דרײַ לידער

אָסיפּ מאַנדעלשטאַם

ייִדיש: יואל-משה מאַטװײעװ

אַ טױבער, אַ געהיטער קלאַנג:
אַ פּרי איז אַראָפּגעפֿאַלן
אין מיטן טיף און אײביק שאַלן
אין שטילקײט פֿונעם װאַלדגעזאַנג...

* * *

אָ, הימל, הימל, טרױם אין מײַנע אױגן!
ניט שױן זשע ביסט אין גאַנצן בלינד געװאָרן
און ס'איז דער טאָג פֿאַרברענט --- אַ װײַסער בױגן:
אַ ביסל רױך און אַש איז זײַן זכּרון!

* * *

דײַן געשטאַלט, ניט-קלאָרע און פֿאַרשטערטע,
האָב איך אינעם נעפּל ניט דערטאַפּט.
"בורא!" --- ניט-בכּיװן מײַנע װערטער
פּלוצעם האָבן זיך אַרױסגעכאַפּט.

װי אַ גרױסער פֿױגל, איז דער נאָמען
שױן אַרױסגעפֿלױגן פֿון מײַן ברוסט!
נעפּלען זיך פֿאַר מיר די טיפֿע תּהומען,
אין דאָס שטײַגל איז געבליבן פּוסט...