דער מענטש
עס זוכט טײלמאָל
דער מענטש זײַן גליק
דורך יאָרן נאָכאַנאַנד.
און זעט נישט, אַז
עס ליגט דאָס גליק
בײַ אים שױן אין דער האַנט:
עס גליטשט זיך אױס
און פֿאַלט אַרױס
דורך זײַנע פֿינגער צען
דאָס גליק, װאָס איז
בײַ אים געװען
און ר'האָט עס נישט געזען! ...