אײַך, לײַדנדע

מיט יעדן בליק 
געשענקט אײַך גליק 
װאָלט איך, און פֿרײד, 

מיט לידער געזאַנגען 
און געטלעכע קלאַנגען, 
װאָלט איך אײַך באַגלײט. 

נאָר לער איז מײַן האַרץ, 
און אָן פֿרײד און אָן לוסט, 
איך קען אײַך בלױז שענקען 
אַ קרעכץ פֿון מײַן ברוסט. 

מײַן האַרציקע ליבע, 
די בלינדע, 
די שװאַכע, 
די טריבע, 

מײַן אָרעמע ליד 
און פֿיל טרערן, 
װאָס װעט באַגלײטן 
דעם װעג אײַך דעם שװערן.