מוט
ס'האָט נעכטן געהאָגלט מיט זילבערנע קױלן
דער װינט האָט געברומט און געשאָלטן.
די ערד, װאָס איז רויִק געלעגן פֿאַרטרױמט
דערװאַכט האָט מיט װילדע געװאַלדן.
נאָר שטיל איז געשטאַנען דער בױם
און מיט מוט געכאַפּט די קױלן װאָס פֿאַלן.
אַזױ איז פֿאַראיבער די פֿינצטערע נאַכט,
ביז ס'האָט דער פֿרימאָרגן דערװאַכט.
הײַנט שטײ איך בײַם פֿענצטער.
דער הימל איז גרױ.
ס'ליגט אױף זײַן פּנים דער אומעט.
נאָר דער בױם שטײט רויִק
אין זילבערנער פּראַכט,
ער װײסט ניט פֿון טרױער, פֿון אומעט.
װײַל מאָרגן װעט װידער דערװאַכן די זון,
און זײַנע װאָרצלען װעלן צװיטן געבױרן.
שטײ איך בײַם פֿענצטער און קלער
טאָר דעם מוט ניט פֿאַרלירן.