באַלעם בילי באַלעם
ייִדיש-װאָכניקעס, 1999

באַלעם בילע באַלעם דידל האַבל דאָבל דאָן:
אַ מײַזל פֿון אַ קעצעלע אַנטלױפֿט פֿון זונטיק אָן.

מאָנטיק האָט דאָס מײַזעלע אַ שטיקל קעז געװאָלט
האָט קעצעלען דאָס מײַזעלע געשמעקט אַזױ װי גאָלד.

דינסטיק האָט אַ הינטעלע דאָס קעצעלע דערשראָקן,
האָט מײַזעלע באַהאַלטן זיך אין מיטן פֿון די זאָקן.

מיטװאָך האָט אַ פֿליגעלע דאָס הינטעלע געביסן,
האָט הינטעלע אַ שפּרונג געטאָן, די זעקעלעך צעריסן.

דאָנערשטיק איז מײַזעלע שױן הונגעריק געװאָרן,
האָט עס געפֿונען בײַ דער טיר אַ קערנדל פֿון קאָרן.

פֿרײַטיק האָט דאָס קעצעלע דערשמעקט די פֿיש פֿאַר שבת,
האָט קעצעלע דערפֿרײט זיך און באַלעקט זיך זײַנע לאַפּעס.

באַלעם בילע באַלעם דידל האַבל דאָבל דױס:
דער שבת איז געקומען באַלד, און שלום װערט אין הױז.