דער זומער פֿאַרגײט
עס כװאַליעט דער װינט
און רײַטנדיק פֿאָרן
די װאָלקנס די גרױע
דורך שטורעם און צאָרן.
אין כּעס אױפֿן רעגן
װאָס יאָגט זיך געשװינד
און טאָפּטשעט די װעגן
די בערגלעך פֿון װינט.
איך זיץ בײַ מײַן פֿענצטער,
עס האַלט מיך דער קומער.
איך זע דאָך פֿאַרשװינדן
מײַן אײגענעם זומער.
געשלעפּט אױף די בערגלעך
פֿון כװאַליענדן װינט
און װערט דאָרט פֿאַרשװענקט
אין רעגן אַצינד.