אַ צװילינג
װי אַ דימענט
בלישטשעט, שײַנט,
לײַכט די פֿרײד
פֿון טאָג דאָ הײַנט.
אױף אַ קישן
װײַס װי שנײ
נײַ געבױרן
ייִנגלעך צװײ.
מיד און מאַט
פֿון שװערן װעג
אינעם קאַמף
מיט בײזע טעג.
װי די העלדן
נאָך אַ שלאַכט
מיט קלאַפּ פֿון האַרצן
זיך דערװאַרט.
די שײנע מאַמע
אין באַטיסט
האָט די ליבע געסט
באַגריסט.
אין טאַטנס אױגן
טרערן בלישטשען
און אין מײַן האַרצן
פֿײגל שװישטשען.