מאָדערנע שדים

מאָדערנע שדים ... 
נישט װי אַמאָל: 
אומזעבאַרע געשטאַלטן, 
אין לײדיקער שטוב באַהאַלטן, 
פֿאַר װעמען איר האָט 
אין דער פֿינצטער געציטערט 
אַלס קינד. 
  מאָדערנע שדים --- 
איר זעט זײ אַצינד 
מיט פֿײַער אין מױל, 
מיט שװערד אין האַנט, 
אין װאָלקנס, אױפֿן ים 
און אױף לאַנד ... 

איר הערט זײ; 
איר זעט זײ; 
איר פֿילט זײער בראַנד. 
מאָדערנע שדים --- 
פֿון מענטשהײט די שאַנד ...