ניט אַלײן

װי אַ סטאַדע שעפּסן 
איבער פֿעלדער װיסטע 
װערט איר דאָרט געטריבן. 
װערט דער פּײַן פֿון טרױער 
אין װינטן דאָ פֿאַרטראָגן. 
זענט איר ניט אַלײן 
אין טרױער און געװײן. 

דאָ אײַערע ברידער 
פֿילן אײַער צאַר; 
אײַערע קרעכצן 
דרינגט דורך דאָ יעדע ברוסט, 
אײַערע װוּנדן 
פֿאַרשאַפֿן אונדז שמערצן. 
זענט איר ניט אַלײן 
אין שרײַענדיקן געװײן.