די הײַנטיקע מאַמע
באַגינען מיר טרעטן
אױף דעם זעלבן װעג
נאָר זי יאָגט מיך איבער
אין מײדלשען געיעג.
זי זעצט זיך
אַ שטאָלצע אױפֿן באַנק אין איר ברײט
זי העלפֿט שאַפֿן די װאָפֿן
פֿאַרן לאַנד און דאָס ברױט.
די האָר שױן באַזילבערט
פֿון יאָרן און װײ
די זין אירע דינען
אין דער אַרמײ.
איר יאָסל אַ פֿליִער
אַ גרױסער העלד
און יאַנקל
געשיקט ערגעץ װײַט אין דער װעלט.
זיצט די מאַמע
מיטן קאָשיק אין שױס
פֿון װאַנען אירע זין
זײַנען אַמאָל אַרױס.
איר פּנים אַ מאַסקע
די אױגן נאָר גליִען
בײַנאַכט אין דעם קישן
די טרערן זײ בריִען.
פֿאַררוקט האָט זי דאָרט
אירע טרױמען אױף שפּעטער
איצט מאָלט זיך איר לעבן
אױף נײַ פֿרישע בלעטער.
זי איז אַ גאָר װיכטיקער מענטש
אין אַ פֿאַבריק
זי אָפֿערט מיט אַלץ
פֿאַר אַמעריקעס גליק.
זי שטעכט מיטן נאָדל
און קלאַפּט מיטן האַמער
אין אָװנט זי אײַלט זיך
אַהײם אין איר קאַמער.
אפֿשר אַ בריװ
אָדער צװײ װעלן קומען
די אױגן דאַן לױכטן
װי דערפֿרישטע בלומען.