איצט איז די צײַט

צי דאַרף איך דעם שױדער 
װאָס האָט געקאָנט זײַן 
אין בילדער אױסמאָלן? 
צי דאַרף מען דיך װעקן 
און רופֿן צום קאַמף? 
מען דאַרף דיך ניט דערמאָנען 
ס'איז אַ חובֿ, דו מוזט צאָלן 
דעם מענטשלעכן װעזן 
דײַן הײם און דײַן לאַנד. 

זע דײַנע זין 
ערשט פֿון דער שולע 
דאַכט זיך, געשפּאַנט 
מיט די ביכלעך אין האַנט. 
איצט האַלטן זײ ביקסן 
און ציִען די שװערד. 
מערדערישע חיות 
זײַ ראַמען אױס פֿון דער ערד. 

מײַן ייִנגל שרײַבט: ,,מאַמע, 
ס'איז אַן אַרבעט אַ שװערע, 
דאָך 
פֿון רו װער װיל װיסן 
ביז ס'קומט ניט די ענדע''. 

טו איך אָן אַ שמײכל 
אױפֿן פּנים דעם בלאַסן, 
דעם װײטיק פֿאַרשלאָסן 
הינטער טירן צען, 
אַ ציקל אַ רײנעם, 
אױפֿן קישן דעם נאַסן. 
טו איך אָן באַגינען עס זאָל קײנער ניט זען. 

די טרערן װאָס שטראָמען 
דורך נעכט פֿון די אױגן, 
די פּײַנען װאָס דריקן 
דאָס עלנטע האַרץ; 
די שרעקן געמישט מיטן זיכערן גלױבן, 
מיר װעלן אױסמעקן די מאַכט װאָס איז שװאַרץ.