מיר װעלן די שלאַנגען ניט שענקען
געלעבט און דערלעבט זיך,
מײַן פֿרײַנד,
ס'איז פֿאַרװירקלעכט געװאָרן מײַן טרױם.
די יאָרן צעװאַקסן
מײַן הערלעכן בױם.
אַ שלאַנקער, מיט קרעפֿטיקע צװײַגן,
װאָס זײַנען צום שטורעם געװױנט.
מײַן פֿרײַנד,
פֿאַר די יאָרן פֿון פּלאָגן,
בין איך מיט שטאָלץ איצט באַשײנט.
אָט זע איך מײַן בױם אין דער רײע,
און הער אױך דאָס װוּנדערבאַרע ליד.
מיר זײַנען די בראַװע, די פֿרײַע,
מיר װערן ניט מוטלאָז, ניט מיד.
מיר װעלן ניט שענקען די שלאַנגען,
װאָס האָבן צערודערט די װעלט,
װאָס װילן פֿאַרסמען דעם מענטשנס געהירן
מיט טאַטן װאָס גרױלן און קװעלן.
אמת, ס'זײַנען נאָך ניט פֿאַראיבער די װײען,
מיר קעמפֿן נאָך ביטער און שװער,
דאָך הער איך פֿון שלאַנגען,
די װילדע געשרײען.
װאָס זײַנען צעפּיצלט אױף יעדן קער.
דערפֿאַר איז מײַן בליק אַזױ לױטער,
אמת, דאָס האַרץ טוט שטאַרק װײ;
דאָך בעסער צו טראָגן די װוּנד פֿון אַ מוטער
װי זײַן אין די לאַפּעס בײַ זײ.