מײַן לעצט ליד

רחל בושעװסקי-קאַפּלאַן
1 מאַי, 1958

אײַנגעהױקערט אין דרײען,
באַגיס איך מיט טרערן מײַן װעג.
טרױעריק איז מיר צו צײלן,
מײַנע לעצטע טעג...

    געהױבן די אױגן צום הימל,
    פֿון בעטן בין איך שױן מיד.
    װײַט, גאַנץ װײַט שױן פֿאַרבלאָנדזשעט
    זינגענדיק מײַן לעצט ליד ...

אַ ליד פֿון בענקשאַפֿט און חרטה,
װי חלומות איז אַלץ פֿאַרגאַנגען,
געװיגט האָט מיך דאָס לעבן און געװאָרפֿן,
פּונקט װי אין פֿעלדער, די זאַנגען.

    קראַנק און פֿאַרשעמט, כ'פֿאַל אַנידער,
    דאָס לעבן איז געװען זײער שװער,
    אײַך קינדערלעך, װעל איך שטענדיק זײַן מוחל
    אין מײַנע אױגן װעט אײביק בלישטשען אַ טרער ...

אַזױ שײדט זיך אין אײנזאַמקײט אַ מאַמע,
פֿון קינדערלעך זײער פֿיל,
קײנמאָל האָט איר קײנער פֿאַרשטאַנען,
געשטאָרבן אַלײן אין דער שטיל ...