אַ זומער ליד

װעװריקלעך 
לױפֿן, שפּרינגען, 
  קולעכלעך 
װי גלעקעלעך קלינגען, 
זומער, זומער לעב, 
זומער לעב. 

אין גרינע צװײַגן 
בלעטער טאַנץ. 
אין אַלטע אױגן 
יונגער גלאַנץ. 

אין װײַסע לאָקן 
לױכט די פֿרײד, 
װי אַלטע פֿעלדער 
פֿריש פֿאַרזײט. 
זומער, זומער לעב. 
זומער לעב. 

הימל ליכטיק, 
ראָז און בלױ; 
פֿריש און יונג 
די אַלטע פֿרױ.