קינדערשע טרערן

זעט װי עס יאָמערן 
נאַקעטע צװײַגן 
אין גאַס פֿון הימל-געװײן. 
דאָס איז דער אָפּקלאַנג 
פֿון קינדערשע טרערן 
װעלכע זײַנען דורך מערדער-הענט 
געבליבן אַלײן. 

דער שטורעמװינט פֿאַרשפּרײט זײער יאָמער 
אין װילדן אױסגעשרײ. 
דערצײלט דער װעלט 
פֿון קינדער דעם װײ ... 

נאָר צי דאַרף דען דער שטורעם 
דערצײלן װי שרעקלעך ס'איז זײער שמערץ? 
יעדער מענטש קען דאָס פֿילן 
און געװיס אַ ייִדיש האַרץ. 

עס רױשן, עס קלאָגן 
די צװײַגן. 
און זעט אױך 
אין יעדן טראָפּן פֿון רעגן 
אַ טרער פֿון עלנטן קינד.