לידער

ישׂראל נעקראַסאָװ

1. 
ס'װילט זיך גײן, ס'װילט זיך גײן אָן אַן עק 
איבער טרוקענע שטױביקע װעגן. 
צו פֿאַרגעסענע רויִקע ברעגן 
זאָל ער דױערן אײביק, מײַן װעג. 
װוּ זשע ליגט דער פֿאַרלױרענער װעג? 
ערגעץ הינטער אַ שנײ און אַ רעגן. 
ס'איז אַ קלײניקײט, װאָס איך באַגעגן, 
נאָר איך שרעק זיך דערגרײכן דעם צװעק. 
זאָל ער זײַן אין אַ װײַסן טומאַן, 
ערגעץ װײַטער װי טאָלן און ימען, 
נאָר איך גלײב, ער איז טאַקע פֿאַראַן, 
און מיר װעלן זײַן תּמיד צוזאַמען. 
נאָר איך װײס, אַז עס ליגט ערגעץ דאָרט 
דאָס באַליבטע פֿאַרבאָרגענע אָרט. 

2. 
אַיעדער אָװנט ברענגט מיר 
אַ מציאה מיט אַ פֿאַרלוסט 
אין אײנעם. 
ער איז גלײַכצײַטיק פֿול און פּוסט. 
איך האָב דערפֿילט 
אַ קאַלטן װינט 
פֿון אַ פֿאַרמאַכטער פֿרעמדער װעלט. 
דאָס איז אַ װעג 
אין לאַבירינט. 

3. 
אַ שטוב איז דאָ אױף אַן אַנדער עק שטאָט, 
זי שטײט אונטער שנײ און װינט. 
קײנער איז אין דער שטוב ניטאָ, 
זײַנען די שױבן בלינד. 
דער גאַניק איז פֿױל, די טרעפּ זײַנען שטום, 
די סטעזשקעס זײַנען פֿאַרשנײט, 
און שװאַרצע סאָסנעס שטײען אַרום, 
שושקען זיך שטילערהײט. 
נאָר סע שאָרכעט עמעצנס שטילער טראָט, 
עמעץ גײט און שטעלט זיך ניט אָפּ. 
און אַ שװאַכער לאַמטערן באַשײַנט דעם ראָג, 
שאָקלענדיק מיטן קאָפּ. 

4. 
אַ טױטע סאָסנע שטײט אין מיטן װאַלד, 
די נאָדלען האָבן זיך אַראָפּגעשאָטן, 
פֿאַרטריקנט איז איר טױטער גוף און קאַלט, 
נאָר דאַכט, זי לעבט פֿון דעסטװעגן און אָטעמט. 

און פֿריִער איז זי לעבעדיק געװען, 
געצױגן זיך צום הימל װי אַ סטרונע, 
די קאָרע האָט אין זונשטראַלן געברענט, 
און סמאָלע איז װי בלוט אַרומגערונען. 

ס'האָט זיך געזעצט אַ פּיקהאָלץ אױפֿן שטאַם 
און איבער צװײַגן זײַנען לײַכט געשפּרונגען 
צװײ שטיקלעך, אָפּגעריסענע פֿון פֿלאַם, 
צװײ װעװריקעס       צװײ רױטע פֿײַערצונגען.