אױף יענער זײַט
אין קעמערל איז חושך,
און אױפֿן דיל מיט שטרױ
לײב צו לײב זיך טוליען
די קינדערלעך אַזױ ...
מיט הערצעלעך, װאָס קלאַפּן,
נאָר פּלוצעם זײ דערהערן
אַ קראַכן פֿון דער װײַטנס ---
װאָס װעט פֿון זײ איצט װערן?!
די מאַמע איז געלאָפֿן
װוּ זוכן ברױט פֿאַר זײ ---
נאָר אָט איז זי צוריק שױן
מיט יאָמערלעך געשרײ:
,,אױ, קינדערלעך, דער שׂונא!
מיר מוזן גיך אַנטרינען!
אין װאַלד, צװישן חיות,
מיר װעלן שוץ געפֿינען''...