הײסע קלאַנגען
װילדע מערדער
האָבן אױסגעשאָכטן יונגע קינדער, אַלטע לײַט,
בריט די לופֿט
ערד און הימל פֿלאַמט און שרײַט.
ציטערט אױף ס'האַרץ פֿון דיכטער,
זידט זײַן בלוט פֿון צאָרן,
מערדער האָבן פֿאַרשניטן יאָרן.
פֿליט די פּען דורך זײַנע פֿינגער,
בײזע װערטער קלאָגן,
און די לידער שלאָגן.
הילכן הײסע קלאַנגען,
אין נאַטור צעגליטן שפּיל,
װעקט ס'מענטשלעכע געפֿיל.
צופּט די מענטשלעכע נשמה,
פֿון די מערדער
נעמט נקמה!