די באָבע

אַמאָל --- 
אַ בױדעם-שטיבל, 
אַ לעמפּל, 
אַ תּחינה --- 
און די באָבע; 
מיט באַקן, צעקנײטשטע. 
די ליפּן --- בלױע, 
די באָבע, די אַלטע --- 
אַמאָל ... 

און הײַנט --- 
די באָבעניו שײַנט 
אַרױס פֿון פּאַרלאָר 
באַפּוצט און באַשמירט. 
די באָבע -- די יונגע 
װי שײן געצירט! 
דאָך, אין איר מאַסקע, 
די באָבע, די ליבע --- 
די באָבע, די זעלבע ... 

די תּחינה --- אין אַלמער --- 
אַלט און פֿאַרגעלט; 
דאָס קול פֿון אַמאָל 
אין שטוב בײַ מיר פֿעלט ... 
נאָר אױגן --- די זעלבע --- 
אױך זײ בעטן גאָט: 
זײ בעטן פֿאַר קינדער 
אױף יעטװעדער טראָט.