאָס קעצעלע צופֿוסנס בעט 
שטײט און רוקט זיך צו. 

דאָס קעצעלע 
מיט אױגן האַלב פֿאַרמאַכטע 
היט איר יעדער מינע, יעדן טראָט 
רײזעלע אַ שטילע, אַ פֿאַרטראַכטע 
בעט צו גאָט. 

און װאָס בעט אַצינד 
אַ האַרץ, װאָס איז אומרויִק 
װאָס בעט, מײַן רײזעלע, בײַ גאָט? 
אין רינג פֿון שלאַכט 
װוּ עס קעמפֿט איר ליבסטער 
היטן זאָל ער זײַן יעדן טראָט.