דער מאַמעס תּפֿילה

צינד איך ליכט 
שבת, יום-טובֿ, 
הער איך אין דעם רױש פֿון פֿלאַמען, 
יענע שטילע, 
רײנע תּפֿילה, 
פֿון דער גוטער ליבער מאַמען: 

 היט מײַן קינד, 
 היט דײַן טראָט! 
 געדענק דײַן פֿאָלק, 
 געדענק דײַן גאָט! 

יאָגן װינטן, 
יאָרן גײען, 
עס כװאַליעט 
דאָס לעבן אַ שפּיל, 
אמת, אין װעג געלעגן 
פֿיל שטײנער 
און דערנער שטעכיקע פֿיל. 

נאָר שטענדיק באַגלײט, 
סײַ אין לײַד, 
סײַ אין פֿרײד, 
האָט מיר דער מאַמעס געבאָט. 

 היט מײַן קינד, 
 היט דײַנע טריט! 
 געדענק דײַן פֿאָלק, 
 און דײַן גאָט. 

צינד איך ליכט, 
שבת, יום-טובֿ, 
הער איך אין דעם רױש פֿון פֿלאַמען, 
יענע שטילע, 
דײַנע תּפֿילה, 
פֿון דער גוטער ליבער מאַמען . . .