האַרציקער פֿאָטער אין הימל

פֿאַרװוּנדעט איז מײַן געמיט, 
איך קען דאָס ניט דערטראָגן, 
עס גיסט זיך נאָך אַלץ אונדזער בלוט 
דורך מערדערלעכן פּלאָגן. 

מײַנע ברידערס װײ-געשרײ, 
צעשיסן די געהירן, 
האַרציקער פֿאָטער אין הימל! 
דו מוזט די הענט צעפֿירן. 

טײל אױס גערעכטיקײט, 
באַשטראָף די שינדער, 
פֿאַר דעם אומשולדיק פֿאַרגאָסענע בלוט 
פֿון ישׂראלס קינדער. 

און אפֿשר איז מײַן געבעט צו דיר 
ניט גענוג צעפֿלאַקערט! 
טאָ קוק אַרײַן צו מיר אין ברוסט 
זע דאָס האַרץ מײַנס 
װי ס'איז פֿון צער צעאַקערט.